Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10562
מיטוואך יוני 01, 2016 11:47 am#335688
קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
עס איז מיר א גרויס כבוד צו פרעזענטירן פאר אייך דעם ערשטן זשורנאל פון "דער וועקער" (סיון
תשע"ו), מעשי ידיהם להתפאר פון אונזערע באליבטע פריינט, די סאמע געלונגענסטע מוחות און בעסטע פעדער'ס פון 'קאווע שטיבל', און גראפירט דורכן גלגול חדש פונעם באקאנטן ארטיסט מר. פיקאסא שיחיה. ברוך ה' שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!

איך קען נישט גענוג באטאנען די אומערמידליכע ארבעט עס איז אריינגעגאנגען דערין, און מיר האפן אז איר וועט אלע הנאה האבן דערפון. גלייכצייטיג ווילן מיר בעטן, עס איז אן עבירה אז די רייכע קאלירן זאלן פארלוירן גיין, פרינט ביטע ארויס דעם שיינעם זשורנאל "דער וועקער" אין א קאלירטן פארמאט פאר אייער פולער הנאה. אויך וועט אי"ה זיין א מעגליכקייט צו באשטעלן א קאלירטן ביכל אויף עמעזאן, און וועט באזונדער געמאלדן ווערן.

גלייכצייטיג טוען מיר בעטן, אונזער הארעוואניע וועט זיך אויסצאלן נאר אויב עס וועט דערגרייכן וואס ווייטער מעגליך. זאל זיך יעדער פארנעמען דאס צו שיקן ווייטער פאר וועם ער קען נאר, כדי דאס זאל האבן א הילכיגע ווידערקלאנג אין גאס.

מיר ווילן באזונדער קלאר מאכן, אז וויבאלד דאס איז נישט קיין ריזן אויסגאבע ווי 'פה סח', 'פרי עט הדר', און דאס גלייכן, האבן מיר ספעציעל אויסגעשטעלט די סייז גרויסקייט דערפון אז ס'זאל ווערן ארויסגע'פרינט'עט ווי א ביכל [BOOKLET], און נישט אויפן רעגולערן אופן וואס וועט נישט אויסזען גוט (אין קומענדיגן תגובה וועט איר טרעפן דעטאלירטע הדרכה וויאזוי ארויסצופרינטן דעם בוקלעט).


ליינט און האט הנאה!


ווי עס וואונטשט,
אייער פריינט - שש משזר
מיטוואך יוני 01, 2016 11:51 am#335690
אנווייזונג וויאזוי ארויסצו'פרינטן דעם זשורנאל אלס 'ביכל'/BOOKLET [געשריבן אין ענגליש, צוליב די פילע ענגלישע טערמינען]:

Under Page Sizing & Handling, choose Booklet.
Select Auto-Rotate Pages to automatically rotate each page, if you don't have an auto rotate printer, folow the instruction on screen
IMPORTANT: make sure binding is set to RIGHT


ליינט דא מער דעטאלירט, מיט בילדער.
מיטוואך יוני 01, 2016 12:06 pm#335694
מוראדיג פראפעסיענאל אראפגעלייגט פאר א נייע ליינער.
הערליכע אויסשטעל (כחומר ביד היוצר . . .)
מיטוואך יוני 01, 2016 12:09 pm#335695
הערליכער אויסוואל פון ארטיקלען, גאר שיינע פרישע ארטיקלען, פראכטפול אויסגעשטעלט - וועקער מפואר בכלי מפואר!
מיטוואך יוני 01, 2016 12:14 pm#335696
מיר זענען אלע קאווע שטיבלער היינט. די אקטיווע און די נישט אקטיווע, די אונליין אידן און די אפליין אידן. א פראוד טאג פאר אונז אלע. יישר כח פיקאסא, שש משזר און די סטעף.
מיטוואך יוני 01, 2016 12:19 pm#335697
הערליך. 86 דאונלאודס אין א האלבע שעה, אקעי.

