Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער 2)

אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער 2)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10701
מיטוואך יולי 06, 2016 10:22 pm#340715
אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער 2)
איך עפן דעם אשכול אז מ'זאל דא קענען שרייבן הערות אויף מיין ארטיקל "דער פרומער וויסנשאפטלער וואס אנטפלעקט די סודות פון מעשה בראשית", וואס ערשיינט אין "דער וועקער", נומער 2.

אין א צייט ארום וועל איך אריינשטעלן דעם ארטיקל אין אט דער הודעה.
מיטוואך יולי 06, 2016 10:46 pm#340720
ווער האט אים אינטערוויוט, און וויאזוי איז ער אינטערוויוט געווארן ?
מיטוואך יולי 06, 2016 11:01 pm#340722
איך האב נישט פארשטאנען זיין תירוץ ווען דו פרעגסט עים פארוואס ס'נישט קיין סתירה מיט די תורה
מיטוואך יולי 06, 2016 11:10 pm#340724
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך האב נישט פארשטאנען זיין תירוץ ווען דו פרעגסט עים פארוואס ס'נישט קיין סתירה מיט די תורה

אין דער אשכול האט פארוואס געזאגט זייער ענדליך.
מיטוואך יולי 06, 2016 11:34 pm#340729
נהורא נפישא האט געשריבן:ווער האט אים אינטערוויוט, און וויאזוי איז ער אינטערוויוט געווארן ?

איך האב אים אינטערוויוט דורך אימעיל.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 6:03 am#340762
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
ער טרייט צו נעמען דער רעזאלץ פון די two slit עקספערימענט און עס אפלייען אויף וויאזוי אידישקייט ארבעט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:32 am#340794
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
ראובן, דאס איז א מייסטער ארבייט! א שטאלץ פארן אידישן פאלק און כבוד צו די אידישע שפראך.

דער פיזיקער שטעלט זיך ארויס ווי אן ערנסטער פילאזאף און טעאלאג.

ווי זענען חז״ל מקשר די כרובים פונעם קודש הקדשים מיט די כרובים פון אדם הראשון די שומרי דרך עץ החיים?
דאנערשטאג יולי 07, 2016 1:26 pm#340820
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
איך האלט אז יעצט זאל ראובן זיין די פריינט וואס וועט אים פארשלאגן א כפרה אויף אנדערע עונות זיך צו לערנען דעם אידישן שפראך... און מיר וועלן דא האבן מיט אונז א דיימאנד!
דאנערשטאג יולי 07, 2016 5:27 pm#340855
איך פארשטיי נישט זיין ענטפער אויף דיין פראגע וויאזוי ער רעקאנסיילט עוואלוציע מיט די סיפור הבריאה אין פרשת בראשית. קענסט עס איבערזאגן מער קלאר?
דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:14 pm#340919
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
איך האב יעצט געליינט דעם אינטערוויו איך מוז זאגען עס איז א מייסטער הערליכע ארבייט
בכלל האב איך מוראדיג הנאה געהאט פון זיינע רעיונות אז תורה קען מען נישט טוישן אבער מען קען עס אויסטייטשען והרשות נתינה
אויך דער בליק אז אמונה אין באשעפער איז א בחירה און נישט קיין מציאות וואס מען קען אויפווייזען איז הערליך ארויסגעברענגט
נאר איין הערה אזוי ווי הוגה האב איך אויך נישט פארשטאנען זיין הסבר וויאזוי אבולוציה שטומט מיט תורה אבער שפעטער ברענגט ער ארויס א געדאנק וואס איך מיין אז עס פארענטפערט אביסל די קשיא אז וויסנשאפט איז לאוו דווקא פונקטליכע פאקטן נאר מער א מאדעל וואס מען קען זאגן אז דאס איז דער אופן וויאזוי עס ארבעט
דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:20 pm#340923
אזוי האב איך פארשטאנען, און די געדאנק געפעלט מיר כאטש איך קען נישט זאגן אז איך האלט אזוי, איז אבער א אינטרעסאנטע מהלך, אז עס קען טאקע זיין אז די נאמבערס וואס וויסנשאפט גיבט אן איז די עלטער פון די וועלט זענען נישט ריכטיג, אבער דאס איז א מאדעל וואס מען האט געמאכט כדי זאכן זאלן שטימען, אדער בעסער געזאגט די זאכן זענען א משל צו פארשטיין ווי די וועלט אפערירט.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:04 pm#340933
ענגלאנד שמועסט טאקע נישט אויס קלאר וויאזוי ער סינטעזירט רעליגיע מיט וויסנשאפט, און איך ווייס נישט קלאר זיין שטעלונג. פון זיינע ווערטער איז משמע אז ער גייט מיט דעם מהלך פון סטיווען דזשעי גאולד, אז רעליגיע און וויסנשאפט זענען גענצליך אנדערע תחומים וואס דארפן נישט און קענען נישט שטימען איינס מיט'ן צווייטן. דער מהלך איז באקאנט אין קורצן ווי NOMA - עיי' שם.

פון דעם שמועס קומט אויך אויס אז ענגלאנד פרובירט צו זען יעדע זאך אין די תורה ווי א נאטירליכע זאך, אנשטאט איבערנאטירליך. ער איז מודה אז טיילמאל איז דאס שווער, אבער אז מיט זיין וויסנשאפטליכן מוח איז ער פראדוקטיוו צו לערנען תורה אויף דעם אופן. דאס קען מיינען אז ער לערנט אפ בראשית אויף גענצליך אן אנדערן אופן ווי מיר פארשטייען עס, וואס איז נישט קיין סתירה מיט וויסנשאפט.

ועוד יש לומר, אז ער קען אננעמען דעם מהלך פון טייל ראשונים, אויסגעשמועסט באריכות אין The Challenge of Creation פון הרב נתן סליפקין, אז בראשית (און אנדערע חלקי התורה) קענען געלערנט ווערן אלעגאריש - על-דרך משל. די תורה איז נישט געשריבן געווארן צו געבן א פינקטליכע שילדערונג וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן, נאר צו געבן די אידן צו לערנען וויכטיגע הוראות וועגן דער וועלט און דעם רצון ה' - געשריבן אויף א וועג אז מענטשן וואס האבן געלעבט דריי טויזנט יאר צוריק זאלן עס קענען פארשטיין.
פרייטאג יולי 08, 2016 12:24 am#340993
איך האב זייער הנאה געהאט צו לייענען דעם אינטערוויו, ווי מ'זעהט איינער קען שטאלצירן מיט אידישקייט און וויסנשאפט צוזאמען. אלס א סיטיזען פונעם עם הספר, אלס א מעמבער פון דעם עם חכם ונבון, פיהל איך א שטאלץ צו זיך אידענטיפיצערן מיט אים, חכמה בישראל תאמין.

זיין אייגנארטיגע מהלך אין אידישקייט איז זייער אינטרעסאנט און באלערנד, ווי ער דערמאנט איז ער נאנט צו די חדר פון הרב י"י סאלאוועיטשיק, און הרב יונתן זאקס.

