Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » English -A word a day

English -A word a day

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
58 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 83 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10213
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 4:11 am#323884
English -A word a day
אין א אנדערע אשכול האב איך געזעהן אז ס׳איז דא אידן וואס זענען אינטערסירט זיך צו פארבעסערן אין די ענגלישע שפראך וואס איז די שפת המדינה. וואלט איך פארגעשלאגן אז מ׳זאל מאכן א אשכול ווי יעדער קען ארויפלייגן א ווארט א טאג און דורכשמועסן די פונקטליכע דעפיניציע און באדייט און ווען און וויאזוי זיך צו באניצן מיט די ווארט. ס׳מוז נישט זיין עפעס א הויכע vocabulary ווארט אבער מ׳זאל פראבירן ארויפלייגן ווערטער וואס קען ברענגען א תועלת פאר אונז אידיש רעדיניגע צו קענען אפליינען א ענגלישע בוך אדער א וויקעפידיע בלעטעל.

כהאף אז ס׳וועט זיין אסאך פאון און נוצן פאר ק״ש לייענער, ביטע נישט פארדרייען די אשכול.

ביטע לייגן א נומבער פאר די ווארט לויט די סדר, ס׳זאל זיין גרינגער.
אויב ס׳איז שוין דא אזא אשכול לאזט מיך וויסן.

איך קלעים נישט צו זיין ווער ווייסט וואספארא תלמוד חכם אין ענגליש אבער לערנענדיג chemistry און לייענעדיג ענגלישע ביכער האב איך מיך אסאך פארבעסערט אין די לעצטע פאר יאהר איך האב שטענדיג אויפגעקוקט יעדע ווארט וואס איך האב נישט געוואוסט אדער פארשטאנען אין דיקשאונערי און פראבירט זיך אנחזרן די באדייט , כהאב מיך אסאך געמיטשעט אין די לעצטע פאר יאהרן אבער איך האב ליעב צו לערנען און וויסן נאך און נאך און דעס האט מיך געשטיפט! וויסנשאפט און סייענס איז מיין לאוו! ווי אויך האב איך די לעצטע פאר יאהר גערעדט אסאך מעהר ענגליש ווי אמאליגע צייטן משום איזה סיבות (לאמיר זאגן אז מיין נייע ווייב האט נישט געקענט קיין אידיש :lol:) איז ממילא האב איך מיך אסאך פארבעסערט אין ענגליש סיי מיטן רעדן און סיי מיטן שרייבן אבער איך בין נאך אלץ נישט צופרידן און איך דארף מיך נאך אסאך פארבעסערן ספעציעל אין Grammar און מיין שיטה איז אזויווי חז״ל זאגן איזה חכם הלומד מכל אדם! מכל מלמדי השכלתי! איך שטרעב צו קענען נאך און נאך אבער איך בין ביזי מיט פאליטיקס יעצט און איך האב געלאזט אפאר ביכער וואס כהאלט אינמיטן לייענען אויף האלד, פאליטיקס איז יעצט וויכטיגער און אסאך מעהר פאון ווי לייענען פילאסעפישע און היסטאריע ביכער וכודומה.

לאזט אייך הערן -לאמיר לערנען און פארשטיין נייע ווערטער!!!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 4:15 am#323885
1)ambiguous
וויאזוי זאגט מען עס אויף אידיש, און ווען צוניצן די ווארט. (מיין תירוץ מארגן ביינאכט)
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 4:18 am#323886
2)hence
אידישע איבערזעצונג און באדייט. (מיין תירוץ מארגן ביינאכט)
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 4:20 am#323887
3)Transcend
מיין תירוץ מארגן ביינאכט

דער עולם איז מכובד צו ענטפערן אויף די דריי ווערטער, און ווער עס וויל איז מכובד צוצולייגן נייע ווערטער בכבוד גדול!
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 5:55 am#323891
"Poise"
איינע פון די געוואלדיגסטע ווערטער כ'האב באגעגנט. האט מערערע באדייטן פון דעם שורש באלאנסירט, באזעצן, צעגענגליך צו די מאס.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:05 am#323892
מאטי האט געשריבן:"Poise"
איינע פון די געוואלדיגסטע ווערטער כ'האב באגעגנט. האט מערערע באדייטן פון דעם שורש באלאנסירט, באזעצן, צעגענגליך צו די מאס.

