Under maintenance
הויפט זייט » קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער

קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11340
פרייטאג פעברואר 24, 2017 5:10 pm#363815
קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער
פרטים יבואו
זונטאג פעברואר 26, 2017 1:53 am#363857
די זעלבע ארויסגעבער פון קינדליין?
זונטאג פעברואר 26, 2017 4:04 am#363869
Re: קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער
סמבטיון האט געשריבן:די זעלבע ארויסגעבער פון קינדליין?

ניין
זונטאג פעברואר 26, 2017 6:57 am#363870
Re: קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער
עס שמעקט ווי א דיירעקטע קאמפעטישן פארן קינדליין. זיי גייען האבן נאר ערליכע חומר, און נאר קינדער מיט ווייסע טשאלמי קאפלעך וועלן זיין אין די בילדער.
זונטאג פעברואר 26, 2017 8:53 am#363873
מעגליך אז קינדליין עפנט איר אייגענע קאמפעטישען
זונטאג פעברואר 26, 2017 10:46 am#363885
נישט קיין אויסגאבע
נאר קאמפעטישען מיט שומרים קארטלעך

m https://twitter.com/hasidic1/status/835217284398518273 m
זונטאג פעברואר 26, 2017 12:34 pm#363888
קרעקער האט געשריבן:נישט קיין אויסגאבע
נאר קאמפעטישען מיט שומרים קארטלעך

https://twitter.com/hasidic1/status/835217284398518273

אלעס קען זיין דארף מען נאר צו ווארטן.
זונטאג פעברואר 26, 2017 12:59 pm#363889
יש אומרים אז דער טריביון גייט דאס ארויסגעבן.
זונטאג פעברואר 26, 2017 1:56 pm#363896
דער נאמען איז זייער קריעטיוו, אבער דאס אינגל געפעלט מיר נישט. קינד-ליין וואלט געהאט א בעסער בילד.
וואו איז געווען דער עד?
זונטאג פעברואר 26, 2017 2:46 pm#363909
איסר האטלקי האט געשריבן:דער נאמען איז זייער קריעטיוו, אבער דאס אינגל געפעלט מיר נישט. קינד-ליין וואלט געהאט א בעסער בילד.
וואו איז געווען דער עד?

קריעטיוו? איך זע דא אין די די לאגא אליינס, ווי די גאנצע נאמען, קאלירן, און אטאמען, זענען נאכקאפירט און לויפן אויפן טריביון שניט פון נאכמאכן יעדן, אן האבן אביסל שעפערישקייט.

איך ווער זייער אויפגעלייגט ווען עס קומט צו די נושא פון נייע אידישע אויסגאבעס, דא אבער כאפט עס מיר נישט די הארץ פאר עטליכע סיבות.

1. קינדליין איז א רעוואלוציע, זיי זענען אויפגעכאפט אין יעדן סארט קרייז, זיי האבן געשוויצט און פארשטאנען זייער ליין, אזוי אז קינדליין איז די איינציגסטע אויסגאבע אין אידיש וואס מען בארימט דאס סיי אויף קאווע שטיבל, און סיי אויף אייוועלט, אין יעדע קהילה אדער מוסד לאזט מען אז די קינדער זאלן דאס ליינען, עס איז פול מיט ידיעה, פארש, און וויסנשאפט, אויף א פארנעם וואס איז קיינמאל נישט געווען בעפאר, זינט איך ליין אדער געדענק אויסגאבעס.

2. דער נייע אויסגאבע קינד-ערליך איז נישט דא מיט קיין ערליכקייט, ער זאל פארקויפן דאס פאר זיין באבן. ער רייט אויף די שוואכקייט וואס מאנכע פארקויפן אויפן קינדליין, נעמליך כ'האב געהערט א פרומער אינגערמאן זיך אפרעדן אויף די אראנדזשע בא'חנ'טע "באו" וואס די קינדליין קערעקטער פארמאגט, מען זוכט א שפיץ פון קריטיק, מען זוכט א ספאט, מען טרעפט א שטויבעלע און גראד שפרונגט מען ארויף דערויף מיט א סטראטעגיע צו כאפן די עקסטרעמע פרומערע פאמיליעס, (וואס דארט גלייב איך אז ער האט זייער א שוואכע קלייענטאל, ווייל אט די מענטשן באיקאטירן אלסדינג, און וועלן קיינמאל נישט ספענדן די עטליכע דאלער אויב איז דאס נישט קיין אויסגאבע מיט באריכטן איבער די לעצטערע מחאות קעגן גיוס בני הישיבות) און אויב איז ראובן גערעכט אז דער טריביון גיבט דאס ארויס מאכט עס נאך מער סענס, ווייל זיי האבן שוין א היסטאריע מיטן זיך ארויפזעצן אויף שוואכקייטן, ווי ביי זייער גרויליגע בליץ מערכה קעגן דער שטערן, מיטן פארדעקן די פנימ'ער רייטנדיג אויף די ווינט וואס צימערמאן חברה האבן געבלאזן, מיטן פארפירן אז דער שטערן האט גוי'אישע געזיכטער, היינט איז דער בליץ צוריק די זעלבע, נאכן שאפן זיין קאסטומער באזע, נישט באדעקנדיג גארנישט. דאס איז זייער סטיל אויך אין טריביון "נאכמאכן יענעם."

