Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • ר' יענקעלע איז גארנישט?

קאווע שטיבל • ר' יענקעלע איז גארנישט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6504
זונטאג יוני 01, 2014 10:36 am#203776
עס ווייזט די שאקירנדע רייץ און אפעטיט צו מאמת זיין מופתים און געשיכטעס וואס דער מספר אליין ווייסט אז לא היה ולא נברא.
ועל הכלל כולו יצא ודוק.
זונטאג יוני 01, 2014 11:09 am#203778
אויב חד גדיא האט דאס געטון דארף מען עם ארויסשטעלן ביז ער געט נישט אן אפישעל apology.
זונטאג יוני 01, 2014 11:33 am#203779
די מעשה איז מן הסתם שקר, אבער איצט פארציילט מיר א איד א בן נ' וואס בדידי' הוה מעשה, אין די אנהויב מ' יארען איז ער אמאל געפארען אפסטעיט מיט זיין חבר(בחורים), א פאליס שטעלט זיי אפ און בעט פאר די לייסענס, נעמט זיין חבר ארויס א שיינעם תפילת הדרך און זאגט איי עמ פראם איזריעל, די פאליציי ווייזט אים מיט די האנט אז ער האט נישט געסטאפט ביי די STOP SIGN און ער האט אים ווייטער געשיקט.
זונטאג יוני 01, 2014 11:36 am#203781
לעיקוואד האט געשריבן:
ככלי מלא בושה האט געשריבן:let me rephrase my question

since ר' איציקעל איז געווען א איד און א חסידישן איד אין ער האט זיך געפירט מיט אלע מנהגי ישראל על פי תורה וחז"ל ושו"ע און ווער ס'איז נישט געגאנגען בדרך התורה חז"ל ושו"ע וכו' איז געווען ביי עם אפגעפרעגט פסול אין ער האט באוויזן אזעלכע זאכן טוט דאס נישט validaten אז ווי אזוי ער האט זיך געפירט איז אמת און ריכטיג? אין אלעס וואס שטייט אין תנ"ך חז"ל שו"ע און אזוי ווייטער איז אמת?

נ.ב. איך מיין נישט אייך פערזענליך צי איר גלייבט יא אדער נישט i just like your philosophical analysis אפגעזען וואס איר האלט פערזענליך

איך פארשטיי נאכאלץ נישט אייער שאלה.

לאמיר צונעמען אביסעל די הנחות, מברר זיין אויב זיי זענען ריכטיג, און זעהן אויב אייער מסקנה קומט ארויס אויף עפעס א וועג פון די הנחות.

הנחה א(א): "ר' איציקעל איז געווען א איד און א חסידישן איד אין ער האט זיך געפירט מיט אלע מנהגי ישראל על פי תורה וחז"ל ושו"ע" איך שטעל מיך פאר אז דאס איז אמת, על פי הידוע. הגם אין צדיק בארץ וכו'. אבער באופן כללי איז ער געווען א חסידישער איד מדקדק בקלה כבחמורה.

הנחה א(ב): "און ווער ס'איז נישט געגאנגען בדרך התורה חז"ל ושו"ע וכו' איז געווען ביי עם אפגעפרעגט פסול" איך שטעל מיך אויך פאר אז דאס איז אויך אמת, באיזשהו אופן. הגם איך בין נישט זיכער אז דאס גייט בהכרח צוזאמען מיט הנחה א, און עס איז שווער באמת צו שופט זיין א צווייטער, אפילו ר' יענקעלע, און מסתמא האט ער געוואוסט דער ענין פון לימוד זכות און אל תדון את חברך וכו'
און אויך אויב איז ער געווען א קנאי איז דאס לגבי די שיטה זיינע, עס מיינט נאכנישט אז א מענטש וואס וייסט נישט אדער גייט נישט אזוי איז אפגעפרעגט, כפשוט וידוע.