גיטע ווארט!
לכאורה אויף אידיש וואלט מען עס געטייטשט ״באלאנסירט״ ס׳מיינט ווען עימיצער אדער די ענווייערמענט איז באלאנסירט ראוהיג מיט קאנפידענטס, יא?
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:15 am#323893
גערעכט אז ס'טייטשט "באלאנסירט," אבער ס'מיינט פיל מער פון דעם. מ'נוצט דאס צו דעמאנסטרירן "זיין גרייט צו א גענויע פאזיציע אין די ריכטיגע צייט. ווי למשל "בערני סענדערס איז אריינגעקומען poised (אין די ריכטיגע צייט/פאזיציע) ווען אמעריקע איז רייף פאר ריכטיגע פראגרעסיווע פאליסיס".

(נישט אז איך בין דא, פרא אדער קעגן סענדערס, בלויז א אילוסטראציע וואס איז ,poised אין די יעצטיגע טעג.)
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:39 am#323895
Re: English -A word a day
אפשר צו א פשוטע ווארט. אבער וואס פונקטליך מיינט indeed און ווען ניצט מען עס?
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 8:25 am#323896
Re: English -A word a day
טאקע, אין פאקט.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:10 am#323905
קל וחומר האט געשריבן:טאקע, אין פאקט.


איך מיין אז "טאקע" איז די ריכטיגע אפטייטש.
"אין פאקט" ניצט מען ווען מען וויל זאגן עפעס פארקערט ווי מען האט געזאגט פארדעם.

למשל: ער טענ'עט אז ס'איז קאלט אבער אין פאקט איז הייס
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:22 am#323911
Re: English -A word a day
"the idea is attractive to many men and indeed to many women"

Who'd believe it?” “Who indeed?
פרייטאג מערץ 11, 2016 6:02 am#324255
Indeed -טאקע אזוי-גערעכט.
פרייטאג מערץ 11, 2016 6:08 am#324256
Ambiguous- אומקלאר- מיינט ווען איינער זאגט עפעס וואס איז נישט קלאר און ס׳קען מיינען אפאר זאכן. למשל ווען מפרעגט הילערי קלינטאן קשיות וועגן אירע סקאנדאלן וועט זיי ענטפערן א Ambiguous תירוץ-א זאך וואס איז אפען צו אפאר מיינונגען און אפטייטשן.
פרייטאג מערץ 11, 2016 6:12 am#324258
Hence- דעריבער-וועגן דעם. למשל מ׳קען זאגן אז היינט אין אמעריקע איז סאושליזים זייער פאפיולער ביי די יוגענטליכע hence די אויפשטייג פון בערני סענדארס. אדער למשל איינער וועט זאגן איך האב געהאט א קאר עקסידענט hence די crutches.
פרייטאג מערץ 11, 2016 6:23 am#324260
Transcend- צו שטייגן. צו מצליח זיין און שטייגן און גיין מעלה מעלה און דערגרייכן צו א הויכע לימיד אין א געוויסע זאך. אדער צו דערגרייכן צו העכערע לימידס אין ביאנד אונזער פארשטאנד. אדער אז מדערגרייכט א עקספיריענס פון מוזיק אדער מעדיטאציע אין ספיריטיאלטי ווי מ׳איז אין אנדערע וועלט העכער ווי אונזער פארשטאנד.
פרייטאג מערץ 11, 2016 6:28 am#324261
אויב איינער מיינט אז איך לערן שלעכט פשט, אדרבה איך ווארט צו הערן הערות פון אייך
פרייטאג מערץ 11, 2016 8:18 am#324267
Ambiguous - צוויידייטיג.
Hence - פון דעם (קומט, נעמט זיך). עס איז דאס בעסטע טייטש ווען מען נעמט אין באטראכט דאס ווארט henceforth (הענס אליין ווערט אויך גענוצט אין דעם זין). דעריבער וואלט איך געזאגט אז "פון דעם" נעמט זיך, איז ריכטיגער ווי "וועגן דעם/דעריבער."
Transcend - איבערשטייגן.
Poise - גלייכגעוויכט. Poised האט אינגאנצן א צווייטע באדייט, כאטש עס שטאמט פון דעם ווארט. די ריכטיג טייטש איז צווישן 'גרייט' און 'רייף'.
Indeed - ווירקליך.
פרייטאג מערץ 11, 2016 8:30 am#324269
זייער א גיטע אפטייטש פאר indeed- ווירקליך. קאפקע דארפסט מאכן א נייע אידישע דיקשאונערי- א קאנטעמפארערי חסידישע-אידיש(יונגעליש) דיקשאונערי.

