דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 7:15 pm#349944
"אבער יענער קען נישט קיין טראפ ענגליש און איז אן עושר אדיר!"
עס איז א שיינע זאך צו פארטיידיגן דעם חרדישן לעבנסשטייגער פון די אלע וואס זוכן עס צו באשמוצן אויף יעדן אופן. אבער אמאל באגעגנט מען זיך מיט א סניגור וואס וועט פארטיידיגן בלינדערהייט וואס אימער עס גייט פאר אין דער חרדישער געזעלשאפט אן אפילו טראכטן א רגע אז נישט יעדער מיינט אראפצורייסן און נישט יעדער זוכט צו באשמוצן. אזא איינער קען בכלל נישט פארשטיין אז עס זענען דא פראבלעמען, אז מ'דארף ארויסהייבן די פראבלעמען, און מ'דארף מטכס עצה זיין מיט וואס מ'קען פארבעסערן. עס איז מיט אזעלכע ניטאמאל מעגליך צו פארפירן א שמועס איבער פראבלעמען און אופנים וויאזוי צו פארבעסערן דעם לעבן.
ווען מ'רעדט וועגן עדיוקעישאן, און ווי אוועקרייסן די מעגליכקייט צו שטודירן נעמט אוועק געלעגנהייטן צו פארדינען פרנסה בכבוד, זענען מיר געוואוינט צו הערן פון די בלינדע סניגורים אז "עס זענען דא חסידישע מיליאנערן וואס קענען נישט קיין ווארט ענגליש, און מענטשן מיט דעגריס וואס האבן נישט קיין פרנסה." עס גרילצט אין די אויערן צו הערן אזעלכע נארישע און אומלאגישע רייד. יעדער מיט א שכל'דיגן טראכט פארשטייט אז עס וועלן אייביג זיין מענטשן וואס זענען "אוטלייערס" – וואס שטימען נישט מיט דעם אלגעמיינעם סטאטיסטיק.
א רויכערער פון 100 יאר אלט פרעגט נישט אפ דעם פאקט אז רויכערן איז אין אלגעמיין נישט געזונט, און א מיליאנער וואס קען נישט קיין ענגליש פרעגט נישט אפ דעם פאקט אז ווייניג עדיוקעישאן ברענגט אין אלגעמיין פיל ווייניגער געלעגנהייטן צו פארדינען פרנסה בהרחבה. איט'ס סטאטיסטיקס, סטופיד!
אז מ'קוקט אויף סטאטיסטיק זעט מען אז דער דורכשניטליכער מענטש אן קיין עדיוקעישאן פארדינט היבש ווייניגער ווי דעם דורכשניטליכן מענטש וואס האט יא עדיוקעישאן. און דער דורכשניטליכער מענטש וואס רויכערט נישט לעבט לענגער ווי דעם דורכשניטליכן מענטש וואס רויכערט יא.
אבער מ'האלט אין איין הערן די זעלבע נארישקייט, און עס האט מיך אייביג געוואונדערט פארוואס די פאקטן קענען נישט אריין אין קאפ. דאס איז אבער פארענטפערט געווארן פאר מיר היינט ווען כ'האב געלייענט אין דעם "איד" אז א ווערסיע פון דעם דאזיגן ארגומענט קומט אייגנטליך פון דעם סאטמארער רבי'ן אליין. אט אזוי לייענט מען אין "דער איד" אויף זייט 81 א לענגערער ציטאט פון א דרשה וואס דער סאטמארער רבי ז"ל האט געגעבן ביי א דינער לטובת די סאטמארער ישיבה אין בארא פארק, מוצ"ש פרשת וישלח, תשכ"ו (מיט אויסקלארונגען פון דעם שרייבער הרב מנשה פילאף):
עס איז דא גרעסערע עשירים (פון היימישן ציבור) וואס זיי קענען גארנישט, און זיי האלטן די אנגעשטעלטע (די וואס האבן שטודירט), און זיי (די היימישע) זענען גרעסערע עשירים. אז מען וויל זיך אריינלאזן אין שטודירן זאל מען וויסן אז עס איז געבונדן מיט א שטארקן חסרון אמונה ובטחון. עס איז דא אזויפיל מציאות'ער מען זאל האבן פרנסה און מען זאל ווערן אן עושר אן דעם אויך… עס איז גענוג אז מען קען זייער כתב ולשון, אבער צו וועלן נאך מער פון דעם, איז נישטא וואס צו רעדן.
