פארומס › 14 רבנים פארפלייצן גאסן מיט קול קורא קעגן היימישע טערעפיסט

14 רבנים פארפלייצן גאסן מיט קול קורא קעגן היימישע טערעפיסט

162 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6559
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יוני 3, 2014 5:46 pm#204493
.
image.jpg
דינסטאג יוני 3, 2014 6:44 pm#204496
Who is this ?
דינסטאג יוני 3, 2014 6:47 pm#204497
הרב חיים יעקב רובין אב"ד ציעשינוב
דינסטאג יוני 3, 2014 6:50 pm#204498
עס איז א גרויסע חידוש אז א פרוי נישט קיין לייסענסד זאל קענען בכלל אנארבעטען אזוי פיל חורבנות. גיטין שידוכים קינדער פין עלטערען, מה זה היה לנו, זענען אונז חרדיםנאזוי סטופיד אז מען פאלגט עפעס א פשוטע אידענע מער ווי דער עצה פין גרויסע רבנים?

עפעס שטונקט דא אין גרויסען.
דינסטאג יוני 3, 2014 7:10 pm#204500
@איחוד פעלד די רבנים זענען נישט פארנומען מיט דעם װײל זי איז א פרוי אקעי? ס׳האט גארנישט מיט דעם אז
זי איז א ״אידענע״.
דאנערשטאג יוני 5, 2014 10:47 pm#204508
און סערדאהעלי -וואס דער רב הבית מדרש איז איינער פון די א.ג. חותמים- שטייט א צעטל אז די רב האט קיינמאל נישט אינטער געשריבען דע קול קורא

Sent from my SGH-T599N Using ForumTouch for Android
דאנערשטאג יוני 5, 2014 11:22 pm#204510
petergrifin
@איחוד פעלד די רבנים זענען נישט פארנומען מיט דעם װײל זי איז א פרוי אקעי? ס׳האט גארנישט מיט דעם אז
זי איז א ״אידענע״.

אקעי!!!

איך בין זיכער אז די שרייבסט אזוי ווייסטו וואס די רעדסט, קענסט אבער זאגען פין ווי די ווייסט און פין ווי די נעמסט עס?

סתם זאגען סטעיטמענטס הייסט נישט גערעדט, ווייל צ.ב.ש. איך קען אויך זאגען דיין סטעיטמענט גענוי פארקערט,

רבנים זענען פארנומען מיט דעם ווייל זי איז א פרוי אקעי? ס'האט נאר מיט דעם אז זי איז א "אידענע".

און מן הסתם וואלט איר מר גריפין געשטוינט אויף מיין דברי חכמה און געווארען איבערגעצייגט איבער מיין גערעכטיקייט.
דאנערשטאג יוני 5, 2014 11:41 pm#204513
ל.רוזן
און סערדאהעלי -וואס דער רב הבית מדרש איז איינער פון די א.ג. חותמים- שטייט א צעטל אז די רב האט קיינמאל נישט אינטער געשריבען דע קול קורא

Sent from my SGH-T599N Using ForumTouch for Android

אויב קענסטו פארשאפן א בילד פון דעם צעטעל וואלט דאס געווען א זיכו הרבים ולמצוה גדולה יחשב
דאנערשטאג יוני 5, 2014 11:51 pm#204514
איינע פון די וואס האבען געשריבען איצט קעגן די פרוי, איז די גאנצע צייט במשך די פרשה פון וויינבערגער ווען די קינדער זענען געווען פארכאפט און זי האט אליינס געפראוועט זייערע שמחות אנגעהויבען פון די חתונה און ווייטער, האט איינע פון די וואס שרייבען יעצט קעגן איר געשטאנען לימין די אשה הנ''ל און איר געהאלפען און געשטיצט, נאר יעצט אז ס'ברענט טשיקען'ט ער ארויס

אזוי אויך טוען יעצט אנגיין אפיסעס פון נשים וואס לייגען צוגרינד הייזער פון אידען אין וומ''ס ב.פ. קרית יואל, און עטליכע פון די חותמים קעגן די פרוי, שטיצען אזעלכע טעראפיסט'ן און נאכדעם ווען ס'וועט נתגלה קלונם ווערן וועלן זיי קומען שרייען נע ס'האט נישט צו מיר ווייל.... שמוץ זאלסטו עסן.
דאנערשטאג יוני 5, 2014 11:54 pm#204516
שטילע אינגערמאן
ר' חיימ יעקב טויבער האט נאך קיינמאל נישט אונטער געשריבען קעגן א מענטש פריוואט ע''פ פקודת זיין שווער. (די איינציגסטע דיין וואס האט נישט אונטער געשריבען קעגן נחום ראזענבערג)
אז ער האט דא געבראכען א רעקארד מיינט עס עפעס ערענסט, עכ''פ אין זיינע אויגן.