די פיקטשערס פון די בחורים ביים ארטיקל פון אררויסווארפן בחורים פון ישיבה איז מיט רשות? די "מאמענט" האט זיך לעצטענס געמיטשעט מיט אזא פראבלעם.
-----------------------------------------------------------------------------------------------

איז די סייט דא גרייט פאר די טרעפיק וואס גייט דא קומען צופארן?
מיטוואך יוני 01, 2016 12:22 pm#335698
הערליכע ארבעט!! איך זיך א נייע זשאב. ווי טרעפט מען איבריגע צייט צו ליינען יעדעס חודש?
מיטוואך יוני 01, 2016 12:24 pm#335699
wow לאמיר האפן אז עס איז א נייע זריחה פון ארגינאלע אידישע דזשורנאליזם, הערליכע ארבעט, מייסטער גראפיק.
מיטוואך יוני 01, 2016 12:25 pm#335700
נתן מנחם האט געשריבן:הערליכע ארבעט!! איך זיך א נייע זשאב. ווי טרעפט מען איבריגע צייט צו ליינען יעדעס חודש?

דער שבת נאכמיטאג איז ברוך השם גענוג לאנג
מיטוואך יוני 01, 2016 12:28 pm#335701
טאקע ווי שענער ס'איז מאכט עס מיר upset אז ס'נישט עכט עוועלעבעל פאר פאטענשעל ליינערס. א דזשורנאל וואס איז נאר עוועלעבעל פאר דאנלאוד אדער עמעזאן איז נישט אנערקענט אלס א מציאות, אזוי ווי דער איד וואלט געווען נאר אויף עמעזאן וואלט עס געהייסן אונטערגעגאנגען. מ'מיז טרעפן א וועג ס'זאל זיין כאטש אין צוויי דריי פיזישע לאקעשענס אין יעדע שטאט
מיטוואך יוני 01, 2016 12:34 pm#335702
עורר חדש זרח והעיר את השחר, בא להעיר ונמצא מערער, ותהום העיר.
מיטוואך יוני 01, 2016 12:40 pm#335704
קנאקעדיג האט געשריבן:טאקע ווי שענער ס'איז מאכט עס מיר upset אז ס'נישט עכט עוועלעבעל פאר פאטענשעל ליינערס. א דזשורנאל וואס איז נאר עוועלעבעל פאר דאנלאוד אדער עמעזאן איז נישט אנערקענט אלס א מציאות, אזוי ווי דער איד וואלט געווען נאר אויף עמעזאן וואלט עס געהייסן אונטערגעגאנגען. מ'מיז טרעפן א וועג ס'זאל זיין כאטש אין צוויי דריי פיזישע לאקעשענס אין יעדע שטאט

איך האלט מען זאל אנפאנגן מיט די נישט יודישע news stands אין די היימישע געגנטער זיי האבן נישט קיין פראבלעם עס צו פארקויפן
מיטוואך יוני 01, 2016 12:51 pm#335705
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
שטעל עס נישט צוזאם מיט די גויאישע צייטונגען, ס'איז א הערליכע אידישע דזשורנאל באלאנגט עס ביי די יודישע
מיטוואך יוני 01, 2016 12:55 pm#335706
פריקען מעסיוו!

#מעיק_דזשואיש_ליטרוטשער_גרעיט_אגעין
מיטוואך יוני 01, 2016 1:05 pm#335707
איך וועל שטייטליך ליינען אלע ארטיקלן אין די קומענדיגע טעג, איך האב נאר יעצט געליינט די צוויי הקדמות פון ATUB @שש משזר ATUB און ATUB @פיקאסא ATUB , ביידע זענען ארטיקלן פון די העכסטע קאליבאר און זענען ראוי לעלות על שולחן מלכים. א הערליכע ארבייט!

