Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל

קאווע שטיבל • ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
51 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 56 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10929
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:57 pm#349967
ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל
איך האב נעכטן געהערט א וואונדערליכע ערשט האנטיגע מעשה אויף הגר"מ פיינשטיין, וואס איז נאך קיינמאל נישט נתפרסם געווארן אין ערגעץ, און איז א הערליכע עפיזאד אויף דעם איש חי ורם בענקים, און איך האב עס געוואלט ארויפלייגן אין 'זיין אשכול' אין ק"ש. למרבה פליאתי ראיתי, אז פונקט אויף דעם גאון מופלג, פוסק הדור, מרומם קרנה של תורה בארה"ב, איז נישטא קיין אשכול.

אלזא בין איך דא קובע אן אשכול לכבודו - הגם איך בין נישט אין די גיסטע יעצט צו שרייבן זיין ביאגראפיע, און יעדער זאל צולייגן משלו.

***


עס איז באקאנט אז רבי משה איז געווען א מופלג בענוה אויף א משונה'דיגער אופן. אומצאליגע מעשיות זענען דערציילט געווארן דערוועגן, וואו פילע מענטשן האבן זעלבסט צוגעזען מיט די אויגן ווי דער 'האיש משה' איז דער 'ענו מאוד מכל האדם'.


פון די באקאנטע אנעקדאטן איז, אז איינער האט אמאל גערופן אין גאס צו זיין חבר - מיטן נאמען משה - 'משה!', און רבי משה פיינשטיין האט זיך אויסגעדרייט מיט א נאטורליכע פשטות מיינענדיג אז מ'רופט אים. ס'איז אים נישט איינגעפאלן אז קיינער וואלט נישט געהאט די חוצפה אים צו רופן מיטן נאמען.

עס איז אויך באקאנט, און עס איז געבליבן באשטעטיגט אין זיינע בענדער שו"ת אגרות משה, אז כמעט יעדע שואל הלכה האט צוריקבאקומען אן ענטפער 'לידידי' הרב וכו', טראצדעם וואס ער האט נישט געהאט קיין אנונג ווער דער שואל איז. דער סיבה איז געווען פשוט, אז יענער זאל זיך שפירן אין די הימלען אז רבי משה באצייכנט אים אלס זיין ידיד...!


אבער די מעשה וואס איך האב נעכטן געהערט, אז א 'שאקינג סטארי', אריינקלערנדיג אז דאס איז א יחיד במינו'דיגע התנהגות, פון אט דעם צדיק מופלג, און זאל עס דא פאראייביגט ווערן לעולמי עד:

***


א חבר מיינע האט ממש לעצטנס אנגעטראפן אין א געוויסע געשעפט עפעס אן עלטערע גוי, וואס איז געווען נאנט מיטן געשעפטס אייגנטומער. איינמאל איז ער דארט געווען היבש פרי, און יענער גוי פרעגט אים אויב ער האט שוין געדאוונט, מיין חבר האט אים געענטפערט אז יא, און געפרעגט אויב ער איז נישט צופעליג א איד - וויבאלד ער פרעגט זיך נאך און ווייסט פונעם ווארט 'דאווענינג'.

צו זיין וואונדער, האט אים יענער געענטפערט אז יא, דער 'גוי' איז גאר א איד פון די איסט-סייד, וואס זיין גאנצע משפחה איז געווען זייער שוואך אין אידישקייט כדרך שאר אנשי אמעריטשקע בימים ההם, און דערפאר איז ער נישט אויסגעוואקסן פרום.

נאכן שמועסן אביסל, זאגט אים יענער אומוויסנדער איד [ער האט ממש גארנישט מיטגעהאלטן דעם היינטיגן פרומען לעבן. ממש עכט אפגעהאקט פון זיין אפשטאם ליידער], אז ער האט געוואוינט בשכינות פון עפעס א רב, וואס ער ווייסט נישט אויב מיין חבר האט בכלל אמאל געהערט פון אים, אבער ער האט אים זייער געשעצט. ווען מיין חבר האט אים געפרעגט דער נאמען פונעם רב, האט אים יענער געענטפערט: א ראביי מיטן נאמען 'משה פיינשטיין'...

ווי פארשטענדליך האט אים מיין חבר געזאגט, אז דער איז נישט סתם עפעס א 'ראביי', און ער איז נישט נאר באוואוסט אין עפעס א געגענט'ל אין איסט-סייד, נאר איז ברייט בארימט איבערן גארער וועלט אלס איינע פון די גרעסטע ראבייס אין זיין צייט, און אין יעדע ביהמ"ד געפונען זיך זיינע ספרים א.א.וו. יענער האט הנאה געהאט, זאגנדיג אז דער ראביי איז באמת געווען א חשוב'ע מענטש, און דאן האט ער דערציילט די פאלגענדע אנעקדאט וואס האט זיך אפגעשפילט מיט אים זעלבסט, בשייכות'ן 'ראביי'.

ליינט און שטוינט!

דער איד איז דאן געווען א בחור'ל, וואס האט נעבעך כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט אידישקייט, און האט כמעט גארנישט געוואוסט וועגן אידישקייט. געוואוינט האט ער אויפן זעלבן גאס ווי רבי משה פיינשטיין, און יעדעס מאל ווען רבי משה איז אריבער זיין הויז און האט אים געזען, האט ער אים געבעטן אז ער זאל קומען דאווענען אין שול אום שבת - קענטליך מיטן רצון אביסל מקרב צו זיין דעם אומוויסנדן בחור'ל. דער בחור האט זיך געשפירט אומבאקוועם, אבער האט געהאט דרך ארץ פארן ראביי.

איינמאל ווען רבי משה האט אים געבעטן ער זאל קומען דאווענען, האט זיך דער בחור'ל גענומען מוט, און זיך געוואגט צו פארשטעלן א טענה צום 'ראביי': איך שפיר נישט קיין שום טעם און געשמאק אין דאווענען, פארוואס זאל איך קומען צום דאווענען? איך האב ליב צו שפילן באלל מיט מיינע חברים, אפשר זאל דער ראביי קומען מיטהאלטן מיין שפיל?! צו זיין וואונדער, האט אים רבי משה געענטפערט אויפן פלאץ: ווייסטו וואס? לאמיר מאכן א 'דיעל', דו קומסט דאווענען און איך קום מיטהאלטן דיין 'באלל געים'!

דער בחור האט נישט געהאט קיין ברירה, און איז געקומען דאווענען אין שול. אינמיטן וואך, האט ער צו זיין גרויסע שאק געזען ווי דער הויכגעשעצטער ראביי קומט אריבער מיטהאלטן זיין באלל געים מיט זיינע חברים! ער האט זיך געשעמט אז ער האט ווירקליך געמאכט דעם חשוב'ן רב קומען, אבער רבי משה האט זיך אראפגעזעצט מיט א פשטות, און מיטגעהאלטן דעם גאנצן געים!!!

"די נעקסטע פאר וואכן, בין איך יעדע שבת געקומען דאווענען אין שול, כאטש אונזער 'דיעל' איז געווען אויף איין שבת..." - האט דער אומוויסנדער איד'ל אויסגעפירט פאר מיין חבר - - -


דאס האט ער דערציילט ריכטיג 'משיח לפי תומו', נישט וויסנדיג אפילו אז דער 'ראביי משה פיינסטין' איז גאר געווען און פארבליבן נערץ ונקדש, אלס דער פוסק הדור.
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:33 pm#349973
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
זייער שיין. נאר א קליינע הערה אויף די קעפל: עס איז דריט האנטיג, נישט ערשט האנטיג!!
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:36 pm#349974
עס איז נישט ממש אומריכטיג, וויבאלד עס איז נישט קיין ערשט האנטיגע עפיזאד 'מיט' רבי משה פיינשטיין, נאר 'אויף'. דהיינו, כ'האב עס געהערט ערשט-האנטיג אויף אים, כלומר, ממקור נאמן...