איך האב זייער הנאה פון אלע דיינע אפטייטשן, געוואלדיג :like
פרייטאג מערץ 11, 2016 8:44 am#324272
איך כאפ נישט פונקטליך פארוואס די האלטס נישט אז ׳דעריבער׳ איז די ריכטיגע דעפיניציע פון hence און וואס די חילוק פון ״פון דעם״ און ״וועגן דעם״ און דעריבער, האבן נישט די אלע דריי די זעלבע מיינונג?
מאנטאג מערץ 14, 2016 8:04 am#324852
וויאזוי וואלט איר געטייטשט די ווערטער אויף אידיש
Pristine
Beget
‏vigorous

די פונקטליכע אפטייטש ווארט אויף אידיש ווייס איך נישט אבער די אפטייטשן זענען בערך אזוי
Pristine-ריין/ארגעניעל למשל א וואלד וואס מ׳האט קיינמאל נישט אראפגעשניטן די ביימער און ס׳איז געבליבן אומבארירט אין אירע נאטריליכע אופן.

Beget מיינט צו פראדיצירן אדער געבוירן, למשל ווען מזאגט אז דאנאלד טראמפ מיט זיינע רעטאריק טוט פראדיצירן ווייעלענס וואס דעס וועט ברענגען צו נאך ווייעלענס.

Vigorous מיינט פלייסיג/קרעפטיג, בערני סענדארס איז קאמפיינינג vigorously

ATUB @ישראל קאפקע ATUB
מיטוואך מערץ 16, 2016 5:29 am#325253
Anomaly-אומגעווענטליך, יעדע זאך (א מענטש אדער א חפץ) וואס איז נישט געראכטן אדער נישט אויף די נארמאלע שטייגער, למשל א קינד וואס ווערט געבוירן מיט פיר פינגערס ח״ו.

Revere-ארויפקוקן אויף א מענטש, למשל ווען א קליינע ברודער קוקט ארויף אויף זיין גרעסערע ברודער, אדער אזויווי שבת אחים קוקט ארויף אויף בערני סענדארס

Carcass-א פיגר, א מענטש אדער א בעל חי וואס איז טויט, אדער א אלטע מאשין/קאר וואס ארבעט נישט



קוקט נישט אויס ווי איינער איז נייגעריג בכלל. אכ״ז האלט איך אז ס׳איז גיט צו לערנען יעדע טאג אפאר ווערטער. און אפשר דאך איז יא דא אפאר אידן וואס האבן הנאה פון דעם.
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:44 pm#355315
איך וויל וויסן וואס וואלט געוועהן די ריכטיגע אפטייטש פון Feat אויף אידיש? א קונץ? קונצלעך? טריאמפף?
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:54 pm#355317
שבת אחים האט געשריבן:איך וויל וויסן וואס וואלט געוועהן די ריכטיגע אפטייטש פון Feat אויף אידיש? א קונץ? קונצלעך? טריאמפף?

'טריאמפף' קען זיין, אדער 'דערגרייכונג'.
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:58 pm#355319
שבת אחים: איך מיין אז דאס ווארט Feat... מיינט ..."אן אקט"...!
בדוו. דו רעדסט דיך אפ אין א פריערידגע תגובה אז דער עולם איז נישט אינטרעסירט. איך בין יא אינטרעסירט. און איך געב דיר א קמפלימענט אויך.
זייט דו ביסט געווארן או.טי.די. לשיטתך. והודאת בעל דין כמאה עדים דמי. האסטו אנגעהויבן צו לערנען ענגליש. ארוןיס פונ'ם שמאלקעפיגקייט. קענמען זאגן אז ס'האטציך שוין כמעט געלוינט... :lol: :roll: ס'נישט אז מ'קען נישט לערנען און קענען א גוטן ענגליש ווען מ'בלייבט אן ערליכער איד...!