ער האט שוין נישט קיין שווער, היינט זיצט ער אונטער זיין שוואגערס לאפעס.
סדאכציך אז זיין שוואגער האט נישט קיין דאגה מיט באגראבען א צווייטע יודען.
דאנערשטאג יוני 5, 2014 11:58 pm#204517
נולד מאוחר
ל.רוזן
און סערדאהעלי -וואס דער רב הבית מדרש איז איינער פון די א.ג. חותמים- שטייט א צעטל אז די רב האט קיינמאל נישט אינטער געשריבען דע קול קורא

Sent from my SGH-T599N Using ForumTouch for Android

אויב קענסטו פארשאפן א בילד פון דעם צעטעל וואלט דאס געווען א זיכו הרבים ולמצוה גדולה יחשב

@ל.רוזן ג״א מצטרף לבקשת @נולד מאוחר
פרייטאג יוני 6, 2014 12:35 am#204521
איינער קען אפשר שרייבען קלאר (אן קיין נעמען) וואס די פרוי האט חוטא געווען? וואס איז געווען די מעשה? מיט וואס האט זי נישט געפאלגט רבנים?
פרייטאג יוני 6, 2014 12:41 am#204522
זי איז געווען פארמישט אין אן עסק ביש ווי צוויי טעכטער זענען געווען צעקריגט מיט די עלטערן אנשטאט לעשן די פייער האט זי עס פארגרעסערט.
ווען איינע פון די טעכטער האבן אפגעלאזט א שידוך צוליב איר גוטהייסונג איז עס געקוצמען צו א ווענדפונקט.
פרייטאג יוני 6, 2014 12:42 am#204523
ביי די פאל ווי די עסקנים האבען זיך שטארק אריינגעלייגט להציל הנעשקים מיד עושקם האט זי פארכאפט צוויי מיידלעך צווילינג שוועסטער פון א משפחה און זיי אליין מגדל געווען און געטון כאוות נפשה מיט זיי, זיי חתונה געמאכט צו וועם זי האט באשלאסען און אנגעמאכט פילע אומגעהויערע צרות פאר די באטרעפענדע.
פרייטאג יוני 6, 2014 12:44 am#204524
כוכב
זי איז געווען פארמישט אין אן עסק ביש ווי צוויי טעכטער זענען געווען צעקריגט מיט די עלטערן אנשטאט לעשן די פייער האט זי עס פארגרעסערט.
ווען איינע פון די טעכטער האבן אפגעלאזט א שידוך צוליב איר גוטהייסונג איז עס געקוצמען צו א ווענדפונקט.

עס איז בעיקר געווען וויאזוי זי האט אפגעלאזט די שידוך און וואספארא סאדיזעם עס איז אלס געווען ארום און ארום.

אזעלכע מעשיות קומען נאך ליידער פאר אין די יעצטיגע מינוטען דורך ענליכע צו איר, מען דארף זיי תיכף ומיד אינטערהאקען די פוס.
פרייטאג יוני 6, 2014 12:48 am#204525
עפל סיידער
ביי די פאל ווי די עסקנים האבען זיך שטארק אריינגעלייגט להציל הנעשקים מיד עושקם האט זיך פארכאפט צוויי מיידלעך צווילינג שוועסטער פון א משפחה און זיי אליין מגדל געווען און געטון כאוות נפשה מיט זיי, זיי חתונה געמאכט צו וועם זי האט באשלאסען און אנגעמאכט פילע אומגעהויערע צרות פאר די באטרעפענדע.

