Under maintenance
הויפט זייט » 14 רבנים פארפלייצן גאסן מיט קול קורא קעגן היימישע טערעפיסט

14 רבנים פארפלייצן גאסן מיט קול קורא קעגן היימישע טערעפיסט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6559
דינסטאג יוני 03, 2014 1:28 am#204373
14 רבנים פארפלייצן גאסן מיט קול קורא קעגן היימישע טערעפיסט
די גאסן זענען באהאנגען מיט א קול קורא פון 14 רבנים קעגן א היימישע טערעפיסט פון בארא פארק גאלדי שטערן.
דערווייל האב איך נאר אומקלארע פיקטשער'ס
דינסטאג יוני 03, 2014 1:41 am#204376
מה טובה? וואס האט זי חוטא געווען?
דינסטאג יוני 03, 2014 1:42 am#204377
קוקט אויס זי האט נישט געוואלט..
דינסטאג יוני 03, 2014 2:00 am#204378
ווער איז איר מארקעטינג קאנסאולטענט? איך הייער אים, שוין...
דינסטאג יוני 03, 2014 2:19 am#204380
הייער נאכנישט איר קאנסאלטענט, ווייל גערעכט צו נישט, אויב איר קלייענטעל איז פון חרדישע יודן איז עס נישט גוט פאר איר ביזנעס.
דינסטאג יוני 03, 2014 2:29 am#204381
ק/פ די קול קורא איז קעגן א פרוי וואס דער מאן איז א סטיטשין (זילבער) חסיד און איז פארמישט און א פרשה ביי משפחת וויינבערגער (מענצער שוואגער) און זיי האבען אנגעפאנגען א מערכה קעגן איר.
דינסטאג יוני 03, 2014 3:09 am#204382
א שאד מען קומט נישט ארויס מיט א ליסטע פון אלע פרויען טערעפיסטן וואס האבען שוין חרוב געלייגט צענדליגער פאציענטן וואס טייל פון די חותמים דא שיקען נאך און שטיצען מען זאל גיין צו זיי, (מיז נישט זיין אז די רבנים זענען אזוי באהאווענט אין די פעלד בכלל)
דינסטאג יוני 03, 2014 8:54 am#204393
אלבום איז דאך א שוואגער דארט...
דינסטאג יוני 03, 2014 8:59 am#204394
למעשה האט די ליסטע זייער ערנסטע רבנים וואס זענען פה אחד ארויסגעקומען קעגן איר.
זעט אויס עפעס ערנסט קאכט זיך.
דינסטאג יוני 03, 2014 9:06 am#204395
ענגלישע זייט
דינסטאג יוני 03, 2014 9:29 am#204398
איך קען איין פרשה פון די נאנט. אבער דארטן ווייס איך אז ר' מאטל זילבער האט איר גאר שטארק געשטיצט.
דינסטאג יוני 03, 2014 9:34 am#204400
.
דינסטאג יוני 03, 2014 9:42 am#204405
אביסעל בעסערע בילד
דינסטאג יוני 03, 2014 9:42 am#204406
חד גדיא האט געשריבן:איך קען איין פרשה פון די נאנט. אבער דארטן ווייס איך אז ר' מאטל זילבער האט איר גאר שטארק געשטיצט.

דו רעדטסט פון א פרשה פון קינדער קעגן עלטערן/צוברעכן א שטוב?
דינסטאג יוני 03, 2014 9:54 am#204408
שעפטל האט געשריבן:ק/פ די קול קורא איז קעגן א פרוי וואס דער מאן איז א ס..... חסיד און איז פארמישט און א פרשה ביי משפחת ו...... (מ.... שוואגער) און זיי האבען אנגעפאנגען א מערכה קעגן איר.

עי' באשכול שיק נישט דעם בילד ווייטער
דינסטאג יוני 03, 2014 10:00 am#204409
געקוקט. און יעצט???

זייער קלאר, אויב גייט איינער ארויס קעגן דעם צווייטן מיטן גאנצן קראפט, אזאש הענגן צעטליך אין די בארא פארקע גאסן מיט אינטערשריפטן פון רבנים, זאל דער עולם האבן ביידע זייטן פון די מטבע.

