Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » שאק? קינדליין איז "מחזק אמונת צדיקים" מיט א געפעלטשטע בילד!!

שאק? קינדליין איז "מחזק אמונת צדיקים" מיט א געפעלטשטע בילד!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 42 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11017
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:07 pm#352344
שאק? קינדליין איז "מחזק אמונת צדיקים" מיט א געפעלטשטע בילד!!
מ'האלט נאך אינמיטן פארדייען מיין לענגערע ארטיקעל אין די סוכות "וועקער", וואו איך האב באשריבן איבער ווי אזוי די היימישע פרעסע האט נישט קיין שום פראבלעם צו פארקויפן שקר און בלאף, און דא א פרישע באמבע.

אין די פרישע סוכות נומער פון די קינדער אויסגאבע "קינדליין" איז דא אן ארטיקעל פון א געוויסן ר' חיים יהודה גרינפעלד ווי ער פארקויפט מופתים מעשיות וואס זענען יא אדער נישט געשעהן באגלייט מיט בילדער. קיין איין בילד פון דעם ארטיקעל ווייזט נישט אז די מעשה איז אמת, נאר איין דראמאטישע בילד - וואס קינדליין האט דערנאך אויפגעשטעלט אויף זייער אדווערטייזמענטס - ווייזט אז א כלומר'שטע מופת פון רבי איציקל פשעווארסקער האט אמת'דיג פאסירט.
LowJ.jpg


לויט די מעשה האט א חסיד נישט געהאט קיין פאספארט מיט וואס אהיימצופארן, האט רבי איציקל אים געגעבן א זמירות און האט אים געזאגט אז "דאס וועט דינען אלס פאספארט אינ'ם עירפארט"... וכך הוה...

דא איז די מעשה ווי באשריבן אין קינדליין
876.jpeg



די מעשה דערציילט מען שוין צענדליגער יאהרן, אבער פאר א מיסטעריעזע סיבה האט נאך קיינער נישט באוויזן צו לייגן א האנט אויף דעם זמירות ווי די גרעניץ באאמטע האבן אריינגעזיגעלט. ביז... קינדליין האט געדרוקט דעם בילד וואס ווייזט אויף די מעשה שווארץ אויף ווייס:
456.jpeg


די פראבלעם איז נאר אז די בילד איז פאלטש, און ווען עס איז ארויפגעשטעלט געווארן אויף קאווע שטיבל איבער צוויי יאהר צוריק, האט גענומען פאר חברינו ATUB @outspoken ATUB א קורצע צייט אויפצו-ווייזן בלי שום ספק אז עס איז פאלטש:
ks.jpg


דא איז די לינק ווי די אריגינעלע זיגל ליגט שוין זייט 2011,
m https://commons.wikimedia.org/wiki/File ... ter-UK.jpg m
און עס איז נישט דא קיין שום רעקארד בעולם אז די בילד אדער זמירות זאל עקזיסטירן פאר עס איז ארויספגעשטעלט געווארן דא אין קאווע שטיבל מאי 29, 2014.

קינדליין האט גענומען די בילד פון קאווע שטיבל, און מ'קען נאך אפילו זעהן די איבערבלייבענישן פון קאווע שטיבל'ס וואטערמארק וואס זיי האבן פראבירט צו פארמעקן. פארשטייט זיך אז זיי האבן נישט געקעירט קיין איין רגע מברר צו זיין אויב ס'איז אמת, און נאך ערגער - ס'איז זייער מעגליך אז זיי האבן קלאר געוויסט אז ס'איז פאלטש און האבן דאך מחליט געוועהן עס צו דרוקן ווייל עס וועט זיין אינטערסאנט פאר די קינדער, און who cares אז ס'איז פאלטש.