דאס איז איין צד. און די אנדערע?
פרייטאג יוני 6, 2014 12:51 am#204526
די אנדערע צד זענען די פארכאפער און געלט פרעסער
פרייטאג יוני 6, 2014 12:54 am#204528
די אנדערע צד איז א פרוי מפורסם פאר אטיפשע אן לייסענס.
פרייטאג יוני 6, 2014 1:16 am#204534
די רבנים'ס וואטסעפפ איז די ליכט שטאנגען.
די אלע וואס טנעה'ן אז די רבנים זענען באגאנגען אן עולה מיט'ן באשמירן א יחיד אין די גאסן, דארפן געדענקען נישט צי די די זעלבע אויף וואטס עפפ. שיקן ווייטער א פריוואטע בילד איז ענדליך עולה.
פרייטאג יוני 6, 2014 1:25 am#204537
כוכב
די אנדערע צד איז א פרוי מפורסם פאר אטיפשע אן לייסענס.

עסקנים האבן יא לייסענס?
פרייטאג יוני 6, 2014 2:23 am#204545
איחוד פעלד
petergrifin
@איחוד פעלד די רבנים זענען נישט פארנומען מיט דעם װײל זי איז א פרוי אקעי? ס׳האט גארנישט מיט דעם אז
זי איז א ״אידענע״.

אקעי!!!

איך בין זיכער אז די שרייבסט אזוי ווייסטו וואס די רעדסט, קענסט אבער זאגען פין ווי די ווייסט און פין ווי די נעמסט עס?

סתם זאגען סטעיטמענטס הייסט נישט גערעדט, ווייל צ.ב.ש. איך קען אויך זאגען דיין סטעיטמענט גענוי פארקערט,

רבנים זענען פארנומען מיט דעם ווייל זי איז א פרוי אקעי? ס'האט נאר מיט דעם אז זי איז א "אידענע".

און מן הסתם וואלט איר מר גריפין געשטוינט אויף מיין דברי חכמה און געווארען איבערגעצייגט איבער מיין גערעכטיקייט.

קודם כל דו ביזט דער װאס האקט אויף די רבנים און שרײסט אז זײ האבן אונטער געשריבן װײל ס׳איז א פרוי. איז ברענג די א ראיה צו דײן טענה.

אז דו פרעגסט פון װי איך װײס אז ס׳איז נישט װעגן פרויען טערעפיסט – פשוט װײל זײ אלײן שיקן צו פרויען טערעפיסטן אויב מען דארף.
האק װײטער לאמיר הערן דײנע דברי חכמה.
פרייטאג יוני 6, 2014 2:37 am#204547
איך האב געהערט נאכזאגן בשם איינער פון די מענטשען וואס זענען געווען אינוואלווד, אז די רבנים האבן געוואלט זיך דורעך רעדן מיט איר פאר זיי האבן געהעלטען ביים חתמ'נען אבער זי האט נישט געהאלטן ביים קאאפערירען מיט זיי
פרייטאג יוני 6, 2014 2:51 am#204548
איך ווייס נישט ביי די מעשה.

אבער דאס זאגן זיי דאך אייביג. עיין ערך ליפא שמעלצער. נחום ראזענבערג. וואס-איז-נייעס. שפאקטיוו. גרעידזש בילדינג. מעכל לעבאוויטש. ועוד.
פרייטאג יוני 6, 2014 7:33 am#204552
איחוד פעלד
נעגאשיעיטאר
זי מופט אריין מיט קאפלס אין זייער אייגענע הויז כדי צו באבאכטן... זייער ווירטשאפט. זייענדיג א גרושה [@כוכב זאגט אז זי האט שוין נאכאמאהל חתונה געהאט. מזל טוב.] האט זי נישט ווי געהעריג צו וואוינען. זי זייעט אן א ריזיגע שנאה צווישן מאן און ווייב כדי אז זי זאל בלייבן רעלעוואנט.

זי דרייט אן די הערצער פון תמימות'דיגע מיידלען און קינדערלעך אקעגן די עלטערן "וואס געבן נישט גענוג א גוטע ערציאונג און בילדונג". זי מאכט אז זיי זאלן ארויסמופען פון שטוב און וואוינען מיט איר. זי האט אפילו געצווינגען איין מיידל יעצט פסח צו עסן די סדר מיט איר (זי איז א גרושה האט זי נישט ווער זאל מיט איר עסן דער סדר) און נישט ביי די עלטערן כנהוג דער ערשטע פסח נאך די חתונה.

צד השוה:
זי נעמט איבער א קעיס מרישא ועד גמירא, מאכט א קעיס פון עפעס וואס איז בלויז א פראבלעם בעלמא. זי האט אפגעטוהן שאדענעס וואס עלטערן, קינדער, און מאן-און-ווייב וועלן באדויערן און באוויינען ביז זייער לעצטע נשמה.