אויב יענער הענגט צעטליך מיך מסביר צו זיין ווי שעדליך די פרוי איז, און מיך קאנווינסן אז זיי זענען הונדערט פראצענט גערעכט, דארף יענער זיין גרייט אז יעדער וועט וועלן הערן די אנדערע זייט אויך און It's up to me to decide.
דינסטאג יוני 03, 2014 10:05 am#204411
פלאס, ס'דארף אויך א הסבר פארוואס מ'הענגט אזעלכע צעטלעך ערב יו''ט.
דינסטאג יוני 03, 2014 10:26 am#204420
ר' חיימ יעקב טויבער האט נאך קיינמאל נישט אונטער געשריבען קעגן א מענטש פריוואט ע''פ פקודת זיין שווער. (די איינציגסטע דיין וואס האט נישט אונטער געשריבען קעגן נחום ראזענבערג)
אז ער האט דא געבראכען א רעקארד מיינט עס עפעס ערענסט, עכ''פ אין זיינע אויגן.
דינסטאג יוני 03, 2014 10:29 am#204421
זיידעטשקע האט געשריבן:פלאס, ס'דארף אויך א הסבר פארוואס מ'הענגט אזעלכע צעטלעך ערב יו''ט.

מ'זאל האבן וואס צו רעדן תיקון ליל שבועות
דינסטאג יוני 03, 2014 10:57 am#204429
דאס איז מרס שטערן'ס בלאג
m http://www.kellevision.com m
דינסטאג יוני 03, 2014 11:01 am#204431
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ר' חיימ יעקב טויבער האט נאך קיינמאל נישט אונטער געשריבען קעגן א מענטש פריוואט ע''פ פקודת זיין שווער. (די איינציגסטע דיין וואס האט נישט אונטער געשריבען קעגן נחום ראזענבערג)
אז ער האט דא געבראכען א רעקארד מיינט עס עפעס ערענסט, עכ''פ אין זיינע אויגן.


ער האט נישט אונטערגעשריבן
דינסטאג יוני 03, 2014 11:04 am#204432
די האסט אונטער געשריבן פאר אים זיין נאמען?

וואס הייסט ער האט נישט אונטער געשריבן אויב זיין נאמען איז אויפן צעטיל?
דינסטאג יוני 03, 2014 11:04 am#204433
זיידעטשקע האט געשריבן:דאס איז מרס שטערן'ס בלאג
http://www.kellevision.com

פון וואו נעמסט עס? אויף טוויטער שטייט אז די בלאגער איז פון טעקסאס.
דינסטאג יוני 03, 2014 11:15 am#204436
אזוי האב איך באקומען א מעסעזש
דינסטאג יוני 03, 2014 11:15 am#204437
C/P
She must have done something at least on scale of the tzaddik Weberman that the most mainstream Rabbonim of Boro Park should officially agree to embarrass a woman in this way, with no empathy for family/husband/kids. It turns out that Nuchem Rosenberg was right all along. If somebody does something wrong, our biggest poskim hold that we shouldn't consider the damage to family.
דינסטאג יוני 03, 2014 11:20 am#204438
לית דין בר נש האט געשריבן:די האסט אונטער געשריבן פאר אים זיין נאמען?

וואס הייסט ער האט נישט אונטער געשריבן אויב זיין נאמען איז אויפן צעטיל?


איך קען אויך מאכן אזא צעטל.
דאס איז א פאשקעוויל, און א פאשקעוויל האט נישט קיין שום נאמנות
דינסטאג יוני 03, 2014 11:24 am#204439
נא מאך אזא צעטיל און הענג עס אויף אויף יעדע Pole אין בארא פארק (נישט נאר פאוסטע"ן דא אין שטיבל) נאכדעם וועל איך רעדן ווייטער מיט דיר!
דינסטאג יוני 03, 2014 11:36 am#204441
שומר נפשו ירחק מהם וממנה.
דינסטאג יוני 03, 2014 11:42 am#204443
איך קען נישט די קעיס דא, אבער על הכלל כולו יצא קען איך מער ווי איין מעשה ביי שלום בית קעיסעס, אויב א פרוי האט עס געפירט איז עס געגאנגען צו א גט, פשוט, א פרוי ארבעט נישט מיט שכל זי ארבעט מיט געפיל (קען זיין ביי לייסענד איז אנדערש, איך רעד אן לייסענס)
דינסטאג יוני 03, 2014 12:07 pm#204451
/
דינסטאג יוני 03, 2014 12:26 pm#204454
אויב דאס בילד איז ריכטיג איז דא איז א לינק צו איר'ס אן ארטיקל וואס קוקט אויס אז זי איז גוט צודרייט און גלייבט און משוגענע ענינים