----
חברה, ס'איז דא אזויפיל צו דערציילן אויף דעם גדול בישראל. הייבטס אן צו שרייבן וואס ענק ווייסן!
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:42 pm#349977
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
געהערט האב איך א מעשה אז אמאל האט ר' משה געטרינקן א קאווע און מען האט עם געזאגט נאכדעם אז די מילך איז חלב סתם וואס ער האט מתיר געווען, האט ער אויסגעבראכן די קאווע... (איך ווייס נישט צי ער האט עס אויסגעבראכן פון זיך אליינס, אדער מיט א פינגער וכדו')
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:49 pm#349979
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
טמיר האט געשריבן:געהערט האב איך ממקור נאמן (לשיטתך ערשט-האנטיג) אז אמאל האט ר' משה געטרינקן א קאווע און מען האט עם געזאגט נאכדעם אז די מילך איז חלב סתם וואס ער האט מתיר געווען, האט ער אויסגעבראכן די קאווע... (איך ווייס נישט צי ער האט עס אויסגעבראכן פון זיך אליינס, אדער מיט א פינגער וכדו')

אינטערסאנט אז ביי עהם אינדערהיים איז געווען חלב עכו"ם (בלשונו חלב קאמפעני ובלשון אחר חלב סתם) הגם ער האט נישט געטרינקען דערפין
(געהערט ערשט האנטיג)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:52 pm#349980
באמת א געוואלדיגער סיפור, שש.

ר"מ איז מן הסתם געווען דער איינציגער בדורינו וועלכער האט נאך געשריבן ריכטיגע תשובות ווי אמאל. נישט דער זאגט-יענער זאגט-און איך ווייס נישט.

אין די ליטא האט ער געהאט א ברודער בדומה לו, ר' מרדכי דאכציך. כ'מיין אז ר' חיים עוזר האט געזאגט: זיצן זיך צוויי ברידער פארשטופט אין רוסלאנד און שרייבן תשובות ווי [כ'געדענק שוין נישט].

צוויי לייכט-הארציגע אנעקדאטן:

ר"מ פלעגט טיילן היתר הוראהס רעכטס און לינקס. היו אומרים אז ער שרייבט צו זיין טעלעפאון נומער אז ווען יענער באקומט א שאלה זאל ער אים קענען רופן...

איין איידעם האט ער געהאט א צדיק פון א איד. דער צווייטער איז געווען הצדיק טענדלער הידוע. האט ער געזאגט וואס ס'שטייט ביי לוט, חתניו לוקחי בנותיו; איינער איז חתניו, דער צווייטער איז לוקחי בנותיו...
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:45 pm#349988
ונבנתה העיר האט געשריבן:איין איידעם האט ער געהאט א צדיק פון א איד. דער צווייטער איז געווען הצדיק טענדלער הידוע. האט ער געזאגט וואס ס'שטייט ביי לוט, חתניו לוקחי בנותיו; איינער איז חתניו, דער צווייטער איז לוקחי בנותיו...

שטומט עס אז ער זאל האבן גערעדט אזוי?
עס זעט מיר נישט אויס. נישט מצד זיין איידלקייט. און אויך האב איך קיינמאל נישט געהערט אדער געזען אזא כאפ אדער ציפעדיגע טייטש. ס'פאסט מער אז אנדערע האבן עס געזאגט אויף אים.
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:58 pm#349992
ירח בן יומו: אז מ'רעדט שוין (איך נעם נישט קיין שטעלונג אדער מיינונג איבער קיין שום איד. ויבוא שמעקי ויברר אחרת. ואח"כ יתנצל שלא הבנתי טוב... :roll: ) : ביי די לויה פון הרהגה"צ ר' משה פיינשטיין זצ"ל האטציך הרב טענדלער אויפגעשטעלט און אנגעהויבן זאגן די הספד בזה הלשון..מיין שווער ע"ה האט געמאכט 2 טעותים...האטציך דער עולם כולם פה אחד אנגערופן. די ערשטע טעות האט ער געמאכט אז ער האט דיך גענימען פאר אן איידעם... :lol: :roll:
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:06 am#349995
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
ר' משה האט געזאגט פאר א נאנטע מיינער - זיינס א תלמיד, אז אין די יונגע יארן האט ער נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט שכחה. (אזוי ווי א בלינדער פארשטייט נישט זעהן)
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:09 am#349997
מיין פעטער, זז"ג האט מיר פארציילט אז, אלס נייער אימיגראנט נאך די מלחמה האט ער געוואוינט אין די איסט סייד, בשכינות פון הרב ר' משה פיינשטיין זצ"ל. ווען ר'איז אמאל געגאנגען פרעגן א שאלה ביי איהם, האט ר' משה געפסקנ'ט לחומרא. האט איהם מיין פעטער געפרעגט אז די ר"מ שליט"א האט דאך געשריבן אין די שו"ת אויף די זעלבע שאלה לקולא. האט איהם ר' משה געענטפערט. דארט האב איך טאקע געשריבן לקולא. אבער פאר דיר פסק'ן איך לחומרא...!
ויסכר פי דוברי גאוה ובוז על צדיק תמים וישר...!
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 5:49 am#350009
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
ס'איז דא אזויפיהל מעשה'ס אויף די עניוות זיינע.
איך האב דער וואך געהערט אז אמאל ביים שיעור, וואס כל מיני טיפוסים פון דער איסט סייד (אגב, ס'איז דא איד פון דארט, אירווינג בענדזשאמין, וואס שרייבט צומאל אין המודיע. ער האט געשריבען א בוך אויף זיין לעבען, ווי ער שרייבט דארט אז אפילו היינט דרייען זיך א גרויסע סומע משוגעים אין דער איסט סייג און דאס איז צוליעב דער רוח פון ר' משה זצ"ל וואס גיבט זיי א געפיהל אז דא וועט מען זיי מקרב זיין!) פלעגען אריינקומען און זאגאר אריינהאקען. איין מאל האט ר' משה דערמאנט א ירושלמי ווי דער נאמען פון די אמורא איז געווען אומגעווענדליך. דער טיפוס האט ארויסגערופען "וואס פארא נאמען איז דאס?"
האט ר' משה גע'ענטפערט"וואס איז שלעכט? אזוי ווי איך הייס פיינשטיין, האט ער געהייסען אבא קרטונגא", מיט אזא פשטות כאילו מ'שמועסט ביי וועטשערע.

ס'איז דא פיהל מעשה'ס וואס דרייען זיך אין די עולם הישיבות וואס זענען נישט אזוי באקאנט אינדערויסען. האפעדיג וועט מען עס ארויפלייגען.
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 11:58 am#350042
שש משזר האט געשריבן:פון די באקאנטע אנעקדאטן איז, אז איינער האט אמאל גערופן אין גאס צו זיין חבר - מיטן נאמען משה - 'משה!', און רבי משה פיינשטיין האט זיך אויסגעדרייט מיט א נאטורליכע פשטות מיינענדיג אז מ'רופט אים. ס'איז אים נישט איינגעפאלן אז קיינער וואלט נישט געהאט די חוצפה אים צו רופן מיטן נאמען.


