Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • ר' יענקעלע איז גארנישט?

קאווע שטיבל • ר' יענקעלע איז גארנישט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6504
דינסטאג מאי 27, 2014 12:29 pm#202852
ר' יענקעלע איז גארנישט?
איך וואלט געוואלט אנפרעגן די אלע סקעפטיקערס ווי אזוי איר ספראוועט זיך מיט אזעלעכע ר יענקעלעך בעלזע רב וכדומה וואס האבן זיך געדרייט דא ממש ציווישן אונז און באוויזן supernatural זאכן ווי אשרי יושבי
דאס געבט אייך נישט קיין שאקל?

אדער אפשר הייבט זיך גארנישט אהן לא היה ולא נברא
דינסטאג מאי 27, 2014 12:38 pm#202858
קוקט אויס אז אלץ נייע קאווע טרינקער האט זיך ATUB @ככלי מלא בושה ATUB ערגעץ פארבלאנדזעט, קען אים איינער צופירען צום ריכטיגען אשכול,תגובה? קוקט אויס ער וויל מאכען א שטארקע פוינט נאר ס'פעלט די פאזעל.
דינסטאג מאי 27, 2014 1:07 pm#202869
You raise a very good question. Growing up hearing these stories from "everyone" gives you the illusion that these Rebbes really did supernatural things. In reality, what makes a Rebbe like Reb Yankele have a name of being such a baal mofais is his wild personality of talking as if he flies in the heavens. His "mofsim" are a combination of chance (people will only tell others about the ones that work), twisting of stories to make them fit with the expected way such stories are supposed to sound, and outright fabrications. Also dishonesty by the rebbe; he may find something out about a person in some clever way and make believe he knows it from ruach hakodesh.

Keep in mind that people believe just the same "open mofsim" from miracle workers of all faiths, Christian, muslim, you name it, and from other charlatans like psychics.
דינסטאג מאי 27, 2014 1:13 pm#202873
עפרא לפומך, עסקן. :o

אויב וואלט יעדער איינער געגלייבט אין דעם הייליגן באשעפער און אין זיינע צדיקים נאכ'ן זעהן אפענע מופתים, וואלט דאך נישט געוועהן קיין בחירה. דעריבער, ואני הכבדתי את לבו, האט הקב"ה געמאכט דעם מענטש'ס הארץ שווער, אז ער זאל אפּפרעגן די מופתים דורך אפחוזק'ן פון די צדיקים. אזוי ארום וועלן ערליכע אידן האבן א בחירה, און עס וועט ביי זיי מקויים ווערן ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך.
דינסטאג מאי 27, 2014 1:33 pm#202878
פישל'ע העררינג לפומך, עסקן. :o
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=4107
דינסטאג מאי 27, 2014 2:13 pm#202890
כלפי מה דברים אמורים

איך קען א איד וואס איז לאנגע יארן געווען גבאי ביי ר יענקעלע ער איז אמאל אריין צו זיין שווער ר איציקעל און געזאגט אז ער דארף פארן אויף אויסלאנד (איך געדענק נישט פאר וועלכע סיבה) אין קען עפעס נישט מאכן קיין פאספארט האט אים ר איציקעל געגעבן א בענטשער וואס איז געלעגן אויפן טיש און געזאגט ניץ דאס ער איז אריבער דעם גרעניץ מיט דעם בענטשער און זיי האבן עס געזיגעלט ווי כאילו זיי וואלטן געווען בלינד. ער האט געניצט דעם בענטשער אפאר יאר ביז ר איציקעל איז נסתלק געווארן ער העט פראבירט נאכדעם נאכאמאל אנקומענדיג צום גרעניץ קוקען זיי אויף דעם בענטשער און פרעגן עם "וואס איז דאס? ער האט גארנישט געענטפערט "דאס מאל וועלן מיר דיר אריבער לאזן אבער מער זאלסטו עס נישט ניצן! די איד האט נאך דעם בענטשער אנגעפילט מיט זיגלעך פין אסאך לענדער!!!

נאך אזא מעשה וואס קען מען זאגן
דינסטאג מאי 27, 2014 3:19 pm#202907
פון ר יענקעלע איז געווארען ר איציקעל???
דינסטאג מאי 27, 2014 4:10 pm#202935
אזוי?! אז די קענסט אים. אפשר בעטסטו אים ארויפצולאדענען א בילד פונעם בענטשערל, וישמעו רחוקים ויבואו
דינסטאג מאי 27, 2014 4:25 pm#202940
ר יאנקעלע/ איציקעל האט אנגעווארענט אז מזאל פאר קיינעם נישט ווייזען
דינסטאג מאי 27, 2014 4:52 pm#202950
גראדע האביך געהערט די מעשה מיט א ר' מאיר בעל הנס לוח, און אז עס האט געארבעט איינמאל, און זיי האבען עס דוקא נישט געסטעמפעלט.