3. דאס אז ער נעמט די ווארט קינדערליך, איז דאס שוין נאכקאפירט פון קינדליין. ער האט כמעט די זעלבע נאמען, רייטנדיג אויף די ברענד נעים מיט וואס קינדליין פארפיגט. א קאנקורענט גיבט א צווייטע סארט נאמען געווענליך, א שטייגער ווי וואס מיר האלטן מיט יעצט, ווען אייוועלט'ס נייע גרייזן העפט הייסט לאמטערנע. שטעלט אייך פאר זייער ביכל ערשיינט, און עס הייסט "וועקער זייגער," (פיין וואלט עס געזייגט...) אויך זייער לאגא איז אזוי בולט, אז איך האב זיך גראד אנגעהויבן קראצן אין קאפ, כאפנדיג אז זייער לאגא איז נאכגעמאכט די טויס-אר-אס לאגא, איז טוט מיר וויי צו זען וואס זיי פארקויפן דא אינעם ערשטן אנאנס שוין, נאכגעמאכט די געדאנק פון א קערעקטער, (קוקט נעבעך אויס ווי דער איז הונגעריג, זיי האבן אויסגעוועלט א אינגל פון מאה שערים, פילייכט ווייל דאס שמעקט פון ערליך-קייט, אממם... קינד.

4. און אויב גיבט דאס טאקע טריביון ארויס, וועט דאס זיין א אפגעפליקטע זאך, טריביון האט א פאר'סמ'טע נאמען, זיי ברענגען ארונטער די מארקעט מיט זייערע גארבידזש, זיי שטעכן די רעדער, און מאכן חרוב אלע אויסגאבעס וואס ערשיינען מיט תוכן, דורך זיין ביליגער און גארנישט פארקויפן, און דא וועט דאס זעלביגע זיין, זיי וועלן פארעמען דעם געדאנקענגאנג פונעם ציבור אז קינדליין איז מאדערן, און אזוי וועט זיך טוישן און איבערמאכן, דאס איינציגסטע אויסגאבע, וואס האט יא שיינקייט און אינהאלט, כאטשיג וואס זיי זענען פרום, און האבן אסאך קונדן.

איך קען נישט פארשטיין טריביון, אדער סיי ווער, עס איז דער ארויסגעבער, מ'זאגט א ווערטל, אז די חילוק צווישן א איד און א גוי איז, אז ווען דער גוי באשטעלט עפעס פון א רעסטוראנט, באצאלט ער, און גייט ווייטער, דאקעגן א אידל, מאכט גראד א חשבון, "הייסט איך באצאל אים 10 דאלער, אים קאסט עס 7, מאכט ער פון מיר 3 דאלער, נאך 10 מענטשן קויפן דא מאכט ער אזויפיל, און ארויסגייענדיג ווייסט ער שוין פונקטליך וויפיל דער געשעפט מאכט, און צומארגנס איז שוין דא א קאנקורענט קעגן איבער...

איינער איז מצליח, מוזן קומען אנדערע און הרג'ענען.

די פרייזן פאר קאמיקס וועלן שטייגן, די מארקעט וועט ווערן עטוואס טייטער, און יעי עס איז ששון ושמחה.

קינדליין איז דא מיט טויזענטער סובסקרייבער, זיי האבן הערליכע ארטיקלעך, זיי ווייזן גוטע רעזולטאטן, און עס קומט זיי קרעדיט. גיימיר זיי ווייטער קויפן פאר די קינדע-ערליך.
זונטאג פעברואר 26, 2017 2:52 pm#363911
קאמפעטישאן איז אלץ גוט. אז נישט וועט קינדליין קאסטן $10 אין צוויי יאר ארום.
זונטאג פעברואר 26, 2017 2:59 pm#363913
קאמפעטישען איז זייער גוט, און כ'בין נישט קיין גרויסער חסיד פון קינדליין (א קליינער חסיד יא), אבער ליידער איז בעל מדות גערעכט.
זונטאג פעברואר 26, 2017 3:24 pm#363914
זיי גייען מסתם זיין -טיפיקעל זיי- ביליגער ווי קינדליין
זונטאג פעברואר 26, 2017 3:41 pm#363916
ראובן האט געשריבן:קאמפעטישען איז זייער גוט, און כ'בין נישט קיין גרויסער חסיד פון קינדליין (א קליינער חסיד יא), אבער ליידער איז בעל מדות גערעכט.