עס איז לעצטנס ארויס א ביכל פון הרב זאקס מיטן נאמען The Great Partnership, און אויך אין עברית "השותפות הגדולה", דארט גייט הרב זאקס זייער שטארק מיט דער מהלך אז סייענעס און תורה, דארפן בכלל נישט זיין קיין סתירה, זיי שטויסן זיך בכלל נישט אן, בשעת ווען סייענס איז א תוצאה פון לאגישע כללים (אין הרב זאקס'ס שפראך איז עס די לינקע טייל פונעם מוח) און רעליגיע איז דער חלק פון געפיהל, אינטואציע און קריעיטיוויטי (די רעכטע חלק פונעם מוח).

אי"ה אין א געלעגנהייט וועל איך מרחיב זיין איבער דעם מהלך, אבער באופן כללי זעהט אויס ווי ירמיה פארט מיט די זעלבע ליניע.
זונטאג יולי 10, 2016 12:10 pm#341215
געליינט דעם אינטערוויאו און געהאט א תענוג רוחני. איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז די ארטיקל איז א Must read. איך האב געקוואלן פון די טיפע השקפה וואס דזשערעמי טראגט מיט זיך, מען זעט אז ער האט א נפש הומיה וואס פראבירט מיט אלע חושים זיך צו דערנעטערן צו העכערקייט. איך האב ממש געשטוינט וויאזוי איינער וואס איז נישט אויפגעוואקסן ארטאדאקסיש זאל האבן אזא בריליאנטענע תורה'דיגע-מוח. עקסטער צו פארדאנקן ראובן פאר די אויסשטעל פון קשיות, מען זעט באשיינפערליך די נובעלע כאראקטער פון @ראובן וואו זיינע קשיות זענען נישט סתם צו פארעמען א טיפישע נערווירענדן אינטערוויאו, נאר אן אינטערוויאו וואס זאל זיין אינטערסאנט און אינפארמאטיוו פאר די ליינער.

די נקודה פון דזשערמי אז רעליגיע דארף נישט גיין מיט סייענס איז להיפך פון די אויספיר וואס יאיר שרייבט אין א דערנעבעדיגן ארטיקל, אז עס איז געווארן א נייער מציאות ווי דער מענטש און זיין שכל זענען געווארן די געוועלטיגער איבער חכמה, און רעליגיע מיט וויסנשאפט זענען געווארן אויף מעסער-שטעך. לויט דזשערמי קענען רעליגיע און סיינעס לעבן פרידליך און לאו דוקא 'האנט ביי האנט', נאר קיינער זאל נישט משיג גבול זיין דער צווייטער... אבער עס איז גאר א לאנגער שמיעס אויב רעליגיע מיט וויסענשאפט זענען באמת בלוטיגע שונאים אדער בלויז א פארבייגייענדע היסטארישע קאשמאר.
זונטאג יולי 10, 2016 6:19 pm#341282
אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער 2)
מיט אלעם האב איך געקענט מיט גיין אבער דעים שטיקל האט מיך זייער נערוועז געמאכט:

‎א סך ראציאנאליסטן מוטשען זיך צו טרעפן "באווייזן" אז די תורה איז באמת דער דבר ה'. געוויסע
‎זעען די אויסערגעווענליכע אידישע היסטאריע ווי א ניסימ'דיגע מאניפעסטאציע, אנדערע לאזן זיך פשוט פירן פון זייערע געפילן און גייסטישקייט, און זענען מודה אז עס זענען טאקע נישט דא קיינע אבסאלוטע באווייזן. צי האלט איר אז מיר דארפן באווייזן כדי צו גלייבן אין אידישקייט?
‎עס איז אייביג דא די פראגע וואס אונזער כוונה איז ווען מיר בויען אונזער שייכות מיט'ן
אויבערשטן און צי מיר האלטן אונזער בונד מיט אים. אין די לעצטע טויזנט יאר איז אנטשטאנען א גרוסע טעות אין יודישקייט - וואס האט זיך גענומען פון די העלעניסטישע, קריסטליכע און איסלאמישע בעלי מחשבה - אז מ'דארף אנפאנגען עבודת ה' מיט'ן איבערצייגן גאט'ס עקזיסטענץ. דאס הייסט, דער ערשטער שטאפל פון א רעליגיעז לעבן און עבודת הא-ל דארף זיין א לאגישע מסקנא פארוואס גאט'ס עקזיסטענץ איז א הכרח. איינמאל דער הכרח איז באשטימט, נוצט מען עס נאכדעם פאר דעם באזיס פאר אמונה, און אט די אמונה איז די איינציגסטע זאך
‎וואס בארעכטיגט עבודת ה'. אבער דער אמת איז אז דאס איז ווי איינער
‎זאל בויען א הויז אויף א זומפ.



וכמדומה לי אז דעיס איז קעגען די סאמע יסודות אינזערע...

אוודאי הייבט זיך יהדות אן מיט א ידועה ברורה אין א בורא עולם ״וידעתה היום והשבות אל לבבך כי ה הוא האלוהים ....״ אן א ידועה ברורה, אז מה לי ולתורתו...!
נישט נאר איז דעיס די יסוד פין יהדות נאר סאיז די תכלית פין כל התורה והמצות ״שמע ישראל ה׳ אחד..״

די ערשטע מצוה און ספר המצות איז ״הידועה שיש לעולם אלוה וכו״...

די ערשטע שער אין חובת הלבבות איז שער היוחד ידועה ברורה אין מציאת הבורא...

(און דאס איז מער ווייניגער די ״שש מצות תמידית״ וואס דאס איז יסוד והתכלית של כל התורה כולה )
וואס זאגן מיר אין עלינו לשבח דריי מאל א טאג אויב נישט די יסודת..?.!

באמת ATUB @ראובן ATUB אליינס האט זיך שוין געשריבן דא.זיינע שיטות כעין דברי ענגלאנד הנ״לֹ אין דאס מיינט גאר לאט אים אמונה פשוטה ... (וכבר השיב עליו שם ATUB @שש משזר ATUB בתוקף עיי״ש)
לבי אומר לי אז אינטער אלעם ליגט די וועסטערן סייקאלאדזשי פין "no absolut truth...״,
אלעס פיין און וואיל אבער מיט אינזער תורה קען עס נישט ארבעטן.. sorry about that !!
יהדות און תורה איז געבאט אויף אבסעלאטיזם..! no two ways about this...
זונטאג יולי 10, 2016 6:33 pm#341284
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
ראוובן ווען לייגסטו ארויף די ארטיקל, ביטע יאג זיך צי

Sent from my VS987 using Tapatalk
זונטאג יולי 10, 2016 6:51 pm#341287
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:מיט אלעם האב איך געקענט מיט גיין אבער דעים שטיקל האב מיך זייער נערוועז געמאכט:

‎א סך ראציאנאליסטן מוטשען זיך צו טרעפן "באווייזן" אז די תורה איז באמת דער דבר ה'. געוויסע
‎זעען די אויסערגעווענליכע אידישע היסטאריע ווי א ניסימ'דיגע מאניפעסטאציע, אנדערע לאזן זיך פשוט פירן פון זייערע געפילן און גייסטישקייט, און זענען מודה אז עס זענען טאקע נישט דא קיינע אבסאלוטע באווייזן. צי האלט איר אז מיר דארפן באווייזן כדי צו גלייבן אין
‎אידישקייט?
‎עס איז אייביג דא די פראגע וואס אונזער כוונה איז ווען מיר בויען אונזער שייכות מיט'ן
אויבערשטן און צי מיר האלטן אונזער בונד מיט אים. אין די לעצטע טויזנט יאר איז אנטשטאנען א גרוסע טעות אין יודישקייט - וואס האט זיך גענומען פון די העלעניסטישע, קריסטליכע און איסלאמישע בעלי מחשבה - אז מ'דארף אנפאנגען עבודת ה' מיט'ן איבערצייגן גאט'ס עקזיסטענץ. דאס הייסט, דער ערשטער שטאפל פון א רעליגיעז לעבן און עבודת הא-ל דארף זיין א לאגישע מסקנא פארוואס גאט'ס עקזיסטענץ איז א הכרח. איינמאל דער הכרח איז באשטימט, נוצט מען עס נאכדעם פאר דעם באזיס פאר אמונה, און אט די אמונה איז די איינציגסטע זאך
‎וואס בארעכטיגט עבודת ה'. אבער דער אמת איז אז דאס איז ווי איינער
‎זאל בויען א הויז אויף א זומפ.



מיט אלעם האב איך געקענט מיט גיין אבער די שטיקל האב מיך זייער נערוועז געמאכט.. וכמדומה לי אז דעיס איז קעגען די סאמע יסודות
אינזערע...
אוודאי הייבט זיך יהדות מיט א ידועה ברורה אין א בורא עולם ״וידעתה היום והשבות אל לבבך כי ה הוא האלוהים ....״ אן א ידועה ברורה, אז מה לי ולתורתו...!
נישט נאר איז דעיס די יסוד פין יהדות נאר סאיז די תכלית פין כל התורה והמצות ״שמע ישראל ה׳ אחד..״

די ערשטע מצוה און ספר המצות איז ״הידועה שיש לעולם אלוה וכו״...

די ערשטע שער אין חובת הלבבות איז שער היוחד ידועה ברורה אין מציאת הבורא...

(און דאס איז מער ווייניגער די ״שש מצות תמידית״ וואס דאס איז יסוד והתכלית של כל התורה כולה )
וואס זאגן מיר אין עלינו לשבח דריי מאל א טאג אויב נישט די יסודת..?.!

באמת @ראובן אליינס האט זיך שוין געשריבן דא.זיינע שיטות כעין דברי ענגלאנד הנ״לֹ אין דאס מיינט גאר לאט אים אמונה פשוטה ... (וכבר השיב עליו שם @שש משזר בתוקף עיי״ש)
לבי אומר לי אז אינטער אללעם ליגט די וועסטערן סייקאלאדזשי פין "no absolut trute...״, אלעס פיין און וואיל אבער מיט אינזער תורה קען עס נישט ארבעטן.. sorry about that !!
יהדות און תורה איז געבאט אויף אבסעלאטיזם..! no two ways about this...


איך האב נאך נישט געליינט דעם ארטיקל פון ענגלאנד, איך ווארט אז ראובן זאל דאס ארויפלייגן.
אבער איך בין מסכים מיט די אויבן דערמאנטע ווערטער פון ענגלאנד, סיידן מיט דעם וואס ער ריפט דאס אן א טעות.
בזמן הרמב"ם ווען אריסטאטאליען פיליזאפיע האט געהאט א חשיבות און ס'איז שייך געווען אראפצושטעלן עיקרי הדת היהדות און איינקלאנג מיט גרעכישע פיליזאפיע איז דאס אוודאי געווען די ריכטיגע צוגאנג צו יהדות.
צום באמערקן אז דאס יהדות לויט די בליק פונעם רמב"ם וואלטן געווען ווילד פרעמד פאר די נביאי ישראל ווי ירמיה ישעיה און יחזקאל.
היינט אז מיר לעבן אין אן פוסטמאדערען עפאכע וואס דוקא די מענטשליכע עקספיריענס איז חשוב קומט גראדע יהדות מער נאטירלוכער און מער אריגינעל אזויווי בזמן הנביאים.
אודאי האבן די אלע ספרי המחשבה פון פלסופיה דתית א חשיבות, אבער לאו דוקא א איבערצייגענדער חשיבות נאר ענדערש א היסטארישע חשיבות.
זונטאג יולי 10, 2016 8:40 pm#341298
אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער 2)
כווייס נישט וואס די זאגסט וועגען ישעיה ירמיה,סטאם זאמט געווארפן אין די אויגן, אדרבה ברענג עפעס פסוקים פין נביא איך זאל כאפן וואס די מיינסט...

איך האב קיין ירמיה ישעיה. און יחזקאל קיינמאל ערענסט דורך געטיהן,
אבער פרשת יתרו ואתחנן און נצבים וילך וכו׳ האבן מיר יא גאנץ פיין געלערנט ..
( און טאקע די טרוקענע פסוקי התורה אן רש״י ווי ענגלאנד טענה׳ט..
גראדע א שטארקע פוינט זיינע..)

די פסוקים ״כי שאל נא לימים הראשונם הניה כדבר הזה וגו׳ השמע עם קול אלוהים וגו׳ אתה הראתה לדעת כי ה הוא האלוהים וגו׳

וידעתה היום והשבת אל לבבך כי ה הוא האלוהים וגו׳

שמע ישראל ה׳ אחד..

דאס זענען אלעס פסוקי התורה (אן רש״י ) וואס איז גאנץ קלאר אז די תורה פארלאנגט א ידועה ברורה אלץ א יסוד כל התורה ..
זונטאג יולי 10, 2016 8:58 pm#341300
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
ידיעה קען אויך מיינען מצד הקבלה.
שטייט אויך לא נפלאת היא ממך וגו', טאמער ברויך יעדער אויפווייזן די עקזיסטענס פונעם בורא דורך אייגענע חקירה איז עס היבש נפלאת (עכ"פ לויט מיין פשט).
זונטאג יולי 10, 2016 10:14 pm#341310
פליקער האט געשריבן:ראוובן ווען לייגסטו ארויף די ארטיקל, ביטע יאג זיך צי

Sent from my VS987 using Tapatalk

ידידיי היקרים ATUB @פליקער ATUB און ATUB @נהורא נפישא ATUB , מיין ארטיקל געפונט זיך אין דעם "וועקער". אויב עס איז דיר שווער צו לייענען אויף א PDF, קענסטו עס קויפן ביי עמעזאן, דא.
זונטאג יולי 10, 2016 10:15 pm#341311
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
איך ווייס, אבער האב עס פארגעסן צי קאנטראל פי'ען, און צייט איז געווען א פלייץ דא אין א לאנגווייליגע לאנגע זינטאג
זונטאג יולי 10, 2016 10:33 pm#341313
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:מיט אלעם האב איך געקענט מיט גיין אבער דעים שטיקל האט מיך זייער נערוועז געמאכט:

‎א סך ראציאנאליסטן מוטשען זיך צו טרעפן "באווייזן" אז די תורה איז באמת דער דבר ה'. געוויסע
‎זעען די אויסערגעווענליכע אידישע היסטאריע ווי א ניסימ'דיגע מאניפעסטאציע, אנדערע לאזן זיך פשוט פירן פון זייערע געפילן און גייסטישקייט, און זענען מודה אז עס זענען טאקע נישט דא קיינע אבסאלוטע באווייזן. צי האלט איר אז מיר דארפן באווייזן כדי צו גלייבן אין אידישקייט?
‎עס איז אייביג דא די פראגע וואס אונזער כוונה איז ווען מיר בויען אונזער שייכות מיט'ן
אויבערשטן און צי מיר האלטן אונזער בונד מיט אים. אין די לעצטע טויזנט יאר איז אנטשטאנען א גרוסע טעות אין יודישקייט - וואס האט זיך גענומען פון די העלעניסטישע, קריסטליכע און איסלאמישע בעלי מחשבה - אז מ'דארף אנפאנגען עבודת ה' מיט'ן איבערצייגן גאט'ס עקזיסטענץ. דאס הייסט, דער ערשטער שטאפל פון א רעליגיעז לעבן און עבודת הא-ל דארף זיין א לאגישע מסקנא פארוואס גאט'ס עקזיסטענץ איז א הכרח. איינמאל דער הכרח איז באשטימט, נוצט מען עס נאכדעם פאר דעם באזיס פאר אמונה, און אט די אמונה איז די איינציגסטע זאך
‎וואס בארעכטיגט עבודת ה'. אבער דער אמת איז אז דאס איז ווי איינער
‎זאל בויען א הויז אויף א זומפ.



וכמדומה לי אז דעיס איז קעגען די סאמע יסודות אינזערע...

אוודאי הייבט זיך יהדות אן מיט א ידועה ברורה אין א בורא עולם ״וידעתה היום והשבות אל לבבך כי ה הוא האלוהים ....״ אן א ידועה ברורה, אז מה לי ולתורתו...!
נישט נאר איז דעיס די יסוד פין יהדות נאר סאיז די תכלית פין כל התורה והמצות ״שמע ישראל ה׳ אחד..״

די ערשטע מצוה און ספר המצות איז ״הידועה שיש לעולם אלוה וכו״...

די ערשטע שער אין חובת הלבבות איז שער היוחד ידועה ברורה אין מציאת הבורא...

(און דאס איז מער ווייניגער די ״שש מצות תמידית״ וואס דאס איז יסוד והתכלית של כל התורה כולה )
וואס זאגן מיר אין עלינו לשבח דריי מאל א טאג אויב נישט די יסודת..?.!

באמת @ראובן אליינס האט זיך שוין געשריבן דא.זיינע שיטות כעין דברי ענגלאנד הנ״לֹ אין דאס מיינט גאר לאט אים אמונה פשוטה ... (וכבר השיב עליו שם @שש משזר בתוקף עיי״ש)
לבי אומר לי אז אינטער אלעם ליגט די וועסטערן סייקאלאדזשי פין "no absolut truth...״,
אלעס פיין און וואיל אבער מיט אינזער תורה קען עס נישט ארבעטן.. sorry about that !!
יהדות און תורה איז געבאט אויף אבסעלאטיזם..! no two ways about this...

פונקט פארקערט. די מערסטע אינספייערעישאן האב איך גענימען פון דעם שטיקל.
מאנטאג יולי 11, 2016 9:00 am#341369
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:כווייס נישט וואס די זאגסט וועגען ישעיה ירמיה,סטאם זאמט געווארפן אין די אויגן, אדרבה ברענג עפעס פסוקים פין נביא איך זאל כאפן וואס די מיינסט...

איך האב קיין ירמיה ישעיה. און יחזקאל קיינמאל ערענסט דורך געטיהן,
אבער פרשת יתרו ואתחנן און נצבים וילך וכו׳ האבן מיר יא גאנץ פיין געלערנט ..
( און טאקע די טרוקענע פסוקי התורה אן רש״י ווי ענגלאנד טענה׳ט..
גראדע א שטארקע פוינט זיינע..)

די פסוקים ״כי שאל נא לימים הראשונם הניה כדבר הזה וגו׳ השמע עם קול אלוהים וגו׳ אתה הראתה לדעת כי ה הוא האלוהים וגו׳

וידעתה היום והשבת אל לבבך כי ה הוא האלוהים וגו׳

שמע ישראל ה׳ אחד..

דאס זענען אלעס פסוקי התורה (אן רש״י ) וואס איז גאנץ קלאר אז די תורה פארלאנגט א ידועה ברורה אלץ א יסוד כל התורה ..


מ'דארף נישט דרשנ'ן דעם ווערט וידעת. דאס מאכן גאנצעטע הגדרות אויף דעם מושג פון ידיעה, און ווי שטייט דא ברורה ?
וידעת טייטשט זאלסט וויסן מ'דארף נישט קוועטשן
אוודאי רעדן די כתבי הקודש צום אידישן הארץ נישט אפצולאזן די קבלת האבות און רעדט צום אידישן פאלק אלס א קאלעקטיוו איבער דעם וואס זיי זענען נעכטען געווען ביים מעמד הר סיני.
ווי אויך אפעלירט זי צום שכל הישר און התבוננות אין די בריאה, שאו מרום עיניכם ומי ברא אלה, ווי אויך די שפאט קעגן די אלילי זהב וכסף.
אבער דאס איז אלעס א נאטורליכע אויפפאדערונג נישט קיין מעכאנישע און ראבאטישע.
מאנטאג יולי 11, 2016 9:45 am#341374
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
הרב סאלאוויטשיק,
איך וועל דיר ענטפערן אין א פּשוטע אידיש, און דאס מיינען די פריערדיגע עונים.

גלייבן - ד״ה זיין איבערצייגט אין דעם - אז ס'איז א גאט ברוך הוא, איז דער אלף און דער תיו פון יהדות.

