זונטאג יולי 22, 2012 7:13 pm#27133
דער וואס וויל אר"י פאר זיין נאציאנאליטעט
זר זהבדער וואס וויל אר"י פאר זיין נאציאנאליטעט
זר זהבדער וואס וויל אר"י פאר זיין נאציאנאליטעט
יידלעס איז קיינמאל נישט געווארן אויס אידיש לאנד. מיר זענען אין גלות, דאס הייסט פארטריבן. פארטריבן פון וואו? פון אונזער לאנד. עס איז נאך אלץ אונזער לאנד אפילו ווען מיר זענען פארטריבן פון דארט.
טעפלבקיצור ס'איז דא איינער וואס איז קלאר מיט די שיטה דא????
משכילאיז דער טיטעל "רשע" נאך פאר איינעם וואס וואוינט אין ארץ ישראל אדער קען דאס אויך חל זיין אויף איינער וואס וואוינט אין אמעריקע ?י
משכיל
גיי פרעג די בני יואל וועלען זיי דיר מסביר זיין, נו זיינען זיי נישט גערעכט ?י,
משכיל
אויך ווילט איר מען זאל אנהייבען דא צו צוקלויבען דעם ויואל משה ?י
יידלעס איז קיינמאל נישט געווארן אויס אידיש לאנד. מיר זענען אין גלות, דאס הייסט פארטריבן. פארטריבן פון וואו? פון אונזער לאנד. עס איז נאך אלץ אונזער לאנד אפילו ווען מיר זענען פארטריבן פון דארט.
משכילעס זיינען היינט דא און א"י באלד א מיליאן אידן וואס א גרויסע חלק זיצט אין לערענט, און זיינען שומרי תורה ומצות, און דאס א זיי גייען צו בחירות איז דאך אומר מותר,
משכילאון די גוים פארלאנגען נישט אז די מדינה זאל זיך פארמאכען איז עס דאך נישט קיין מרידה באומות,
משכילאון אז עס זיינען דא אויך פרייע וואס זיינען דו פרומע שולדיג אויף דעם
משכילדי סאטמאר'ער דאקטרינע:י
אונץ זיינען מיר די פרומסטע אידן אויף די וועלט, איי עטץ טוט'ס אזוי און אזוי וכו', וואס קען מען טועהן עס איז דאך דא א יצר הרע, אבער אפיציעל זיינען מיר פרומער פון יעדען איינעם, י
זעהט'ס נאר ווי ווען עס איז נויטיג גייט מען אין ערכאות דא און אפילו אין ארץ ישראל ביי די ציונים, אבער געדענק מען רירט זיך נישט אפילו א זוז כל שהוא
פשוט-קאמפליצירטדי "שיטה הקדושה" האט געמוזט זיין ווייל דער נאך-שואה מצב האט עס פארלאנגט כדי פרומע אידן זאלן בלייבן ביי אידישקייט. כ'ווייס נישט צי "ויואל משה" וואלט אויסגעהאלטן אן אפענע טעארעטישע הלכה'דיגע דעבאטע, לאמיר זאגן, בזמן האחרונים.
משכילדער פאקט איז און יעדער איינער ווייסט אז די גור, ווישניץ, בעלזא, וכו' האבען גארנישט מיט ציונות חוץ פון גייען צו די בחירות, די סאטמארער אין ארץ ישראל רעדען עברית און זיינען גרעסער ציונים פון די אנדערע חסידות'ן, י
מען דערציילט א מעשה פון פאלטיטשאנער וואס ער איז געווען אין ארץ ישראל ארום תשכ"ד ווען ער איז צוריק געקומען האט ער זיך געטראפען מיט דעם סאטמארער רב ז"ל פרעגט ער איהם נו וואס האט איר געזעהן אין א"י?י
זאגט ער איך בין געווען אין בני ברק בין איך געווען אויף צוויי פלעצער, איינץ און ווישניץ דארט האב איך געטראפען ווארעמע חסידישע אינגעלייט וואס האבען גארנישט מיט ציונות, נאר איין זאך זיי גייען צו די בחירות ווייל זייער רבי האט געהייסען,י
דאן בין איך געווען אין סאטמאר האב איך געטראפען אינגעלייט וואס הערען די ראדיו און ליינען די צייטונגען און רעדען עברית, אבער איין זאך זיי גייען נישט צו די בחירות ווייל זייער רבי האט אזוי געזאגט,י
מען שטופט דעם וואגען
מען כשר'ט די ע"ז
מען איז זיך מתחבר לרשעים
מען איז מחזק די רשעים
סתם גובעלי גוק, מען ציעט איין דעם שטערען און ציעט אראפ דעם ברייטען ביבער הוט און מען רעגט זיך און מען שימפט, און עד כדי אז לעתיד וועט מען אויף איהם שרייבען אז עמד בפרץ ולחם מלחמת ה' ברמה וכו' וכו',
משה געצילפארוואס האט נאך די שואה אויסגעפעלט א שיטה הקדושה? קוק ווי שיין בעלז, גור, וויזניץ, ועוד ועוד האבן זיך אויפגעבויט אן א שיטה הקדושה?
