Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » קאווע שטיבל • דער וועקער: געגאנגען ווייטער!

קאווע שטיבל • דער וועקער: געגאנגען ווייטער!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11177
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:21 pm#357949
דער וועקער: געגאנגען ווייטער!
כ'מוז אנפאנגען מיט א דאנק פון טיפן הארץ פאר ידידינו החכם ATUB @שש משזר ATUB וועלכער האט געברענגט דעם געוואלדיגן פראיעקט מכוח אל הפועל, ואתו עמו ידידינו היקר ATUB @פיקאסא ATUB וועלכער האט ארויסגעגעבן יעדן חודש אזא דבר נאה ומתוקן. אזוי אויך די אלע חברים וידידים וועלכע האבן געשריבן ארטיקלען, און האבן ארויסגעהאלפן מיט הגה און אלע אנדערע הילף וואס מ'האט געדארפט.

דער גרויסער ארבעט וואס איז אריינגעלייגט געווארן דורכאויס דער האלבער יאר טאר נישט פארלוירן גיין. מיר האבן געמאכט א געוואלד מיט פראגרעס הן בנוגע די צורה פון אן אויסגאבע פון אזא קאליבער, און הן אויסצוארבעטן א סיסטעם פון פארשפרייטן די אויסגאבע אנליין, עמעזאן, און פארקויפן אין בארא פארק. מיר פארמאגן היינט א שופר וואס קומט אן צו טויזנטער מענטשן, און דאס דארף ווייטער אנגיין. עס איז כדאי צו באמערקן אז טראץ דעם וואס דער וועקער איז עוועילעבל אומזיסט און ווערט אראפגעלאדנט דורך טויזנטער מענטשן יעדן חודש (אויף קאווע שטיבל, טעלעגראם, וואטסעפפ און אימעיל), האבן הונדערטער מענטשן באצאלט יעדן חודש 5 דאלאר אדער מער צו קויפן א פיזישע קאפיע אויף עמעזאן אדער ביים ניוז-סטענד אין בארא פארק.

נאך שש'ס אומדערמידליכער ארבעט פון זעקס אויסגאבעס, וועלן מיר ווייטער אנגיין מיט דעם פראיעקט, און אויסנוצן די געלעגנהייט אריינצוברענגען שינויים וואס וועלן נאך מער פארבעסערן דעם וועקער, און פארזיכערן אז עס זאל קענען אנהאלטן פאר א לאנגער צייט.


איך האב גענומען אויף מיר צו שטיין בראש פון דעם פראיעקט, אין באגלייטונג פון די טייערע ידידים (עפ"י סדר הא"ב) ATUB @בר-כוכבא ATUB , ATUB @געוואלדיג ATUB , ATUB @ונבנתה העיר ATUB , ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB , ATUB @פיקאסא ATUB , ATUB @שלום שטיסל ATUB , און ATUB @שמעקעדיג ATUB . מיר וועלן צוזאמען דינען ווי די רעדאקציע פונעם וועקער. (נאך א פאר הענט איז אייביג א הילף, און ווער עס קען צולייגן א האנט מיט סיי וואס, זאל זיך ביטע מעלדן.)

מיר האבן געעפנט דעם ניק ATUB @דער וועקער ATUB , וואס וועט דינען פאר אפיציעלע מעלדונגען, און אויף ארויסצושטעלן די פרישע אויסגאבעס. דער וועקער איז נישט נאר מיין ארבעט, נאר א קאלאבאראציע פון פילע חברים, און אט דער פאקט ווערט בעסער רעפרעזענטירט דורך א ניק פאר דער גאנצער רעדאקציע.

פארשטייט זיך אז אן קיינע שרייבער איז נישט דא קיין אויסגאבע. מיר קוקן ארויס אז דער עולם דא וועט זיך ווארעם אנרופן, אריינצושיקן ארטיקלען אויף אלע נושאים. מיר מאכן א רעוואלוציע אין דער וועלט פון היימישער לייען-מאטעריאל און אין פראדוצירן א שופר פאר די דעות פונעם ציבור. נעמט א חלק דערין!

אנשטאט ארויסקומען יעדן חודש, וועלן מיר ארויסקומען בערך יעדע צוויי חדשים אויף דעם פאלגנדן אופן: סוכות, חנוכה, ווינטער, פסח, שבועות, און זומער.

די קומענדיגע אויסגאבע וועט זיין אויף ווינטער, און דער דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען איז כ' טבת, מיטוואך פרשת שמות.




וואס איז דער וועקער, און פארוואס דארף עס ארויסקומען?

דער וועקער איז א פלאטפארמע פאר טאלאנט;
דער וועקער איז אן אוצר פון חכמה;
דער וועקער איז א שופר פאר'ן ציבור;
דער וועקער איז א קוואל פון אמת און אפנקייט.




א) די פלאטפארמע. דער וועקער איז א פלאטפארמע פאר יעדן מענטש וואס שפירט אז ער (אדער זי) האט א פעדער אין דער האנט, צו קענען ארויסגעבן זיינע גאט-געבענטשטע טאלאנטן. מיר ווייסן ווי שווער עס איז פאר א מענטש צו באקומען אנערקענונג פאר זיינע טאלאנטן – דאס איז אזוי אין דער גאנצער וועלט, און עאכו"כ אין אונזער געזעלשאפט וואו געברויכן וואס האבן נישט קיין דירעקטן שייכות מיט תורה ווערן פארזען און צומאל דערשטיקט.

מיר זענען דא אז יעדער מענטש וואס שפירט אז ער קען עפעס צוגעבן מיט זיין פעדער זאל וויסן אז ער האט אן אויסגאבע מיט א רעדאקציע וואס איז גרייט מיט אפענע הענט צו דינען ווי א פלאטפארמע פאר טאלאנט.

זאל עס זיין א בחור'ל צי א יונגערמאנטשיק, צי אפילו אן עלטערער מענטש וואס האט אייביג געשפירט אז ער האט וואס צו פארקויפן און די כלים וויאזוי עס צו פארקויפן – מיר ווילן אז די אלע זאלן וויסן אז זיי האבן א קבוצה שרייבער און בעלי מחשבה וואס וועלן זיי שטיין צו הילף, און זען אז זייערע טאלאנטן זאלן באקומען די ריכטיגע אנערקענונג.

דאס האט נישט דירעקט מיט קאווע שטיבל, נאר מיט'ן גאנצן היימישן ציבור. מיר אינעם וועקער ווילן העלפן פלעגן און האדעווען שריפטשטעלער.