ווי זענען געוועהן די אלע אידישע אויסגאבעס ווען איך בין געוועהן א קינד און געלעכצט צו ליינען עפעס מעהר ווי ׳דער איד׳ און די ׳עונג שבת׳ ? היינטיגע צייטן שפראצן ארויס אידישע אויסגאבעס ווי שוואמען נאך א רעגן, איך האב נעבעך געמוזט ליינען די קלאספיידיס פון דער איד ווייל כהאב נישט געהאט וואס צו ליינען אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס, כהאב שוין געהאט איבערגעליינט ״די שטורמישע וואסערן״ פון מנחם גץ זעקס און זיבעציג מאל און ביינאכט האב איך שוין געחלמט ווי די אינקוויזיציע פארברענט דעם דיעגא לעבעדיגערהייט... :lol:
זונטאג פעברואר 26, 2017 6:41 pm#363942
שבת אחים האט געשריבן:

האסט געקענט ליינען די שרעקעדיגע שדים געשיכטעס, מיט דיבוקים און וואולקעינאוס, אין די יפה בעתו'ס שווארץ ווייסע קונטרס'ל פון ר' יפה פרץ'ן וואס איז ערשינען איינמאל א מאנאט מיט די האריגע דעקלעך, אדער געקענט ליינען די כזית'דיגע אפטיילונג מיט די "קלער" ווינקל פון חידות, אין די עונג שבת, אדער שפעטער איז געווען אין סטייל די קינדער שפיל מאנאטליכע אויסגאבע, אנגעפולט מיט געימס, אבער איז למעשה געווען א צייט שטופער ביכל, אן האבן ערנסטע ארטיקלען אדער תוכן, אדער איז געווען די בעלייכטונגען מיט די ירושלמי סטיל אידישע קאמיקס, און שפעטער איז געווען א אויסגאבע "דער בליק," אויך מאנאטליך מיט א שיינע קאלירפולע אפטיילונג פאר קינדער, וואס דאס איז געווען דער ערשטער ערנסטע קינדער אפטיילונג, מיט די שרעקעדיגע פארזעצונג פון די בית שמעי קינדער, און די אלטע שכן מיט די מאדנע בעיסמענט, (איך זאג אייך, איך ליין אסאך, מיינע אויגן נישטערן פאר אויתיות) אקעי, און דאן איז געווען דער מעלות, מיט די ברוך און זרח שמועסן, די הארציגע וויצן פון די יונגווארג, א קאלום פון דרוקעריי און יאכנישע ווייטאגן פון אלע שכנים, האסט פונקטליך געקענט וויסן ווער עס איז אויסגעלאפן פון צומיס, וועמענס שוועסטער פייניגט די אינגערע קינדער, און וועמענס טאטע שרייעט אן אלע קינדער ביי די שבת'דיגע סעודות... איך לייד נאך עד היום, פון מיין געוואוינהייט, צו אנהויבן ליינען ביכער און אויסגאבעס, פונעם לעצטן זייט, צוליב די מעלות, דארט ביי דער שווארץ ווייסע, פיר קעסטלדיגער קאמיקס, וואס די מעלות לאזט ספעציעל ליידיג, אז מען זאל דאס קענען קאלירן...

העלס יע, אפילו די אור אלטע בעלייכטונגען, מיט די קאמיקס וויאזוי די תימנע אידן זענען געווארן געפירט מיט די אייזערנע אדלערס, האב איך זיך אויך געשאפט פון מיין באבנס לייברערי, און אפגעליינט.

כ'בין העפי אז די קינדער האבן היינט קינדליין, א אויסגאבע א סוקסעס, שיינע ארטיקלען, עקסקלוסיווע מאלערייען, האסט דארט די בארימטע גולד, און דער רעספעקטירטער שטערן גדי פאללאק, און ווער נישט, וויסנשאפטליכע קאלומס, חיות, לענדער, אקטיוויטעטן צו טון אין די פרייע צייט, אינטערוויוס מיט מענטשן, עס איז א אויסטערלישע סוקסעס, עס שמעקט פון רעוואלוציע, און דאס איז וואס מאנכע קענען נישט פארגינען, און מוזן קומען מיט איבלדיגע תורת לאקשן, ווי כאילו דער קינדליין איז נישט ערליך, פאלג מיר א גאנג, טו א טובה, דריי א קאפ פון דיין שוויגער'ס בעביסיטער, לאז מיר ארויס פון בילד. א חוזק'דיגע פורים שפיל מאכט ער דא, פארוועם אינטערסירט א פרומערע אויסגאבע? פאר בני יואל אין קרית יואל? אפשר פאר די נייע תלמוד תורה פון עלטערן אן סמארטפאונס? מענטשן זענען זייער צופרידן פון קינדליין, זיי האבן די פרומסטע איבערקוקער, שרייבער, מחנכים, זיי האבן ארום דעם טיש די טייערסטע מגיהים, נעמען, פערזענליכקייטן, עס ליגט דא געלט, מיט קאפ, יארן פלאנירונג, און אויסטערלישע דרוק.

עס איז נישט ווי מען מאכט א סענדוויטש, מ'גיט א ווארף אריין אפאר געדינסטע צוויבל, אביסל זאפט, און אייערשפייז, און היידא, עס איז דא א אויסגאבע. עס דארף ליגן הארץ, מיטגעפיל, און געטריישאפט ביים רעדאקטירן, האבן א ציל אז מענטשן זאלן עכט זיין עמעזד פון דיין ארבעט, קאנעקטירן מיט די ליינער, און ספענדן געלט, נישט נאכקארמען פון בקהילה, און משפחה.

די נייע אויסגאבע האט שוין זיכער א דיעל מיט בקהילה'ס קינדער אפטיילונג, אז מען וועט דאס נאכקאפירן ווארט ביי ווארט, און מ'וועט שוין מאכן, מ'וועט שוין נעמען. האלאו, גיבט אכטונג.
זונטאג פעברואר 26, 2017 7:46 pm#363947
שבת אחים האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:קאמפעטישען איז זייער גוט, און כ'בין נישט קיין גרויסער חסיד פון קינדליין (א קליינער חסיד יא), אבער ליידער איז בעל מדות גערעכט.

