Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים

'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
51 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 81 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10382
מאנטאג אפריל 18, 2016 9:14 pm#329848
'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
לרגל דעם אפצייכענונג פון פונקטליך איין יאר, פון ווען איך בין אריין אין שערי ק"ש [י' ניסן תשע"ה], וועל איך אנהייבן אן אשכול.


שטעלט אייך פאר, איר לערנט א חסיד'יש ספר, און פלוצים באמערקט איר א שטיקל וואס וואלט אריינגעפאסט אין א משכי'לישן בוך, ענדערש ווי אין הייליגן ספר. וואס וואלט איר געטון? גארנישט, ווייל פון זיך שאקלן מיט נאסע פאות אינעם חסיד'ישן ספר וואלט מען ניטאמאל באמערקט די 'לינקע' שטיקלעך.

דאס מיינט אבער נישט אז זיי זענען נישט דא. מען דארף זיי פשוט אויפזוכן, און לאמיר טאקע פאראייביגן דעם אשכול אלס פלאץ מקבץ צו זיין נדחים, און עווענטועל וועט ארויסקומען א 'ליקוט מספרים הקדושים'...

---

לכבוד פסח הבעל"ט, וועל איך ברענגען א שטיקל אויף פסח.

חז"ל זאגן אין מדרש רבה אפאר מאל, אז כלל ישראל איז ארויסגעראטעוועט געווארן פון מצרים וויבאלד זיי האבן אנגעהאלטן זייער מסורה: 'שלא שינו את שמם, לשונם, ומלבושם'.

נו, 'שמם' פארשטיי איך, 'מלבושם' פארשטיי איך אויך, אבער 'לשונם'? וואס גייט מיך אן וועלכע שפראך זיי רעדן?

---

זאל סקולענער רבי פרעגן אזא שאלה, הענגט מען אים גלייך אויפן סלופ.
כ'רעד שוין נישט פון אונז אונגארישע מיט די מיהאלאוויצע תקנות. ס'דעך יסודי הדת ממש. טפוי!

וואס זאל איך אבער טון, אז נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער מאור ושמש זעלבסט פרעגט די שאלה, און טרעפט נישט קיין תשובה. און לכבוד דעם איז ער גאר מציע אז די 'לשונם' מיינט אז זיי האבן געהיטן זייער דיבור בקדושה [עיי"ש דרוש חסידי].

---

איר גלייבט מיר נישט? נאט אייך די לשון פונעם מאור ושמש זעלבסט: 'מהו גריעות שינוי הלשון'...

מראה מקום אני לך [ד"ה עבדים היינו].
מאנטאג אפריל 18, 2016 9:28 pm#329853
איך האב געקלערט אראפצוברענגן א שטיקל פון רבי צדוק, אבער נאכדעם האב איך מיר געכאפט אז ער איז א לינקע.
מאנטאג אפריל 18, 2016 9:35 pm#329856
הוגה האט געשריבן:איך האב געקלערט אראפצוברענגן א שטיקל פון רבי צדוק, אבער נאכדעם האב איך מיר געכאפט אז ער איז א לינקע.

:lol: :lol: :lol:


נו רעד, אן א צווענגל וועט עס נישט גיין?!
מאנטאג אפריל 18, 2016 9:37 pm#329860
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
איצטער מאך אן אשכול פאר רעכטע שטיקלעך אין לינקע ספרים.
מאנטאג אפריל 18, 2016 10:24 pm#329870
הוגה האט געשריבן:איך האב געקלערט אראפצוברענגן א שטיקל פון רבי צדוק, אבער נאכדעם האב איך מיר געכאפט אז ער איז א לינקע.


אדער האט מען עס שוין צענזערירט פון דארט (רק בקריאת שם ישראל די).
מאנטאג אפריל 18, 2016 10:27 pm#329872
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
מאור ושמש איז נישט אזוי רעכט און דער שטיקעל איז נישט אזוי לינק פונעם קעפל האב איך שוין געמיינט אז דו רעדסט פון עבולוציא אין ויואל משה...
מאנטאג אפריל 18, 2016 10:28 pm#329874
איך ווייס נישט קען זיין אז איך בין זיך טועה, אבער איך ווייס נישט וואס איז די גרויסע חידוש דערביי. דאס זיין באוויסטזיניג איבער א פראבלעם פון לשונות האומות איז א רעאקציע צו די השכלה באוועגונג, וואס האט געלייגט גרויס דגוש אויף רעדן א פערפעקט דעם לאנדס-שפראך און נישט אין זשארגאן, אין אסאך חסידישע צענטערן האט מען אבער נישט געטראגן די דאגות, יא אסאך גאליציאנע רעביס זענען געווען נאנט פארבונדן מיטן אונגארישן יודענטום, וואס האט זיי געמאכט פאר לוחמים אויף די סארט ענינים, אבער די מאור ושמש איז מסתבר אז ער האט נישט געהאט די מילהאוויצער דאגות, אדרבה, געפינט מען אין נועם אלימלך און נאך אזעלעכע סארט ספרים א דגוש אנטקעגן לשונות העמים?
ולעצם הענין פון א היסטארישן שטאנדפונקט איז קיינמאל נישט געווען אזא קפידא ( איך ווייס ס'דא א ירושלמי, און איך ווייס פונעם פשטל פון חתם סופר) אידן אין אלכסנדריא של מצרים האבן גערעדט יווניש, אידן אין בבל האבן גערעדט אראמיש, אידן אין אראביע האבן גערעדט אראביש, אידן אין אשכנז האבן גערעדט אידיש, אידן אין שפאניע האבן גערעדט לאדינו. אידן האבן זיך קיינמאל נישט צוריקגעהאלטן צו רעדן די לאנדס-שפראך, נאר דאס אז זיי זענען פאקטיש געווען אפגעטיילט פון זייערע גואישע שכנים סאציעלי, צוגאב צו דעם וואס אסאך הייליגע מושגים איז געווען באקוועמער צו רעדן אויף לשון הקודש, און למעשה איז דאך נישט געווען קיין קפידא צו רעדן פערפעקט דעם לאנדס-שפראך, איז עס געווארן אן פאראידישטן זשארגאן.
דאס זעלבע איז מיט לבוש, איז קיינמאל קיין קפידא געווען, הגם מיט דעם איז די מאור ושמש שוין אוודאי יא באוויסטזיניג. נאר די קפידא איז נישט צו גיין בחוקות הגוי, ווי אויך קליינע שינויים פון צניעות ווי ערקתא דמסאנא.
דאס זעלבע מיט שם. איר האט יוונישע נעמען, ווי אבטולמס, אנטיגנוס, סומכוס. אראמישע נעמען ווי פפא חייא חסדא, ספאנישע נעמען ווי ווידאל, דייטשע נעמען ווי אייזיק זלמן.
ס'דא א תשובה אין אגרות משה, וואס זאגט אז די שם לשון מלבוש איז געווען א ספעציעלע זכות דעמאלטס פאר קבלת התורה, ווייל דאס איז געווען די איינציגע חילוק בין ישראל לעמים, אבער נאך קבלת התורה פעלט דאס מער נישט אויס.
מאנטאג אפריל 18, 2016 10:37 pm#329876
שש דו פארלויפסט מיך מיין ארטיקל אינעם פה-סח :)
מאנטאג אפריל 18, 2016 10:43 pm#329877
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
עס אויך גענומען ווערן אין באטראכט אז דער מאור ושמש איז געווען א 'געווארענער' חסיד...
מאנטאג אפריל 18, 2016 10:45 pm#329878
שש משזר האט געשריבן:מראה מקום אני לך [ד"ה עבדים היינו].

