Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » קאווע שטיבל • יארצייט'ן

קאווע שטיבל • יארצייט'ן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
164 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 343 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11188
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 2:58 pm#358329
יארצייט'ן
אזוי ווי ס'איז נאך נישט דא אזא אשכול
וואלט איך געוואלט בעטן פון אלע שטיבל פריינט
ווען אימער איינער ווייסט פון א יארצייט אויף יענעם טאג
אדער קען א סיפור, ניגון ,תורה, לשון הרע, בילד אד"ג אויפ'ן בעל הילולא
זאל ער זיין אזוי גוט און דא ארויפלייגן
איך וועל אנהייבן איך האף די שטיבלסלייט וועלן הנאה האבן פון דעם און מיטהעלפן
נ.ב. אירועים אויף יענעם טאג יום הצלה יום הולדת וכו' אויך וועלקאמ"ד
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 3:01 pm#358331
כ"ט כסלו
ר' גדלי' מליניץ זי"ע
נסתלק שנת תקס"ד לפ"ק
בעמח"ס תשואת חן
תלמיד פון בעש"ט הק' און פון ר' מיכל מזלאטשוב

ר' ישראל מהוסיאטין זי"ע
נסתלק שנת תש"י לפ"ק
א רעכטער אייניקל פון הייליגן רוזינער
דאס לעצטער פארבליבענעם אייניקל פונעם רוזינער נאכ'ן קריג
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 3:03 pm#358332
יום הצלה פונעם בעל התניא
דאס צווייטן מאל ער איז געזעצן אין תפיסה

יום הולדת ר' מרדכי דוב מהורנסטייפל זי"ע
שנת ת"ר לפ"ק
בעמח"ס חיבור לטהרה, תורי זהב, פלא יועץ ועוד
פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 1:05 pm#358393
ר"ח טבת
ר' אברהם משה ב"ר שמחה בונם מפרשיסחא זי"ע
נסתלק שנת תקפ"ט לפ"ק
זונטאג יאנואר 01, 2017 4:18 pm#358466
ג' טבת
ר' אברהם מסטרעטין זי"ע
נסתלק שנת תרכ"ה

ר' מרדכי מראדוויל ב"ר לוי זי"ע
נסתלק שנת תרס"ה

ר' חיים שמואלוביץ זי"ע ר"י מיר
נסתלק שנת תשל"ט
מאנטאג יאנואר 02, 2017 2:16 pm#358572
ד' טבת
ר' גרשון חנוך מראדזין זי"ע
נסתלק שנת תרנ"א לפ"ק

ר' חיים שניאור זלמן מליאדי ב"ר מנחם מענדל מליובאוויטש זי"ע
שנת תר"מ לפ"ק

ר' שמואל יוזופוב ב"ר ברוך בן ציון מדובנא זי"ע
שנת תשל"ח לפ"ק
מאנטאג יאנואר 02, 2017 11:10 pm#358637
חוקר וסקרן האט געשריבן:אזוי ווי ס'איז נאך נישט דא אזא אשכול
וואלט איך געוואלט בעטן פון אלע שטיבל פריינט
ווען אימער איינער ווייסט פון א יארצייט אויף יענעם טאג
אדער קען א סיפור, ניגון ,תורה, לשון הרע, בילד אד"ג אויפ'ן בעל הילולא
זאל ער זיין אזוי גוט און דא ארויפלייגן
איך וועל אנהייבן איך האף די שטיבלסלייט וועלן הנאה האבן פון דעם און מיטהעלפן
נ.ב. אירועים אויף יענעם טאג יום הצלה יום הולדת וכו' אויך וועלקאמ"ד


שרייב עס אביסעל מער איידעלער, א דבר פלא אויפ'ן בעל הילולא....
דינסטאג יאנואר 03, 2017 3:06 pm#358685
ה' טבת
ר' אהרן מטיטיב ב"ר צבי בן הבעש"ט זי"ע
נסתלק שנת תקע"ח

ר' אברהם יעקב מסאדיגורא ה'אביר יעקב' ב"ר ישראל זי"ע
נסתלק שנת תשכ"א לפ"ק

דידן נצח
שנת תשמ"ו
דינסטאג יאנואר 03, 2017 7:41 pm#358715
Re: יארצייט'ן
חוקר וסקרן האט געשריבן:כ"ט כסלו
ר' ישראל מהוסיאטין זי"ע
נסתלק שנת תש"י לפ"ק
א רעכטער אייניקל פון הייליגן רוזינער
דאס לעצטער פארבליבענעם אייניקל פונעם רוזינער נאכ'ן קריג