בעיני ראיתי ביי רבינו הברך משה זצ"ל ווען ער איז געווארן רבי, און באקומען א גבאי מיט'ן זעלבן נאמען משה פר"מ, ווען משה האט געטיילט שריים פלעגן מענטשן שרייען "משה" פלעגט זיך דער רבי אויסדרייען קיקן ווער עס ריפט אים

שש משזר האט געשריבן:עס איז אויך באקאנט, און עס איז געבליבן באשטעטיגט אין זיינע בענדער שו"ת אגרות משה, אז כמעט יעדע שואל הלכה האט צוריקבאקומען אן ענטפער 'לידידי' הרב וכו', טראצדעם וואס ער האט נישט געהאט קיין אנונג ווער דער שואל איז. דער סיבה איז געווען פשוט, אז יענער זאל זיך שפירן אין די הימלען אז רבי משה באצייכנט אים אלס זיין ידיד...!


א חבר מיינער איז אריין צו ר' משה זצ"ל אלס בחור בעטן א המלצה בריוו, הערענדיג אז יענעמס טאטע איז א מלמד, האט ער זיך אויפגעשטעלט פאר א "קינד פון א מרביץ תורה"
שפעטער ביים שרייבן די המלצה בריוו האט ער געשריבן אויף אים הרב ווייל ער איז א "קינד פון א מרביץ תורה"
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:30 pm#350044
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
ס'האט מיר דערציילט הרב אברהם חיים שטיינווארצל שליט"א אז ווען ער איז געווען א קינד האט אים זיין פאטער געשיקט ערב פסח מיטן קערה צו ר' משה ווייל ס'האט געהאט אזעלעכע אויסגעשניצטע צורות דערויף און ס'גייט אריין בשאלה לא תעשה לך פסל.
ווען ער איז אנגעקומען מיטן שאלה האט ר' משה זיך באלד געגעבן א כאפ אויף און געבעטן די רעביצין זאל שוין ברענגן א האמער... זי האט געמיינט אז ער וויל צוברעכן דעם קערה איז זי געווען סקעפטיש, למעשה האט זי עס געברענגט און ר' משה האט ארויסגענומען זיין אייגענע קערה וואס איז געווען גענוי די זעלבע ווי שטיינווארצל'ס און האט זיך נישט בארואיגט ביז ער האט דאס גלאט געמאכט לחלוטין.
ער האט שוין געוואוסט וואס ער האט צו טוהן.
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:23 am#350978
איך האב אמאל געהערט, אז רבי משה פיינשטיינ'ס טעכטער זענען אפגעריקט א היבשע פאר יאר איינע פון אנדערן, וויבאלד אין רוסלאנד איז געווען א פראבלעם מיטן מקוה.

שמעתי שתי גירסאות:
1. די מקוה איז געווען אביסל פראבלעמאטיש, און הגם רבי משה האט עס מתיר געווען פאר אנדערע וויבאלד ס'איז נישט געווען קיין אנדערע אפציע אונטער קאמוניזם, דאך האט ער מחמיר געווען פאר זיך.
2. די מקוה איז געווען כשר וישר, נאר ער האט געוואוסט אז די קג"ב/נקוו"ד וועט נאכקוקן זיין ווייב וואו זי גייט אין מקוה, און וועלן אפשפארן די מקוה [וואס איז געווען אויסבאהאלטן], און דערפאר האט ער איר אפגעהאלטן פון גיין אין מקוה כדי אנדערע זאלן יא קענען גיין.

קען איינער באשטעטיגן איינע פון די גירסאות?
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 9:09 am#350980
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
די מעשה איז ברייט באקאנט אינ'ם עולם הישיבות, און מ'האט עס שפעטער דוכט זיך געדרוקט אין די הקדמה צום נייעם באנד פון אגרות משה.
די יעווסעקציע האט פארמאכט די ארטיגע מקוה. ר' משה האט משכנע געווען די באאמטע צו בויען א שווים באד פאר די איינוואוינער און ערלעדיגט מיט די ארכיטעקט אז ס'זאל זיין א כשר'ע מקוה. אין תשובות רעדט ער ארום די התירים אויף וואס ער האט זיך פארלאזט. ער האט אבער זיך נישט פארלאזט אויף דעם און ער האט זיך אפגעשיידען פון זיין ווייב במשך יענער יארען. א תלמיד וואס האט נארוואס חתונה געהאט האט געפרעגט צו ער מעג מחמיר זיין, האט ער גע'ענטפערט ניין. פארוואס? "ווייל איך האב חתונה געהאט בימים כתיקונם און אדעתא פון א כשר'ע מקוה לכתחילה, דעריבער דארף איך נישט נאכגעבען. דו האסט חתונה געהאט אדעתא פון אזא מקוה און דו האסט זיך מחייב געווען שאר כסות ועונה און דו מעגסט נישט מחמיר זיין אויף איהר חשבון"
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 7:44 pm#351027
דערמאנט די מעשה וואס איז געווען אין ברוקלין עטליכע יאר צוריק וואס מיין ברודערס חבר איז געווען דערביי.

מען איז געקומען אין כולל בעהטן א מנין צום לוויה פאר א עלטערע רוסישע איד. ביים לוויה האט זיין ווייב געזאגט זי וויל זאגן אפאר ווערטער, נו האט מען איר צוליב געטון.

זי איז צוגעגאנגן צום נפטר און געזאגט הויך בזה''ל ''יאנקעל זאג זיי עס איז ניט געווען קיין וואסער איז ניטא קיין קינדער''.

עס איז נישט געווען קיין טרוקן אויג ביי די באטייליגטע.
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 9:05 pm#351036
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 10:28 pm#351040
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
בילדבילד
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 11:43 pm#351048
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
דארף נאך דעטאלען.
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 4:40 pm#351489
תמונה יפה ונדירה מהג"ר משה פיינשטיין זצ"ל:
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 9:33 pm#352649
אינטערסאנטע מעשה מיט ר' מלכיאל קאטלער שליט"א
הרב ציטראן, דער באקאנטער מגיד שיעורים, האט דערציילט די פאלגענדע עפיזאד, וואס טראצדעם וואס דער מדובר איז נישט רבי משה פיינשטיין נאר א היינטיגער ראש ישיבה, איז עס פארט א וואונדערבארער עפיזאד וואס דערמאנט אביסל אין רבי משה פיינשטיין'ס מעשה, און איז ווערד ארויסגעהויבן צו ווערן.


עפעס א בחור אין ישיבה איז קראנק געווארן און איז געלעגן אין שפיטאל. מטבע הדברים איז דער ראש ישיבה געקומען מבקר חולה זיין. דער מדובר איז הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א - ראש ישיבת בית מדרש גבוה דלעיקוואד. ר' מלכיאל איז אריין אין שפיטאל מיט זיינע באגלייטער, זיך נאכגעפרעגט וואו דער בחור ליגט, און צוקומענדיג צום טיר פונעם בחורל'ס צימער האט ער געגעבן א בליק אריין און איז גלייך ארויסגעגאנגען.

ער האט אנגעהויבן זיך ארומצודרייען איבערן גאנצן שטאק ארויף און אראפ פאר א האלבע שעה, ווען זיינע באגלייטער שטייען מיט צועפנטע אויגן נישט פארשטייענדיג וואס ער וויל. דערנאך איז ער אריין אינעם צימער פונעם בחור, ער האט אים מבקר חולה געווען, געשמועסט אפאר מינוט, און פארלאזט די שפיטאל.


איין באגלייטער האט אים געפרעגט פשט אין זיין זיך דרייען אין שפיטאל אזוי לאנג, און ר' מלכיאל האט אים געענטפערט ווי פאלגענד: "איך האב געגעבן א בליק אריין אין צימער, און באמערקט ווי דער בחור האלט אינמיטן קוקן טעלעוויזיע. ער איז נעבעך א חולה וואס האט נישט וואס צו טון מיט די צייט, קוקט ער טעלעוויזיע".

