דינסטאג יולי 12, 2016 12:29 am#341564
סייענס מיינט מען נישט דוקא סייענס, כאמור. מ'רעדט פון די גאנצע מושג פון לאגיק, און אנאליטישע טראכטן.
סא, טראכט איבער אויב דיינע טענות שטימען.
סא, טראכט איבער אויב דיינע טענות שטימען.
גאט דארף נישט מאכן קיין פלאץ פאר לאגיק
לאגיק ווערט אבער יא אוועקגעשטיפט דארך גאט
נהורא נפישא האט געשריבן:מפוזרי, שש משזר, קענסטו דיך זען מקיים זיין דעם מורידין ולא מעלין פאר א מענטש וואס זיין איינציגסטע חטא איז אז ער איז אן אפיקורס. פארשטייט זיך איך רעד אין די רייט סעטינג אז ס'איז נישטא קיין פראבלעמן מצד דינא דמלכותא וכדומה.
מפוזרי האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:לאמיר פאראפראזן די שאלה.
אין די תקופה וואס מ'האט נאך יא נוהג געווען דיני נפשות, און מ'האט מקיים געווען מורידין ולא מעלין הלכה למעשה, קלערסטו אז ס'איז געווען באגרינדעט אויף עפעס שטערקער ווי די אייגענע אינערליכע איבערצייגונג?
הקטן האט געשריבן:לאגיק דערגרייכט נאר דארט וואו לאגיק דערגרייכט
לאגיק איז א באשאפעניש פין גאט מיט באגרענצטע פאנקציעסגאט דארף נישט מאכן קיין פלאץ פאר לאגיק
לאגיק ווערט אבער יא אוועקגעשטיפט דארך גאט
קרעדיט - מיין לאגיק און אנאליטישע טראכטן.
שש משזר האט געשריבן:אנעם חזון איש [דהיינו, לאמיר זאגן ווען דער חזו"א וועט אויך מסכים זיין], וואלט איך געזאגט אז אויב מ'איז קלאר מתוך חקירה אז ס'איז דא א גאט, א אידישער גאט, וואס הייסט אונז די חיוב פון מורידין ולא מעלין, דארף מען עס טון, און איך וואלט עס געטון.
אבער אז די רגש אליינס זאל מיר געבן די רעכט דערצו? מפוזרי איז געגאנגען ווייט צו-ווייט.
נהורא נפישא האט געשריבן:נאך מער וויל איך פארשטיין, אויב גאט האט באשאפן לאגיק, צו האט גאט באשאפן אומ-לאגיק אויך ?
ריכטיג האט געשריבן:די חזו"א טענה'ט טאקע דאס (אינעם צענזורירטע שטיקל אמונה ובטחון וואס איז בלויז געדרוקט סוף חלק יו"ד) אבער מעולם לא זכיתי להבין טענה זו. פארוואס איז אן אבסראקטע זאך אויסגעשלאסן פון צו זיין א בריאה? לאגיק האט זיך זיינע tools און כללים וויאזוי דאס ארבעט, פארוואס איז שווער צו פארשטיין אז אויב איז פארהאן א בורא עולם וואס האט אלץ באשאפן האט ער באשאפן די כללים פון לאגיק אויך און ער האט אוועקגעשטעלט אז די מח פון א מענטש זאל ארבעטן מיט דעם?
נהורא נפישא האט געשריבן:שש משזר, איך וויל פארשטיין דיין שיטה, האלסטו טאקע אז די עקרון פון סובלנות דתית האט נישט קיין פלאץ אין יהדות ?
דאס איז דאך די וויכטיגסטע יסוד אין תרבות המערב, אימזיסט האט דער אויבערשטער געברענגט אז די שכל פון מערב מענטשן קענען אפילו נישט סובל זיין אנדרעש, צו מאכן דאס אידישע פאלק צו שאנד און צו שפאט.