ויש אומרים אז עס האט גענוצט אריין צו גיין אין א בעסכיסא אלץ תעודת זהות.
דינסטאג מאי 27, 2014 4:57 pm#202951
איך האב געהערט די מעשה אז ער האט געגעבן א פת (א רעפטל ברויט) צו נוצן אנשטאט א פאספארט
ווי אזוי דער חסיד האט דאס אוועקגעלייגט איבער פסח פרעגט מיר נישט
דינסטאג מאי 27, 2014 5:45 pm#202971
דאס איז די כוח פון לצנות!!!
איך האב געמיינט ס'וועט קומען 'לעיקוואד 'יאיר 'הוגה אין געבן אביסל סענטס אינעם ענין דערווייל האבן זיך אנגעריקט א באנדע ליצים


outspoken מעגסט טוישן דיין בילד ס'קוקט אויס ווי א שלעכטע נאצי וואס האט נארוואס געהארגעט אפאר קליינע אידישע קינדערלעך
דינסטאג מאי 27, 2014 6:08 pm#202977
זיי קומען הערשט אן, אין די נאכט שעה'ן. ווארט מיט שפאנונג!
דינסטאג מאי 27, 2014 10:43 pm#203094
ככלי מלא בושה האט געשריבן:
outspoken מעגסט טוישן דיין בילד ס'קוקט אויס ווי א שלעכטע נאצי וואס האט נארוואס געהארגעט אפאר קליינע אידישע קינדערלעך

געטוישט מיין פיקטשער, כ'וויל נישט דערשרעקען קליינע קינדערלעך...


משה רבנו - לא האמינו בו ישראל מפני האותות שעשה, שהמאמין על פי האותות יש בלבו דופי, שאפשר שיעשה האות בלט וכשוף… במה האמינו בו? במעמד הר סיני - שעינינו ראו ולא זר, ואזנינו שמעו ולא אחר - האש והקולות והלפידים, והוא ניגש אל הערפל והקול מדבר אליו ואנו שומעים: "משה, משה, לך אמור להם כך וכך"… ומנין שמעמד הר סיני לבדו היא הראיה לנבואתו שהיא אמת שאין בו דופי? שנאמר: "הנה אנכי בא אליך בעב הענן בעבור ישמע העם בדברי עמך וגם בך יאמינו לעולם" (שמות יט ט). מכלל שקודם דבר זה לא האמינו בו נאמנות שהיא עומדת לעולם, אלא נאמנות שיש אחריה הרהור ומחשבה.

די גאנצע זאך אז מ'דארף גלייבען אין מופתים און אז זיי קענען טוישען די הלכה לשעה ווי אליהו הנביא בהר הכרמל איז דווקא ביי נביאים (גזירת הכתוב)
און משה רבינו אפילו ער איז געווען א נביא האט ער נישט געקענט טוישען די הלכה לשעה אפילו מיט מופתים. (מקושש עצים היה קודם מתן תורה)
דינסטאג מאי 27, 2014 11:06 pm#203105
outspoken
וואס זענט איר אזוי אבסעסט מיט באאגי מענס ?
אראפ גענימען איין boogeyman און ארויף געלייגט אן אנדערע boogeyman :געוואלד:
מיטוואך מאי 28, 2014 12:06 am#203115
[quote] און משה רבינו אפילו ער איז געווען א נביא האט ער נישט געקענט טוישען די הלכה לשעה אפילו מיט מופתים. (מקושש עצים היה קודם מתן תורה)

/quote]

ווי שטייט דעס?
מיטוואך מאי 28, 2014 12:23 am#203118
דאס אלעס איז דברי הרמב"ם וואס איז געווען אידיאלאגיש זייער ראציאנאל געשטימט און איז נשפע געווארן פון אריסטו, און די גאנצע מופתים על טבעיים איז נישט געווען לרוחו, ווי מזעט בכמה מקומות.

אבער עס איז זייער שווער איינצוזעצן אין פסוק, פשוט פשט זענען אלע מופתים געווען "למען תדע כי אני ה" און ווי גאט האלט אין איין צוריקומען דערצו יארן שפעטער, הניה כדבר הזה .. גו מקרב גו במסות באותות וכו.".