כ'פארשטיי נישט, די שרייבסט אז זי האט נישט ווי צו וואוינען, איז אלזא וועמענס אדרעסס שטייט אויף דער קול קןרא? איז עס אפשר אן אדרעסס פין איינער פין די קאפעלס וואס זי האט דארט אריין געמופט ווייל זי האט נישט געהאט ווי צו וואוינען?

און זי נעמט יענעמ׳ס קינדער צו זיך אין שטוב - וואס זי פארמאגט נישט...
פרייטאג יוני 6, 2014 8:43 am#204554
גריפין, ביסט א טראל.
פרייטאג יוני 6, 2014 11:24 am#204566
איינגעמיירעט
שטילע אינגערמאן
ר' חיימ יעקב טויבער האט נאך קיינמאל נישט אונטער געשריבען קעגן א מענטש פריוואט ע''פ פקודת זיין שווער. (די איינציגסטע דיין וואס האט נישט אונטער געשריבען קעגן נחום ראזענבערג)
אז ער האט דא געבראכען א רעקארד מיינט עס עפעס ערענסט, עכ''פ אין זיינע אויגן.

ער האט שוין נישט קיין שווער, היינט זיצט ער אונטער זיין שוואגערס לאפעס.

ליין איבער וואס ער האט געשריבן [ר' חיימ יעקב טויבער האט נאך קיינמאל נישט אונטער געשריבען קעגן א מענטש פריוואט ע''פ פקודת זיין שווער] דאס איז א אלטע מעשה
פרייטאג יוני 6, 2014 3:01 pm#204595
באמת איך פארשטיי נישט!!!!!!!!!!!

די פרוי ואס האט אפגעהאקט קינדער פון זייערע עלטערענס שויס זי איז דער רחמנות ?????????????????

די עלטערען וויינען......... שלאפן נישט קיין נעכט........................... זיי זענען די רוצחים ????????????????????????

רשעים.... אכזרים............ הערטס אויף צו טרינקן אידיש בלוט..............
"קיינער" "קיינער" האט נישט געבעטען די אזויגערופענע אסקנים זיך אריינצומישן און יענעמס פריוואטע פראבלעמען...............
פרייטאג יוני 6, 2014 3:11 pm#204598
דער עולם זאל נישט מישן די יוצרות, עס איז דא א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער ולא על זה אנו דנין.
דערנאך איז דא א פרעמדע פרוי וואס האט זיך אריינגעשטעקט די נאז און די רבנים וואס האבן פערזענליך געהאנדלט מיט איר, טענה'ן זי איז א מושחת.

עס דארף אנגעגעבן ווערן אז ווען רבי חיים ליב האט איר געזאגט אז ער גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א קול קורא האט זי אפגעענטפערט מיטן רופן די עלטערן אין קאורט, ווי אויך האט זי געווארנט אז א טאג נאך די קול קורא וועט זי פארזיכערן א גט ביים ערשטן שוועסטער.

רבי שרגא האגער האט געוואלט איר לייגן אין חרם און ארויסקומען סאך שארפער נאך מיט צוויי יאר צוריק, ס'הייסט אז סטוטשינער רב האט צוגעזאגט ער וועט ברענגען ארדענונג, ווען ער איז דורכגעפאלן און די פרוי האט געמאכט פון אים דאס גענאר, האט אלעס געפלאצט.
פרייטאג יוני 6, 2014 5:47 pm#204612
14 רבנים האבן פארגעסען א הלכה מפורשת אז מ'טאר נישט מקיז דם זיין ערב שבועות.
פרייטאג יוני 6, 2014 6:06 pm#204613
כוכב

רבי שרגא האגער האט געוואלט איר לייגן אין חרם און ארויסקומען סאך שארפער נאך מיט צוויי יאר צוריק, ס'הייסט אז סטוטשינער רב האט צוגעזאגט ער וועט ברענגען ארדענונג, ווען ער איז דורכגעפאלן און די פרוי האט געמאכט פון אים דאס גענאר, האט אלעס געפלאצט.