וויאזוי איז דאס אז אין פראקטיק איז צוגעפירט געווארן אז דער מאדערן איד קען דוקא יא לעבן מיט די ערך פון סובלנות, וויאזוי איז דאס אז פון די מאירי ביזן חזון איש און הרב קוק האבן זיי געטראפן אז די אלע מצוות מעשיות וואס איז מיוסד אויף אי סובלנות זענען פלוצלינג אומרעלעוואנט מיט כל ערלליי אפאלאגעטישע אויסריידן.
און בעיקר וויאזוי קענסטו טענות האבן על פי שכל אויף די קירכע וואס האט געמארדעט און געפייניגט מיליאנען אידן זיי צוציברענגען לשיטתם לדת האמת, אן הכי נמי איר מעגט זיין איבערצייגט אז יהדות איז אמת און נצרות איז שקר, אבער קען דען נישט זיין אז די נוצרים זענען בטעות געווען איבערצייגט אין נצרות וואס לשיטתך גיט דאס די רעכט ארויפציצווינגען דאס אויף א צווייטן, אלזא ווי קענט איר ע"פ שכל האבן טענות.
הקטן האט געשריבן:שש משזר האט געשריבן:אנעם חזון איש [דהיינו, לאמיר זאגן ווען דער חזו"א וועט אויך מסכים זיין], וואלט איך געזאגט אז אויב מ'איז קלאר מתוך חקירה אז ס'איז דא א גאט, א אידישער גאט, וואס הייסט אונז די חיוב פון מורידין ולא מעלין, דארף מען עס טון, און איך וואלט עס געטון.
אבער אז די רגש אליינס זאל מיר געבן די רעכט דערצו? מפוזרי איז געגאנגען ווייט צו-ווייט.
און אז דו ביסט קלאר מיט דיין חקירה קענסטו שוין יעמעם הארגענען?
ווער זאגט דיר אז דיין לאגיק סמיק טפי פין דעם כופר'ס לאגיק?
בכלל, איז נישט דער גאנצער מאראל פין נישט הארגענען א צווייטען געבויט אויף דיין הרגשה בלבד?
"ווען לאגיק האט חתונה מיט געפיל, ווערט געבוירן מאראל".
געוואלדיג האט געשריבן:היות אונזער הבנה אין די וועלט איז נאר מיט די 5 חושים איז גאנץ מעגליך אז מיט א זעקסטע פארהוילענע חוש איז 1+1=6, סא אוודאי איז דאס א בריאה אז מיט אונזערע חושים זאלן מיר זעהן אז דאס מאכט 2. והבן כי הוא עמוק.
שש משזר האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:שש משזר האט געשריבן:אנעם חזון איש [דהיינו, לאמיר זאגן ווען דער חזו"א וועט אויך מסכים זיין], וואלט איך געזאגט אז אויב מ'איז קלאר מתוך חקירה אז ס'איז דא א גאט, א אידישער גאט, וואס הייסט אונז די חיוב פון מורידין ולא מעלין, דארף מען עס טון, און איך וואלט עס געטון.
אבער אז די רגש אליינס זאל מיר געבן די רעכט דערצו? מפוזרי איז געגאנגען ווייט צו-ווייט.
און אז דו ביסט קלאר מיט דיין חקירה קענסטו שוין יעמעם הארגענען?
ווער זאגט דיר אז דיין לאגיק סמיק טפי פין דעם כופר'ס לאגיק?
בכלל, איז נישט דער גאנצער מאראל פין נישט הארגענען א צווייטען געבויט אויף דיין הרגשה בלבד?
ווען מ'קלאגט איינעם אן אין געריכט מיט מארד קלאגעס, גיי איך חוקר זיין עד כמה שמוחי מגעת מיט חקירה, און אויב מיין חקירה ווייזט אז יענער איז דער מערדער, גיי איך אים הרג'ענען באזירט אויף מיין חקירה.
א צווייטער ריכטער קען מיר זאגן, אז זיין לאגיק האלט אנדערש. אויף דעם קען איך נאר טון אזויפיל, הערן וואס יעדער האט צו זאגן, און אחרי ככלות הכל באשליסן לויט מיין לאגיק, מיין חקירה, און מיין שכל.