געווענליך זענען תורות געבויט אויף דעם אויפן אז כדי צו מסביר די חידוש דארף מען קודם פרעגן א קשיא. ד.ה. אז נישט די קשיא האט עם געשטערט, נאר ער האט שוין געהאט די חידוש, און נאכדעם לייגט מען צו א קושיא. און אזוי איז אויך בכלל, למשל ביי חידושים על הש"ס. דו"ק
מאנטאג אפריל 18, 2016 11:03 pm#329882
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
הדברים פשוטים כדברי נהורא, וכבר האריכו בזה בכמה מקומות דא אין שטיבל.

גאליציאנער רבי'ס (באוואוסט אויפן שינאווער רב) האבן גראדע יא געהאט א קפידא דערביי, אבער גארנישט מיט אונגארן. קיינעם אין אונגארן האט נישט געבאדערט דער פאקט אז אונגארן איז געווען די איינציגסטע מזרח אייראפעאישע מדינה וואו אידן האבן גערעדט בלשון המדינה. היינט צוטאגס ווען אלעס איז אזא מישמאש'דיגע אכשר דרא, זענען מיר משועבד צו יעדע מימרא פון יעדן ערליכן איד בכל מושבותיהם וזמניהם, אבער דאס איז בכלל נישט געווען אזוי אמאל.
מאנטאג אפריל 18, 2016 11:07 pm#329883
אין אונגארן'ס ארטאדאקסיע איז הפנים געווען א קפידא נישט צו דרש'נן אויף גויאיש.
מאנטאג אפריל 18, 2016 11:14 pm#329886
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
דאס איז געווען - ווי דו האסט עס מגדיר געווען - משום חוקת הגוי, ולאפוקי פון די שינויים בצורת בית הכנסת פון די רעפארמער. (פארשטייט זיך אז די מצדדים לטובת די - טעקטיקעל - מהלך, האבן זיך שוין געבויט אויף דעם ירושלמי / חת"ס אויך, אבער דאס איז נישט געווען זייער שטופ דערצו, און זייער מערכה איז טאקע נאר געווען באגרעניצט צו די שול).
מאנטאג אפריל 18, 2016 11:26 pm#329887
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
כפארשטיי נישט פארוואס שמם ולבושם פארשטייט ער און לשונם נישט.
מאנטאג אפריל 18, 2016 11:52 pm#329888
לאו דווקא לינקס אבער דאך נישט על דרך רבוה''ק,
ר' אליהו רגולר/קאלישר א תלמיד פון ר' חיים וולוז'נער האט א תשובה ווי ער פסק'נט אז מקען מצרף זיין נשים צו מנין לגבי די מעלה פון תפלה בציבור

סימן ז'
m http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 12&hilite= m
דינסטאג אפריל 19, 2016 12:19 am#329891
מור וקציעה האט געשריבן:לאו דווקא לינקס אבער דאך נישט על דרך רבוה''ק,
ר' אליהו רגולר/קאלישר א תלמיד פון ר' חיים וולוז'נער האט א תשובה ווי ער פסק'נט אז מקען מצרף זיין נשים צו מנין לגבי די מעלה פון תפלה בציבור

סימן ז'
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 12&hilite=

אינטערסאנט וואס ער שרייבט אז ששה מתפללים איז נאר פאר קדיש און קדישה ליוט ווי עס ליגט מיר אין קאפ קען מען עס זאגן אפילו פאר איינע (פורס על קר"ש)
(דארף מען נאכקוקן)
דינסטאג אפריל 19, 2016 12:29 pm#330004
ס'דוכט זיך אז די קפידא נישט צו דרשנ'ן בלשונות העמים איז נישט געווען אז מ'זאל נישט דרשנ'ן אונגאריש, נאר נישט קיין פערפעקטע אונגאריש. פונקט ווי רעדענער'ס ווי פסח קראהן רעדען נישט עפעס אן אויסגעצייכענטע ענגליש, און הרב יונתן סאקס רעדט יא. דער חרם איז אז מ'זאל פלוידערען די רעדעכץ נישט די אנדערע. ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין קפידא אויף אידיש, ובפרט אז אין אונגארען האט מען נישט גערעדט אידיש אלס אן ערשטע שפראך.