"אויב וואלט איך אריינגעקומען אין צימער ווען ער האלט אינמיטן קוקן טעלעוויזיע, וואלט ער זיך געשפירט אומבאקוועם. דער גאנצער ציל פון ביקור חולים איז דאך אים צו מאכן שפירן גוט, אויב איך קום אריין ווען ער קוקט טעלעוויזיע וואלט ער זיך שוין גארנישט געשפירט גוט, ונמצא בטל שכרו בהפסדו. דערפאר האב איך מחליט געווען צו ווארטן ביז ער וועט אויפהערן קוקן טעלעוויזיע, אזוי וועט ער זיך נישט שפירן אומבאקוועם".

אזוי האט ער געווארט איבער א האלבע שעה, כדי נישט צו געבן אן אומבאקוועמער הרגשה פארן בחור'ל!


דאס איז שוין א השגה פון א 'היינטיגער'.
רבותי, מיר קענען זיך נאך נעמען...
דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 1:26 am#352664
שש משזר האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט, אז רבי משה פיינשטיינ'ס טעכטער זענען אפגעריקט א היבשע פאר יאר איינע פון אנדערן, וויבאלד אין רוסלאנד איז געווען א פראבלעם מיטן מקוה.

שמעתי שתי גירסאות:
1. די מקוה איז געווען אביסל פראבלעמאטיש, און הגם רבי משה האט עס מתיר געווען פאר אנדערע וויבאלד ס'איז נישט געווען קיין אנדערע אפציע אונטער קאמוניזם, דאך האט ער מחמיר געווען פאר זיך.
2. די מקוה איז געווען כשר וישר, נאר ער האט געוואוסט אז די קג"ב/נקוו"ד וועט נאכקוקן זיין ווייב וואו זי גייט אין מקוה, און וועלן אפשפארן די מקוה [וואס איז געווען אויסבאהאלטן], און דערפאר האט ער איר אפגעהאלטן פון גיין אין מקוה כדי אנדערע זאלן יא קענען גיין.

קען איינער באשטעטיגן איינע פון די גירסאות?


א דריטע גירסא וואס איך האב געהערט, אז די עמטליכע מקוה איז געוועהן פארשפארט דורך די רוסען, איז אבער געוועהן באהאלטענע מקוואות וואס מען האט געקענט ניצען, האט אבער ר' משה נישט געוואלט, ווייל אסאך אידען האבען זיך נישט מוסר נפש געוועהן, און נישט געגאנגען אין די באהאלטענע מקוואות, האט ר' משה חושש געוועהן אז טאמער וועט זיין רעבעצען האבען א קינד וועלען די מענטשען זאגען אז זי גייט אויך נישט אין מקוה, ממילא דארפען זיי אויך נישט.
ע"כ שמעתי. והבוחר יבחר.
מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:18 pm#354143
איך האב געהערט א מוראדיגע מעשה מיט ר' משה פון זיינס א תלמיד רב סנאו
איין מאהל א וואך פלעגט די ביהמ"ד זיין אפען און יעדער וואס האט געהאט א שאלה איז געקומען פרעגן
איינמאהל איז אריין געקומען א פרוי און פארציילט מיט יללות אז זי איז א מלחמה איבערלעבער און נאכען קריג איז נשט געווען קיין געהעריגע עדות אז איר מאן איז געהרג'ט געווארן
חוץ פון איין מענטש וואס האט געזאגט אז ער האט געזעהן ווי מען שיסט אים אריין אין א גרוב און ער האט אים דערקענט פון זיין גענאק {בעק חלק פון זיין קאפ}
איז זי געגאנגען צו א רב און ער האט געגעבן א היתר זי האט חתונה געהאט מיט דעם היתר און געוואונט אין אמעריקא געהאט אפאר קינדער
איינמאהל איז זי געפארן קיין ארץ ישראל מיט איר משפחה און דארט זעהט זי הרוג עומד על רגליו ביי א נויזסטענד
איז זי געקומען צו ר' משה פרעגן מה עליה לעשות
האט רק משה איהר געפרעגט די נאמען פון די רב און איהר געהייסן איבערפארציילן די מעשה
די תלמידים וואס זענען געשטאנען דערנעבן האבען נישט געקענט פארשטיין א פרוי וואס קוים רעדט צווישן די טרערין
נאכען פארציילן נאכאמאהל האט ער איהר געהייסם פארציילן א דריטען מאהל ביים פערדן מאהל האט זי געגעבן א שריי "שוין שוין ער האט מיך נישט געגעבן קיין רשות"
די תלמידים האבען געשטוינט פון די רוח הקודש האט ער געזאגט אז ער קען דעם רב און ער איז זיכער אז די אייבישטער וואלט נישט געזאזט ארויסקומען אזא טעות פון זיין מויל
מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:23 pm#354144
דערמאנט די באקאנטע מעשה פון ''אינה נאמנת'' ביי א חופה.
מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:28 pm#354146
חוקר וסקרן האט געשריבן:איך האב געהערט א מוראדיגע מעשה מיט ר' משה פון זיינס א תלמיד רב סנאו
איין מאהל א וואך פלעגט די ביהמ"ד זיין אפען און יעדער וואס האט געהאט א שאלה איז געקומען פרעגן
איינמאהל איז אריין געקומען א פרוי און פארציילט מיט יללות אז זי איז א מלחמה איבערלעבער און נאכען קריג איז נשט געווען קיין געהעריגע עדות אז איר מאן איז געהרג'ט געווארן
חוץ פון איין מענטש וואס האט געזאגט אז ער האט געזעהן ווי מען שיסט אים אריין אין א גרוב און ער האט אים דערקענט פון זיין גענאק {בעק חלק פון זיין קאפ}
איז זי געגאנגען צו א רב און ער האט געגעבן א היתר זי האט חתונה געהאט מיט דעם היתר און געוואונט אין אמעריקא געהאט אפאר קינדער
איינמאהל איז זי געפארן קיין ארץ ישראל מיט איר משפחה און דארט זעהט זי הרוג עומד על רגליו ביי א נויזסטענד
איז זי געקומען צו ר' משה פרעגן מה עליה לעשות
האט רק משה איהר געפרעגט די נאמען פון די רב און איהר געהייסן איבערפארציילן די מעשה
די תלמידים וואס זענען געשטאנען דערנעבן האבען נישט געקענט פארשטיין א פרוי וואס קוים רעדט צווישן די טרערין
נאכען פארציילן נאכאמאהל האט ער איהר געהייסם פארציילן א דריטען מאהל ביים פערדן מאהל האט זי געגעבן א שריי "שוין שוין ער האט מיך נישט געגעבן קיין רשות"
די תלמידים האבען געשטוינט פון די רוח הקודש האט ער געזאגט אז ער קען דעם רב און ער איז זיכער אז די אייבישטער וואלט נישט געזאזט ארויסקומען אזא טעות פון זיין מויל

איך האב אמאל געזען דעם מעשה געדריקט אין ספר 'במעלות קדושים וטהורים' לפסח, וואס כמדומה איז עס ערשינען ארום 20 יאר צוריק.
מאנטאג יאנואר 16, 2017 9:31 pm#359920
נאך א מעשה פון 'מענטשליכקייט' פון א גדול בישראל, איז דאס פאלגענדע מעשה וואס כ'האב געהערט פון א כלי ראשון:

איינמאל האט הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע געמאכט א פדיון הבן פאר אן אייניקל [דער בכור פון זיין זון רבי יהודה אריה זצ"ל וואס איז געווען אן איידעם ביים גאון בעל משנה הלכות מאונגוואר זצ"ל]. דער גערער רבי איז געפארן קיין אמעריקע צו אנטיילנעמען אינעם פדיון הבן, און ער איז אריבערגעגאנגען צום פריערדיגן באבובער רב, דער בעל דברי שלמה זי"ע, אים איינצולאדענען זיך משתתף צו זיין ביים פדיון הבן.