דאס, אז כּדי צו גלייבן אין גאט, דארף מען עס קענען מוכיח זיין, איז א פרעמדער געוויקס ביהדות.
מאנטאג יולי 11, 2016 10:18 am#341380
די תורה פאדערט נישט קיין איבערצייגונג, די תורה זוכט צו איבערצייגן.
און נישט די עצם עקזיסטענץ פון גאט, נאר די שטארקייט פונעם אידישן גאט און זיינע פאדערונגן.
מאנטאג יולי 11, 2016 1:40 pm#341403
לשאלת הרבים: כ'פלאן נישט ארויפצושטעלן דעם ארטיקל בקרוב, היות כ'וויל מ'זאל עס לייענען דייקא אינעם "וועקער". די סיבות זענען צוויי: 1) אז דער ארטיקל איז שיין אויסגעשטעלט און געדרוקט, דארף עס געלייענט ווערן אויף דעם אופן כראוי וכיאות. 2) כ'וויל שטיצן דעם וועקער - אויב איינעם איז נאר מיין ארטיקל אינטערעסאנט, זאל דאס אים/איר ברענגען צו זען דעם גאנצן וועקער.
מאנטאג יולי 11, 2016 2:59 pm#341417
מפוזרי האט געשריבן:גלייבן - ד״ה זיין איבערצייגט אין דעם - אז ס'איז א גאט ברוך הוא, איז דער אלף און דער תיו פון יהדות.
דאס, אז כּדי צו גלייבן אין גאט, דארף מען עס קענען מוכיח זיין, איז א פרעמדער געוויקס ביהדות.

הפנים, וויאזוי קען מען זיין איבערצייגט אינעם מציאות פון גאט אין וועם מ'דארף גלייבן, אן מוכיח זיין אז ס'איז דא א גאט?
מאנטאג יולי 11, 2016 3:21 pm#341419
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
ס'דא א באקאנטע משל פונעם ח"ח (ויש מייחסים להגר"י סאלאנטער) אויפן ענין.
מאנטאג יולי 11, 2016 4:03 pm#341422
שש משזר האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:גלייבן - ד״ה זיין איבערצייגט אין דעם - אז ס'איז א גאט ברוך הוא, איז דער אלף און דער תיו פון יהדות.
דאס, אז כּדי צו גלייבן אין גאט, דארף מען עס קענען מוכיח זיין, איז א פרעמדער געוויקס ביהדות.

הפנים, וויאזוי קען מען זיין איבערצייגט אינעם מציאות פון גאט אין וועם מ'דארף גלייבן, אן מוכיח זיין אז ס'איז דא א גאט?

אלע פעלקער האבן געהאט זייערע געטער און זייערע מיטאלאגיעס. להבדיל אידן האבן געהאט זייערע קבלה וויאזוי זיי זענען צושטאנד געקומען, ווי אויך יציאת מצרים, מעמד הר סיני.
כפירה האט דאן נישט עקזעסטירט בשיטה, אוודאי איז געווען שייך אי יראת שמים, (די אויסדרוק פון אמר נבל בלבו אין אלקים מיינט אי יראת שמים) אבער קיין סיסטעמאטישע כפירות האט נישט עקזעסטירט, אלזא אלע פעלקער האבן געגלויבט אין זייערע געטער, נאר די בליק איז געווען אז ווי שטארק א געוויסע אומה איז איז דאס א באווייז אויף די שטארקייט פון זייערע גאט.
אידן זענען געווען ארומגענומען מיט מעכטיגע אימפעריעס ווי מצרים בבל און אשור, ממילא איז נישט קיין וואונדער אז די תאווה פון געצענדינעריי האט שטארק געברענט וועלענדיג זיין א טייל פון די אלגעמיינע קולטור.
דאס אנטיילנעמען אין א פרעמדע קולטור האט שטארק געשעדיגט די אידישע קולטור.
די תורה איז נישט באזארגט פאר כפירה, די זארג איז דוקא אויף געצענדינעריי.
די תורה האלט דערפאר אין איין דערמאנען אז דער אידישער גאט איז איבער אלע געטער, דער אידישער גאט האט ארויסגענומען דאס אידישע פאלק פון מצרים וכו'
די אלע פסוקים וואס פאדערן אידן נישט צו דינען עבודה זרה, און האלט און איין דערמאנען די גרויסקייט פון די אידישע גאט, איז נישט קיין ציווי אז מ'מוז זיין איבערצייגט, נאר דאס איז די נאטורליכע איבערצייגונג זעלבסט.
מאנטאג יולי 11, 2016 4:21 pm#341428
דו האסט נישט געכאפט מפוזרי'ס ווערטער.
מפוזרי רעדט נישט פון א אידישע גאט ווס. אלילי אוה"ע, נאר פון זיין איבערצייגט אז 'ס'איז דא א גאט'. זיין איבערצייגט אינעם מהות פון א גאט, איז נאר שייך דורכן מוכיח זיין אז ס'איז דא א גאט, פון זאגן 'איך גלייב' ווערט מען נישט זעלבסט איבערצייגט דערינען [אקעי, קום מיר נישט מיטן לעכאוויטשן 'האמנתי כי אדבר'].
מאנטאג יולי 11, 2016 4:29 pm#341430
איך האב יא געכאפט, און איך קום נישט פארענפערן זיינע ווערטער, אדרבה איך קום דא אפנויגן פון זיינע ווערטער, און באפעסטיגן מיין הערה וואס איך האב אויבן געשריבן נאך זיין תגובה.
מאנטאג יולי 11, 2016 4:39 pm#341434
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
שש משזר האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:גלייבן - ד״ה זיין איבערצייגט אין דעם - אז ס'איז א גאט ברוך הוא, איז דער אלף און דער תיו פון יהדות.
דאס, אז כּדי צו גלייבן אין גאט, דארף מען עס קענען מוכיח זיין, איז א פרעמדער געוויקס ביהדות.

הפנים, וויאזוי קען מען זיין איבערצייגט אינעם מציאות פון גאט אין וועם מ'דארף גלייבן, אן מוכיח זיין אז ס'איז דא א גאט?


גלייבן הייסט זיין זעלבסט איבערצייגט.
מוכיח זיין מיינט, קענען יענעם איבערצייגן.

או יאמר: אליינס איבערצייגט ווערט מען אויף פארשידענע אופנים. הרגשים, גילויים, אינסטינקטן, אא״וו. צו יענעם איבערצייגן דארף מען א לאגישע הוכחה.

באמת גייט עס טיפער. גלייבן איז נישט קיין ידיעה שכלית, (דלא כהרב קאפח,) ס'איז אן אינסטינקט.
טראסט אין א צוייטן, א דיל, וכּדומה, געשעט אונטערבאוואוסטזיניג, דורכן אקטיווירן דעם טראסט רעפלעקס.
אוודאי וועט א לאגישע ידיעה האבן א אומדירעקטע השפּעה אויפן אונטערנבאוואוסטזיין, אזוי ווי געווענליך, ווערט די סאבקאנשעס מושפּע פונעם קאנשעס.

און דאס איז די אמונה פשוטה פון וואס די ספרים רעדן.

ס'דא מענטשן וואס זענען מער לאגיש געwired, אבער ביי רובא דרובא קען זיין א מצב וואס דער שכל זעט אן הוכחה און דאך איז די הארץ נישט איבערצייגט, און ווייסע ווערסע.
מאנטאג יולי 11, 2016 4:48 pm#341437
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
נהורא נפישא האט געשריבן:די תורה פאדערט נישט קיין איבערצייגונג, די תורה זוכט צו איבערצייגן.
און נישט די עצם עקזיסטענץ פון גאט, נאר די שטארקייט פונעם אידישן גאט און זיינע פאדערונגן.

