Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » געדאנקען אויף די פרשה

געדאנקען אויף די פרשה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11151
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:19 pm#419641
לערנענדיג חומש רש"י פון פ' ויחי איז מיר בייגעפאללן א פשט. אבער איך זאג פאראויס אז ס'וועט זיין עטליכע אידן פאר וועם ס'וועט נישט שמעקן דער פשט. לאמיר דא אויסרעכענען עטליכע. והנה...הרב שמעקעדיג שליט"א. און...!

אין קפיטל מט' פסוק כ"ג...שטייט אין פסוק..."וימררוהו, ורובו. וישטמוהו בעלי חצים. דאס גייט ארויף אויף מהר"א שליט"א. וימררוהו. זיי האבן איהם (און זיין טאטן) פארביטערט דאס לעבן.

ורובו. און זיי זענען געווארן זיינע קריגערס. אזוי ווי רש"י הק' זאגט. אדער ווי בב"ג טייטשט. זיי האבן איהם געוואלט בארויבן פון מנהיגות. נאר דער אייבישטער האט געהאלפן און ער/אונז האבן זיי ב"ה באזיגט...!

וישטמוהו: און זיי האבן איהם פיינט געהאט. (און זיי האבן איהם נאכאלץ פיינט. שנאת חינם.

בעלי חצים . די מענטשן מיט די גיפטיגע פיילן אזוי ווי הרה"ח וה"צ. לוחם מלחמות ה' ר' יאסל בן מרים (מגדלנה שערות) וואלדמאן שליט"א. און זיינע מיטהעלפערס די אנשי בני יואל. הע"י...!
דינסטאג יאנואר 01, 2019 8:03 am#420737
אינטרעסאנט וואס כ'האב אויפגעפאסט אין די צושטעל צווישן די פרשה און די הפטרה צוויי וואכן צוריק, פרשת ויחי. ווען יעקב שטארבט האט ער אינזינען אויסצומוסרן די קינדער, דו ראובן ביסט אימפולסיוו, שמעון ולוי ענק אויכעט! זיי זענען טאקע נישט גערעכט געווען אבער עטס וואלטס ענק געמעגט איינהאלטן. דוד פאר וואס ער שטארבט, האט ער אינזינען אנצוזאגן שלמה, זעה פון דעם זאלסטו נקמה נעמען און מיט יענעם זאלסטו זיך אפרעכענען..!
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 3:16 pm#421082
פרשת ויחי
ויבאו עד גרן האטד אשר בעבר הירדן ויספדו שם מספד גדול וכבד מאד ויעש לאביו אבל שבעת ימים

שוין עטליכע יאהר מוטשעט מיר די שאלה. פארוואס זענען זיי געגאנגען אזא אומוועג? די וועג פון מצרים קיין חברון דרך ארץ פלישתים איז קרוב הוא, טא פארוואס פארקירעוועט מען די וועג דורך עבר הירדן? בשלמא נאך יציאת מצרים אמר א' פן ינחם העם בראותם מלחמה, און אפילו דעמאלט איז די ארגינעלע פלאן געוועהן נאך קבלת התורה גלייך אין ארץ ישראל דורך קדש ברנע. אבער יעצט, פארוואס אזא אומוועג?

יורוני המורים ויבוא שכמ"ה.
מוצ"ש יולי 20, 2019 9:54 pm#433407
תניא, מאי דכתיב ומה ה' אלקיך דורש ממך כי אם עשות משפט ואהבת חסד, מאי שנא גבי משפט דכתיב עשייה וגבי חסד דכתיב אהבה, אמר רבינו הקדוש "משפט דארף מען טון, חסד דארף מען ליבן"; הדא הוא דכתיב אהבה מקלקלת את השורה, והא אוקמינן דאין שורה אלא שורת הדין.
מאנטאג יאנואר 11, 2021 1:42 am#465463
פונקט דעם שבת איז מיר איינגעפאלן, פארוואס פונקט די וואכן פון יציאת מצרים און דאס בויען פון די משכן זענען מסוגל צו מתקן זיין דעם חטא הידוע? נאר מיר ווייסן דאך אז איינס פון די מצרישע ערקלערונגען וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן איז אז דער גאט אתום, וואס איז דער ממציא הראשון, האט געטוהן די חטא הידוע און פון די זאמען זענען באשאפן געווארן צוויי געטער, און פון זיי זענען ארויסגעקומען נאך און נאך געטער וואס האבן אלע באשאפן יעדער אן אנדערע טייל פון די בריאה, כמבואר כאן. לויט דעם קומט דאך אויס אז די גאנצע פארמאציע און עקזיסטענץ פון די מצרישע קליפה/פאראלעל יוניווערס שטייט אויף די איין חטא וואס איז אזוי ידוע, און די גאנצע פוינט פון יציאת מצרים איז דאך געווען צו צוברעכן די מצרישע קליפה/פאראלעל יוניווערס, ובכל אלוהי מצרים אעשה שפטים וידעו מצרים כי אני השם, קומט אויס אז די ענין פון יציאת מצרים בשורשו איז דאס צוברעכן פון די קליפה פונעם חטא הידוע.