Under maintenance
הויפט זייט » קוואנטום פיזיקס

קוואנטום פיזיקס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #274
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:49 am#241647
דא ניצן זיי קוואנטעם פיזיקעס צי פארזיכערן מזאל נישט קענען נאכמאכן קרעדיט קארדס
[url=BGR: This new tech can make ID theft and credit card forging almost impossible. m http://google.com/newsstand/s/CBIw9cCF6ho m ]BGR: This new tech can make ID theft and credit card forging almost impossible. google.com/newsstand/s/CBIw9cCF6ho[/url]
מיטוואך אקטאבער 14, 2015 9:36 pm#304539
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:די ענערגיע כוואליעס איז א נושא פאר זיך, אבער פעלט נישט אויס לעצם הנושא (וואס איז גענוג שווער צו פארשטיין אן דעם).

דאס אז יעדער פארטיקל האט אייגנשאפן פון ביידן, פארטיקל און כוואליעס, איז איינער פון די יסודות אין קוואנטום פיזיקס. פאלגנד איז א קורצער קליפ וואס איז עס מסביר אין א ווארט, און גיט א באגריף איבער דער מאדנער סובאטאמישער וועלט - http://www.youtube.com/watch?v=DfPeprQ7oGc

וויאזוי איז שייך צו זאגן אלס א סייענטיפישע געזעץ אז דאס בלויזע אבזערווירן פארטיקלס טוישט די וועג וויאזוי זיי ביהעיוון?
זונטאג יולי 14, 2019 12:45 am#433108
Re: קוואנטום פיזיקס
געפילטע פיש האט געשריבן:
יעצט טראכט איך אז קען זיין דער נושא איז א שטיקל מחותן מיטן ידיעה\בחירה שמועס, אויב ווייסט ער עתידות ווי אזוי קען איך האבן בחירה, אויב ווייסט ער וואס\וואו די פארטיקל גייט זיין ווען איך גיי עס אבזערווירן ווי אזוי קען זיין אז יעצט איז עס אלע פאסיביליטיס.

נישט ממש דאס אבער פארט אינטרעסאנט. דר. מיטשיאו קאקו (א פיזיקער) צום סוף פון זיין בוך The Future of the Mind (אינ׳ם appendix) רעדט ער ארום בנוגע די קשר צווישן די נושא פון קוואנטום פיזיקס און Free Will (הגם נישט פון א טעאלאגישן שטאנדפונקט;ידיעה ווס. בחירה).


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 12:16 pm#435920
א וויץ אין די נושא:

הייסענבערג האט געספיד און די פאליציי האט אים אפגעשטעלט. "דו ווייסט ווי שנעל דו ביסט געפארן?" פרעגט אים דער אפיציר. "ניין", ענטפערט הייסענבערג, "אבער איך ווייס וואו איך בין געווען"...
מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:57 am#435974
מי אני האט געשריבן:א וויץ אין די נושא:

הייסענבערג האט געספיד און די פאליציי האט אים אפגעשטעלט. "דו ווייסט ווי שנעל דו ביסט געפארן?" פרעגט אים דער אפיציר. "ניין", ענטפערט הייסענבערג, "אבער איך ווייס וואו איך בין געווען"...

ויש אומרים:
הייזענבערג האט געספיד אין טעקסאס און די פאליציי האט אים אפגעשטעלט. " העי, דו ביסט געפארן 100 מפ״ש!!" זאגט אים דער טעקסאס אפיציר. ״דאס קען מען נישט טון דא! די ווייסט ווי דו ביסט? ״ניין״, זאגט הייזענבערג. ״אבער כ׳האב געוויסט ביז די האסט זיך געעפנט דאס מויל!״
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 9:52 pm#437484
Re: קוואנטום פיזיקס
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז הרב סאלאווייטשיק זצ״ל אין זיין The Halakhic Mind זאגט, פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט, אז דער רעליגיעזער מענטש דארף צו קאגנייזען רעאליטעט [לגבי סאביעקטיווע רעקאנסטראקשן בתוך מוחו] ענליך צו ווי אזוי דער קוואנטום פיזיקער טוהט דאס לעומת דעם ניוטאניען/קלאסישן פיזיקער, ע״ש באריכות.
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 4:04 pm#439699
דער פיזיקער דר. טשעד ארזעל שרייבט (אויך), אין אנהויב פון זיין בוך How to Teach Quantum Physics to your Dog, אז די נושא פון קוואנטום פיזיקס צווינגט פיזיקער זיך צו אמפערן און זיך אפגעבן מיט אישוס פון פילאזאפיע.
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 4:52 pm#439703
געוואלט שרייבן אין די שבע חכמות אשכול, אבער דא איז מער ערנסט.

איך קוק אן פיליזאפיע אזוי: אמאל (אור-אלטער) זענען אלע חכמות געווען פיליזאפיע, ווען מען רעדט למשל פון אנשי כנסת הגדולה, זיי זענען געווען די חכמים פון פאלק, וואס האבן פארשטאנען תורה, טעאלאגיע, חשבון, אסטרענאמיע, רפואה, אא"וו. און אזוי איז אויך געווען ביי די חכמי אומות העולם.