ווי זענען געוועהן די אלע אידישע אויסגאבעס ווען איך בין געוועהן א קינד און געלעכצט צו ליינען עפעס מעהר ווי ׳דער איד׳ און די ׳עונג שבת׳ ? היינטיגע צייטן שפראצן ארויס אידישע אויסגאבעס ווי שוואמען נאך א רעגן, איך האב נעבעך געמוזט ליינען די קלאספיידיס פון דער איד ווייל כהאב נישט געהאט וואס צו ליינען אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס, כהאב שוין געהאט איבערגעליינט ״די שטורמישע וואסערן״ פון מנחם גץ זעקס און זיבעציג מאל און ביינאכט האב איך שוין געחלמט ווי די אינקוויזיציע פארברענט דעם דיעגא לעבעדיגערהייט... :lol:

שלשה אחים האסט נישט געליינט 10 מאל...?
זונטאג פעברואר 26, 2017 7:54 pm#363949
שמעקעדיג האט געשריבן:

כ'זוך מיט לעכט די שלשה אחים'ס דריי בענדער. כ'וויל געבן מיינע קינדער מיט וואספארא פאנטאזיעס נאך פונדערהיים מיר זענען אויפגעוואקסן. ר' אברהם מיט די מענטשן פרעסער מיט פיש מענטשן. עס איז נאך א ראמאנס אויך אלעס זיך צו טרעפן מיט די בת מלכה.

איינער פארקויפט עס נאך?
זונטאג פעברואר 26, 2017 7:54 pm#363950
Re: קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער
אז מ'רעדט שוין, ווי קומט עס אז 'די שטורמישע וואסערן' האט געהייסן כשר'ע ליין מאטריאל? ס'דאך ריין ציונות! די אידישע נקמה נעמערס?!
בײ מיר אין הערצעלע האט עס איינגעפלאנצט די ערשטע קערעלעך פון לעכצעניש נאך אידישע זעלבסט-שטענדיגקייט.
זונטאג פעברואר 26, 2017 8:30 pm#363954
Re: קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער
איך געדענק נאך ווי איך פלעג גארן און פאנטיזירן, ווי די אידישער נקמה נעמער'ס קומען זיך נוקם זיין אין די גאנצע שפאנישע פאלק פאר דון קארלאס' בלוט. מיינע פאנטאזיעס זענען געלאפן אז זיי פארמאגן שוין טאנקען, און זיי קומען אן ממש אין די סאמע לעצטע סעקונדע, ווען די אומשילדיגע אנוסים זענען שוין געבונדען אויפן אויטא דע פע, און דער הענקער גייט צו מיטן פאקל אינטערצונדען די נעבעכדיגע אידן. און אין יענעם מאמענט, ווערט די ערד דערציטערט פון די מעכטיגע רעש פון גרויסע טאנקן, די פאנאטישע פארזאמלטע פאלן אריין אין שרעקליכע פאניק פון די מאדנע ריזיגע מאשינען, זיי מיינען אז גאט אליין האט אראפגעשיקט שדים ורוחות...

אך וואסערע זיסע קינדערישע פאנטאזיעס....
זונטאג פעברואר 26, 2017 9:07 pm#363960
Re: קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער
*דון מאניועל. נישט דון קארלאס, וואס איז פון חיים אליאב\משה גרילק.
זונטאג פעברואר 26, 2017 11:26 pm#363971
בן תמליון האט געשריבן:כ'זוך מיט לעכט די שלשה אחים'ס דריי בענדער. כ'וויל געבן מיינע קינדער מיט וואספארא פאנטאזיעס נאך פונדערהיים מיר זענען אויפגעוואקסן. ר' אברהם מיט די מענטשן פרעסער מיט פיש מענטשן. עס איז נאך א ראמאנס אויך אלעס זיך צו טרעפן מיט די בת מלכה.

איינער פארקויפט עס נאך?

הממ... דער ראצפערטער ז"ל לעבט דאך שוין נישט...

אגב, דיין אוואטאר איז מעיד אויף דיר אז דו זוכסט מיט לעכט...
זונטאג פעברואר 26, 2017 11:43 pm#363974
בעל מידות איז דאך אזוי גערעכט, איך קען די ארויסגעבער פון קינדליין פערזענליך , און צו זאגן אז זיי פרובירן יעדעם צופרידן צושטעלען איז א אנדערסטעטמענט, זיי שוויצן יעדע וואך ארויף צו קומען מיט פרישע איידיעס וואס איז אויסגעהאלטן ביי אלע שיכטן און קרייזן, מען מעקט און מען פארעכט אבי יוצא צו זיין אלע שיטות, סענישט משיג צו זיין וויפוהל כח און פלאג עס גייט אריין און יעדע וועכענטליכע אויסגאבע, די רשעות און די אומרעכט פון ארויסגעבן די קינדערליך (אויב סע אמת) איז אין לשער. קען מען שוין טאקע נישט פארגינען אז א מאגאזין איז אזוי מצליח?