אין די הקדמה פון די אויסגאבע שרייבט די קינדליין רעדאקציע אזוי:

    אונזער נייער שרייבער, הר"ר חיים יהודה גרינפעלד, ברענגט אייך אן עקסלוסיוו ארטיקל, איבער נסים אדער היסטארישע געשעענישן וואס מען קען נאך זען "היינט" בזמן הזה. דער ארטיקל ווערט באגלייט מיט עכטע קראנטע בילדער און וועט אייך האלטן געשפאנט און גלייכצייטיג געבן חיזוק אין אמונה בה' ובמשה עבדו.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:24 pm#352349
וואס איז גרינפלד שולדיג אז ער האט א פילטר? שולדיג זענען משומר און גדר.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:02 pm#352356
פרעגסט, "שאק?" ניין, ליידער נישט קיין שאק. דאס איז דער מצב.

ה' יוצאינו מאפילה לאור גדול.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:08 pm#352357
דאס בילד איז זייער שטארק ברייטפארשפרייט געווארן זינט ס'איז מפורסם געווארן אויף קאווע שטיבל. עטליכע פאמיליע מיטגלידער וועלכע האבן נישט קיין צוטריט צו קאווע שטיבל האבן עס פריוואט ארומגעשיקט. ס'איז זייער מעגליך אז קינדליין ווייסט נישט די מקור (והוא גופא קשיא) פונקט ווי קינדליין ווייסט נישט א נאמען ביי וועם די אנגעבליכע מעשה האט מכלומר'שט פאסירט (אן אלטע לעגענדע וואס האט היצט באקומען א באווייז), אבער זיי ווייסן מעליך אויך נישט און אז ס'איז מעשיו ידיו פון א פראנקסטאר און א לץ. פארט איז די קינדליין'ס באשלוס צו ניצן דאס אלס א דוגמה פון פאנטאסטישע מופתים בזמן הזה איז געווארן א בחינה פון הבא ללמד ונמצא למד.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:15 pm#352358
א שרייבער און אן אויסגאבע מיט דעם מינדעסטן אחריות פרובירט נאכצוגיין א זאך, בפרט אז מ'האט די חוצפה צו שרייבן אז די בילדער זענען "עכט" און "קראנט", און זענען "מחזק די אמונה." דאס בילד וואס קינדליין האט געדרוקט האט פארמאגט קאווע שטיבל'ס וואטערמארק, און זיי האבן ניטאמאל פרובירט צו קוקן וואס קאווע שטיבל האט צו זאגן וועגן דעם בילד. אדער אפשר האבן זיי יא געקוקט און געזען אז עס איז פאלש, און דאך מחליט געווען עס צו דרוקן.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:16 pm#352359
אגב איז די סטעמפ א רעפיוזל טו ענטער
1973May9-Passportstamp-Refusal-to-enter-UK.jpg
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:22 pm#352361
העניך האט געשריבן:א שרייבער און אן אויסגאבע מיט דעם מינדעסטן אחריות פרובירט נאכצוגיין א זאך, בפרט אז מ'האט די חוצפה צו שרייבן אז די בילדער זענען "עכט" און "קראנט", און זענען "מחזק די אמונה." דאס בילד וואס קינדליין האט געדרוקט האט פארמאגט קאווע שטיבל'ס וואטערמארק, און זיי האבן ניטאמאל פרובירט צו קוקן וואס קאווע שטיבל האט צו זאגן וועגן דעם בילד. אדער אפשר האבן זיי יא געקוקט און געזען אז עס איז פאלש, און דאך מחליט געווען עס צו דרוקן.