ב) דער אוצר. די היימישע אידישע פרעסע זוכט צו באפרידיגן ווי מער לייענער, און נעמט כמעט נישט די ריזיקע צו דרוקן אינטעלעקטואלע ארטיקלען פון מחקר און היסטאריע כדי צו הייבן דעם אינטעליגענץ פון די לייענער. היות דער עיקר ציל פון רעדאקציעס איז אנצופילן בלעטער, און געבן ווי מער ארטיקלען, האבן זיי נישט קיין דרך ארץ פאר ארטיקלען וועלכע פארמאגן א געוואלד מיט ארבעט, און זיי שאצן ארטיקלען נאר לויט וויפיל "קערעקטערס" זיי פארמאגן. א נארישער לופטיגער ארטיקל פון 25,000 אותיות וואס האט גענומען איין שעה צו שרייבן, טראגט מער געוויכט און חשיבות ווי א הערליכער פארש-ארבעט פון 15,000 אותיות וואס האט געקאסט צען שעה ארבעט.

דער שרייבער וואס קוועלט פון פארשן און שרייבן דארף אן אויסגאבע וואו שווערער ארבעט ווערט אנגענומען מיט כבוד און רעספעקט, און די לייענער דורשטן און טאנצן אריין מיט אייפער אנצופילן דעם קאפ מיט חכמה און וויסנשאפט. דער וועקער איז א קוואל פון חכמה און וויסנשאפט; דער פלאץ וואו דער חכם געפונט א היים מיטצוטיילן מיט דער וועלט זיין ארבעט.


ג) דער שופר. מיר ווייסן זייער גוט אז די היימישע פרעסע דינט נישט באמת די אינטערעסן פונעם ציבור, און רוב אמת'ע פראבלעמען וועלכע דארפן דיסאינפעקטירט ווערן דורך זון-ליכטיגקייט קענען נישט אויסגעשמועסט ווערן. דער וועקער איז דאס ערשטע מאל וואס מיר, מענטשן וואס זענען נישט פון דעם "עסטעבלישמענט", קענען זיך לאזן הערן מיט אונזערע דעות, און וואו מיר קענען אויסשמועסן אונזערע פראגעס און קווענקלנישן איבער אלעמען וואס ליגט אויפ'ן סדר היום אדער אונזער געוויסן. מיר קענען שרייבן אויף יעדער נושא וואס איז וויכטיג ארויפצושטעלן אויף דער ארענע.

אינעם וועקער קענען מיר מעורר זיין אויף ענינים הצריכים חיזוק, און מיר קענען לאזן הערן מיינונגען וועלכע ווערן אקטיוו דערשטיקט. דער וועקער איז אויך א שופר פאר יעדע סארט מיינונג – לאו דווקא חידוש'דיגע. נאר דא דארפט איר נישט ציילן יעדעס ווארט אז עס זאל שטימען מיט פארגעשריבענע אגענדעס, און איר קענט אויסגיסן אייער הארץ און מוח אויפ'ן פאפיר, און לאזן אפקלונגען אייערע געדאנקען.

מיר זענען דא צו לאזן הערן ווייטאג און צער, אבער נאך מער פון דעם: קאנסטרוקטיווע מחשבה צו העלפן מאכן דעם לעבן בעסער און געזונטער ברוחניות ובגשמיות.


ד) דער קוואל. פאר דער תקופה פון דעם "רענאסאנס", האט מען נישט צוגעטיילט קיין שום חשיבות פאר מעלער. מאלן איז אנגעקוקט געווארן ווי א ביליגער ארבעט וואס נידריג-ראנגיקע מענטשן האבן געטון פאר די וואס האבן באשטעלט. דער רענאסאנס האט געברענגט אנערקענונג פאר דעם מאלער ווי אן אינטעלעקטואל – א מענטש וואס דרוקט אויס טיפע געדאנקען אין דעם וועג פון זיין מאלן און מיט וואס ער מאלט. מ'האט אנגעהויבן שעצן דעם טאלאנט און אנגעהויבן אנערקענען אז "ארט" איז נישט א מלאכה; עס איז א חכמה ומלאכה.

שרייבעריי איז נישט אנדערש, און באמת קענען מיר געפונען צוויי סארטן שרייבער. דער שרייבער וואס פאטשקעט אפ זיין ארטיקל ווייל דאס האט עמיצער באשטעלט פאר זיינע צרכים, אדער דער שרייבער וואס מיט זיין פענע גיסט ער נשמה. דער ערשטער שרייבער קען גרינג געפונען זיין פלאץ אין דער היימישער פרעסע, וואו ער וועט שרייבן לויט די באפעלן פון יענע רעדאקציעס. דער צווייטער שרייבער דארף שרייבן פאר'ן "וועקער" – אינעם וועקער קענט איר נעמען וועלכע נושא עס איז אייך נאנט צום הארץ, און עס באשרייבן לויט די נאטן פון אייער נשמה.

ווי יעדער ערנסטער אויסגאבע, פארמאגן מיר א סעט פון פרינציפן וויאזוי ארטיקלען דארפן געשריבן ווערן, דאס רעכנט אריין דאס נישט ערלויבן ניבול פה אדער געדאנקען וועלכע זענען גענצליך ארויס פון די ראמען פון ארטאדאקסישער אידישקייט. אינערהאלב די פרינציפן, איז די רעדאקציע פונעם וועקער נאר דא אייך צו העלפן לטובת דעם קוואליטעט פון דעם שרייבן, אבער נישט מסרס צו זיין אדער צענזורירן אייערע ווערטער, און ארויסגעבן דיקטאטן לויט א סעט פון ענגע פרינציפן געבויט אויף ביזנעס-חשבונות אדער פחד פון עקסטרעמיסטן.



מיר דא אין דעם "וועקער" ווילן א פלאטפארמע וואו מ'זאל קענען רעדן פון יעדער וויכטיגער נושא, וואו יעדער מיט טאלאנט זאל באקומען אנערקענונג, און וואו מ'זאל קענען שרייבן אפן און ברייט פון סיי וואס – אן דורכגיין צענזור און פארקרימענישן. מיר זענען דא פאר אייך, און מיר ווילן הערן אייער שטימע אין אונזערע בלעטער.

שיקט אריין אייער ארטיקל פאר דער קומענדיגער אויסגאבע. ווי פריער איר שיקט אריין, וועט אונזער שטאב פון מגיהים און גראפיקער זיך קענען בעסער אפגעבן דערמיט. דער דעדליין איז כ' טבת, אבער מיר נעמען אן בייטראגעס אנגעהויבן פון היינט!
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:38 pm#357958
יחי ATUB @אבטולמוס ATUB ואל ימות!