און לאדינו איז פונקט ווי אידיש, נישט קיין לאנד'ס שפראך.
דינסטאג אפריל 19, 2016 10:50 pm#330150
צום פותח האשכול:

אגב פון דער שטיקל מאור ושמש זעהט זיך יא אן זיין רעכט'יגקייט.
וויבאלד דער מדרש איבראל שטייט: בזכות ארבעה דברים נגאלו, דער נאר שרייבען דריי זאכן איז אן עם הארצות, שם, לשון, לבוש, עריות אדער לא היה בו דלטורין.
און וויבאלד ער לאזט אויס עריות, עכ"ח איז ער פון דו רעכטע חדר...
מיטוואך אפריל 20, 2016 2:23 am#330185
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
תרנגול האט געשריבן:צום פותח האשכול:

אגב פון דער שטיקל מאור ושמש זעהט זיך יא אן זיין רעכט'יגקייט.
וויבאלד דער מדרש איבראל שטייט: בזכות ארבעה דברים נגאלו, דער נאר שרייבען דריי זאכן איז אן עם הארצות, שם, לשון, לבוש, עריות אדער לא היה בו דלטורין.
און וויבאלד ער לאזט אויס עריות, עכ"ח איז ער פון דו רעכטע חדר...

עס איז דא אפאר מדרשים מיט אנדערע דריי אדער פיר זאכן קוק אין מדרש רבה פרשת בא
מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2016 11:46 pm#349059
אין א תקופה ווען חסידות איז נאך געווען פארהעלטנמעסיג גאר יונג, האט איין גדול געשריבן די פאלגענדע שארפע לשון:
היום יש טעות אצל ההמונים, בראותם איש סכל אשר אין יודע לעשות רע וגם אינו יודע מעניני העולם מאומה, ובשגעון ושטות ינהג, סוברים שהוא הקדוש, ובראותם איש חכם מתנהג בדרך התורה מבלי נטות ימין ושמאל, אשר כל דרכיה דרכי נועם, אינו חשוב בעיניהם כ"כ, כי חושבים שהתורה צוותה ח"ו להיות שוטה שלא לידע מעניני העולם מאומה.

דער שרייבער איז געווען א גאון גדול בשעתו, און בתוך דבריו דארט שרייבט ער אויך באופן כללי ווי מ'דארף קענען לעבן ווי א נארמאלע מענטש און הנאה האבן פון די וועלט, און נישט אנטלויפן דערפון.


דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער בארימטער חסיד'ישער אדמו"ר, גאון וקדוש, רבי דוד שלמה אייבשיץ, תלמיד המגיד מזלאטשוב און ר' פייבוש'ל זבאריזשער, וואס שרייבט דאס אויבנדערמאנטע אין זיין ספר ערבי נחל פרשת ואתחנן דרוש ג'.

מראה מקום אני לך [זעקסטע שורה פון לינקע זייט].


----
ובהאי שעתא אביע מחאה אז מ'האט אריינגעריקט דעם אשכול אין מאחורי, ווען דער עמוד האשכול דרייט זיך נישט ארום נושאים שנוגעים למאחורי, און אויב געוויסע תגובות באלאנגען אין מאחורי זאל מען עס אפטיילן און אריינשיקן, און לאזן דאס רעשט אין 'תורה און מחשבה' אפטיילונג.
ATUB @סדרן ATUB , ATUB @געוואלדיג ATUB .
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:19 am#349083
שש משזר: איך פרעג נאר (מיט גרויס דרך ארץ...) איבער דעם מאמר אין דיין פתיחת האשכול.
אפשר איז עס א רעטארישע שאלה. און דער מאור ושמש וויל עפעס דרשנ'עון פון דעם. און ער זאגט ערגעץ א תירוץ...?
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:22 am#349084
קל וחומר האט געשריבן:איצטער מאך אן אשכול פאר רעכטע שטיקלעך אין לינקע ספרים.

אין די ספרים פון הרב ראי"ה קוק קענסטו עס א סאך טרעפן. אבער ער איז דאך שר"י עפ"ל ימ"ש כידוע במקומותינו...!
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:48 pm#349140
א גרויסע ייש"כ לידידי הרב ATUB @געוואלדיג ATUB , פארן אויסלייזן דעם אשכול ממיצר, אזוי וועט יעדער קענען צולייגן קטעים וואס זענען פאסיג פאר דעם אשכול.
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 7:26 am#357115
אישתישבי האט געשריבן:וויאזוי הייסט נאכאמאהל דער איד? אה יא, שיילאק, דאס איז א סימבאל פין א אידישע געלט רייסער.

אבער אזוי איז עס, די אידען זענען געבליבען די באנקירען עד היום הזה. די אידישע שיילאק'ס, און זיי רייסען געלט ביים עולם אהן רחמנות.

אוודאי איז שייקספיר נישט געוועהן א אוהב ישראל, אבער דער מציאות איז, אז דעמאלס האבען זיך אידען אויפגעפירט מיט אכזריות צו זייערע לווה'ס, סיי אידען סיי גוים. סא שייקספיר האט געקענט פשוט שולדערען די מציאות, לאו דוקא עס איבערטרייבען מחמת שנאת ישראל.

משל למה"ד? ווען היינט קומט ארויס א ווידיא וואס שילדערט די לעבען פין שווארצע פאמיליעס וואס וואוינען און א דירה וואס די אידישע רשעות'דיגע פריצים האבען געקויפט, וואלט עס לאו דוקא געקומען פין שנאת ישראל, נאר ארויס ברענגען נישט אזא באקאנטע מציאות, אז די שווארצע ליידען זיך אהן צרות צרורות פין אחב"י וואס ווילען מאכען אפאר דאלאר.