דער בילד ערשיינט אין אייוועלט מיטן קש וואטערמארק.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 2:57 pm#352377
וואס איז די יעצטיגע באהאלטענע מעסעדזש?
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 5:26 pm#352397
נישט דא וואס צו רעדן, דאס איז א שאנדע און א ווייטאג. האמת אגיד אז איך פיל שלעכט פאר די ארויסגעבער פונעם קינדליין וואס האבן זיך אנגעארבעט אהערצושטעלן א הערליכע אויסגאבע לכבוד יו"ט, און דא אזא פאנטשער. אבער נאך אלעם טאר אזא זאך נישט פארשוויגן ווערן.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 5:51 pm#352399
צ'ווילטס הערן מיין דעה? קויפטס נישט אידישע לייען מאטריאל פאר קינדער. מילא איר אלטע לייט האט א תירוץ ס'איז צו שפעט צו לערנען. און נאכאלעם פאר למשל שש משזר'ס א אידיש מסה צאל איך עניטיים. גיט די קינדער ענגליש, לשה"ק און עברית. זאלן די אויסגאבן נישט מאכן געלט פון זייערע עם האראצות.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:07 pm#352401
איך מיין אז די גאנצע איבערקערעניש איז בלויז א שטורעם אין א גלעזל וואסער. ער האט ס"ה נישט געדארפט שרייבן אז ס'איז קראנט. מ'האט שוין געהערט אזוינס. עס איז צו א קליינע חסרון אין אזא ים פון מעלות אין אזא הערליכע אויסגאבע, וכדברי ראובן הנ"ל.

עקפערימעטירער, עס איז נישט קיין פארגלייך צו דיין מעשה אין איד און בלאט וואס איז געווען פריש אויסגעזויגן פון פינגער, ווי די מעשה פון פשעווארסק וואס כמה וכמה האבן עס שוין פארציילט. עס איז ניטעמאל קיין דמיון.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:20 pm#352403
Re: שאק? קינדליין איז "מחזק אמונת צדיקים" מיט א געפעלטשטע בי
פארוואס א שטורעם אין א גלעזל וואסער. די מעשה זעלבסט איז יא אלרייט? אז די פרעסע וואלטן באריכטעט אז ביי א געוויסע גרעניץ פונקט האט מען זיך דורכגעשווערצט מיט א זמירות ווערט א סקאנדאל און מען פייערט דעם באאמטן. זאל עס זיין דעם פויבסט אליין. וואס איז דאס שיקן א חסיד מיט א זמירות און אינזינען האבן 'ואת האנשים הכו בסנוורים'? אין דעם שטעקט א גרויסקייט? אז מען קען מיט א מופת אויסשפיהלן דעם געזעץ? דאס איז אן אמונה טפילה און כדארף נישט מזאל דאס פיטערן מיין קינד טענק יו ווערי מאטש.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:23 pm#352404
אודאי דארף די איראניע פון אזא זאך ארויסגעהויבן ווערן, מ'טאר אבער נישט פארגעסן אז עס ווארשיינליך געווען א טעות און דער שרייבער האט נישט געוואוסט אז ס'איז פאלש, און געוויס דארף מען באגריסן די ארויסגעבער וועלכע שטרענגען זיך אן ארויסצוגעבן א שיינע פראדוקט לכבוד יום טוב.
טאמבל, דו האסט נישט קיין גרויסע ווארט אין דעם שמועס, קריך ארויס.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:26 pm#352405
טאקע נישט קיין פארגלייך צום איד/בלאט שפיצל, אבער דאך א מיאוס'ע מעשה וואס דארף פארדאמט ווערן. קינדליין שטייט אסאך שטאפלען העכער פון די אנדערע אויסגאבעס, אבער שטערקער פון א מוריטשקע מיינט נאך נישט קיין לייב.

דאס איז נישט "בלויז א שטורעם אין א גלעזל וואסער" און עס איז נישט דא קיין שום תירוץ אויף אזא זאך. די ציל פון דעם ארטיקעל איז געווען צו ווייזן "אפענע" מופתים - און דער שרייבער האט ניטאמאל גענומען די מיה נאכצוגיין פון ווי די מעשה שטאמט. די בילד האט געהאט קלאר אויפגעשריבן דערויף kaveshtiebel.com, און ניטאמאל האט דער שרייבער גענומען די מיה צו זעהן וואס ס'שטייט אין קאווע שטיבל וועגן דעם. בפרט אז די בילד איז די שטערקסטע "אפענע מופת" בילד אין די גאנצע ארטיקעל, און דאס האט קינדליין געניצט אין זייערע אדווערטייזמענטס.

