דאנערשטאג מערץ 31, 2016 11:50 pm#327232
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
איז עס דען נישט? דער אריה"ק האלט למשל א געלינקטער זאל לייגן תפילין אויף די לינקע האנט. וואס איז מופרך פון גאנץ תושבע"פ ע"פ נגלה.דעת תורהאיז עס דען נישט? דער אריה"ק האלט למשל א געלינקטער זאל לייגן תפילין אויף די לינקע האנט. וואס איז מופרך פון גאנץ תושבע"פ ע"פ נגלה.
ליטוואק פון בודאפעסט
הקטן, א התגלות אין וואס מיר זענען נישט איבערגעצייגט אין אן אופן פון 'אין בלבו דופי' איז אונז נישט מחייב.
נהורא נפישאס"ה וואס איך האב געזאגט איז איך האב קיינמאל נישט געהערט איינער זאל אנגעבן סיי וואספארא מקור צו די הנחה וואס טייל מקובלים גיבן אן אז תורת הסוד במובן מיסטיסיזם שפרייט זיך אויס אויף אלע חלקי התורה, ווי למשל אויך אויף טעמי המצוות, פון די אויבנדערמאנטע גמרא איז זיכער נישט קיין ראיה צו דיר ( אדרבה, ביזט מחולק? ) איך זעה פון דארט א ראיה צו מיר.
אלזא, זאגסט אנדערע צוויי נקודות,1) ס'איז פארהאן אזא קבלה, 2) ס'איז אזוי מסתבר. ביידע נקודות זענען גארנישט מכריח אין דעם ענין, אט נעמט למשל דעם רמב"ם אין אנדערע ראציאנאליסטישע ראשונים וואס מינימיזירן די גאנצע סתרי תורה, מעשה בראשית איז בא זיי סייענס, און מעשה מרכבה, פיליזאפיע. פארשטייט זיך אז אין חז"ל גופא געפינט מען נישט קיין זכר צו גריכישע פיליסאפיע. אלזא דאס וואס איר טענה'ט אז ס'איז מסתבר, איז הפנים פארן רמב"ם נישט געווען מסתבר.
הקטןטאמבל סאסאון ווען הקטן זאגט אז ווען תורת יאשקע וואלט זיך נישט סותר געווען מיט תורת משה וואלט דער כוזרי אים נישט שולל געווען - אמער, יעצט אז קבלה איז זיך סותר מיט הלכה, דארף כאטשיג דער מכלל הן אתה שומע לאוו פונעם כוזרי; דער העדר פון א התגלות פומבית להמון הנמסרת לדורות - אים שולל זיין?!
קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז עפעס וואס איז נישט געווען מיט א התגלות פומבית להמון הנמסרת לדורות מיז בהכרח זיין שקר.
און דו ביסט גערעכט, אויב קבלה וואלט סותר געווען איין אות פין תורה שבכתב אדער תושב"ע וואס איז במסורה כגון הלכה למשה מסיני, וואלט דאס נישט אנדערש געווען וואו תורת יאשקע.
טאמבל סאסהקטןטאמבל סאסאון ווען הקטן זאגט אז ווען תורת יאשקע וואלט זיך נישט סותר געווען מיט תורת משה וואלט דער כוזרי אים נישט שולל געווען - אמער, יעצט אז קבלה איז זיך סותר מיט הלכה, דארף כאטשיג דער מכלל הן אתה שומע לאוו פונעם כוזרי; דער העדר פון א התגלות פומבית להמון הנמסרת לדורות - אים שולל זיין?!
קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז עפעס וואס איז נישט געווען מיט א התגלות פומבית להמון הנמסרת לדורות מיז בהכרח זיין שקר.
און דו ביסט גערעכט, אויב קבלה וואלט סותר געווען איין אות פין תורה שבכתב אדער תושב"ע וואס איז במסורה כגון הלכה למשה מסיני, וואלט דאס נישט אנדערש געווען וואו תורת יאשקע.
איך מיין אז דו האסט שוין פארגעסן ווי אזוי די שמועס איז געגאנגען. ארי נוהם האט געטענה'ט אז אויב דער כוזרי ארבעט אויפציווייזן תורת משה דארף עס אויך צו ארבעטן פארקערט - אויף צו דיספראווען תורת האר"י - וואס טענה'ט אז זי איז זיך סומך על תורת משה.
קומסטו און דו זאגסט אז דער כוזרי האט נישט אויסגעשלאסן אז יעדער תורה וואס איז נישט געגיבן געווארן מיט א מופת והתגלות איז קיין תורה נישט. דו זאגסט נאך מער, אפילו תורת יאשקע וואלט געקענט ווען זיין אמת ווען נישט זי איז זיך סותר מיט תורת משה. ווילסטו זאגן דערמיט דריי נקודות לכאו', 1. תורת האר"י קען זיין אמת אפילו נישט מיט קיין התגלות. 2. תורת האר"י איז זיך נישט סותר מיט תורת משה 3. תורת יאשקע'ס פראבלעם איז אז ס'איז זיך סותר מיט די תורה.