איך האב אמאל געשריבן פאר אן או.טי.די. אויף אן אנדער'ן בלאג. וועלכער האט זיך געבראכן די ציין אויף ענגליש.אז די צווייטע זאך וואס ער האט געדארפט צו טון, נאכ'ן ווערן או.טי.די. איז זיך לערנען ענגליש....נאכ'ן עסן א טרייפענעם טשיעז בורגער... :lol: :roll:
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 3:13 am#355376
מ'דארף גארנישט קענען יא אדער נישט צו גלייבן א מעשה, מ'דארף נישט קענען קיין מורה נבוכים, מ'דארף נישט קענען קיין היסטאריע, פילאסעפי, ענגליש, גארנישט! פונקט אזוי ווי מ'דארף נישט קענען די קוראן נישט צו גלייבן אין די נביא שקר מוכאמאד און מ'דארף נישט לערנען קיין cosmology צו גלייבן אין די מולטי-יויניווירעס טעאריע, ס'איז א פשוט'ע בחירה וואס יעדע פשוט'ע מענטש קען/זאל מאכן צי זיי ווילן גלייבן אין דעם.

איך קוק ארויף אויף דיין דערגרייכונג אין שפראכן, א רבי זכרונלברוכה איד ווי אייך! א נקמה אין סענדער דער דויטש...

ערנסט גערעדט, אפשר נעמט איר די לייצעס און נעמט איבער די פארלאזטע אשכול און ברענגט יעדן טאג א ווארט מיט עברי טייטש אויף די היימישע מאמע לשון? עס וואלט געוועהן א גרויסע תועלת פארן גאנצן ציבור און פאר גאנץ כל הקהל הקאווע, לערן אביסל די אומוויסענדע יונגען ווי שבת אחים, איך בין גרייט צו קומען צו דיין טעגליכע שיעור ווילאנג מ'רעדט נאר פון שפראכן און קיין ווארט וועגן סענדער דער וויאזויהייסטנאר, מסכים?

וויפיל לייקס איר ווילט קענט איר פון מיר באקומען, איך בין אויף א unlimited פלאן.
דינסטאג פעברואר 13, 2018 4:43 am#395525
Pretentious

וואס וואלט געוועהן די בעסטע אפטייטש אויף אידיש?

סאיז לכאורה נישטא קיין ווארט וואס מ׳באניצט זיך נאך אין היינטיגע אידיש.


1)פאלשע-שטאלץ
2)באווייזט זיך מיט פאלשע טאלאנטן
3)מאכט זיך גרעסער ווי ער איז

עפעס בעסערס?
דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:38 am#395529
berlbalaguleh האט געשריבן:הער לאשיצער: איך האב שוין פון לאנג געוואלט אויפמאכן א דיסקוסיע (וואס איז שוין אנגעהויבן געווארן פון פריער) איבער די איינפלוס פון די פראנצויזישע שפראך אויף אידיש.


ס'איז שוין געקומען צו רייד אין אן אנדער אשכול, אבער כדאי צו באטאנען דא אז די פראגע "פראנצויזישע ווערטער" אין אידיש איז קאמפליצירט ווייל אין אסאך פאלן (איך רעכן אז אפילו אין רוב פאלן) זענען די "פראנצויזישע" ווערטער אריין אין אידיש נישט דירעקט פון פראנצויזיש, נאר דורך אן אנדער שפראך. אפטמאל דורך א סלאווישער שפראך. (פאראן אן א שיעור פראנצויזישע ווערטער אין רוסיש, אסאך מער ווי אין אידיש, צוליב היסטארישע קולטורעלע סיבות.)

אין ענגליש איז דא דאס ווארט genre טייטש "סארט, טיפ, קאטעגאריע" פון ביכער, פילמען וכו'. ס'איז קלאר אז ס'איז פון פראנצויזיש נישט נאר פונעם אויסלייג, אבער אויך צוליב דעם ארויסרעד: [זשאנרע]. זייער ווייניג ענגלישע ווערטער הייבן זיך אן מיט דעם קלאנג [זש] סיידן זיי זענען פון פראנצויזיש.

אין אידיש זאגט מען אבער "זשאנער" נישט [זשאנרע]. פארוואס? איך ווייס נישט. אבער אין די סלאווישע שפראכן געפינען מיר דאס זעלבע: жанр אין רוסיש און אוקראיניש ([זשאנר]), žánr אין טשעכיש, žáner אין סלאוואקיש, וכו' וכו'. אפילו אין עברית זאגט מען היינט "ז'אנר". מיר ווייסן גענוג איבער דער געשיכטע פון מדינת ישראל און דער עברית'ישער שפראך צו זאגן אז פראנצויזיש האט געשפילט א קנאפע ראלע. ס'איז גאנץ מעגליך אז אזא ניי, מאדערן ווארט ווי "זשאנער" וואלט אריין אין אידיש פון א סלאווישער שפראך מיט וועלכער אידיש איז געווען אין קאנטאקט אין די לעצטע צייטן. און שפעטער אריין אין עברית אויך.