m https://www.facebook.com/notes/goldie-s ... 5376600668 m
ADORNING YOUR HOME:
DID YOU KNOW THAT THE PICTURES ON YOUR WALLS HAVE A STRONG EFFECT ON THE ENERGY SYSTEMS OF YOUR BODY? PAINTINGS OF SAD FACES WEAKEN THE HUMAN ENERGY SYSTEM, WHEREAS PICTURES OF SMILING FACES HAVE A POSITIVE EFFECT ON OUR ENERGY SYSTEM.

DAILY HEALING: FLOWERS AND PLANTS:
FLOWERS RADIATE A HEALING POWER. FLOWERS ALSO ENCOURAGE A POSITIVE, LOVING FLOW OF ENERGY BETWEEN PEOPLE. WE GIVE THEM TO "TO MAKE UP" AND RESTORE LOVE AFTER A RIFT.

PLACING FLOWERS IN VASES AROUND THE HOUSE ENCOURAGES HAPPINESS AND UNIFICATION WITHIN OUR HOME. SIMILARLY, GREEN LEAFY PLANTS REACH OUT TO US WITH COMFORT AND CONSOLATION. DECORATING OUR HOMES AND OFFICES WITH THEM CAN SOOTHE US EVERY DAY.

DAILY HEALING: STONES AND CRYSTLES:
STONES HAVE THEIR OWN HEALING VIBRATIONS, WHICH CAN LIGHTEN THE ATMOSPHERE AND ENCOURAGE CALM, CHEERFUL THOUGHTS IN THOSE WHO GAZE UPON THEM.

A PRETTY DISH FULL OF COLORED STONES IS A NATURL FOCUS FOR MEDITATION - LOOKING AT THEM, THINKING ABOUT NOTHING, "SPACING OUT," CALMING DOWN.
דינסטאג יוני 03, 2014 12:31 pm#204455
נעגאשי, זי איז קיינמאל געווען גע'גט, כווייס נישט פון וואו די נעמסט דיין אינפורמציה.
דינסטאג יוני 03, 2014 12:58 pm#204459
זיידעטשקע האט געשריבן:C/P
She must have done something at least on scale of the tzaddik Weberman that the most mainstream Rabbonim of Boro Park should officially agree to embarrass a woman in this way, with no empathy for family/husband/kids. It turns out that Nuchem Rosenberg was right all along. If somebody does something wrong, our biggest poskim hold that we shouldn't consider the damage to family.


Hasn't she done the same. Damage and Embarrassment
דינסטאג יוני 03, 2014 1:12 pm#204461
שרייבער האט געשריבן:איך קען נישט די קעיס דא, אבער על הכלל כולו יצא קען איך מער ווי איין מעשה ביי שלום בית קעיסעס, אויב א פרוי האט עס געפירט איז עס געגאנגען צו א גט, פשוט, א פרוי ארבעט נישט מיט שכל זי ארבעט מיט געפיל (קען זיין ביי לייסענד איז אנדערש, איך רעד אן לייסענס)


סא זאגט מיר הער שרייבער,

אויב א פרוי ארבעט מיט געפיל און א מאן מיט שכל, וויפיל שכל ליגט אין אייער תגובה, זענט איר גאר א פרוי?

אקעי סארי.

אבער ביטע זייט אייך מסביר, פארוואס ברענגט געפיל א גט און שכל שלום בית?