יא, דאס זאג איך
בלייבט נאך אלס שווער, 1. איז דאך שוין ווייטער נישט מוכרח אז תורת האר"י איז תורת משה
אמת, און דאס איז די נידון פין דעם אשכול - אבער, וואו דערמאנט, דאס זאגט נישט אז דאס איז נישט אמת
2. ווי קען דער כוזרי'ס טענה פון התגלות מוכיח זיין אמיתו פון סיי וועלכע תורה אויב ס'ארבעט נישט פארקערט. אויב קען מען נישט טענה'ן אויף א תורה אז ס'איז נישט אמת וויבאלד ס'איז קיין התגלות נישט געווען,
דא האב איך דיך פארלוירן. לאז אפ דעם כוזרי פאר א מעניט, (לאז אויך אפ סיי וואסערע פיליזאפיע) ניץ דיין אייגען שכל, אויב זאג איך אז א זאך וואס איך האב אליין געזען מיט מיינע אויגן איז זיכער אמת זאגט דאס אויטעמאטיש אז וואס איך האב נישט געזען מיט מיינע אויגן איז זיכער פאלש?
איז דאך דאס אז אונזערס גייט מיט א מעשה פון א התגלות להמונים סתם א צופאל און גארנישט קיין ייתור. נאכמער, די מינוט וואס מ'זאגט אז דער וואס קומט מיט א התגלות טראדיציע שטייט די העכסטע - קען דאך שוין דער זעלביגער טענה אז סיי וועלכע אנדערע אהן א התגלות און אפ' מיט א התגלות - איז שקר חוץ אויב זי פאללאוד א קאמפליצירטער קרייטיריע כגון מה שמבואר בהל' יסוה"ת.
זעסט, איך פארשטיי נישט אזוי גיט די טיפע פענסי רייד, טריי צי רעדן מער פשוט אפשר וועל איך כאפן - אזאך וואס איך זעה מיט מיין אויגן איז מער באגלייבט ביי מיר וואו עפעס וואס מיין חבר פארציילט מיר. דאס זאגט נישט מיין חבר זאגט שקר אויב אבער מיין חבר איז זיך סותר מיט וואס איך האב אליין געזען נעם איך יא אן אז ער זאגט שקר
כל זה אפילו אויב תורת האר"י וואלט זיך נישט סותר געווען מיט תורת משה.
יעצט בלייבט דיר איבער צו ברענגען איין פאל וואו תורת האר"י איז זיך סותר מיט תורת מושה (באמערקאנג, כדי דאס צו טין דארף מען קודם וויסן וואס איז דאס תורת מושה,דאס איז נישט קיין פראבלעם ווייל דאס זעלבסט שטייט אויך אין תורת מושה)
לעיקוואדדי מקובלים זענען שולדיג זייער אייגענע פארלוסט, זיי האבען ליב צו נוצען אזוינע הימלישע לשונות פון גילוים און אורות, וואס דאס איז אפשר טאקע גורם אז דער המון עם זאל זייער נתפעל ווערן, און עס קומט אוודאי פון זייער התפעלות און מסתמא טאקע גילויים וואס זיי האבען געהאט, אבער צוליב דעם קוקען אן אזוינע ליטווישע תלמידי חכמים פון בודאפעסט און זאגען נו וואס בין איך שולדיג דיין גילוי. ווען די מקובלים וואלטן גערעדט צו אייך וואלטן זיי נישט גענוצט די לשונות..
די זעלבע איז מיט חסידות, א בלאט צוריק שרייט @ארי נוהם אז באלט וועל איך נאך זאגען אז חסידות האט אויך א השתלשלות מדור לדור. איך ווייס נישט צו לאכען אדער שטוינען, דאס איז א קשיא אדער א הוכחה? אוודאי איז די ענינים און יסודות וואס חסידות רעדט קומען מיט א סדר השתלשלות מדור לדור ביז משה רבינו. נאר וואס דען? אוודאי האבען זיי אייגענארקטיגע חידושים און יסודות וואס מ'זעהט נישט פריער, פונקט ווי יעדער דור אין תורה איז מחדש זייער אייגענע חידושים, אמאל גרויסע און אמאל קליינע, אבער ווייטער, די חסידים האבען ליב צו רעדן אזא געשמאקע שפראך ווי עס איז געקומען א גילוי פון הימל דער בעש"ט וכו', און דאס מאכט אז קאווע שטיבל חכמים זאלן לאכן פון זיי, נו, ווען זיי וואלטן גערעדט צו אייך וואלטן זיי נישט גענוצט די שפראך..רוב וועלט ווערט דייקא נתפעל פון אזא שפראך.