און בד"וו , מיין זון פון 3 יאהר צייכענט שענער ווי דער מעלער פונעם ערליךקינד
דינסטאג פעברואר 28, 2017 1:00 am#364104
ווי איז די אשכול "פארוואס איך קויף נישט קינדערליך" היתכן מ'גופעלט אריין אין קינד-ליין? ווי זענען די בינגאו קאמיוניסטן?
דינסטאג פעברואר 28, 2017 1:02 am#364105
כ'מיין אז קינדליין האט נישט וואס מורא צו האבן דערווייל

IMG-20170227-WA0217.jpg
דינסטאג פעברואר 28, 2017 1:45 am#364107
בן תמליון האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:קאמפעטישען איז זייער גוט, און כ'בין נישט קיין גרויסער חסיד פון קינדליין (א קליינער חסיד יא), אבער ליידער איז בעל מדות גערעכט.

ווי זענען געוועהן די אלע אידישע אויסגאבעס ווען איך בין געוועהן א קינד און געלעכצט צו ליינען עפעס מעהר ווי ׳דער איד׳ און די ׳עונג שבת׳ ? היינטיגע צייטן שפראצן ארויס אידישע אויסגאבעס ווי שוואמען נאך א רעגן, איך האב נעבעך געמוזט ליינען די קלאספיידיס פון דער איד ווייל כהאב נישט געהאט וואס צו ליינען אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס, כהאב שוין געהאט איבערגעליינט ״די שטורמישע וואסערן״ פון מנחם גץ זעקס און זיבעציג מאל און ביינאכט האב איך שוין געחלמט ווי די אינקוויזיציע פארברענט דעם דיעגא לעבעדיגערהייט... :lol:

שלשה אחים האסט נישט געליינט 10 מאל...?

כ'זוך מיט לעכט די שלשה אחים'ס דריי בענדער. כ'וויל געבן מיינע קינדער מיט וואספארא פאנטאזיעס נאך פונדערהיים מיר זענען אויפגעוואקסן. ר' אברהם מיט די מענטשן פרעסער מיט פיש מענטשן. עס איז נאך א ראמאנס אויך אלעס זיך צו טרעפן מיט די בת מלכה.

איינער פארקויפט עס נאך?

m http://www.yiddishbookcenter.org/collec ... nybc212663 m
פרייטאג מערץ 03, 2017 11:50 am#364421
גיב אבאכט לויף נישט, קענסט זיך איבערקערן
פרייטאג מערץ 03, 2017 2:16 pm#364428
יודל'ס האט מער נישט די קינדליין, אנשטאט געפאקט מיט קינדערליך. דאס טויג נישט פאר קינדליין. גאלדבערגס וויל אויך נישט פארקויפן די קינדליין, זאגט זיי בעטן צו אסאך. נישט קיין וואונדער די קינדליין האט לעצטענס אנגעהויבן א שטארקע סובסקריפשן דורך מעיל פראגראם.
פרייטאג מערץ 03, 2017 4:06 pm#364433
ליש שרייבט מער נישט אין קינדליין?
פרייטאג מערץ 03, 2017 4:54 pm#364435
כלבאשבוע האט געשריבן:כוועל געבן פאר קינדערליך די בענעפיט אף די דאובט, זיכער מעג ער ארויסקומען, קאמפעטישאן איז אפען פאר יעדן, נאר דער טריביוןס רעפוטאציע איז ידוע לשימצה, סשטייען אונטער דעם מענטשן אנע שום עטיקס, פארגעס פון דזשורנאליסטיק עטיקס, עטיקס בכלל, און אויב שטייען זיי אונטער קינדערליך וועלן זיי מוזן ארבעטן אויף טראסט און בויען א רעפוטאציע וואס איז אנדערש ווי טריביון.

ווילנדיג ציטירן, האב איך אנשטאט גע'לייק'ט, די פאלשע פעיסבוק אטאקע.

איך האב נאכגעקוקט ווער דער שרייבער אויף פעיסבוק איז, און איך זע אז אזא זאך עקזיסטירט נישט. דאס איז א פרישע שמוציגע פעמפער, וואס א הארטנעקיגע ממזר האט געמוזט האבן די גאטס צו פארשפרייטן, בכדי צו פארשווארצן דאס געזיכט פון א באליבטע אינגערמאן.

יעדע געשיכטע האט 2 זייטן, און געוויס פארשטייט זיך אז א מענטש וואס האט אזא שווערע טיש מיט סענסיטיווע באשלוסן, קומט אפט פאר, צו ליידן פון קאנסעקווענצן, ווי שטיין אונטער א ספאטלייט, ווען ביליגע זעהלן מיט פאלשע ניקס באהאלטן אין מייזן לעכער, שפרייטן ארום ראציגע פארפירערישע ליגנט.

יא קינדליין. באקומסט יעצט אין קערפער, ווערסט פארשעמט, כאפסט פעטש, אלעס ווייל דו ביסט געווען א הירא! האסט געטון זאכן וואס קיינער האט נישט, האסט אינוועסטירט דיין נאמען, דיין מיה, דיין גאנצע קאריערע, ווייל האסט געוואלט אויפטון, ביסט ארומגענומען מיט בארבארישע נידריגע פארשוינען וואס שפייען בלוט אז ביסט מצליח, זיי פארגינען נישט, ביסט אין א וועלט, ווי אויף די זעלבע ערד שפאצירן מענטשן אן געפילן.