ווי דער סדר איז, געבט מען פאר א רבי'ן א שפעטערע צייט ווי פאר סתם מענטשן ווען צו ערשיינען, כדי ער זאל נישט דארפן ווארטן. אבער דא האט מען בטעות געגעבן פארן באבובער רב דעם "אפיציעלן" צייט, ווען עס איז געמאלדן געווארן פארן ברייטן עולם ווען דער פדיון הבן וועט פארקומען.

ווידער דער באבובער רב האט געמיינט אז מ'האט אים געגעבן דעם ריכטיגן צייט, און כדי נישט אויפצוהאלטן דעם עולם האט ער זיך צוגעאיילט און ער איז ערשינען פונקטליך אין צייט וואס מ'האט אים איינגעמאלדן. ווען באבובער רב איז אנגעקומען, האט דער פני מנחם געזען אז עס איז נאך ניטאמאל דא קיין מנין אידן.

דער פני מנחם האט צוגעווארט ביז עס זענען שוין געווען פונקטליך צען מענטשן אין צימער, און ער האט גלייך אפגעראכטן דעם פדיון הבן, כדי נישט אויפצוהאלטן דעם באבובער רב. דאס האט ער געטון טראצדעם וואס עס איז געווען א רבי'שע שמחה, וואס פיל מענטשן זענען געווען איינגעלאדנט אנטיילצונעמען דערין!
דינסטאג יאנואר 17, 2017 12:55 pm#359988
איך האב געמיינט אז די אשכול איז מיוחד פאר הגר"מ פיינשטיין זצ"ל, איך האב שוין אויך בייגעשטייערט דערצו, יעצט זע איך אז מ' קען שרייבן "נאך א מעשה פון 'מענטשליכקייט' פון א גדול בישראל"

וויל איך דערציילן אביסל פון די געהויבענע מדות פון רבינו הברך משה זצ"ל מסאטמאר, אסאך וואס איך האב אליין מיטגעהאלטן
דינסטאג יאנואר 17, 2017 1:00 pm#359989
אחרי שובי נחמתי

איך האב מורא אז דא איז יפה השתיקה, ווייל מתוך שבחו בא לידי גנותו, איך וויל חלילה נישט זיין דער גורם

אנטשולדיגט
זונטאג פעברואר 12, 2017 8:24 pm#362603
דער קאפישניצער רבי שפילט שאך פאר אפאר שעה אין א צי!
א מעשה נפלא וואס געהערט אין דעם אשכול, האב איך לעצטנס געהערט פון א מקור ראשון.

דער אלטער קאפישניצער רבי זצ"ל איז געווען בארימט מיט צוויי מידות וואס זענען געגאנגען ביינאנזאם כתרי רעין דלא מתפרשין: מידת החסד און מידת הענווה. זיין מידת החסד איז געווען גאר ארויסגערופן, און דאס האט נאר געמאכט מער וואונדערליך זיין משונה'דיגער מידת הענווה.

די פאלגענדע מעשה, וועט אילוסטרירן ביידע נקודות, מיט א "טוויסט" וואס פאסט אריין אין אונזער אשכול:


אין די ערשטע יארן נאכן קריג, איז אמאל דער קאפישניצער רבי אנגעקומען אין א שפיטאל אין מאנהעטן, און איז ארומגעגאנגען די צימערן וואו די אידישע קראנקע זענען געלעגן. אדורכגייענדיג איין צימער, באמערקט ער ווי דארט ליגט א בחור'ל - א חולה, אבער איז גענצליך עלנד אן קיין מענטשן אין צימער.

דער קאפישניצער איז גלייך אריין צו אים אין צימער, און אים געפרעגט פארוואס קיינער איז נישטא מיט אים. דער בחור'ל האט אים געענטפערט, אז ער איז א יתום פון טאטע מאמע [מ'רעדט דא פון נאך די קריגס יארן], און ער איז שוין דא אפאר וואכן, און כאטש וואס גוטע אידן זארגן זיך פאר אים איז דאך נישט מעגליך פאר זיי צו זיצן מיט אים דורכן טאג, און דערפאר זיצט ער אליינס.

הערנדיג דאס, האט דער קאפישניצער רבי געפרעגט פונעם בחור'ל, אויב ער קען און וויל שפילן שאך. ווען דער בחור האט געענטפערט אז יא, האט זיך דער קאפישניצער רבי אראפגעזעצט נעבן אים און זיי האבן אנגעהויבן צו שפילן שאך.

פאר די נעקסטע דריי שעה - - -

אלעס כדי אז א יונגער יתום זאל זיך נישט שפירן אזוי עלנד און איינזאם!


------
אט די מעשה האט מיין חבר געהערט ביי א שיעור, און אונטערן איינדרוק דערפון האט ער עס איבערדערציילט אין רודניק'ע בית המדרש אין בארא פארק.

ביים ענדיגן דעם ערציילונג, האט אים אפגעווארט א געוואלדיגער איבערראשונג: אן עלטערער איד ונכבד, הרב ב. [וואוינט אויף יענע גאס], האט זיך אנגערופן מיט א גערירטע שטימע: די מעשה איז אמת, ווייל עס האט פאסירט מיט מיר!!!


------
אגב, א קורצע צייט שפעטער האב איך מיך באקענט מיט א יונגערמאן מיטן משפחה נאמען ב., און איך האב אים געפרעגט צו ער האט א שייכות מיט יענעם הרב ב., ווען ער האט מיר געזאגט אז ער איז זיין אייניקל, האב איך אים געפרעגט אויב ער האט שוין אמאל געהערט פון די מעשה מיט זיין זיידן. ער האט מיר געזאגט אז זיין זיידע האט עס אים שוין עטליכע מאל דערציילט.

על פי שנים עדים יקום דבר.
זונטאג פעברואר 12, 2017 8:35 pm#362606
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
שש משזר האט געשריבן:הרב ציטראן, דער באקאנטער מגיד שיעורים, האט דערציילט די פאלגענדע עפיזאד, וואס טראצדעם וואס דער מדובר איז נישט רבי משה פיינשטיין נאר א היינטיגער ראש ישיבה, איז עס פארט א וואונדערבארער עפיזאד וואס דערמאנט אביסל אין רבי משה פיינשטיין'ס מעשה, און איז ווערד ארויסגעהויבן צו ווערן.


עפעס א בחור אין ישיבה איז קראנק געווארן און איז געלעגן אין שפיטאל. מטבע הדברים איז דער ראש ישיבה געקומען מבקר חולה זיין. דער מדובר איז הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א - ראש ישיבת בית מדרש גבוה דלעיקוואד. ר' מלכיאל איז אריין אין שפיטאל מיט זיינע באגלייטער, זיך נאכגעפרעגט וואו דער בחור ליגט, און צוקומענדיג צום טיר פונעם בחורל'ס צימער האט ער געגעבן א בליק אריין און איז גלייך ארויסגעגאנגען.

ער האט אנגעהויבן זיך ארומצודרייען איבערן גאנצן שטאק ארויף און אראפ פאר א האלבע שעה, ווען זיינע באגלייטער שטייען מיט צועפנטע אויגן נישט פארשטייענדיג וואס ער וויל. דערנאך איז ער אריין אינעם צימער פונעם בחור, ער האט אים מבקר חולה געווען, געשמועסט אפאר מינוט, און פארלאזט די שפיטאל.


איין באגלייטער האט אים געפרעגט פשט אין זיין זיך דרייען אין שפיטאל אזוי לאנג, און ר' מלכיאל האט אים געענטפערט ווי פאלגענד: "איך האב געגעבן א בליק אריין אין צימער, און באמערקט ווי דער בחור האלט אינמיטן קוקן טעלעוויזיע. ער איז נעבעך א חולה וואס האט נישט וואס צו טון מיט די צייט, קוקט ער טעלעוויזיע".

