Under maintenance
הויפט זייט » קוואנטום פיזיקס

קוואנטום פיזיקס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #274
דינסטאג מערץ 27, 2012 11:26 am#3111
קוואנטום פיזיקס
קוואנטום פיזיקס גיט זיך אפ מיט די געזעצן פון די סוב-אטאמישע חלקים. דער פעלד איז מסתמא דער סאמע שווערער אין סייענס. ס'איז מוראדיג שווער צו פארשטיין, בעיקר, ווייל די מסקנות זענען נגד השכל און "שטימען נישט" מיט דעם אופן ווי מיר זעען די וועלט.

איך בין נישט קיין סייענטיסט; איך קען אויך נישט קיין פארגעשריטענער מאטעמאטיק. איך האב אבער אביסל געלייענט וועגן דער נושא, און דעם ביסל וויל איך טיילן מיט'ן קאווע-עולם. ווער עס ווייסט און פארשטייט מער, ווערט געבעטן צו ביישטייערן.

ווי יעדער ווייסט באשטייט יעדע זאך אין דער בריאה פון גאר פיצעלע זאכן וואס הייסן "אטאמס". אן אטאם איז אומבאגרייפליך קליין. אלס אן אילוסטראציע: דאס פינטל ביים סוף פון דעם זאץ איז אזוי גרויס ווי 7.5 טריליאן אטאמס. אויסצוציילן ביז איין טריליאן אויב ציילט מען יעדע סעקונדע אן אויפהער וואלט געדויערט ארום 31,700 יאר. יעצט שטעלט זיך אוועק קוקן אויף דעם פינטעלע ... יא, דער דאזיגער סכום, אין דעם דאזיגן שטח.

אן אטאם איז אויך נישט קיין אומצעטיילבארער שטיק, נאר איז אליין צוזאמגעשטעלט פון נאך זאכן (פראוטאנס, עלעקטראנס, און נוטראנס). קוואנטום פיזיקס גיט זיך אפ מיט אט די טיילן, פון וואס אן אטאם איז צוזאמגעשטעלט.

דער חידוש דערמיט איז וואס די דאזיגע סוב-אטאמישע טיילן האבן זיך זייערע אייגענע חוקי הטבע, וואס זענען קעגן דעם שכל. למשל, א זאך קען זיין אויף מער ווי איין פלאץ אויפאמאל, אין דער זעלבער צייט. נישטא דארט קיין מקום און זמן. די סובאטאמישע טיילן האבן נישט קיין פראבלעם מיט ווענט און אנדערע שטערונגען -- זיי פליען וואוהין און וויאזוי ס'שמעקט זיי נאר. נאך מער, די חברה האבן אן אייגנשאפט פון "נעלם ווערן" פונעם מציאות, און דאן ווידער "אויפשווימען". דאס מיינט נישט אז זיי "באהאלטן זיך", אז מיר קענען זיי נישט זען. נאר פשוטו כמשמעו: זיי ווערן בטל, און צוריק באשאפן.

די עיקר שוועריגקייטן מיט קוואנטום פיזיקס איז נישט נאר די מאטעמאטישע חשבונות דערפון, נאר דער חלק ההבנה דערפון. דער מוח קען זיך נישט מצייר זיין די זעלבע זאל אויף צוויי פלעצער אין דער זעלבער צייט. מיר קענען זיך אויס'משל'ן צוויי די זעלבע זאכן אויף צוויי פלעצער; פרואווט זיך אבער מצייר זיין די זעלבע זאך, אט דעם קאמפיוטער סקרין, סיי דא און סיי דארט, אין דער זעלבער רגע. (דאס פלעשל "אדוויל" געפינט זיך ביים מנהל אין לעדל.)

א נאך גרעסערע פליאה איז וויאזוי עס קען מעגליך זיין אז די זעלבע זאך זאל זיך אויפפירן אין דער זעלבער צייט לויט צווייערליי כללים וואס זענען זיך סותר איינער דעם צווייטן. אלעס וואס עקזיסטירט איז דאך צונויפגעשטעלט פון די סובאטאמישע טיילן, וועלכע פירן זיך דיקטירט פון חוקי הטבע וואס הייבן נישט אן שטימען מיט דעם אופן ווי זיי פירן זיך אויף אויף א "מעקראָ" מדריגה. איך בין דאך דא יעצט. וויאזוי איז דאס מעגליך, אז דער זעלבער איך איז נישט דא, נישט דארט; סיי דא, סיי דארט; איבעראל און אין ערגעץ נישט? האיך יתקיימו שניהם? וואו איז די גרעניץ?
דינסטאג מערץ 27, 2012 11:42 am#3115
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט-קאמפליצירט, ס'זעט מיר אויס אז קוואנטום פיזיקס איז פשוט קאמפליצירט...

ערנסט גערעדט, אז מ'רעדט שוין פון די נושא, לכאורה דארף מען אויך ארומרעדן אביסעל וועגן energy waves, וואס עס איז באקאנט אז ענערגיע לויפט אין waves ארויף אין אראפ, אין ענערגיע וואס לויפט אין א געוויסן ספעקטרום איז זעעבאר - visible אין די וואס לויפן אין גרעסערע אדער קלענערע וועיווס ווי די וויזיבל ספעקטרום קענען אונז נישט זען, און דאס רעכנט אריין עקס רעי, אולטרא ווייאולעט וועיווס, ראדיא וועיווס, און אויף דעם ענערגיע וועיווס סיסטעם ארבייט אונזער גאנצער טעכנעלאגיע, אנגעהויבן פון טעלעוויזיע, ראדיא, סעלפאונס, אינטערנעט, וכדו' וואס די ענערגיע וועלכע לויפט טראגט מיט זיך באופן כלשהו די אינפארמאציע.
איז מען עפעס לעצטנס געוואר געווארן אז יעדער סוב-אטאמיק פארטיקל לויפט סיי אין waves און סיי און particles, וואס דאס איז די סיבה פארוואס מ'קען גארנישט פאראויסזאגן ווייל בעת א wave האט א באשטימטע pattern, לויפט אבער א particle אן קיין שום סיסטעם און ס'איז אוממעגליך פאראויסצוזאגן ווי ס'גייט אנקומען.
דינסטאג מערץ 27, 2012 12:00 pm#3121
Re: קוואנטום פיזיקס
די ענערגיע כוואליעס איז א נושא פאר זיך, אבער פעלט נישט אויס לעצם הנושא (וואס איז גענוג שווער צו פארשטיין אן דעם).

דאס אז יעדער פארטיקל האט אייגנשאפן פון ביידן, פארטיקל און כוואליעס, איז איינער פון די יסודות אין קוואנטום פיזיקס. פאלגנד איז א קורצער קליפ וואס איז עס מסביר אין א ווארט, און גיט א באגריף איבער דער מאדנער סובאטאמישער וועלט - m http://www.youtube.com/watch?v=DfPeprQ7oGc m
דינסטאג מערץ 27, 2012 12:08 pm#3128
Re: קוואנטום פיזיקס
יידל האט געשריבן:פשוט-קאמפליצירט, ס'זעט מיר אויס אז קוואנטום פיזיקס איז פשוט קאמפליצירט...

ערנסט גערעדט, אז מ'רעדט שוין פון די נושא, לכאורה דארף מען אויך ארומרעדן אביסעל וועגן energy waves, וואס עס איז באקאנט אז ענערגיע לויפט אין waves ארויף אין אראפ, אין ענערגיע וואס לויפט אין א געוויסן ספעקטרום איז זעעבאר - visible אין די וואס לויפן אין גרעסערע אדער קלענערע וועיווס ווי די וויזיבל ספעקטרום קענען אונז נישט זען, און דאס רעכנט אריין עקס רעי, אולטרא ווייאולעט וועיווס, ראדיא וועיווס, און אויף דעם ענערגיע וועיווס סיסטעם ארבייט אונזער גאנצער טעכנעלאגיע, אנגעהויבן פון טעלעוויזיע, ראדיא, סעלפאונס, אינטערנעט, וכדו' וואס די ענערגיע וועלכע לויפט טראגט מיט זיך באופן כלשהו די אינפארמאציע.
איז מען עפעס לעצטנס געוואר געווארן אז יעדער סוב-אטאמיק פארטיקל לויפט סיי אין waves און סיי און particles, וואס דאס איז די סיבה פארוואס מ'קען גארנישט פאראויסזאגן ווייל בעת א wave האט א באשטימטע pattern, לויפט אבער א particle אן קיין שום סיסטעם און ס'איז אוממעגליך פאראויסצוזאגן ווי ס'גייט אנקומען.


נישט ממש. דו מיינסט מן הסתם די אנסערטענטי פרינסיפל. געב א קוק דא, ער עקספלעינט עס זייער שיין m http://www.youtube.com/watch?v=UMqtiFX_ ... ata_player m
דינסטאג מערץ 27, 2012 12:10 pm#3130
Re: קוואנטום פיזיקס
סטוט זיך א געלינקאכטס צו יו-טוב... חברה, אפשר זאגט איר בקיצור וואס מ'הערט דארט?
דינסטאג מערץ 27, 2012 12:49 pm#3145
Re: קוואנטום פיזיקס
יודל,

עס וואלט מסתמא געווען גרינגער צו באהאנדלען ספעציפישע קשיות, אדער אלגעמיינע קשיות אויף ספעציפישע זאצן.
דינסטאג מערץ 27, 2012 2:49 pm#3155
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:איך בין נישט קיין סייענטיסט;

באמערקבאר.

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:למשל, א זאך קען זיין אויף מער ווי איין פלאץ אויפאמאל, אין דער זעלבער צייט. נישטא דארט קיין מקום און זמן.

דאס אליינס איז נישט א גרויסער חידוש. דאס זעלבע איז אמת אויף א יעדן כוואליע. די חידוש איז אז עס איז סיי א כוואליע און סיי א ממשות (וואס א ממשות מוז שוין יא זיין אויף איין פלאץ), ביינעזאם.

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:די סובאטאמישע טיילן האבן נישט קיין פראבלעם מיט ווענט און אנדערע שטערונגען -- זיי פליען וואוהין און וויאזוי ס'שמעקט זיי נאר.

נישט ריכטיג. וואס איז יא אמת איז אז זיי האבן א קלענערע פראבלעם. אלעס איז מעגליך; נישט אלעס איז מעגליך צוגלייך.

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:דער מוח קען זיך נישט מצייר זיין די זעלבע זאל אויף צוויי פלעצער אין דער זעלבער צייט.

ווי אויבן געשריבן, איז דאס גרינג צו מצייר זיין. א כוואליע איז פונקט אזוי. וואס איז שווער זיך פארצושטעלן איז אז עפעס איז סיי נישט אויף איין פלאץ און סיי יא, געוואנדן ווי אזוי מען קוקט דערויף!

קוקט אויפן זעקסטן שיעור דא. איר מוזט אבער פארשטיין א מינימום פון wave mechanics ריכטיג צו אפרישיעטן וואס דארט גייט פאר. אויב פארשטייט איר נישט קיין wave mechanics בכלל ברויכט איר צוריק גיין און ישיבה. איך קען אייך נישט העלפן.
דינסטאג מערץ 27, 2012 3:11 pm#3156
Re: קוואנטום פיזיקס
יישר כוח, קול דודי. זיי ממשיך, ביטע...