אויף קאווע שטיבל, רוקן זיך יעצט אן נייע ניקס, עס פארשטייט יעדער וואס דא פאסירט, צו קאנקורירן מיט אזא שטארקע זאך ווי קינדליין מוז מען נוצן יעדע סארט געווער וואס נאר דא אין ארסענאל, מ'מוז שטארק פארשעמען דעם עקזיסטירנדן צו קענען ארויסקומען.

די וועלט איז נישט משוגע, יש דין, די אלע זאכן קומען צוריק.

עכ"פ כ'האב פרובירט צו נעמען א רואיגערע טאן, אבער אויב קאווע שטיבל, וועלכע איז א פלאץ ווי עס דרייען פארשטענדליכע מענטשן, וועט טאלערירן שמוציגע אטאקעס, קעגן פערזענליכע מענטשן, וועל איך אויפהערן שרייבן דא, און אויסמעקן מיין פעסווארד.

ביזן פארשעמען מענטשן פערזענליך!
פרייטאג מערץ 03, 2017 5:11 pm#364437
כוועל געבן פאר קינדערליך די בענעפיט אף די דאובט, זיכער מעג ער ארויסקומען, קאמפעטישאן איז אפען פאר יעדן, נאר דער טריביוןס רעפוטאציע איז ידוע לשימצה, סשטייען אונטער דעם מענטשן אנע שום עטיקס, פארגעס פון דזשורנאליסטיק עטיקס, עטיקס בכלל, און אויב שטייען זיי אונטער קינדערליך וועלן זיי מוזן ארבעטן אויף טראסט און בויען א רעפוטאציע וואס איז אנדערש ווי טריביון.
מוצ"ש מערץ 04, 2017 10:01 pm#364442
Re: קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער
כ'האב געקויפט דעם 'קינדערליך' צו זעהן אויב זיי האבן עפעס צו פארקויפן. מיין מיינונג איבער דעם איז אז ס'איז נישט אזוי געפערליך פארן פרייז, אבער זיי גייען מיט זייער ביליגערן פרייז באצווינגען 'קינדליין' אראפצונידערן פון די הויכע קוואליטעט וואס זיי שטעלן אהער, כדי זיי זאלן אויך קענען אראפגיין מיטן פרייז.

אויף א וואגשאל פון איינס ביז צעהן לייג איך קינדליין אויף 9/10, און קינדערליך ארום 4.5/10.
מוצ"ש מערץ 04, 2017 11:50 pm#364452
אויך גענומען מחנכים.
זונטאג מערץ 05, 2017 12:43 am#364459
בעל מדות האט געשריבן:יעדע געשיכטע האט 2 זייטן, און געוויס פארשטייט זיך אז א מענטש וואס האט אזא שווערע טיש מיט סענסיטיווע באשלוסן, קומט אפט פאר, צו ליידן פון קאנסעקווענצן, ווי שטיין אונטער א ספאטלייט, ווען ביליגע זעהלן מיט פאלשע ניקס באהאלטן אין מייזן לעכער, שפרייטן ארום ראציגע פארפירערישע ליגנט.
יא קינדליין. באקומסט יעצט אין קערפער, ווערסט פארשעמט, כאפסט פעטש, אלעס ווייל דו ביסט געווען א הירא! האסט געטון זאכן וואס קיינער האט נישט, האסט אינוועסטירט דיין נאמען, דיין מיה, דיין גאנצע קאריערע, ווייל האסט געוואלט אויפטון, ביסט ארומגענומען מיט בארבארישע נידריגע פארשוינען וואס שפייען בלוט אז ביסט מצליח, זיי פארגינען נישט, ביסט אין א וועלט, ווי אויף די זעלבע ערד שפאצירן מענטשן אן געפילן.
אויף קאווע שטיבל, רוקן זיך יעצט אן נייע ניקס, קיינער טראכט נישט אז דאס זענען מענדל'עך, מיט בעריש'לעך פון מאנסי, און מאנרוי, עס פארשטייט יעדער וואס דא פאסירט, צו קאנקורירן מיט אזא שטארקע זאך ווי קינדליין מוז מען נוצן יעדע סארט געווער וואס נאר דא אין ארסענאל, מ'מוז שטארק פארשעמען דעם עקזיסטירנדן צו קענען ארויסקומען.
די וועלט איז נישט משוגע, יש דין, די אלע זאכן קומען צוריק.