.
מיטוואך יוני 01, 2016 1:07 pm#335708
Amazing

יעצט קומט אריין די נייעס אז די שערס פון שטערן, בליץ, מאמענט, האבן געפערלעך געטראסקעט. רבותי נעמט ארויס אייער געלט תיכף

ביגלאייזען האט געלאסט וויסן אז ער קען באשטיין צו פארקויפן

ATUB @פיקאסא ATUB , די עולם וויל די לייקן. שרייב אפאר שורות ס׳זאל זיין ווי חל צו זיין.
מיטוואך יוני 01, 2016 1:17 pm#335714
ווען גייט עס זיין צו באקומען אויף עמעזאן ?
מיטוואך יוני 01, 2016 1:19 pm#335716
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:איך האלט מען זאל אנפאנגן מיט די נישט יודישע news stands אין די היימישע געגנטער זיי האבן נישט קיין פראבלעם עס צו פארקויפן

א גוטע איידיע פאר די ווילימסבורגע אידענטום זיכער, עס איז דא 2 לאקעשינס אין ווילימסבורג ווי עס ווערט פארקויפט די העבראישע צייטונגען איינס איז די באקאנטע ניוז סטענד אויף בראדוויי און ביים גאז סטאנציע ביי קענט סמוך ונראה לבית המדרש סאטמער
מיטוואך יוני 01, 2016 1:28 pm#335725
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:ווען גייט עס זיין צו באקומען אויף עמעזאן ?

l viewtopic.php?p=335721#p335721 l
מיטוואך יוני 01, 2016 2:08 pm#335741
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
הערסטע האט געשריבן:שטעל עס נישט צוזאם מיט די גויאישע צייטונגען, ס'איז א הערליכע אידישע דזשורנאל באלאנגט עס ביי די יודישע

Take what you get.
אויב עס גייט נישט ביי די יודישע, זאל מען עס לכה"פ פארקויפן ביי די גוי'עשע
מיטוואך יוני 01, 2016 2:13 pm#335743
גויאישע פארקויפן אויך אלע אידישע צייטונגען
מיטוואך יוני 01, 2016 2:16 pm#335747
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
אִלּוּ פִינוּ מָלֵא שִׁירָה כַּיָּם,
וּלְשׁוֹנֵנוּ רִנָּה כַּהֲמוֹן גַּלָּיו,
וְשִׂפְתוֹתֵינוּ שֶׁבַח כְּמֶרְחֲבֵי רָקִיע,
ַוְעֵינֵינוּ מְאִירוֹת כַּשֶּׁמֶשׁ וְכַיָּרֵח,
ַוְיָדֵינוּ פְרוּשׂוֹת כְּנִשְׁרֵי שָׁמָיִם,
וְרַגְלֵינוּ קַלּוֹת כָּאַיָּלוֹת,
אֵין אֲנַחְנוּ מַסְפִּיקִים לְהוֹדוֹת לְךָ.... (תפלת נשמת)

איך בין אזוי דיזי פון התפעלות, אז איך קען נישט זאגן מער ווי WOW!!!!!!!!
מיטוואך יוני 01, 2016 2:18 pm#335750
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
רבותי,
מען קען נישט רעכענען ווי סאך מען ליינט עס לויט וויפיהל מאל עס איז געווארן דאנלאודעד. וויבאלד עס ברייט זיך אויף וואטסעפפ און טעלעגראם, און א יעדע מכובעדיגער טעלעגראם טשעננעל פאוסט עס.
מיטוואך יוני 01, 2016 2:54 pm#335765
אדורכגעבליקט - נאכנישט געליינט. זעהט אויס גאר געוואלדיג אין תוכן און אויסשטעל, א דאנק אייך.
מיטוואך יוני 01, 2016 2:56 pm#335767
נאכנישט געליינט, קוקט אויס גאר גוט, און איך גלייב שווער אז דאס קען אנהאלטן חודשליך, לאמיר האפן א יא
מיטוואך יוני 01, 2016 9:05 pm#335853
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
ס'איז אין פלאן ארויפצולייגן אלע ארטיקלען אויפן שטיבל? ס'פעלט זיך אויס א מקום וואו מ'זאל קענען רעאגירן.
מיטוואך יוני 01, 2016 9:08 pm#335855
מפוזרי האט געשריבן:ס'איז אין פלאן ארויפצולייגן אלע ארטיקלען אויפן שטיבל? ס'פעלט זיך אויס א מקום וואו מ'זאל קענען רעאגירן.