איר האט דאס מדגיש געווען ווי כאילו דאס גיט עפעס צו צו דער טענה, אבער אין דער לאגישער אנאליז מאכט נישט אויס, אויב איז ר יענקעלע'ס הנהגה ומופתים מוכיח עפעס איז נישט קיין נפקא מינ אויב איז עס לחיוב צו זיין וועג אדער לשלילה פון אנדערע מהלכים. אדער אפשר מיינט איר מיט דעם פארעאנטפערען מיין שאלה פון באבוב, וואס איז אויך נישט געווען ר' יענקלע'ס וועג, און דאך זענט איר מודה עס ווערט נישט אפגעפרעגט מיט דעם וואס ר' יענקעלע האט באוויזען מופתים. ווייטער רירט זיך נישט דער לאגיק. עס זענען געווען דרכים אין עבודת השם וואס ר' יענקעלע וכדומה האט געהאלטען פאר פסול, און עם כל זה פארשטייט יעדער אז עס ווערט נישט אפגעפרעגט אפילו ער איז געווע א בעל מופת. דאס הייסט אז עס איז מוסכם אז מופתים איז נישט קיין הוכחה, און תורה לא בשמים הוא.

הנחה ג: "אין ער האט באוויזן אזעלכע זאכן", אויף דעם האבען מיר נישט ממש קיין הוכחה אז ער זאל האבען באוויזען עפעס למעלה מדרך הטבע, והחברים כבר דנו בזה, אבער לשם השמועס לאמיר אננעמען עס איז אזוי.

דער פראבלעם איז אז דער מסקנה קומט נישט ארויס בכלל מתוך די הנחות.

מסקנה: "טוט דאס נישט validaten אז ווי אזוי ער האט זיך געפירט איז אמת און ריכטיג? אין אלעס וואס שטייט אין תנ"ך חז"ל שו"ע און אזוי ווייטער איז אמת?"

פלעין לאגיש גערעדט, האט די מסקנה זילטש צו טוהן מיט די הנחות. וואספארא שייכות האט מופתים מיט מוכיח זיין אז אלעס איז אמת? כדי דאס זאל בכלל אנפאנגען צו זיין א הוכחה, דארף מען צולייגען נאך אנדערע הנחות וואס איר זענט נישט מפרש, ווי למשל, אז מופתים געשעהן נישט נאר צו דער וואס אלע זיינע דעות זענען ריכטיג. אדער וויבאלד מופתים קען נאר דער אייבישטער מאכן, און ער מאכט עס נאר פאר צדיקים. די אלע הנחות דארף מען מברר זיין פאר זיך אויב זיי זענען ריכטיג. און דערווייל האט מען נישט געברענגט קיין הוכחה אדער סברא פארוואס עס זאל אזוי זיין.

ATUB @ככלי מלא בושה ATUB , נכונים דברי לעיקוואד, וגם כמש"כ לעיל
ניין, ערשטענס קבלה מעשית מצד אחד, און כישוף מצד שני, איז נישט דייקא ווען איינער טוט ריכטיגע זאגכן, עס איז דא א געוויסע מהלך וויאזוי מען פירט זיי אויס וכו', אבער עס נישט דווקא ווי מען זאגט פאר דעהויבענע מענטשען, און אויב א ראי' אז שו"ע לאקשען קוגל וכו' איז ריכטיג, איז דאס איז עס נישט קיין ראי', ווייל אפשר זענען די זאכען וואס זיי טוען נישט ריכטיג, אבער אף על פי כן קענען זיי דאס מאכן כנ"ל, ועוד דארף מען דאך קלאר מאכען אויף וואס די מופתים גייען זיין א ראי', אויף גיין און בית הכסא, אדער דערציילען מעשיות פון קאלעשיצער, אדער דאווענען, אדער לערנען, אויף וואס איז חל די ראי' פון די מופתים, ועוד, ביי יעדן איז די ראי' פון מופתים, מחייב א צווייטע זאך, א מופת פון חזון איש איז מחייב מער יגיעת און עמקות בתורה, ביי רבי איציקעל, עפעס א פארצייטישע דביקות, און באהאלטען די כח התורה, און גער איז עס קדושה, און וויזאוי קען עס זיין א ראי', ווען אויף וואס עס דארף זיין א ראי' איז דאך אינגאנצען נישט קלאר, כלשון הרמב:ם איז א ראי' נאר אויב עס א מופת חותך,היינו, עס וואס עס וואל ווערן אויפגעוויזען דארף זיין קלאר
זונטאג יוני 01, 2014 11:43 am#203782
outspoken האט געשריבן:אכן נודע הדבר.

