דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 12:21 pm#442921
ידיעה ובחירה - במשנת רבי מנחם מענדל מוויטעפסק (תורת החסידות)
דאס קען (להבדיל) מרמז זיין צו דעם גאנצן שמועס דא. דהיינו, אז אונזער בחירה חופשית, הגם עס איז טאקע חופש, איז אבער א קאנסטענט מתנה פונ׳ם באשעפער ווען ער איז כביכול מסכים וככל הנ״ל; עס איז נישט לגמרי ״פריי״ אין אלע אומשטענדן און מ׳באקומט עס נישט/מ׳נעמט עס נישט דייקא ווען מ׳״וויל״.
(ובסתם בפשטות מיינט דא אז דאס האבן בחירה חופשית האט א פרייז, בנוגע די פראבלעם פון שלעכטס, אויף די חלק השלעכטס וואס קומט פון מענטשן, וואס דאס גייט הקב״ה נישט אוועקנעמען וכו׳ ומכח זייער בחירה. ועיין במו״נ ח״ג פי״ב במין השני.)
די קאנטעקסט דא איז בנוגע א סענשענס ובחירה חופשית וואס עי איי, ברואים וואס מענטשן האבן באשאפן (פאר (צומאל בארבארישע) תענוגים), האבן באקומען. וממבט יהדות אפשר לחלק בין הא דברואים מעולמות אחרים אין להם בחירה לברואים הללו ודוק.
(אפשר וויל מען מיט די חלק פון ״וועסט״ אויך מרמז זיין אז די מושג פון בחירה חופשית אין אלגעמיין איז שטארק געבויט אויף יסודתם פון די תורה ולהבדיל פלספת יון (עיין בח׳ פרקים להרמב״ם פ״ח), וואס פון זיי שטייען/שטאמען א געוואלד פונ׳ם ״מערב׳דיגן״/וועסטערן פיליזאפיע און קולטור וכו׳; די ״מערב וועלט״.)
איך האף אז די תגובה מיט׳ן פאסטער ׳עט מיר אנקומען פריי אן אפצאל...