בין איך אין א חלום אדער אויף דער וואך? דער בעל מדות רייסט אראפ קינדערליך מיט יעדע סארט געווער וואס ער פארמאגט, און ער קומט וויינען מיט קראקאדיל טרערן אז "ביליגע זעהלן מיט פאלשע ניקס באהאלטן אין מיין לעכער, שפרייטן ארום ראציגע פארפירערישע ליגנט".
האט זיין ניק א הסכמה פון רבנים אדער א לעגאלע כח מער ווי די אנדערע ניקס וואס שרייבן? האט ער געליינט די צווייטע זייט פון די געשיכטע? היפאקריטיע!
קינדליין באקומט אין קערפער? ווערט באשמיצט? כאפט פעטש? ווייל ער איז א הירא? קאם-אן. מענטשן שפייען בלוט אז ער איז מצליח? איך וואלט איבערגעדרייט דעם גאנצן זאץ, און איך מיין אז דער פשט וואלט זיך פיל בעסער געזעצט.
יא קינדערליך. באקומסט יעצט אין קערפער, ווערסט פארשעמט, כאפסט פעטש, אלעס ווייל דו ביסט געווען א הירא! האסט געטון זאכן וואס קיינער האט נישט, האסט אינוועסטירט דיין נאמען, דיין מיה, דיין גאנצע קאריערע, ווייל דו ווילסט אויפטון, ביסט ארומגענומען מיט בארבארישע נידריגע פארשוינען וואס שפייען בלוט אז ביסט מצליח, זיי פארגינען נישט אז נאך איינער זאל זיך בויען, ביסט אין א וועלט, ווי אויף די זעלבע ערד שפאצירן מענטשן אן געפילן.

איך וואונדער זיך פארוואס דער אונטערן פלעי האט נישט אזוי אראפגעריסן די מיסטעריע. וואלטן זיי דען נישט געקענט האבן די זעלבע טענה?
זונטאג מערץ 05, 2017 12:51 am#364460
ליפא האט געשריבן:ליש שרייבט מער נישט אין קינדליין?

זיין נאמען איז נישט דארט מער
זונטאג מערץ 05, 2017 1:06 am#364461
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב גראדע געטראכט פון קויפן, אבער לויפן קען איך נישט, ס'איז צו שווער.

דעס איז דאך די מכוון פינעם עד
ווען ער הייסט דיר נאר קויפן וואלסטי אין דעם געווען מסופק
אזוי אז ערפאדערט 2 זאכן, געט ער איינס פאר דיר צו געווינען אז לויפן מיזטי נישט נאך געבן, אבער מיטן גרינעם גרייצער האט ער דיר יא געכאפט.
זונטאג מערץ 05, 2017 1:29 am#364463
קל וחומר האט געשריבן:כ'האב געקויפט דעם 'קינדערליך' צו זעהן אויב זיי האבן עפעס צו פארקויפן. מיין מיינונג איבער דעם איז אז ס'איז נישט אזוי געפערליך פארן פרייז, אבער זיי גייען מיט זייער ביליגערן פרייז באצווינגען 'קינדליין' אראפצונידערן פון די הויכע קוואליטעט וואס זיי שטעלן אהער, כדי זיי זאלן אויך קענען אראפגיין מיטן פרייז.

אויף א וואגשאל פון איינס ביז צעהן לייג איך קינדליין אויף 9/10, און קינדערליך ארום 4.5/10.

איז דארט דא פרישע סחורה אדער אלטע קאפיהפעסט פון בליץ\טריביון?
זונטאג מערץ 05, 2017 1:45 am#364468
Re: קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער
ליפא האסט פארגעסען ער האט גאנצע שטיקער פון אלטע פלאם'ס אויך
זונטאג מערץ 05, 2017 2:17 am#364469
אפשר אלטע קינדליין'ס?
זונטאג מערץ 05, 2017 2:19 am#364471
Re: קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער
ליפא האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:כ'האב געקויפט דעם 'קינדערליך' צו זעהן אויב זיי האבן עפעס צו פארקויפן. מיין מיינונג איבער דעם איז אז ס'איז נישט אזוי געפערליך פארן פרייז, אבער זיי גייען מיט זייער ביליגערן פרייז באצווינגען 'קינדליין' אראפצונידערן פון די הויכע קוואליטעט וואס זיי שטעלן אהער, כדי זיי זאלן אויך קענען אראפגיין מיטן פרייז.

אויף א וואגשאל פון איינס ביז צעהן לייג איך קינדליין אויף 9/10, און קינדערליך ארום 4.5/10.

איז דארט דא פרישע סחורה אדער אלטע קאפיהפעסט פון בליץ\טריביון?

דא פרישע סחורה, אבער די צוויי מעין ארטיקלען לעגאו און פרוכט מארקעט זענען ריסייקעלט פונעם טרוביון וואס האט שוין ריסייקעלט פונעם בליץ וואס האט ריסייקלט פון??, די קאמיקס זענען אויך איבערגעקייט פון היברו סחורה
זונטאג מערץ 05, 2017 2:32 am#364472
נאסוידער רב האט געשריבן:
איך וואונדער זיך פארוואס דער אונטערן פלעי האט נישט אזוי אראפגעריסן די מיסטעריע. וואלטן זיי דען נישט געקענט האבן די זעלבע טענה?