נאך א ביישפיל:
אין ק"ש רעדט מען אסאך וועגן דעם נייעם "מאגאזין" וועקער. ביי אידישיסטן איז דער וועקער נישט קיין "מאגאזין", נאר א "זשורנאל". למאי נפקא מינה, ביידע זענען דאך פראנצויזישע ווערטער אריגינעל?
אין רוסיש איז דאס ווארט магазин (מאגאזין) טייטש: "קראם, קלייט, געוועלב, געשעפט, סטאָר". דער טראפ/קוועטש/אקצענט פאלט אויפן לעצטן טראף/זילבע: magazín, נישט mágazin ווי מ'זאגט אין ענגליש.
אין דער אלטער היים זענען ארויסגעקומען חודש-שריפטן און מ'האט זיי אנגערופן "זשורנאלן". אויך מיטן טראפ אויפן לעצטן טראף: zhurnál, נישט joúrnal ווי אין ענגליש.
ביידע זענען "פראנצויזישע" ווערטער. אבער ביידע זענען רוסישע ווערטער אויך. דאס רוסישע журнал [זשורנאל] האט דעם זעלבן באדייט ווי אין אידיש.

איך געדענק אז איר האט פריער געברענגט ביישפילן פון פראנצויזישע ווערטער אין אידיש אבער ליידער זענען מערסטע פון זיי אויך גוטע "סלאווישע" ווערטער און ס'איז שווער צו זאגן פון וואנען זיי שטאמען דירעקט.
דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:49 am#395530
שבת אחים האט געשריבן:Pretentious

וואס וואלט געוועהן די בעסטע אפטייטש אויף אידיש?


אנשטעלעריש, אויספיינעריש, אפעקטירט, אויפגעבלאזן, אנגעבלאזן, פעדאנטיש, גדלנ"יש, הויך קלינגענדיג
אדער אין לענגערע זאצן:
יענער גייט מיטן קאפ ארויף, נאז ארויף.
יענער איז א פֿיין-שמעקער.
דינסטאג פעברואר 13, 2018 2:29 pm#395540
לאשיצער: אין דירעקטן ענטפער צו דיין ארטיקל אויף מיין תגובה איבער ווערטער פון די פראנצויזישע שפראך וואס זענען אריבער צו אידיש. וויל איך זאגו אז דו ביסט נאר טיילווייז גערעכט (45%?).

ווייל די אלע ווערטער וואס דו האסט אויסגערעכנט ווערן טאקע אויך באנוצט אין די סלאווישע שפראכן. און דאס איז דער מעגליכער וועג וויאזוי זיי זענען אנגעקומען צו אידיש.

אבער דאס איז נאר טיילווייז ריכטיג. ווייל די אלע ווערטער זענען היינט אינטערנאציאנאלע ווערטער. כאטש זייער אפשטאם איז פון פראנצויזיש. די זעלבע איז אין ענגליש ס'זענען דא אן א צאל ווערטער וועלכע האבן זייער שורש און אפשטאם פון פראנצויזיש.

אבער ס'זענען פארהאן געוויסע ווערטער (אפשר 10%) וועלכע זענען אנגעקומען דירעקט און אויסשליסליך, צו אידיש. פאר דעם פשוט'ן טעם אז א סאך (אשכנזי'שע) אידן האבן געוואוינט אין פראנקרייך. און נאכדעים האבן זיי אויסגעוואנדערט קיין מזרח אייראפע.

לאמיר נאר אננעמען איין ווארט פון די ערשטע קאטעגאריע וואס דו זאגסט אז זיי זענען געווען אין באנוץ אין די אלגעמיינע, סלאווישע שפראכן, ווי רוסיש, פויליש און סלאוואקיש. דאס ווארט ..."פאמידאר"... פאר טאמעיטאס. די אריגין איז פון פראנצויזיש...Pomme d'Or...= Golden Apple...!

אבער די ווערטער ווי ..."לעוואר". אדער "זשאנדאר" אדער ..."מעלעיר" ...וועלכע זענען אויסשליסליך אין באנוץ פון די אידיש רעדנדע מענטשן פון מזרח אייראפע (רומעניע-אונגארן-טראנסילוואניע). זענען אנגעקומען צו די אידן דירעקט פון פראנצויזיש. נאר זיי זענען שוין אזוי שטארק פארבויגן אז די מענטשן זעלבסט כאפן נישט אז די זענען פראנצויזישע ווערטער אין זייער שורש....!