זייער גיט זאגסטו, ער מאלענט אראפ די אמתע היסטאריע און מציאות, קען נאכאלץ זיין אז ער איז געועהן א אנטיסעמיט, אבער פון דעם קען מען קיין ראי נישט ברענגן.
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 9:17 am#357119
הוילע שטותים, טויזענטער שווארצע זענען טענענטס ביי יודן, אלעס צוגעשטעלט נארמאל, איך זאג נישט, איבעראל מאכט די פארפוילטע עפעל, אבער צו געבן רעכט אראפצורייסן דעם גאנצן יודישע געמיינדע דערפאר, איז אבסורט.
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 9:39 am#357121
שטיינער האט געשריבן:הוילע שטותים, טויזענטער שווארצע זענען טענענטס ביי יודן, אלעס צוגעשטעלט נארמאל, איך זאג נישט, איבעראל מאכט די פארפוילטע עפעל, אבער צו געבן רעכט אראפצורייסן דעם גאנצן יודישע געמיינדע דערפאר, איז אבסורט.


אפשר ליינסטו נישט גענוג וואס זיי זאגן אויף זייערע לענדלארס! אידן האבן שטארק ליב געלט און רוב פון היימישע אידן מרוב צומצם און נאאיווקייט קאונסידערן זיי ליידער גוים און שווארצע ווי סעקונד קלעיס סיטיזיאונס. נישט לאנג צוריק איז געוועהן אין די נייעס וועגן צוויי היימישע אידן פון ב״פ וויאזוי זיי האבן געטריט זייערע טענעטס, קוק עס נאך.
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 12:32 pm#357134
berlbalaguleh האט געשריבן:קיין איין דאקטער האט זיך נישט געוואלט אונטערנעמען. ביז ס'האטציך געטראפן א דאקטער וואס איז געווען גרייט ארויסצושניידן א פונט פלייש פון דעם סוחר.

Nowadays there'd be no problem finding a Doctor as they're all Jewish :lol:
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 12:55 pm#357137
אישתישבי:איך וויל נישט פארפארן מיט דעם אשכול. ר'איז שוין ממילא פארפארן. נאר איין קליינע קאמענט אויף דיין..."משל למה"ד"... אין דעם לעצטן פאראגראף פון דיין תגובה...

דער טעם פארוואס די שווארצע באפעלקערונג זענען אין די מערסטע פעלער די טענענטס און די אידן זענען די לענדלארדס, איז זייער פשוט. רוב פון די שווארצע (או.קעי. אפריקאנער-אמעריקאנער) באפעלקערונג האט אימיגרירט פון די סאוטה. און ווען זיי זענען געקומען האבן זיי די איירישע און איטאליענער נישט אריינגעלאזט. די איינציגע וועלכע האבן זיי געלאזט אריינקומען אין זייער געגנט זענען די אידן. אויב דו וועסט אויפפאסן, אז אלע (אן אויסנאם) געגנטן אין ניו יארק סיטי וואו די שווארצע באפעלקערונג איז קאנצענטרירט, זענען אמאל געווען אידישע געגנטן. נאר די שווארצע האבן מיט זייער בארבארישע אויפפיהרונג זיי פארטריבן פון דארט. ואטו כי רוכלא ליחשיב וליזיל...!

נאר איין קליינעם סעמפל. הארלעם. דאס איז דאך אן אלטע אידישע געגנט וואו ס'איז נאך פארהאן אלטע שולן. דער מאונט סיני האספיטאל איז דאך געבויעט געווארן דארט, ווייל דארט איז געווען א גרויסע אידישע געגנט. די זעלבע איז אין ברוקלין און קווינס. און אין בראנקס. נאר אין איין אידישע געגנט אין קווינס האט מען געזאגט פאר דעם מלאך המשחית, הרף...! אין פארעסט היללס. איך אליינס האב געזעהן אין סאוטה אוזאון פארק, אין קווינס, ווען איך בין אדורכגעפאהרן א לאמבער יארד. האביך באמערקט א גרויסן, פארברענטן בילדינג מיט א מגן דוד אויפ'ן שפיץ...!
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 2:57 pm#357146
שבת אחים האט געשריבן:
שטיינער האט געשריבן:הוילע שטותים, טויזענטער שווארצע זענען טענענטס ביי יודן, אלעס צוגעשטעלט נארמאל, איך זאג נישט, איבעראל מאכט די פארפוילטע עפעל, אבער צו געבן רעכט אראפצורייסן דעם גאנצן יודישע געמיינדע דערפאר, איז אבסורט.


אפשר ליינסטו נישט גענוג וואס זיי זאגן אויף זייערע לענדלארס! אידן האבן שטארק ליב געלט און רוב פון היימישע אידן מרוב צומצם און נאאיווקייט קאונסידערן זיי ליידער גוים און שווארצע ווי סעקונד קלעיס סיטיזיאונס. נישט לאנג צוריק איז געוועהן אין די נייעס וועגן צוויי היימישע אידן פון ב״פ וויאזוי זיי האבן געטריט זייערע טענעטס, קוק עס נאך.


אפילו וועסט טרעפן 20 איזעס אויך זייער א קליינע פראצענט,
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 6:46 pm#357166
שטיינער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
שטיינער האט געשריבן:הוילע שטותים, טויזענטער שווארצע זענען טענענטס ביי יודן, אלעס צוגעשטעלט נארמאל, איך זאג נישט, איבעראל מאכט די פארפוילטע עפעל, אבער צו געבן רעכט אראפצורייסן דעם גאנצן יודישע געמיינדע דערפאר, איז אבסורט.


אפשר ליינסטו נישט גענוג וואס זיי זאגן אויף זייערע לענדלארס! אידן האבן שטארק ליב געלט און רוב פון היימישע אידן מרוב צומצם און נאאיווקייט קאונסידערן זיי ליידער גוים און שווארצע ווי סעקונד קלעיס סיטיזיאונס. נישט לאנג צוריק איז געוועהן אין די נייעס וועגן צוויי היימישע אידן פון ב״פ וויאזוי זיי האבן געטריט זייערע טענעטס, קוק עס נאך.