וואס מיינט דאס לעצט פארבליבענע?
די אלע ריזשינע אייניקלעך זענען וואס?
דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:22 pm#358738
Re: יארצייט'ן
א איד האט געשריבן:
חוקר וסקרן האט געשריבן:כ"ט כסלו
ר' ישראל מהוסיאטין זי"ע
נסתלק שנת תש"י לפ"ק
א רעכטער אייניקל פון הייליגן רוזינער
דאס לעצטער פארבליבענעם אייניקל פונעם רוזינער נאכ'ן קריג


וואס מיינט דאס לעצט פארבליבענע?
די אלע ריזשינע אייניקלעך זענען וואס?

ער איז געווען דער איינציגסטער אייניקל פונעם רוזינער נאכן קריג ( דריטע דור נישט אור אייניקל)
דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:34 pm#358740
ו' טבת איז די יארצייט פונעם הייליגן שיניעווער רב זי"ע ועכ"י אמן.
ס'דא עפעס א אינטערעסאנטע מעשה מיט'ן שיניעווער רב, אז ווען ער איז געווען אין א"י האט ער געוואלט גיין קיין מירון, אין עפעס ווען ער אז געווען אויפ'ן וועג אהין צו וואס, איז עפעס א ספר אראפגעפאלן, אין ווען ער האט עס אויפגעהויבן האט ער געזען אז ס'איז אויפגעמישט דארט ווי ס'שטייט אז א זון וואס קריגט זיך מיט'ן טאט'ן זאל נישט פאר'ן קיין מירון ,( עפעס אזוי ס'נישט מדיוק ) אין ער איז למעשה טאקע נישט געפארן וועגן דעם , אין שפעטער האט מען אויסגעפונען אז די רוזשינ'ע חברה האבן געהאט געדונגען אראבער'ס וואס זאלן עם ארלעדיג'ן אויפ'ן וועג קיין מירון......
הרב יחזקאל שרגא בן הרב חיים זצ"ל
דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:38 pm#358741
פאר אזעלכע מעשה'עס קען מען גיין קיין אייוועלט אויך
דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:45 pm#358744
Re: יארצייט'ן
וועלכע מעשה דען ווילסטו הערן דא?
דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:47 pm#358745
וואס ס'פאסט זיך פאר אזא אשכול.
דינסטאג יאנואר 03, 2017 10:11 pm#358752
אז מ'רעדט פון שינעווער רב אין מירון איז געדרוקט אז ער פלעג דאווענען אין סאדוגערער שטיבל און צפת. עפעס איז דא א מעשה מיט'ן שמש דארט וואס האט געוואלט טון א שטיקל און לעומת זה האט שינעווער רב עם געבענטשט ברכות לרוב.
דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:11 pm#359011
ז' טבת
ר' צבי בן הבעש"ט הק' זי"ע
נסתלק שנת תק"מ לפ"ק

ר' מרדכי יוסף מאיזביצא זי"ע
בעמח"ס מי השילוח
נסתלק שנת תרי"ב לפ"ק
תלמידו של ר' מ"מ מקוצק זי"ע
בהסגרתו יצא ופתח בית מדרשו ורבו מבני היכלא מקוצק נהרו אחריו
מבין תלמידיו נמנו ר' לייבל'ה אייגר זי"ע
זונטאג יאנואר 08, 2017 2:20 pm#359263
י' טבת
ר' נתן שטרנהרץ מברסלב זי"ע
נסתלק שנת תר"ה לפ"ק
תלמידו של ר' נחמן מברסלב זי"ע
מאנטאג יאנואר 09, 2017 4:15 pm#359355
י"א טבת
ר' שלמה ב"ר עקיבא איגר זי"ע
נסתלק שנת תרי"ב לפ"ק

ר' יהושע ב"ר מאיר מדזיקוב זי"ע
בעל ה'עטרת ישועה'
נסתלק שנת תרנ"ג לפ"ק
מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:24 pm#359383
בן אדם האט געשריבן:פאר אזעלכע מעשה'עס קען מען גיין קיין אייוועלט אויך