שיק אריין א בריוו! מ'וויל דאך האבן דארט הערות פון ליינער
מיטוואך יוני 01, 2016 9:16 pm#335859
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
דאס איז נישט קיין ערזאץ פאר א לעבעדיגער שמועס דא אין שטיבל.
מיטוואך יוני 01, 2016 9:57 pm#335867
היינט שפיר איך ווי ר' נתן יוסף מייזעלס האט זיך דערזען ביום כ"ז אב תשל"ט, יאך בין אויס קאפעליטש מאכער, די וועלט שטייט אן מיר, כוכב האלטעך נישט אזוי קליין ווייל ביזט נישט אזוי גרויס, די חברה האבן מיך דא אוטסמארטעד בבחינת ביג טיים.
כ'האב אזוי געאפפערט מיין הילף בשפה רפה, כהאב געמיינט מעט זיך קומען ביקן און בעטן, כ'האב אראפגעשטעלט גאנצענעטע תנאים וואס מדארף נאכקומען אז מיין ריזיגער עגא זאל מסכים זיין און באוויליגן צו זיין טייל פון דעם פראיעקט, די חברה האבן אבער געמאכט שבת פאר זיך, מויחעל טויוועס, קוש מיר ווי די אידן האבן גערוט, אונז קענען אליין.
די וועקערס האבן זיך גענומען וועקן אז ס'גייט א רויעך.
שיישעלע, קום נאר אהערן דו קליינער ששי, לאמעך דיר געבן א ציפ אין בעקל, קעניינע הארע, חדשים וואס איך לעק אים שוין ווייל איך האב מורא געהאט פון אים, ער העט מיר דא צונעמען מיין רעדל, וכך הוה, דער טאג איז אנגעקומען, נישט מער געדאכט.
און מיסטער פיקאסעלע, דיר קומט זיך אויך א קנופ אין בעקל, אזוי איידעלערהייט זיך אפגעשאקלט פון מיינע קאפריזן, גוד זשאב מען, האסט געמאכט א הערליכע און קלאסישע ארבעט, מען יו ראק.
אלנפאלס, נאך מיין זויער-רייד, וועל איך מיך יא נעמען הרמן ורשותא צו נעמען קרעדיט אויף דעם הערליכן וועקער-זייגער, וויייל אי לאו האי כוכב, כהאב דאך אויסגעטרויטן דעם וועג מיט פה סח איינס און צוויי (רבי לעבן, מאך שלום מיט'ן מצב, דו קומסט אריין ווי א לאזער, זשאסט שאט אפ, זאג ס'שיין, געב א לייק, וויש דיך אפ דעם נאניע, מאך נישט קיין ברייטל העט קיינער נישט כאפן וואסערע חוזק דו ביזט) און איך האף אז איך בין געווען א גוטער פארגייער פון וועמען עס איז געווען זיך צו לערנען.
מיטוואך יוני 01, 2016 10:05 pm#335870
ATUB @כוכב ATUB , דו ביזט מתוק מדבש ונופת צופים.
א ייש"כ פאר דיינע ווערטער.

אבער דזשאסט פאר דער וואס האט נאכנישט גענוג גוט קענענגעלערנט אונזער כוכב מזהיר, בין איך דא מודיע אז חוץ מזה וואס ער איז געווען דער פארגייער פון וועמענס אויסגאבעס מיר האבן זיך געלערנט, האבן מיר אפילו דאס מאל אסאך נהנה געווען עצה ותושיה פונעם מייסטער קאארדינאטאר און קאפשטיק, הרב כוכב שליט"א.