שכח.
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm#357961
גיימער גיין אין מקווה, אנטון דעם צאנז'ן גארטל מיטן טילעפ און מאכן א ברכה בשם ומלכות "ברוך הטוב והמטיב" ATUB @אבטולמוס ATUB בכורינו אתה כוחנו וראשית......
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:26 pm#357976
ס'איז מיר א גרויס כבוד צו זיין א מעמבער פון די נמנו חבריו לדבר מצוה.
יעדע געבענטשטע זאך איז א שותפות פון אלע איהרע אינוועסטארס.
זייט זיך משקיע דערין, שרייבט'ס מאמרים אויף וואס ס'ליגט אין הארצ׳ן, און זיי אונז אלע משתף אין אייערע געדאנקען
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:32 pm#357977
מיר שטייען אין א תקופה וואס איז דא א איבערפלוס פון טאלאנט אין די אידישער שפראך גוטע פענעס גיסן זיך בשפע רב אבער צו דעם דורכשניטליכן אידיש רעדנדער וואס לעכצעט דערנאך קומט עס נישט אן, נאך א שטיק צייט גיבט ער אויף זוכן און זיינע קינדער גייען שוין ניטאמאל לעכצען דערנאך ווייל זיי ווייסן שוין ניטאמאל וואס טאלאנט איז. אין דעם זעלבער תקופה איז דא א איבערפלוס פון לייען מאטריאל אין אונזער אידישער שפראך, אבער אלעס דינט און צילט אויף א גאנג וואס נישט דער לייענער און נישט דער שרייבער האלטן דערביי אבער אז סאיז דא א צענזור פארשטייט יעדער אז דא האט מען געמוזט דאס און יענץ ארויסלאזן און טוישן די מציאות למחצה ולשליש.

ווי דער שטייגער פון יעדע באוועגונג איז דא אזאנע וואס האלטן נישט ביים שלום מאכן מיטן מציאות און טאקע פון אט די מענטשן האט זיך געשאפן אונזער שטיבל, די טאלאנט וואס געפינט זיך דא איז נישט בנמצא און קיין איינע פון די אידישע אויסגאבעס אנגעהויבן פון וועכענליכע צייטונגען וואס טוישן די דאטום פונעם צעהלימער יערליכע מלוה מלכה פון תשע״ו צו תשע״ז אנצופילן צוויי הונדערט עמודים און גענדיגט ביי די דזשורנאלן למיניהם וואס באשטייט פון באשרייבן רבי'ס זינגערס נייע סידיס אדער מלחמות וואס זענען פארגעקומען 300 יאר צוריק און אייגן געמאכטע שערוריא'ס. דאס רוב פון די ארטיקלן איז אזאנע וואס סהייבט נישט אן צו זיי נוגע אדער אינטערסאנט פאר די ליינער נאר מיט די הילף פון א גוטע אריינפיר און א גוטע שרייבער מיט די פאקט אז בעסערס איז נישטא וועט עס זיין אינטערסאנט איינמאל מ'ליינט עס שוין אבער זיי וועלן קיינמאל נישט אריינלייגן עפעס וואס איז אינטערסאנט פאר אירע ליינער מתחילה נאך פארן אנהייבן ליינען, עפעס וואס דער מענטש וואלט געקענט באשטיין צו וויסן און ליינען דערוועגן אדער נאכגיין די פאקטן.

סאיז ראובן וואס האט נארוואס אנאנסירט א פריידיגע מעלדונג מיטן המשכה פון אונזער אויסגאבע דער וועקער. כ׳האט געהאט די זכיה צו האבן א טייל מיט די גרינדונג פונעם וועקער דורך חברינו הרב @שש משזר און מיטן איבערפלאנצונג דורך @אבטולמוס. ס׳האט וויי געטאהן ווען שש משזר האט געמאלדן אז זיין ארבעט פארן וועקער קומט צו א ענדע אבער ב"ה אז סגייט האבן א קיום דוררך חברינו ראובן וואס איז שוין היינט וועלט'ס באקאנט מיט זיינע רייכע איפארמאטיווע יושר׳דיגע אשכולות דא אין שטיבל און פון דא איז עס ארויסגערינען צו די ברייטע וועלט.

ווען ס׳קומט צו די נושא פון אידישע לייען מאטריאל קען מען ממש וויינען, אז מ׳געבט זיך א קוק מיט וואס אונזער יוגענט אונזערע קינדער/בחורים ווערן געפיטערט כאפט פשוט א עקל און א ציטער צו דאס דעמעדזשט נישט זייערע אומרייפע מוחות, דאס איגנארענץ און שקר מיט וואס די אידישע מאגעזינען זענען פיל איז א בושה פאר דאס שפראך אידיש, ווען אימער מ׳נעמט נאר אזא אויסגאבע אין די האנט זעהט מען ווי אנגעפיקעוועט דער אידישע מארקעט איז מיט א דורכגעפוילטע פרעסע, מבויעט שקר על שקר און משעמט זיך ניטאמאל צו שרייבן דערוועגן. ס׳קומט מיר ממש צו לאכן ווען איך דערמאן זיך פון א ארטיקל מיט אן איינקעל פון ר' סנדר דייטש וואס איז כהיום פון די הויפט רעדאקטירער פונעם איד ווען מהאט אים געפרעגט אין א אינטערוויו אלץ רעדאקטער וועלכע הנהגות ער האט געהערט פונעם זיידן האט ער געזאגט אז דער זיידע האט אים געלערנט אז ווען מקען דעקן א א נייעסל פון מדינות ישראל לטוב און לרע מוז מען עס דעקן לרע, גראדע איז ער פון די בעסטע וואס דער אידישער שפראך פארמאגט אויפן מארקעט אבער דאס ברענגט נאכאמאל ארויס ווי אידישע מידיע צילט.

איבריג צו זאגן אז דאס עצם פאקט פון אויפנעמען ב. טויב צו י.מ. סופר אדער ש.ב. מרגליות אלץ אונזערע פארשטענדליכע ווארט זאגער אין האקעלע ענינים איז ממש א ליצנות, גיי פרעג א מיינונג אויף די שיטות ודיעות פון סיי וועם אין דעם קרייז ווי דער באטרעפענדער געהערט, ס'וועט נישט זיין איינער וואס וועט זיך אידענטיפיצירן דערמיט, ניטאמאל מיט די דיינים פון דעם חסידות אדער מיטן רבין זענען זיי שוה בשוה ווען אימער ס'איז נאר דא דארט סיי וועלכער ענין וואס מ'איז דאן ווייסן אלע פון קליין ביז גרויס די שיטה פון ב. טויב אדער די אנדערע קעגן דעם פירער פון די חסידות, און דאך זענען זייי די אויסדערוועלטע פאר די לעצטערע יארן פון וועם אונזערע קינדער הערן א קרומען דבר ה' וואס אויסער דעם שרייבער אליין קען זיך קיינער נישט אידענטיפיצירן דערמיט.