אז מ'מאכט א google image search אויף gatwick immigration stamp 1973 קומט ארויף איין זיגל פון gatwick און ווינדער איבער וונדער איז די דאטום אויפן זיגל... MAY 9 . כשנפקדה שרה, נפקדו כמה עקרות עמה, יענעם גרויסען טאג ווען מען האט געזיגעלט די על הניסים, האט מען געזיגלט אין די וועלט אריין אפילו פאר GOOGLE...

Wow! איך האב שוין באקומען די בילד א היבשע צייט צוריק. איך גלייב נישט וואס איך זעה!!
זונטאג יוני 01, 2014 11:52 am#203785
א מופת פון גוגל.. פארן צוטרעפן די זעלבע בילד. ווי האט יענער אינמעיט געזאגט: "וואס בין איך שולדיג אז די גאווערמענט האט באשלאסן צו פרינטן אקוראט די זעלבע מין דולארן ווי מיר?
זונטאג יוני 01, 2014 1:30 pm#203800
די היימישע מאגאזינען האבען שוין געהאלטען איןמיטען צוגרייטען א פעטע מעשה פין ר' יאנקעלע מיט א זמירות און א בילד, זיי האבען פראבירט אראפצונעמען די קאוועשטיבעל חותם, און טראך על גבי טראך, דער זמירות איז פאלש. אוי די אפיקורסים, זיי לאזען נישט מנוחה.
זונטאג יוני 01, 2014 1:51 pm#203803
זונטאג יוני 01, 2014 6:12 pm#203892
חד גדיא האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:אכן נודע הדבר.

אז מ'מאכט א google image search אויף gatwick immigration stamp 1973 קומט ארויף איין זיגל פון gatwick און ווינדער איבער וונדער איז די דאטום אויפן זיגל... MAY 9 . כשנפקדה שרה, נפקדו כמה עקרות עמה, יענעם גרויסען טאג ווען מען האט געזיגעלט די על הניסים, האט מען געזיגלט אין די וועלט אריין אפילו פאר GOOGLE...

Wow! איך האב שוין באקומען די בילד א היבשע צייט צוריק. איך גלייב נישט וואס איך זעה!!

הוא אשר דיברנו.
אלע איינרעדענישן וועסטו גלייבן, נאר נישט דער ריינער מציאות וואס דו זעהסט
זונטאג יוני 01, 2014 9:31 pm#203978
איצט נאך אלע דין ודברים פארשטייסטו פארוואס די באשעפער האט געדארפט געבען די תורה מיט קולות וברקים און אריינלייגען אמונה טיף אין די מענטש'עס הארץ, ער האט זיך נישט געקענט פארלאזען אויף באבא מעשיות.

ס'איז דא די פלאץ נאך צוברענגען א שטיקל ויא''מ דף קע''ה
מאנטאג יוני 02, 2014 9:43 am#204071
outspoken האט געשריבן:איצט נאך אלע דין ודברים פארשטייסטו פארוואס די באשעפער האט געדארפט געבען די תורה מיט קולות וברקים און אריינלייגען אמונה טיף אין די מענטש'עס הארץ, ער האט זיך נישט געקענט פארלאזען אויף באבא מעשיות.