איך וועל אייך זאגן די אמת, מ'דארף ווען פירן א קאמף מיט די עקעלדיגע צייטונגען אונזערע וואס דארטן פאנגט זיך די שקר מאשין אהן. קינדליין, כאטש ס'פארקויפט מסתמא מער קאפיס ווי איד/בלאט, איז נישט קיין טאהן געבער ביים עולם. נאר אזא מעשה האב איך נישט געקענט און געטארט דורכלאזן, ווי איינער קומט און פארקויפט פאר אונזערע קינדער נארישע מופתים פאנטאזיעס, און נעמט אפילו נישט די מיה אז די נארישקייטן זאלן האבן א שייכות מיט אמת. דאס איז נאר נאך א באווייז צו מיין מעסעדזש וועגן דעם היימישן שקר מאשין.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:28 pm#352406
כוכב, שמעקעדיג
ענדליך הערט מען א קולות שפויים צווישן א בארבארישע ווילדע אומבאלאנסירטע אטאקע קאמפיין דורך עקפערימענטירער די אטאקע איז לדעתי אזוי ארויס פון יעדע פארפארציע אז עס שיינט ווי גאר א אגענדע געשטופט מיט פריוואטע מאטיוון, נו, א טעות געמאכט, שוין געהערט אזאונס אין די היסטאריע פון כלל ישראל
און וואס איז נישט גענוג צו קריטיקירן אין די קינדליין אשכול? אז מען מוז לויפן עפענען א פרישע אשכול כאילו מען האט דא מגלה געווען אמעריקא?

בכלל האב איך באמערקט אן אינטרענסאטע עקספערימענט אין די עקספערעמענטל וועלט: איך האב באמערקט עפעס אנדערשט וואס עקפערימענטירער האט פארפעלט צו באמערקן, איך האב באמערקט אז זיי האבן אהער געשטעלט א רייכער דאבל אויסגאבע מלא וגדוש, "נייע" עסקלוסיוו ארטיקלען און שפילערייען (נישט איבערגעקייטע שטאף און נישט קיין גארבידזש) אפילו איך בין זיך מחיה מיט יעדעס ווארט
אבער יעדער באמערקט וואס ער וויל באמערקן און צובלאזט וואס ער וויל צובלאזן א שטייגער ווי ראבינאוויטש סטייל, דאס מיינט א אינטרעסאנטער עקספערימענט אין מענטשהייט
אגב, ר' טאמבל סאס, פוק חזי וועסט נישט טרעפן קיין איין אויסגאבע אפילו אין פראנצעזיש אויף די הויכער ניווא פון קינדליין, ב"ה לא אלמן ישראל
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:35 pm#352407
כ'בין מסכים מיט בא גד אז קינדליין איז א זעלטן-אינהאלטסרייכע אויסגאבע, אבער אנצייגן אויף אן עוולה פון דרוקן א פאלשן בילד ווי א ראיה אויף א מופת איז לדעתי גאר ווייט פון א "ווילדע אומבאלאנסירטע אטאקע קאמפיין".
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:41 pm#352408
כוכב האט געשריבן:אודאי דארף די איראניע פון אזא זאך ארויסגעהויבן ווערן, מ'טאר אבער נישט פארגעסן אז עס ווארשיינליך געווען א טעות און דער שרייבער האט נישט געוואוסט אז ס'איז פאלש

אבער ער האט אויך נישט געוויסט אז עס איז אמת!! דער גאנצער ארטיקל שטייט אויף דעם בילד. עס איז נישט דא קיין איין אנדערע בילד וואס ווייזט דאס וואס ער זאגט צו, אז מ'קען נאך זעהן א מופת היינטיגע צייטן. דאס איז די איינציגסטע בילד וואס "ווייזט אויף" א מופת. סארי, אבער אזא זאך איז נאר א "אומשולדיגע" טעות אין א פלאץ ווי אמת עקזיסטירט נישט.

כוכב האט געשריבן: און געוויס דארף מען באגריסן די ארויסגעבער וועלכע שטרענגען זיך אן ארויסצוגעבן א שיינע פראדוקט לכבוד יום טוב.