דעריבער איז א שמחה צו הערן אז דער וועקער גייט האבן א קיום און גייט ווייטער פיטערן די וואס פארשטייען צו א גוטע ארטיקל און די וואס ווילן הערן ליינען עפעס געהעריג אויסגעהאלטן אומצענזורירט, און פארשטייצעך די וואס זוכן חכמה און באגעניגן זיך נישט מיט אלטע אויסשניטן פון אמאליגע היסטוריה אז דאס זאל זיין די בעסטע וואס זיי קענען ליינען, און ס'איז מיר א כבוד צו האבן א טייל דערין.




א פרייליכן חנוכה
שלום שטיסל
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:45 pm#357980
זייער שיין הרב שטיסל.

איהר זענט באהאווענט אין א מושג וואס הייסט אויף ענגליש eats shoots and leaves? ס׳וואלט אייך, און אונז אלע, געקענט צונוץ קומען.
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 7:01 pm#357991
ווען ראוב'נס בלויזע מודעה איבער א אויסגאבע, איז א גרעסערע הנאה צו ליינען פון סיי וועלכע עקזיסטירנדע אויסגאבע... די רייכקייט און הויעכע קאליבאר איז עפעס שלא מעלמא הדין.

עניוועיס כ'האב אלס א שטארקע רצון צו שרייבן עפעס, אבער ליידער בלייבט עס אלס ביים רצון, ווען איך וויל שרייבן האב איך נישט פון וואס, און ווען איך האב שוין יא האלט איך נישט דערביי... אפשר איז שייך (כ'בעט שוין איבער פארן מטריח זיין) ארויסצוגעבן רעקאמענדאציעס וואספארא סארט ארטיקלען די רעדאקציע האלט וואלט געווען א תועלת צו שרייבן?
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 8:11 pm#357996
ס'איז דא אן עצה. ברגע ס'פאלט עפעס אריין אין קאפ און מ'האט צייט דערצו, הייב אן שרייבן. וועסט שפעטער פאררעכטען צו מסדר זיין. יעדער זאך הייבט זיך מיט איין טריט.

מיין שמועס מיט א צומישטען יונגערמאן האט זיך אנגעהויבען מיט א שמועס וואס איך האב געהאט אויפ'ן טלפון מיט איינעם. א טאג נאך דעם איז מיר געוואויר געווארען אז יענער איז א מחלל שבת פון א חסידישער שטוב. דעמאלס האב איך פארשטאנען וואס זיין טענות האבען געמיינט, און אין קאפ האב איך איהם אנדערש געזאגט, און איך האב עס אריינגעלייגט אין קאמפיוטער. א שטיק צייט שפעטער ווען דער וועקער האט געבעטען אן ארטיקל, האב איך געהאט וואס איבערצוארבעטן.

וממני ילמדו וכן יעשו
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 9:36 pm#358006
יישר כוח @אבטולמוס!
עורו עורו עד היסוד! דער וועקער זאל ווייטער זיין א שופר פאר די מערהייט פון כלל ישראל. איך פיל אז מיט די פראפעשענעל רעדאקציע וועט דאס בעזהי"ת זיין א דבר של קיימא.

כה לחי!
מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 12:02 pm#358045
גם אני מצטרף בברכת הדיוט צו ידידינו ATUB @אבטולמוס ATUB וואס האט גענומען על שכמו די עבודה קשה פון ממלא זיין דעם חסרון פון די היינטיגע לייען מאטעריאל, און ממשיך דרכו זיין די שווערע ארבייט פון שש משזר ע"ה,

בעת ווען ס'איז החושך יכסה ארץ, כלל ישראל קוקט צו מיט ווייטאג ווי די מטורפים עקסטרעמיסטן למיניהם טוען פארשפרייטן זייערע מיאוס'ע העץ קאמפיין מאטעריאלן בארבע כנפות הארץ און טוען אנרייצן אינגע קינדערלעך אנטקעגן זייערע ערליכע עלטערן רח"ל, און מאכן חוזק פון יעדן מענטש וואס גייט נישט אין זייער שפאן מיט כל מיני נידריגע קאריקאטורן, די סיקריקים מישן זיך אריין אין אלע היימישע אויסגאבעס, פון די וועכנטליכע צייטונגען ביז די טעגליכע דבר יום ביומו'ס מיט נייע אויפגעמאכטע חומרות און כלומר'שטע איסורים געטריבן ביי אגענדעס פון געוויסע, און פשוט און גראד פארדרייט דעם ריכטיגן אריגינעלן אידישקייט צו א שאריא רעליגיע פון פאלשע פרומקייט, איז אזא וועקער כמים קרים על נפש עייפה, דער עולם איז אויסגעהונגערט צו הערן אביסל אמת'ע דיבורים, לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'.

ראובן, העם אתך! מיר וועלן מחזק זיין מיט אלע יכולת צו שטיין צו הילף פאר אזא וויכטיגע צוועק.
נעגעל וואסער האט געשריבן:כה לחי!
מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 4:36 pm#358085
בשורה טובה!

עס פריידט אונז צו מעלדן אז אין אונזער גראפיק שטאב האט זיך אנגעשלאסן א גרויסער גראפיק-שטערן וואס וועט צוזאמען מיט ידידינו ATUB @פיקאסא ATUB שיחי' נאך פיל מער פארשענערן און פארבעסערן דעם אויסזען און אויסשטעל פונעם וועקער. ‎

תורה מפוארה בכלי מפואר.
מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 6:03 pm#358096
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:יחי @אבטולמוס ואל ימות!

שכח.


יום בשורה היא לנו! דער עצם נאמען ATUB @אבטולמוס ATUB רופט ארויס פראפעשיניליזם.

וגם אני הק׳ אצטרף בלי״נ.
מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 6:31 pm#358097
קינד_אן_קייט האט געשריבן:
וגם אני הק׳ אצטרף בלי״נ.

ממנו ילמדו וכן יעשו.
מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 7:14 pm#358099
יום בשורה הוא לנו אז דער שופר פאר די שטילע רוב וועט ווייטער קענען אי״ה דינען איהר ציהל/אונזער ציהל, וישועת ה׳ כהרף עין.
זונטאג יאנואר 01, 2017 6:57 pm#358477
עס זענען שוין אריינגעקומען עטליכע הערליכע ארטיקלען, און איך האלט מיט די ארבעט וואס גייט אריין אין עטליכע ארטיקלען. איך זאג אייך, איר ווילט האבן א חלק אין דעם קומענדיגן וועקער!

אז איר האט א פרישן געדאנק צו ברענגען צום טיש, איז א שאד אז עס זאל נישט ווערן אראפגעשריבן און מיטגעטיילט מיט די טויזנטער לייענער פונעם וועקער. שרייבט אראפ אייערע געדאנקען, און מיר וועלן עס צוזאמען מיט אייך איבערגיין און פארזיכערן אז עס זאל זיין פאסיג געדרוקט צו ווערן אין א פראפעסיאנעלער אויסגאבע.