לויטן רמב"ן הידוע איז דאס געווען די סיבות פון די מופתים, ווייל גאט וועט נישט ווייזן פאר יעדן כסיל ממילא האט ער געווזן איינמאל פאר אלעמאל אין מצרים, ועוד יש רבות כזה עד אין מספר.
מיטוואך מאי 28, 2014 12:31 am#203119
כגלייב ניט די סקעפטעקער זענען מסופק אויף זאלכע אפנע זאכן.
מיטוואך מאי 28, 2014 2:04 am#203130
ממרום שלח אש האט געשריבן:דאס אלעס איז דברי הרמב"ם וואס איז געווען אידיאלאגיש. זייער ראציאנאל און איז נשפע געווארן פון אריסטו, און די גאנצע מופתים על טבעיים איז נישט געווען לרוחו, ווי מזעט בכמה מקומות.

אבער עס איז זייער שווער איינצוזעצן אין פסוק, פשוט פשט זענען אלע מופתים געווען "למען תדע כי אני ה" און ווי גאט האלט אין איין צוריקומען דערצו יארן שפעטער, הניה כדבר הזה .. גו מקרב גו במסות באותות וכו.".

לויטן רמב"ן הידוע איז דאס געווען די סיבות פון די מופתים, ווייל גאט וועט נישט ווייזן פאר יעדן כסיל ממילא האט ער געווזן איינמאל פאר אלעמאל אין מצרים, ועוד יש רבות כזה עד אין מספר.

בקיצור, דער רמב"ם איז ליידער נשפע געווארען, און ר' יענקעלע בלייבט א בעל מופת.
מיטוואך מאי 28, 2014 7:39 am#203138
יא, איך פארשטיי אויך נישט די אפיקורסים ווען הרהק מהרנץ און שומר אמונים רבי, ניסל קרעטשינפער און שמואל ארי עקשטיין פראווען סופער נעטרול זאכן אויף א טעגליכן פארנעם א נאר דארף מען זיין נישט צו גלייבן.
די מעשה מיט די פאספארט איז בי. עס. ווער סברענגט א קאפי דערפון קריגט א ריווארד.
מיטוואך מאי 28, 2014 10:48 am#203167
לכבוד הרב המופלג הנודע בשערים ככלי מלא בושה שלמך יסגא

איך זעה איר ווארט אויף מיר, וויל איך אייך פרעגן איר זאלט קלאר מאכען פונקטליך אייער שאלה. וואס זעהט איר אין מיינע אדדער אנדערע דעות וואס ר יענקעלע'ס מופת מיט די בענטשער פאספארט פרעגט אפ, אדער ווי האט איר געזעהן א רמז אז איך זאל נישט גלייבען אין די מעשה מיט די בענטשער?
דאנערשטאג מאי 29, 2014 1:13 am#203340
יא מופתים, נישט מופתים. יעצט קוואוט מען דעם רמב"ם, באלד וועט מען קוואטן דעם זון נס. רבותי, ס'איז צייט צו גיין ארבעטן.
און מר. בושה, כ'פארשטיי אז דו ווילסט האבן אביסל פאן, אבער ס'איז נישט שיין עס צו טון אויפ'ן חשבון פון ר' יאנקעלע. ער איז געווען א וואוילער איד.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:59 am#203397
I guess מיין שאלה צו כ"ק אדמו"ר מלעיקוואד איז אזוי

since ר' איציקעל איז געווען א איד און א חסידישן איד אין ער האט זיך געפירט מיט אלע מנהגי ישראל אין ער האט באוויזן אזעלכע זאכן ( די מעלה פון די מעשה איז, אז מקען דאס נישט בייגן אהין אדער אהער און טענן ס'איז פונקט געלונגען! אויב די מעשה איז אמת איז דאס ממש קריעת ים סוף בזמן הזה) טוט דאס נישט validaten אז ווי אזוי ער האט זיך געפירט איז אמת און ריכטיג? אין אלעס וואס שטייט אין תנ"ך חז"ל שו"ע און אזוי ווייטער איז אמת?
דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:31 pm#203403
ATUB @ככלי מלא בושה ATUB
כ'הייב שוין צוקלערן אם יש ממש ב. דיין אמונה האלט נאך אן אפילו נאך 3 טעג...

דאכט זיך אזא מעשה (און די מוסר השכל) קען דיר געבען אביסל אמונה.