ער שפילט די ענווה שפיל, אבער ס'טם נישט גיין! א חלק פונעם קרעדיט איז אויך זיינס.
מיטוואך יוני 01, 2016 10:32 pm#335876
כוכב האט געשריבן:היינט שפיר איך ווי ר' נתן יוסף מייזעלס האט זיך דערזען ביום כ"ז אב תשל"ט, יאך בין אויס קאפעליטש מאכער, די וועלט שטייט אן מיר, כוכב האלטעך נישט אזוי קליין ווייל ביזט נישט אזוי גרויס, די חברה האבן מיך דא אוטסמארטעד בבחינת ביג טיים.
כ'האב אזוי געאפפערט מיין הילף בשפה רפה, כהאב געמיינט מעט זיך קומען ביקן און בעטן, כ'האב אראפגעשטעלט גאנצענעטע תנאים וואס מדארף נאכקומען אז מיין ריזיגער עגא זאל מסכים זיין און באוויליגן צו זיין טייל פון דעם פראיעקט, די חברה האבן אבער געמאכט שבת פאר זיך, מויחעל טויוועס, קוש מיר ווי די אידן האבן גערוט, אונז קענען אליין.
די וועקערס האבן זיך גענומען וועקן אז ס'גייט א רויעך.
שיישעלע, קום נאר אהערן דו קליינער ששי, לאמעך דיר געבן א ציפ אין בעקל, קעניינע הארע, חדשים וואס איך לעק אים שוין ווייל איך האב מורא געהאט פון אים, ער העט מיר דא צונעמען מיין רעדל, וכך הוה, דער טאג איז אנגעקומען, נישט מער געדאכט.
און מיסטער פיקאסעלע, דיר קומט זיך אויך א קנופ אין בעקל, אזוי איידעלערהייט זיך אפגעשאקלט פון מיינע קאפריזן, גוד זשאב מען, האסט געמאכט א הערליכע און קלאסישע ארבעט, מען יו ראק.
אלנפאלס, נאך מיין זויער-רייד, וועל איך מיך יא נעמען הרמן ורשותא צו נעמען קרעדיט אויף דעם הערליכן וועקער-זייגער, וויייל אי לאו האי כוכב, כהאב דאך אויסגעטרויטן דעם וועג מיט פה סח איינס און צוויי (רבי לעבן, מאך שלום מיט'ן מצב, דו קומסט אריין ווי א לאזער, זשאסט שאט אפ, זאג ס'שיין, געב א לייק, וויש דיך אפ דעם נאניע, מאך נישט קיין ברייטל העט קיינער נישט כאפן וואסערע חוזק דו ביזט) און איך האף אז איך בין געווען א גוטער פארגייער פון וועמען עס איז געווען זיך צו לערנען.

הער אויף מיט די קאמפלעקס, דער קונץ איז אנצוהאלטן מיט א פראיעקט, עס איז אונזער וואונטש אז דער וועקער זאל ווייטער אנגיין און ערשיינען, אבער ווי עס שיינט איז שש נאך אין די כלים, עס שמעקט מיר אז דער אויסגאבע וועט נאך פאדערן אסאך הילף, שש איז נישט קיין ענדזשעל און וועט האבן צייטן וואס ער וועט נישט קענען פירן די אויסגאבע אליינס, נעם אינאכט אז וועסט קענען אסאך טאלאנט שענקען דא, מיר האבן אסאך צוטון, און אסאך אויפצוטון, מען קען נישט לאזן מנוחה, דא מיט סמארטפאונלאזע גאסן אין קרית יואל, און דא מיט סמארטפאונלאזע אנשטאלטן פאר קינדער פון גייסטישע היימען אין וויליאמסבורג, מיר האבן א וועג אויסצוטרעטן, און ווילאנג דער וועקער ווערט נישט דער אפציעלער שופר פון די "אגודת ישראל", מיט די צוזאמענארבעט פון די "התאחדות הרבנים" דארפן מיר וועקן און וועקן אן לאזן די רע-בנים דרוקן דעם "סנוז קנעפל.