און פין ווי נעמט איר אז מענער בכלל ארבעטען מער מיט שכל ווי פרויען, איז עס א גמרא? א מדרש? א חז"ל? אדער א געפיל וואס דיין שכל האט מחליט געוועהן.
דינסטאג יוני 03, 2014 1:16 pm#204462
נעגאשיעיטאר האט געשריבן:שומר נפשו ירחק מהם וממנה! [@כוכב זאגט אז זי האט שוין נאכאמאהל חתונה געהאט. מזל טוב.] האט זי נישט ווי געהעריג צו וואוינען.
(זי איז א גרושה האט זי נישט ווער זאל מיט איר עסן דער סדר).

ממש שטיתים, זי איז נישט קיין גרושה. זי האט א מאן מיט אפאר קינדער.
כ'הער אז זי האט שוין געהאט מיידליך אריין מופן צו זי על לא סיבה כדי זיי זאלן נישט זיין מיטן עלטערן. ממש א רשעות.
אבער סתם האקן א טשייניק אז זי אי א גרושה????????????
דינסטאג יוני 03, 2014 1:24 pm#204463
קען דא איינער מברר זיין אויב איז עס אמת אז "יעדער" וואס קומט צו זי זייעט זי אריין שנאה?

דאס הייסט אזוי. מיר כשלעצמי איז עס דער ערשטער מאל וואס איך הער איר נאמען. ווען פערצען רבנים שרייבען אונטער אז זי טוט אזעלכע זאכן גלייב איך זיי נאך נישט, ווייל דאס אליין אז זיי שרייבען אז "יעדער" מאן און ווייב האט זי קאליע געמאכט, שטעלט זיך א פראגע, מנא ידעו? פין ווי ווייסען פערצען רבנים דאס צו זאגען. זענען זיי געזעצען און גובה עדות געוועהן יעדעס מאן און פרוי וואס זענען אמאהל געוועהן ביי איר?

אלא מאי לאמיר דרייען מיטען גראבען פינגער, מוז דאך זיין אז זיי ווייסען פין געוויסע פעלער וואס זי האט געטוהן נגד עצת איזה רבנים, למשל ר' זילבער זאגט רעד איין דער פרוי זאל זיך ווייטער לאזען פראקען פין מאן, און זי זאגט לאז דיך נישט פראקען, וכו' וכו', די מעשיות האבען דאך נישט קיין עק.

יז פין ווי נעמען פערצען רבנים די חוצפה צו שרייבען א פאפיר אויף א פרוי אהן א דין תורה? איר בלוט איז עפעס הפקר?

נאך מער, זיי שרייבען אז עס איז "אסור" צו גיין צו זי. וועלכע איסור פונקטלעך, אפשר איז עס א טפשות, אבער איסור? מאן דכר שמיה.

בכלל קען איך זאגען, אז היות דא זענען אונטער געשריבען רבנים וואס שרייבען קיינמאל נישט אונטער איז איינס פין די צוויי, אדער זענען די חתימות נישט אמת, אדער האנדעלט מען דא מיט איינער א גרויסער אנדרייער, איינער וואס קען די מלאכה וואס קיינער קען נישט. איז די שאלה מה שמו? איך ווייס שוין דער נאמען פין דער טעראפיסט, אבער ווער איז דער צד השני וואס קען אנדרייען בריוו פין זילבער וואס שרייבט קיינמאל אפילו נישט קיין הסכמות אויף ספרים?
דינסטאג יוני 03, 2014 2:06 pm#204467
די גאנצע ק'ק איז מעשה ידיו להתפאר פין י' ג'.
ער איז א גרויסער אנדרייער וואס איז פערזענדליך אינוואלווד אין דעים קעיס.
דינסטאג יוני 03, 2014 2:20 pm#204468
נעגאשיעיטאר האט געשריבן:שומר נפשו ירחק מהם וממנה!