"אויב וואלט איך אריינגעקומען אין צימער ווען ער האלט אינמיטן קוקן טעלעוויזיע, וואלט ער זיך געשפירט אומבאקוועם. דער גאנצער ציל פון ביקור חולים איז דאך אים צו מאכן שפירן גוט, אויב איך קום אריין ווען ער קוקט טעלעוויזיע וואלט ער זיך שוין גארנישט געשפירט גוט, ונמצא בטל שכרו בהפסדו. דערפאר האב איך מחליט געווען צו ווארטן ביז ער וועט אויפהערן קוקן טעלעוויזיע, אזוי וועט ער זיך נישט שפירן אומבאקוועם".

אזוי האט ער געווארט איבער א האלבע שעה, כדי נישט צו געבן אן אומבאקוועמער הרגשה פארן בחור'ל!


דאס איז שוין א השגה פון א 'היינטיגער'.
רבותי, מיר קענען זיך נאך נעמען...

איך וואלט אויך אזוי געטון.

אסאך מעשיות וואס מען פארציילט אויף גדולים, וואלט געווען נארמאל פאר פשוטע מענטשן אויך, נאר פאר סאם ריזן ווערט מען נתפעל פון דעם גדול. וואס האסטו געוואלט, ער זאל אריינגיין מוחה זיין?
זונטאג פעברואר 12, 2017 8:44 pm#362609
Wow
א הערליכע מעשה אויפ'ן קאפישניצער. זי"ע.
זונטאג פעברואר 12, 2017 9:51 pm#362616
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
טמיר, ביסט גערעכט. אבער דיר גייט עס נישט אז ער קוקט טעלעוויזיע, און דיין פאסטען פאדערט גארנישט פון דיר. אז א בעל מאכט, ובפרט איינער וואס האט זיין שטעלער בירושה, זאל א. באמערקען דער בחור׳ס מעגליכע אומבאקוועמליכקייט, און ב. דאס און נאר דאס נעמען אין חשבון, איז אביסל מער ווי ערווארטעט. קיינער האט איהם קיין ר׳ משה פיינשטיין נישט געמאכט פון די מעשה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג פעברואר 26, 2017 10:02 am#363879
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
יעצט געזען אין המודיע.
א איד אן עושר אין הרמילוב האט געסטראשעט אן אלמנה וואס איז געווען לאנג אונטערשטעליג אין די שכירות פון איהר הויז אז באלד ווארפט ער איהר ארויס פון שטוב.
בצר לה, איז זי געלאפען צום רב ר׳ יעקעלע. ער האט געלאזט רופען, אין מיט׳ן עשי"ת, דער גביר און זיך געבעטען ביי איהם, "דו האסט אזויפיהל הייזער און ביזנעסער, קענסט נישט אפגעבען די אלמנה איהר התחייבות?" דער גביר האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט.
יוכ"פ ביי דאווענען, פאר קדושה, האט דער גביר געזאגט פאר בעריש׳ל דער רב׳ס "זאג דיין טאטע׳ן ׳מ׳האט געזאגט אזויפיהל פיוטים, לאמיר אויסלאזען דער לאנגער פאר קדושה׳", מיינענדיג אז פונקט ווי דער רב וויל נישט מוותר זיין אויף קיין פיוט, אזוי אויך וויל ער נישט מוותר זיין אויף זיין שכירות.
בעריש׳ל איז צוגעלאפען צו זיין טאטע, וואס האט גלייך צוגעשטימט, ער וועט אפלאזען א פיוט און דער עושר וועט אפלאזען דער שכירות.
זי"ע

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מערץ 26, 2017 1:19 pm#366804
געהערט דער שבת.
ס'איז דא א ספר מיט'ן נאמען 'מענה לאגרות' פון איינער ביים נאמען שווארטץ, וואס רעדט זייער מיאוס און חוצפה'דיג אויף הרב משה פיינשטיין.
דער וואס האט דער ספר וועט באמערקען אז ס'איז זייער ענדליך צו דער אגרות משה. דאס איז נישט קיין צופאל. זיי האבען גענוצט די זעלבע דרוקער. דער דרוקער איז געגאנגען צו הרב משה פיינשטיין און געפרעגט צו ער מעג עס דרוקען. הרב משה האט איהם געזאגט אז ער מעג עס דרוקען פאר זיין פרנסה.
א מעגליכקייט געהאט אפצושטעלען זיין בזיונות, נאר נישט געוואלט אפשטעלען יענעמ'ס פרנסה!
מאנטאג מערץ 27, 2017 3:15 am#366948
פאראיאר איז געווען געדריקט אין צייטונג א שמוס מיט דעם הרב שווארצ'עס זון פון פלעטבוש, און יענער האט דערציילט ברמיזה איבערן ספר פון זיין פאטער. ער האט עס אראפגעלייגט ווי אן אלט פארצייטישע אונגארישער רב איז ארויס ללחום מלחמתה של תורה בתמימות, נישט קלערענדיג אז ספאסט נישט געגן אזא גדול בישראל ווי ר' משה.

וואס האט מיר באזונדער געכאפט, איז געווען דאס וואס ער האט דערציילט - וועלנדיג ארויסברענגען א בחינה פון ואת והב בסופה - אז שפעטער פלעגן זיי זיך נאך אסאך טרעפן, כמדומה אין די זומער אין קאנטרי צו וואס, און זיי פלעגן שמוסן באהבה ורעות, כאילו סגארנישט געשען.

איך האב גלייך געכאפט התפעלות פון ר' משה, וואס האט ווייטער געקענט רעדן מיט יענעם נאטירלעך, הגם ער האט עם מיאוס באשמוצט אין זיין ספר כידוע. און נאכמער פון דעם, האט עס ר' משה געטון אזוי נאטירלעך, אז יענער רב און זיין זון האבן טאקע אנגענומען אז סנישט געווען אזא שרעקליכע עוולה, והא ראי' - ר' משה איז נישט אמאל אפילו באבלאזן אויף זיי...

א גאונות אין ענווה מופלגת.

והאיש מש"ה עניו מאוד.
דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:23 pm#381040
א הערליכע מעשה מיטן גדול בישראל וגדול במידות וגדול בחכמה, הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל.

ערשט האנטיגע עפיזאד:
דינסטאג אוגוסט 28, 2018 12:50 pm#411970
איך האב יעצט געהערט צוויי מעשהס מיט ר' משה פיינשטיין.

א. ר' משה האט אמאל געפירט א חליצה ביי אים אין ב"ד שטיבל. דער מאן איז כנראה געווען א היימלאזער, און ווען ער האט אויסגעטון די שיך מיט זאקען אנצוטון די חליצה שיך, איז ארויף א ריח ניחוח וואס זינט 'דער לעצטע געדנאנק' האט מען נישט געוואוסט דערפון, 'זאקען וואשט מען אויך?' איז געווען א ווירקליכע שאלה, און דער עולם וואס האט זיך פארזאמעלט, האט זיך שנעל געשטופט ארויס צו גייען אינדרויסן. ר' משה האט געברענגט א שיסעל ווארם וואסער מיט א שמאטע און זייף, און ער האט אפגעוואשען די פיס פון דער חולץ (ער פלעגט עס אייביג טון, כדי עס זאל נישט זיין קיין חציצה, אבער דא איז עס געווען איבערמענטשליך). זיין געזיכט האט אויסגעזען ווי איינער וואס טוט די עבודה אין ביהמ"ק.