דאס איז אמת, און מיט דעם אשכול האב איך נישט קיין שום כוונה אוועקצונעמען סיי וואס פון קינדליין. אדרבה, זאלן עס אידן קויפן און מהנה זיין די קינדער לכבוד יו"ט און געבן פרנסה פאר די ארויסגעבערס וואס זענען גאנץ זיכער פיינע מענטשן אן קיין שלעכטע כוונות. נאר אויב האבן זיי נישט קיין בעיסיק געפיל פאר'ן אמת, און ווען איך רעד בעיסיק מיין איך די געפיל פאר אמת וואס דער נ"י פאוסט האט, זענען זיי תינוקות שנשבו וואס זענען נעבעך אויפגעצויגן געווארן מיט שקר און כאפן נישט ווי גרויליג און אפגעפרעגט ליגענט איז.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:42 pm#352409
Re: שאק? קינדליין איז "מחזק אמונת צדיקים" מיט א געפעלטשטע בי
אמת, סאיז די בעסטע פון צווישן אלע אנדערע. כהאב עס געקויפט מיינע קינדער עטליכע מאל. כאטש די פארזעצונגען האבן א טיפישע אידישע וויקטעמהוד פאקוס.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:47 pm#352411
בא גד האט געשריבן:נו, א טעות געמאכט, שוין געהערט אזאונס אין די היסטאריע פון כלל ישראל

נישט נאר האט מען אזוינס געהערט, נאר אונזערע אויסגאבעס זענען אנגעפילט כמעט נאר מיט אזעלכע שקרים. נאר ווען אזא גראבע אפענע שקר וואס מ'קען גרינג אויפווייזן לעיני כל חי קומט אונטער די הענט, דארף מען עס מפרסם זיין. זאלן אידן וויסן וואספארא סחורה מיר ווערן געפיטערט יעדן טאג.

אדרבה, ווען מ'זעהט אזעלכע זאכן אין בעסערע אויסגאבעס ווי מעלות און קינדליין, דארף מען אסאך מער זיך אפלערנען ווי שטארק מיר זענען אריינגעטינקען אין שקר.

בא גד האט געשריבן:און וואס איז נישט גענוג צו קריטיקירן אין די קינדליין אשכול? אז מען מוז לויפן עפענען א פרישע אשכול כאילו מען האט דא מגלה געווען אמעריקא?

כ'האב ממש יעצט געשריבן א לאנגע ארטיקעל אין דעם וועקער וועגן גענוי דעם ענין, און אז ס'איז מיר אונטערגעקומען אזא שטיקל, וואס שטאמט נאך פון קאווע שטיבל אויך, האב איך געהאלטן אז עס דארף זיין גענוג פראמינענט.

בא גד האט געשריבן:בכלל האב איך באמערקט אן אינטרענסאטע עקספערימענט אין די עקספערעמענטל וועלט: איך האב באמערקט עפעס אנדערשט וואס עקפערימענטירער האט פארפעלט צו באמערקן, איך האב באמערקט אז זיי האבן אהער געשטעלט א רייכער דאבל אויסגאבע מלא וגדוש, "נייע" עסקלוסיוו ארטיקלען און שפילערייען (נישט איבערגעקייטע שטאף און נישט קיין גארבידזש) אפילו איך בין זיך מחיה מיט יעדעס ווארט