כ'פארשטיי נישט, די שרייבסט אז זי האט נישט ווי צו וואוינען, איז אלזא וועמענס אדרעסס שטייט אויף דער קול קןרא? איז עס אפשר אן אדרעסס פין איינער פין די קאפעלס וואס זי האט דארט אריין געמופט ווייל זי האט נישט געהאט ווי צו וואוינען?
דינסטאג יוני 03, 2014 2:45 pm#204472
דער אנדרייער איז מענצער-פאטאקי אבער איך מוז צולייגןן אז אויב איז אמת נאר האלב פון די רשעות וואס זי האט דארט אנגעדרייט ביי די וויינבערגער פרשה איז נישט קיין ווינדער אז רבנים וואס האבן קיינמאל נישט געחתמט האבן דא ג'חתמ'ט.
קען זיין אז זי איז נישט קיין גרושה אבער לפי מה ששמעתי איז זי נישט און קאנטעקט מיט אירע קינדער.
דאס אלעס איז וויינבערגערס צד, אבער וויבאלד דא איז דאך קאווע שטיבל און מיר האבן ליב צו הערן די צווייטער צד אויך איז מרס. שטערן העפליך געלאדענט צו מאכן איר קעיס. אבער זייט געווארענט גאלדא מיר וועלן אייך צימבלען און עס וועט נישט זיין אזוי אנגענעם.
דינסטאג יוני 03, 2014 3:31 pm#204476
אויב זענען די חתימות עכט װיל איך בעטן אז די רבנים שליט״א זאלן דאס מודיע זײן הײנט נאכט פאר מענטשן
אין שול אז נישט זאלן זײ זאגן אז ס׳איז פאלש!
דינסטאג יוני 03, 2014 3:43 pm#204477
ס'איז דערפרישענד צו זעהן די רבנים ארויסקומען קעגן אנלייסענסד טעראפיסטן. יעצט ברויך מען צוזאמשטעלן א ליסטע פון אלע אנדערע וועלכע פראקטיצירן אן רישיון.
דינסטאג יוני 03, 2014 4:28 pm#204479
איך נעם אהן for the sake of argument אז שטערן טוט טאקע געפערליכע זאכן. עס איז אבער א שרעקליכע בושה ווי אזוי עס גייט צו ביינונז ווען מען וויל אזא איינער אפשטעלן.
קודם כל הענגען אזא צעטעל אין די גאסן איז א שרעקליכע רשעות. און נאך דערצו ערב יום טוב. דאס מיינט אז מ'געט די גאנצע וואך פאר'ן עולם צו שמועסן און איבערקייען ,און זי האט נישט קיין געלעגענהייט צו ענטפערן. און דאס ווייזט אויף ווילדקייט און נקמה ,נישט אויף א ציל צו ראטעווען די מענטשען וואס קענען געשעדיגט ווערן דורך איר.

נאך מער פון דעם אז מ'קוקט אויף די ליסטע פון די חותמים זענען זייער אסאך נוגע בדבר. ביי יעדעם אין די ציווילעזירטע וועלט איז אנגענומען ווי אלף בית אז א מענטש וואס האט קלארע אפענע נגיעות מישט זיך נישט אריין אין א קעיס. יעדער פארשטייט אז ס'נעמט אוועק די ערענסטקייט פון אזא זאך.
און דא רעדט מען פון א גרויס חלק פון די הויפט חותמים וואס האבן א נאנטע שייכות מיט די צד השני!!
הרב אהלבוים איז א שוואגער, און ער צוזאמען מיט נאך א קרוב - מענצער פון וויליאמסוברג האבן אנגעפירט די קאמפעין. הרב אייכענשטיין גלאנטא רב איז זייער נאנט מיט דעם מענצער, און מענצער האט מנדב געוועהן פאר זיין שוהל. הרב טויבער איז פערזענדליך נאנט מיט וויינבערגער. ר' מאטל זילבער האט דא פערזענליכע נגיעות ווייל עס האט געהייסן אז זי גייט מיט זיין הדרכה, און הרב חיים לייב כץ איז א מחותן מיט ר' מאטעל.