ב. דער מאטערסדארפער רב זצ"ל האט געהאט א ברודער אין אמעריקא וואס איז אוועק אן קינדער, און דער מאטערסדארפער רב האט חולץ געווען כדין. ביי א חליצה פרעגט מען אויס די מאן און פרוי שאלות, אזוי ווי עס שטייט אין די סדר חליצה אין שו"ע, דוכט זיך פון ר' מיכל ר' יוזפ'ס פון קראקא. דארט איז אויסגעשריבען אויף אידיש גענוי וואס מ'דארף צו זאגען, און אזוי טוט מען היינטיגע צייטען. אין די נוסח דארט רעדט מען צום מאן מיט'ן לשון יחיד נוכח 'דו'. נאכ'ן חליצה האט ר' משה איבערגעבעטען דער מאטערסדארפער רב אז ער האט אים אנגערופען אן די געהעריגע כבוד, נאר אזוי שטייט און אזוי טוט מען, און ער האט נישט געקענט משנה זיין.

ג. און א מעשה וואס ליגט מיר אין קאפ. א איד האט באנקראטירט זיין בעלי חוב, און געבליבען בעירום וחוסר כל. נאך דעם האט ער געטראפען נכסים (אפשר איז א חלק פון זיין נכסים ארויף אין פרייז, אזש ער האט שוין געקענט צוריק צאלען א חלק פון די חובות) און ער האט געוואלט קודם געבען פאר זיין שוואגער די געלט וואס ער האט אינוועסטירט אין אים. איז ער געפארען קיין מתיבתא תפארת ירושלים געוואויר צו ווערען צו ער מעג אזוי טון, אדער מוז ער עס צוטיילען צווישען אלע בעלי חוב. זיי זענען אנגעקומען פאר מנחה, און ר' משה האט גלייך געפרעגט הויך און קלאר "אלע בעלי דין זענען דא". האבען זיי געענטפערט, "מיר קומען זיך נישט אויסטענה'ן, נאר פרעגען וואס מ'דארף צו טון". האט ער נאכאמאל געפרעגט, "אלע בעלי דין זענען דא?". זיי האבען זיך נאכאמאל פראבירט צו מסביר זיין, אבער הוא באחת, ער פסקנ'ט נישט אויף יענעמ'ס ממון אן דעם וואס יענער זאל זיין דארט.
שוין, זיי זענען געבליבען צו מנחה, און נאכ'ן דאווענען איז ר' משה צו זיי צוגעקומען און זיך אנטשולדיגט, "וואס זאל איך טון? איך האב זיך געמוזט אפזאגען, אזוי איז די הלכה. איך מיין דיר גארנישט".

זי"ע
זונטאג נאוועמבער 18, 2018 1:17 pm#416803
הרב הגאון ר' אלי' ליכטער ז"ל סופר מומחה, האט דערציילט זיינע זכרונות וואס זענען געדרוקט געווארן אין די צייטונג, אידישע צייט פ' וירא העעל"ט, וואו ער דערציילט דעם פאלגענדן אינטערעסאנטער אנעקדאט וואס ער האט זעלבסט געהאט מיט הגר"מ פיינשטיין.

אגב, אין תשכ"ט איז הגאון ר' משה פיינשטיין זצ"ל געווען אין "צוקער'ס האטעל". איך האב דארט געדאווענט. בין איך צוגעגאנגען און זיך פארגעשטעלט אלס א סופר. ער האט מיר געשמועסט און געזאגט בתוך הדברים:

"די וועלט מיינט אז איך בין א ליטוואק... מיין טאטע איז געווען א לעכאוויטשער חסיד און די מאמע האט געשטאמט פון ליובאוויטשער חסידים. איך דאווען אין א גארטל אונטער די קאפאטע..."
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 3:45 pm#417492
מוירעדיג!!!
מיטוואך מאי 01, 2019 8:58 am#429371
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
געהערט דער יו"ט

א. הרב קלמן קראהן ז"ל האט פארציילט אז ער איז געווען אין זוקער׳ס האטעל און ר׳ משה איז דארט געזעסען אויף די גראז די גאנצע טאג, און געשריבן זיין חיבורים. איין טאג האט ער געזען ווי ר׳ משה זיצט און זאגט תהלים. נאך א שטיק צייט האט ר׳ משה געפרעגט ביי די ארומיגע צו די קינדער שווימען נאך. ביז אפאר מאל שפעטער ווען ער האט געהערט אז שווימען פאר די קינדער האט זיך געענדיגט, האט ער געזאגט תהלים.

ב. מיין רבי זז"ג איז געווען דארט און א קינד זיינער פון צוויי יאר האט געשפילט. אין מיטן האט דער קינד, כדרך קינדער, געוויינט. ר׳ משה האט דאס געהערט אין מיטן לערנן, האט ער געפרעגט ווער איז דאס און וואו איז זיין מאמע. ר׳ משה׳ס גבאי האט איהם געזאגט אז עס איז גארנישט קליין קינד וויינט אביסל, אבער הוא באחת אז מ׳דארף טון עפעס דערפאר.

זי"ע

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 06, 2019 8:30 am#431688
איך האב יעצט געליינט די זכרונות פון הרב ישראל דזעיקאבסען ז"ל, פון די ערשטע טוערס למען חב"ד אין אמעריקא (דוכט זיך די פאטער פון שמעון דזעיקאבסען, און זיידע פון YY)

שרייבט ער דארט (עמ׳ קצג)
ביום שמח"ת היינו הולכים מבית לבית, אצל ר׳ יוסף הונקים ור׳ שלמה סולומון ור׳ חיים בלאך ועוד, להיות קצת זמן בכל בית לשמח.
בלכתינו ברחוב הינו נפגשים עם מכירים ויהודים סתם ומכבדים אותם בריקוד, עד אשר לעת ערבית היינו באים לבית ניסן טלושקין נ"י.
הרנ"ט הי׳ מזמין גם רבנים מהשכונה להשתתף בשמחה, ופעם הזמין את הר"ר משה פיינשטיין (גיסו של הר"ר ראובן ליואוויץ) נ"י אשר הי׳ דר באיסט ניו יארק.
הרנ"ט ביקש שישירו בביתו את הניגון של אדמו"ר הזקן, הד׳ בבות, ואמרתי שניגון הזה צריכים לשיר ברצינות ובקבלת עול, וע"כ ילבשו את הכובעים ולא ישבו בהיארמולקעס בלבד.
הר"ר משה פיינשטיין התנגד לזה ואמר דברים חריפים נגד זה, ואמרתי שא"כ לא נשיר את הניגון. בסוף הלביש גם הוא את הכובע שלו ושרנו.


איך וואלט געוואלט הערען וואס גענוי איז געווען זיין התנגדות, אבער זיין מדת הוותרנות זעט מען שוין.
דאנערשטאג יוני 06, 2019 1:14 pm#431701
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב יעצט געליינט די זכרונות פון הרב ישראל דזעיקאבסען ז"ל, פון די ערשטע טוערס למען חב"ד אין אמעריקא (דוכט זיך די פאטער פון שמעון דזעיקאבסען, און זיידע פון YY)

שרייבט ער דארט (עמ׳ קצג)
ביום שמח"ת היינו הולכים מבית לבית, אצל ר׳ יוסף הונקים ור׳ שלמה סולומון ור׳ חיים בלאך ועוד, להיות קצת זמן בכל בית לשמח.
בלכתינו ברחוב הינו נפגשים עם מכירים ויהודים סתם ומכבדים אותם בריקוד, עד אשר לעת ערבית היינו באים לבית ניסן טלושקין נ"י.
הרנ"ט הי׳ מזמין גם רבנים מהשכונה להשתתף בשמחה, ופעם הזמין את הר"ר משה פיינשטיין (גיסו של הר"ר ראובן ליואוויץ) נ"י אשר הי׳ דר באיסט ניו יארק.
הרנ"ט ביקש שישירו בביתו את הניגון של אדמו"ר הזקן, הד׳ בבות, ואמרתי שניגון הזה צריכים לשיר ברצינות ובקבלת עול, וע"כ ילבשו את הכובעים ולא ישבו בהיארמוךקעס בלבד.
הר"ר משה פיינשטיין התנגד לזה ואמר דברים חריפים נגד זה, ואמרתי שא"כ לא נשיר את הניגון. בסוף הלביש גם הוא את הכובע שלו ושרנו.


