קאווע שטיבל • ווארעמסטע ניגון אנקעטע
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11023
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:59 pm#456478
קול ביער
m https://www.youtube.com/watch?v=OH8YaSMT1T0 m
m https://www.youtube.com/watch?v=OH8YaSMT1T0 m
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 4:45 pm#456486
גאלד האט געשריבן:יעצט געהערט דעם פיטסבורג ניגון ונפשי שפכי. זייער שיין. אבער איז דא אזא פסוק? כווייס אין איכה איז דא די פסוק, שפכי כמים לבך, אבער ונפשי שפכי? ווי איז דאס? אפשר תהילים?
אין סקולען איז אויך דא א ווארעמע ניגון אויף די פסוק שפכי כמים ליבך. די ניגון האט די רבי מלחין געווען אויף שבת, אוו כדי נישט צו זינגען א גאנצע פסוק פון איכה אויף שבת האט ער מוסיף געווען די ווארט ונפשי פארדעם.
(איי די פסוק חסדי ה' כי לא תמנו וואס מען זינגט אין די פיוט ברוך ה' יום יום? קשיא..)
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 5:09 pm#456488
קיינמאל געוויסט דערפין. זייער אינטערסאנט.
גראדע דער תוכן פון ברוך ה' יום פזמון האט בעצם גארנישט מיט שבת, גאנץ זיכער דער מחבר האט עס אינגאנצן נישט מחבר געווען לכ' שבת,
אבער דאס וואס די זאגסט וועגן סקולען איז אינטערסאנט, ווייל בשלמא דער סקולענער רבי זאגסטו דאך אז ער האט ספעציעל פארדרייט ווייל ער האט עס מחבר געווען ביום שבת קודש, אבער אנדערע האב איך א חשד אז וויסן מיטאמאל אז סנישט דער לשון הפסוק.