כ'בין נישט זיכער אז כ'האב פארשטאנען. א כוואליע האט בכלל נישט קיין באשטימטע גרעניצן וואו זי געפינט זיך. דאס הייסט, די כוואליע איז נישט אויף 2 פלעצער אין דער זעלבער רגע, נאר איז "אויסגעשפרייט" אויף א נישט-קלאר-דעפינירט פלאץ. אין קוואנטום פיזיקס (אויב כ'האב ריכטיג אפגעלערנט), איז דער זעלבער פארטיקל סיי דארט, סיי דארט. דער פארטיקל פירט זיך אויף ווי א כוואליע מיט דעם וואס ער איז נישט אין פינקטליך-באשטימטע גרעניצן אין מקום-זמן. אבער אנדערש ווי א כוואליע איז דא פאראן א באשטימטער שטיק מאטעריאל, וואס געפינט זיך אויף מערערע פלעצער אין דער זעלבער צייט. דוגמתו ביי א כוואליע וואלט געווען אז די זעלבע כוואליע (מיט אירע "בלורי" גרעניצן) זאל זיין אויף מער ווי איין פלאץ אין דער זעלבער צייט.
דינסטאג מערץ 27, 2012 3:29 pm#3158
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:א כוואליע האט בכלל נישט קיין באשטימטע גרעניצן וואו זי געפינט זיך. דאס הייסט, די כוואליע איז נישט אויף 2 פלעצער אין דער זעלבער רגע, נאר איז "אויסגעשפרייט" אויף א נישט-קלאר-דעפינירט פלאץ.

ריכטיג.

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן: אין קוואנטום פיזיקס (אויב כ'האב ריכטיג אפגעלערנט), איז דער זעלבער פארטיקל סיי דארט, סיי דארט.

די כוואליע איז סיי דא און סיי דארט. (wave function) ווי אלע כוואליעס.

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:דער פארטיקל פירט זיך אויף ווי א כוואליע מיט דעם וואס ער איז נישט אין פינקטליך-באשטימטע גרעניצן אין מקום-זמן. אבער אנדערש ווי א כוואליע איז דא פאראן א באשטימטער שטיק מאטעריאל, וואס געפינט זיך אויף מערערע פלעצער אין דער זעלבער צייט.

די חלק הכוואליע פונ'ם קוואנטום פירט זיך אויף ווי א כוואליע און די חלק הפארטיקל פירט זיך אויף ווי א פארטיקל, וואס איז טאקע נאר אויף איין פלאץ אויף אמאל! אבער ווי אזוי קען עס זיין סיי א כוואליע און סיי א פארטיקל? איז דער תירוץ: ווער האט אייך געזאגט אז נישט? ס'איז א wavicle. און דאס טאקע איז שווער זיך מצייר צו זיין.
דינסטאג מערץ 27, 2012 3:44 pm#3161
Re: קוואנטום פיזיקס
קול דודי האט געשריבן:די כוואליע איז סיי דא און סיי דארט. (wave function) ווי אלע כוואליעס.



איך מיין אז דאס איז אביסל נישט פינקטליך. א כוואליע איז נישט "דא" און "דארט", נאר ליבערשט א זאך וואס האט נישט קיין באשטימטן "דא" און "דארט" בכלל. א קוואנטום פארטיקל איז (צווישן אנדערן) סיי דא, סיי דארט. א כוואליע איז נישט קיין wave function, נאר א wave. wave function איז עקסלוסיוו פאר קוואנטום פיזיקס, און באצייכנט דעם כוואליע-חלק אין דעם פארטיקל.


קול דודי האט געשריבן:די חלק הכוואליע פונ'ם קוואנטום פירט זיך אויף ווי א כוואליע און די חלק הפארטיקל פירט זיך אויף ווי א פארטיקל, וואס איז טאקע נאר אויף איין פלאץ אויף אמאל!


לאו דווקא, דאכט זיך, כנ"ל. דער עלעקטראן פירט זיך אויף ווי א כוואליע בו בזמן וואס ער איז א פארטיקל. אין עקספערימענטן קען מען פיזיש זען מיט די אויגן ווי דער פארטיקל, אלס א פארטיקל, געפינט זיך אויף מער ווי איין פלאץ אין דער זעלבער צייט.
דינסטאג מערץ 27, 2012 4:03 pm#3163
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:איך מיין אז דאס איז אביסל נישט פינקטליך. א כוואליע איז נישט "דא" און "דארט", נאר ליבערשט א זאך וואס האט נישט קיין באשטימטן "דא" און "דארט" בכלל.

א כוואליע איז נישט "לאקאלייזד". וואס מיינט דאס אז עס "איז נישט" דא און דארט? פארקערט; ס'איז איבעראל.

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:דער עלעקטראן פירט זיך אויף ווי א כוואליע בו בזמן וואס ער איז א פארטיקל. אין עקספערימענטן קען מען פיזיש זען מיט די אויגן ווי דער פארטיקל, אלס א פארטיקל, געפינט זיך אויף מער ווי איין פלאץ אין דער זעלבער צייט.

אוודאי נישט. א פארטיקל, איינמאל ס'איז דא איז עס נישט דארט. אן עלעקטראן, ווי אלע אנדערע זאכן, איז אויך א כוואליע. אבער ווען מען טרעפט עס דא איז עס זיכער נישט דארט (collapse of the wave function), אנדערש וואלט מען קיין קשיות נישט געהאט!
דינסטאג מערץ 27, 2012 4:15 pm#3166
Re: קוואנטום פיזיקס
ר' קול,
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דו רעדסט, אבער וואס פשוט-קאמפליצירט (פ"ק) שרייבט איז פאר מיר מער פשוט ווי קאמפליצירט. איך פארשטיי אז פ"ק איז "באמערקבאר" נישט קיין וויסנשאפטלער, און דו ווארשיינליך יא. אבער למעשה האט ער גענומען אויף זיינע פלייצעס צו מסביר'ן פאר'ן עולם די שווערע סוגיא. איז לאמיר אים לאזן קומען צום ווארט, לאמיר אלע באקומען א "פיל" איבער וואס דא רעדט זיך, און דערנאך וועלן מיר אלע קענען אנטייל נעמען אין דיין דעבאטע איבער דקות'דיגע פרטים מיט פ"ק.
דינסטאג מערץ 27, 2012 4:28 pm#3168
Re: קוואנטום פיזיקס
יאנקל האט געשריבן:אבער אבער וואס פשוט-קאמפליצירט (פ"ק) שרייבט איז פאר מיר מער פשוט ווי קאמפליצירט

פיין. ס'איז אבער אויך נישט אמת. וואס זאל איך טון אז די וועלט איז מער קאמפליצירט ווי אנדערע ווילן דאס אראפלייגן? נישט איך האב דאס אזוי באשאפן.

יאנקל האט געשריבן:אבער למעשה האט ער גענומען אויף זיינע פלייצעס צו מסביר'ן פאר'ן עולם די שווערע סוגיא

גיב א קוק אויף דעם לינק צו פיינמאן וואס כ'האב געלייגט אויבן. ס'איז די קלארסטע פירוש וואס כ'האב סיי ווען געזען. אויב הערסטו א מער קלארן פירוש, געזאגט אין ווייניגער ווערטער, איז א גוטע טשאנס אז איר הערט נישט דעם אמת.
דינסטאג מערץ 27, 2012 5:42 pm#3175
Re: קוואנטום פיזיקס
בילד

איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס מ'רעדט דא... אבער, געטס נישט אוי, רעדסט ווייטער, אז כ'וועל הערן וועל איך זיכער(?) עפעס אויפכאפן.
דינסטאג מערץ 27, 2012 6:57 pm#3183
Re: קוואנטום פיזיקס
לאדיך אפ האט געשריבן:בילד

איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס מ'רעדט דא... אבער, געטס נישט אוי, רעדסט ווייטער, אז כ'וועל הערן וועל איך זיכער(?) עפעס אויפכאפן.

כדי צו פארשטיין פיזיקס ברויך מען אנהייבן פון בראשית, מקען נישט אריין טאנצן אין קוואטאם פיזיקס פונקט ווי מ'קען נישט לערנען א גוי ברטנורא, ממוז האבן אן הקדמה אנגעהויבן פון קופערניקעס (נישט אונזער חבר השטיבל, אפשר זיין זיידע) צו קעפלער וכו, וכו, צו גאלילעא, צו ניוטאן, הערץ, פלאנק, איינשטיין, שראודינגער אא"וו, פאר איר קענט נישט איינשטיינס רעלאטיוויטי פראבירט נישט צו פארשטיין קוואנטום, צו סאב-אטאמישע פיזיקס.
מיטוואך מערץ 28, 2012 5:25 pm#3345
Re: קוואנטום פיזיקס
לאדיך אפ האט געשריבן:איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס מ'רעדט דא... אבער, געטס נישט אוי, רעדסט ווייטער, אז כ'וועל הערן וועל איך זיכער(?) עפעס אויפכאפן.


לאמיר זיך אפשטעלן קודם אויף דעם חלק ההבנה. כ'האב עס פריער דערמאנט, אז די שווערסטע זאך (פאר א נישט סייענטיסט, עכ"פ) אין דעם פעלד פון קוואנטום פיזיקס איז משלים זיין מיט א מציאות וואס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל. די גמרא אין ברכות זאגט אז א מענטש וועט קיינמאל נישט חלומ'ען ווי אן עלעפאנט שפאצירט דורך א נאדל-לאך, ווייל א מענטש קען זיך אזא זאך נישט מצייר זיין. אן עלעפאנט איז אט אזוי גרויס; דאס נאדל לעכל איז פיצל. דאס גייט דא נישט אריין, לכל הדיעות. היות א מענטש חלומ'ט נאר דאס, וואס דער מוח טראכט דורכ'ן טאג, וועט ער קיינמאל נישט חלומ'ען פון עפעס, וואס ער קען זיך נישט אויס'משל'ן. (א מענטש קען טאקע זיך חלומ'ען ווי ער פליט אין דער לופטן, וואס איז אויך אוממעגליך. זיך זען פליען אין דער לופטן איז אבער עפעס וואס מען קען אין פאנטאזיע זיך אויסמאלן. אן עלעפאנט דורך יענעם לעכל קען מען אבער נישט.)

לאמיר יעצט גיין א שטאפל ווייטער. איר האט שוין געזען אמאל א מענטש עסן קאלירן? איר האט שוין אמאל געכאפט א שמועס מיט כעס? איר האט שוין אמאל געמאכט א דאקטאר'ס אפאינטמענט אויף פאריגע וואך?

איך ווייס, מיינע פראגעס האבן נישט קיין הענט און פיס. נישט זיי האבן נישט קיין פשט, נאר קענען ניטאמאל געפרעגט ווערן. א נארישער, פשט'לאזער סטעיטמענט וואלט געווען עפעס ווי: די לבנה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט. ס'איז נאריש, ווייל דאס געשעט נישט -- געשעט נישט, און גייט נישט געשען. א פראגע צי איר וואלט געוואלט האבן די קאלירס געל און בלוי פאר פרישטאג, איז אבער פשט'לאז פון גאר א צווייטן סוג. די פאסיגע רעאקציע אויף דעם איז א שאקל פון סימפאטיע אויף דעם יונגערמאן, נעבעך. (אזוי יונגערהייט. כ'האב טאקע געהערט אז ער איז לעצטנס געווען אונטער א סך פרעשור. אה, יוסף קאמפליצירט וואס האט אנגעזעצט דיין שכן איז זיין ברודער? אה ... שוין, וואס דארף מען רעדן.)

