געפילטע פיש האט געשריבן:הרב שש"ש קומט דא מיט די הנחה אז שכל איז א נוזל, ליקוויד בלע"ז, און טאמער האט מען גענומען מיט א גאפל איז מען נישט געבליבן מיט מער ווי טופח ע"מ להטפיח. מיר האט זיך שכל אלעמאל געדאכט ווי א פאגליווערט שטיקל גאלע אדער גאר אווערנייט קוגל (קוגל שלנו) און מיט א גאפל קען מען טופס זיין א פיין רעביש שלייס, משא"כ מיט א לעפל...
חוצמזה שטעל איך מיך פאר אז שכל האט מען נישט געטיילט בהאי עלמא דשיקרא, לכאורה האט מען געטיילט אין עולם הנשמות ווי ס'נישט דא קיין גראוויטאציע, קען מען מיט א לעפל סייוויי קיין סך נישט נעמען.
אפשר איז היא הנותנת. דהיינו, אז סייענטיסטן האבן
געזעהן אן אינטרעסאנטע זאך. אין קליינע מייקראטוּבּס וואס זענען באשמירט געווארן אינעווייניג מיט עפעס וואס רעפּעלט און שטופט אוועק ליקוויד (כדי עס זאל שנעלער פליסן), זענען
וויסקוּאס ליקווידס, דהיינו מער דיקערע ליקווידס [כמו האניג], דורכגעפלאסן
שנעלער ווי די וואס זענען נישט
וויסקוּאס [כמו וואסער]. דאס זאגן זיי איז ווייל ווען די (סתם אזוי) פליסיגקייט/
וויסקוּאסיטי פון די ליקווידס איז אפגעשלאסן פון (נאר) די עפעקט פון גראוויטי און איז אנגעוואנדן אין אנדערע פאקטארן, איז ל״ד אז דיקערע ליקווידס וועלן פליסן שנעלער. וממילא אז שכל/מח ווערט גערעכענט ווי א
וויסקוּאס ליקוויד, איז בעולם הנשמות ווי עס איז נישט דא קיין גראוויטי קען די סארט ליקוויד נוזל זיין שנעלער דורך א גאפל וממילא לוינט זיך דא ענדערשער א לעפל...
![לאכט :lol:]()