מעסיוו ארבעט חברה, נאכנישט אנגעיאגט צו ליינען, אבער עפעס האב איך געזען פון בעל מדות, דער שרייבט דאך צום זאך (נאר כוכב מעג קאמפלעקסירן?...) איז כוכב פארליר נישט דיין האפענונג, דו האסט אנגעצינדן דער פאקל, און דו שיינסט דערמיט, אויב זוכסטו ממש וואס צוטון, אפשר שרייב מער דא, עס בענקט זיך פיין צו ליינען עפעס כוכב'דיג.
מיטוואך יוני 01, 2016 10:36 pm#335879
נאך א מזל דו טרייסט מיך...
מיטוואך יוני 01, 2016 10:56 pm#335889
.
דאנערשטאג יוני 02, 2016 6:06 am#335935
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
איך פארשטיי נישט, דער וועקער נעמט צו פון פה-סח? כוכב וועט ווייטער אנגייען מיט פה-סח און פיקאסא מיט שש משזר מיט דער וועקער.
ס'איז אזוי ווי ווען מ'נעמט אן דער ברך משה אלס רבי אין תש"ז, אפשר לקיים שניהם און ר' נתן יוסף זאל זיך דרייען ביי ביידער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 02, 2016 6:14 am#335936
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, דער וועקער נעמט צו פון פה-סח? כוכב וועט ווייטער אנגייען מיט פה-סח און פיקאסא מיט שש משזר מיט דער וועקער.
ס'איז אזוי ווי ווען מ'נעמט אן דער ברך משה אלס רבי אין תש"ז, אפשר לקיים שניהם און ר' נתן יוסף זאל זיך דרייען ביי ביידער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

הנני מצטרף לדברי ליטוואק.
אין מלכות נוגעת בחברתה.. אדרבה ואדרבה @כוכב איז מכובד אנצופירען ווייטער די גרעסערע אויבגאבעס, צו ס'וועט הייסן פה סח, אדער דער וועקער נאר און א ספיציעלען פארגרעסערטען אויסגאבע דאס וועט ער מחליט זיין.
נאטינג ביטס די פה סח תשע"ו אויסגאבע!
איך בין גרייט צו העלפן דעמאלס אויך בעזהי"ת.
דאנערשטאג יוני 02, 2016 7:59 am#335943
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
פלאוויוס' ארטיקל דער נומער, איז ווידער עפעס איינס אין דער וועלט. איך האב געשטוינט און געשמייכלט און עמאציאנעל געווען אין די זעלבע צייט, געשטוינט וואספארא דזשיניעס עס ליגט אינדעם און ווי אמת'דיג די אבהאנדלונג פארשטייט זיך. ווי גוט ער טרעפט צו מחשבות וועלכע קומען כסדר ווי אין פלוקטועישנס אויף אלעמענס מיינד און ווי קונצליך ער לייגט עס אין פארעם פון אפילו פשוטע ווערטער. ס'דאכטצעך אז ער פיהלט די פעין פון אלע ברואים און פון די בריאה זעלבסט. געשמייכלט האב איך, פארדזשעקטענדיג א אינערליכע צופרידנקייט וואס האט געשטורעמעט פון עקסייטמענט צו כאפן א גלימפס אויף א סוד פון דער יקום און אירע ווארקינגס. געשמייכלט אז עמיצער האט געטוהן די ארבעט פאר מיר און סדר געמאכט אין דעם תהו. אמת'דיג, פליז זייט מיר נישט חושד אין גאווה ווען איך זאג אייך דער חלק מהגעדאנק אז נאר פון קאנפליקט(לדאבוננו הגדול) קומט ארויס דער דרייוו, ענערגיע און רצון אויף פארקערט, און שפעטער דאס פירט דאס ווייטער אויף צוריק, איז עפעס וואס עגבערט מיר שוין א לאנגע צייט, ווען עס איז זיך מיר איין טאג נאטורליך איינגעפאלען. כ'האב עס דעמאלס דורכגעשמועסט מיט @פארוואס? ווי ער קען מעיד זיין. האט זיך מיר געפרייט צו זען נעכטן אז איך בין נישט אינגאנצן פארנערט און אז נאך עמיצן באדערט אזעלכע נאאיוויקייטן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 02, 2016 9:18 am#335952
פאר אלע טרייסטער און וואונטשערס, כבין געווען סארקאסטיש. הצלחה.
דאנערשטאג יוני 02, 2016 9:30 am#335954
רבותי סאיז א מציאות! אנבעליוועבעל שיין און רייך.
אצינד דארף מען אויפהערן מיט די אונגארישע רעקציעס און אנהייבן טוהן קאנסטראקטיוו.
ATUB @פיקאסא ATUB ווען איז די נעקסטע דעדליין אריינצוגעבן ארטיקלען?
כ׳גיי אי״ה אריינשיקן עפעס.
דאנערשטאג יוני 02, 2016 9:44 am#335959
איך אויך, איינער איז אינטרעסירט? :בלאבל:
דאנערשטאג יוני 02, 2016 9:48 am#335960
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט:
שלום שטיסל האט געשריבן:רבותי סאיז א מציאות! אנבעליוועבעל שיין און רייך.
אצינד דארף מען אויפהערן מיט די אונגארישע רעקציעס און אנהייבן טוהן קאנסטראקטיוו.
@פיקאסא ווען איז די נעקסטע דעדליין אריינצוגעבן ארטיקלען?
כ׳גיי אי״ה אריינשיקן עפעס.

