Under maintenance
הויפט זייט » שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10327
מוצ"ש אפריל 02, 2016 9:29 pm#327325
שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
מיט פרייד און לויב צו השי"ת טו איך עפענען די טויערן פון די רעדאקציע צו "פה-סח 2" מיט כבוד, אונטער אונזער סלאגאן: דאס פרייהייט פון ווארט! כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', די קאווע שטיבל אויסגאבע וואס וועט אי"ה ערשיינען צום יום טוב פסח תשע"ו.
פאלגנד זענען די פלענער פאר'ן סוקסעס פונעם קאמפיין:

1. די רעדאקציע נעמט אן ארטיקלען פון דער מינוט, ביז זונטאג שבוע שחל בו. אן ארטיקל וואס וועט אנקומען נאכ'ן דעדליין קענען מיר נישט גאראנטירן אז עס וועט אנגענומען ווערן. אן קיין ארטיקלען איז נישטא קיין אויסגאבע, ביטע נעמט דאס נישט פאר לייכט און מיר קוקן ארויס פאר די מיטארבעט פון אלע אונזערע חברים זיך צוצושטעלן און אריינשיקן ארטיקלען.

2. ווי פריער אלס בעסער, שטופט נישט אפ פאר די לעצטע מינוט, שיקט שוין אריין אייער ארטיקל, וועלן מיר עס קענען שיין אויסשטעלן און מגיה זיין.

3. די אויסגאבע וועט ערשיינען אי"ה מיטוואך שבוע שחל בו, אין א ווירטואלן פארמאט גרייט פאר א דאנולאוד, פאר גענצליך אומזיסט.

4. אן ארטיקל וואס נויטיגט זיך אין הגה וועט איבערגעגעבן ווערן פאר איינער פון אונזערע געטרייע חברי המערכת צו מגיה זיין, איר קענט פארלאנגען צו זען אייער ארטיקל נאכ'ן הגה.

5. מיר טוען זיך באדאנקען פאר'ן אנאנימער גראפיקער וואס האט אונטערגענומען די מלאכה הכבידה צו טוען די גראפיקס, מיר בעטן אבער אלעמען צו פארשטיין די סענסיטיווקייט פון די צייט, און אריינשיקן אלע ארטיקלען ווי פריער.

6. ארטיקלען מיט בילדער אדער דאקומענטן וועלן שיין און פראמינענט אויסגעשטעלט ווערן, אבער ווי ערווענט, ווי פריער עס ווערט ערהאלטן דורך די רעדאקציע, אלץ מער ערפאלגרייך קענען מיר זיין.

7. די רעדאקציע האט מינימאלע קאסטן, מיר בעטן די פאריעריגע דאנארס און סיי ווער ס'האט די מעגליכקייט זאל זיך אנרופן ווארעם און אנטיילנעמען אין די הוצאות.

8. אלע נדבות קען מען שיקן דורך פעי-פאל אויף e kaveshtiebel@gmail.com e

9. אריינצושיקן ארטיקלען קען מען צו מיר אין אימעיל אויף shternks עט גמעיל. ביטע נישט שיקן ארטיקלען אין אישי נאר אין פאל פון בדיעבד.

10. פאר אלע אנגעלגענהייטן בנוגע דעם אויסגאבע קען מען זיך ווענדן צו מיר אדער צו ATUB @געוואלדיג ATUB וועלכער איז א געטרייע שותף אין די ארבעט.
געוואלדיג וועט זיך פארבינדן מיט אלע שרייבערס פון פאריאר צו בעטן ארטיקלען, אזוי אויך מיט די נדבנים, ביטע אים אויפנעמען בסבר פנים יפות.