אמת
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:14 pm#352419
מייינע צוויי גרייצער: וואלט מען געהאט גענוג קאנקורענטן אין די היימישע לייען - מאטריאל -ליניע, וואלט כאטש געווען עפעס א רייץ צווישן די שרייבער'ס נישט צו פארקויפן פארן ציבור חמץ שעבר עליו הפסח פרעצל'ס וכדומה. אבער היות עס איז אזוי ארעם, און קיין איין "יושר'דיגער" שרייבער'ל און קאמאנטירער האלט נישט אריינשפרינגען אין אזא פראיעקט, אלזא וואס קענסטו טון? מיר טוען וואס אונז שמעקט, און להבדיל די היימישע פרעסע טוט וואס זיי שמעקט.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:34 pm#352420
שמעלקא'לע האט געשריבן:מייינע צוויי גרייצער: וואלט מען געהאט גענוג קאנקורענטן אין די היימישע לייען - מאטריאל -ליניע, וואלט כאטש געווען עפעס א רייץ צווישן די שרייבער'ס נישט צו פארקויפן פארן ציבור חמץ שעבר עליו הפסח פרעצל'ס וכדומה. אבער היות עס איז אזוי ארעם, און קיין איין "יושר'דיגער" שרייבער'ל און קאמאנטירער האלט נישט אריינשפרינגען אין אזא פראיעקט, אלזא וואס קענסטו טון? מיר טוען וואס אונז שמעקט, און להבדיל די היימישע פרעסע טוט וואס זיי שמעקט.

יא, די חורבן איז נאר אז אלע רעכטדענקיגע שרייבער און אלע מענטשן וואס באגייען קיינמאל נישט קיין טעותים און מענטשן-רעכט פארלעצונגען אפילו בשוגג זענען פארנומען צו שרייבן דא און האלטן נישט ביים טונקן א פינגער'ל אין קאלט וואסער
טאקע א שאד
אבער די עוולה פון דער שרייבער גרינפעלד שרייט עד לב השמים, א וואונדער משיח איז נאכנישט דא? ווי קען א מלמד זיך ווייגן צו גיין שרייבן א ארטיקל אין קינדליין אן דורכלערנען קאווע שטיבל? א שרעק ווי כלל ישראל האלט היינט! אונזערע מלמדים ל"ע ליינען נישט דער וועקער! ווי קען מען מחנך זיין קינדער אזוי???
באסעס פארן זאפארט ארויס צו פראטעסטירן אין די מאסן פארנט פון הרב גרינפעלד'ס הויז! היה לא תהיה!

גענוג מיט די nonsense
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:37 pm#352421
שמעלקא'לע: וויאזוי ווילסטו אז ס'זאלל זיין קאמפעטישן אז ווען ס'ערשיינט אויפ'ן אידישן מארקעט א צייטשריפט ווי דער שטערן/שפאקטיוו, וואס איז יא אן אינטעלידזשענט מעגעזין, על טהרת הקודש. קומען א פאר האלב-צודרייטע בעלי תשובות וועלכע ווערן משוגע פאר ליידיגיין און זוכן פעלערס אויף זיי. נאכדעם קומען די אזוי-גערופענע רבנים וועלכע האלטן צווישן איין שווינדלערישן ריעל עסטעיט דיעל און דעם צווייטן און מאכן אן א טומל מיט קול קורא'ס און חתימות בקרית חוצות. זיי רייטן אויף די אישו כדי צו ווערן פראמינענט און נאך מער פעימאוס. ביז די רעדאקטארן און די שרייבערס באקומען א פחד און ציען צוריק, און מאכן אלערליי קונצן, פרובירנדיג אראפצונעמען די איסורים, קונמות וחרמות. ביז די גאנצע פובליקאציע פארלירט איהר גאנצן טעם. אויב קאמפעטישן איז עס דא אין פארקערטן ריכטונג. ווער ס'קען זיין הייליגער ווי דער צווייטער. כדי מ'זאלל קענען אנווייזן אז אונז זענען די ריכטיגע מקנאי קנאת ה' צבאו'. איך רעד שוין נישט פון די פארטיי'אישע צייטונגען וועלכע דינען זייער פארטיי.
ס'איז א פאקט אז אפילו אויפ'ן ..."מאמענט"...זענען שוין דא מערערים, וועלכע טרעפן שוין פעלערס אויף זיי. ווי...ציונות, מאדערנ'קייט וכו'
איבער'ן קינדליין אליינס קען איך נישט זאגן קיין דיעה, ווייל מיינע קינדער זענען שוין אלע דערוואקסן, ב"ה. אבער פעלערס און טעותים פון דעם סארט איז דא לרחצה אין די אנדערע אידישע פובליקאציעס. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:41 pm#352422
Re: שאק? קינדליין איז "מחזק אמונת צדיקים" מיט א געפעלטשטע בי
בא גד האט געשריבן:
שמעלקא'לע האט געשריבן:מייינע צוויי גרייצער: וואלט מען געהאט גענוג קאנקורענטן אין די היימישע לייען - מאטריאל -ליניע, וואלט כאטש געווען עפעס א רייץ צווישן די שרייבער'ס נישט צו פארקויפן פארן ציבור חמץ שעבר עליו הפסח פרעצל'ס וכדומה. אבער היות עס איז אזוי ארעם, און קיין איין "יושר'דיגער" שרייבער'ל און קאמאנטירער האלט נישט אריינשפרינגען אין אזא פראיעקט, אלזא וואס קענסטו טון? מיר טוען וואס אונז שמעקט, און להבדיל די היימישע פרעסע טוט וואס זיי שמעקט.

יא, די חורבן איז נאר אז אלע רעכטדענקיגע שרייבער און אלע מענטשן וואס באגייען קיינמאל נישט קיין טעותים און מענטשן-רעכט פארלעצונגען אפילו בשוגג זענען פארנומען צו שרייבן דא און האלטן נישט ביים טונקן א פינגער'ל אין קאלט וואסער
טאקע א שאד
אבער די עוולה פון דער שרייבער גרינפעלד שרייט עד לב השמים, א וואונדער משיח איז נאכנישט דא? ווי קען א מלמד זיך ווייגן צו גיין שרייבן א ארטיקל אין קינדליין אן דורכלערנען קאווע שטיבל? א שרעק ווי כלל ישראל האלט היינט! אונזערע מלמדים ל"ע ליינען נישט דער וועקער! ווי קען מען מחנך זיין קינדער אזוי???
באסעס פארן זאפארט ארויס צו פראטעסטירן אין די מאסן פארנט פון הרב גרינפעלד'ס הויז! היה לא תהיה!

גענוג מיט די nonsense

פון ווי האט ער די בילד אויב נישט פון קאווע שטיבעל?
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 7:56 pm#352424
בא גד האט געשריבן:אבער די עוולה פון דער שרייבער גרינפעלד שרייט עד לב השמים, א וואונדער משיח איז נאכנישט דא? ווי קען א מלמד זיך ווייגן צו גיין שרייבן א ארטיקל אין קינדליין אן דורכלערנען קאווע שטיבל? א שרעק ווי כלל ישראל האלט היינט! אונזערע מלמדים ל"ע ליינען נישט דער וועקער! ווי קען מען מחנך זיין קינדער אזוי???

ווער זאגט אז ער דארף קענען קאווע שטיבל? ער דארף נאכגיין די מקור פון זאכן וואס ער פארקויפט פאר קינדער ווי קראנט, אמת, ראיות, אפענע מופתים, וכו', און גראדע איז די מקור געוועהן קאווע שטיבל ווי ער וואלט גלייך געזעהן אז ס'איז פאלטש.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 8:28 pm#352432
יואליש האט געשריבן:דאס בילד איז זייער שטארק ברייטפארשפרייט געווארן זינט ס'איז מפורסם געווארן אויף קאווע שטיבל. עטליכע פאמיליע מיטגלידער וועלכע האבן נישט קיין צוטריט צו קאווע שטיבל האבן עס פריוואט ארומגעשיקט. ס'איז זייער מעגליך אז קינדליין ווייסט נישט די מקור (והוא גופא קשיא) פונקט ווי קינדליין ווייסט נישט א נאמען ביי וועם די אנגעבליכע מעשה האט מכלומר'שט פאסירט (אן אלטע לעגענדע וואס האט היצט באקומען א באווייז), אבער זיי ווייסן מעליך אויך נישט און אז ס'איז מעשיו ידיו פון א פראנקסטאר און א לץ. פארט איז די קינדליין'ס באשלוס צו ניצן דאס אלס א דוגמה פון פאנטאסטישע מופתים בזמן הזה איז געווארן א בחינה פון הבא ללמד ונמצא למד.