ס'איז דא די פלאץ נאך צוברענגען א שטיקל ויא''מ דף קע''ה

דו ברענגסט א שטיקל ויואל-משה וואס ברענגט אראפ א לשון פונעם רמב״ם אין אגרת-תימן.
סא, וואס קענסטו נישט גיין גראד צום רמב״ם, ווי קומט אריין דער ויואל-משה אינעם בילד?!
מאנטאג יוני 02, 2014 10:55 am#204099
לעיקוואד האט געשריבן:פלעין לאגיש גערעדט, האט די מסקנה זילטש צו טוהן מיט די הנחות. וואספארא שייכות האט מופתים מיט מוכיח זיין אז אלעס איז אמת? כדי דאס זאל בכלל אנפאנגען צו זיין א הוכחה, דארף מען צולייגען נאך אנדערע הנחות וואס איר זענט נישט מפרש, ווי למשל, אז מופתים געשעהן נישט נאר צו דער וואס אלע זיינע דעות זענען ריכטיג. אדער וויבאלד מופתים קען נאר דער אייבישטער מאכן, און ער מאכט עס נאר פאר צדיקים. די אלע הנחות דארף מען מברר זיין פאר זיך אויב זיי זענען ריכטיג. און דערווייל האט מען נישט געברענגט קיין הוכחה אדער סברא פארוואס עס זאל אזוי זיין.


זייער גוט ארויס געברענגט די פוינט! אז ער קען מאכן supernatural זאכן איז פשט ער האט א דעה אין הימעל ער זיצט מיט איין פוס אויבן דרינגט דאס אויף לכאורה אז זיין התנהגות איז אמת ווייל פארוואס דען האט ער די געוואלדיגע כוחות באקומען

אדרבה איר האט אן אנדערע לאגישע מהלך פארוואס א מענטש א בשר ודם זאל האבן אזעלכע abilities?
מאנטאג יוני 02, 2014 11:03 am#204101
זיכער כאפט עס א שארך אין די ביינער, רבי יענקעלע איז געווען א איש מופת. און איך בין נישט ווייניגער שארכט (שארך אין קורצן :) פון די ריבנוצער זי״א א איש מופת ופלא, און נישט ווינציגער שארכט פון יבלחט״א טאהשער רבי א איש פלא ובעל מופת, אדער אפילו סקולענער רבי זי״ע.
מאנטאג יוני 02, 2014 12:01 pm#204128
ככלי מלא בושה האט געשריבן:זייער גוט ארויס געברענגט די פוינט! אז ער קען מאכן supernatural זאכן איז פשט ער האט א דעה אין הימעל ער זיצט מיט איין פוס אויבן דרינגט דאס אויף לכאורה אז זיין התנהגות איז אמת ווייל פארוואס דען האט ער די געוואלדיגע כוחות באקומען

אדרבה איר האט אן אנדערע לאגישע מהלך פארוואס א מענטש א בשר ודם זאל האבן אזעלכע abilities?


איך ווייס נישט קיין שום לאגישער מהלך פארוואס א מענטש זאל קענען אדער נישט קענען מאכען מופתים. דאס איז דאך נישט קיין לאגישער זאך און פארוואס זאל עס האבען עפעס א לאגישער מהלך?

חוץ פון דעם, איר האט שוין צוגעלייגט גאנצע הסברים מדעתך וואס מען דארף מברר זיין אויב זענען זיי ריכטיג. וואס מיינט דאס בכלל "ער האט א דעה אין הימל", אפשר איז ער סתם א כישוף מאכער?

און בכלל, וויאזוי ווייסטו וויאזוי דאס גייט צו באקומען א דעה אין הימל? און מהיכי תיתי אז דאס האט בכלל צוטוהן מיט התנהגות אדער דעות? אפשר טיילט מען דארט דעות סתם פאר יעדער וואס איז א רעבישע אייניקל? אדער פאר יעדער וואס עסט לאקשן קוגל יעדער שבת צופרי?
מאנטאג יוני 02, 2014 12:20 pm#204135
לעיקוואד האט געשריבן:און בכלל, וויאזוי ווייסטו וויאזוי דאס גייט צו באקומען א דעה אין הימל? און מהיכי תיתי אז דאס האט בכלל צוטוהן מיט התנהגות אדער דעות? אפשר טיילט מען דארט דעות סתם פאר יעדער וואס איז א רעבישע אייניקל? אדער פאר יעדער וואס עסט לאקשן קוגל יעדער שבת צופרי?