11. וויכטיגע נקודה: מיר צילן אהערצושטעלן אן ערשטקלאסיגע און רייכע אויסגאבע און מיר פארלאזן זיך אויף אונזערע מיטגלידער צו פארשטיין וועלכע ארטיקלען פאסן אריין אין אזא אויסגאבע. ביטע זיך האלטן צו טעמעס פון יהדות, השקפה, טעכנאלאגיע, וויסנשאפט, מוזיק, קורת ימי הדורות, הומאר, היסטאריע און אנשי שם, און נאך, אבער נישט קאנטראווערסיע, אדער סיסטעם באקלאגענישן א.ד.ג.

12. אן ארטיקל וואס וועט ערשיינען אויף קאווע שטיבל פאר'ן גיין צום דרוק, וועט אויטאמאטיש דיסקוואליפיצירט ווערן.

13. אלע ארטיקלען וואס וועלן ערשיינען אין פה-סח 2 וועלן מיט די צייט ארויפגעשטעלט ווערן אויף קאווע שטיבל.

14. איך וויל נאכאמאל באמערקן, איך דארף יעדנס הילף, לויט וויאזוי די ציבור וועט זיך צושטעלן אזא אויסגאבע וועט זיין. טאמער קענט איר העלפן מיט סיי וואס רופט אייך אן.

15. טאמער רעכנט איר צו שרייבן אן ארטיקל, רופט אייך אן הויך, משום קנאת סופרים תרבה חכמה. אבער די טעמע מוזט איר נישט פארציילן צו פארבלייבן א סורפרייז.

16. אנשי שם ארטיקלען אויף אן איש מפורסם א.ד.ג., וועלן אי"ה באקומען א פראמינענטע פלאץ אויפ'ן קאווער.

איך בין גרייט צו ווידמען מיין צייט, כח און עקספערטיז פון מיינע פה סח, אראומע, שושנים און ספר האישים פראיעקטן, פאר די פולקאמע און מערסטע הצלחה פון פה-סח 2. יעצט איז אין הדבר תלוי אלא בכם. זאל די שכינה רוען אין אונזערע ווערק און פה-סח 2 זאל איבערשטייגן די פאריאריגע,

אייער פריינט,
כוכב
הויפט רעדאקטאר
מוצ"ש אפריל 02, 2016 10:05 pm#327333
איך פלאן מיך משתתף צו זיין מיט א שיינעם ארטיקל.
מוצ"ש אפריל 02, 2016 10:33 pm#327336
יש"כ ונבנתה העיר, פאר'ן אריינשיקן דעם ערשטן ארטיקל.
ונבנתה איז געווען דער וואס האט אריינגעשיקט דעם ערשטן שושנים און דעם ערשטן פה סח ארטיקל. עפעס צייגט עס אויפ'ן מענטש. גיטס אלע א האנט פאר ונבנתה
#איי_לאוו_יו
{איך וויל נאך אמאל איינער זאל מיך אינטערוויוען איבער אלעס וואס האט זיך אלץ אפגעשפילט אונטער די קוליסן ביי מיינע פראיעקטן און וואס כהאב מיך אלץ דערלערנט, איך קען אייך צוזאגן סוועט זיין העכסט אינטערעסאנט, יבוא יונה.}
מוצ"ש אפריל 02, 2016 10:46 pm#327338
ATUB @עזריאל ATUB קום צו מיר אין אישי
דיין ארטיקל איז די איינציגסטע וואס איז ארויסגעפאלן פאריאר מאיזה סיבה האסטו עס נישט געענדיגט איך וויל זאלסט עס מאכן גרייט פאר היי יאר.
מוצ"ש אפריל 02, 2016 10:54 pm#327341
מיין טעלעפאן קלינגט, מיין וואטסעפ באזד, מיין אימעיל שרייט פאר ווייטאג איך זאל איר אויסלערן און מיין הענגאוטס לאזט הערן שרעקליכע קולות. וואס איז? כ'מיין כ'בין געהעקט. כ'גרייט מיך צו רופן מיין קאמפיוטער טעקנושען, ווען איך כאפ א בליק ווער איז דער רודף.. ס'איז דער כוכב גאר. וואס וויל ער שוין ווייטער? רויטע, רויטע אן ארטיקל!! שאט אפ זאג איך אים, אבער ער בלעקט מעיל מיר מיט די ארגסטע, ער וועט אלעס דערציילן פאר נחום!