אויב איר דארפט געדאנקען וואס צו שרייבן, שרייב מיר אין אישי, און כ'וועל פרובירן ארויסצוהעלפן.

די ארבעט וואס שש האט אריינגעלייגט איז שוין געטון געווארן, און דאס איז אונזער יסוד אויף וואס מיר קענען יעצט ווייטער בויען. מיר לייגן אריין פרישע כוחות צו מאכן דעם וועקער שענער און בעסער ווי קיינמאל בעפאר. די ארטיקלען, דער תוכן, די הגה, די גראפיק, די פראפעסיאנאליזם -- אלעס גייט דורך א גענצליכע איבערמאכונג.

שיקט אריין אייער ארטיקלען צו e vekerjournal@gmail.com e
זונטאג יאנואר 01, 2017 8:07 pm#358485
אויף וואסערע ענינים איז אינטרעסאנט צו שרייבן?
זונטאג יאנואר 01, 2017 8:18 pm#358486
וואס אימער: אריגינעלע געדאנקען, שרייבערישע ווערק, ביאגראפיעס פון פערזענליכקייטן און שילדערונגען פון געשיכטעס וועלכע וואלטן נישט באשריבן געווארן אין דעם "שטערן", עצות, פערזענליכע ערפארונגען, פאעזיע, ועוד.
זונטאג יאנואר 01, 2017 9:16 pm#358500
איך האב שוין געבעטן שש בשעתו, געב עפעס איידיעס פון ספעסיפישע נושאים וואס מ'קען קאווערן.

איך ווייס פשוט נישט וואו אנצוהייבן און וואס פאסט אריין אין אזא מעגעזין. אסאך געדאנקען ווירבלען אין קאפ, און מדארף פשוט הערן א ליסטע וואס איז שייך אדורכצוטון.

ישר כוח פארן אננעמען די גרויסע פראעקט.
דינסטאג יאנואר 10, 2017 12:33 am#359398
איך וויל איבער'חזר'ן א נקודה וואס כ'שמועס אביסל אויס אנפאנג פון דעם אשכול: דער וועקער זוכט נישט דייקא גרויסע ארטיקלען. א פראכטפולער קלאסישער ארטיקל קען באשטיין אפילו בלויז פון 3000 קערעקטערס.

אויב איר האט א שיינער געדאנק וואס איר ווילט מיטטיילן מיט'ן ציבור, קנעט עס שיין אויס, און מאך דערפון אן ארטיקעלע. עס דארף אן אנפאנג, א סוף, און פלייש אינדערמיט.

אוודאי זענען ריזיגע מחקרים און ברייטע ווערק גאר חשוב, אבער עס איז דא א מקום פאר אלעם. אדרבה, געוויסע ארטיקלען דארפן זיין קורץ, און אז מ'רעדט זיך איין אז נאר אויב עס איז לאנג איז עס עפעס ווערד, נעמט מען זיך קייען שטרוי, און מ'מאכט עס קאליע.

די חשיבות פון אן ארטיקל איז נישט דער סכום קערעקטערס, נאר דער ארבעט און מחשבה וואס ליגט דערין.
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:23 pm#359627
רבותי, עס איז נאך דא ווייניגער ווי א וואך ביז דעם דעדליין.

דער אבסאלוטער דעדליין איז קומענדיגער מיטוואך.

איך בין נישט געוואוינט צו גוזמאות און סופערלאטיוון, אבער גלייבטס מיר אויפ'ן ווארט -- עס קומט אן אויסגאבע וואס די וועלט האט נאכנישט געזען. עס זענען שוין ארייגעקומען א צאל אויסנאם-הערליכע ארטיקלען, און מיר פאנגען אן עטליכע נייע קאלומס, בנוסף צו קטלא קניא'ס "חצי נחמה".

דער גראפיק דעפארטמענט שלאפט נישט. אלעס ווערט פריש איבערגעארבעט מיט אפדעיטעד מאדערנע גראפיק, אז דער וועקער זאל צעוועקן אלע צעלן פון דעם גוף. שפייעכץ וועט אייך רינען פון מויל ווען איר וועט זען וואס דא גייט פאר.

און לאמיך אייך זאגן, די גרעסטע סורפרייזעס האב איך נאך אפילו נישט בארירט דא.

איז הערט מיר צו רבותי, איר ווילט אייערע ארטיקלען אין דער אויסגאבע. דאס גייט אנקומען נאנט אין ווייט, ווייל קיינער גייט דאס נישט וועלן פארפאסן.

עס איז נאך דא 5-6 טעג. כאפט אריין, שרייבטס, ענדיגטס צו, זייט מגיה, און שיקט אריין אייערע סחורה!
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:37 pm#359628
איי מאסט סעי, כ'בין זייער עקסייטעט. יישר כח!
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:51 pm#359631
דער גרעסטע אויפטו (אויף יפוצו) וועט זיין ווען עס וועט פארקויפט ווערן אין געשעפטן אין אלע היימישע געגנטער.
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 3:18 pm#359634
קודם דארף מען איינער וואס איז גרייט צו טוהן דער פוס ארבעט דערצו. פשוט גייען צום ניוז-סטענד און ערלעדיגען. איך וואוין נישט אין א אידיש רעדענדיג שטאט, און קיין איינס וועט זיך נישט פארקויפט ווערען דא. אבער די וומסב"ג, לאנדאן און מאנסי אידען ווערען געבעטען זיך איינצומעלדען.
זונטאג יאנואר 15, 2017 6:16 am#359756
וזרח השמש!
איך בין אזוי פרייליך! יום בשורה היה לנו, ווען חברים יקרים האבן מיר איינגעמאלדן אויף אימעיל אז אין קאווע שטיבל זיצט א העלד, און שלאפט נישט.

ידידי היקר והחשוב החכם @אבטולמוס האט איבערגענומען די לייצעס, און צוזאמען מיט א גאר ערפארענער שטאב האבן זיי מחליט געווען ווייטער צו פירן דעם העכסטס פראפעסיאנאלן זשורנאל אין אידישן וועלט - "דער וועקער".

האמת אגיד, ווען איך האב אנגעהויבן מיטן אמאליגן 'חלום' פון א זשורנאל, האב איך גלייך געלייגט אן אויג אויף אונזער ראוב'לע... זיין חכמה און קלארקייט האט מיר באגלייט פונעם ערשטן וועקער ביזן לעצטן וועקער וואס איך האב אנגעפירט. ביי יעדן איינציגן זשורנאל האב איך געהאט נוצן פון פרישע געניאלע געדאנקן וואס ראובן האט מיר געזאגט.