די תורה קומט נישט איבערצייגן, ס'רעדט צום איבערצייגטן.

דער פארברענטער חסיד וויל הערן איבער זיין רבי'ן, נישט כדי זיך איבערצייגן אינעם רבי'נס גרויסקייט, נאר כדי צו באקאנט ווערן אין זיין רבי'נס לעבן און שאפן.
כמובן אז דאס קען, און וועט, פארשטערקערן זיין איבערצייגונג.

איך כאפ נישט וואו אהין דו צילסט מיט דיין צווייטע תגובה.
מאנטאג יולי 11, 2016 4:58 pm#341438
כ'גיי ארויף אויף דעם תגובה.

ATUB @מפוזרי ATUB , אט דאס זאג איך דאך, צו טראסטן א צווייטן געשעט נאר דורכן האבן א באפעסטיגטע ידיעה אין יענעמ'ס טראסטבארקייט. דאס איז וואס דו רופסט 'לאגישע ידיעה'. צו האבן אזא לאגישע ידיעה אין גאט, פעלט זיך אויס חקירה. אז נישט, וועם און פארוואס טראסטו?

דאס איז בנוגע וואס דו רופסט 'טיפער', אין דיין פשוט'ע ענטפער איז עס מער קאמפליצירט: וויאזוי איז שייך צו זיין 'איבערצייגט' דורך הרגשים און אינסטינקטן? הרגשים זענען דורכגעפוילט, און קענען דיר מאכן גלייבן אין נאציזם אדער אינקוויזיציע. דאס איז א מהלך אין נאכגיין גאט?

אדער בעסער געזאגט, ווי איך האב געשריבן אין ATUB @ראובן ATUB 'ס אשכול [ועוד לא מצאתי מי שישיב דברים נכוחים ע"ז]:
שש משזר האט געשריבן:לפי דבריך דארפן מיר זיין זיכער אז דער אראבישער זעלבסטמערדער גייט מעגליך באקומען זיינע גוט פארדינטע 70 בתולות [כאטש דו גייסט מחלק זיין, אז אמונה פשוטה מיינט אז מ'קען נישט מקיים זיין דעם מורידין ואין מעלין, כתשובתך על דברי @ריכטיג וואס זענען גראדע א ריכטיג"ע טענה אויף דיר, וכדלקמן. איז די תשובה, אז יענער גלייבט מיט אמונה פשוטה איין שטאפל ווייטער ווי דיר, איז ווען מאכסטו דעם צוים און פארוואס דארף יעדער נאכטאנצן דיין 'רעד ליין'].

אריבערציענדיג צו דעם, אז אויב לפי דבריך שטימט נישט דער מורידין ואין מעלין, שטימט דאך נישט דער אמונה פשוטה בחוקי התורה מיט דעם. פון שיקן דעם רוצח בשוגג אין גלות, ביז הרג'ענען א מחלל שבת. פון הרג'ענען עמלקים, ביז וכו'. און אפילו ס'איז נישט נוגע בזמנינו, האסטו זיך ארויסגעדרייט אבער נישט אפגעענטפערט די נקודה. חוץ מזה, וואס מורידין ולא מעלין איז טעארעטיש שייך בזמנינו [עכ"פ פארן קריג], און אויב דו ביזט נישט מסכים מיט דעם פרט אין תושבע"פ, צופאלט דיין גאנצע בנין.
מאנטאג יולי 11, 2016 5:00 pm#341439
מפוזרי, איך בין נישט מחולק מיט דיין יעצטיגע ווערטער.
די ווארט איבערצייגן איז מיר נישט וויכטיג, אדרבה ס'איז נישט פאסיק, ווייל מ'רעדט דאך נישטא פון קיין כפירה, קיינער זאגט נישט אויף א טאטענ'ס זון אז יענער איז איבערצייגט אז ער איז זיין טאטענ'ס זון, היות ס'איז נישט נולד געווארן א ספק אין דעם הינזיכט. די אידישע אמונה אין גאט איז געווען פשוט, פונקט אזויווי אמעריקאנער גלויבן היינט אז וואשינגטאן האט געברענגט די אמעריקאנע קאלניעס צו זעלבסטשטענדיגקייט.
די עיקר וואס איך וויל ארויסברענגן איז אז די דערמאנונג פון די גרויסקייט פון גאט איז נישט קיין ציווי אז א מענטש דארף גלייבן, נאר ליבערשט אן אויסשמועס און דערמאנונג פון גאט'ס האנט אין אידישע היסטאריע און דערביי מעודד זיין זיך נישט צו זיכן קיין אנדערע גליקן זייט ביי זייט. (די אין האבן קיינמאל נישט אפגעלאזט די אידישע גאט און די אידישע ריטואלען ( עכ"פ בזמן המלכים, ובזמן השופטים צ"ע) זיי זענען נאר געווען פוסחים על שתי הסעיפים.
מאנטאג יולי 11, 2016 7:11 pm#341459
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
נהורא,
פארוואס פעלט אויס צו באטאנען אז די תורה איז אן outdated דאקומענט?
אויך ווען די תורה רעדט צו אונזער דור, (ובכך אני משוכנע) דארף עס נישט מער ווי דערציילן גאטס וועגן פאר די וואס זוכן עס.
מאנטאג יולי 11, 2016 7:41 pm#341461
ווי האב איך געזאגט אז די תורה איז אוטדעיטעד, איך רעד דאך בפירוש די תורה אין היסטארישן קאנטעקסט לפי פשוטו של מקרא.
אבער אוודאי איז אין יעדן דור שייך צו טרעפן א געוויסע רובד אין פרשנות וואס פאסט אריין אין דור.
און דערפאר האלט איך אז די רמב"ם האט נישט געמאכט א טעות מיטן אויסטייטשן די רוח פון די תורה לויט אריסטאטליען פיליזאפיע, וואס כאטש פון א היסטארישן פערספעקטיוו איז אריסטאטליען פיליזאפיע געווען ווילד פרעמד פאר אונזערע נביאים, פארט אויב די רמב"ם זעט אן אמת אין אריסטאטליען פיליזאפיע פאסט זיך ער זאל דאס אריינפאסן אין די תורה.
היינט אז מיר ווייסן פון אנדערע אמת'ן און וועליוס פאסט זיך צוציפאסן די השקפה אין די תורה און דאס איז א קידוש שם שמים.
די סיבה פארוואס איך האב זיך באצויגן צו די פשוט'ן פשט פון א היסטארישן פערספעקטיוו, איז נישט ווייל איך באטראכט די תורה אלס א היסטאריע בוך, נאר ליבערשט באצוה איך זיך צו די היסטאריע פון השקפות ביי כלל ישראל און דערפאר האב איך דערמאנט די דעמאלטסדיגע השקפה.
מאנטאג יולי 11, 2016 8:16 pm#341477
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
@שש משזר,
די באפעסטיגטע ידיעה אין יענעמס טראסטבארקייט, איז אצל רוב אנשים נישט קיין לאגישע ידיעה, נאר א צירוף פון כמה פרטים שמשפיעים לפי תכונת נפשו של כל אחד ואחד.