הגם דער סאטמארער רבי באנוצט זיך מיט דער אויבנדערמאנטער אומלאגישער טענה, אנערקענט ער יא אז "זייער כתב ולשון" איז דייקא יא וויכטיג צו קענען האבן פרנסה. ער טענה'ט אז עס איז א חסרון אין אמונה און בטחון אויב מ'וויל זיך לערנען מער פון דעם, גיין שטודירן, אבער כתב ולשון איז ער אויך מודה אז דאס מוז מען האבן כדי צו האבן א בעסערע מעגליכקייט פאר פרנסה.
אבער וואס איז נוגע שטודירן, מאכט דער רבי ז"ל דעם לאגישן טעות מיט'ן אנווייזן אויף אומשטודירטע עשירים, ווי כאילו דאס באווייזט אז שטודירן איז לאו דווקא א מיטל פאר בעסערער פרנסה - ווען דער פאקט איז אז איינער וואס שטודירט העכערט זיינע שאנסן פילפאכיג פאר א בעסערער פרנסה.
אבער דער פאקט אז דער רבי האט נאר גענוצט דעם אומלאגישן ארגומענט פאר שטודירן, און האט נישט געזאגט אז עס זענען דא מענטשן וואס קענען ניטאמאל "זייער כתב ולשון" און זענען גרויסע עשירים, ווייזט אז ער איז געווען פראקטיש, און האט פארשטאנען אז פרנסה איז וויכטיג, מ'קען נישט גיין מיט'ן קאפ אין וואנט. עס איז יתכן אז ער האט געהאלטן אז הגם שטודירן ברענגט טאקע יא דורכשניטליך א בעסערע פרנסה, איז עס דאך א גרויסע סכנה פאר אידישקייט אז ס'איז כדאי אנצואווייזן אז מ'קען גענוג מצליח זיין אפילו נאר מיט כתב ולשון אן שטודירן.
וואס האט דא פאסירט? ווי מיט כמעט יעדער שיטה פון דעם סאטמארער רבי'ן, זענען די חסידים מיט די יארן געווארן פויבסטליכער פונעם פויבסט, און היינט בארויבט מען די קינדער אפילו פון כתב ולשון פון דער שפת המדינה. אבער די אומלאגישע טענה וואס דער סאטמארער רבי האט גענוצט בלויז אויף שטודירן, ווערט היינט גענוצט פאר ענגליש בכלליות. "מ'דארף גארנישט קענען," זאגן זיי. "ווייל פלוני אלמוני ווייסט ניטאמאל וויאזוי אונטערצושרייבן א טשעק און איז א מולטי-מיליאנער."
דארף מען דא קלאר מאכן אז, א) דער סאטמארער רבי האט קלאר יא געשטיצט אז מ'זאל לערנען כתב ולשון, און מיר ווייסן אז ער האט אוועקגעגעבן איבער צוויי שעה יעדן טאג אז זיינע תלמידים זאלן דאס לערנען יעדן טאג. ב) דער ארגומענט אז עס זענען דא עשירים וואס קענען זענען נישט עדיוקירט, איז נאריש. און אפילו דער סאטמארער רבי האט דאס דערמאנט דארף מען געדענקען אז ער האט נישט פארשטאנען צו סטאטיסטיקס. פאקט בלייבט פאקט אז שטודירן העלפט פאר פרנסה, און טויזנטער היימישע אידן וואלטן געקענט שיין פארדינען ווען זיי גייען ווען לערנען א פאך.