נצחוני בני נצחוני

you are good

אויב דער באשעפער איז דער וואס איז בעל הבית דא אין ער איז in charge אויף מופתים, לכאורה איז ער דער וואס גיבט די כוח פאר מענטשען מפעם לפעם, הסברה נותנת אז ער געט דאס פאר דער וואס טוהן זיין רצון, יעצט לאמיר גיין צוריקציוועגס אויב איינער מאכט מופתים מסתם טוט ער רצון ה' אין פאר דעם האט ער דאס באקומען

דיין איינציגע טענה איז ווער זאגט אפשר באקומט מען די מתנה פאר אנדערע סיבות אין דאס איז נישט קיין שכר אויף טוהן מצות אמת! אבער איך זעה יא לאגיק דא
מאנטאג יוני 02, 2014 1:37 pm#204180
ATUB @ככלי מלא בושה ATUB , סקוקט מיר אויס אז יידיש איז נישט דיין מאמע לשון ווייל די קייסט איבער דיינע הנחות און פאנטאזיעס איימאל און נאכאמאל אן קוקען און קלערן און וואס מען ענטפרעט דיר ראה מה שכתבי
ניין, ערשטענס קבלה מעשית מצד אחד, און כישוף מצד שני, איז נישט דייקא ווען איינער טוט ריכטיגע זאגכן, עס איז דא א געוויסע מהלך וויאזוי מען פירט זיי אויס וכו', אבער עס נישט דווקא ווי מען זאגט פאר דעהויבענע מענטשען, און אויב א ראי' אז שו"ע לאקשען קוגל וכו' איז ריכטיג, איז דאס איז עס נישט קיין ראי', ווייל אפשר זענען די זאכען וואס זיי טוען נישט ריכטיג, אבער אף על פי כן קענען זיי דאס מאכן כנ"ל, ועוד דארף מען דאך קלאר מאכען אויף וואס די מופתים גייען זיין א ראי', אויף גיין און בית הכסא, אדער דערציילען מעשיות פון קאלעשיצער, אדער דאווענען, אדער לערנען, אויף וואס איז חל די ראי' פון די מופתים, ועוד, ביי יעדן איז די ראי' פון מופתים, מחייב א צווייטע זאך, א מופת פון חזון איש איז מחייב מער יגיעת און עמקות בתורה, ביי רבי איציקעל, עפעס א פארצייטישע דביקות, און באהאלטען די כח התורה, און גער איז עס קדושה, און וויזאוי קען עס זיין א ראי', ווען אויף וואס עס דארף זיין א ראי' איז דאך אינגאנצען נישט קלאר, כלשון הרמב:ם איז א ראי' נאר אויב עס א מופת חותך,היינו, עס וואס עס וואל ווערן אויפגעוויזען דארף זיין קלאר

האסט א פירכה, אדער פארקערט האסט א ראי' אז מופתים קומט נישט פון קבלה מעשית אדער כישוף? און די האסט אנגעהויבען, אז די מופתים זאלען זיין א ראי' אויף זייער התנהגות, ואמיתת היהדות? אויף וואס איז די ראי' אויף גיין הכנות? עסען לאקשען קוגעל אדער טיילען קנאבעל, ואולי אויף לערנען אויף דאווענען אבער די ראי' איז נישט קיין געשניטענע איז דאס קיין ראי' נישט, זייט אייך מסביר, און נישט ככלב השב
מאנטאג יוני 02, 2014 3:10 pm#204227
פארוואס? האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:איצט נאך אלע דין ודברים פארשטייסטו פארוואס די באשעפער האט געדארפט געבען די תורה מיט קולות וברקים און אריינלייגען אמונה טיף אין די מענטש'עס הארץ, ער האט זיך נישט געקענט פארלאזען אויף באבא מעשיות.

ס'איז דא די פלאץ נאך צוברענגען א שטיקל ויא''מ דף קע''ה

דו ברענגסט א שטיקל ויואל-משה וואס ברענגט אראפ א לשון פונעם רמב״ם אין אגרת-תימן.
סא, וואס קענסטו נישט גיין גראד צום רמב״ם, ווי קומט אריין דער ויואל-משה אינעם בילד?!