אקעי, ס'בלייבט נאך איבער רבנים וואס איך ווייס נישט (דערווייל) וואס זייערע נגיעות זענען ,אבער אז מ'שעמט זיך נישט אז אזא רב ווי הרב אהלבוים מיט גראבע אפענע נגיעות זאל אינטערשרייבן איז ממש א שאנדע.
דינסטאג יוני 03, 2014 4:33 pm#204481
כפארשטיי נישט אזוי די סברא, ווער דען אויב נישט די וואס זענען קרובים אל החלל און האלטן מיט די בלוט פארגיסונג פון דער נאנט זאל זיין אינוואלווד.
מבשרך אל תתעלם און אז איינער טרינקט די בלוט פון מיין שוועסטער ועל איך טון כל תצדקי שבעולם דאס אפשטעלן און נישט אננעמען א מויל מיט וואסער ווען יענעם צעטרעט מען, אלעס פאר די נארישע טענה פון נגיעות.
דינסטאג יוני 03, 2014 4:35 pm#204482
איינער וואס איז א קרוב דארף אריינמישן א אומפארטייאישע רב ,און יענער זאל זאגן זיין דעה. די דעה פון א קרוב איז גארנישט ווערד, און עס איז א שאנדע אז אזא זאך וואס יעדע פשוט'ע מענטש אין די וועלט פארשטייט, און יעדע סיסטעם פון יושר און דין ארבייט אזוי, זאלן רבנים נישט פארשטין.
דינסטאג יוני 03, 2014 4:36 pm#204483
איך קום זאגן עדות אז כהאב געזעהן איינער שלאגט זיין ווייב, לפי שיטות ATUB @אליבא דאמת ATUB איז עס נישט קיין גוטע עדות ווייל כהאב נגיעות, היות כ'האב געזעהן די מעשה,
וואס דרייבסו א קאפ א שוואגערס שוויגערס מחותן'ס טאטע'ס כ''ץ,
טויבער איז געווען אריינגעמישט, זיכער נאכן אריין מישן האט ער נגיעות. וואס ווילסטו ס'זאלן חתמנן רבנים פון עסטראליע?
מאכסט מיך לאכן,
נ.ב. אויף איין חתימה קען איך פארשטיין דיין פוינט, וועגען דעים איז דא נאך 13.
דינסטאג יוני 03, 2014 4:53 pm#204485
אליבא דאמת האט געשריבן:הרב אהלבוים איז א שוואגער, און ער צוזאמען מיט נאך א קרוב - מענצער פון וויליאמסוברג האבן אנגעפירט די קאמפעין. הרב אייכענשטיין גלאנטא רב איז זייער נאנט מיט דעם מענצער, און מענצער האט מנדב געוועהן פאר זיין שוהל. הרב טויבער איז פערזענדליך נאנט מיט וויינבערגער. ר' מאטל זילבער האט דא פערזענליכע נגיעות ווייל עס האט געהייסן אז זי גייט מיט זיין הדרכה, און הרב חיים לייב כץ איז א מחותן מיט ר' מאטעל.


ATUB @אליבא דאמת ATUB כ'פארשטיי ממש נישט קיין ווארט.

די באשמיצט סתם די שענסטע רבנים אין שטאט.

גאלאנטע אין "זייער" נאנט מיט מענצער,
טויבער איז "זייער" נאנט מיט ווינבערגער.
זילבער סתם פרעזענדליכע נגיעות
ח"ל כץ מחותן מיט איינער וואס האט פרעזענדליגע נגיעות.

כ'הארגער מיך פאר געלעכטער אבער אעפ"כ.

זאג נאר די ווייסט גענוי יעדער וואס איז נאנט מיט יעדער???
כ'דארף וויסען ווען זענען די חברים פון נאוועמינסקער רבי, יונתן שטראססער, דוד ווערנער,

אז מיין מחותן רופט מיך אן כזאל אונטער שרייבען א ערענסטע צעטיל וואס מענטשן גיין מיר אפיר האלטען אין ס'גייט זיין די שמועס אין גאס, אבער ער בעהט מיך א טובה היות ער האט פרעזענדליכע נגיעות זאג איך עיהם "קענסט מיך קישן ווי די אידן האבן געריהט" (טאמער רעדט ער נישט דער שפראך קען ער זיך ארויס דרייען אביסעל איידעלע).

יעצט וואס מיינט "פרעזענדליכע נגיעות"? ער האט געהאלטען אנדריש ווי מרת שטערן אין ער איז געווען אריין געמישט. ווער גענוי ווילסטו זאל ארויס קוצען מיט א קול קורא טאמער נישט ער? זיין שכן?

טויבער איז גוט מיט עיהם, וועגען דעים האט ער די ערשטע מאל געחתמט קעגן א מענטש? ווייל א (לאמער זאגן) חבר האט עיהם געבעטען? אין סתם אזוי ווער נאך איז גוט מיט עיהם?

נ.ב. האסט פארגעסען. ח"ד כץ האט אויך א פרעזענליכע נגיעות, זיין שוויגער קויפט איין אין די זעלבע גראסערי ווי ווינבערגערס עלעקטרישען.....
דינסטאג יוני 03, 2014 4:57 pm#204486
שעפטל האט געשריבן:געקוקט. און יעצט???

זייער קלאר, אויב גייט איינער ארויס קעגן דעם צווייטן מיטן גאנצן קראפט, אזאש הענגן צעטליך אין די בארא פארקע גאסן מיט אינטערשריפטן פון רבנים, זאל דער עולם האבן ביידע זייטן פון די מטבע.

אויב יענער הענגט צעטליך מיך מסביר צו זיין ווי שעדליך די פרוי איז, און מיך קאנווינסן אז זיי זענען הונדערט פראצענט גערעכט, דארף יענער זיין גרייט אז יעדער וועט וועלן הערן די אנדערע זייט אויך און It's up to me to decide.


אויב רבנים קומען ארויס און שרייבן א צעטל אז די פרוי איז שעדליך ווייל ביי די געוויסע פרשה האט זי אויפגעמעסט, דאן ביסטו גערעכט. אויב אבער זיי שרייבן אז זי איז בכלליות נישט גוט, קענסטו נישט קומען זאגען די צווייטע זייט, ווייל דו רעדסט פון די צווייטע זייט פון איין פרשה, זיי רעדן אבער פון אסאך פרשיות.

איך זאג נישט אז פערצן רבנים שרייבן אונטער איז זיכער אז עס איז אזוי, עס איז מעגליך אז נישט, אבער עס איז אויך מעגליך אז יא. דאס איז דאך א פאקט אז עס זענען ליידער אסאך אזעלכע וועלן מאכן פיל מער קאליע ווי זיי טוען אויף, די שאלה איז נאר צו זי איז איינע פון די.
דינסטאג יוני 03, 2014 4:59 pm#204487
shefele האט געשריבן:די גאנצע ק'ק איז מעשה ידיו להתפאר פין י' ג'.
ער איז א גרויסער אנדרייער וואס איז פערזענדליך אינוואלווד אין דעים קעיס.


איך כאפ נישט קיין רמזים, איז ווייס נישט ווער י"ג איז, אבער אויב איז ער גערעכט איז גוט אז עס זענען דא אזעלכע אנדרייערס.
דינסטאג יוני 03, 2014 5:07 pm#204488
אליבא, ר חיים לייב איז אינוואלווד פון גאנץ אן אנדערן טירל. דער בחור וואס מהאט אפגעלאזט דעם שידוך איז פון זיינע מענטשן.
צוקוקנדיג די רשעות פון דער נאנט איז רב חיים לייב פערזענליך געגאנגען בעטן פון רבי חזקאל ער זאל אונטערשרייבן.
די ארגומענט פון נגיעה איז נאריש, און ווער דען זאל זיך זארגן פאר א מענטש וואס ווערט באקריודעט אויב נישט זיין אייגענע רב.
דינסטאג יוני 03, 2014 5:44 pm#204492
האט איינער די בריוו פון די רבנים וואס פאדערן מיט איבער דרייסיג יאר צוריק צו מרחק זיין ממחנינו די וואס ברענגען אריין בתוכינו די דרכי הגוי וחינוך וואס ברענגען חורבנות בכרם בית ד', די איצטיגע פאל איז א קליינע דוגמא צו וואס מען האט דערגרייכט מיט די וואס האבען אריינגעברענגט אין די מחנה החרדי, די גאנג פון ניצען גויאישע קרומע מהלכים צו בויען אידישע נשמות, מען ברויך ''מפרסם זיין מיט די נעמען'' די אלע וואס האבען א שייכות מיט די קרומע פאר'גויאישטע חינוך והדרכה.
ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי.

יואליש האט געשריבן:ס'איז דערפרישענד צו זעהן די רבנים ארויסקומען קעגן אנלייסענסד טעראפיסטן. יעצט ברויך מען צוזאמשטעלן א ליסטע פון אלע אנדערע וועלכע פראקטיצירן אן רישיון.