שו"ת אגרות משה חלק ח, ירושלים תשנ"ו, עמ' 15: אדם חלה בחולי משונה ולשונו התנפחה מאוד. הר"מ פיינשטיין בא לבקרו, והחולה ביקש "הוציאו כל איש מעליי" וסיפר את סיבת חוליו. לדבריו, שבוע קודם לכן, בפרשת וירא, הקשה כיצד זכו בנות לוט שהמשיח יהיה מצאצאיהן אף שלא בושו בגילוי עריות והודיעו שבניהן מאביהן, ודיבר על בנות לוט בביזיון. בלילה הופיעו בחלומו שתי נשים זקנות מאוד ופניהן מכוסים ואמרו שהן בנות לוט, ואמרו לו ששמעו טענתו ובאו מעולם האמת להשיב לו. הן טענו שהן יכלו לומר שמאחר שהן ממשפחת אברהם וניצלו בדרך נס מסדום, לא היו תולים בהן מעשה זנות, והיו יכולות לייחס לעצמן כל מעשה נס. כך יכלו לומר שנתעברו מן השכינה כביכול ולייסד דת חדשה כנצרות. הן קראו לבניהן עמון ומואב כדי להודיע שכאשר אישה מתעברת יש תמיד לוולד אבא בשר ודם, ובזכות זה הן זכו שמהן יצא המשיח האמיתי. כיוון שחטא בדיבור נגדם הוא ייענש מידה כנגד מידה ותשתרבב לשונו ותתנפח בחולי משונה וכך ימות. כשסיים האיש את סיפורו היסב פניו אל הקיר ונפטר לעולמו. והר"מ פיינשטיין ראה בזה עניין אמיתי וההסבר נראה לו אמיתי.

ס'קומט שבועות, און מטראכט אריין אז די בנות לוט האבן געקענט טון ווי די רבי'ס עובר זיין אויף די חמורות בתורה , און עס נאך מאכען הייליג, נאר זיי זענען גרייט געווען מבייש צו ווערן מ'זאל זיך נישט פאפן אין זיי, ווער בלייבט מיט די גרעסטע כבוד, אמם של מלכות בית דוד.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 1:32 pm#203411
ככלי מלא בושה האט געשריבן:I guess מיין שאלה צו כ"ק אדמו"ר מלעיקוואד איז אזוי

since ר' איציקעל איז געווען א איד און א חסידישן איד אין ער האט זיך געפירט מיט אלע מנהגי ישראל אין ער האט באוויזן אזעלכע זאכן ( די מעלה פון די מעשה איז, אז מקען דאס נישט בייגן אהין אדער אהער און טענן ס'איז פונקט געלונגען! אויב די מעשה איז אמת איז דאס ממש קריעת ים סוף בזמן הזה) טוט דאס נישט validaten אז ווי אזוי ער האט זיך געפירט איז אמת און ריכטיג? אין אלעס וואס שטייט אין תנ"ך חז"ל שו"ע און אזוי ווייטער איז אמת?


קודם כל ווייס איך נישט וואו איר זעהט אז איך האב עפעס קעגן דער תנ"ך אדער חז"ל אדער שולחן ערוף, און אוודאי האב איך גארנישט קעגן אביסעל פשעווארסקע לאקשן קוגל..

אבער לגבי דער עצם לאגיק דיינע פארשטיי איך נישט וואס עס טוהט אויפטוהן, און אז ר' יענקעלע איז געווען א בעל מופת איז דאס מוכיח אז יעדער איינער מוז זיין א פשעווארסקע חסיד? לאמיר זאגען אז איינער איז אן אנדערע סארט חסיד וואס האבען די מופתים פון ר' יענקעלע עם מוכיח זיין ער טוהט נישט ריכטיג?

חוץ פון דעם, האט שוין דער רעבע זכיסיאגענאליינו מברר געווען אין די נשא תורה אז מופתים איז נישט קיין ראיה.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:00 pm#203466
שמערל האט געשריבן:אזוי?! אז די קענסט אים. אפשר בעטסטו אים ארויפצולאדענען א בילד פונעם בענטשערל, וישמעו רחוקים ויבואו

קאוועניק האט געשריבן:ר יאנקעלע/ איציקעל האט אנגעווארענט אז מזאל פאר קיינעם נישט ווייזען

ס'קומט מיר צו לאכן. בעיני ראיתי א בילד פון די זמורות.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:03 pm#203467
נא איז זיי מזכה די עולם!
דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:12 pm#203470
אויב די עולם וויל שטארק קען איך ארויפלייגן א בילד פון א זמירות מיט שטעמפלעך, כ'דארף נאר פרעגן מיין ווייב וועלכע זמירות איך מעג נוצן.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:19 pm#203471
חד גדיא האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:אזוי?! אז די קענסט אים. אפשר בעטסטו אים ארויפצולאדענען א בילד פונעם בענטשערל, וישמעו רחוקים ויבואו

קאוועניק האט געשריבן:ר יאנקעלע/ איציקעל האט אנגעווארענט אז מזאל פאר קיינעם נישט ווייזען

ס'קומט מיר צו לאכן. בעיני ראיתי א בילד פון די זמורות.

