תורה ומדע האט געשריבן:ליידער איז דאס א גרויסער פראבלעם אין אונזער געמיינדע. נישט נאר אין מענטעל העלטה, נאר אויך אין אנדערע פראפעסיאנעלע דאמיינס. סיי אין דאקטאריי, נוטרישען, לירנינג דיסאביליטיס. עברי און קריאה, וכדו'. יעדער אויבער חכם וואס קען לייענען א ביסעל ענגליש ליינט אפאר ביכער און הענגט אויף דאס שילד. דערנאך זענען דא אזוי גערופענע ריפורעל עדשענסיס, אשר לא קרו ולא שנו, וואס שיקען נעבך אהין מענשען וואס דארפען ערענסט הילף. אלץ ווייל מען טאר ח"ו נישט גיין אין קאללעדש זיך לערנען א פאך פון אמת'ע פראפעשאנעלס אין עדוקיישען, פסייקאלאדשי, וכדו'. נישט נאר דעם "מלאכת שמים" וועט נישט אראפ רופען א פרעזענטאר פאר די מלמדים וואס האט א לייסענס אין זיין פילד, זאל דאס זיין אין ספעשל-עד אוטיזם, שפראך, אודיאלאגי, אקיופעשנעל אדער פיזיקעל טעראפי וכדו' ווייל ער האט גשעפט ממקומות זרים. נו, פרעג איך ענק איז א וואונדער אז עס געפןנען זיך אזוי פיהל ליבות נשברים וואס גייען אט"ד?
דו ווארפסט אסאך צאם. שטאטעלעך.
מיט די אלע זעלבס-דערקלערטע פראפעסיאנאלן, ביזטו 100% גערעכט.
מיט די א.ג. ריפורעל עדזשענסיס ביזטו מער ווייניגער נישט גערעכט. ריפורעל עדזשענסיס זענען געבויט אויף עקספיריענס און פאציענט-פידבעק, און נישט אויף רעדיאלאדזשי רעפארטס. מיט די זעלבע מענטאליטעט וואס זאגט שפאסט פון די זעלבס-דערקלערטע פראפעסיאנאלן, קומט צו לאכן פון די זעלבס-דערקלערטע מבינים איבער די פראפעסיאנאלן...
למעשה האב איך יאהרן מיט ערשט-האנטיגע עקספיריענס מיט געוויסע ריפורעל עדזשענסיס, און רובם קענען צושטעלן א ריפורעל וואס דיין דאקטאר אדער וועבסייט קען נישט, ווייל זיי זענען געבויט ווי אויבן דערמאנט, אויף פידבעק גענומען פערזענליך פון פאציענטן וואס האבן ענליכע געברויכן ווי דיר און מיר (אידן).
דאס איז מען טאר ח"ו נישט גיין אין קאללעדש קומט נישט קיין סאך אריין. כאטש וואס אן עדיוקעשאן העלפט אויף יעדע טריט, העלפט עס נישט כלפי זעלבס-דערקלערטע פראפעסיאנאלן. דאס הייסט, עס איז שוין יעצט פארהאן גענוג און נאך ריכטיגע פראפעסיאנאלן (לאו דוקא אידען) וואס דינט אונזערע קאמיוניטי, און ס'וועט זיך אלץ ארויסשטעלן זעלבס-דערקלערטע.