כ'האב נישט קיין ברירה, כ'על עפעס שרייבן.
זונטאג אפריל 03, 2016 11:28 am#327386
איך טו איינלאדענען און בעטן די פאריעריגע שרייבערס פון פה-סח צו אנטיילנעמען אינעם היי יעריגן אויסגאבע.
דא האט איר א פונקטליכע רשימה, לאמיר נישט נעמען ניין פאר אן ענטפער, מיר ערווארטן פון יעדן איינעם אן ארטיקל.
(דער שפיטוויקער איז מיט אונז, און ווער ס'זאגט ניין גייט האבן געסט ביי זיין טיר).

פה סח
ATUB @פלאוויוס ATUB , ווער געדענקט דען נישט דער לומדישער וויכוח ביים שבת הגדול דרשה
ATUB @א איד ATUB , איי דער מיסטריעזער רבי משה
ATUB @ווארט זאגער ATUB , שיינע תורהדיגע מאמר גוט געשריבן
ATUB @לעיקוואד ATUB , געוואלדיגער ביאור אין דער מצוה פון חייב אדם לראות את עצמו, און טיף אריינגעקראכן אין די פסיכאלאגיע פון דראמא
ATUB @געוואלדיג ATUB , סארי איך געדענק נישט
ATUB @יאיר ATUB , דער יונגערמאן מיט די זילבער פאפיר
ATUB @ברסלבער ATUB , איי רבי רבי רבי, מיר ווילן זיך מקשר זיין מיט דיר
ATUB @יין שרף ATUB , הערליכער ארטיקל איבער רבי ישראל דוד
ATUB @לית דין בר נש ATUB , זרח אורו של ר' אפרים
ATUB @בן נריהו ATUB , שלאף מיין קינד, רו דיך אויס מיין טייערע נשמה'לע
ATUB @פליקער ATUB , א צעפליקטער ארטיקל איבער דייעט
א דאנק פאר ראובן, נאבל ליטעראטור ארטיקל איבער דינאסאורס
ATUB @סאו וואט ATUB , ווערטלעך לכבוד יום טוב
ATUB @סמבטיון ATUB , רבי איד, געמער צוריק מיין זיץ (לעיקוואד האט זיך אנגענומען פאר'ן גנב, א סאושעליסט, פיל דע בוירן)
ATUB @בענדזשעמין פרענקלין ATUB , דער גרויער קאצקער,
ATUB @מאטי ATUB , נו מאטי, וואס?
ATUB @כעלעמ'ר מגיד ATUB ווען באגייט מען זעלבסטמארד מיט א חד גדיא
ATUB @נופת צופים ATUB , הללו כל כוכבי אור
ATUB @ראש הישיבה ATUB , שיינער חינוך ארטיקל
ATUB @גראדעמעכעלע ATUB , וועגן דער ר"ן אין נדרים, מיתה על פי הלכה, ניין?
ATUB @פישעלע הערינג ATUB , הערליכע ארטיקל וועגן הכרת הטווב
ATUB @געפילטע פיש ATUB די טארענטס און די מילבן זענען ארויס פון מצרים
ATUB @איך אויך ATUB , מיט די טמיר ונעלם'ניקעס

אין פרי עט הדר
ATUB @שש משזר ATUB , דער לויתן
ונבנתה
געוואגטער
ATUB @רויטע וואנצעס ATUB
ATUB @פאפיטעס ATUB
ATUB @כעלעמער מגיד ATUB
ATUB @גראדעמעכעלע ATUB
ATUB @ראובן ATUB , צוויי מאמרים (איינס א משכילישע)
ליטוואק
אויבערלענדער חכם, וועגן סוכות בימי נ"ך
ATUB @ירא דשמים ATUB
ATUB @בר כוכבא ATUB