איך קען נישט די מעשה אין איך קען נישט די פרוי אבער דער (ר׳) שרגא האגער קען איך שׁוין גאר גיט אין לפענ״ד וואלט מען אים געדארפט אריינלייגן אין חרם , איך קען געניג שטיבער וואס ער האט פארהארגעט מיט זיין טיפּשות אין רישעות
פרייטאג יוני 6, 2014 6:11 pm#204614
רבי שרגא איז מפורסם פאר אן ערליכער איד און א מורה הוראה מובהק פאר לאנגע יארן. איך פערזענליך געדענק עים פון צעהלים וואו ער איז געזעצן יעדן פארטאגס אויפן פארטש און געלערנט שעות ארוכות בהתמדה. אזעלכע פאקטן טוישן זיך נישט ווען אן אנאנימער ניק שיסט א סטעטמענט אין די לופט.
פרייטאג יוני 6, 2014 6:19 pm#204616
איחוד פעלד
גריפין, ביסט א טראל.

גוט גענטפערט.
פרייטאג יוני 6, 2014 6:40 pm#204617
כוכב
רבי שרגא איז מפורסם פאר אן ערליכער איד און א מורה הוראה מובהק פאר לאנגע יארן. איך פערזענליך געדענק עים פון צעהלים וואו ער איז געזעצן יעדן פארטאגס אויפן פארטש און געלערנט שעות ארוכות בהתמדה. אזעלכע פאקטן טוישן זיך נישט ווען אן אנאנימער ניק שיסט א סטעטמענט אין די לופט.

איך קען אים פערזענטליך פאר יאהרן לאנג , איך בין געוועהן פין זיינע נאנטע מענטשען , אין דער פאקט איז אז רוב פין זיינע נאנטע מענטשען האבן אים איבערגעלאזט די לעצטע פאר יאהר , ער האט אסאך מענטשען (זיינע אייגנע מענטשען ...)בא'עוועלט, וגם אני בּתוכם ,
פאר מעהר קענסטוך פארבינדן מיט מיר אין אישי וועל איך דיר אלעס פארציילן
פרייטאג יוני 6, 2014 7:16 pm#204619
די סיבה פארוואס איך שרייב דעס איז לטובת הכלל , מ'זאל זיין געווארנט אין נישט גיין צי אים ווען מהאט א ערנסטע פראבלעם ווייל ער קען מיאוס פארהרגנען אלעס, אזוי ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט ביי אנדרע קעיסעס ווי מ'האט אים אריינגעמישט
מוצ"ש יוני 7, 2014 10:31 pm#204622
ווייסט איינער צו זאגן וועגן די ארגענעזאציע "בית טוב" וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל גראס
מוצ"ש יוני 7, 2014 10:41 pm#204624
@שבת אחים, קיין נעגאטיווע ראיה פון דעם אז מענטשען זענען אוועק פון אים, על צד אז ס'איז אזוי. ווארום, דער וואס איז אנגעקומען קיין קאסוב, אין איר בראשית יארן, איז דאך אזא איינער וואס פארמאגט נישט קיין מקום, אדער אוועק פון א מקום. אזעלעכע מענטשען טוישען יעדע שמיטה א רבי.
אין יעדע פריש געווארענע חסידות זענען דא מענטשען וואס קומען און גייען. ס'ווייזט גארנישט אויף דעם רבי'ן / רב.
מוצ"ש יוני 7, 2014 10:42 pm#204625
shtel
ווייסט איינער צו זאגן וועגן די ארגענעזאציע "בית טוב" וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל גראס

ניין. אבער ס'זעהט אויס אז איר ווייסט יא עפעס... לאמיר הערן... וואס איז זיין וועבזייטל?
מוצ"ש יוני 7, 2014 11:39 pm#204643
shtel
ווייסט איינער צו זאגן וועגן די ארגענעזאציע "בית טוב" וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל גראס

איך האב אסאך געהערט פון אים ער קוקט אויס צו זיין א ריכטיגער בחור, אויב איז די עסק אין זיינע הענט אריינגעפאלען, איז'ס מסודר על צד היותר טוב.
מוצ"ש יוני 7, 2014 11:47 pm#204645
גוגל סוירטש
<a class="postlink" href="https://touch.www.linkedin.com/?sessionid=474879862243328&as=false&can=http%253A%252F%252Fwww.linkedin.com%252Fpub%252Fjoel-gross%252F37%252Fb52%252F578&rs=false#public-profile/http%3A%2F%2Fwww.linkedin.com%2Fpub%2Fjoel-gross%2F37%2Fb52%2F578">https://touch.www.linkedin.com/?session ... Fb52%2F578</a>

<a class="postlink" href="http://bayistov.org/">http://bayistov.org/</a>
זונטאג יוני 8, 2014 12:39 am#204652
שבת אחים
כוכב
רבי שרגא איז מפורסם פאר אן ערליכער איד און א מורה הוראה מובהק פאר לאנגע יארן. איך פערזענליך געדענק עים פון צעהלים וואו ער איז געזעצן יעדן פארטאגס אויפן פארטש און געלערנט שעות ארוכות בהתמדה. אזעלכע פאקטן טוישן זיך נישט ווען אן אנאנימער ניק שיסט א סטעטמענט אין די לופט.

