[ציטאט אראפגענומען]
דאס גייט צוזאמען מיט סקראט'ס באקאנטע הכרה (געברענגט אין אפלטון'ס
אפאלעגיע). ווען די נבואה [ארעקל] פון דעלפיי האט געהאט געזאגט אויף אים אז ער איז דער גרעסטער חכם אין לאנד, האט ער דאס נישט געגלייבט און איר פרובירט אפצופרעגן דורכ'ן שמועסן און דעבאטירן מיט די אנדערע אנגענומענע באקאנטע חכמים אין לאנד (הלא הם כתובים בערך בדיאלאגן של אפלטון). ער האט זיי בעצם אויפגעוואוזן אז דאס וואס זיי האלטן זיי ווייסן (בעיקר בנוגע מעלה ומהו הטוב האמיתי), ווייסן זיי נישט בעצם על בוריין. דאס האט אים געברענגט צום הכרה אז אמת'ע חכמה איז צו אנערקענען וואס מ'פארשטייט (אלס) נישט, און דאס דאס וואס מ'רעכענט אים אלס די קלוגסטע איז פשוט ווייל ער האט די הכרה אויף זיך אז ער ווייסט/פארשטייט נישט. "איך ווייס אז אלעס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט."
וידוע המימרא שמטין משמיה דאריסטו ועוד כמה חכמים, "אז ווי מער איינער לערענט און ווייסט, אלס מער אנערקענט ער וואס אלס ער ווייסט
נישט". ועיין
כאן.