איך האלט אז מ'דארף אויפמאכן אן עקסטער אשכול מיט אזאלכע פאנטאסטישע (מלשון פאנטאזיע) מעשיות. א שטייגער ווי די מעשה מיט די שלשה אחים. אדער די מעשיות פון הרב אליהו רויזנבערג ז"ל. וועלכער האט זייער גוט געקענט אויפבאקן מעשיות פון וואס דער עולם איז ארויס אין קעלבערנער התפעלות...!
דינסטאג יאנואר 10, 2017 1:13 pm#359426
י"ב טבת
ר' אברהם משה מפשעווארסק זי"ע
בעמח"ס אור פני משה
נסתלק שנת תקס"ו לפ"ק

ר' מרדכי חיים סלאנים זי"ע
הי' אב"ד או אדמו"ר לחסידי סלאנים
הרבה סיפורים הנאמנים בקרב החסידים מייחסים אליו
יצא ספר עם סיפוריו "מאמר מרדכי"
נסתלק שנת תשי"ד לפ"ק
מיטוואך יאנואר 11, 2017 6:22 pm#359567
י"ג טבת
ר' משה מלעלוב ב"ר דוד זי"ע
חתן ה'יהודי הק' זי"ע
עלה לא"י והי' שמה 70 ימים ורצה ללכת להכותל כל יום אבל הפרעות לא הניחו לו ביומו האחרון אמר שילך בכל אופן אבל הערבים זרקו אבנים עד שנלאו ללכת הלאה וחזרו הביתה ובאותו היום נפטר והי' בן 70 שנה כמנין הימים ששהה בא"י
נסתלק שנת תר"א לפ"ק

ר' מנחם מענדל מווישיווא בן ה'אהבת ישראל מויזניץ זי"ע
נסתלק שנת תש"א לפ"ק
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:03 pm#359623
י"ד טבת
ר' אלתר אלעזר מנחם מלעלוב ב"ר משה מרדכי זי"ע
{אביו של האדמורים מ49 50 ר' חיים יוסל ר' נחמן ור' אלימלך}
נסתלק שנת תשס"א לפ"ק
פרייטאג יאנואר 13, 2017 11:13 am#359690
ט"ו טבת
ר' רפאל מבערשיד זי"ע
תלמיד ר' פנחס מקוריץ זי"ע
נסתלק שנת תקפ"ד לפ"ק

ר' חיים מרדכי מנדבורנא זי"ע
בעמח"ס דבר חיים
נסתלק שנת תשל"ח לפ"ק
זונטאג יאנואר 15, 2017 2:03 pm#359777
י"ז טבת
ר' פישל מסטריקוב ז"ע
נסתלק שנת תקפ"ה לפ"ק

ר' ארי' ליבוש מווישניצא זי"ע
ה'ארי' דבי אילעא'
חותנו של הישמח משה
נסתלק שנת תר"י לפ"ק
תלמיד ה'חוזה מלובלין

המגיד המפורסם מדובנא ר' יעקב זי"ע
ידוע במשלותיו
נסתלק שנת תקס"ה לפ"ק
מאנטאג יאנואר 16, 2017 1:43 pm#359881
ח"י טבת
ר' צבי אלימלך מדינוב ב""ר פסח זי"ע
בעמח"ס בני יששכר,אגרא דכלה,אגרא דפרקא,סור מרע ועשה טוב,דרך פיקודיך,דרך עדותיך
ליקוטי מהרצ"א,ריח דודאים,מגיד תעלומה,והיה ברכה,ברכה משולשת,חידושי בני יששכר,רגל ישרה
מעין גנים,הגהות והוספות מהרצ"א,דברים נחמדים,כלי הרואים,אזהרות מהרצ"א
נסתלק שנת תר"א לפ"ק

ר' משה מקוריסטשוב ב"ר מרדכי מטשערנאביל זי"ע
נסתלק שנת תרכ"ו לפ"ק

יום הולדת ר' יואל מסאטמאר זי"ע
נולד שנת תרמ"ז לפ"ק
פרייטאג פעברואר 10, 2017 2:16 pm#362492
אבער שבת זאגט מען דאך נישט קיין תחנון?
אה, צדקתך. אה און אויך אב הרחמים...
פרייטאג פעברואר 10, 2017 2:16 pm#362493
Re: יארצייט'ן
א בראנפינ׳ל איז גארנישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 10, 2017 3:39 pm#362497
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א בראנפינ׳ל איז גארנישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אויף וואס מאכסטו קידוש שבת צופרי, נישט אויף ברוינפן??
אפשר ביי ענק מאכט מען אויף חלות?
פרייטאג פעברואר 10, 2017 3:46 pm#362499
Re: יארצייט'ן
היינטיגע צייטען מאכען די ליטווישע קידוש אויף וויין, אמאל פלעגט מען מאכען אויף מעד. אויף חלות קען מען נישט מאכען בייטאג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מוצ"ש פעברואר 11, 2017 8:20 pm#362511
no "kiddush clubs" in lakewood?
מוצ"ש פעברואר 11, 2017 10:58 pm#362520
Re: יארצייט'ן
וואלווי האט געשריבן:no "kiddush clubs" in lakewood?

וואס איז דאס? מ׳ענדיגט דאווענען 8:30, און מ׳עסט א סעודה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג פעברואר 12, 2017 2:27 pm#362567
י"ז שבט
ר' חיים פאלאג'י זי"ע

ר' יחזקאל מקוזמיר זי"ע
נסתלק שנת תרט"ז לפ"ק

ר' אליעזר שלמה מיבניאל זי"ע
נסתלק שנת תשע"ה לפ"ק
מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:25 pm#362667
י"ח שבט
ר' בינוש פינקל זי"ע
נסתלק שנת תש"ן לפ"ק
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:55 am#362936
כ' שבט
די יארצייט פון ר' חיים דוד 'דאקטיר בראנהארד' פון פייעטרקוב זצ"ל.
ס'איז ידוע די מעשה וואס איז געווען ביי אים מיט ר' דוד לעלובער זי"ע, וואס דאעמאלץ ער האט געמאכט תשובה און געווארן א גרויסע צדיק, זי"ע.
זונטאג פעברואר 19, 2017 11:19 pm#363282
זעט אויס קיינער איז נישט געשטארבן און די לעצטע צוויי מעת לעת
זונטאג פעברואר 26, 2017 10:20 am#363882
Re: יארצייט'ן
מארגען איז א׳ אדר. אינטרעסאנט אז דער ש"ך און דער גידולי תרומה האבען ביידער דער זעלבע יארצייט אום ר"ח אדר. דער וואס איז אביסל באקאנט, ווייסט אז זיי זענען נישט אזוי גוט אויסגעקומען צוזאמען, עכ"פ דער ש"ך האט שטארק און אפט אטאקירט דער גידו"ת.

אייניקלאך פון דער תוי"ט דארפען צו מאכען אן עקסטערע סעודה מארגען, לכבוד דעם אז ער האט גע׳ענדיגט זיין פראבלעמען מיט דער רעגירונג און ער האט געקענט משמש זיין ברבנות ווידער. דער נשיא הדור האט געקענט ווייטער פיהרען דער דור בהורמנא דמלכא, זה היום עשה ה׳, קטנתי מכל החסדים וכו׳ וכו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:51 pm#368705
צאנזער רב
דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:58 pm#368706
וויאזוי איז ער געשטארבן ער האט זיך דערשטיקט פון א מאשין מצה?
דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:20 pm#368716
בן אדם האט געשריבן:צאנזער רב


ליעב געהאט יודישע קינדער, אזוי פארציילט מען.

זי"ע
דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:23 pm#368718
Re: יארצייט'ן
וואלווי האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:צאנזער רב


ליעב געהאט יודישע קינדער, אזוי פארציילט מען.

זי"ע

מחוצף איינער! נאר דער ר׳ ישראלטש׳י וויזניצער מעג שמ׳ן אלס איינער וואס האט ליעב אידישע קינדער. דער וואס דערמאנט א צווייטען איז א שייגעץ און ס׳איז א מצוה איהם פיינט צו האבען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:27 pm#368720
ראשעשיבע, איך בין יעצט שטארק מסופק צו ר' ישראל'טשעס גוטער הארץ קומט פון די בוקווינא דערפלעך מיט פיר אותיות אדער אלס אייניקל פון הייליגער צאנזער רב
פרייטאג אפריל 21, 2017 7:54 am#368758
Re: יארצייט'ן
וועלכע ר׳ ישראלטש׳י וויזניצער איז אן אייניקעל פון צאנזער רב?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אפריל 21, 2017 8:21 am#368759
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:צאנזער רב


ליעב געהאט יודישע קינדער, אזוי פארציילט מען.

זי"ע

מחוצף איינער! נאר דער ר׳ ישראלטש׳י וויזניצער מעג שמ׳ן אלס איינער וואס האט ליעב אידישע קינדער. דער וואס דערמאנט א צווייטען איז א שייגעץ און ס׳איז א מצוה איהם פיינט צו האבען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


וואס פארא פארגלייך איז דער ״אהבת ישראל״ צו א ״קנאי״ און א ״נוקם ונוטר״ וואס מזעהט עס נאך היינט ביי אלע זיינע אייניקלעך! יעדע זאך פון וואס ער האט נישט געהאלטן איז עס פלוצלינג געווארן א ״הלכה למשה מסיני״!

איך האלט נאר פונעם אהבת ישראל מיט זיינע קינדער, אז ס׳געפעלט דיר נישט קענסטו לעקן מיין לאלי! אונז וויזניצע חסידים האלטן אז משיח גייט אויסקוקן פונקט ווי דער אהבת ישראל! און אז זייט משה רבינו איז נישט געוועהן אזא ריינע מענטש!
פרייטאג אפריל 21, 2017 8:36 am#368761
Re: יארצייט'ן
פארוואס פארגינסטו אזוי משה רבינו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אפריל 21, 2017 9:30 am#368764
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס פארגינסטו אזוי משה רבינו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ער איז דאך געוועהן אין הימל און גערעדט פנים אל פנים מיטן אייבערשטן!
פרייטאג אפריל 21, 2017 9:34 am#368765
די איינציגסטע נארמאלע צאזנער אייניקלעך וואס איך האב געקענט איז ר׳ שלמה באבובער און זיין זוהן ר׳ נפתלי׳טשע, פארפאלן זיי זענען יא געוועהן וואוילע מענטשען...

אפילו ר׳ מאטעלע וואס פארגינט כמעט קיינמאל נישט קיין קאמפלימענט אויף קיינעם (חוץ אויפן זיידן) האט געזאגט אויפן וועג אהיים פון ר׳ נפתלי׳טשעס לוי׳ ער איז געוועהן א צדיק אמת!
פרייטאג אפריל 21, 2017 9:42 am#368766
Re: יארצייט'ן
שבת אחים האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס פארגינסטו אזוי משה רבינו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ער איז דאך געוועהן אין הימל און גערעדט פנים אל פנים מיטן אייבערשטן!

אפיקורס! און וויזניצע רבי נישט?

איך מוז דיר אויסלערנען דיין אמונות טפלות. אין יעדער דור איז פארהאנען איינער וואס הערט תורה פון דער רבש"ע אליינס פונקט ווי משה רבינו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אפריל 21, 2017 10:10 am#368768
ליטוואק, שטייט אין די תורה אז אזא נביא וואס האט גערעדט ״פנים אל פנים״ מיטן אייבערשטען וועט קיינמאל נישט זיין! קען איך מיך נישט וואגן צוזאגן אז דער אהבת ישראל איז גרעסער ווי אים.

חוץ מזה משה רבינו איז געוועהן א עכטע רבי לויט די תורה, ער האט זיך געזארגט פאר ״כלל ישראל״ און געבעטן ביים אייבערשטען פאר די אידנ׳ס וועגן, אויך אזוי דער ״אהבת ישראל״ זיך געזארגט פאר יעדע ארימאן און פאר יעדע שלעפער און פלעגט בעטן דעם אייבערשטען ער זאל אים באשטראפן און נישט כלל ישראל כיודע.
פרייטאג אפריל 21, 2017 4:53 pm#368797
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וועלכע ר׳ ישראלטש׳י וויזניצער איז אן אייניקעל פון צאנזער רב?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ר' ישראל פון ב"ב, זיין מאמע איז געווען א שינאווער אייניקל
דאנערשטאג יוני 29, 2017 4:26 pm#377246
ה' תמוז
רבינו תם זי"ע