אדער ביזטו א שקרן אדער איז דאס בילד פאלש.
קיינער ווייסט אפילו נישט קיין נאמען ביי וועמען דאס האט פאסירט.
נאכאמאל, ווער עס ברענגט א בילד קריגט א ריווארד.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:20 pm#203473
געב מיר עטליכע מינוט און איך וועל טרעפן די בילד.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:33 pm#203474
דא
דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:57 pm#203486
ככלי מלא בושה האט געשריבן:I guess מיין שאלה צו כ"ק אדמו"ר מלעיקוואד איז אזוי

since ר' איציקעל איז געווען א איד און א חסידישן איד אין ער האט זיך געפירט מיט אלע מנהגי ישראל אין ער האט באוויזן אזעלכע זאכן ( די מעלה פון די מעשה איז, אז מקען דאס נישט בייגן אהין אדער אהער און טענן ס'איז פונקט געלונגען! אויב די מעשה איז אמת איז דאס ממש קריעת ים סוף בזמן הזה) טוט דאס נישט validaten אז ווי אזוי ער האט זיך געפירט איז אמת און ריכטיג? אין אלעס וואס שטייט אין תנ"ך חז"ל שו"ע און אזוי ווייטער איז אמת?

ניין, ערשטענס קבלה מעשית מצד אחד, און כישוף מצד שני, איז נישט דייקא ווען איינער טוט ריכטיגע זאגכן, עס איז דא א געוויסע מהלך וויאזוי מען פירט זיי אויס וכו', אבער עס נישט דווקא ווי מען זאגט פאר דעהויבענע מענטשען, און אויב א ראי' אז שו"ע לאקשען קוגל וכו' איז ריכטיג, איז דאס איז עס נישט קיין ראי', ווייל אפשר זענען די זאכען וואס זיי טוען נישט ריכטיג, אבער אף על פי כן קענען זיי דאס מאכן כנ"ל, ועוד דארף מען דאך קלאר מאכען אויף וואס די מופתים גייען זיין א ראי', אויף גיין און בית הכסא, אדער דערציילען מעשיות פון קאלעשיצער, אדער דאווענען, אדער לערנען, אויף וואס איז חל די ראי' פון די מופתים, ועוד, ביי יעדן איז די ראי' פון מופתים, מחייב א צווייטע זאך, א מופת פון חזון איש איז מחייב מער יגיעת און עמקות בתורה, ביי רבי איציקעל, עפעס א פארצייטישע דביקות, און באהאלטען די כח התורה, און גער איז עס קדושה, און וויזאוי קען עס זיין א ראי', ווען אויף וואס עס דארף זיין א ראי' איז דאך אינגאנצען נישט קלאר, כלשון הרמב:ם איז א ראי' נאר אויב עס א מופת חותך,היינו, עס וואס עס וואל ווערן אויפגעוויזען דארף זיין קלאר
דאנערשטאג מאי 29, 2014 8:38 pm#203509
זייער אינטערסאנט חד גדיא. שוין לאנג געהערט די מעשה, און אויך געהערט אז די בענטשער'ל עקזיסטירט, אבער קיינמאל נישט געזעהן.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:38 pm#203526
בנוגע הסיפור עם ר' משה
נפלא, שדווקא מי שנענש קשה על דיבתו רעה, זכה לראותן בחלומו!
דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:55 pm#203527
זייער פאסיג ארויפגעסטעמפעלט אויף על הניסים... בימים ההם בזמן הזה.
פרייטאג מאי 30, 2014 12:06 am#203529
ATUB @חד גדיא ATUB איז דא א (לעבעדיגער) נאמען פונעם בעל המעשה?

1973 איז תשל"ג דאס איז לכאורה פון ר' איציקל, נישט מסתבר אז ר' יענקעלע האט געפראוועט מופתים בחייו פון שווער.
פרייטאג מאי 30, 2014 1:39 pm#203629
אדמו"ר רבי מעכיל פון נתניה (פלעגט אסאך ארום פארן) איז געוועהן יאהרן צוריק אין ראדני. עס האט אים פארשמעקט צו פארן צו רבי יענק'ל אויף שבת. ער האט אבער נישט געהאט קיין גילטיגע פאספארט. איז ער ארום און ראדני זעהן ווער עס זעהט אויס ענדליך צו אים. ביז מען האט געטראפן א עלטערע איד, ער האט אויסגעזעהן ענדליך צו רבי מיכל. ער האט אים געבארגט זיין פאספארט.