יש''כ, כ'האב געמאכט א טעות מיט די ליינס, די עיקר איז ווי ער שרייבט פריער אז רוב מעשות זענען שקר.
מאנטאג יוני 02, 2014 3:19 pm#204231
סדא עפעס א מאמר חז"ל צדיק גוזר והקב"ה מקיים און דאס איז דער איינציגער הסבר וואס מיר האבן פאר מופתים.
מאנטאג יוני 02, 2014 11:18 pm#204351
אחד העם האט געשריבן:@ככלי מלא בושה, סקוקט מיר אויס אז יידיש איז נישט דיין מאמע לשון ווייל די קייסט איבער דיינע הנחות און פאנטאזיעס איימאל און נאכאמאל אן קוקען און קלערן און וואס מען ענטפרעט דיר ראה מה שכתבי
ניין, ערשטענס קבלה מעשית מצד אחד, און כישוף מצד שני, איז נישט דייקא ווען איינער טוט ריכטיגע זאגכן, עס איז דא א געוויסע מהלך וויאזוי מען פירט זיי אויס וכו', אבער עס נישט דווקא ווי מען זאגט פאר דעהויבענע מענטשען, און אויב א ראי' אז שו"ע לאקשען קוגל וכו' איז ריכטיג, איז דאס איז עס נישט קיין ראי', ווייל אפשר זענען די זאכען וואס זיי טוען נישט ריכטיג, אבער אף על פי כן קענען זיי דאס מאכן כנ"ל, ועוד דארף מען דאך קלאר מאכען אויף וואס די מופתים גייען זיין א ראי', אויף גיין און בית הכסא, אדער דערציילען מעשיות פון קאלעשיצער, אדער דאווענען, אדער לערנען, אויף וואס איז חל די ראי' פון די מופתים, ועוד, ביי יעדן איז די ראי' פון מופתים, מחייב א צווייטע זאך, א מופת פון חזון איש איז מחייב מער יגיעת און עמקות בתורה, ביי רבי איציקעל, עפעס א פארצייטישע דביקות, און באהאלטען די כח התורה, און גער איז עס קדושה, און וויזאוי קען עס זיין א ראי', ווען אויף וואס עס דארף זיין א ראי' איז דאך אינגאנצען נישט קלאר, כלשון הרמב:ם איז א ראי' נאר אויב עס א מופת חותך,היינו, עס וואס עס וואל ווערן אויפגעוויזען דארף זיין קלאר

האסט א פירכה, אדער פארקערט האסט א ראי' אז מופתים קומט נישט פון קבלה מעשית אדער כישוף? און די האסט אנגעהויבען, אז די מופתים זאלען זיין א ראי' אויף זייער התנהגות, ואמיתת היהדות? אויף וואס איז די ראי' אויף גיין הכנות? עסען לאקשען קוגעל אדער טיילען קנאבעל, ואולי אויף לערנען אויף דאווענען אבער די ראי' איז נישט קיין געשניטענע איז דאס קיין ראי' נישט, זייט אייך מסביר, און נישט ככלב השב