בקיצור המעשה, דער לעצטער כאפט א שמוץ, זיך שוין נעמען שרייבן.
זונטאג אפריל 03, 2016 11:49 am#327389
כוכב האט געשריבן:
@געוואלדיג, סארי איך געדענק נישט


פארשעמט :o :o
זונטאג אפריל 03, 2016 11:54 am#327391
ווי האסטו איבערגעלאזט יואב?
אן א ארטיקל פון יואב דריק איך ניטאמאל ארויס דאס קונטרס
זונטאג אפריל 03, 2016 12:40 pm#327396
אן ארטיקל בל"נ, בתנאי אז ATUB @כוכב ATUB געדענקט וועלכע נושא!!!
זונטאג אפריל 03, 2016 2:26 pm#327402
איך געדענק עפעס פון א שלאנג. מאכט סענס?
זונטאג אפריל 03, 2016 2:29 pm#327404
יאפ, האסט געראטעוועט די מצב.
זונטאג אפריל 03, 2016 2:44 pm#327407
א דאנק ATUB @פרייוויליג ATUB פאר זיך אונטער נעמען א ארטיקל
זונטאג אפריל 03, 2016 2:44 pm#327408
א דאנק ATUB @אויבערלענדער חכם ATUB פאר זיך אונטער נעמען א ארטיקל
זונטאג אפריל 03, 2016 4:37 pm#327419
א דאנק ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB פאר זיך אונטערנעמען א ארטיקל
זונטאג אפריל 03, 2016 4:37 pm#327420
א דאנק ATUB @סמבטיון ATUB פאר זיך אונטערנעמען א ארטיקל
זונטאג אפריל 03, 2016 4:43 pm#327423
רבותי, כאפט אייך מיט ווילאנג די נשים צדקניות לאזן נישט אריין אין ספרים שטוב...
זונטאג אפריל 03, 2016 9:18 pm#327451
פיינע פרישע חמין במוצאי שבת ווערט יעצט געבאקן, א ישר כח פאר ATUB @בענדזשעמין פרענקלין ATUB , פאר'ן זיך אונטערנעמען צו שרייבן אן ארטיקל מיט זיין גאט געבענטשטע פעדער.
זונטאג אפריל 03, 2016 9:22 pm#327453
אדאנק פאר ידידי היקר מלך הלבלרים ר' ATUB @יואב ATUB , פאר'ן זיך אונטערנעמען צו משתדל זיין שרייבן אן ארטיקל.
זונטאג אפריל 03, 2016 9:23 pm#327454
א באצוקערטע ארטיקל קומט אי"ה פון אונזער ATUB @קאצקע ציקער ATUB , א דאנק.
זונטאג אפריל 03, 2016 9:43 pm#327457
ברעיקינג:
אין די מינוטן קומט אריין די ברעכנדע נייעס אז דער שר הכתיבה, עט סופר מהיר במלאכתו, כתבא רבא, חוקר חכם וכותב, מרן @שש משזר האט (בשפה רפה מיט אזא תשעה באב'דיגן גוט מארגן נישט אום שבת גערעדט, זאל חלילה נישט גיין אין קעגנזאץ מיט זיין מסיבת פרידה) באוויליגט צו שרייבן א מאסיוו מאסיוו ארטיקל (גרעסער ווי דער לויתן ,שטערקער ווי דער שור הבור, און לענגער ווי דער אמשינובער אשכול) לכבוד פה סח, אן ארטיקל וואס נאר שש קען!
גיטס אלע א הילכיגס פאר שש. ווארטס מיט שפאנונג!
#אראפ_פון_די_בענק
זונטאג אפריל 03, 2016 9:52 pm#327460
עס איז הימל און ערד, דער שור הבר פון ATUB @שש משזר ATUB וועט שווימען אינעם ATUB @סמבטיון ATUB און ער וועט ATUB @פרייוויליג ATUB זיך אונטערגעבן צו ATUB @ונבנתה העיר ATUB 'ס טיפע מוח וואס ATUB @ראובן ATUB האט מגלה געווען אין א אלטע צייטונג אויסשניט, פארבייסנדיג ווי א ATUB @אויבערלענדער חכם ATUB מיט א ATUB @קאצקע ציקער ATUB צו דער זייט וועט מען באקומען געהעריג ATUB @רויטע וואנצעס ATUB וואס ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB וועט טענה'ן אז עס ענדלט מער אין ATUB @בענדזשאמין פרענקלין ATUB ווי אין ATUB @יואב ATUB , איי וועט דאס זיין @געוואלדיג.
מאנטאג אפריל 04, 2016 12:44 am#327491
אזוי מיר נישט דיר נישט, האט דער אלטער ארי שבחבורה [וואס איז אריבער א תחיית המתים לעצטענס. ומכאן רמז לתחיית המתים מן קאווע שטיבל] מורינו הרב @כוכב פראקלאמירט אז עס וועט ערשיינען א פרישע גליון 'פה-סח' לכבוד חג הפסח הבעל"ט, און האט מיר גלייך געהייסן צו שרייבן אנארטיקל. נו, אין מסרבין לגדול...

