מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:08 pm#355751
הרב יוסף בנימין וואזנער שטיצט די "שומרים קארטלעך"
ס'איז היינט ארומגעפארן א לענגערע בריוו פון הגאון המפורסם הרב יוסף בנימין וואזנער שליט"א מיט א באמבע ארטיקל אין שטיצע פון די נייע "שומרים" באוועגונג.
ער באציהט זיך צו א בריוו וואס איינער האט אריינגעשטעלט אין א וועכנטליכע גליון "שבת בשבתו", בגנותו פון די הייליגע "שומרים קארטלעך" געשריבן בחכמה ובדעת, ארויסברענגענדיג די מחשבות וואס ליגן ביי אסאך יודן אויפן געדאנק.
ווער עס וויל וויסן וואס די דעת פון אמת'ע תלמידי חכמים, און פון געטרייע עסקנים וואס זענען עוסק אין די ענינים, קען זיך אליין איבערצייגן. אני כשלעצמי בין איבערגערצייגט אז דאס מערהייט פון דעם עם חכם ונבון איז נישט אין שטיצע פון די קארטלעך, ווי אויך וועט אזא בריוו נישט אויסמאכן כי הוא זה פאר די אלע מענטשען. מענשטען וואס האבן נאך דער ביסל שכל נישט נאכצולויפן דעם שטראם, ווייסן שוין אז א גרויס חלק רבנים זענען אליינס פון די עקסטרעמיסטן, אדער זייער שכל בייגט זיך לפי רוח הזמן והפרעשור.
פאר ווער עס קען איהם פערזענליך איז דאס נישט קיין חידוש. די לאנדאנער יודן געבן איבער אז ער איז שוין מיט איין פיס אינדרויסן פון די קהלה, ווייל זיי עסען שטרוי מיט איהם טאג איין אין טאג אויס. א יעדן טאג וואס ס'איז נישטא קיין בריוו פון איהם איז א חידוש.
מיר וואונטשען איהם אהן עוד ינוב בשיבה דשנים ורעננים.
בייגעלייגט איז די בריוון. וישמע חכם ויוסף לקח.