אפילו וועסט טרעפן 20 איזעס אויך זייער א קליינע פראצענט,

הלואי ביסטו גערעכט.
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 7:19 pm#357172
בערעל,
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז די שווארצע זענען צדיקים וכו', עד כדי כך אז די זאגסט אז די אידען האבען "אריינגעלאזט" שווארצע ביז זיי האבען געמוזט אליין אוועקמופען.

לפי ידיעתי האט קיינער נישט געקענט איינטיילען ווי ווער זאל וואוינען, און אמת אידען האבען אמאהל געוואוינט אין פיל מער געגענטער אין ברוקלין, און האבען אלץ פארלאזט קיין ב"פ ווילי וכו'. אבער אידען זענען נישט געוועהן קיין צדיקים און אריינגעלאזט, מען האט קיין סאך נישט געקענט טוהן, אידען וואס האבען געוואוינט אין ביליגע געגענטער, האבען בעל כרחך באקומען ביליגע גוים זאלען דארט וואוינען.

אבער הנוגע לענייננו איז דאס אלץ נישט נוגע, ווייל כ'רעד פין דער תופעה פין די אידישע פריצים אין בעד סטיי און בושוויק, היימישע אינגעלייט קויפען הייזער טרייבען ארויס די שווארצע, קען זיין אז רוב מאהל איז עס געזעצליך, און נאר א מיעוט פירען זיך אויף ווי דער לעצטע באקאנטע קעיס, אבער סוף כל סוף איז דאס דער מציאות, ווייל מען קויפט דער הויז נאר אויף דעם חשבון פין ארייננעמען ארטיסטען און בעסערע גוים.

דער שווארצע באפעלקערונג איז פיל מיט אזעלכע מעשיות, איך אליין האב אמאהל געשמועסט מיט א פאליסמאן פין בעדסטיי ווי ער האט מיר אראפגעלייגט דער ביזנעס מאדעל פין די היימישע אידען אין דער געגענטער. כלומר, זיי ווייסען דערפין, און די אידען טוהן גארנישט קעגען דער געזעץ, אבער דער שנאה פין שווארצע צו חסידים איז גאר שטארק צוליב דעם, ווייל יעדער איינער האט אדער אליין אדער א קרוב אדער א חבר דאס מיט געמאכט.

פארוואס שרייב איך דאס? נישט ווייל חלילה איך האס אידען חלילה, אדער כ'וועל נישט אינגעלייט זאלען פארדינען, נאר פאר איינער קלערט פין גיין צו די ביליגע געגענטער און קויפען א הויז און אויפקלינען און פארקויפען, זאל ער מאכען א חשבון אויף צוויי זאכען,
איינס, דער שווארצע איז אויך א מענטש, ורחמיו על כל מעשיו, טריט אים ווי א מענטש, אפשר צאל אים ליבערשט ווי איידער ניצען דער סיסטעם.
צוויי, דער שנאה וואס די וועסט אנארבעטען אז גיא שווארצע משפחה זאל פיינט האבען א איד, און קען זיך שפעטער צוריק שפרינגען חלילה און חלילה וויי טוהן אן אנדערע איד עד כדי נפשות, וועט זיין דיין אחריות.
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 7:44 pm#357174
די זעלבע מעשה איז ווען היימישע אינגעלייט האבן שווארצע און ספאנישע ארבעטאר, זיי פירן זיך אויף צו זיי אזויווי זיי וואלטן געוועהן חיות פון וואלד, איך האב יאהרן צוריק געארבעט פאר א היימישע קאמפני ווי דער מענדזשער א נערוועזע חסיד וואס האט נישט געהאט קיין שלום בית און ער האט זיי אויסגענוצט און אויסגעפייניקט ביזן לעצטען טראפ און זיי נישט געלאזט אטעמען פאר א רגע, די גוים פלעגן מיך פרעגן פארוואס היטלער האט נישט גענעדיגט די זשאב, די אידיאלגיע פון אתה בחרתנו מיינט נישט אז מ׳מעג זיך אויפפירן צו די שווארצע וויאזוי די גוים פלעגן זיך אמאל אויפפירן צו די אידן אין די מיטעל-אלטער.

היימישע יונגעלייט עפ״ר ווייסן נישט וויאזוי זיך אויפצופירן מיט גוים און דעס איז די גרעסטע חילול השם וואס מ׳קען מאכן, ס׳האט א דירעקטע שיכות מיט דעם וואס מ׳האט אונז געהאקט אין קאפ אריין פון קינדערגארטן אן אז גוים זענען נישט קיין מענטשען, מיר חרדישע אידן זענען די גרעסטע ראסיסטן וואס איז פארהאנען אין ניו יארק לדעתי.

איך זאג עס נישט ווייל איך האב פיינט חרדישע אידן חלילה, פארקערט איך זאג עס ווייל איך האב ליב חרדישע אידן און ס׳טוט מיר וויי וויאזוי זיי האבן א איינגעבאקנע שנאה צו א יעדען וואס איז נישט אזויווי זיי.
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 8:24 pm#357805

איך ווייס נישט אויב פון דא איז אזא גרויסע ראי'. איך וואלט געזאגט בדרך אפשר אז הרב שך האט אזוי געפסקנ'ט וויבאלד דער פאטער האט קלאר געמאכט זיין שטעלונג מיט א שארפקייט. קען זיין אז הרב שך האט פארשטאנען אז ס'איז א פארלוירענע קאמף, און סיי דער פאטער און סיי דער בחור וועלן מער דערלייגן אויב ער וועט אים הייסן לערנען אין א "נארמאלע" ישיבה.
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 8:28 pm#357807
איציק האט געשריבן:

איך ווייס נישט אויב פון דא איז אזא גרויסע ראי'. איך וואלט געזאגט בדרך אפשר אז הרב שך האט אזוי געפסקנ'ט וויבאלד דער פאטער האט קלאר געמאכט זיין שטעלונג מיט א שארפקייט. קען זיין אז הרב שך האט פארשטאנען אז ס'איז א פארלוירענע קאמף, און סיי דער פאטער און סיי דער בחור וועלן מער דערלייגן אויב ער וועט אים הייסן לערנען אין א "נארמאלע" ישיבה.


נאא! איך לערן עס אפ פשוט, עס איז א שווער שטיקל, נא! ס'איז א שךמאט...
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 8:33 pm#357808
שש משזר האט געשריבן:טאמבי, בארואיג דיך. ער האט עס בפשטות געליינט נאך בעפארן קריג, איידער ער איז געווארן רבי, וואס דאן איז דאס געווען זייער א נארמאלע זאך.

אגב, איך האב שוין געזען ענליכעס פון אנדערע גדולי ישראל, וואס האבן ציטירט אדער גערעדט פון שעיקספיער. כרגע געדענק איך נישט וואו און אויף וועם כ'האב עס געזען.


ווער זאגט אז ער האט עס בכלל געליינט? איך האב עס אויך נישט געליינט אבער דער נאמען פון די בוך איז מיר באקאנט, אויך די מעשה אין אלגעמיין.
פון וואו? טאקע פון די זעלבע מקור ווי דער באבובער רבי דערציילט, ווייל די צייטונגען האבן געשטורעמט דערוועגן אז ס'איז אנטיסעמיטיזם.
עטליכע יאר צוריק (פרעג מיר נישט פונקטליך וועלכע יאר) איז די מעשה ערשינען אין א האליוואד פילם, און ס'איז ווידעראמאל געווען אין די צייטונגען. זינט דאן ליגט מיר עס אין קאפ.
דער באבובער ז"ל, פריער אלס יונגער רב און שפעטער נאך די מלחמה, איז אוודאי געווען אויסגעקאכט אין עניני הכלל, ממילא האט ער געוואוסט אסאך זאכן וואס פשוטע יונגעלייט אין זיין קהלה האבן נישט געוואוסט. דאס מיינט דען אז ער האט געלערנט שעיקספיר שניים מקרא ואחד תרגום???
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 8:41 pm#357809
שבת אחים האט געשריבן:
אפשר ליינסטו נישט גענוג וואס זיי זאגן אויף זייערע לענדלארס! אידן האבן שטארק ליב געלט און רוב פון היימישע אידן מרוב צומצם און נאאיווקייט קאונסידערן זיי ליידער גוים און שווארצע ווי סעקונד קלעיס סיטיזיאונס.

א שאד דו ביזט נישט געווען אין מדבר. ווען יא וואלסטו געראטן משה רבינו זאל גיין זוכן שונאי בצע דוקא ביי די גוים, ווייל ביי אידן איז די דאזיגע אייגנשאפט ניט צום האבן...
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 9:08 pm#357812
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
מיש-נייעס האט געשריבן:
איציק האט געשריבן:

איך ווייס נישט אויב פון דא איז אזא גרויסע ראי'. איך וואלט געזאגט בדרך אפשר אז הרב שך האט אזוי געפסקנ'ט וויבאלד דער פאטער האט קלאר געמאכט זיין שטעלונג מיט א שארפקייט. קען זיין אז הרב שך האט פארשטאנען אז ס'איז א פארלוירענע קאמף, און סיי דער פאטער און סיי דער בחור וועלן מער דערלייגן אויב ער וועט אים הייסן לערנען אין א "נארמאלע" ישיבה.


נאא! איך לערן עס אפ פשוט, עס איז א שווער שטיקל, נא! ס'איז א שךמאט...

ס׳איז ברייט באקאנט אז אין הנהגה האט הרב שך נישט געפסקנ׳ט פריוואט מיט דער קאפ אין וואנט. ער האט נישט פאר׳אייבישטערט׳ דער מציאות מיט הבטחות שוא און ער האט נישט געהייסען זיך פיהרען שטרענג. נאר ברבים האט ער גערעדט שטרענג.
אנדערע טענה׳ן אז זיין הנהגת הכלל איז געווען באזירט אויף זיין קוק אויף דער סאטמארער רב, שטרענג ברבים און ווייכער בצנעא, מיט א גלויבונג פון יודע צדיק נפש בהמתו.
הרב שטיינמאן איז מעסיגער ברבים, אבער פריוואט רעדט ער א פרומערע שפראך. ווען ער איז געקומען קיין לעיקוואוד האבען ליידיגייער׳ס און פרומאקע׳ס איהם געפרעגט וועגען ווייבער שטודירען אין א קאטוילישע קאלעדזש כדי צו טרעפען א פרנסה אויסצוהאלטען די משפחה. זיין תשובה איז געווען ׳מ׳דארף אויסלערנען די יונגעלייט צו לעבען אויף ווייניגער׳.
איך בין חושד אז א חלק פון די סבה אז לעיקוואוד איז נישט אזוי אויף זיין זייט איז צוליעב דער מימרא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 9:26 pm#357819
איציק האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
אפשר ליינסטו נישט גענוג וואס זיי זאגן אויף זייערע לענדלארס! אידן האבן שטארק ליב געלט און רוב פון היימישע אידן מרוב צומצם און נאאיווקייט קאונסידערן זיי ליידער גוים און שווארצע ווי סעקונד קלעיס סיטיזיאונס.

א שאד דו ביזט נישט געווען אין מדבר. ווען יא וואלסטו געראטן משה רבינו זאל גיין זוכן שונאי בצע דוקא ביי די גוים, ווייל ביי אידן איז די דאזיגע אייגנשאפט ניט צום האבן...

דאס דערמאנט מיך א גוט ווערטל. און איכ'ל זיין אן אומר דבר בשם אומרו...!

בשעת די התייסדות המדינה (הטמאה... :lol: :roll: ), ווען בן גוריון האט געוואלט אז אויך די אגודה זאלל זיין א טייל פון די רעגירונג. האט ער געזאגט אז ער וויל בויען א מדינה וואס פיהרט זיך עפ"י התורה. ווען ר' איטשע מאיר לעווין האט איהם געפרעגט פון וואו ער וועט נעמען ..."שונאי בצע"...פאר שופטים. האט בן גוריון געענטפערט..."פאר געלט וועט ער דאס אויך קענען באקומען"... :lol: :roll:
מיטוואך פעברואר 01, 2017 1:53 am#361497
עפעס גייט אריבער אויפן צייטונג דער בלאט, די לעצטע שטיק צייט.

צוויי אפיקורסישע ארטיקלעך, זינגען שירה: איינס איז אן ארטיקעל ווי דער חתם סופר האט געגעבן א הסכמה אויף א ש"ס וואס האט געזאלט געדריקט ווערן אויף דויטש (ער האט צוריקגעצויגען צוליב זייטיגע אישוס), צווייטענס איז א ארטיקעל ווי זיין זין דער כתב סופר האט אויפגענומען א מגיד אין שטאט וואס האט געגעבן די דרשות אויף דויטש.

די מיהאלאוויצע תקנות האבן די צוויי חברה עובר געווען בשאט נפש.
שרעקליך! וואו זענן געווען די חדש אסור מן התורה חברה?
מיטוואך פעברואר 01, 2017 10:53 am#361520
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
די ערשטע איז נישט קיין שום אפיקורסות, וואס האט די מיהאלאוויצע תקנות א קעגן א ש"'ס אויף אידיש, צי דויטש?

דעם כתב סופר'ס התנגדות און נישט אננעמען די תקנה וועגן דרש'ענען אויף דויטש, איז ברייט באקאנט. (ווי אויך דעם מהר"ם שיק'ס רעזערוואציע'ס).
זונטאג פעברואר 12, 2017 5:58 pm#362587
דעת תורה האט געשריבן:די ערשטע איז נישט קיין שום אפיקורסות, וואס האט די מיהאלאוויצע תקנות א קעגן א ש"'ס אויף אידיש, צי דויטש?

דעם כתב סופר'ס התנגדות און נישט אננעמען די תקנה וועגן דרש'ענען אויף דויטש, איז ברייט באקאנט. (ווי אויך דעם מהר"ם שיק'ס רעזערוואציע'ס).

פאר א סיבה האט מען היבש אויסגעקרויזט דעם כתב סופר ווען ארטאדאקסיע איז געפארן שטארק רעכטס.

וואס מיינסטו צו זאגן מיט "דעם מהר"ם שיק'ס רעזערוואציע'ס". מהי?
מאנטאג יוני 05, 2017 7:16 pm#373411
אין אן אלטער "מחנה חרדי", און אין "אור הצפון", איז געווען א שיינע מאמר איבער ר' אברהם שמואל פטשעניק אדמו"ר מברעזנא וחותנו של ר' ישכר דוב בעלזער (בזיווגו השני). דער פטשעניק איז געווען א טשערנאבילער אייניקעל, און אויך א אייניקעל פון בעל אוהב ישראל מאפטא, און האט נאטורליך געוויסט צו דערציילען איבער זיינע זיידעס.

ווערט געברענגט פון כתבי זכרונות של ר' אהרן פטשעניק נכד הברעזנע רבי הנ"ל, אז איינמאל חוה"מ פסח ביים סעודה איז אנוועזנד געווען אן ארימער גאסט, און ער האט איינגעטינקען די מצה אין די בארשט - מאכנדיג געבראקטס, און דער ברעזנער רבי האט מרמז געווען פאר די אנוועזנדע אז מ'זאל אים גערנישט זאגן.


פיין, מידות קומט בעפאר חומרות, אבער דא קומט די גוטע חלק פון די מעשה:

נאכן סעודה, האט דער רבי דערציילט די פאלגענדע מעשה פאר זיינע שטיב מענטשן. רבותי, דאס איז א לינקע שטיקל!

מעשה שהיה אצל זקני הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע, שאחד הרבנים הידועים ממקורביו היה לו ענין דחוף לדבר אתו, ובא אליו בחוה"מ פסח בשעה שהיה באמצע סעודתו, וכשנכנס אותו רב לחדרו הבחין שהרה"ק מאפטא זי"ע מטבל חתיכות מצה בתוך המרק, והתפלא מאוד.

כשהרגיש הרה"ק מאפטא זי"ע בתמיהתו, אמר לו: "בודאי מתפלא הנך על שאני אוכל שרויה בפסח, אבל מה אעשה שמצטער אני באכילת מצה יבשה, ובעוד שאכילת שרויה היא חומרא מדרבנן, הרי ששמחת יו"ט היא מצות עשה מדאורייתא"!



די היינטיגע מה יפית חברה וואלטען געמעגט צענזירורען אזא קאנטעווערסילע שטיקל. היתכן כזאת? אפטע רב געבט אויף אזא הייליגע חומרא צוליב געשמאק?! מה נענה אנן אבתרי'???...
דינסטאג יוני 06, 2017 3:05 am#373510
אויב מ'וואלט עס צענזערירט וואלט עס טאקע געווען א חוצפה, א זאך וואס מ'טוט ליידער אסאך, אבער למעשה איז עס אביסעל שווער, שמחת יו"ט א דארייתא וואלט בטול געווארן אויב ער ווייקט עס אין עפעס אנדערש ווי וואסער? לאמיר זאגען אין מי פירות אדער מילך? אזוי אויך למעשה האט מען אנגענומען געבראקטס נישט אלס סתם א חומרא אזוי ווי אנדערע חומרות, נאר דער העכסטע חומרא ביי חסידים. ער וואלט עס געקענט צוברעקלען.

אביסעל א הונקעדיגע מעשה לענ"ד, פעלט פרטים.
דינסטאג יוני 06, 2017 8:49 am#373563
נו, דער רבי זעכותויאגעןליינו האט טאקע נישט געגלייבט אלע מעשיות..
דינסטאג יוני 06, 2017 12:03 pm#373575
דער ערשטער בעלזער רב דער שר שלום איז ידוע אז ער האט געגעסן ביים סדר, בפני כל החסידים והיושבים, פונעם יאהך פון זיין מוטער וואס האט אריינגעטונקען די מצה דערינען, זאגענדיג אז כיבוד אם איז דאורייתא. זעהט מען אז צדיקים האבען געוואוסט ווי איין און ווי אויס..
דינסטאג יוני 06, 2017 3:53 pm#373596
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
אז מעו רעדט שוין וועגן דעם ענין פון בראקן, וויל איך פרעגן א שאלה, וואס עגבערט מיך שוין אפאר יאר לגבי די חומרות פון בראקן, צו קען מען מתיר נדר זיין דע חומרא אדער נישט.

כ'האב גראדע געזען נישט לאנג צוריק אין איינע פון די אחרונים וואס זענען דן אין דע שאלה, און ער פירט אויס אז אויב איז אזא מין חומרא וואס מ'האט זיך טועה געווען און מ'האט געמיינט אז ס'מער חומרא ווי ס'איז, צו מ'האט נישט ארויס געהאט וואס די חומרא איז אדער פארוואס מ'איז מחמיר, איז נישט קיין פראבלעם מתיר נדר צו זיין אדער מעגליך אז מ'דארף ניטאמאל מתיר נדר זיין.

יעצט די אורזאך פארוואס כ'וויל מיך מתיר נדר זיין איז נישט ווייל כ'גליסט שטארק נאך רינדיגע שווארצע קניידלעך אדער ווייל כ'וויל טובלען די הארטע מצה אין די רינעדיגע ווייסע מילך, איבערהויפט נישט, נאר ווייל ס'געווארן אזא מין טעראר ארום דע בראקן, מאנכע בייגן אריין דעם של ראש אינטערן פלעסטיק טישטעך כאילו ס'רעגענט אריין, אנדערע עסן דעם כזית און דענאך ציט מען אוועק דעם טיש כאילו ס'דא א פרישע "כאן הבן שואל" וכדומה.

כ'עס ב"ה געהעריג מצה אויפן טיש אבער ווען די הייסע זופ קומט צו גיין באקום איך אויך עפעס ווארענונג סיגנאלן ביי מיר אין בויך אז מ'דארף אבאכט געבן ווייל... כאטשיג אויסערליך זאג איך אן פאר מיין משפחה אויב עפעס האט זיך אויסגעגאסן און די מצה איז געווארן אריינגעמישט באונס, אז מ'זאל זיך בארואיגן ס'האט גארנישט פאסירט, ס'נישט קיין חמץ, אסאך עהרליכע אידן פירן זיך צו עסן געבראקטס לכתחילה.....

אבער למעשה זיך א וועג ארויס כ'זאל אפילו נישט דארפן מאכן קיין פאקסן מיט די האנט אין נישט דארפן האבן קיין נערוועזיקייט, נאר פילן ביי מיר ווי ס'מותר לכתחילה פונקט ווי ביים חתם סופר.

ס'קען זיין אז כ'קום אן יעצט ווי א שירעם נאכן רעגן מ'האלט שוין 2 חדשים נאך פסח, אבער געווענליך דערמאן איך מיך דערפון ווען די זופ קומט אריין און דעמאלטס קען מען נישט אנפרעגן דא אין שטיבל, און ביז ווי וואס ווען האלט מען שוין לאחר הפסח.

אלזא ווער ס'קען מיר אנווייזן אויף עפעס זאכליך נישט קיין בנש"ק מנהגים אדער מסורות וואס חסידים שאקלען ארויס פון זייערע ארבלען, נאר הלכה למעשה, הרי זה משובח
דינסטאג יוני 06, 2017 8:27 pm#373627
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
ג'אדלער, ביזטאך ציקער זיס, איך האב געהאט גאר א גיטע געפיל, אז דו וועסט זיין כמים כרים דא אין שטיבל.
אויב דו ווייסט נאך נישט האבן מיר דא לאקאל א אייגענע בי''ד, ווי מיר זענען זיך מתיר נדר ווען אימער, למשל ערב ר''ה, על כן הייב איך אן מיט הכל מחילה'לך, הכל כפרה'לך, והכל קנייד'לך מעתה ועד עולם.
דינסטאג יוני 06, 2017 9:05 pm#373628
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
פליקער האט געשריבן:ג'אדלער, ביזטאך ציקער זיס, איך האב געהאט גאר א גיטע געפיל, אז דו וועסט זיין כמים כרים דא אין שטיבל.
אויב דו ווייסט נאך נישט האבן מיר דא לאקאל א אייגענע בי''ד, ווי מיר זענען זיך מתיר נדר ווען אימער, למשל ערב ר''ה, על כן הייב איך אן מיט הכל מחילה'לך, הכל כפרה'לך, והכל קנייד'לך מעתה ועד עולם.

פליקער טייערע, אויב איך בין ציקער זיס דאן ביזטו זיסער פון ציקער און קלעיבעדיקער פון האניג.
דיין התרת נדרים גייט שוין ארויף אויף אלע חסידישע/בריסקע א סי די פראבלעמען?? אריינגערעכנט דעם למעען תזזזזזכרו מיט אחחחדדד און אויך דרייען א פערטע מאל דעם האן איבערן קאפ ווייל מ'געדענקט נישט וועלעכע זייט מ'האט אנגעהויבן??