פשוט-קאמפליצירטסאטמארער רב'ס טומלען אזוי קעגן ציונות איז געווען טייל פון דעם פראצעס צו האלטן א פרומען אידנטום. (ס'איז בלויז א השערה.)
פריינדליךועוד יש לומר, אז ער האט געהאלטן ציונות איז אסור, ער האט געהאלטען אז די מדינה געהערט נישט יעצט פאר די אידן, ער האט געהאלטן וואס ער האט געשריבען און זיין ספר, אדער קען זיין אז ער האט געהאט א ווייטע בליק און ער האט געזען וואס מיר זעען יעצט, ועוד ועוד
פשוט-קאמפליצירט
זיכער אז ער אליין האט אזוי געהאלטן. ס'איז אויך זיכער אז ער האט געהאלטן אז ס'איז זיין תפקיד. די שאלה איז נאר וואס דער רבונו של עולם האלט -- פארוואס ער האט אריינגעגעבן אין קאפ פון איינעם פון די גדולי הדור אוועקצושטעלן א הלכה'דיגן פסק וואס וואלט מסתמא נישט בייגעשטאנען אן אפענעם הלכה'דיגן ויכוח אין א פריערדיגן דור, ווען דער ענין איז נישט געווען נוגע למעשה.
פריינדליךוואס שטייט דא? די האסט א שאלה אויף כביכול געבויט אויף א השערה וואס די שטעלסט זיך פאר?
איך רעד שוין נישט צו דיין השערה {מסתמא נישט בייגעשטאנען אן אפענעם הלכה'דיגן ויכוח} איז אמת אדער נישט,
איך פארשטיי פשוט נישט ווי אזוי עס איז מעגליך צו האבען שאלות געבויעט אויף השערה, בשעת מען ווייסט אליינס נישט צו מען איז גערעכט אדער נישט?!
פשוט-קאמפליצירטפריינדליך
וואס שטייט דא? די האסט א שאלה אויף כביכול געבויט אויף א השערה וואס די שטעלסט זיך פאר?
איך רעד שוין נישט צו דיין השערה {מסתמא נישט בייגעשטאנען אן אפענעם הלכה'דיגן ויכוח} איז אמת אדער נישט,
איך פארשטיי פשוט נישט ווי אזוי עס איז מעגליך צו האבען שאלות געבויעט אויף השערה, בשעת די ווייסט אליינס נישט צו די ביסט גערעכט אדער נישט?!
נעווער מיינד די שאלה איז נאר וואס דער רבונו של עולם האלט , אפילו מיט א בשר ודם קען מען אזוי קיין ויכוח נישט פירען?!
זאגט די הייליגע משנה: מאימתי קורין את שמע בערבית? [און די משנה ענטפערט וואס זי ענטפערט]. פרעגט די הייליגע גמרא: [געדענק נישט ס'לשון, אבער די קשיא איז] ווער זאגט אז מען דארף בכלל לייענען קרי"ש, אז דו קומסט פרעגן "ווען"?
זאגט אויף דעם "פריינדליך": 'סארא מין קשיא-געפרעגאכטס אויף דער תורה און אויפ'ן אויבערשטן?!
(גייט יעצט "פריינדליך" מגיב זיין: 'אז דו פארגלייכסט זיך צו די תנאים ואמוראים האב איך נישט מיט דיר וואס צו רעדן.')
גאלדקען אויך זיין אז דער רבוש"ע מיט זיין תוה"ק איז הונדערט פראצענט איינשטימיג מיט סאטמארע רבי, נאר דיין קליין קעפעלע לאזט אייך נישט אנעמען דעם אמת צוליב נגיעות,
איך בין דאך אויך ענטייטעלט צו זאגן מיינע טעאריעס
פריינדליךיידלעס איז קיינמאל נישט געווארן אויס אידיש לאנד. מיר זענען אין גלות, דאס הייסט פארטריבן. פארטריבן פון וואו? פון אונזער לאנד. עס איז נאך אלץ אונזער לאנד אפילו ווען מיר זענען פארטריבן פון דארט.
מעשה שהיה: שמעון איז געווען זייער א פארמעגליכער איד, ער האט געארבייט שווער אויפן דאלער אוועקגעלייגט יעדע פעני און באוויזען זיך אנצוזאמלען א פארמעגן, ער האט געמאכט אינוועסטמענטס געקויפט און געעפענט ביזנעסער און געזען א שטארקע הצלחה, אזוי אויך האט ער געהאט א שטארקע געפיל צו ריעל עסטיט און זיך איינגעקויפט און געבויט גרויסע בנינים, ויהי היום שמעון איז געוועון ענג און קעש האט ער ארויס גענימען א מארגעטדש אויף זיינע בנינים כדי צו קענענן פירען ווייטער זיינע ביזנעסער, שמעון איז עלטער געוארען און געצאלט ווייטער ערליך די מארגעטדש און געפירט זיינע ביזנעסער ווי נערמאל, עס איז אנגעקימען די טאג און שמעון איז געגנאגען בדרך כל הארץ און ער איז געשטארבען,
זיין זון לוי האט איבער גענימען ס'גאנצע פארמעגן און געפירט ווייטער די געשעפטן, נישט האבענדיג זיין טאטעס עקספערטיז האבן די ביזנעסער אנגעהויבן צו גיין מטה מטה אין איין ביזנעס נאכען אנדערען האט זיך אפגעשפארט, לוי איז געווען א לא יצלח און ער האט זיך נישט געקענט א עצה געבן, אבער בעק און זיין מיינד האט ער געוויסט אז איה"נ די ביזנעסער גייען שלעכט דאך ווייסט ער אז ער איז דא ריעל עסטעיט פון ווי עס קימט אריין רענט אזוי אז מיט עפעס געלט וועט ער בלייבען, ויהי היום און לוי האט מער נישט געהאט קיין געלט צו באצלען די מארגעטדש אויפן בנין, די באנק האט געשיקט איין ווארענוג נאכען אנדערען אבער לוי האט אלעס איגנארירט נישט האבענדיג קיין געלט, די באנק האט געזען אז לוי מאכט זיך נישט וויסענדיג האבן זיי געריפען לוי און קארט, לוי האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט, ווייל ער האט געוויסט אז די בנין איז זיינס און די באנק קען סיי ווי גארנישט טיען ער האט געהאט צעטליך אויפציווייזען אז ער האט לעגאל געירש'ענט די בנין פון זיין פאטער {עס איז נישט קיין ברידער מיט וועם זיך צו קריגען, ער איז געווען א בן יחיד}
וויבאלד לוי איז נישט אנגעקימען און קארט איז ער אריין און דיפאלט און די באנק האט צוגענימען די בנין עס איז איבערגעשריבען געווארען אויף זייער נאמען, די בנין איז טאקע געבליבען אויפן זעלבען פלאטץ ווי עס איז געווען בעפאר, לוי איז געבליבען מיט זיינע צעטליך אז עס איז זיינס און אז ער האט עס גע'ירש'נט פון זיין פאטער, אבער די בנין איז מער נישט זיינס עס באלאנגט שוין פאר א צווייטען,
פריינדליךנישט קיין ראיה, ווייל מען קען זאגען אז עס איז געבליבען מיטען זעלבען אלטען נאמען, אדער אפשר ריפט מען עס אזוי על שם העתיד,
פריינדליךנישט קיין ראיה, ווייל מען קען זאגען אז עס איז געבליבען מיטען זעלבען אלטען נאמען, אדער אפשר ריפט מען עס אזוי על שם העתיד,
לאדיך אפפריינדליך איך האב א גרעסערע ראיה. מ'רופט עס ארץ ישראל. העפפענס טו בי אז ישראל מיינט אידן. דזשאסט סעיאנג.
לאדיך אפפריינדליךנישט קיין ראיה, ווייל מען קען זאגען אז עס איז געבליבען מיטען זעלבען אלטען נאמען, אדער אפשר ריפט מען עס אזוי על שם העתיד,
סעים גאוס פאר ארצנו. על שם העתיד. ענד ווייל יו אר עט איט, די מדינה מיט די חברי כנסת איז אויך על שם העתיד.
יידלר' יואל כהן האט אויך געשריבן א לענגערע קונטרס אפצופרעגן געוויסע פונקטן אין ויואל משה וואס איז נוגד צו שיטת חב"ד.