איך וואלט געוואלט הערען וואס גענוי איז געווען זיין התנגדות, אבער זיין מדת הוותרנות זעט מען שוין.


איך ווייס נישט וואספארא ת"ח הרב ישראל דזעיקאבסען איז געווען, אבער וואספארא חוצפה האט ער צו פארלאנגען פון א אדם גדול זיך צו אנטוען די היט.
דאנערשטאג יוני 06, 2019 1:17 pm#431702
ת"ח?! סה"כ א שוואגער פון הרב ראובן לייוואויץ!!!

מ'זעט וויאזוי די בנות לוט האבען אויסגעקוקט. ער האט געלעבט אין אזא באבעל אז ער האט נישט אנגעהויבען צו טראכטען אויף הרב משה ווי מער ווי איינער פון די רבנים דארט, וואס האט פארצופאל זיך געלאזט בעטען קומען צו א פארברענגען און דארט האט ער גערעדט שארף.

יענער ביכל האט אנדערע אינטרעסאנטע זאכען דארט, וועגען דער מלאך, און דער היסטאריא פון ישיבת חיים ברלין ועוד, פארשטייט זיך פון זיין קוק ווינקל.
דאנערשטאג יוני 06, 2019 1:36 pm#431703
יא יא, אבער דער שרייבער האט דאך שוין יא געוויסט ווער ר' משה איז געווען, ווי האט ער נישט קיין שכל נישט אריין צו לייגן אזא עפיזאד?.
דאנערשטאג יוני 06, 2019 2:00 pm#431705
אזוי ווי מ'דערציילט אויף א סאטמארער אינגערמאן וואס האט אמאל באגעגנט רבי משה, פרעגט ער אים ווער זענט איר? ענטפערט דער גאון 'משה פיינשטיין'.

רופט זיך אן דער אינגערמאן: אה, פיינשטיין פון די מילך?...
זונטאג יולי 21, 2019 11:47 am#433436
ס'איז מיר לעצטנס געקומען אין די הענט א שו"ת ספר('ל) פון א רב א גאון עולם וועלכער איז מכח כמה סיבות נישט געווען זייער שטארק באוואוסט אין די חסידישע וועלט. דארט איז דא א הסכמה וואס ער האט באקומען פון הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל. אין די הסכמה קענמען זעהן דאס גדלות פון דעם גאון וצדיק.

איך קען נישט ארויפלייגן א קאפי פון דעם לשון פון די הסכמה. אבער דער תמצית איז אז הרב ר' משה זצ"ל שרייבט פאר יענעם רב בתוך הדברים אז כאטש ער געט איהם א הסכמה מיינט דאס נישט דוקא אז ער איז אייביג מסכים מיט איהם להלכה. נאר אז דער מחבר איז א גאון ובקי און א וואוילער איד...!

א צווייטע הסכמה פון הרב שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל שרייבט ער דארט אן ענליכע זאך נאר מער בפירוש אז כאטש ער האלט אנדערש פון איהם להלכה. דאך געט ער איהם די הסכמה...ווייל ער איז א ת"ח ובקי טובא...!

איך האב פערזענליך געקענט דעם רב. הרב שמואל היבנער ז"ל. דער איד איז געווען א גאון עולם. ער האט געקענט ש"ס ופוסקים אויסנווייניג. איך האב איין תקופה געדאוונט אין דעם ביהמ"ד(של) וואו ער איז געווען דער רב. ער האט אמאל ארויסגעלייגט א צעטל אז ר"ה גייט ער דרשנ'ען אין די סוגיא פון ..."שמא יעבירנו. אין מס' ר"ה. ער האט גערעדט 2 מינוט אין ר"ה. נאכדעים איז ער געפארן קיין מס' מגילה. נאכדעים קיין מס' כתובות. און נאכדעים קיין מס' שבת און עירובין און פסחים. נאכדעים צום רמב"ם. צום רא"ש און רי"ף. אז דער קאפ האט שוין געשווינדלט.

דער טעם פארוואס דער רב איז נישט געווען באוואוסט ביים היימישן עולם קען אפשר זיין אז ער האט געהאט א גרויסן חיסרון. ער איז געווען א שטיקל מזרחי'סט. רחמנא ליצלן מהאי דעתא. ער וואלט איינגעפאקט די 2 גדולי הדור ביים היימישן עולם . די ממשיכי השיטה הקדושה. הרב מנשה'לע פליפ פלאפ און הרב שמואל שלמה טעללער אין לערנען אין 2 מינוט...!
זונטאג יאנואר 12, 2020 8:32 pm#441344
אין די צייטונג, "אידישע צייט" פ' חיי שרה תש"פ איז געדרוק אן אינטערוויו מיט הגאון רבי חנוך ערנטרוי, דער בארימטער דיין פון לאנדאן [נישט אין כדתיא], און ס'איז מלא וגדוש מיט גוטע קרישקעס.

כ'וועל דא ברענגען צוויי עפיזאדן וואס ער דערציילט איבער וואס ער האט פערזענליך געזען ביי ר' משה פיינשטיין:

אין די תש"כ יארן בין איך אמאל געקומען קיין ניו יארק, אלס גאסט רעדנער ביי אן אגודה קאנפערענץ. כ'בין דעמאלט געווען ביי הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל. כ'האב געשטוינט ווי ער זיצט מיט דריי טעלעפאנען און ער ענטפערט שאלות בכל התורה כולה.

כ'האב דעמאלט בייגעוואוינט אן אינטערעסאנטע מעשה'לע: ווען איך בין געזיצן ביי אים האט מען געשריבן א גט. ס'איז שוין געווען די שקיעה, און כ'האב געפרעגט היתכן? האט ר' משה מיר געענטפערט, "כל זמן סאטמאר דאווענט מנחה קען איך נאך שרייבן א גט"...
זונטאג יאנואר 12, 2020 10:12 pm#441346
ס'איז א פלא. ווייל א גט זוכט מען תירוצים נישט צו שרייבן. געווענליך שטופט מען עס אפ מיט אלע מאדנע תירוצים.
זונטאג יאנואר 12, 2020 11:30 pm#441352
Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ
ארי נוהם האט געשריבן:אין די צייטונג, "אידישע צייט" פ' חיי שרה תש"פ איז געדרוק אן אינטערוויו מיט הגאון רבי חנוך ערנטרוי, דער בארימטער דיין פון לאנדאן [נישט אין כדתיא], און ס'איז מלא וגדוש מיט גוטע קרישקעס.

כ'וועל דא ברענגען צוויי עפיזאדן וואס ער דערציילט איבער וואס ער האט פערזענליך געזען ביי ר' משה פיינשטיין:


וואס איז די צווייטע עפיזאד?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:02 am#441369
איסר האטלקי האט געשריבן:ס'איז א פלא. ווייל א גט זוכט מען תירוצים נישט צו שרייבן. געווענליך שטופט מען עס אפ מיט אלע מאדנע תירוצים.


זעט אויס אז די עינוי הדין האט עם בארירט.

אזוי ווי מ'זאגט, אז אין בריסק האט מען מחמיר געווען אין א תענית אלס פיקוח נפש