אהנקומענדיג קיין בעלגיע דאנערשטיג נאכט האט מען געכאפט אז עס איז נישט זיין פאספארט. האט מען גענומען אין חד גדיא. די עסקנים האבן אויסגעפונען דערפון, געשתדלט, ביז שבת איז ער געוועהן באפרייט.

מוצ"ש ביי מלוה מלכה רופט זיך אהן רבי מיכל, אז ער האט געמאכט א חשבון הנפש פארוואס עס איז אין געשעהן אזא זאך צו דארפן זיצן א גאנצע נאכט אין חד גדיא????? :?

ביז איך האב זיך דערמאנט, אז עס קען זיין עס איז געשעהן ווייל איך האב לעצטע וואך מוצ"ש נישט געזאגט 'וישלח'!!!!!!!! :)

רבי יענק'ל האט זיך צולאכט אינגרויסן: חא חא חא, און יאך זאג אז ווען מען פארט מיט געבארגטע פאספארט איז עס א 'סגולה' צו ווערן איינגעזעצט אין די חד גדיא!!!!!!! :lol:

רבי מיכל האט צוגעענדיגט: ב"ה איך האב נישט געמאכט א חילול השם, איך האב זיי נישט געזאגט אז איך בין א איד!!! :lol:
פרייטאג מאי 30, 2014 2:07 pm#203640
און מיט דעם האט ער געטייטשט לא הגידה אסתר את עמה ואת מולדתה, לכאורה האט דאך יעדע געוואוסט אז זי איז מרדכי'ס ניכטע, ממילא האט מען געוואוסט אז זי איז א יוד?
נאר זי האט נישט אויסגעזאגט אז זי איז א יוד...
פרייטאג מאי 30, 2014 2:47 pm#203648
ראש הישיבה האט געשריבן:רבי מיכל האט צוגעענדיגט: ב"ה איך האב נישט געמאכט א חילול השם, איך האב זיי נישט געזאגט אז איך בין א איד!!! :lol:[/justify]

:lol: :lol: :lol:
פרייטאג מאי 30, 2014 5:14 pm#203672
לעיקוואד האט געשריבן:קודם כל ווייס איך נישט וואו איר זעהט אז איך האב עפעס קעגן דער תנ"ך אדער חז"ל אדער שולחן ערוף, און אוודאי האב איך גארנישט קעגן אביסעל פשעווארסקע לאקשן קוגל..

אבער לגבי דער עצם לאגיק דיינע פארשטיי איך נישט וואס עס טוהט אויפטוהן, און אז ר' יענקעלע איז געווען א בעל מופת איז דאס מוכיח אז יעדער איינער מוז זיין א פשעווארסקע חסיד? לאמיר זאגען אז איינער איז אן אנדערע סארט חסיד וואס האבען די מופתים פון ר' יענקעלע עם מוכיח זיין ער טוהט נישט ריכטיג?

חוץ פון דעם, האט שוין דער רעבע זכיסיאגענאליינו מברר געווען אין די נשא תורה אז מופתים איז נישט קיין ראיה.



הייליגער לעיקוואד

let me rephrase my question

since ר' איציקעל איז געווען א איד און א חסידישן איד אין ער האט זיך געפירט מיט אלע מנהגי ישראל על פי תורה וחז"ל ושו"ע און ווער ס'איז נישט געגאנגען בדרך התורה חז"ל ושו"ע וכו' איז געווען ביי עם אפגעפרעגט פסול אין ער האט באוויזן אזעלכע זאכן טוט דאס נישט validaten אז ווי אזוי ער האט זיך געפירט איז אמת און ריכטיג? אין אלעס וואס שטייט אין תנ"ך חז"ל שו"ע און אזוי ווייטער איז אמת?

נ.ב. איך מיין נישט אייך פערזענליך צי איר גלייבט יא אדער נישט i just like your philosophical analysis אפגעזען וואס איר האלט פערזענליך
פרייטאג מאי 30, 2014 5:48 pm#203681
שוין דא עפעס א אשכול אותות ומופתים באדמת בני חם
מוצ"ש מאי 31, 2014 10:49 pm#203710
געפילטע פיש האט געשריבן:אויב די עולם וויל שטארק קען איך ארויפלייגן א בילד פון א זמירות מיט שטעמפלעך, כ'דארף נאר פרעגן מיין ווייב וועלכע זמירות איך מעג נוצן.

