מאנטאג פעברואר 22, 2016 9:16 am#322266
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
פיינעלי מצליח געווען צו הערן (די ק"ש אטעטשמענטס האבן זיך עפעס נישט אנגעצינדן ביי מיר) און איך מוז זאגן אז איך זע נישט וואס איז אזוי געפערליך. ער רעדט איין טראפעלע מער אפשר ווי אנדערע רעדן (אנדערע לייגן עס אריין אונטער א קאוד "שמירת עיניים ושמירת המחשבה", 'אבאכט געבן די הענט' א.א.וו.) אבער דעט'ס אבאוט איט. בקיצור, איך פרוביר אויפצובויען א פראבלעם, מאיזה צד שיהיה, און איך בין נישט מצליח. אדרבה, לאמיר הערן ווער עס קען שיין מסביר זיין דער פראבלעם. חינוך'דיג, אידישליך, מענטשליך. עפעס.
וואס יא, עס קען פילייכט זיין א שאקער פאר מענטשן פון אנדערע קרייזן וואס זענען מער געוואוינט צו 'סוויפן אנדער די ראג' די אישו'ס און אנדערע, אבער ביינונז אין סאטמאר איז עס נישט קיין חידוש ביי קיינעם.
מען קען זיך דינגען וועלכע וועג עס איז בעסער, סברא זאגט אז אווערנעס איז בעסער צו פריווענטן פראבלעמען, ווי נישט רעדן בכלל. לאידך גיסא האלטן די רוסישע (חסידים און מתנגדים צוגלייך) אז ווי ווייניגער מ'רעדט פון דעם וועט דער פראבלעם פשוט אויפהערן. דער נאטור וועט נישט פאדערן זיינס, אמער מ'האט דאך נישט גערעדט דערפון ווי זאל בכלל בייפאלן פאר א מענטש דאס צו טאן.