לגבי די צווייטע נקודה. קודם כל מוז איך קלארשטעלן אז מיין ביאור אין אמונה פשוטה (ס'נישט מיינס) איז פּונקט קפויער פון ראובן'ס.
אמונה פשוטה מיינט אז מ'איז אויף אן אמת משוכנע דערין, ולא משנה על מה נסמך השכנוע. אוודאי איז מיין איבערצייגונג נישט קיין סיבה אז אן אנדערע זאל אזוי גלייבן בלויז דערפאר ווייל איך בין משוכנע, אבער לדידי איז עס נישט בלויז אן איבערצייגונג נאר אן אמת, והאחרים הם לדעתי טועים ואני משוכנע בזה על אף שאיני יכול להוכיח את זה.

איי, ווי קען מען זיך פארלאזן אויף די געפילן?
לאמיר זאגן למשל אז אליהו הנביא איז זיך מגלה צו מיר, איז פּשוט אז איך גלייב יעצט בתכלית האמונה, על אף וואס איך קען נישט ערווארטן אז עמיצער זאל מיר גלייבן, אבער איך פאר מיר האב דאך געזען. וכמובן אז איך דארף מיך ציפן זיכער צו מאכן אז איך דמיון נישט, אבער נאכן דאס פעסטשטעלן בין איך א מאמין מוחלט בלא אפשרות להוכיח לאחרים.
און הרגשים זענען נישט אנדערש, און מען דארף זיך טאקע בודק זיין צי מ'נארט זיך נישט, און יעדער האט זיך זיין מעסטער וויאזוי ער איז קובע אז ס'איז אמת, (און דער מעסטער איז ברובו א הרגש'דיגער נישט קיין לאגישער,) דערנאך איז עס ביי 'אים' אמת.

נאך א משל. קומט א רבי אין שטאט. לפי ידיעה ברורה איז ער כולו טוב ואין בו מתום. דאס איז גענוג מ'זאל האבן רעספּעקט, אבער קיין חסיד ווערט מען נאך נישט. אבער ווען מ'קומט צו אים, קען איין בליק, אדער תּנועה כאפן דאס הארץ. ערשט יעצט גלייבט מען. און דאס קען געשען אויך אן די אויבנדערמאנטע ידיעה ברורה.
דאס אלץ וועט אים נאכאלץ נישט פטר'ן, טאמער וועט מען כאפן דעם רבי'ן מיט אן אשת איש, מודה צו זיין אז די הרגש האט אים פארפירט.

דאס איז אמת, אז דער וואס האט פארלוירן צוטרוי אין זיינע אינסטינקטן, דער קען שוין נישט גלייבן באמונה פשוטה.

אבער רוב מענטשן, מאַכן רוב פון זייערע החלטות, רוב מאל, עפ״י הרגשים. ובדרך כלל זענען די הרגשים נישט פארפוילט, און טרעפן גוט צו.
מאנטאג יולי 11, 2016 8:53 pm#341489
ATUB @מפוזרי ATUB , טובים דבריך האחרונים מן הראשונים.

יעצט פארבלייבט נאר איבער צו פארשטיין צוויי זאכן:
א' - וויאזוי דו קענסט אדוכפירן עוולות כלפי אנדערע באזירט אויף דיין רגש. דהיינו, הרג'ענען מחללי שבתות, מלחמת עמלק, ברית מילה, וכו'.
ב' - דער אראבער קען אויך נוצן די טענה פון רגש [פון וואס זיי האבן סתם אזוי באקומען אן עקסטערן דאזע]. זיי קענען 'שפירן' דאס געטליכקייט פון מוכאמעד און גבריאל, די הערליכקייט פון קוראן, און שטייצעך, די מלחמת קודש קעגן יעדן קאפיר.

ווען דו קומסט מיט א גילוי אליהו הנביא, בין איך שטיל. אבער כל זמן ס'איז געבויט אויף הרגשים, האב איך צוויי שטארקע טענות.
מאנטאג יולי 11, 2016 9:21 pm#341502
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
א. איך הרג'ע צוליב'ן אמת. ליידער קען איך עס נאר זען פון מיין פרעספעקטיוו וואס בויט זיך אויף מיין הרגש. (הגרשז״א היה אומר: הנני אנוס לחשוב כפי דעתי. )

ב. ער האט רעכט פון זיין פּערספּעקטיװ. איך מוז עס אבער נישט אננעמען, און מעג, און דארף, אים אויסראטן דערפאר. און ער דארף דאס נעמען אין חשבון.
האפנטליך, און דער מאמין מוז האפן אזוי, וועט דער גערעכטער אויספירן.
אין אמת'ן אריין, האב איך געשריבן, אז דער בעל ההרגש מוז זיך שטארק בודק זיין, ולא נראה אז זיי טוען עס צופיל.

ג. לעקוואד טענהט דאך אז גילוי אליהו איז אויך נאר א הרגש ...
מאנטאג יולי 11, 2016 10:37 pm#341542
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט דר. דזשערעמי ענגלאנד (וועקער
איך האב שוין אסאך געטראכט אז דער מסבב כל הסיבות האט טאקע צוגעפיהרט אז די דיני בית דין ועונשים גייט נישט אהן היינט ווייל אינעם היינטיגען מציאות איז טאקע נישט פארשטעהדליך ארויפצוצווינגען מיין אמונה וואס איך שפיר אז עס איז ריכטיג
מאנטאג יולי 11, 2016 11:08 pm#341546
מפוזרי, שש משזר, קענסטו דיך זען מקיים זיין דעם מורידין ולא מעלין פאר א מענטש וואס זיין איינציגסטע חטא איז אז ער איז אן אפיקורס. פארשטייט זיך איך רעד אין די רייט סעטינג אז ס'איז נישטא קיין פראבלעמן מצד דינא דמלכותא וכדומה.
מאנטאג יולי 11, 2016 11:17 pm#341548
אנעם חזון איש [דהיינו, לאמיר זאגן ווען דער חזו"א וועט אויך מסכים זיין], וואלט איך געזאגט אז אויב מ'איז קלאר מתוך חקירה אז ס'איז דא א גאט, א אידישער גאט, וואס הייסט אונז די חיוב פון מורידין ולא מעלין, דארף מען עס טון, און איך וואלט עס געטון.