same here
דינסטאג יוני 03, 2014 1:39 am#204375
האט דאך שוין דער הייליגער גארליצער רב געזאגט ווען מ'האט געוואלט ארויסגעבן א ספר מיט מופתים פון זיין טאטע, דער דברי חיים פון צאנז זי"ע: "אז עטס געבטס ארויס א באנד מיט די געלונגענע, געב איך ארויס צוויי בענדער אומגעלונגענע...!!!"
זונטאג יוני 08, 2014 6:31 pm#204845
ככלי מלא בושה האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:@ככלי מלא בושה, סקוקט מיר אויס אז יידיש איז נישט דיין מאמע לשון ווייל די קייסט איבער דיינע הנחות און פאנטאזיעס איימאל און נאכאמאל אן קוקען און קלערן און וואס מען ענטפרעט דיר ראה מה שכתבי
ניין, ערשטענס קבלה מעשית מצד אחד, און כישוף מצד שני, איז נישט דייקא ווען איינער טוט ריכטיגע זאגכן, עס איז דא א געוויסע מהלך וויאזוי מען פירט זיי אויס וכו', אבער עס נישט דווקא ווי מען זאגט פאר דעהויבענע מענטשען, און אויב א ראי' אז שו"ע לאקשען קוגל וכו' איז ריכטיג, איז דאס איז עס נישט קיין ראי', ווייל אפשר זענען די זאכען וואס זיי טוען נישט ריכטיג, אבער אף על פי כן קענען זיי דאס מאכן כנ"ל, ועוד דארף מען דאך קלאר מאכען אויף וואס די מופתים גייען זיין א ראי', אויף גיין און בית הכסא, אדער דערציילען מעשיות פון קאלעשיצער, אדער דאווענען, אדער לערנען, אויף וואס איז חל די ראי' פון די מופתים, ועוד, ביי יעדן איז די ראי' פון מופתים, מחייב א צווייטע זאך, א מופת פון חזון איש איז מחייב מער יגיעת און עמקות בתורה, ביי רבי איציקעל, עפעס א פארצייטישע דביקות, און באהאלטען די כח התורה, און גער איז עס קדושה, און וויזאוי קען עס זיין א ראי', ווען אויף וואס עס דארף זיין א ראי' איז דאך אינגאנצען נישט קלאר, כלשון הרמב:ם איז א ראי' נאר אויב עס א מופת חותך,היינו, עס וואס עס וואל ווערן אויפגעוויזען דארף זיין קלאר

האסט א פירכה, אדער פארקערט האסט א ראי' אז מופתים קומט נישט פון קבלה מעשית אדער כישוף? און די האסט אנגעהויבען, אז די מופתים זאלען זיין א ראי' אויף זייער התנהגות, ואמיתת היהדות? אויף וואס איז די ראי' אויף גיין הכנות? עסען לאקשען קוגעל אדער טיילען קנאבעל, ואולי אויף לערנען אויף דאווענען אבער די ראי' איז נישט קיין געשניטענע איז דאס קיין ראי' נישט, זייט אייך מסביר, און נישט ככלב השב



same here

וואס הייסט?
מיטוואך יוני 25, 2014 11:57 pm#208140
געמיינקייט מיט נידריקייט האט טאקע נישט קיין שיעור? יא מיר דארפען חיזוק אין אמונה, ענקער אלע צביעות, אמונה טפילה און שקרנות ווערט דא (אין די נישט היימישע פלאץ) אויפגעדעקט.

רמב"ם, אגרת תימן
לפיכך אחינו כל ישראל הנפוצים בקצוות הארץ - חייבים אתם לחזק קצתכם לקצתכם, ולאמץ ולזרז הגדולים לקטנים, והיחידים להמון, ותחברו אומתכם על דבר אמת, שלא ישתנה ולא יופר, ולהרים קולכם באמונה, שלא תיפול לעולם ולא תשחת. והוא להודיע לרבים: שהקב"ה הוא אחד, ולא כשאר האחדים. ולהודיע שמשה הוא נביאו ומדבר עמו, והוא אדון כל הנביאים והוא שלם מכולם, והוא המשיג מהקב"ה מה שלא השיג אחד מכל הנביאים לא לפניו ולא לאחריו.
דאנערשטאג יוני 26, 2014 8:27 am#208169
מיין קשיא איז ?
און וואס איז מיט די מיליאנען גוים אויף די וועלט וואס שווערן זיך ביים פויבסט בארד אז זיי האבן געזעהן ״אותות ומפותים״ ווען זיי האבן געדאווענט צו להבדיל יאשקע אדער שמעון פטר חמור ???

אין די גאנצע וועלט איז דא מענטשען פון כל מיני גלויבונגען בתוכם קלוגע און נארמאלע מענטשען אפילו גרויסע דאקטורים און פראפעסארן וכו׳ א שטייגער ווי למשל מיט ראמני וואס איז א מארמאן וואס ס׳איז א שרעקליכע פאנאטישע ״קולט״ און זיי שווערן זיך אז זיי האבן געזעהן ״אפענע זאכן״ ביי זייערע ״געטשקעס״ און אסאך פון זיי וועלן דיר אפילו פארציילן אז ווען זיי זענען געוועהן קראנק און זיי זענען געוועהן ביי גסיסה זענען זיי גאר געוועהן אויף יענעם עולם אין גן עדן (העוועין)

לעצטענס איז געוועהן א מוח פראפעסער פון הארווארד יוניווערסטי ד״ר אלכסנדר פון ווירדשיניע וואס איז נישט געוועהן קיין גלויביגער און ער איז פלוצלינג אריינגעפאלן אין א אקאומא פאר א וואך און ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער געהאט א גאנצע מעשה צו דערציילן וויאזוי ער איז געוועהן אויף יענער וועלט...