יישר כח שלום.
מ'דארף זיין בקשר מיט @שש.
כ'בין זיכער ער אביסעלע אויסגעמוטשעט פון די ארבעט.. געב איהם אפאר טאג, כ'גלייב ער וועט מודיע זיין ברבים די ווייטערדיגע פלענער.
דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:45 pm#336000
כוכב האט געשריבן:פאר אלע טרייסטער און וואונטשערס, כבין געווען סארקאסטיש. הצלחה.



ATUB @כוכב ATUB לאז דיך נישט טרייסטן קוק נאר אן די קאמפלימענט'ס דא און קוק ביי די פה-סח ......

Just Kidding :roll:

און פאר די אלע שרייבער'ס און ארויסהעלפער'ס פאר "דער וועקער" כל אחד בשמו הטוב הערסט כוככ וויל איך מיך באדאנקען פון טיפן הארצן און אנוואונטשען הצלחה אויף ווייטער געזונטע און לאנגע יארן. ס'קוקט אויס א מעסיוו פיעס.
טענקס
דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:48 pm#336003
א שאד. כ'האב געמיינט כוכב איז עכט באליידיגט
דאנערשטאג יוני 02, 2016 3:57 pm#336043
פיקאסא האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:רבותי סאיז א מציאות! אנבעליוועבעל שיין און רייך.
אצינד דארף מען אויפהערן מיט די אונגארישע רעקציעס און אנהייבן טוהן קאנסטראקטיוו.
@פיקאסא ווען איז די נעקסטע דעדליין אריינצוגעבן ארטיקלען?
כ׳גיי אי״ה אריינשיקן עפעס.

יישר כח שלום.
מ'דארף זיין בקשר מיט @שש.
כ'בין זיכער ער אביסעלע אויסגעמוטשעט פון די ארבעט.. געב איהם אפאר טאג, כ'גלייב ער וועט מודיע זיין ברבים די ווייטערדיגע פלענער.

די ווייטערדיגע פלענער וועלן אי"ה כסדר געמאלדן ווערן אינעם אשכול 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל', אבער בנוגע דיין ספעציפישע שאלה זאג איך אזויפיל: וויבאלד מיר ווילן קענען ארבעטן רואיג און נארמאל אויפן זשורנאל, גייען מיר בפשטות שליסן די רעדאקציע טירן פאר נייע ארטיקלען, א וואך בעפארן דאטום ווען דער זשורנאל דארף צו ערשיינען. איך וואלט געזאגט אז ארום א וואך בעפאר ר"ח תמוז גייט מען מער נישט קענען אריינשיקן נייע ארטיקלן.

א וויכטיגע נאטיץ איז, אז מיר גייען קלאר נישט אקצעפטירן יעדע סארט ארטיקל. מיר גייען האבן א שטרענגע ליניע פון נאר הויכע קאליבער ארטיקלן, און אין א געוויסן שניט, אויף צו קענען אריינגיין אינעם מאגאזין. דאס איז נישט קיין מאסיווע אויסגאבע פון צוויי הונדערט גרויסע בלעטער וואו יעדער קען אריינלייגן כל מה שלבו חפץ. דאס איז א הויכקלאסישע זשורנאל וואס לייגט אריין גוטע סחורה וואס דארפן רעדן צום דעת הקהל. [איך מיין קיינעם נישט ספעציפיש, איך רעד דא כלפי אלע וואס אישי'ן מיר דערוועגן].

א לענגערע אפהאנדלונג אויף 'וואס ווייטער', וועט אי"ה נאכפאלגן אינעם אויבנדערמאנטן אשכול 'דער וועקער חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל''.


ידידכם הנאמן,
שש משזר.
דאנערשטאג יוני 02, 2016 5:08 pm#336058
הערליכע ארבעט.

סאיז ביטער שווער אנצוהאלטן אזא זאך יעדע חודש און ס'זאל זיין אהערגעשטעלט אויפן העכסטן פארנעם.
די איינציגסטע וועג וויזוי ס'וועט האבן אריכות ימים איז נאר אויב דאס ווערט פארקויפט און ס'מאכט געלט.
דאנערשטאג יוני 02, 2016 5:12 pm#336061
WOW!!! א געוואלדיגע ארבעט!!
סדא טאקע מאנכע וואס וואונדערן זיך ווי לאנג סוועט אנהאלטען אזא מעסיוו עבודה [און נאכדערצו פאר אומזינסט!!]
איך טראכט אז הכל ריווח אפילו סוועט נישט אנהאלטען צו לאנג, אדער אויב סוועט ארויס קומען נאר מפעם לפעם, אחד בשנה ושנים בשמיטה,

איז עס ווערט אלע געלטער [וואס מצאלט נישט...] און כוחות וואס די שרייבערס לייגען אריין דערין, ווייל סאיז א פשוטע זאך אז א בעל דרשן וואס רעדט מיט א קלארע אין זיסע שטימע הערט מען סאך בעסער און נעמט סאך מער אויס, ווי איינער וואס זיין קול גריזשעט מעג ער זיין גערעכט טויזענט מאל, דאס זעלביגע איז מיטען ליינען אזאך וואס איז שיין מסודר און אויסגעשטעלט איז זיך סאך בעסער מקבל על הלב, ועל המח
ווי גייט נאר די חב''ד לידעל? כאפ אריין א וואדקע...
יעדע ארטיקעל און אויסגאבע א ליכטעל אין די יודישע וועלט
דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:21 pm#336129
איך האלט אז בעטן געלט וועט זיין קאנטער פראדאקטיוו, אפאר דאלער פאר די טעכנישע הוצאות ממילא, אבער בעטן געלט פאר די ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט, פאר די צענדליגע שעות פון הארוואניע וואס ליגט אונטער אזא פראיעקט, דאזס לאזט זיך נישט באצאלן מיט געלט, דאס ברויך ווערן געטריבן פון אידעאל, אויב וועט מען בעטן געלט קען דאס איבענעמן די ציל און דאן וועט זיך נישט וועלן אינוועסטירן די שווערע עבודה פאר די נישטיגע פאר גרייצער.

און אז איך שרייב שוין וויל איך באדאנקען אלע וואס האבן געהאט א חלק אין אהערשטעלן די געלונגענע אויסגאבע, בהצלחה
פרייטאג יוני 03, 2016 1:30 am#336169
איז דא למעשה א געשעפט וואס פארקויפט עס? כוויל עס קויפן, נישט אליין פרינטן
פרייטאג יוני 03, 2016 11:39 am#336227
א הארציגן דאנק פאר די רעדאקציע.

איך האב געאפדעיט צו ווינדאוס 10, און דארט ביים פרינטן האבעך מער נישט די אפציע פון בוקלעט פרינטינג, ווייסט איינער ווי אזוי מ'קען פרינטן בוקלעט אין ווינדאוס 10?
פרייטאג יוני 03, 2016 11:52 am#336230
איך האב ווינדאוס 10 און ס'פרינט זיך א מחיה. פאר מער הילף פרעגט דעם גוגעל הדור.
פרייטאג יוני 03, 2016 12:42 pm#336243
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
קען מען האבן booklet printing פין א Ipad ...? אפשר איז פארהאן א app דערפאר...?