שפעטער האבן זיך געוויסע חכמות דעוועלאופט, איז עס געווארן א חכמה פאר זיך. עס איז געווארן א "בעל חשבון", האט פיליזאפיע מער נישט געהאנדלט מיט חשבון, ווייל וואס קענסטו פילאזיפירן ווען דו האסט פונקטליכע חשבונות. און אזוי איז געשען מיט יעדע חכמה וואס די מענטשהייט האט איינגענומען, רפואה, צומח, פיזיקס, אא"וו.

מיט וואס איז פיליזאפיע געבליבן? מיט דאס וואס אונז האבן נאכנישט די קלארע פאקטן, באשעפער, בחירה, אחר החיים, אא"וו.

יעצט צו דעם וואס דו זאגסט אז קוואנטום פיזיקס ברענגט פיזיקער צו פיליזאפיע, איך קוק דאס אן ווי די דעפינישען, ווען מען פראבירט צו פארשטיין עפעס וואס מען איז נאך אביסל ווייט פון, פיליזאפירט מען.
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:23 pm#439710
קוואנטום פיזיקס
צו אביסל מרחיב זיין, מ׳קען דאס אפשר מחלק זיין ענליך צו דאס וואס דער חובת הלבבות ברענגט אראפ אין זיין הקדמה. דהיינו, אז עס זענען דא דריי הגדרות אין אויפווייזן א צד אין חכמה, איינס גרעסער פונ׳ם פריערדיגן:

‏1). ניצוח - דאס איז ווען מ׳ברענגט ראיות לכאן ולכאן צו ביידע צדדים, און די איין אינציגסטע וועג צו מכריע זיין צווישן די צוויי איז נוטה צו זיין צו די צד וואס האט ווייניגער קשיות און מער ראיות צו זיך. דאס איז הגם עס קען אליין האבן קשיות אויף זיך; עס האט נאר ווייניגער קשיות אויף זיך.

‏2). ראיה - דאס איז ווען איין זייט האט א ראיה צו זיך און די אנדערע זייט נישט. אבער למעשה קען מען דאס קיינמאל נישט מער אויפווייזן ווי דעם בברירות ביאנד א ראיה שכלית; עס האט נישט מיט די חושים בכלל.

‏3). הוכחה חותכת - דאס איז עפעס וואס מען קען בכלל נישט אפפרעגן; א מופת.

ער פירט אויס (בשם הפילוסוף... ;) ) אז בנוגע חכמות החשבון, הנדסה, תכונה וכו׳, אויף די חכמות זאל מען נוצן די דריטע סארט הגדרה [מופת] אויף זיי אויפצוווייזן (עכ״פ נאכ׳ן האבן אקסיאמן ע״ש [ועיין ערך מונכהויזן טריילעמא]), ע״כ ע״ש ובהמפרשים עליו.

לפי״ז קען מען אפשר זאגן אז לכאורה איז די הגדרה אזוי. פיליזאפיע איז די חכמה וואס אירע הוכחות גייען (אין אלגעמיין עפ״י רוב) בעיקר לויט די ערשטע הגדרה; עס איז מער אבסטראקט לעומת די אנדערע חכמות. משא"כ די אנדערע חכמות, הגם זיי פארמאגן אויך חלקים/טעאריעס וואס ארבעטן אויך בעיקר מיט די הגדרה, זענען זיי על הכלל כולו מער ניתן אויפצוווייזן וכדומה דורך מער עמפירישע אופנים וכו'; די (צווייטע און) דריטע הגדרה(/הגדרות).

(און דאס קען מען טאקע זעהן (א ראיה... ;) ) אין דעם אז אין די דאמעין פון פיליזאפיע איז אין אלגעמיין אין די פעלדער דערפון נישט דא קיין אנגענומענע קאנסענסוס און הסכמה.)

דאס פארענטפערט אויך די חילוק צווישן פסיכאלאגיע און פילאזאפיע, וואס ווערט ערווענט דארט אין די אשכול וועגן וואס עס זענען די שבע חכמות.

(צווישן די צווייטע און דריטע הגדרות קען מען אפשר אריינלערנען א חילוק צווישן ראציאנאליזם און עמפיריסיזם, ועיין כאן.)
פרייטאג יאנואר 03, 2020 11:18 am#440920
Re: קוואנטום פיזיקס
דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 8:17 am#443185
Re: קוואנטום פיזיקס
ווערנער הייזענבערג אליין האט געשריבן אז די פראבעביליטי וועיוו אין קוואנטום מעכאניקס איז ענליך צו אריסטו׳ס פילאזאפישע פאטענשע און די חילוק צווישן ״פאטענציאל״ און ״אקט״ (בתוך היילאמארפיזם).
דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 1:47 pm#443203
אז דו דערמאנסט הייזענבערג, וואס איז פשט פון די נאמען אנסירטענטי פרינציפ אין ענגליש? און דייטש איז עס אנשארף, איך וואלט עס געטייטשט fuzzy, אדער שטומפיג אין אידיש. פארוואס און דער וועלט האבן זיי עס א נאמען געגעבן אומזיכער? עס מאכט נאר שווערער צו פארשטיין די געדאנק. (די תלמיר ווערט אומזיכער...)