כעין זה, אז איך וועל אייך דערציילן, אז מארגן, 26 אזייגער, האב איך באזוכט מיסטער פרייד אין זיין הויז אויף א פלאץ וואס עקזיסטירט נישט, וועט איר נישט האבן דאס מינדסטע אנונג וואס איך וויל דא.

דאס איז קוואנטום פיזיקס. און דאס איז די סיבה פארוואס די סוגיא איז אזוי שווער צו פארשטיין. (יעצט לייענט איבער די ערשטע פאוסט -- בתוספות קריטיק און הערות פון "קול דודי".)
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:13 pm#3458
Re: קוואנטום פיזיקס
איך וויל גיין יעצט א שטאפל ווייטער. מיר וועלן אויסבארגן פון מנחם מנדל איינע פון זיינע וואונדערליכע-ערצעהלונגען פאטשיילעס, א וויש געבן איבער דעם שטערן, און זום -- מיר פליען אפ צו א מאדנעם, ווילד-פרעמדן פלאץ מלא פאנטאסטישע חידושים. אט וואס מיר דערזעען דארט: מארגן קומט פריער פון נעכטן, און א מענטש קען זיך געפינען אויף צוויי פלעצער אויפאמאל. איר האלט אינמיטן שמועסן מיט עמיצן, און יענער ווערט פלוצים נעלם, אויגנבליקליך. ס'איז א פרייער, אפענער פעלד 100 אויף 100 מייל די גרויס. די ערד איז אינגאנצן באדעקט מיט א 50 פוסיגן דיקן שיכט צעמענט. איר ביידע שטייט פונקט אינמיטן. אייער מיטשמועסער האט נישט געקענט אוועקלויפן אין ערגעץ אן דעם וואס איר זאלט עס זען. איר שטייט און שמועסט און פון איין רגע אויף דער אנדערער איז יענער נישטא! א סעקונדע דערויף איז ער צוריק, דא, אויפ'ן זעלבן פלאץ וואו ער איז פריער געווען. וואס וואלט געווען אייער רעאקציע צו אזא סצענע?

איך וואלט פארגעשלאגן, אז איר זאלט נישט פרואווען פארשטיין וואס דא קומט פאר, אין דער דאזיגער וואונדערליכער שטאט. אנשטאט, זייט משלים דערמיט. דאס איז עס. איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר -- וויאזוי איז עס מעגליך; אבער איך זע דאך פארט. איז, דאס איז עס.
פרייטאג מערץ 30, 2012 12:01 am#3543
Re: קוואנטום פיזיקס
קורצע הקדמה אביסל ארויסצוהעלפן ווי ווייט כ'פארשטיי.
קוואנטום מעכאניק איז די שטודיע פון חומר און ראדיאציע אויף אן אטאמישן לעוול. ווען מען האט זיך דערזען מיט לעכער און פראלעמען מיט די פריערדיגע נאטורן געזעצן טעאריעס, עקספערימענטן האבן פשוט נישט געשטימט מיט'ן דעמאלט-אנגענומענעם "מציאות", האט איינשטיינ'ס רעלאטיוויטי קודם ארויסגעהאלפן צו באצייכענען די פיזיקס פון גאר שנעלע, מאסיווע אביעקטן אז עס זאל שטימען. ווידער קוואנטום מעכאניק פארנעמט זיך מיט'ן מסביר זיין דעם סדר העולם וואס קומט פאר אין די פיצינקע אומזעעוודיגע סאב-אטאמישע וועלט. (אין קאנטראסט דערצו איז קלאסישע פיזיק וואס באדייט די געזעצן פון יעדן טאגיקן לעבן, מאטעריאלן און זאכן וואס מיר קענען זען.)
אז קוואנטום מעכאניק האנדלט מיט די קליינע אומזעעוודיגע חברה, דארף ער זיך ספראווען מיט דעם מאדנעם כוואליע-פארטיקל באשטאנד, וואס מ'האט שוין דערמאנט דא אז ליכטיגקייט האט פאקטיש סיי די כוואליע און סיי די פארטיקל נאטור, ווי אויך מיט די "אומזיכערקייט פרינציפל" וואס מען האט שוין אויך דערמאנט, וואס איך וואלט אזוי מסביר געווען אין די פשוטסטע ווערטער אזוי: אין די פיצעלע אטאמישע וועלט זענען זאכן אזוי קליין אז אפילו אויב ליכטיגקייט כוואליעס קלאפן זיך אן אין אן אטאם ברענגט עס דעם אטאם צו טוישן ריכטונג אדער דעם ספיד , און צומאל אפילו שטויסט עס אפילו גענצליך אוועק די עלעקטראנען אינעם אטאם. פשוט, א גרויסער מענטש דארף כאפן א הילכיגן פאטש צו אוועקפאלן, אבער פאר א נישטיגער אטאם איז גענוג סיי וועלכע פיצעלע זאך וואס קלאפט אים אן, צי ליכט, צי סיי וועלכע אנדערע פארטיקלס. צוליב דעם דאזיגן פאקט איז קיינמאל נישט מעגליך צו מעסטן גענוי די פאזיציע און ספיד פון אן אטאם אין די זעלבע צייט. דאס קוקן אליין (וואס אויב דו ווילסט עס זען אדער מעסטן מוז דאך ארייננעמען דעם פאקט אז עפעס [ווי ליכט] גייט זיך אנקלאפן אין די אטאמעלעך), האט אן אפעקט דערויף ממילא איז עס שוין יעצט ווען דו מעסט עטוואס אנדערש.
די "קוואנטום" באציעט זיך צו די קלענסטע מאס ענערגיע וואס נאר שייך, גערופן "קוואנטא". דאס הייסט אנשטאט באטראכטן ענערגיע ווי א נאכאנאנדע זאך, באטראכט מען עס ענדערש אין קליינע "קוואנטא" יוניטס.
פרייטאג מערץ 30, 2012 1:35 am#3554
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט און שרגא, עפעס פאנגט שוין אן צו קלעבן. איך פארשטיי שוין ווי מאדנע דער מציאות איז (קרעדיט: פ"ק), און איך פארשטיי שוין וואס קוואנטום פיזיקס וויל דערגרייכן (קרעדיט: שרגא). לאמיך יעצט הערן אביסל מער ספעציפיש; קלארע ביישפילן פון דעם סובאטאמישן שטאפל, באזיקט אויף וויסנשאפטליכע שטודיעס. ווי אויך קאנסעקווענצן וואס די אטאמען אויפפירונג אויף דעם מיקרא שטאפל האבן אויף דעם מאקרא שטאפל.
פרייטאג מערץ 30, 2012 2:25 pm#3611
Re: קוואנטום פיזיקס
שרגא, זייער גוט אויסגעברענגט. איך וויל נאר גיין אביסל ווייטער מיט'ן מהלך פון פאר'פּשוט'ן די "פרעמדקייט" אין קוואנטום פיזיקס. איינמאל די זאך וועט נאענטער געברענגט ווערן צום שכל, וועט זיין גרינגער אריינצוקריכן אין די פרטים - די מבהיל-הרעיונ'דיגע קאנסעקווענצן וואס די טעאריע ברענגט.

לאמיר בלייבן אין דער פריערדערמאנטער מנחם-מנדל מעשה פאר נאך אביסל צייט. נאר אנשטאט א פאטשיילע וויש מיט א טריפ צו פאנטאסטיק-לאנד, וועלן מיר צוריקקומען דא, אין אונזער היימליכער עולם העשי'. מיר וועלן נאר אריינקריכן אין א פלאץ וואס עקזיסטירט יא אויף אונזער וועלט, הגם מיר האבן נישט קיין צוטריט אהין. כדי אנצוקומען אהין, וואלטן מיר זיך געדארפט קענען איינשרינקען צו א סייז וואס איז אומבאגרייפליך קליין. נישט נאר אז מיר קענען זיך נישט איינשרינקען צו אזא פיצעלן סייז, נאר די קליינקייט איז אזוי ווייט, אז ס'איז ממש אוממעגליך מצייר צו זיין.

איינע פון די קלענסטע זאכן וואס דאס אויג קען זען, איז א ברעקל שטויב. מיר ווייסן דאך אבער אז די ווועלט ענדיגט זיך נישט ביי א שטויבל. אונטער א מיקראסקאפ קען דער מענטש זען זאכן וואס זענען סך קלענער ווי א ברעקל. מיט דעם פארגעשריטנסטן מיקראסקאפ היינט קען מען זען זאכן אזוי קליין ווי א 200סטל פון דער דיקקייט פון א האָר.

מיר פארשטייען אבער אז עס זענען פאראן זאכן וואס זענען קלענער ווי דעם. (פאראן מיקראסקאפן וואס ארבעטן מיט פארגעשריטענער טעכנאלאגיע דורך וועלכער מען קען זען, הגם אומדירעקט, זאכן וואס זענען סך קלענער פון דעם אויך.) מיר זענען נאר יעצט באגרעניצט צו דער פארגעשריטנקייט פון טעכנאלאגיע. מער פארשריט וועט מיינען נאך מער סאפיסטיקירטע מיקראסקאפן, אונטער וועמענס אויג מיר וועלן קענען זען נאך קלענערע זאכן.

אויב מיר וואלטן געקענט זיך איינשרינקען צום סייז פון א זאמד-שטויבל, וואלטן מיר געזען די וועלט פונקט אזוי ווי יעצט, אלס ריזיג-גרויסע מענטשן. יא, מיר וואלטן נישט געקענט באשטיין דאס מינדסטע ווינטל; מיר וואלטן געווען אויסגעשטעלט צו מער סכנות, זייענדיג אזוי קליין און שוואך. אבער די אלע שינויים וואלטן געקומען אדאנק דעם וואס מיר זענען קלענער געווארן. גארנישט אין חוקי הטבע וואלט זיך פאר אונז געביטן; מיר וואלטן פשוט געווען אויסגעשטעלט צו אנדערע אומשטענדן -- וואס זענען יעצט פונקט אזוי אמת, הגם זיי זענען אונז נישט נוגע.

דאס זעלבע וואלט געווען אמת אויב מיר וואלטן געקענט זיך ווייטערשרינקען ביז דער גרויס פון א טויזנסטל פון א זאמד-ברעקל. גארנישט אין דער טבע וואלט זיך געביטן. מיר, צעשראנקענע מענטשן, וואלטן זיך נאר געדארפט ספראווען מיט אנדערע אומשטענדן, וואס זענען יעצט פשוט נישט רעלעוואנט.

איז אבער פאראן א געוויסע גרויס, וואו די טבע ווערט פשוט נשתנה. אויב מיר וואלטן זיך געקענט פארקלענערן ביז א געוויסן סייז (מען רעדט פון אומבאגרייפליך קליין), וואלט דאס מציאות געווען דראסטיש אנדערש פון דעם וועלכן מיר קענען יעצט, דא, וואו און וויאזוי מיר זענען. אין דעם דאזיגן עולם המיניאטורן, קענען מיר זיין אויף מער ווי איין פלאץ אין דער זעלבער צייט. מיר קענען דארט אויך צוריקגיין צו נעכטן: היינט, נעכטן און מארגן געשעען אלע יעצט, אויפאמאל. ועוד -- משונה'דיגע זאכן וואס מיר, דא, אין דער "גרויסער וועלט" קענען נישט באגרייפן.