איך קען אים פערזענטליך פאר יאהרן לאנג , איך בין געוועהן פין זיינע נאנטע מענטשען , אין דער פאקט איז אז רוב פין זיינע נאנטע מענטשען האבן אים איבערגעלאזט די לעצטע פאר יאהר , ער האט אסאך מענטשען (זיינע אייגנע מענטשען ...)בא'עוועלט, וגם אני בּתוכם ,
פאר מעהר קענסטוך פארבינדן מיט מיר אין אישי וועל איך דיר אלעס פארציילן

Is he also from Staten Island?
זונטאג יוני 8, 2014 12:49 am#204655
קאווע טרינקער
@שבת אחים, קיין נעגאטיווע ראיה פון דעם אז מענטשען זענען אוועק פון אים, על צד אז ס'איז אזוי. ווארום, דער וואס איז אנגעקומען קיין קאסוב, אין איר בראשית יארן, איז דאך אזא איינער וואס פארמאגט נישט קיין מקום, אדער אוועק פון א מקום. אזעלעכע מענטשען טוישען יעדע שמיטה א רבי.
אין יעדע פריש געווארענע חסידות זענען דא מענטשען וואס קומען און גייען. ס'ווייזט גארנישט אויף דעם רבי'ן / רב.

נניח סאיז אמת וואס די זאגסט אז די חסידים זענען גאר שולדיג פארן טוישן חסידות יעדע שמיטה , מעג מען בא'עוולהן מענטשען ???
קענסט די פאקטן ??? אדער וויבאלד די מענטשען טוישן חסידות גאר אפט קומט זיך זיי א שטראף ???
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די זאגסט נישט די ריישא אין נישט די סיפא
זונטאג יוני 8, 2014 1:26 am#204656
חרבונה
shtel
ווייסט איינער צו זאגן וועגן די ארגענעזאציע "בית טוב" וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל גראס

איך האב אסאך געהערט פון אים ער קוקט אויס צו זיין א ריכטיגער בחור, אויב איז די עסק אין זיינע הענט אריינגעפאלען, איז'ס מסודר על צד היותר טוב.

ער שטעלט זיך אהער צו זיין אביעקטיוו , מיין שאלה איז ווי ווייט ער וועט גיין צוריקצושטעלן שלום בית ?
זונטאג יוני 8, 2014 1:39 am#204657

עד מקום שידו מגעת 'ועד בכלל'.
זונטאג יוני 8, 2014 6:46 am#204691
כוכב
דער עולם זאל נישט מישן די יוצרות, עס איז דא א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער ולא על זה אנו דנין.
דערנאך איז דא א פרעמדע פרוי וואס האט זיך אריינגעשטעקט די נאז און די רבנים וואס האבן פערזענליך געהאנדלט מיט איר, טענה'ן זי איז א מושחת.

עס דארף אנגעגעבן ווערן אז ווען רבי חיים ליב האט איר געזאגט אז ער גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א קול קורא האט זי אפגעענטפערט מיטן רופן די עלטערן אין קאורט, ווי אויך האט זי געווארנט אז א טאג נאך די קול קורא וועט זי פארזיכערן א גט ביים ערשטן שוועסטער.

רבי שרגא האגער האט געוואלט איר לייגן אין חרם און ארויסקומען סאך שארפער נאך מיט צוויי יאר צוריק, ס'הייסט אז סטוטשינער רב האט צוגעזאגט ער וועט ברענגען ארדענונג, ווען ער איז דורכגעפאלן און די פרוי האט געמאכט פון אים דאס גענאר, האט אלעס געפלאצט.