וויי וויי, אויב כ'גיי יענעם הרג'ענען באזירט אויף מיינע הרגשים: יענער 'זעט אויס' ווי א מערדער.
ריכטיג האט געשריבן:יא, אבער גאט וואלט געקענט באשאפן א וועלט וואו נומערן עקזיסטירן נישט. ביסט גערעכט אז אינעם מושג 'נומער איינס' ליגט בהכרח אז צוויי מאל דערפון איז 'צוויי', דאס איז נישט צוויי ברואים נאר איין בריאה, די בריאה פונעם נומערן סיסטעם. אבער גאט וואלט פונקט אזוי געקענט באשאפן א בריאה וואו נומערן עקזיסטירן נישט בכלל, ס'וואלט געווען נטול המציאות.
הקטן האקט אויך עפעס.
הקטן האט געשריבן:דער באשאף פין לאגיק איז נישט דאס אז 1+1 = 2
דער באשאף איז אז דאס לייגט זיך מיר אויפן שכל
דער באשאף פין לאגיק איז "דאס לייגן זיך אויפן שכל"
שש משזר האט געשריבן:איבער דעם מערדער'ס לאגיק+הרגשה אז מ'דארף יענעם יא הרג'ענען, גיי איך ניטאמאל ענטפערן. ס'מיר א וואונדער ווי דו ביזט משלב זאכן, לטהר את השרץ.
ווער זאגט דיר אז דיין לאגיק סמיק טפי פין דעם כופר'ס לאגיק?
ס איז נישט שייך אז גאט זאל מאכן עפעס וואס רעכענט זיך נישט אלס א מספר, במדה ובמנין
שש משזר האט געשריבן:מיט וואספארא רעכט הרג'ע איך דעם ספק רוצח? מיט מיין לאגיק.
מיט וואספארא רעכט הרג'ע איך דעם ספק כופר [היינו ספק שיש במה לכפור]? מיט מיין לאגיק.
נהורא נפישא האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:דער באשאף פין לאגיק איז נישט דאס אז 1+1 = 2
דער באשאף איז אז דאס לייגט זיך מיר אויפן שכל
דער באשאף פין לאגיק איז "דאס לייגן זיך אויפן שכל"
וואס מיינסטו צו זאגן אז דער אויבערשטער באשאפט די מחשבות וואט עיווער איט מיענס, נו אומלאגישע מחשבות וואס דאכט זיך פאר איינעם אז דאס לייגט זיך אויפן שכל האט דער אויבערשטער נישט געמאכט דאס זעלבע.
קל וחומר האט געשריבן:דאס אלס איז 'דיין' לאגיק.
מפוזרי האט געשריבן:בתוך דבריו, זאגט ר' ירמי' זג״ז די קומענדיגע ווערטער:
חז"ל זאגן אז די כרובים אין דעם קודש קדשים זענען געווען
"שומרי דרך עץ חיים." קען מען זאגט בדרך צחות אז זיי האבן אונז געהיטן פון די לוחות הברית - די תורה וואס איז איינגעקריצט אין שטיין, און דורכדעם געזען אז אונזער תורה זאל זיין חיים,
לעבעדיג. א פארשטיינערטע תורה ענדיגט זיך מיט שברי לוחות און אן עגל הזהב.
דער געדאנק וואס ער זאגט איז לדעתי אסאך מער ווי א דרך צחות.
אבער וואו איז דא אזא חז״ל?
ריכטיג האט געשריבן:ס איז נישט שייך אז גאט זאל מאכן עפעס וואס רעכענט זיך נישט אלס א מספר, במדה ובמנין
ס'איז יא שייך, די זאכן עקזיסטירן בלויז לויט די מימדים פון וואס אונזער בריאה איז צאמגעשטעלט, כ'האף אז דו דינגסט זיך נישט יעצט אז גאט איז גאר משועבד צו אונזערע דימענסיעס.