אט די פיצעלע משונה'דיגע וועלט עקזיסטירט, יעצט, דא, אויף דער וועלט אין וועלכער מיר לעבן. דער מקום וואו דאס אלעס שפילט זיך אפ, איז אבער אזוי נורא'דיג קליין, אז מיר, מיט אונזערע חושים אפילו ווען באוואפנט מיט דער סאמע סאפיסטיקירטע טעכנאלאגיע, האבן קיין צוטריט אהין. עס זענען אבער פאראן "זאכן", ממשות'דיגע זאכן, וואס זענען גענוג קליין אריינצופיטן אין דעם פלאץ, אין וועלכן די וועלט פירט זיך אויף אזוי מאדנע, און יענע זאכן לעבן אין אזא איפכא-מסתברא וועלט, וואו די אלע איפכא-מסתברא געשעענישן שפילן זיך אויס.

און ווידעראמאל: זאלן מיר נאר קענען זיך פארקלענערן צום סייז פון א סובאטאמישן שטיקל, וועמענס סייז איז דערמאנט געווארן פריער אינעם ערשטן פאסט פון דעם אשכול, וואלטן מיר געלעבט און פונקציאנירט אין אט דער וועלט, מיט אט די געזעצן.
פרייטאג מערץ 30, 2012 3:24 pm#3616
Re: קוואנטום פיזיקס
גרייט פאר'ן המשך.
זונטאג אפריל 01, 2012 6:11 pm#3708
Re: קוואנטום פיזיקס
רוב פון די חידושים אין קוואנטום פיזיקס זענען אויפגעקומען דורך מאטעמאטישע חשבונות. איך קען נישט קיין מאטעמאטיק, במילא פארשטיי איך כמעט נישט די שקלא וטריא וואס האט געפירט צו די מסקנות. איך קען אבער איבערזאגן די טרוקענע פאקטן וויאזוי איך האב זיי פארשטאנען. אויף וויפיל איך פארשטיי, זענען כמעט אלע די חידושים שוין באשטעטיגט געווארן אין עקספערימענטן. אבער דער שווערסטער חלק אין דער הבנת הענין ליגט נישט אין די מאטעמאטישע חשבונות, וואס איז בעצם א חסרון ידיעה און עפעס וואס מען קען זיך דערלערנען, נאר אינעם משלים זיין מיט עפעס וואס מען קען נישט באגרייפן. מען דארף פשוט פועל'ן ביים מוח, אז הגם עס איז בהחלט אוממעגליך, איז עס במציאות פארט אזוי.

קודם כל, אז ביים קוואנטום שטאפל עקזיסטירן נישט קיין מקום און זמן. נישטא אזא זאך ווי פלאץ. און ווען מען רעדט פון "פלאץ", מיינט מען פשוט די עקזיסטענץ פון "חלל הפנוי", ליידיג פלאץ. דאס זעלבע מיט זמן, מיינט מען נישט דעם זייגער, נאר דעם עצם געלויף פון זמן. ביים קוואנטום שטאפל איז נישטא קיין יעצט/פריער/שפעטער. נישטא קיין "כלי", קיין הינטערגרונד, פאר תנועת הזמן.

ביים קוואנטום שטאפל ווערן די גרעניצן פון עקזיסטענץ און נישט-עקזיסטענץ זייער פארוואסערט. עלעקטראנס (און אלע אנדערע ברואים וואס פונקציאנירן אויף דעם לעוועל) ווערן נעלם מעל פני מציאות, און קומען באלד צוריק אויף. ווי סייענס פארשטייט דאס דערווייל, מיינט דאס נישט אז די עלעקטראנס "באהאלטן" זיך ערגעץ און דאן קומען צוריק, נאר זיי ווערן בטל במלוא מובן המילה. זיי גייען ארויס פון עקזיסטענץ און ווערן באלד צוריק באשאפן אויפסניי. (דער נאענסטער אופן דאס איבערצוגעבן איז אז די וועלט ווערט יעדע רגע ממש באשאפן יש מאין.)

די ווערטער פון "וואס", "ווען", "ווער", "וויאזוי", "וואוהין" פארלירן אינעם עולם הקוואנטום זייער משמעות. אויף דעם קוואנטום שטאפל רעדט איר דארט טערקיש.

נאך א משונה'דיגע דערשיינונג אין קוואנטום פיזיקס איז ווי פאלגנד. ווען צוויי עלעקטראנס ווערן באשאפן אויפאמאל, און ווערן דערנאך צעטיילט, בלייבן זיי "פארבינדן" אויף א מיסטעריעזן אופן. אויב וועט מען עפעס טאן צו איינעם פון די עלעקטראנס, לאמיר זאגן אים געבן א דריי, וועט דער צווייטער עלעקטראן ספאנטאן טאן די זעלבע זאך - ער וועט זיך נעמען דרייען אינאיינעם מיט'ן ערשטן. די עלעקטראנס וועלן זיך אזוי אויפפירן אפגעזען פון דעם מרחק צווישן זיי. דאס הייסט, אפילו זיי וועלן אזוי ווייט אפגעטיילט ווערן, אז ס'וועט צווישן זיי צוויי זיין א מרחק פון מיליאנען ליכט-יארן, וועלן זיי זיך "נאכטאן" איינעם דעם צווייטן. אז איר וועט געבן א פליק איינעם פון זיי, וועט דער צווייטער רעאגירן אין דער זעלבער אותו-רגע ווי גלייך איר האט אים געפליקט.

דער פלא מיט דעם איז וואס אין סייענס איז פאראן א כלל אז גארנישט קען גיין שנעלער ווי די שנעלקייט פון ליכט. "גארנישט" מיינט אפילו אינפארמאציע, און גרמא'ס - גארנישט. (זע דעם אשכול - l viewtopic.php?f=19&t=99 l ). דא געפינען מיר אבער אז איין עלעקטראן איז משפיע אויפ'ן אנדערן ממש באותו רגע, אן קיין טראפ צייט צווישן. דאס הייסט, אז די השפעה פונעם געפליקטן עלעקטראן אויף זיין צווילינג געשעט שנעלער ווי דער שנעלקייט פון ליכט. אבער דאס איז דאך אוממעגליך! עס איז ווי גלייך די צוויי זענען באמת איין לאנגער עלעקטראן"שטיק", נאר מיר קענען זען בלויז די צוויי עקן.
מאנטאג אפריל 02, 2012 12:38 pm#3763
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:קודם כל, אז ביים קוואנטום שטאפל עקזיסטירן נישט קיין מקום און זמן. נישטא אזא זאך ווי פלאץ. און ווען מען רעדט פון "פלאץ", מיינט מען פשוט די עקזיסטענץ פון "חלל הפנוי", ליידיג פלאץ. דאס זעלבע מיט זמן, מיינט מען נישט דעם זייגער, נאר דעם עצם געלויף פון זמן. ביים קוואנטום שטאפל איז נישטא קיין יעצט/פריער/שפעטער. נישטא קיין "כלי", קיין הינטערגרונד, פאר תנועת הזמן.

ביים קוואנטום שטאפל ווערן די גרעניצן פון עקזיסטענץ און נישט-עקזיסטענץ זייער פארוואסערט. עלעקטראנס (און אלע אנדערע ברואים וואס פונקציאנירן אויף דעם לעוועל) ווערן נעלם מעל פני מציאות, און קומען באלד צוריק אויף. ווי סייענס פארשטייט דאס דערווייל, מיינט דאס נישט אז די עלעקטראנס "באהאלטן" זיך ערגעץ און דאן קומען צוריק, נאר זיי ווערן בטל במלוא מובן המילה. זיי גייען ארויס פון עקזיסטענץ און ווערן באלד צוריק באשאפן אויפסניי. (דער נאענסטער אופן דאס איבערצוגעבן איז אז די וועלט ווערט יעדע רגע ממש באשאפן יש מאין.)



די אלע מאדנע, נגד-השכל'דיגע זאכן געשעען נאר אזוי לאנג ווי עמיצער קוקט נישט אויף די עלעקטראנס. איינמאל א מענטש קוקט אויף דעם שטח, וואו דאס אלעס שפילט זיך אויס, טוישט זיך אלעס און די עלעקטראנס הייבן זיך אן אויפפירן נארמאל. ("קוקן" מיינט נישט דווקא מיט די פליישיגע אויגן, נאר סיי וואספארא אופן, מיט סיי וואספארא כלי/ממוצע/טעכנאלאגיע. די נקודה איז אז אזוי לאנג ווי מען פרואווט נישט "כאפן" דעם עלעקטראן, פירט ער זיך לויט די מאדנע כללים.)

אזוי לאנג ווי מען קוקט אים נישט אן, איז אן עלעקטראן איבעראל און אין ערגעץ נישט. איינמאל עמיצער קוקט, ווערט דער עלעקטראן א נארמאלער פּאַרטיקל, א קליין שטיק ממשות, וואס קען געמאסטן ווערן, געזען ווערן, און ער פארמאגט באשטימטע גרעניצן וואו ער איז און וואס ער טוט.


ווי שוין דערמאנט, פארשטייט סייענס נישט דעם פשט אינעם קוואנטום פיזיקס סדר. וויסנשאפטלער מאכן חשבונות און פירן דורך עקספערימענטן. דאן קענען זיי אונז, פשוט'ע מענטשן, מיטטיילן די רעזולטאטן. סייענס פארשטייט נישט קוואנטום פיזיקס קיין סך בעסער ווי מיר אלע. במילא איז נישט שייך זיך אפצושטעלן פרעגן "פארוואס" און "וויאזוי".

פארט זענען פאראן זאכן אין קוואנטום פיזיקס וואס זענען אזוי מבהיל הרעיון, אז אפילו אן פארשטיין איז אויך אינטערעסאנט צו שפעקולירן וועגן זיי. איינע אזא מערקווירדיגער חידוש איז דאס וועגן וואס מיר רעדן יעצט, ווי מיט'ן בלויז קוקן אויף א זאך, איז מען איר ממש משנה; אין א וועג, "באשאפן" מיר א נייע מציאות בלויז מיט קוקן. דער עלעקטראן איז ערגעץ וואו אין אנדער וועלט ווען מיר קוקן נישט. איינמאל מיר קוקן דערויף, טוישט ער זיך, ווערט א ממשות, און שפרינגט אריין אין אונזער וועלט, אין אונזערע חוקי הטבע.

עס דארף אונטערגעשטראכן ווערן, אז דער טויש איז נישט קיין אילוזיע, עפעס וואס דאכט זיך. ס'איז נישט אז מיר קענען פשוט נישט זען וואס דער עלעקטראן טוט ביז מיר קוקן. נאר עס בוכשטעבליך אמת במלוא מובן המילה: דער עלעקטראן עקזיסטירט נישט ווי א געהעריגע בריאה אין אונזער וועלט, ביז עמיצער קוקט אויף אים. שטעלט זיך פאר אז אייער הויז, קאר, חבר מיט וועמען איר שמועסט, קאמפיוטער אויף וועלכן איר לייענט יעצט די דאזיגע שורות -- זיי אלע זענען נישטא, באמת נישטא, ביז איר קוקט. איינמאל איר כאפט א בליק דארט וואו איר דערווארט זיי זאלן זיך געפינען, טויכן זיי פלוצלונג אויף. מיט מענטשן, הייזער, קאמפיוטערס געשעט עס טאקע נישט; אויף דעם קוואנטום שטאפל אבער יא.

נאך מער: עקספערימענטן האבן געוויזן אז דער עלעקטראן ווייסט פאר פאראויס צי עמיצער וועט קוקן אויף אים, צי נישט. דער דאזיגער עקספערימענט איז אן אריכות פאר זיך (איך האב אויבן געשטעלט א לינק צו א קליפ וואס איז אים מסביר בקיצור). אין ממש א ווארט ארבעט עס אז עלעקטראנס ווערן ארויסגעשאסן פון אזא מאשין צו א באשטימטן ציל, און מען קוקט דאן וואו זיי גייען און וואס זיי טוען אויפ'ן וועג. געוואנדן צי מען קוקט אויף זיי צי נישט, וועלן די עלעקטראנס זיך אויפפירן אינגאנצן אנדערש. אויב קוקט מען אויף זיי, וועלן זיי טאן איין זאך; אויב נישט, וועלן זיי זיך אויפפירן אנדערש. די רעזולטאטן פון דעם עקספערימענט ווייזן קלאר אז נישט נאר "ווייסט" דער עלעקטראן צי מען קוקט אויף אים, נאר ער ווייסט עס פון פאראויס, נאך איידער דער עקספרימענטירער זעלבסט האט באשלאסן וואס ער וויל טאן, קוקן צי נישט, וואס יענער וועט למעשה טאן.

פון וואו "ווייסט" דער עלעקטראן אז מען קוקט אויף אים? וואספארא באשעפעניש איז ער, אז ער קען די אלע זאכן טאן? וואס האט מיין קוקן מיט'ן עלעקטראנ'ס עקזיסטענץ?
מאנטאג אפריל 02, 2012 1:17 pm#3772
Re: קוואנטום פיזיקס
איך קען נישט זאגן אז איך פארשטיי אלעס. אבער איך האב געליינט די ערשטע פאר פון פשוט קאמפליציט׳ס תגובות, און איך פאנגט אן צוצוקימען צו די מדריגה פון תכלית הידיעה שלא נדע. צו וויסן אז מ׳קען נישט פארשטיין. אז ס׳איז סתירה׳דיג. איך גלייב אז נאך אפאר שיעור כללי׳ס פון פשוט קאמפליצירט׳ס דאון טא ערט ערקלערונגען וועל איך מער און מער פארשטיין.
מאנטאג אפריל 02, 2012 2:35 pm#3781
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:נאך א משונה'דיגע דערשיינונג אין קוואנטום פיזיקס איז ווי פאלגנד. ווען צוויי עלעקטראנס ווערן באשאפן אויפאמאל, און ווערן דערנאך צעטיילט, בלייבן זיי "פארבינדן" אויף א מיסטעריעזן אופן. אויב וועט מען עפעס טאן צו איינעם פון די עלעקטראנס, לאמיר זאגן אים געבן א דריי, וועט דער צווייטער עלעקטראן ספאנטאן טאן די זעלבע זאך - ער וועט זיך נעמען דרייען אינאיינעם מיט'ן ערשטן. די עלעקטראנס וועלן זיך אזוי אויפפירן אפגעזען פון דעם מרחק צווישן זיי. דאס הייסט, אפילו זיי וועלן אזוי ווייט אפגעטיילט ווערן, אז ס'וועט צווישן זיי צוויי זיין א מרחק פון מיליאנען ליכט-יארן, וועלן זיי זיך "נאכטאן" איינעם דעם צווייטן. אז איר וועט געבן א פליק איינעם פון זיי, וועט דער צווייטער רעאגירן אין דער זעלבער אותו-רגע ווי גלייך איר האט אים געפליקט.

דער פלא מיט דעם איז וואס אין סייענס איז פאראן א כלל אז גארנישט קען גיין שנעלער ווי די שנעלקייט פון ליכט. "גארנישט" מיינט אפילו אינפארמאציע, און גרמא'ס - גארנישט. (זע דעם אשכול - viewtopic.php?f=19&t=99). דא געפינען מיר אבער אז איין עלעקטראן איז משפיע אויפ'ן אנדערן ממש באותו רגע, אן קיין טראפ צייט צווישן. דאס הייסט, אז די השפעה פונעם געפליקטן עלעקטראן אויף זיין צווילינג געשעט שנעלער ווי דער שנעלקייט פון ליכט. אבער דאס איז דאך אוממעגליך! עס איז ווי גלייך די צוויי זענען באמת איין לאנגער עלעקטראן"שטיק", נאר מיר קענען זען בלויז די צוויי עקן.



איך וויל אביסל בעסער מסביר זיין quantum entanglement, ווי דער פענאמען איז באקאנט. די שנעלקייט פון ליכט איז, ווי שרגא האט מסביר געווען אין יענעם אשכול, דער קאסמישער ספיד לימיט. גארנישט אין דער בריאה קען גיין שנעלער ווי דעם ספיד פון (בערך) 186,000 מייל-פער-סעקונדע. די דאזיגע באריערע איז אבער נישט בלויז פאר זאכן וואס פליען, ריקן זיך, אז זיי קענען נישט גיין שנעלער פון דעם ספיד, נאר פאר משפיע/נשפע, סיבה/מסובב, cause/effect, אא"וו. ווען איך זאל טאן עפעס, וואס איז אייך גורם זיך צו פרייען, וועט אט די צייט פון ווען איך טו מיין אקט, ביז דאס געפיל פון פרייד רופט זיך ביי אייך אפ נישט קענען זיין שנעלער ווי דעם "ספיד אוו לייט". א קאמפיוטער, אפגעזען ווי ווייט די טעכנאלאגיע זאל נאר פראגרעסירן, וועט קיינמאל נישט קענען לויפן שנעלער ווי דעם ספיד. די נקודה איז, אז יעדע צוויי זאכן מיט וואס וואספארא שייכות און קאנעקשאן עס זאל נאר נישט זיין, אויף סיי וואספארא אופן, דורך סיי וואספארא ממוצע -- קען נישט געשען שנעלער ווי דעם ספיד פון 186,000 מייל פער סעקונדע.

צוויי אויפאמאל-באשאפענע עלעקטראנס איז דער איינציגער אויסנאם. די עלעקטראנס פייפן זיך אן אויף דער דאזיגער געזעץ אין פיזיקס. דער מחדש פון דעם איז טאקע איינשטיין, וועלכער איז אויפגעקומען מיט דעם, אז די שנעלקייט פון ליכט איז דער אולטימאטיווער ספיד לימיט. איינשטיין, וועלכער איז נישט געווען קיין גרויסער חסיד פון קוואנטום פיזיקס, איז אויפגעקומען מיט דעם אלס א פרואוו צו ווייזן אז קוואנטום פיזיקס שטימט נישט. איז ער אויפגעקומען מיט דעם עקספערימענט, וואס ווייזט אז אויב קוואנטום פיזיקס ארבעט טאקע אויף דעם אופן, וועט אויסקומען אז די אינפארמאציע-אויסטויש צווישן די צוויי עלעקטראנס -- די השפעה וואס איינער פון זיי האט אויפ'ן אנדערן -- לויפט שנעלער ווי דער ליכט שנעלקייט.

איינשטיינ'ס מסקנא איז געווען: אלא מאי שטימט עפעס נישט מיט קוואנטום פיזיקס. די מסקנא פון סייענטיפישע עקספערימענטן איז אבער געוווען: קוואנטום פיזיקס שטימט יא, און די אינפארמאציע צווישן די צוויי עלעקטראנס לויפט טאקע שנעלער ווי דער שנעלקייט פון ליכט.

למעשה ווייסט סייענס מכוח אנדערע חשבונות און עקספערימענטן אז די שנעלקייט פון ליכט איז פארט די שנעלסטע וואס נאר מעגליך, און גארנישט קען גיין שנעלער פון דעם.

געוויסע סייענטיסטן ווילן שפעקולירן אז די צוויי עלעקטראנס זענען באמת נישט אפגעטיילט איינער פון אנדערן -- הגם צו אונז זעט עס אזוי אויס. ערגעץ-וואו, ביי א געוויסער מדריגה, וואוהין אונזערע ידיעות זענען נאכנישט אנגעקומען, זענען זיי מקושר. א פאסיגער משל איז א ברייטפארצווייגטער בוים. די ווארצלען פון א געזונטן בוים צעצווייגן זיך אפטמאל אונטער דער ערד אויף א היפשן שטח ארום דעם בוים. זיי קענען אפט ארויסשטארן פון דער ערד א שיינע פאר פיס אוועק פונעם בוים. אויבנאויף זעט דער ווארצל אויס ווי אן עלנדער צווייג; אז מען באטראכט עס אבער פון דער נאענט, קען מען זען אז ער איז טייל פון א נעץ ווארצלען, וואס זענען אלע טייל פון יענעם דיקן בוים אט דארט.

איז די שפעקולאציע אז "מציאות", עקזיסטענץ, reality, גייט טיפער ווי מיר מיינען, און ערגעץ וואו אראפ זענען די עלעקטראנט לעולם איינס. פאר אונז, אויף דעם שטאפל פון אונזער עקזיסטענץ, פון אונזערע השגות, זעען זיי אויס פונאנדערגעטיילט.

אויב דאס זאל זיין אמת, מוז מען צוקומען צו א פאנטאסטישע מסקנא. דער אנגענומענער מהלך אין סייענס איבער דאס באשאף פון דער וועלט איז די "ביג בענג" טעאריע. די טעאריע זאגט אז די בריאה האט זיך אנגעהויבן מיט א פיצעלע נקודה, וואס האט פארמאגט אין זיך בכוח אלעס וואס איז נאר ווען-אמאל באשאפן געווארן. דאס דאזיגע פינטל האט עקספלאדירט און אנגעהויבן עקספאנסירן, זיך צעשפרייטן. (דאס איז א מסכת פאר זיך. ס'איז מערקווירדיג אז די ווערטער וואס סייענס ניצט צו שילדערן דעם ביג בענג ענדלען היפש אין דעם אופן ווי דער רמב"ן איז מסביר דעם "היולי".)

די דאזיגע "נקודה", singularity, איז געווען אזוי קליין, ווי דעם שטאפל ביי וועלכן די געזעצן קוואנטום פיזיקס הערשן. לויט דעם חשבון פון פריער, מיט די צוויי עלעקטראנס, אז איינמאל צוויי קוואנטום-פיזיקס טיילן ווערן אויפאמאל באשאפן בלייבן זיי באהאפטן לעולם ועד, קומט אויס אז די גאנצע בריאה איז ביים יסוד, יענעם מיסטעריעזן שטאפל ווואוהין מיר דארפן נאך אנקומען, מקושר. די גאנצע בריאה איז איין גרויסע "זאך", וואס מאניפעסטירט זיך אויף דעם לעוועל וואו מיר זענען אין פארשידענע פארמען און אופנים.
מאנטאג אפריל 02, 2012 5:59 pm#3800
Re: קוואנטום פיזיקס
קיפ איט קאמינג, פ"ק. צוביסלעך צוביסלעך איי עם געטינג די הענג אף איט.
מאנטאג אפריל 02, 2012 6:30 pm#3801
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן: עס איז ווי גלייך די צוויי זענען באמת איין לאנגער עלעקטראן"שטיק", נאר מיר קענען זען בלויז די צוויי עקן.

קומט אויס לויט דיר, אויב איך האב א שטעקן וואס איז א ליכט-יאר לאנג און מיין חבר שטייט אויף א שטערן וואס איז א ליכט-יאר ווייט פון מיר און איך געב דעם שטעקן א זעץ וועט מיין חבר גלייך שפירן דעם זעץ, ס'דאך אבער נישט אזוי, גארנישט גייט נישט שנעלער ווי די ספיד אוו לייט, מיין חבר וועט שפירן די זעץ א יאר שפעטער.

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן: איינשטיין, וועלכער איז נישט געווען קיין גרויסער חסיד פון קוואנטום פיזיקס, איז אויפגעקומען מיט דעם אלס א פרואוו צו ווייזן אז קוואנטום פיזיקס שטימט נישט. איז ער אויפגעקומען מיט דעם עקספערימענט, וואס ווייזט אז אויב קוואנטום פיזיקס ארבעט טאקע אויף דעם אופן, וועט אויסקומען אז די אינפארמאציע-אויסטויש צווישן די צוויי עלעקטראנס -- די השפעה וואס איינער פון זיי האט אויפ'ן אנדערן -- לויפט שנעלער ווי דער ליכט שנעלקייט.

איינשטיינ'ס מסקנא איז געווען: אלא מאי שטימט עפעס נישט מיט קוואנטום פיזיקס. די מסקנא פון סייענטיפישע עקספערימענטן איז אבער געוווען: קוואנטום פיזיקס שטימט יא, און די אינפארמאציע צווישן די צוויי עלעקטראנס לויפט טאקע שנעלער ווי דער שנעלקייט פון ליכט.

איינשטיין איז נישט געווען קעגן קוואנטאם פיזיקס פער סעי, נאר קעגען די קאפענהעגן אינטערפעטאציע.
איינשטיין, באריס פאדאלסקי און נתן רוזען, (דריי יודישע בויעס) זענען ארויסגעקומן מיטן באקאנטען EPR Paradox מיט בערך וואס דו שרייבסט, אבער אביסעלע טיפער, אז נישט נאר ווייסט די צווייטע פארטיקעל ווען די ערשטע פארטיקל איז געמעזשערט געווארן, נאר ער ווייסט אויך אויף וועלכען אקסיס ס'געמעזשערט געווארען, זיי קומען צום מסקנא אז קוואנטום מעכאניקס קען זיין מעגליך, אבער אז די טעאריע איז נישט מושלם און ברויך נאך אסאך ארבעט.
היינט איז דא אסאך וואס פראבירן צו מאכן א טעאריע אויף אלעס און מאחד זיין רעלאטיוויטי און קוואנטום, איין קאנדידאט איז סטרינג טעאריע, וואס איך הייב נישט אן צו פארשטיין. אבער דאס איז א עקסטערע נושא פאר זיך, נא, נחזור לעניננו...
מאנטאג אפריל 02, 2012 9:41 pm#3839
Re: קוואנטום פיזיקס
ר׳ פשוט. איך האב יעצט געליינט די אלע הודעות דיינע אין איין אטעם, און עס איז באמת בפלא ופלא און איך קוק ארויס אויף דעם המשך.
איך האב געטראכט די זעלבע ווי געפילטע פיש, און איך בין נייגעריג צו הערן דעם תירוץ אויף דעם. דער אמת איז אבער אז איך טראכט יעצט אז פשט איז אנדערש. געפילטע פיש איז גערעכט אז א האק אויף א שטעקן קען אנקומען צו די אנדערע זייט נאר אזוי שנעל ווי די שנעלקייט פון ליכט, דאס איז וויבאלד דער האק ווערט א כוואליע וואס פארט דורך דעם גאנצן לענג פון דעם שטעקן. וואס וועט אבער זיין אויב איינער דרייט דעם שטעקן, אזוי ווי איינער דרייט דעם עץ-חיים פון א ספר תורה, וועט זיך דער גאנצער שטעקן לכאורה דרייען צוזאמען פון איין עק ביזן צווייטן.
מאנטאג אפריל 02, 2012 10:52 pm#3846
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:צוויי קוואנטום-פיזיקס טיילן ווערן אויפאמאל באשאפן בלייבן זיי באהאפטן לעולם ועד

זיי בלייבן נישט באהאפטן לעולם ועד. זיי זענען באהאפטן נאר ביז ווילאנג מען מעסט דאס. און אגב, דאס איז אמת ביי איעדעס קוואנטאם פארטיקל, נישט נאר עלעקטראנס.
מאנטאג אפריל 02, 2012 11:25 pm#3848
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
איינשטיינ'ס מסקנא איז געווען: אלא מאי שטימט עפעס נישט מיט קוואנטום פיזיקס. די מסקנא פון סייענטיפישע עקספערימענטן איז אבער געוווען: קוואנטום פיזיקס שטימט יא, און די אינפארמאציע צווישן די צוויי עלעקטראנס לויפט טאקע שנעלער ווי דער שנעלקייט פון ליכט.

נישט אזוי. איינשטיינס מסקנא איז געווען אז עס קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכט, ממילא טוינ עפעס נישט מיט קוואנטאם פיזיקס. וואס ער האט ניטאמאל געוואלט נעמען אין באטראכט איז אז עס קען גאר זיין אז עפעס זאל נשפע ווערן פון א זאך וואס איז נישט דא, נאר איז ווייט אוועק. האט אבער בעלל געוויזן אז דאס מוז סיי ווי זיין אמת, ממילא פעלט דאך נישט אויס צו זאגן אז עפעס ווערט געשיקט שנעלער ווי ליכט, נאר פשוט אז זאכן ווערן נשפע פון דערווייטנס.

געפילטע פיש האט געשריבן: זיי קומען צום מסקנא אז קוואנטום מעכאניקס קען זיין מעגליך, אבער אז די טעאריע איז נישט מושלם און ברויך נאך אסאך ארבעט.

דאס איז געווען איינשטיינס מסקנא. ער איז אבער נישט גערעכט געווען מיט דעם, ווי אויבן דערמאנט, ווייל דאס אז זאכן האבן אן השפעה פון דערווייטנס מוז ממילא זיין אמת און קוואנטאם פיזיקס. און אויב אזוי קען שוין אלעס שטומען.

געפילטע פיש האט געשריבן: היינט איז דא אסאך וואס פראבירן צו מאכן א טעאריע אויף אלעס און מאחד זיין רעלאטיוויטי און קוואנטום

דו מישט אויס ספעשל רעלאטיוויטי מיט דזענערעל רעלאטיוויטי. ספעשל רעלאטיוויטי, וואס האט צוטון מיט די שנעלקייט פון ליכטיגקייט, שטימט זייער גוט מיט קוואנטאם לכל הדעות, אפילו איינשטיין האט דאס נישט געפאלן. דזענעראל רעלאטיוויטי איז אן אנדערע זאך אינגאנצן.
מאנטאג אפריל 02, 2012 11:38 pm#3849
Re: קוואנטום פיזיקס
אנאליזירער האט געשריבן:וואס וועט אבער זיין אויב איינער דרייט דעם שטעקן, אזוי ווי איינער דרייט דעם עץ-חיים פון א ספר תורה, וועט זיך דער גאנצער שטעקן לכאורה דרייען צוזאמען פון איין עק ביזן צווייטן.

ניין, דאס וועט אויך נעמען א יאר צייט. צו מאכן דאס גרינגער אויפן שכל, טראכט אריין וואס פונקטלעך איז דאס וואס מאכט דעם שטעקן זיך דרייען. עס איז די עלעקטרא-מאגנעטישע כוח!
מאנטאג אפריל 02, 2012 11:42 pm#3851
Re: קוואנטום פיזיקס
For those interested in looking up more, see: non-locality. And also Bell's theorem -- besides for the EPR paper mentioned above. I'd love to explain more, but I find it very difficult to type in Yiddish; sorry!
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:18 am#3861
Re: קוואנטום פיזיקס
יא, דודי, דער בעל איז שוין לאנג פון די מיסטעריעזטע זאכן וואס פאסיצינירן מיך און ווייזט ווי מיסטעריעז די נאטור געזעצן זענען.
אגב, מען זעט אז דו ביסט היפש באהאוונט אין די ענינים און דו פארשטייסט וואס דו זאגסט, טא לאז דיך הערן אביסעלע.
דינסטאג אפריל 03, 2012 11:44 am#3889
Re: קוואנטום פיזיקס
קול דודי האט געשריבן:וואס ער האט ניטאמאל געוואלט נעמען אין באטראכט איז אז עס קען גאר זיין אז עפעס זאל נשפע ווערן פון א זאך וואס איז נישט דא, נאר איז ווייט אוועק. האט אבער בעלל געוויזן אז דאס מוז סיי ווי זיין אמת, ממילא פעלט דאך נישט אויס צו זאגן אז עפעס ווערט געשיקט שנעלער ווי ליכט, נאר פשוט אז זאכן ווערן נשפע פון דערווייטנס.


בעל האט געוויזן אז ס'איז פאראן א מציאות אז איין זאך זאל משפיע זיין אויף א צווייטער זאך שנעלער ווי דעם ספיד אוו לייט. דאס מציאות און אומשטענדן פון וואס ער האט גערעדט איז די היכי-תמצא מיט די צוויי פארטיקלס פון וואס כ'האב פריער גערעדט. בעל האט פשוט קאטעגאריזירט וואס איינשטיין און זיינע חברים זענען אויפגעקומען אינעם EPR געדאנק עקספערימענט. איינשטיין האט געפרעגט: לו יהא אז קוואנטום פיזיקס ארבעט טאקע ווי דו זאגסט, קומט דאך אויס אז ס'איז דא עפעס דא וואס גייט שנעלער ווי דער שנעלקייט פון ליכט. און דאס איז דאך אוממעגליך. בעל'ס טעאריע זאגט אז איינשטיינ'ס קאסמישער ספיד לימיט איז נאר אמת ביי געוויסע סארט קאנעקשאנס (לאקאל). ביי נאן לאקאל קענען זאכן יא קאמוניקירן שנעלער ווי דעם ספיד.

כ'האב עס גוט אפגעלערנט, קול דודי?

בעל האט אבער נישט געוואוסט מסביר צו זיין וואס איז עס, דער נאן-לאקעל קאנעקשאן, וואס גייט יא שנעלער ווי דעם ספיד אוו לייט. אויף דעם ארויף שפעקולירן געוויסע סייענטיסטן (איך האב עס צום ערשטן מאל געלייענט, דאכט זיך, פון פרעד אלען וואלף) וועגן דער סברה אז די עלעקטראנס זענען בעצם צוויי טיילן פון איין גרויסער "זאך".
דינסטאג אפריל 03, 2012 11:48 am#3890
Re: קוואנטום פיזיקס
קול דודי האט געשריבן:For those interested in looking up more, see: non-locality. And also Bell's theorem -- besides for the EPR paper mentioned above. I'd love to explain more, but I find it very difficult to type in Yiddish; sorry!



ג"א מצטרף לבקשת שרגא. אויב ס'איז שווער צו טייפן אידיש, דאן שטעל זיך אפ זאגן וואו איך בין ראנג. איינע פון די סיבות פארוואס איך שרייב דאס אלעס איז איינשצושטעלן א סדר ביי זיך אליין. איך האב די זאכן געלייענט שטיקלעך, שפרינגענדיג און זייער נישט מסודר. איך וויל זיך קלאר מאכן וואס און וויפיל איך פארשטיי די סוגיא.
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:10 pm#3893
Re: קוואנטום פיזיקס
געפילטע פיש האט געשריבן:איינשטיין איז נישט געווען קעגן קוואנטאם פיזיקס פער סעי, נאר קעגען די קאפענהעגן אינטערפעטאציע.
איינשטיין, באריס פאדאלסקי און נתן רוזען, (דריי יודישע בויעס) זענען ארויסגעקומן מיטן באקאנטען EPR Paradox מיט בערך וואס דו שרייבסט, אבער אביסעלע טיפער, אז נישט נאר ווייסט די צווייטע פארטיקעל ווען די ערשטע פארטיקל איז געמעזשערט געווארן, נאר ער ווייסט אויך אויף וועלכען אקסיס ס'געמעזשערט געווארען, זיי קומען צום מסקנא אז קוואנטום מעכאניקס קען זיין מעגליך, אבער אז די טעאריע איז נישט מושלם און ברויך נאך אסאך ארבעט.
היינט איז דא אסאך וואס פראבירן צו מאכן א טעאריע אויף אלעס און מאחד זיין רעלאטיוויטי און קוואנטום, איין קאנדידאט איז סטרינג טעאריע, וואס איך הייב נישט אן צו פארשטיין. אבער דאס איז א עקסטערע נושא פאר זיך, נא, נחזור לעניננו...



איינשטיין האט געשטערט די "אומבאשטימטקייט" אין קוואנטום פיזיקס, אז ס'זענען דא זאכן וואס האבן נישט קיין באשטימטע זיכערקייט. זיין סטעיטמענט דערוועגן, G-d doesn't play dice with the universe, איז ברייט בארימט.

אחוץ דעם האט אים געבאדערט quantum entanglement, וואס ער האט באצייכנט ווי spooky action at a distance.

כ'מיין אז דער קאפענהאגן פירוש איז געווען דער איינציגער גאנגבארער אין יענער תקופה. די מולטי-אוניווערס טעאריע איז שפעטער אויפגעקומען. (כ'רעד פון זכרון; קארעקט מי איף איי'ם ראנג.)

סטרינג טעאריע פארשטייט קיינער נישט -- אריינגערעכנט די וואס גלייבן און טוען דערין. די שטריקן טעאריע וויל זאגן אז אלעס אויף דער וועלט -- יעדער סארט פארטיקל און ענערגיע -- איז ביים יסוד א שטריקל. יעדעס שטריקל וויברירט (ווי סטרינגס אויף א גיטאר). אלע שטריקן באשטייען פון זעלבן מאטעריאל. דער חילוק פון זאך ביז זאך איז דער אופן וויאזוי זיי וויברירן (פונקט ווי אין א גיטאר -- וואס שטארקער דער "סטראם", אלץ העכער דער קול). אלעס מיר מיר זעען און שפירן זענען טיף טיף אראפ ביסודם בעצם א שטריק.

די פראבלעם מיט דער טעאריע איז אז די מאטעמאטיקס דערפון זענען אזוי קאמפליצירט, אז קיינער האט זיי נאכנישט דורכגעטאן. אזוי אויך, די שטריקן זענען אזוי קליין, אז סייענס היינט קען נאכנישט טראכטן פון א וועג וויאזוי צו פיזיש זיי טעסטן. יעדער אזא שטריק איז א מיליאנסטל פון א ביליאנסטל פון א ביליאנסטל פון א ביליאנסטל פון א סענטימעטער. אלס אילוסטראציע: אויב וואלטן מיר אויפגעבלאזן אן אטאם ער זאל זיין אזוי גרויס ווי דעם סאלאר סיסטעם (זון און אלע פלאנעטן), וואלט א סטרינג געווען אזוי גרויס ווי א בוים. כ'האב אמאל געלייענט אז אויב זאלן מיר וועלן באיזה אופן שהוא וועלן זען די סטרינגס, וועלן מיר זיך נויטיגן אין א "פּארטיקל סמעשער" די גרויס פונעם "מילך וועג".

סטרינג טעאריע נויטיגט זיך אויך אין נאך דימענסיעס, וואס מען קען לכאורה אויך נישט באשטעטיגן אדער אפפרעגן, ווייל זיי זענען "אינדרויסן" פון אונזער מציאות.

כ'מיין אז סטרינג טעאריע איז מער א בחינה ווי "בעסער ווי גארנישט".
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:39 pm#3903
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:בעל האט געוויזן אז ס'איז פאראן א מציאות אז איין זאך זאל משפיע זיין אויף א צווייטער זאך שנעלער ווי דעם ספיד אוו לייט. דאס מציאות און אומשטענדן פון וואס ער האט גערעדט איז די היכי-תמצא מיט די צוויי פארטיקלס פון וואס כ'האב פריער גערעדט. בעל האט פשוט קאטעגאריזירט וואס איינשטיין און זיינע חברים זענען אויפגעקומען אינעם EPR געדאנק עקספערימענט.

No, that was obvious from the EPR paper... sort-of. The EPR paper argued this: look, quantum mech. claims that it is a complete description of reality -- that is,certain properties of reality don't exist, in a sense, before we test it. But we can show that in this experiment, the outcome of tests will change based on what a distant experimenter does with the other particle. Therefore, THIS particle must have inherently contained both realities beforehand, in contrasditinction to the orthodox Copenhagen interpetation. It never occured to anyone in EPR to talk about communication faster than the speed of light, which is obviously impossible.

But Bell showed that however you choose to resolve the EPR paradox, it is simply IMPOSSIBLEthat the particle knows about both realities beforehand -- at least not 'locally.' So whatever EPR claims, their fundemental assumption is wrong: the particle does NOT have both realities simultaneously as was argued by EPR. So then whence the influence one particle has on the other? Well, we must come to quantum entanglement, which tells us simply that 'spooky action at a distance' must be possible. Note the action is at a distanve -- that is, it does NOT have to travel from here to there in order to have an effect.

Now, note that we CANNOT use this effect to send information faster than the speed of light, and therefore most physicists are quite comfortable with it. But some mathematical physicists have shown that entanglement is not quite Laurentz invariant, and therefore cannot be formally put into the special relativity methamatical framework. But be that as it may, "information" doesn't travel faster than light even in this case, so physicists are happy claiming that this is fully compatible with special relativity.

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:אאז די עלעקטראנס זענען בעצם צוויי טיילן פון איין גרויסער "זאך".

You have to be more precise -- electrons according to the modetrn understanding have no size (fundemantal particles are 'point' partticles) so I'm not sure what you mean by it being one BIG thing.
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:45 pm#3904
Re: קוואנטום פיזיקס
יישר כוח.

בנוגע עלעקטראנס זיין א "זאך" -- איך קען נישט טראכטן פון קיין אנדערן אופן עס צו צו באצייכענען אויף אונזער וואקובאלאר.
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:48 pm#3906
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:ג"א מצטרף לבקשת שרגא. אויב ס'איז שווער צו טייפן אידיש, דאן שטעל זיך אפ זאגן וואו איך בין ראנג. איינע פון די סיבות פארוואס איך שרייב דאס אלעס איז איינשצושטעלן א סדר ביי זיך אליין. איך האב די זאכן געלייענט שטיקלעך, שפרינגענדיג און זייער נישט מסודר. איך וויל זיך קלאר מאכן וואס און וויפיל איך פארשטיי די סוגיא.

Well, see, it is extremely difficult to explain the issues to someone with no quantum formalism and mathematical training. You are unfortunately trying to learn toisfos before knowing the gemooreh; amd no, unlike what your rebbes might have told you, gemooreh does NOT prepare you to dive into difficult scientific subjects. I'm trying my best to help, and I admire the things you've obviously read up on, but still, I cannot correct all your mistakes. It will take too long. If you (or anyone else) wants to try to read up on it, I have a paper I wrote trying my best to explain these things at a pretty low level. I can send it. But realistically speaking, I'm not sure how much you will understand.
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:51 pm#3907
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:יישר כוח.

בנוגע עלעקטראנס זיין א "זאך" -- איך קען נישט טראכטן פון קיין אנדערן אופן עס צו צו באצייכענען אויף אונזער וואקובאלאר.

How about 'they are entangled'? ;)
דינסטאג אפריל 03, 2012 1:11 pm#3911
Re: קוואנטום פיזיקס
קול דודי האט געשריבן:Well, see, it is extremely difficult to explain the issues to someone with no quantum formalism and mathematical training. You are unfortunately trying to learn toisfos before knowing the gemooreh; amd no, unlike what your rebbes might have told you, gemooreh does NOT prepare you to dive into difficult scientific subjects. I'm trying my best to help, and I admire the things you've obviously read up on, but still, I cannot correct all your mistakes. It will take too long. If you (or anyone else) wants to try to read up on it, I have a paper I wrote trying my best to explain these things at a pretty low level. I can send it. But realistically speaking, I'm not sure how much you will understand.


האסט שוין געזען דאס בוך The elegant universe פון ברייען גרין? ער איז זייער גוט מסביר רעלאטיוויטעט, קוואנטום פיזיקס און סטרינג טעאריע; כמעט יעדער, אפילו אן סייענטיפישע ידיעות, קען עס פארשטיין.
דינסטאג אפריל 03, 2012 1:27 pm#3913
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:האסט שוין געזען דאס בוך The elegant universe פון ברייען גרין? ער איז זייער גוט מסביר רעלאטיוויטעט, קוואנטום פיזיקס און סטרינג טעאריע; כמעט יעדער, אפילו אן סייענטיפישע ידיעות, קען עס פארשטיין.

איך האב דעם בוך נישט געזען, אבער ווואס כ'האב יא געזען צופיל מאל איז מענטשן וואס מיינען זיי פארשטייען קוואנטאם טעאריע, אבער באמת פארשטייען זיי ניטאמאל למחצה לשליש ולרביע. ממילא בין איך א קליין ביסל סקעפטיש, אפשר מיט אומרעכט.
דינסטאג אפריל 03, 2012 1:56 pm#3914
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:די אלע מאדנע, נגד-השכל'דיגע זאכן געשעען נאר אזוי לאנג ווי עמיצער קוקט נישט אויף די עלעקטראנס. איינמאל א מענטש קוקט אויף דעם שטח, וואו דאס אלעס שפילט זיך אויס, טוישט זיך אלעס און די עלעקטראנס הייבן זיך אן אויפפירן נארמאל. ("קוקן" מיינט נישט דווקא מיט די פליישיגע אויגן, נאר סיי וואספארא אופן, מיט סיי וואספארא כלי/ממוצע/טעכנאלאגיע. די נקודה איז אז אזוי לאנג ווי מען פרואווט נישט "כאפן" דעם עלעקטראן, פירט ער זיך לויט די מאדנע כללים.)

אזוי לאנג ווי מען קוקט אים נישט אן, איז אן עלעקטראן איבעראל און אין ערגעץ נישט. איינמאל עמיצער קוקט, ווערט דער עלעקטראן א נארמאלער פּאַרטיקל, א קליין שטיק ממשות, וואס קען געמאסטן ווערן, געזען ווערן, און ער פארמאגט באשטימטע גרעניצן וואו ער איז און וואס ער טוט.



שטעלט זיך יעצט די שאלה, וואס און וואו איז דער עלעקטראן ביז מען קוקט אויף אים? מיר ווייסן שוין אז ווען מען קוקט נישט, איז דער פארטיקל ווי א בחור אינדרויסן פון ישיבה -- ער טוט וואס ער וויל, ווען ער וויל, וויאזוי ער וויל, אן אפגעבן דעם מינדסטן דין וחשבון פאר דעם שכל און די חוקי הטבע. איינמאל מען קוקט אויף אים, ווערט דער עלעקטראן א וואויל יונגל; ער מאכט-איין אויף איין פלאץ און שטעלט א פנים מלא תמימות ווי גלייך נישט אים מיינט מען.