רבותי, ס'קומט עפעס א גוטס! כ'ווייס נאך אליינס נישט וואס, אבער א גוטס וועט עס זיין!
מאנטאג אפריל 04, 2016 8:01 am#327501
איך בין טאקע נאר א פרישער גאסט דא, אבער עס איז דאך די פרידעם אוו ספיעטש, וועל איך ווערן ערלויבט צו באשטייערן אן ארטיקל?
מאנטאג אפריל 04, 2016 10:23 am#327524
זבולון האט געשריבן:איך בין טאקע נאר א פרישער גאסט דא, אבער עס איז דאך די פרידעם אוו ספיעטש, וועל איך ווערן ערלויבט צו באשטייערן אן ארטיקל?


איך בין די זעלבע ניי פון דיר, לפי ווי סקוקט אויס פון די ערשטע הודעה קען איעדער אריינשוקן אן ארטיקל, סקען נאר זיין אז מגייט דאס מגיה זיין.
מאנטאג אפריל 04, 2016 10:55 am#327529
ATUB @זבולון ATUB , בכבוד גדול יעדער איז מכובד, דא איז נישטא קיין נייע אדער אלטע דא זענען אלע אייניג, א דאנק.
מיטוואך אפריל 06, 2016 1:00 pm#327903
עס איז א מסירת מודעה לרבים להגדיל תורה וכו'
מיטוואך אפריל 06, 2016 1:20 pm#327909
דער היינטיגער ערשטער נחשון איז ידידנו הדגול המשורר הנפלא ATUB @בת קול ATUB , וואס האט זיך קוים אונטער גענומען און אומר ועושה שוין אריין געשיקט א הערליכע פאעזיע וואס וועט צוגיין אין אלע אברים,