זעענדיג דאס, האב איך אים עטליכע מאל קלאר געשטעלט אז איך גיי אויפהערן צו פירן דעם פראיעקט נאך א האלבע יאר, און ער זאל זיך צוגרייטן איבערצונעמען די לייצעס לכשיבוא הזמן... הגם איך גלייב אז ראובן האט מיר בשעתו נישט אנגענומען צו ערנסט, און ראובן איז לכתחילה נישט געווען אינטרעסירט צו פירן דעם פראיעקט, האט איך אבער יא ב"ה געהאט א טביעות עין צו וויסן ווער עס גייט למעשה זיין דער אחד יחיד ומיוחד וואס איז פאסיג פאר אזא ארבעט, ווי אנפירן און שטיין אין שפיץ פון א 'וועקער' רעדאקציע.

דערפאר מה גדלה שמחתי צו זען ווי דער אלטער ארי שבחבורה, ראובן בכור לשבטי ישראל, האט טאקע מחליט געווען צו שטיין אין שפיץ פון אזא וויכטיגע זשורנאל וואס דינט ווי דער לעצטער רוף זיך צו דערוועק"ן, און איך האף און איך גלייב אז אונטער זיין קאדענציע וועט דער וועקער שטייגן צו פרישע שטאפלן וואס זענען נאך פריער נישט געווען.

כאטש וואס איך רעד דא היבש שפעט, דארף איך פארט ארויסגעבן מיינע הרהורי ורגשות הלב דערוועגן, גלייך נאכן צוריקקומען צו באזוכן אונזער געשמאקער ווינקל - קאווע שטיבל.
זונטאג יאנואר 15, 2017 6:18 am#359757
עוד אחת אדבר בזה.

איך פריי מיך צו האבן א חלק אינעם נייעם וועקער, מיטן אפשרייבן א לענגערן שטיקל מחקר איבער אן אינטרעסאנטער נושא.

עס איז שוין אריינגעשיקט געווארן צו ידיד היקר ראובן, א שטיק צייט צוריק.


זאל דער וועקער ווייטער וועקן, [אפילו אזעלכע וואס שלאפן מחודש לחודש]...
זונטאג יאנואר 15, 2017 5:27 pm#359795
יא, ATUB @שש משזר ATUB האט אריינגעשיקט א הערליכער ארטיקל מיט וואס דער עולם וועט זיך באלעקן די פינגער. כ'האף היינט אדער מארגן צו לייגן א שטיקל אפדעיט אויף די ארטיקלען וואס זענען שוין אריינגעקומען.

עס איז כדאי צו באמערקן אז דער נייער וועקער וועט נישט האבן קיין שום ארטיקל וואס איז שוין נתפרסם געווארן. אלעס איז גענצליך פרישע סחורה.
זונטאג יאנואר 15, 2017 9:16 pm#359801
אפדעיט

קוים פיר טעג איז פארבליבן ביז'ן דעדליין פאר'ן וועקער, און מ'ארבעט אויף אלע פראנטן. ווי פארשפראכן וועל איך דא געבן א שטיקל איבערזיכט פון די ארטיקלען וואס זענען שוין אריינגעקומען, אדער האלטן אין די לעצטע שטאפלען פון פארענדיגט ווערן. איך וועל שרייבן די נעמען פון די מחברים נאר פון די וואס האבן אליין מפרסם געווען.

  • ידידינו שש משזר האט אונז געשאנקען א מתנה א הערליכער ארטיקל אויף א תורה'דיגער נושא וואס איז מברר א שיטת הרמב"ם מיט א ראציאנאלן בליק;
  • אן ערנסטער תשובה להלכה אויף א קאמישער נושא, וואס וועט אייך פארקנייטשן דעם שטערן בעת'ן לאכן פון קאמעדיע;
  • א פארש-ארטיקל וועגן איידעמער פון א בארימטן רבי'ן (און אפשר דער רבי אליין) וועלכע האבן געהאט א ספרים געשעפט וואו מ'האט פארקויפט ספרי השכלה;
  • א דראמאטישע שטיק פיקציע מיט אקטועלע נושאים;
  • א שמועס צווישן צוויי ידענים איבער פארנעפלטע פרטים אין דער אידישער היסטאריע;
  • מושי'ס ווינקל - א טאלאנטפולער ארטיסט פאנגט אן א סעריע קאריקאטורן ספעציעל פאר'ן וועקער;
  • ידידינו פליקער גייט ווייטער מיט זיין גאר-אינפארמאטיוון קאלום אויף קענסער;
  • ידידינו געוואגטער אינגל שענקט אונז דער המשך פון זיין דראמאטישן סיפור דער ראדימנער פראצעס;
  • ידידינו ליטוואק פון בודאפעסט איז ממשיך מיט זיין אינהאלטרייכן שמועס מיט דעם צעמישטן יונגערמאן.

    עטליכע נייע קאלומס:
  • "חצי נחמה
" - א הילף קאלום פון דעם בארימטן שריפטשטעלער קטלא קניא;
  • "מאזאאיק" - א קאלום וואס וועט אייך אינפארמירן און קיצלען;
  • "בימים ההם" - א קאלום וואס וועט אייך צוריקפירן צו דער נישט-ווייטער פארגאנגנהייט;
  • "אויגנבליק" - א קאלום וואס וועט אייך אוועקפירן פון אייער באקוועמע זאנע.

    און...

    אן ארומנעמענדיגער אינטערוויו מיט אן אינטערנאציאנאל-בארימטע פערזענליכקייט - ספעציעל צום "וועקער"!


  • דאס איז אלעס א ליסטע פון ארטיקלען וועלכע זענען שוין גרייט צום דרוק, אדער זענען שוין כמעט פארטיג. פארשטייט זיך אז א שיינע צאל חברים ארבעטן נאך אויף זייערע ארטיקלען, און אין די יעצטיגע טעג יאגן זיי זיך אונטער צו פארענדיגן אין צייט פאר דעם דעדליין.

    רבותי, כאפטס אריין, און שיקט אריין אייער ארטיקל פאר דעם דעדליין!
    זונטאג יאנואר 15, 2017 10:01 pm#359805
    די שפייאכץ רינט מיר שוין..
    דינסטאג יאנואר 17, 2017 12:36 am#359945
    טובים השנים מן האחד...


    כ'האב אקארשט אריינגעשיקט מיינס א צווייטן לענגערן ארטיקל [קרוב צו 11,000 קערעקטערס] צו ATUB @ראובן ATUB , וואס וועט אי"ה ערשיינען אינעם נייעם וועקער תחת הנהגתו.


    דער וועקער וועקט...!
    דינסטאג יאנואר 17, 2017 2:02 am#359948
    שש משזר האט געשריבן:כ'האב אקארשט אריינגעשיקט מיינס א צווייטן לענגערן ארטיקל [קרוב צו 11,000 קערעקטערס] צו @ראובן, וואס וועט אי"ה ערשיינען אינעם נייעם וועקער תחת הנהגתו.


    דער וועקער וועקט...!