זענען פאראן צוויי אנגענומענע מהלכים. דער ערשטער זאגט אז אזוי לאנג ווי א קוואנטום פארטיקל ווערט נישט אבסערווירט, עקזיסטירט ער בכוח, אבער נישט בפועל. ס'איז דא עפעס א זאך וואס איז "מוכן לקבל צורה", אבער איז נאכנישט ארויס מן הכוח אל הפועל. א קערנדל האט אין זיך א בוים, בכוח. אן "עמבראָי" וועט ווערן א מענטש -- וועלכער געפינט זיך קאדירט אין אים יעצט בלויז בכוח. זאגט די דאזיגע טעאריע (באקאנט ווי די "קאפענהאגן אינטערפרעטעישאן"), אז די בריאה ביים יסוד עקזיסטירט אין א צווישן-צושטאנד, אזא בין השמשות צווישן "אֵין" און "יש". דעם מענטשנס קוק פרירט דעם פארטיקל אריין אין א מצב פון "זיין" -- אריין אינעם עולם המציאות וואו מיר לעבן. דארט און דעמאלט נעמט דער עלעקטראן אן א פארם און ווערט א זיכערע, דעפינירטע זאך.

דער צווייטער מהלך איז באזירט אויף א הנחה, אז יעדע זאך וואס קען נאר געשען, געשעט באמת. א פשוט'ע אילוסטראציע: ווען איך שפאציר אויף א ראוד און קום אן צו א פרשת דרכים וואס פירט אין צוויי אנדערע ריכטונגען, גיי איך אין ביידע. איך זע זיך טאקע גיין נאר אויף איינעם פון די צוויי וועגן; אבער דער דאזיגער "איך" מיט דער גאנצער רעאליטעט פון מיין וועלט, איז בלויז איין קאפי פון מערערע. וויבאלד איך האב באקומען פאר זיך די מעגליכקייט אויסצוקלויבן צווישן צוויי ברירות, זענען באלד באשאפן געווארן צוויי רעאליטעטן: אין דער ערשטער איז פשוט-קאמפליצירט געגאנגען רעכטס, און אין דער צווייטער איז ער געגאנגען לינקס. מיין מציאות האט זיך, כלומר, געשפאלטן. איך זע זיך טאקע נאר אין איינעם. ס'איז אבער דא יעצט נאך אן "איך", נאך א פשוט-קאמפליצירט, וואס איז געגאנגען אין דער אנדערער ריכטונג. אין יענעם קאפּי איז פאראן א גאנצע וועלט, וואס אנטהאלט אלעס וואס פשוט-קאמפליצירט זעט, לעבט-איבער, ווייסט, און טוט; א בריאה פולשטענדיג גענוי די זעלבע ווי "מיין" וועלט אין וועלכער איך לעב יעצט, נאר מיט איין שינוי: יענער קאפי פון מר. קאמפליצירט איז געגאנגען לינקס.

די צאל פון אזעלכע "פאראלעלע אוניווערסן" איז די זעלבע ווי דער צאל היכי תמצא'ס וואס קענען נאר געמאלט ווערן. יעדעס מאל וואס איך האב מער ווי איין ברירה, ווערן באשאפן נייע עולמות -- אן עולם/אוניווערס פאר יעדער ברירה באזונדער. (די דאזיגע אוניווערסן שפאלטן און צעצווייגן זיך ווייטער מיט די מעגליכע ברירות דארט.)

וועט עס הייסן, אז דער עלעקטראן עקזיסטירט איבעראל און אייביג אויפאמאל. ווען איך קוק אים אן, "ברענג" איך אים אריין אין איין באשטימטן אוניווערס. אבער אין דער זעלבער צייט געפינט זיך דער עלעקטראן (א קאפי פון אים) אין אן אנדערן אוניווערס, וואו ער טוט גאר עפעס אנדערש (און איך, א קאפי פון מיר, זעט אים טאקע טאן עפעס אנדערש ווי איך זע דא, אין דער וועלט...)

[קול דודי: כוואליע פונקציעס, כוואליע קאָלעפּס והמסתעף זענען נישט וויכטיג להבנת דעם עצם קאנצעפט. כנלענ"ד, אבער ביי אלל מינס: פיל פרי זיי מסביר צו זיין אויף פלעין אידיש.]
מיטוואך אפריל 04, 2012 2:12 am#3979
Re: קוואנטום פיזיקס
קול דודי האט געשריבן:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:ג"א מצטרף לבקשת שרגא. אויב ס'איז שווער צו טייפן אידיש, דאן שטעל זיך אפ זאגן וואו איך בין ראנג. איינע פון די סיבות פארוואס איך שרייב דאס אלעס איז איינשצושטעלן א סדר ביי זיך אליין. איך האב די זאכן געלייענט שטיקלעך, שפרינגענדיג און זייער נישט מסודר. איך וויל זיך קלאר מאכן וואס און וויפיל איך פארשטיי די סוגיא.

Well, see, it is extremely difficult to explain the issues to someone with no quantum formalism and mathematical training. You are unfortunately trying to learn toisfos before knowing the gemooreh; amd no, unlike what your rebbes might have told you, gemooreh does NOT prepare you to dive into difficult scientific subjects. I'm trying my best to help, and I admire the things you've obviously read up on, but still, I cannot correct all your mistakes. It will take too long. If you (or anyone else) wants to try to read up on it, I have a paper I wrote trying my best to explain these things at a pretty low level. I can send it. But realistically speaking, I'm not sure how much you will understand.


קול דודי, איך האב קיינמאל פארשטאנען וויאזוי למעשה קלערט סייענס היינט אז די עקשאן קען געשען ביי א דיסטענץ? איז שוין דא עפעס א טעאריע וואס קען מסביר זיין די סייענס אונטער דעם בעל טעארעם?
אגב, האסט פשוט געלערנט אין היי סקול, אדער האסט אויך שפעטער ספעציפיש געלערנט טעארעטישע פיזיקס?
מיטוואך אפריל 04, 2012 2:13 am#3980
Re: קוואנטום פיזיקס
פשוט קאמפליצירט, א דאנק פאר דיין ארבעט פון פרובירן מאכן דעם קאמפליצירטן ענין אויס פשוט קאמפליצירט.
דאנערשטאג אפריל 05, 2012 12:52 pm#4090
Re: קוואנטום פיזיקס
שרגא האט געשריבן:פשוט קאמפליצירט, א דאנק פאר דיין ארבעט פון פרובירן מאכן דעם קאמפליצירטן ענין אויס פשוט קאמפליצירט.


א יישר. יעצט ביזטו מכובד מיט פתיחה פאר אן אשכול איבער איינשטיינ'ס טעאריע פון רעלאטיוויטעט. (הער אויף ציען מיט די פלייצעס און קראץ אפ די עניוות גרימאסע.)
מיטוואך אפריל 11, 2012 12:30 pm#4362
Re: קוואנטום פיזיקס
א גרויסן דאנק כבוד הג"ר פשוט-קאמפליצירט פאר'ן אונטערצינדן מיין אינטערעסע אין אזא אינטערעסאנטער נושא. עמעזאן האט מיך נעכטן דעליווערט דעם בוך וואס דו האסט רעקאמענדירט The Elegant Universe פון ברייען גרין, און זעענדיג אויפ'ן דעקל אז עס איז דא א "נאָוואַ" פראגראם באזירט אויף דעם בוך, האב איך מיך תיכף געזעצט קוקן דעם פראגראם.
זונטאג אפריל 15, 2012 6:37 pm#4695
Re: קוואנטום פיזיקס
יאנקל האט געשריבן:א גרויסן דאנק כבוד הג"ר פשוט-קאמפליצירט פאר'ן אונטערצינדן מיין אינטערעסע אין אזא אינטערעסאנטער נושא. עמעזאן האט מיך נעכטן דעליווערט דעם בוך וואס דו האסט רעקאמענדירט The Elegant Universe פון ברייען גרין, און זעענדיג אויפ'ן דעקל אז עס איז דא א "נאָוואַ" פראגראם באזירט אויף דעם בוך, האב איך מיך תיכף געזעצט קוקן דעם פראגראם.


א יישר. מיין רעאקציע צום בכבודיגן טיטל וואס דו האסט מיר אזוי ברייטהארציג צוגעטיילט קענסטו אויסלייענען פון די שעמעוודיגע ענווה-גרימאסן וואס האבן איבערגענומען דעם גרעסערן טייל פון מיין פנים.
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 2:09 am#5392
Re: קוואנטום פיזיקס
עטליכע קאמענטארן:
פ״ק האט געשריבן איבער חומר אין קוואנטום שטאפל אז זיי פירן זיך אויף אנדערש ווען מ׳אבזערווירט זיי. וואס, אויב אזוי, איז דער וויסנשאפטליכער מעטאד צו באשטעטיגן דעם חילוק אין אויפפירונג?
*
קול דודי האט געשריבן:
אנאליזירער האט געשריבן:וואס וועט אבער זיין אויב איינער דרייט דעם שטעקן, אזוי ווי איינער דרייט דעם עץ-חיים פון א ספר תורה, וועט זיך דער גאנצער שטעקן לכאורה דרייען צוזאמען פון איין עק ביזן צווייטן.

ניין, דאס וועט אויך נעמען א יאר צייט. צו מאכן דאס גרינגער אויפן שכל, טראכט אריין וואס פונקטלעך איז דאס וואס מאכט דעם שטעקן זיך דרייען. עס איז די עלעקטרא-מאגנעטישע כוח!

קען איינער דאס באשטעטיגן אדער בעסער ערקלערן?
*
קול דודי האט געשריבן: I have a paper I wrote trying my best to explain these things at a pretty low level. I can send it. But realistically speaking, I'm not sure how much you will understand.

וויאזוי קען איך באקומען דיין פאפיר?
*
פ״ק - נאך דיין ערקלערן דעם ״קאפענהאגן אינטערפרעטעישאן״ שרייבסטו ״דער צווייטער מהלך איז באזירט...״ אט דער צווייטער מהלך איז נאך א חלק פון דעם ״קאפענהאגן אינטערפרעטעישאן״, אדער איז עס שוין א נייע טעאריע מיט א נייעם נאמען?
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:08 am#5406
Re: קוואנטום פיזיקס
יאנקל האט געשריבן:עטליכע קאמענטארן:
פ״ק האט געשריבן איבער חומר אין קוואנטום שטאפל אז זיי פירן זיך אויף אנדערש ווען מ׳אבזערווירט זיי. וואס, אויב אזוי, איז דער וויסנשאפטליכער מעטאד צו באשטעטיגן דעם חילוק אין אויפפירונג?


דער קלאסישער עקספערימענט איז דער double slit experiment. דער דאזיגער קורצער יו-טוב קליפ איז עס מסביר אויף א זייער צוגעגנליכן אופן.

*

יאנקל האט געשריבן:פ״ק - נאך דיין ערקלערן דעם ״קאפענהאגן אינטערפרעטעישאן״ שרייבסטו ״דער צווייטער מהלך איז באזירט...״ אט דער צווייטער מהלך איז נאך א חלק פון דעם ״קאפענהאגן אינטערפרעטעישאן״, אדער איז עס שוין א נייע טעאריע מיט א נייעם נאמען?


טאקע נישט קלאר געמאכט. יענץ איז אן אנדערע טעאריע, מיט'ן נאמען many worlds theory. ביידע פון זיי קלינגען ווילד-פרעמד פאר סייענס. און רוב וויסנשאפטלער זענען זייער אומבאקוועם מיט זיי. די זענען אבער די צוויי מעינסטרים טעאריעס.