Laveur = washing vessel: Gent d'arme = man of arms (police officer): Mal-Heure = Misfortune (bad time)

אפילו דאס ווארט ..."טשולענט" וואס איז אין באנוץ אויסשליסליך ביי אידן. שטאמט פון פראנצויזיש....Cheaud-Lent...= hot & slow...!
דינסטאג פעברואר 13, 2018 3:26 pm#395549
מאקס וויינרייך אין זיין גרויסער "געשיכטע פון דער אידישער שפראך" האט אויך אנגעוויזן אויף ווערטער פון לאטיינישן אדער פראנצויזישן אפשטאם און זיי געברענגט אלס א ראיה אז די אידן וואס האבן מיט דער צייט גערעדט אידיש (ד"ה די גערמאנישע שפראך) האבן פריער גערעדט עפעס א לאטיינישע שפראך; נישט נאר אז ס'זענען אמאל געווען אידן וואס האבן גערעדט אידיש-פראנצויזיש (דאס ווייסן מיר שוין פון רש"י און אנדערע), נאר אז דווקא יענע אידן האבן זיך שפעטער אסימילירט שפראכליך צו די גערמאניש-רעדנדיגע אידן און אריינגעפירט אין אידיש א חלק פון זייער פראנצויזישן וואקאבולאר.

אויב אזוי וואלט מען געפונען נאך מערער פראנצויזישע ווערטער ווי די געציילטע וואס זענען פארהאן. אז איר וועט באטראכטן א ליסטע אידישע ווערטער (טאקע אלע ווערטער, דעם גאנצן לעקסיקאן) גלייב איך אז די צאל ריין פראנצויזישע ווערטער (ד"ה, נישט אריין פון די סלאווישע לשונות) וואלט געווען נעענטער צו 10 ווי צו 10%. יעדער אידישער לינגוויסט ווייסט פון די ווערטער "טשאלנט", "בענטשן" און דעם פרויען נאמען "יענטע" נישט דערפאר וואס זיי זענען טיפיש, נאר דווקא ווייל זיי זענען אויסנאמען -- ד"ה, אלטע ווערטער פון לאטיין/פראנצויזיש וואס זענען נאך געווען אין טאג-טעגליכן באנוץ איבערן גאנצן אידישן שפראך שטח.
מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:01 am#395596
לאשיצער: אין אמת'ן איז די ליסטע גאנץ א לאנגע. נאר ס'פאדערט א סאך ריסוירטש. ווייל זייער א סאך פון די ווערטער זענען שוין פארבויגן געווארן. ד.ה. אז מ'רעדט עס שוין ארויס מיט א סלאווישן/אונגארישן/רומענישן אקצענט...!

נעם נאר אזא טיפיש, אוניווערסאל און אלעמען באקאנט ווארט ווי..."בייגל"...דאס איז אין כמעט אלע שפראכן. אריינגערעכנט די סלאווישע. אבער דער מקור און שורש פון אט דעם ווארט איז אין פראנצויזיש..."באג"...Bague...= ring. A derivative is the Baguette...!

ס'איז דא צענדליגער און אפשר הונדערטער אזעלכע ווערטער אין די היינטיגע אידיש שפראך וואס זייער שורש איז אין פראנצויזיש. און אונז זאגן מיר עס ארויס בלא יודעים...!
מיטוואך פעברואר 14, 2018 11:26 am#395612
איר האט א טעות. bague, רינג, איז גערמאניש נישט לאטייניש בכלל.
בייגל:
from Middle High German boug- "ring, bracelet," from Old High German boug "a ring," related to Old English beag "ring" (in poetry, an Anglo-Saxon lord was beaggifa "ring-giver"), from Proto-Germanic *baugaz, from PIE root *bheug- "to bend," with derivatives referring to curved objects.

קרוב'ישע ווערטער: בייגן/געבויגן און אלע דעריוואטן (פארבייגן/פארבויגן); רעגן-בויגן; ביגל-אייזן

Baguette:
Borrowed from Italian bacchetta; probably from a diminutive of Vulgar Latin *baccus, from Latin baculum, a long rod or stick

ס'איז בלויז א צופאל אז "בייגל" קלינגט ענליך אויף "בעגעט", און ביידע זענען געווארן ברויט-ווערטער (פאלקס-עטימאלאגיע). דער קלאנג איז אוודאי אסאך נעענטער צו "בייגן" און דאס באשרייבט טאקע די פורעם פון א בייגל.