    @ראובן האלט דאך אז דער קערעקטער צאל מיינט גארנישט.
    דינסטאג יאנואר 17, 2017 2:04 am#359949
    וואס וועט זיין מיט @ראובן'ס פארזעצונג? איך זעה עס נישט אין די ליסטע.
    דינסטאג יאנואר 17, 2017 6:20 pm#360016
    עס איז ממש נאכנישט געהערט אדער געזען געווארן, אז מען זאל טרעפן א סערוויס, אדער פראדוקט, וואס עמיצער זאל אהערשטעלן, אן ארויסנעמען א בענעפיט. זאל דאס זיין סיי וואס, אפילו אויף טרונקען קאווע ביי חצות, און זאגן תהלים, איז שוין היינט אוועקגעשטעלט גרויסע שנאר פירמעס, מיט סי-אי-או'ס און קאנפרענץ צומערן, פי-אר ריזן, מיט געשליפענע אגענטן.

    פון אלס און אלעמען מאכן מענטשן געלט. פון אתרוגים קאמפאט, ביז אינשורנס אויף די אתרוגים קאמפאט. דער עולם איז מאני מיינדעד אויף שיליאן, ווער זאל דיר געבן א ניקל? יעדער איז דא פאר זיין "קעששש", ווי דער רבי זאל זיין געזונט ר' קעווין אלערי פירט זיך צו אויסדרוקן מיט עטליכע שין'ס וואס לויפן נאך.

    אלזא עס וואונדערט זיך פון איין זייט, און פאדערט רעספעקט פון די צווייטע. זיך צוקוקנדיג ווי מענטשן לייגן אריין שעות, נאר אויף צו שפירן אז זיי טוען וואס זיי האבן צו טון, זיי ווילן ערפולן א חלל וואס נישט נאר איז מען דאס נישט מכיר טוב ווי עס באדארף צו זיין, נאר ס'רוב פון די ארטעדאקסישע אידנטום וואלט א שפיי געטון אויף די ארבעט, נישט אנערקענט, און מער געשעצט צו באקומען א לופטיגע רעבישע בילדער אויסגאבע ווי מען זעט א גראבע פעקל פלייש פון ארץ ישראל, ביים באזוכן אין זיינע מוסדות, וואס העלפן אים דורכשטופן, דעם אנדערן העלפט טאג (די שעות וואס ער איז נישט אין באנק, און האט נישט קיין מזוזות ווי צו קלאפן)
    עס איז באמת עמעזינג, משוגע צו ווערן, זעענדיג וואס איין געזעלשאפט קען צוזאמטרייבן, די כוחות, און אמבציע וואס דער קרייז דא לייגט אריין, פשוט צו נעמען די טאלאנט וואס גאט האט געשאנקען און דאס ריכטיג נוצן, און שעצן, דאס איז טאטשי, און באגריסנסווערד.

    אסאך לעיקס קומען נאטורליך, און אסאך לעיקס האבן מענטשן געבויעט, צו אריינברענגען עקאנאמיע צווישן זייערע דערפער.

    די פראבלעם פון נישט געהעריג שעצן ריכטיגע טאלאנט, איז א ערנסטע לאך, און אט דא זענען פאראן העראאישע קעמפער וועלכע פילן אן די לאך מיט וואסער, זיי בויען א לעיק, קרעדיט צו שש משזר וואס האט אנגעהויבן מיטן ברענגען וואסער, און צו די וואס טוען נאכגיין אין זיינע פוסטריט, עס איז שוין דא א באזע, און יעצט קען שוין @ראובן נעמען א שיפל, און זיין די שיפס קאפיטאן אינעם וואסער וואס מיר האבן שוין באוויזן צו אהערשלעפן.

    אלעס שיינע משלים, געדאנקען, און אבזערוואציעס, און עס קומט זיך א געוואלד מיט קרעדיט פאר די ערנערגישע און אמביציעזע כוחות וואס זענען איינגעשפאנט, אין דעם מיסיע פון "דער וועקער: געגאנגען ווייטער!" מיר וועלן קענען צייגן אונזערע קינדער אז זיי האבן יא מיט וואס צו שטאלצירן, און נישט יעדער איז געווען טייל אין בויען אזא פארפלאנטערטע לעבנסשטייגער, וואו זיי געפונען זיך, נאר עס האט גערודערט א שטימע פון מענטשן וואס זיי האט קיין שום מיטל נישט געקענט אפהאלטן פון טון דאס וואס עס איז ריכטיג.
    דינסטאג יאנואר 17, 2017 6:28 pm#360017
    חוץ געלט איז כבוד אויך נישט אוועק צו מאכן. אגענדע. אגענדע. אגענדע.
    דינסטאג יאנואר 17, 2017 7:13 pm#360021
    ס'איז דא א באקאנטע מעשה מיט'ן ח"ח.
    אינמיטן שרייבען דער משנה ברורה, האט ער זיך אמאל שווער געשוויצט אסאך שעות אויף איין ווארט צו זאץ. נאכ'ן אראפשרייבן האט הרב לייב, דער זוהן פון ח"ח געפרעגט "טאטע, קומעדיגע דורות וועלן דען וויסען פון די מיה און פלאג וואס אונז לייגען מיר דא אריין?"

    האט דער ח"ח געענטפערט "ווען מ'האט געבויט די באן שינעס אריבער גאנץ רוסלאנד, האט זיך געפונען ערגעץ אין די וויסטעניש פון די רוסישע סטעפפע א טאטע מיט א זוהן וואס האבן געארבעט צוזאמען מיט'ן אראפלייגען די שינעס. אינמיטן האט דער זוהן געפרעגט 'טאטע, וועלען די רייזער'ס אנערקענען אז דא האבען מיר אונז אזוי געארבעט?', האט דער טאטע געענטפערט 'צאר פאפושקע', דער צאר איז אונזער פאטער. אונז ארבעטן מיר נישט פאר דער רייזער, אונז ארבעטן פאר דער צאר".
    מיטוואך יאנואר 18, 2017 10:31 am#360071
    רבותי, קוים 15 שעה געבליבן!
    מיטוואך יאנואר 18, 2017 7:14 pm#360103
    פתח לנו שער בעת נעילת השער

    גוט, כ'האב שוין גענוצט די קלישעי אויך. אבער מ'האלט שוין טאקע ביי נעילת השער! ווייניגער פון זעקס שעה איז פארבליבן ביז דער וועקער ווערט געשלאסן.

    ווי איך האב אייך שוין געזאגט, קומט א וועקער וואס וועט איבערשטייגן אלעס ביז אהער. א מייסטערווערק געפאקט מיט סחורה ווי גאלד!

    עס זענען שוין דא 25 הערליכע ווערק. יא, איר האט גוט געלייענט! ווערק פון ווערטער, בילדער, פאעזיע, פראזע און ארט.

