זונטאג אפריל 22, 2012 3:35 am#6446
Re: קוואנטום פיזיקס
יאנקל, שיק מיר שיין אימעיל אדרעס וועל איך דיר עס שיקן. אבער האמת אגיד אז איך גלייב אז די וועסט זייער ווייניג פארשטיין.
קול דודי האט געשריבן:יאנקל, שיק מיר שיין אימעיל אדרעס וועל איך דיר עס שיקן. אבער האמת אגיד אז איך גלייב אז די וועסט זייער ווייניג פארשטיין.
יידל האט געשריבן:שוין, כ'האב געמיינט אז נאר קול דודי און פשוט קאמפליצירט קענען האבן דיאמטריק קעגנגעזאצטע מיינונגען אויף קוואנטום פיזיקס. שטעלט זיך ארויס אז א סורוועי איבער די באדייט פון קוואנטום פיזיקס גענומען צווישן פיזיקער, מאטעמאטיקער און פילאזאפער האט געוויזן אז אסאך פונדאמענטאלע חלקים פון קוואנטום פיזיקס איז א מחלוקת הפוסקים. קוואנטום פיזיקס (אויך: קוואנטום טעאריע, קוואנטום מעקעניקס) איז איינע פון די קאמפליצירסטע טעאריעס אין סייענס, און אפילו ריזיגע עקספערטן זענען אויך מחולק איבער וואס די טעאריע באדייט.
ליינט מער בפרטיות אין נאטור.

נולד מאוחר האט געשריבן:איך האב דיר געהאלפן אין אן אנדערע יאניוווערס. כ'קען דיר נישט העלפן מיליאן מאל.
נולד מאוחר האט געשריבן:די קולמוס אויף שבעות האט געהאט אן ארטיקעל איבער תורה ומדע ווי אזוי זיי שטימען.
דרך אגב האט דער שרייבער דערמאנט 'שראדינגערס קאץ'.אויב איינער קען מסביר זיין וואס די עקספערמענט זאגט
למצוה גדולה יחשב.

יידל האט געשריבן:פארן אבזערווירן איז matter סיי ווי א וועיוו און סיי ווי א פארטיקל. נאכן אבזערווירן איז עס נאר איינס פון די ביידע. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אויפן סוב-אטאמישן שטאפל, שראודינגער'ס קאץ איז נאר געשען אויב דער קאץ איז אזוי גרויס ווי אן פארטיקל פון אן אטאם.

קול דודי האט געשריבן:די תירוץ פונ׳ם באשעפער אין לו טעם וריח, ווי די האסט געזאגט. ס׳איז נאך ערגער פון דעם: אויב גלייבסטו און א באשעפער וואס זעט אלעס אויף (ש)[ד]ער וועלט מיז בעל כרחך זיין אז איר ״זען״ נעמט נישט אוועק דעם וועיוו פאנקשן. ווייל אויב יא, קען איך אויפשטעלן א קוואנטום עקספערימענט (ס׳איז נישט שווער) אין אויפווייזן זייער שנעל אז אזא באשעפער עקזעסטירט נישט; והא ראיה, איך האב דאך שטארקע באווייזן אז די וועיוו פאנקשן איז צאמגעפאלן נאר נאכדעם וואס *איך* (מיר קיגטיג, מיינע אינסטראמענטן) האבן עס ״געזען״! וואס איז, אזא באשעפער האט עס נישט געקענט זען אן מיין הילף? מיט זייער אויבער-חכום׳דיגן תירוץ האבן זיי אפגעפרעגט זייער בורא, על כל פנים אזא בורא וואס זעט אלעס. אהער אזעלכע זאכן פאסירט אפט מיט די וואס געבן תירוצים אויף קשיות וואס זיי פארשטייען ניטאמאל. ובכגון דא אמרו חכמים, שתיקא בתרין.

פישל'ע העררינג האט געשריבן:היינט ווערט באריכטעט אז די סייענטיסטן האבן אנטדעקט קוואנטום מעכאניקס צום ערשטן מאהל.
די גראוויטארישע כוואליעס זענען אנטדעקט געווארן מיט די הילף פון דער אבזערוואציע סטאנציע וואס איז לאקירט אויף די סאוט פאויל.
די אנטדעקונג באשטעטיגט איינשטיין'ס טעאריע, און איז א קאנטענדאר פאר א נאבעל פרייז געוואונס.
געפילטע פיש האט געשריבן:פארוואס?, דאס איז א סטאנדארט משל וואס לערערינס נוצן אין סקולס. די עוורידזש דאט פון די עוורידזש פאנט, נוצענדיג 12 פוינט טעקסט סייז, אויף א עוורידזש קאמפיוטער סקרין.
סאו וואס איז די פראבאביליטי אז די פינטל אויף די מידיע וואו דו לייענסט עס זאל אויך זיין בערך אזוי גרויס?
מאטי האט געשריבן:פשוט האט בלויז געוואלט איליסטרירן דאס מיעוט המחזיק את המרובה פענאמענאן. כ'מיין אז פארוואס האט בלויז שטערקער געמאכט דעם פוינט.
פארוואס? האט געשריבן:ביטע זאל זיך איינער מרחם זיין און עפענען א באזונדערע אשכול, איבער די נייע ערפינדונג.
געפילטע פיש האט געשריבן:פארוואס? האט געשריבן:ביטע זאל זיך איינער מרחם זיין און עפענען א באזונדערע אשכול, איבער די נייע ערפינדונג.
קריינא וכו' וכו' פרוונקא.
ברסלבער האט געשריבן:@פשוט-קאמפליצירט, איך זעה אז דו האסט אזוי שיין און פשוט מסביר געווען די קאמפליצירטע נושא פון קוואנטום פיזיקס. אפשר קענסטו אויך געבן צו פארשטיין אויף פשוט אידיש וואס זענען די נייע געפינסן וואס מען האט יעצט געטראפן?
---
געפילטע האקט. דו ביזט אויך וועלקאם צו מסביר'ן.