אבער אז די רגש אליינס זאל מיר געבן די רעכט דערצו? מפוזרי איז געגאנגען ווייט צו-ווייט.
מאנטאג יולי 11, 2016 11:24 pm#341551
איך פרעג אייער פערזענליכע צוגאנג הלכה למעשה אין פאל וואס איז לכל הדעות נישט איבער א תינוק שנשבה, האלט איר אז מ'דארף האבן טאלערענץ פאר יעדען איינעם איבער זייערע אמונות, אדער האלט איר אז מ'דארף יענעם ממית'ן ?
מאנטאג יולי 11, 2016 11:29 pm#341553
mevakesh האט געשריבן:איך האב שוין אסאך געטראכט אז דער מסבב כל הסיבות האט טאקע צוגעפיהרט אז די דיני בית דין ועונשים גייט נישט אהן היינט ווייל אינעם היינטיגען מציאות איז טאקע נישט פארשטעהדליך ארויפצוצווינגען מיין אמונה וואס איך שפיר אז עס איז ריכטיג

זייער א שטארקע נקודה.
מאנטאג יולי 11, 2016 11:34 pm#341556
נהורא נפישא האט געשריבן:איך פרעג אייער פערזענליכע צוגאנג הלכה למעשה אין פאל וואס איז לכל הדעות נישט איבער א תינוק שנשבה, האלט איר אז מ'דארף האבן טאלערענץ פאר יעדען איינעם איבער זייערע אמונות, אדער האלט איר אז מ'דארף יענעם ממית'ן ?

ווען דער פראבלעם וואס דער חזו"א שמועסט אויס פאלט אוועק, און מ'איז קלאר אין אמונה בה', און די תורה איז מחייב יענעם צו ממית'ן, איז נישטא אזא זאך ווי וואס 'איך' האלט.


נהורא נפישא האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:איך האב שוין אסאך געטראכט אז דער מסבב כל הסיבות האט טאקע צוגעפיהרט אז די דיני בית דין ועונשים גייט נישט אהן היינט ווייל אינעם היינטיגען מציאות איז טאקע נישט פארשטעהדליך ארויפצוצווינגען מיין אמונה וואס איך שפיר אז עס איז ריכטיג

זייער א שטארקע נקודה.

בכלל נישט.
וואס טוט זיך מיט ברית מילה? [און נאך אסאך דוגמאות].
מאנטאג יולי 11, 2016 11:38 pm#341557
ברית מילה איז זייער א שטארקע זאך אין אידישן קולטור, און ס'איז נישט אנדרעש פון סיי וואספארא אנדערע אפעראציעס, און ס'איז בכלל נישט אפגעפרעגט אין די מאדערנע וועלט ( סיידן ביי די גאר לינקע)
מאנטאג יולי 11, 2016 11:47 pm#341559
איך בין שוין פין לאנג איבערצייגט (גלייב,האלט,...) און די מהלך פין מפזרי

לאגיג איז סך הכול איינע פין די vehicles וואו אזוי א מענטש זאל "האלטן"\"וויסען"
דערנאך וואס דער מענטש ווייסט ווייסען אלע גלייך, נישט קיין חילוק וואו אזוי איך בין געקימען צי דער מסקנה - אחוץ אויב וועקט זיך אויף א שאלה וואס איז מערר אויף מיין ידיעה
אז איך ווייס אז מיין טאטע איז מיין טאטע (אנע באווייז) "ווייס" איך דאס ווייניגער וואו איך "ווייס" אז oj simpson איז גילטי?

יא, דער מענטש איז גרייט צי הארגענען ווען זיינע הרגשים זאגן אים אזוי (פרעג א יעדען פאליס מאן)
נאר וואס, יעצט ווען מען פרעגט דיך צווינגט מען ארויף אויף דיר לאגיג, טראכסטו נע אויף הרגש קען איך נישט הארגענען
ווער האט זיך דער לעצטער מאל פארן מאכן א ברית זיך געזעצט לערנען דעם מורה?

נהורא נפישא האט געשריבן:ברית מילה איז זייער א שטארקע זאך אין אידישן קולטור, און ס'איז נישט אנדרעש פון סיי וואספארא אנדערע אפעראציעס, און ס'איז בכלל נישט אפגעפרעגט אין די מאדערנע וועלט ( סיידן ביי די גאר לינקע)


יא אפגעפרעגט נישט אפגעפרעגט איז אויך נאר "הרגש"
די גאר לינקע האבן אריינגעריפן לאגיג - ביי זיי שטעלט זיך די האר פין קאפ אויף אויף אזא בארבארישע אקט
דינסטאג יולי 12, 2016 12:11 am#341562
דאס אז דער צורך צו מוכיח זיין די עקזיסטענץ פון גאט ע"פ לאגיק איז א נייע געוויקס פון די לעצטע טויזנט יאר, פאר דעם דארף מען נישט ר' ירמיה, מ'קען זיך עס אליינס גאנץ גרינג איבערצייגן. ניתי ספר וניחזי, אז מ'קוקט זעהט מען אז די ערשטע וואס פאנגען אן צו מאכן א קעיס פאר גאט דורך לאגיק האבן געלעבט די לעצטע טויזנט יאר. (דער פסוק זאגט אונז וידעת, אבער דאס מיינט לאו דוקא אז מיר האבן א חובת הוכחה). און פון וואו עס איז אריינגעוואקסן ביי אונז, דאס קען מען שוין שפאקולירן.

על כל פנים, עס איז מעגליך צו זיין א איד, און האבן אן אמונה-פשוטה, אן דעם וואס מ'זאל לערנען דעם שער היחוד. מ'קען גלייבן אין גאט, ווייל מ'אנערקענט אין זיין געגנווארט, מ'פיהלט זיין פרעזענס.

און דאס איז ווייטער גייענדיג אין די גייסט פון מיין פריערדיגע תגובה, אז רעליגיע און סייענס זענען נישט משיג גבול איינעם דעם אנדערן. און פאר די זעלבע סיבה וואס רעליגיע האט נישט וואס אריינצורעדן אין סייענטיפישיע נושאים, האט סייענס (וואס דאס נעמט אין זיך אריין די גאנצע מהלך פון מוכיח זיין טענות ע"פ כללי הלאגיק) נישט וואס אריינצורעדן אין רעליגיעזע נושאים.
דינסטאג יולי 12, 2016 12:20 am#341563
סייענס געט זיך אפ מיט א קליין חלק פין דער יקום - און נעמט נישט, און קען נישט נעמען, א שטעלאנג, און עפעס אנדערש
גאט אן דע-אדער-הענד נעמט ארים אלעס אלעס

פראקטיש גערעט:
ווען סייענס זאל לאמער-זאגן, זאגן "לויט מיר סייענס, איז נישט דא קיין בחירה חפשית, ווייל איך קען דאס נישט מסביר זיין מיט מיינע כללים"
וועלן מיר זאגן פאר סייענס, "איך הער, און אמת לויט דיין קליינער וועלט קוק וואס זעט נאר מיט די 5 חושים איז דאס נישט דא. אבער דו קענסט נישט אריין רעדן ווען עס קימט צי געטליכקייט, שטיי ארויס"

ווידער אויב זאל מען זאגן פאר גאט "וואו אזוי קענסטו זאגן אז דער מענטש האט בחירה חפשית ווען סייענס שרייט אז דאס קען נישט זייו"
וועט גאט ענפערן "סייענס שמייענס - דער גאנצער סייענס איז אויך מיינער א באשעפעניש"

די מהלך פין האלטן זיי ביידע עקסטער, איז א שיין פעשעטעלע, אבער האלט נישט אויס ביידע וועגן