    דער גראפיק דעפארטמענט ארבעט טאג און נאכט, און צוביסלעך קומען ארויס דיאמאנטן אין פארעם פון הערליכע מאמרים.

    דער וועקער וועט אייך וועקן, אבער אויך דערפרייען, דערצערענען, אינספירירן, אינפארמירן, דערקוויקן און דערשטוינען. אינעם וועקער וועט איר זיך אנזעטיגן מיט טשיקאוועס און טרויעריגס, ערנסטע ארטיקלען באגלייט מיט מחשבה'דיגע, ארומגענומען מיט פראקטיק, פערספעקטיוון, און ידיעות.

    יא, איר ווילט זיין א חלק פון דעם!

    עס איז נאך דא צייט צו שרייבן און אריינשיקן. כאפטס אריין אין די לעצטע שעות!
    דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 12:31 am#360144
    נאך א האלבע שעה געבליבן.
    דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 1:01 am#360146
    טייערע משתתפים,
    א גרויסן דאנק פאר אייערע הערליכע ווערק. נאר א דאנק אייך וועט ערשיינען אזא אויסערגעווענליכע אויסגאבע.

    די רעדאקציע איז יעצט געשלאסן פאר נייע ארטיקלען.

    בילד

    אין די קומענדיגע טעג וועלן מיר ווייטער ארבעטן אויפ'ן וועקער און עס גרייטן צום דרוק.
    דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 1:41 am#360150
    חידה: וויפיל אזייגער איז דער לעצטער ארטיקל אריינגעקומען צום וועקער?
    דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 1:43 am#360151
    אויף די קאווע שטיבל זייגער איז מעגליך 12:59.
    דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 1:56 am#360153
    יאפ, 11:59.
    דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 2:12 am#360157
    בשלי הרעה הזאת?
    ווייל כהאב אריינגעשיקט ברגע האחרון א ארטיקל. ארטיקל מאי קא משמע לן? א וויץ.
    או אינו נאר עפעס מער ווי סתם א וויץ? תיק"ו = ו'עקער ית'רץ ק'שיות.
    זונטאג יאנואר 22, 2017 12:43 am#360281
    ראובן אפשר קום אריים מיט א אפדעיט ווי מען האלט.
    ווען מ'קען זיך רעכענען אז עס וועט ארויסקומען.
    ווען וועט עס זיין ביי 13/49
    מיר קוקן ארויס בכליון עינים.
    זונטאג יאנואר 22, 2017 4:33 pm#360322
    Re: דער וועקער: געגאנגען ווייטער!
    @ראובן ווי האלט די מצב? ווען איז מען שוין זוכה צו די אור הגנוז?
    זונטאג יאנואר 22, 2017 5:18 pm#360331
    אלס א געוועזענער רעדאקטאר קען איך עדות זאגן אז די אלע מעסעזשעס "נו ראובן ווען קומט עס ארויס, ווען גייט מען שוין זוכה זיין צו דעם אור הגנוז?" געבן גארנישט צו, עס העלפט נישט אויפבויען די מאמענטום, עס מאכט סתם נערוועז די ארויסגעבער כאילו זיי זענען עפעס שולדיג פאר איינעם און דארףן אפגעבן דין וחשבון פאר ווער נאר עס האט א לאנגעווייליגע מינוט און שמעקט סתם פון נהמא דכסיפא דערקוטשענונגען. עס וועט אי"ה ארויסקומען ווי נאר עס וועט זיין גרייט, ווילסט עס שטארק זען אינדרויסן, אפפער עפעס ממשות'דיגע הילף אין אישי.
    זונטאג יאנואר 22, 2017 5:26 pm#360332
    Re: דער וועקער: געגאנגען ווייטער!
    פוינט טעיקן. איך האב עס אנגעקוקט פון אן אנדערע פערספעקטיוו, זיצט איינער און שוויצט זיך אויס די טעג, און קיינער געט נישט קיין דעם אויב ס'קומט שוין ארויס צו נישט, איך האב ס"ה געוואלט ווייזן מיין אינטערעסע אין די זאך. איך בין דאס מעיד פון מיין עקספיריענס מיט פארשידענע עסקנות וואס כ'בין עוסק, הגם קיינער צאלט מיר נישט, אבער דאס זיך נאכפרעגן און זיך צו טוהן מאכן געבט מיר חשק צו ווייטער אנגיין.

    @ראובן מיר ווארטן אומגעדולדיג אבער מיט געדולד!..
    זונטאג יאנואר 22, 2017 5:53 pm#360338
    כוכב האט געשריבן:אלס א געוועזענער רעדאקטאר קען איך עדות זאגן אז די אלע מעסעזשעס "נו ראובן ווען קומט עס ארויס, ווען גייט מען שוין זוכה זיין צו דעם אור הגנוז?" געבן גארנישט צו, עס העלפט נישט אויפבויען די מאמענטום, עס מאכט סתם נערוועז די ארויסגעבער כאילו זיי זענען עפעס שולדיג פאר איינעם און דארףן אפגעבן דין וחשבון פאר ווער נאר עס האט א לאנגעווייליגע מינוט און שמעקט סתם פון נהמא דכסיפא דערקוטשענונגען. עס וועט אי"ה ארויסקומען ווי נאר עס וועט זיין גרייט, ווילסט עס שטארק זען אינדרויסן, אפפער עפעס ממשות'דיגע הילף אין אישי.


    ביסט זיכער כוכב אז יעדער איז אזויווי דיר? איך מיין אז עס הייבט דוקה יא די מאמענטום.
    זונטאג יאנואר 22, 2017 6:05 pm#360340
    ממש א פאל פון אלו ואלו. כוכב זאגט גוט און נעגעל וואסער זאגט גוט. און אפילו מושב זאגט גוט.

    דער ארבעט גייט העפטיג אן. מיר האפן ארויסצוקומען אויף קומענדיגן זונטאג.
    זונטאג יאנואר 22, 2017 9:08 pm#360363
    ראובן האט געשריבן:דער ארבעט גייט העפטיג אן. מיר האפן ארויסצוקומען אויף קומענדיגן זונטאג.

    כל הכבוד! אזוי שנעל האב איך זיך נישט גערעכענט! כ'בין געווען זיכער נישט פאר חמשה עשר.
    דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 11:25 pm#360881
    מ'בעט מיר אין אישית אז כ'זאל געבן אן אפדעיט. לאמיך אייך זאגן רבותי, מ'שלאפט נישט. ס'טוט זיך אויף טישן און אויף בענק. אזויווי איך האב פארשפראכן וועט טאקע זיין. ס'קומט אן אויסגאבע אויף א שטאפל וואס די אידישע וועלט האט נאך נישט געזען.

    ווי ס'קוקט אויס וועט די יציאה לאור טאקע זיין דעם זונטאג.