אגב, איר זאלט וויסן אז אויך אין פראנצויזיש זענען דא גערמאנישע ווערטער. אפילו דער נאמען "פראנק"רייך און "פראנצ"ויז שטאמען פונעם "פראנקישן" שבט -- א גערמאנישער שבט וואס האט איבערגענומען גאליע (Gaul) ווען די רוימישע עמפעריע איז זיך צעפאלן. אינטערעסאנט, אבער, אז די פראנקן האבן אדאפטירט די ראמאנישע שפראך פון די וואס זיי האבן באזיגט און דערפאר רעדט מען נאך היינט א ראמאנישע שפראך אין פראנקרייך. אבער די שפראך טראגט דעם נאמען נאך זיי.
מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:51 pm#395617
לאשיצער: 2 באמערקונגען: 1) דאס ווארט באגעט, מוז נישט אנקומען צו א גערמאנישן דעריוואטיוו. ס'איז פון פראנצויזיש אליין. דימיניוטיוו פן דעם ווארט ..."באג" א רינג/רינגעלע ...! Baguette is diminutive for bague = little ring.....

2( דער נאמען פראנק-רייך איז א גערמאנישער /סאקסאנישער נאמען. אבער אויף פראנצויזיש זאגט מען...(Vive) la France. ou la Republique Francaise...!
דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:30 am#395660
לאשיצער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:Pretentious

וואס וואלט געוועהן די בעסטע אפטייטש אויף אידיש?


אנשטעלעריש, אויספיינעריש, אפעקטירט, אויפגעבלאזן, אנגעבלאזן, פעדאנטיש, גדלנ"יש, הויך קלינגענדיג
אדער אין לענגערע זאצן:
יענער גייט מיטן קאפ ארויף, נאז ארויף.
יענער איז א פֿיין-שמעקער.


הער לאשיצער. ייש״כ פארן נעמען די מוה אפצוטייטשן די ווארט. כהאב זייער הנאה פון אייערע אפטייטשן.

אבער דאכצעך אז מקען נישט אפטייטשן די ווארט אויף אידיש מיט איין ווארט אליינס, ווייל ס׳עקזיסטירט נישט אזא טערמין אין אידיש.

די באדייט פון Pretentious מיינט ספעציפיש אין א פאל ווען יענער מאכט זיך גרעסער ווי ער איז טאקע, און מאכט זיך וויכטיג. און נישט סתם ווען ער בלאזט פון זיך און האלט זיך בגדול׳ט. אויף דעם איז דא פול מיט אנדערע ווערטער. ווען איינער האט באמת עפעס א טאלאנט און ער האלט זיך גרויס דערמיט איז Pretentious נישט די ריכטיגע טערמין. נאר למשל איינער וואס האלט אז ער קען מוראדיג שיין זינגען און למעשה איז ער הייזריג און ער יכולט בכלל נישט, און ער טוט זיך אויף אז ער איז א ״גרויסער חזן״ אט דאן איז Pretentious די ריכטיגע ווארט.

ווען איינער וואס האט קיינמאל נישט געוואוסט די אמתע באדייט פון די ווארט זאל אויפקוקן אין דיקשאנערי די ווארט אויף אידיש און דארט וועט שטיין
״אנשטעלעריש״ וועט ער נישט כאפן די אמתע באדייט, און וועט לערנען פאלש פשט.

אלזא וואלט איך ענדערש געטייטש די ווארט
וויכטיג-מאכער, אדער פאלשע-שטאלץ. עפעס אזוי.
זונטאג יולי 01, 2018 8:03 pm#407710
וויאזוי זאגט מען אין אידיש hindsight-לאחר-המעשה אדער סאיז דא א בעסערע אפטייטש?
זונטאג יולי 01, 2018 8:52 pm#407711
צוריקקוקנדיג.
זונטאג יולי 01, 2018 10:46 pm#407715
שבת אחים/רביה"ק זי"ע: לפענ"ד..."ריקזוכט"...! פי'...צוריק קוקנדיג...!
מאנטאג יולי 02, 2018 12:09 am#407720
כ'האב געוואוסט אז אין דויטש איז דא אזא ווארט, אז אין אידיש איז אויך דא האב איך נישט געוואוסט.
מאנטאג יולי 02, 2018 3:03 am#407728
רביה"ק זי"ע: דו דערמאנסט מיך א (אמת'ע) מעשה שהיה. ווען איך בין געווען א יונגל, איז ביי אונז איינגעשטאנען א חשוב'ער רב. אבער א גרויסער בטלן. אין די בחינה פון לא בקי בצורתא דזוזי...! אין יענע צייטן האט מען נישט געקענט רופן דיירעקט פון דא קיין ארץ ישראל. ס'האט געמוזט גיין דורך אן אפערעיטער. דער חשוב'ער רב ובנש"ק האט דאך אבער נישט געקענט רעדן קיין ענגליש. האט איינער פון אונזער משפחה געדייעלט ..."זיראו"... פאר אפערעיטער... און מ'האט געפרעגט די אפערעיטאר אויב זי קען רעדן דייטש.. וויל דער רב האט געזאגט אז די שפראך קען ער רעדן ...ווען דער רב שליט"א/ זצ"ל איז ארויף געגאנגען אויף די ליין האט ער אנגעהויבן צו רעדן ..."דייטש"...כהאי לישנא...יא...עך קאן רעדן דאאטש...כ'הא דעך נעכטן געפרעיגט וויפיהל ס'קאסט צו רעדן קאן איערעץ ישראעל...! דאס איז געווען זיין דאאטש...! יא. כ'האב פארגעסן צו זאגן אז דער חשוב'ער רב איז געקומען פון די מארמאראש. פון בארשא...!

לאמיר זעהן צו דו (אדער סיי ווער) ווייסט אדער האט געהערט פון א בארש'ער רב...?!
מאנטאג יולי 02, 2018 6:54 am#407729
איך פארגין דיך נישט אויף ענגליש?
מאנטאג יולי 02, 2018 8:55 am#407730
בערל אחיו של אהבת ישראל ובניו גרו בבארשא
מאנטאג יולי 02, 2018 11:48 am#407732
אישתישבי האט געשריבן:איך פארגין דיך נישט אויף ענגליש?

אויף עברית זאגט מען אני לא מפרגן אותך
ווען ס'וואלט געווען אזא ווארט אויף ענגליש וואלט מען עס מסתמא אזוי געזאגט אויף עברית
מאנטאג יולי 02, 2018 2:31 pm#407759
בערל. מיין טאטע פארציילט אז אלץ בחור איז ער געפארן מיט ר׳ מאטעלע און ער האט געדארפט רופן אויפן טעלעפאון אהיים. האט ער געזאגט פאר די אפערעיטאר
I give you a dime, you give me New York. :lol
מאנטאג יולי 02, 2018 3:14 pm#407763
אישתישבי האט געשריבן:איך פארגין דיך נישט אויף ענגליש?

ס'דא א ווארט אין ענגליש אויף נישט פארגינען Jealous, און נאך. אבער אויף יא פארגינען איז נישט דא.
מאנטאג יולי 02, 2018 3:15 pm#407764
Jealous איז איך וויל דאס אויך
נישט פארגענען איז אנדערש ס'העלפט נישט אז איך האב עס איך פארגין דיר נישט עס צו האבן
מאנטאג יולי 02, 2018 5:14 pm#407769
א גוי קען נישט פארגינען
מאנטאג יולי 02, 2018 6:53 pm#407781
א איד קען אויך נישט, נאר א דייטש קען. לשון הקודש האט נישט קיין ווארט פאר דעם.
מאנטאג יולי 02, 2018 10:16 pm#407804
פין וי ווייסטי אלע לשון קודש ווערטער
מאנטאג יולי 02, 2018 10:44 pm#407810
סקרן האט געשריבן:Jealous איז איך וויל דאס אויך
נישט פארגענען איז אנדערש ס'העלפט נישט אז איך האב עס איך פארגין דיר נישט עס צו האבן
גערעכט. איך מיין אז די ריכטיגע ווארט איז begrudge. קוק אויך דא.
מאנטאג יולי 02, 2018 10:45 pm#407812
טוביה האט געשריבן:פין וי ווייסטי אלע לשון קודש ווערטער

אדרבה לאמיר הערן. בכל אופן, שיסן סטעיטמענטס סתם אין די וועלט אריין איז היבש נאריש.