איך פארשטיי נישט. אויב זי איז נישט לייסנסד, און זי גייט אין קאורט אלס ענטפער צו די בקשת הרבנים, איז דאך די גרינגסטע זאך איר אפצושטעלן, צו גיין מסר'ן פאר די גאווערנמענט אז זי איז אן אנלייסנסד טעראפיסט. ביז א טאג איז זי ארויס פון פיקטשער, און ארעסטירט...אלא מאי, ליגט דא דער הינט באגראבן אין אן אנדער פלאץ. און ס'האט צו טון מיט פערזענליכע נגיעות און גוטע, שטארק פינאנצירטע אנדרייערס... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😉 😮 😲
זונטאג יוני 8, 2014 6:55 am#204692
קאווע טרינקער
14 רבנים האבן פארגעסען א הלכה מפורשת אז מ'טאר נישט מקיז דם זיין ערב שבועות.

מקיז דם זיין טאקע נישט. אבער שופך דם זיין, דאס יא. ס'איז א מצוה וזכות לכבוד קבלת התורה. ס'געט צו(פאר די רע-בנים החותמים) א טעם צו די קרעפלעך... 😕 😎 🙄 😠 😳 😈 😈 😢 😞 😮
זונטאג יוני 8, 2014 10:00 am#204708
מ'רעדט דא אגאנצע צייט צו זי האט יא לייסענס צו נישט, וואס כאילו אין דעים ווענד זיך צו זי האט יא ריכטיג געהאנדלט צו נישט, האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט אז איינער וואס האט לייסענס פאר א גאן האט געשאסן אומשולדיגע? לייסענס איז דען אן אחריות/פראטעקשאן אויף דעם מענטש וואס האט דאס, אז ער וועט קיינמאל נישט טוהן אן אומרעכט???
זונטאג יוני 8, 2014 10:46 am#204717
מ גפני
מ'רעדט דא אגאנצע צייט צו זי האט יא לייסענס צו נישט, וואס כאילו אין דעים ווענד זיך צו זי האט יא ריכטיג געהאנדלט צו נישט, האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט אז איינער וואס האט לייסענס פאר א גאן האט געשאסן אומשולדיגע? לייסענס איז דען אן אחריות/פראטעקשאן אויף דעם מענטש וואס האט דאס, אז ער וועט קיינמאל נישט טוהן אן אומרעכט???

1. א מ'לערענט זיך נישט קען מען געווענדליך נישט(און חכמה בגוים תאמין)
2 "אומן לא מרע אומנותיה".
זונטאג יוני 8, 2014 10:51 am#204719
כוכב
דער עולם זאל נישט מישן די יוצרות, עס איז דא א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער ולא על זה אנו דנין.

דאכט זיך מיר אז די ביסט ראנ"ג דא איז נישט דא א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער, דא האנדעלט זיך פון איינער וואס האט געמאכט א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער!
זונטאג יוני 8, 2014 11:07 am#204724
הגם איך האב נישט צופיל רעספעקט פאר unlicensed/untrained טעראפיסטן וויל איך אבער פארשטיין פארוואס ווען @וואס-איז-נייעס שרייבט א נאמען פון א רודף לויפן גלייך די ערליכע אידען (די אידען וואס מיינען אלעמאהל נאר דעם אייבערשטען) צו פארדאמן די נייעס וועבזייטל (מען לייגט זיי אפילו אין חרם). מען טרעפט אלע מינע איסורים, לשון הרע, חילול השם, וכדומה. אבער ווען רבנים זיכען נקמה צונעמן אין א נארישע שלום בית מאכער ווערט דאס א "מצווה לפרסם".

פלוצלונג זארקט מען זיך שוין נישט פאר די עתיד פון די גאנצע משפחה, די קינדער...

ווע א blog מאכט א חורבן איז דאס כפירה, ווען א רב טוט דאס איז עס א מצווה.
זונטאג יוני 8, 2014 11:09 am#204725
מ גפני
מ'רעדט דא אגאנצע צייט צו זי האט יא לייסענס צו נישט, וואס כאילו אין דעם ווענד זיך צו זי האט יא ריכטיג געהאנדלט צו נישט, האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט אז איינער וואס האט לייסענס פאר א גאן האט געשאסן אומשולדיגע? לייסענס איז דען אן אחריות/פראטעקשאן אויף דעם מענטש וואס האט דאס, אז ער וועט קיינמאל נישט טוהן אן אומרעכט???

איך האב מורא אז דאס ארויסקומען בפומבי אקעגן א טעראפיסט "בלי רשיון" גייט איין טאג צוריקקומען בייסן די רבנים.
נאך איינער האלט ווי מיר?