ווער_איז_נחשון_2?
מיטוואך אפריל 06, 2016 1:53 pm#327919
ווי פון די סיפורי צדיקים ארויס האט דער היסטארישער פיגור, און לוחם מלחמות ATUB @בר-כוכבא ATUB זיך אנגערופן מיט א ארטיקל, א דאנק.
מיטוואך אפריל 06, 2016 2:02 pm#327923
עס וועט זיין מעגליך צו ענדיגן די גאנצע קונטרס אין 8 טעג?
מיטוואך אפריל 06, 2016 2:04 pm#327924
ווענד זיך ווי שנעל דו ליינסט...
מיטוואך אפריל 06, 2016 2:50 pm#327933
דער ATUB @שטילע אינגערמאן ATUB איז גארנישט אזוי שטיל, ער נעמט זיך אונטער אן ארטיקל, אולי טאקע פון זיין אוצר המנוצר ווער ווייסט...
א דאנק
מיטוואך אפריל 06, 2016 11:35 pm#328049
פסח איז א צייט וואס יעדער ווערט א בן חורין, און אפילו די קליינע קינדער ווערן ווי א ATUB @קינד_אן_קייט ATUB און קענען און וועלן אי"ה שרייבן א ארטיקל, א דאנק.
מיטוואך אפריל 06, 2016 11:37 pm#328051
טוב שם טוב משמן טוב, א ספעציעלע ארטיקל מבית מדרשו של הבעל ATUB @shem-tov ATUB וועט ווערן צוגעשטעלט על צד היותר טוב אי"ה.
מיטוואך אפריל 06, 2016 11:49 pm#328056
הנה בא יבוא בעזהשי"ת לשולחן המערכת מאמר חשוב ומיוחד שנכתב ע"י סופרנו הדגול ATUB @יאסל ראקאווער ATUB הנכתב בטוט"ד ויהיה למאיר עינים, ותשוחח"ל.
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:31 am#328072
גרייט אייך אן גענוג פאפיר און טינט פארן פרינטער, ווייל ווי ס׳קוקט אויס גייט עס פארנעמען אסאך.
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 8:54 am#328118
שמעקעדיג האט געשריבן:עס וועט זיין מעגליך צו ענדיגן די גאנצע קונטרס אין 8 טעג?



אפשר זאל מען מאכען א פאטיציע צוצולייגען א טאג פסח אזויווי אין פראג צו קענען ענדיגען די דיקע אויסגאבע.
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 11:37 am#328144
איר האט נאך די מעגליכקייט!!!


צו זיין היינט דער ערשטער נחשון,

ב"ה דער עולם האט זייער ווארעם און ערשטוינענד זיך אנגערופן צום פה-סח 2 קאמפעין מיט צוזאגן ארטיקלען וכדו', אבער עס איז כזורע ואינו קוצר, די דעדליין איז א דעדליין נאר אויב גענוג ארטיקלען קומען אריין פריער, אויב אלע ארטיקלען קומען אן די לעצטע מינוט וועלן געוויסע אולי ארויספאלן און מען וועט קענען ליינען די אויסגאבע נישט אין 8 טעג נאר אין 8 מינוט, ווער כאפט די געלעגנהייט און איז דער ערשטער נחשון.

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 11:47 am#328147
איים סארי, אבער א דעדליין איז א דעדליין אן אן אולי אויף ארויסצופאלן.

איך פארשטיי אז מ'מוז אויפקומען מיט שעפערישע מהלכים וויאזוי אונטערצוגארטלען דעם עולם, אזאנע סטראשונגען זענען אבער קינדיש און קאנטער-פראדאקטיוו. העכסטנס מאך דעם דעדליין פריער.

איך עפרישיעט זייער שטארק די צרכי ציבור דא, דאוינט געט מי ראנג. זייער א סך ניקס אבער זענען זייער ביזי פאר פסח, צו שרייבן אן ארטיקל קען נעמען אביסל צייט. נידער מיט דעם לחץ חביבי. מאך אפילו נישט קיין וויץ אז ניקס וואס פלאגן זיך עפעס צו שרייבן שטייען אויס אן "אולי" פון ארויספאלן פון דעם גיליון. נישט שיין.
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 11:49 am#328152
איך ברעך מיין גאוה!!!


רבותי יעדע ארטיקל וועט אי"ה אריינגיין, אבער ביטע העלפט אונז און מאכט גרינגער די ארבעט, ווער נעמט די מייק היינט צו ווערן א נחשון?

