דינסטאג אוגוסט 02, 2016 9:01 pm#344321
וואס וואלט איר נישט טאלערירט אלס א חלק פון אידישקייט?
דראמאטישע נייעס!!!
קול מבשר מעלדט מיט גרויס דראמא אז די אידישע וועלט איז אויף מיט א נורא נוראות'דיגע מעשה. מ'האט אנדעקט אז די חמשה חומשי תורה באשטייט באמת פון זעקס ספרים , נישט 5 ווי מ'האט ביז היינט געמיינט.
יעדער ווייסט אז ספר דברים באשטייט פון א דרשה וואס משה רבינו האט געגעבן אין א פלאץ מעבר הירדן וואס האט געהייסן "ערבה". למעשה האט משה רבינו געגעבן נאך א דרשה ערגעץ ווי אין מדבר אין יענע דרשה איז געזאגט געווארן אפאר יאהר פאר משה רבינו איז נפטר געווארן. די דרשה איז געווארן א ספר פון די תורה "ספר העדה" (ווייל די ערשטע פסוק איז וידבר משה אל כל העדה) , און עס איז געווען זעקס ספרים , בראשית , שמות , ויקרא , במדבר , העדה , דברים.
ברבות הימים איז העדה פארלוירן געווארן , און נאר יעצט האט מען עס געטראפן ערגעץ באהאלטן אין א הייל אין מדבר יהודה.
(עלערט: נישט קיין אמת'ע מעשה - נאר א משל)
לאמיר זאגן אז ס'איז קלאר אז העדה איז געוועהן א געהעריגע חלק פון די תורה פאר ס'איז פארלוירן געוואןר , און ס'איז קלאר אז ס'איז בטעות פארלוירן געווארן און נישט מ'האט עס באהאלטען. ס'איז אויך קלאר אז איינער וואס האט ביז היינט געגלייבט אין די 5 ספרים פון די תורה דארף יעצט אויך גלייבן אין די זעקסטע וויייל ס'איז געווען אנגענומען ביי אידן אלץ א חלק פון די זעלבע תורה.
אקעי , אונז האבן נאך נישט אריינגעקוקט אין די נייע אנדעקטע חלק פון די תורה. ס'ציטערט אונז וואס דארטן גייט שטיין. מיין שאלה איז וואס גייען מיר טאלערירן אז ס'איז דארטן שטיין?
און כ'וועל מסביר זיין. מיר אלע קענען אונזער אידישע רעליגיע , מיר ווייסן ס'איז א נארמאלע רעליגיע . די תורה פארלאנגט און בעט זאכן וואס מאכן סענס , און מיר האבן קיינמאל נישט געטוהן משוגענע זאכן ווי אנדערע רעליגיעס. מיר פארשטייען אז מענטשן פון אנדערע רעליגיעס וואס מ'הייסט דארטן רצחענען וכו' דארפן פארשטיין אז דאס קען נישט זיין קיין עבודת ה'. און מיר זענען באקוועם מיט אונזער רעליגיע אז ס'זאגט נישט די אלע ווילדע זאכן.
וואס געשעהט אויב יעצט ווערן אונז געוואר אז אין די פארלוירענע חלק פון די תורה שטייט יא זייער ווילדע זאכן. וואס איז אויב דארטען שטיין אז מ'דארף הארג'ענען מענטשען פון אנדערע רעליגיעס? וואס איז אויב דארטען שטייט אז מ'דארף שעכטן די ערשט געבוירענע קינדער? וואס איז אויב ס'שטייט אז פאר א מיידעל האט חתונה דארף איר א כהן בועל זיין ? וואס איז אויב דארטן שטייט אז ווען מ'ווערט 80 יאהר אלט מוז מען זיך דערטרענקען אין ים?
נאכאמאל , מ'רעדט דא אז ס'איז זיכער אז וואס אימער ס'שטייט אין די פריש אנדעקטע חלק פון די תורה איז זיכער א חלק פון אידישקייט -- וויפיל זענט איר גרייט צו טאלערירן און ווייטער זאגן אקעי , אויב דאס איז אידישקייט בין איך אקעי דערמיט , און ביי וועלעכע פונקט וועט איר זאגט , ניין ,עד כאן , איך קען נישט האבן קיין חלק אין אזא רעליגיע?