האסט אבער א פראבלעים ווייל עס דארף שטיין 1973 דערויף...
מוצ"ש מאי 31, 2014 11:13 pm#203720
איך בין נישט קיין גרויסע מבין, אבער בעיני בשר זעהט מיר אויס ווי עס איז פאלש, ווען מען סטעמפעלט עפעס אויף א ווייסע פאפיר קען מעןנלייכטערהייט עס אריין סקענען און ארויפשמירען אויף עפעס אנדרעש, דא אבער איז דאס פלאץ וואס מען האט עס פריער געסטעמפעלט, געווען מיט פארשידענע "שמוץ", למשל ביי דער ווארט may איז דא שמוץ וכו' און אויף נאך אותיות וואס דער פעלשער האט געברויכט אראפנעמען שמוץ.
זונטאג יוני 01, 2014 12:57 am#203736
איחוד פעלד האט געשריבן:איך בין נישט קיין גרויסע מבין, אבער בעיני בשר זעהט מיר אויס ווי עס איז פאלש, ווען מען סטעמפעלט עפעס אויף א ווייסע פאפיר קען מעןנלייכטערהייט עס אריין סקענען און ארויפשמירען אויף עפעס אנדרעש, דא אבער איז דאס פלאץ וואס מען האט עס פריער געסטעמפעלט, געווען מיט פארשידענע "שמוץ", למשל ביי דער ווארט may איז דא שמוץ וכו' און אויף נאך אותיות וואס דער פעלשער האט געברויכט אראפנעמען שמוץ.



מיט איין קוק זעהט מען אז ס'איז פאלש די פאפיר גייט רינדיג אין די זיגעל בלייבט שטיין גלייך און דרייט זוך נישט מיט די פאפיר
זונטאג יוני 01, 2014 3:13 am#203743
ככלי מלא בושה האט געשריבן:let me rephrase my question

since ר' איציקעל איז געווען א איד און א חסידישן איד אין ער האט זיך געפירט מיט אלע מנהגי ישראל על פי תורה וחז"ל ושו"ע און ווער ס'איז נישט געגאנגען בדרך התורה חז"ל ושו"ע וכו' איז געווען ביי עם אפגעפרעגט פסול אין ער האט באוויזן אזעלכע זאכן טוט דאס נישט validaten אז ווי אזוי ער האט זיך געפירט איז אמת און ריכטיג? אין אלעס וואס שטייט אין תנ"ך חז"ל שו"ע און אזוי ווייטער איז אמת?

נ.ב. איך מיין נישט אייך פערזענליך צי איר גלייבט יא אדער נישט i just like your philosophical analysis אפגעזען וואס איר האלט פערזענליך

איך פארשטיי נאכאלץ נישט אייער שאלה.

לאמיר צונעמען אביסעל די הנחות, מברר זיין אויב זיי זענען ריכטיג, און זעהן אויב אייער מסקנה קומט ארויס אויף עפעס א וועג פון די הנחות.

הנחה א(א): "ר' איציקעל איז געווען א איד און א חסידישן איד אין ער האט זיך געפירט מיט אלע מנהגי ישראל על פי תורה וחז"ל ושו"ע" איך שטעל מיך פאר אז דאס איז אמת, על פי הידוע. הגם אין צדיק בארץ וכו'. אבער באופן כללי איז ער געווען א חסידישער איד מדקדק בקלה כבחמורה.

הנחה א(ב): "און ווער ס'איז נישט געגאנגען בדרך התורה חז"ל ושו"ע וכו' איז געווען ביי עם אפגעפרעגט פסול" איך שטעל מיך אויך פאר אז דאס איז אויך אמת, באיזשהו אופן. הגם איך בין נישט זיכער אז דאס גייט בהכרח צוזאמען מיט הנחה א, און עס איז שווער באמת צו שופט זיין א צווייטער, אפילו ר' יענקעלע, און מסתמא האט ער געוואוסט דער ענין פון לימוד זכות און אל תדון את חברך וכו'
און אויך אויב איז ער געווען א קנאי איז דאס לגבי די שיטה זיינע, עס מיינט נאכנישט אז א מענטש וואס וייסט נישט אדער גייט נישט אזוי איז אפגעפרעגט, כפשוט וידוע.