ATUB @יואב ATUB קרינא דאיגרתא איהו ליהווי פרוונקא, ביטע

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:46 pm#328184
חברה, איך וואלט זייער געוואלט זאגן, אז די רעדאקציע איז אנגעלייגט מיט ארבעט און מ'קען נישט נאכקומען, אבער די ביטערן אמת איז נישט אזוי, דער גראפיקער זיצט אן א שטאך ארבעט, כ'האב אים געהייסן וואשן די פענסטער און ארויסגיין מיך קויפן א סנעפעל, כהלכות גוברין יהודאין אז מ'לאזט נישט אן ארבעטער אטעמען פאר א רגע כמימרא, אבער קיין לעק ארבעט איז נישטא.
חברה איך בעט ענק, איך ציטער פון די לעצטע פאר טאג, איך זע פאר א קאשמאר מיט ארבעט, הבטחות איז נישט גענוג, טוטס מיר א פערזענליכע טובה, איך ברעטשע צו ענק, זייטס יעדער א נחשון, שיקטס שוין די ארטיקלען איך זאל קענען אנקומען מיט די ארבעט בעוד מועד.
ווער שיקט היינט זיין ארטיקל? רופט דיך אן הויעך!!!
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:02 pm#328187
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
אי"ה היינט
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:19 pm#328194
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
איך האב צוויי ארטיקל'ן שוין במהדו"ק. איך דארף נאר איבערקוקען. האפעדיג וועט איינער אנקומען מארגען.
וכאן המקום לפרסם. טאמער אלס וועט זיין באצייטענס, וועל איך קענען ארויפלייגען די זאך אויף עמעזאן צו קויפען פאר פסח. אזוי וועט מען עס קענען האבען געדרוקט אין א קונטרס, נישט סתם פאפירען. מ'פלאנט נישט צו מאכען קיין גרויסע רווח (דאס וואס יא, איז פאר ק"ש, נישט פאר מיר פערזענליך) דערפון און ס'עט זיין א געשמאק. אבער מ'דארף כאפען די דעדליין, אנדעריש וועט עס נישט זיין גרייט פאר זיי עס צו האבען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:52 pm#328197
די פה-סח 2 רעדאקציע באדאנקט זיך פון טיפן הארץ פאר ידידנו ATUB @mevakesh ATUB פאר זיך אנרופן ווארעם צו אונזער בקשה און זיין דער היינטיגער נחשון, ווער איז צווייטער?

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 3:47 pm#328223
היינט האב איך אריינגעשיקט מיין ערשטע ארטיקל צום פה-סח רעדאקציע.

'יסודות'דיגע נקודות, עצות, און טיפס פאר א געזונטע שלום בית'.

וואס איך האב געשריבן אין ליכט פון דעם אשכול.
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 4:09 pm#328229
א דאנק כ"ק אדמו"ר (לשעבר) מקאווע שטיבל פאר זיין דער צווייטער נחשון היינט.
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 4:16 pm#328233
געוואלדיג האט געשריבן:א דאנק כ"ק אדמו"ר (לשעבר) מקאווע שטיבל פאר זיין דער צווייטער נחשון היינט.

וואו איז ATUB @שבת אחים ATUB ווען מ'דארף אים? ער האט דאך געמאכט די הכתרה בשעתו...
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 4:41 pm#328234
כוכב האט געשריבן:דער גראפיקער זיצט אן א שטאך ארבעט, כ'האב אים געהייסן וואשן די פענסטער און ארויסגיין מיך קויפן א סנעפעל, כהלכות גוברין יהודאין אז מ'לאזט נישט אן ארבעטער אטעמען פאר א רגע כמימרא

:lol: :lol: :lol: :lol:
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 5:02 pm#328240
ווען עס רעגנט גיסט, אונז האבן שוין פאר היינט אונזער ליטפישער ידיד ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB איז דער דריטער נחשון פאר אן ארטיקל היינט, א דאנק, ווער איז דער פערטער נחשון?

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 5:20 pm#328242
איך שיק דיר שוין אריבער מיינע ווערק
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 5:26 pm#328243
שוין ממש א מבול, ב"ה, ATUB @סמבטיון ATUB רוהט נישט א ראיה אז עס איז נאך נישט שבת, וועט איז דעם משלים צו חמשה חומשי תורה?

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט