מאנטאג יוני 24, 2013 8:23 pm#127532
אין סאטמאר אין לונדון הענגט די צעטעל אויף די וואנט נאכדעם וואס א חסידישע יונגערמאן אין לונדון האט פאריגע וואך אפגעלאזט אידישקייט ר"ל
קאווע טרינקער האט געשריבן:שלום עליכם צלפחד...
איינער וואס האט נישט קיין זוהן, פארשטייט נישט וואס בחורים טוען אלץ מיטן אינטערנעט רח"ל...
בכל אופן, יהא בואך לברכה
זיידעטשקע האט געשריבן:אין סאטמאר אין לונדון הענגט די צעטעל אויף די וואנט נאכדעם וואס א חסידישע יונגערמאן אין לונדון האט פאריגע וואך אפגעלאזט אידישקייט ר"ל
יתרו האט געשריבן:נחום אפילו איך בין נישט מסכים מיט דיין מהלך זאלסט וויסן איך און נאך אסאך אנדערע פילן דיין ווייטאג און מיר זענען בשום אופן מסכים מיט אזאז מהלך ווי אפהאקן גענצליך א קינד פון זיין טאטע.
דעת תורה האט געשריבן:ביי די מעשה רעדט מען ליידער פון א געהעריגן אטעאיסט לכל דבר, מען קען בכלל נישט מדמה זיין איין מעשה צום צווייטן. א אפיקורס גמור, א כופר בעיקר איז די ערגסטע וואס קען זיין פון א אידישן שטאנדפונקט, ערגער ווי א עובד עבודה זרה מגלה עריות און שופך דם.
דעת תורה האט געשריבן:וואס טוט כל מה שביכלתו יעדער זאל וויסן אז ער איז א כופר און גלייבט נישט אין גארנישט. און כמובן ער פירט זיך אויף ווי א כופר.
?, און דאס וואס הוגה אפעלירט -- מוז קומען קריטיש שנעל צו די חרדישע פירער'ס understanding ?דעת תורה האט געשריבן:שוין געשריבן מער ווי איינמאל ברחבי הקאווע שטיבל.
דעת תורה האט געשריבן:מיין תגובה דא האט זיך נאר באצויגן צו די ספעציפישע מעשה, פון אפהאקן קינדער פון א טאטע וואס טוט כל מה שביכלתו יעדער זאל וויסן אז ער איז א כופר און גלייבט נישט אין גארנישט. און כמובן ער פירט זיך אויף ווי א כופר.
געפילטע פיש האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:ביי די מעשה רעדט מען ליידער פון א געהעריגן אטעאיסט לכל דבר, מען קען בכלל נישט מדמה זיין איין מעשה צום צווייטן. א אפיקורס גמור, א כופר בעיקר איז די ערגסטע וואס קען זיין פון א אידישן שטאנדפונקט, ערגער ווי א עובד עבודה זרה מגלה עריות און שופך דם.
נע, אן אטעאיסט גייט איינעם אן? ווילאנג יענער דאווענט דריי מאל א טאג, גייט אין מקוה, היט שבת, און גייט מיט רעכטס אויף לינקס העמעדער, גייט קיינעם נישט אן וואס ער האלט אין בויך, נאר אויב טוט מען אויס די לבוש, מ'טוט זיך אן נישט מער געדאכט קאלירפולע העמדער, און מ'שניידט זיך די פיאות, דעמאלס האקט מען אפ, זאלסטו זיין די גרעסטע מאמין.
הוגה האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:מיין תגובה דא האט זיך נאר באצויגן צו די ספעציפישע מעשה, פון אפהאקן קינדער פון א טאטע וואס טוט כל מה שביכלתו יעדער זאל וויסן אז ער איז א כופר און גלייבט נישט אין גארנישט. און כמובן ער פירט זיך אויף ווי א כופר.
יישר כח פאר די האניג מוט די צופים... און פאר די ערקלערונג.
בנוגע אפהאקן קינדער פון טאטעס, אן אריינגיין אין ספעציפישע מעשיות, ווייל עס איז אוממעגליך צו וויסן די אמת. אבער לדעתי דארף דער ענין א ריזיגע תיקון! אפהאקן א קינד פון זיין טאטע אדער מאמע האט שווערע עמאציאנאלע און רעליגיעזע אפעקטן אויפן קינד. מאך נאר א סירטש דא אין שטיבל און זעה וויפיל מאל האט מען געזאגט אז דער און יענער OTD איז ווייל יענער איז געקומען פון א ציבראכענע שטוב. ד. פעלדמאן,פון ציבראכענע שטוב, פ. רייך פון צובראכענע שטוב וכו' וכו'. דו נעמסט אוועק די קינדער פון די טאטע די כופר ווייל דו ווילסט ראטעווען דאס קינד פון כפירה. אבער פון די אנדערע צד זאגסטו אז א קינד וואס וואקסט אויף אין א שטוב וואס איז אנדערש ווי געווענטליך (למשל, ער קען נישט זיין טאטע) האט א שטארקע מעגליכקייט צו ווערן א כופר. נו, וואס האסטו אויפגעטון? בכלל, איז נאך קיינמאל נישט אויפגעוויזן געווארן אז אזוי געשעהט טאקע. מיר קענען אפאר OTD'ס וואס טרעפן זיך מיט די קינדער און אלעס איז פיין און וואויל. (פארשטייט זיך אז פון די שלימות המשפחה וואלט געווען בעסער ווען מען גט זיך נישט מתחילה.) איך וואלט אויך געוואלט וויסן ווער האט אונז געמאכט אפטרופוס פאר די קינדער. איז דא ערגעץ א פרעסעדענט אין חז"ל אז מיר מוזן אוועק נעמען קינדער אויב זייער טאטע/מאמע וויל זיי אויפציען ווי כופרים?
זייער אסאך פון די פרשיות וואלטן שיין געקענט באהאנדלט ווערן ווען מען ארבייט אויס אן אפמאך צווישן די עלטערן ווי אזוי די קאסטעדי און חינות הבנים וועט אויסזעהן און מען האקט נישט אפ אינגאנצן. איינמאל דו האסט שוין ארויסגעגעבן די ריסטרעינינג ארדער אויפן טאטע איז עס שוין א מלחמה מיט תאוות הנצחון פון ביידע זייטן, און די פארלירער איז אלעמאל דאס קינד. ווער איז די אינסטיגעיטאר פונעם מלחמה? דער פרומער וואס האט מחליט געווען און גע'פסק'נט אז דאס קינד מוז גענצליך אפהאקן פון זיין טאטע/מאמע.
אניהקטן האט געשריבן:ודע מה שתשוב לאפיקורס
מאת ביג דזשאו
זיצינדעג אין מקוה מיט איין זאק אנגעטוען און די אנדערע פיס ארויפגעלייגט אויף די פיס טראכטענדיג וועגן די לעצטע מאדע פון OTD עס איז ממש געווארן א מגיפה ווי קליין קעפיגע (עפ״י רוב) מענטשן ווילען זיך שפירען קלוג און אויפגעקלערט לאזן זיי איבער דאס ווייב און קינדער און זיי לאזן זיך ארויס אויף א דרך לא דרך פארלירענדיג די גאנצע סאציאלען געביידע און רעליגיעזע אויפברענגען און לאזן זיך אריין און די שטורמישע וואסערן פון הבלי עוה״ז און ליידער פון דארט ביזן טויער פון אפיקורסית איז זייער א קליינע שפרינג כמבואר שאני מינות דמשכי און בפרט יעצט ווען איינער פון אינזער ידידים האבן זיך ארויסגעלאזט אויפ די וועג.
אזוי טראכטענדיג האב איך מיר דערמאנט די משנה אין די וואך׳ס פרק (אבות) ודע מה שתשוב לאפיקורס אויב די משנה הייסט יעדער וויסען איז עס לכוראה א פשוטע תירוץ א דבר השוה לכל נפש איז פארוואס איז די משנה נישט מסביר וואס מ׳זאל זיי ענטפערן?