איין זאך בין איך זיכער דעי מורפי״ן און די פעי״ן קיללער״ס וואס מ׳האט געגעבן דעם דאקטאר אינעם שפיטאל איז געוועהן גאר ״גיטע סחורה״.... :D :lol:

א קליפ פון ד״ר אלכסנדר אין די נייעס פון ABC news
m http://abcnews.go.com/Health/neuroscien ... d=17555207 m
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 2:53 pm#352376
איחוד פעלד האט געשריבן:די היימישע מאגאזינען האבען שוין געהאלטען איןמיטען צוגרייטען א פעטע מעשה פין ר' יאנקעלע מיט א זמירות און א בילד, זיי האבען פראבירט אראפצונעמען די קאוועשטיבעל חותם, און טראך על גבי טראך, דער זמירות איז פאלש. אוי די אפיקורסים, זיי לאזען נישט מנוחה.


מי יגלה עפר מעל עיניך? וואס איז דעמאלס געווען א וויץ איז היינט אמת לאמיתו. ווי די דורות פאלען.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:20 pm#386118
פלאי פלאים.
דעם יום הקדוש האב איך געהאט די זכיה זיך צו ווייקן אין אמונת קאווע שטיבל... מיטן וואסער מארקע.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:35 pm#386119
נח בער האט געשריבן:פלאי פלאים.
דעם יום הקדוש האב איך געהאט די זכיה זיך צו ווייקן אין אמונת קאווע שטיבל... מיטן וואסער מארקע.

דאס איז שוין א געפערליכע חוצפה, אויב האט עס די וואסער צייכן איז טייטש אז דער בעל הגליון האט עס גענומען פון דא, האט ער דאך געזעהן די שמועס און די ראיות אז עס איז פאלטש, און בידיים מפטם געווען די קעלבלעך במזיד ממש.

סתם פאר די נייגעריגקייט, וועלכע גליון איז דאס?
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:37 pm#386120
אויך באמערקט, זיס, עס קומט נאך פונעם אשכול וואו מען ווייזט אויף די פאלשקייט פונעם בילד.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:40 pm#386121
שושן פורים האט געשריבן:סתם פאר די נייגעריגקייט, וועלכע גליון איז דאס?


הילולא דצדיקיא

איך האב עס אויך באמערקט און געהאט אן עונג יום טוב.
מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 5:46 pm#416122
Re: ר' יענקעלע איז גארנישט?
עס דרייט זיך יעצט א קליפ, ווי דער ליובאוויטשער רבי פראוועט אן אפענע מופת, אויף קאמערא.
א פאר פאלק זענען געקומען צו אים פאר דאללארען, מיט א קינד וואס לפי דבריהם ׳רעדט ער נישט׳. דער רבי בענטשט זיי, און ער דרייט זיך צום קינד און ער פרעגט אים צו ער זאגט ׳מודה אני׳. דער קינד שאקעלט מיט די קאפ ׳יא׳, און דער רבי הייסט אים זאגען מודה אני, און דער קינד זאגט! יעדער קען זיך איבערצייגען.

איך ווארף ארויס מיין אבי עזרי פון שטוב! (איי, איך האב נישט קיין אבי עזרי? וועל איך מוזען קויפען און דערנאך ארויס ווארפען)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 7:01 pm#416129
פארוואס ארויספווארפן דעם אבי-עזרי פארוואס? אז דו קענסט האבן מימרות סיי פון ר' אליעזר און סיי פון ר' יהושע, נישט נאר ביי זיך אין שטוב נאר זאגאר אין איין באנד, אויף איין פעידש, קענסטו דאס אויך.