איר האט דאס מדגיש געווען ווי כאילו דאס גיט עפעס צו צו דער טענה, אבער אין דער לאגישער אנאליז מאכט נישט אויס, אויב איז ר יענקעלע'ס הנהגה ומופתים מוכיח עפעס איז נישט קיין נפקא מינ אויב איז עס לחיוב צו זיין וועג אדער לשלילה פון אנדערע מהלכים. אדער אפשר מיינט איר מיט דעם פארעאנטפערען מיין שאלה פון באבוב, וואס איז אויך נישט געווען ר' יענקלע'ס וועג, און דאך זענט איר מודה עס ווערט נישט אפגעפרעגט מיט דעם וואס ר' יענקעלע האט באוויזען מופתים. ווייטער רירט זיך נישט דער לאגיק. עס זענען געווען דרכים אין עבודת השם וואס ר' יענקעלע וכדומה האט געהאלטען פאר פסול, און עם כל זה פארשטייט יעדער אז עס ווערט נישט אפגעפרעגט אפילו ער איז געווע א בעל מופת. דאס הייסט אז עס איז מוסכם אז מופתים איז נישט קיין הוכחה, און תורה לא בשמים הוא.

הנחה ג: "אין ער האט באוויזן אזעלכע זאכן", אויף דעם האבען מיר נישט ממש קיין הוכחה אז ער זאל האבען באוויזען עפעס למעלה מדרך הטבע, והחברים כבר דנו בזה, אבער לשם השמועס לאמיר אננעמען עס איז אזוי.

דער פראבלעם איז אז דער מסקנה קומט נישט ארויס בכלל מתוך די הנחות.

מסקנה: "טוט דאס נישט validaten אז ווי אזוי ער האט זיך געפירט איז אמת און ריכטיג? אין אלעס וואס שטייט אין תנ"ך חז"ל שו"ע און אזוי ווייטער איז אמת?"

פלעין לאגיש גערעדט, האט די מסקנה זילטש צו טוהן מיט די הנחות. וואספארא שייכות האט מופתים מיט מוכיח זיין אז אלעס איז אמת? כדי דאס זאל בכלל אנפאנגען צו זיין א הוכחה, דארף מען צולייגען נאך אנדערע הנחות וואס איר זענט נישט מפרש, ווי למשל, אז מופתים געשעהן נישט נאר צו דער וואס אלע זיינע דעות זענען ריכטיג. אדער וויבאלד מופתים קען נאר דער אייבישטער מאכן, און ער מאכט עס נאר פאר צדיקים. די אלע הנחות דארף מען מברר זיין פאר זיך אויב זיי זענען ריכטיג. און דערווייל האט מען נישט געברענגט קיין הוכחה אדער סברא פארוואס עס זאל אזוי זיין.
זונטאג יוני 01, 2014 8:40 am#203758
תשובת חכם חצי שאלה....
זונטאג יוני 01, 2014 9:07 am#203761
אכן נודע הדבר.

אז מ'מאכט א google image search אויף gatwick immigration stamp 1973 קומט ארויף איין זיגל פון gatwick און ווינדער איבער ווינדער די דאטום אויפן זיגל איז... MAY 9 . כשנפקדה שרה, נפקדו כמה עקרות עמה, יענעם גרויסען טאג ווען מען האט געזיגעלט די על הניסים, האט מען געזיגלט אין די וועלט אריין אפילו פאר GOOGLE...
זונטאג יוני 01, 2014 9:28 am#203763
אכן נודע הדבר. יעצט ווערט שוין פארענטפערט אלע קושיות, פארוואס די MAY איז אביסל צוקראצט.
image.jpg
image.jpg (5.62 KiB) געזען געווארן 2910 מאל

און יעצט לאמיר אפיהר נעמען מיסטער ATUB @חד גדיא ATUB וואס איז געווען אייער היתר צו פארפיהרן די מענטשהייט? איך נויטיג מיר זייער וויכטיג אין אזוינס.
זונטאג יוני 01, 2014 10:21 am#203771
פון וואו מיינט עטס האט גוגל באקומען א זיגל פונעם אימיגרעישאן? איינמאל עס ליגט שוין אין א זמירות איז עס גרינג צו האבן....
זונטאג יוני 01, 2014 10:28 am#203772
פארגלייכט ביידע אונטערן דיגיטעל מייקראסקאופ און עס איז טאקע אקוראט די זעלבע, מיין גרעסטע ראי' איז אז אינעם זמירות פעלט די I פון IMMIGRATION וואס דארט קלעשט עס מיטן קרייץ אראפ.

אינטערסאנט, דער קרייץ אויפן אריגינאל מיינט אז אריינקומען אין לאנד איז צוריקגעוויזן געווארן (עס קומט פון א געוויסן וואן דיון'ס צוריקגעוויזענע פאספארט) , דער פעלשער האט דאס קענטליך געוואוסט און שווער געארבעט אראפצונעמען, אבער טוישן די דאטום איז ער שוין צו פויל געווען?