נאר די משנה קען נישט שרייבן וואס זיי צו זאגען ווייל די משנה וויל נישט נוצען אזעלכע פראסטע און נידריגע רייד וואס מ׳דארף זיי זאגען!!!!! אבער ווען אינז טרעפען אהן אזא פורק עול דארפן אינז אלע שרייען בקול גדול: גיי דיר צו אלע בייזע רוחות!!! קיינער ברויכט דיר נישט!!! גאט קען אנגיין אהן דיר און אוודאי קען ער אנגיין מיט אלע דיינע קרומע שאלות והשקפות!!!
נחום כץ האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:וואס טוט כל מה שביכלתו יעדער זאל וויסן אז ער איז א כופר און גלייבט נישט אין גארנישט. און כמובן ער פירט זיך אויף ווי א כופר.
איז דען דאס נישט די עצה כדי צוברענגען צו יעדנ'ס אויפמערקזאמקייט דאס וואס דו האסט --?, און דאס וואס הוגה אפעלירט -- מוז קומען קריטיש שנעל צו די חרדישע פירער'ס understanding ?דעת תורה האט געשריבן:שוין געשריבן מער ווי איינמאל ברחבי הקאווע שטיבל.
דייקא פון די דורכפעלער וואס קומען ארויס אין 'פובליק' - און נישט פון די קעיסעס וואס ווערן פארשלונגען אין פחדני'שע שטומעניש - לערנט מען זיך וואס מ'ברויך פאררעכטן אי"ה
יידל האט געשריבן:שלמה המלך האט געשריבן:היצט אויף אונזער טייערער בלאגיסט וואס איז גליקליך (!?) מיט איהר נייע וועג, גיב עס צייט, און פאלוי איהר סווינג מאדס, סטעי טונד.... און ענדשוי עס, און לאמיר זעהן ווילאנג דאס ציהט זיך......
זעט אויס אז מרת. וויזל ליינט קאווע שטיבל, און האט געזען שלמה המלך'ס תגובה. אט איז וואס זי האט געשריבן אין רעאקציע:מס. וויזל האט געשריבן:“And they lived unhappily ever after”.
So that was denial I felt after all.
It’s ironic that Hasidim even ask this question, because theirs is not a society driven by and for happiness. While the highest ideals in the secular world may be happiness and money and success, that’s not what Hasidim strive for. Theirs is a world that values honor and good community standing much more than happiness. Respectability is one of the most desired things in the community, and people hope to do good matches, have money and good health and be sufficiently pious and learned mostly to that end. Happiness, while a part of life, is not the ultimate prize.
What’s this fuss about happiness suddenly, then? There are many things to life besides happiness. Freedom, for one. I would rather be unhappy and free than a happy prisoner. I would rather be knowledgeable and grouchy than ignorant and “blissed”. I would rather work hard for my family and friends than exchange that for a moment of gratification. I didn’t leave because I am looking for happiness, but in the process of pursuing what I need in life, yes, I find happiness. When all the stars align right.
דעת תורה האט געשריבן:למעשה איז זי זיך סותר תוכ"ד. זי איז אוועק געגאנגען, יא? איצט איז זי שוין נישט קיין חסיד. אין איר נייע לייף סטייל איז העפינעס די העכסטע דרגא - לויט איר. נו, וואס עפעס שטייט פרייהייט העכער העפינעס?
געפילטע פיש האט געשריבן:א קלייניגקייט? די ערשטע אין אידישע היסטאריע צו פייטן פאר פרויען רעכטן.
המלוכה והממשלה האט געשריבן:פרידא וויזעל שרייבט וועגן ערציען איר יונגעל, און פארוואס עס איז וויכטיג פאר איר אז ער זאל האבן א אידישע חינוך
http://www.kveller.com/blog/parenting/i ... ep-kosher/
יידל האט געשריבן:All the more reason NOT to talk to people
or better yet, NOT to be alive at all