זיי מאכן טאקע נישט די שפיל דעם זעלבן חול המועד
זונטאג מערץ 05, 2017 3:13 am#364474
נאסוידע רב, איך וואלט אייך מציע געווען זיך צוריק צופעקלען קיין נאסויד.. ביפאר דו באוואשט אונזער באליבטע בעל מידות וואלט געווען ראטזאם צו שרייבן עפעס פאזעטיוו עפעס צו דער זאך, גלייך ביים אנקום מוזטו טיילן פעטש רעכטס און לינקס?
זונטאג מערץ 05, 2017 9:46 am#364487
אבי גערעדט האט געשריבן:די קאמיקס זענען אויך איבערגעקייט פון היברו סחורה

וועמען גייט עס אן? די משפחה טייטשט איבער פון זייער אייגענע, פון די העברעאישע צו די אנגלישע און פארקערט, דער בלאט און די צייטונג נעמען סחורה פון די העברעאישע פאפירן און זעצן עס איבער אויף אידיש. אז ס'איז גוטע סחורה, פארוואס זאלן נישט אונזערע יונגע אידיש ליינער אויך געניסן דערפון?
זונטאג מערץ 05, 2017 9:47 am#364488
Re: קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער
סמבטיון האט געשריבן:נאסוידע רב, איך וואלט אייך מציע געווען זיך צוריק צופעקלען קיין נאסויד.. ביפאר דו באוואשט אונזער באליבטע בעל מידות וואלט געווען ראטזאם צו שרייבן עפעס פאזעטיוו עפעס צו דער זאך, גלייך ביים אנקום מוזטו טיילן פעטש רעכטס און לינקס?
זונטאג מערץ 05, 2017 9:49 am#364490
קאצקע ציקער האט געשריבן:
נאסוידער רב האט געשריבן:
איך וואונדער זיך פארוואס דער אונטערן פלעי האט נישט אזוי אראפגעריסן די מיסטעריע. וואלטן זיי דען נישט געקענט האבן די זעלבע טענה?

זיי מאכן טאקע נישט די שפיל דעם זעלבן חול המועד

כידוע ליודעי חן איז עס צווישן זיי גענוג ציפעדיג, און דאך וועלן זיי זיך נישט ארונטערייסן איינער דעם צווייטן.
זונטאג מערץ 05, 2017 9:53 am#364491
סמבטיון האט געשריבן:נאסוידע רב, איך וואלט אייך מציע געווען זיך צוריק צופעקלען קיין נאסויד.. ביפאר דו באוואשט אונזער באליבטע בעל מידות וואלט געווען ראטזאם צו שרייבן עפעס פאזעטיוו עפעס צו דער זאך, גלייך ביים אנקום מוזטו טיילן פעטש רעכטס און לינקס?

איך זיץ גראדע אין נאסויד, ומצודתי פרוסה.... און לגבי דעם 'באליבטע בעל מידות' - לאמיר עס קלאר מאכן, דער העץ קאמפיין צייגט מער אויפ'ן שרייבער, ווי אויף וועמען ער שרייבט. אדם ניכר בכיסו בכוסו ובכעסו.

איבער שרייבן פאזעטיוו און נישט טיילן קיין פעטש, לאמיר עס מסביר זיין זייער קלאר. איך בין ספעשיל ארויפגעקומען דא צו ליינען איבער קינדערליך פאר איך קויף עס, און איך האב עס געזען אז נאך פאר איך האב א טשענס עס צו קויפן און זען, ווערט עס אראפגעריסן דא מיט אלערליי שמוץ ווערטער פונעם דיקשנערי. דאס האט מיר זייער וויי געטון. האב איך קודם געזאגט וואס איך האב צו זאגן איבער די אלע תגובות.
יעצט פאזעטיוו וועט נאכקומען בקרוב. אבער אזויפיל קען איך זאגן, אז איך האב געגעבן פאר מיינע קינדער צו ליינען דעם קינדליין און קינדערליך, מיין ערוואקסענע האט זיך צוגעכאפט צום קינדליין און מיין יונגערע צום קינדערליך. ביידע פון זיי האבן זענען נישט אינטרעסירט געווען אין די אנדערע. זעט אויס אז דערווייל איז די קינליין פאר עלטערע קינדער און די קינדערליך פאר די יונגערע. ביידע האבן זיך זייער קליענטל.
זונטאג מערץ 05, 2017 9:55 am#364492
Re: קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער
איך ארבעט יעצט אויף א דריטן קאמפאטישען קעגן 'קינדליין'.
כ'גיי עס רופן 'יונג-ערליך'.
ס'גייט קאסטן 2.50 די ערשטע חודש, דערנאך וועל איך צוביסלעך ארויפגיין מיט פופציג צענט אויף אמאל, בעפאר יו נאו איט וועט עס זיין ארום אכט דאלער.

ווער עס וויל אינוועסטן זאל קומען אין אישי.

נ.ב. פארשטייט זיך אז כ'וועל דינגען א רב זאל עס איבערגיין יעדע וואך, ווי אויך וועט דער רב האבן דא א ספעציעלן ניק צו קענען פארטיידיגן אלע קריטיק, אזוי וועט עס יעדער מוזן קויפן.
זונטאג מערץ 05, 2017 9:57 am#364493
go ahead.
קאמפעטישן ברענגט ביזנעס, און קאמפעטישן מאכט גרינגער פאר אלע אידישע קינדער.
זונטאג מערץ 05, 2017 10:23 am#364495
אפשר @נאסודער רב קען האבן נאך רבישע ניק וועט ער האבן ביזנעס דאפעלט.
זונטאג מערץ 05, 2017 10:33 am#364496
ס'זעהט מיר אויס ווי דער נאסוידע איז דא א נוגע בדבר.
זונטאג מערץ 05, 2017 10:42 am#364502
נאסוידער רב האט געשריבן:כידוע ליודעי חן איז עס צווישן זיי גענוג ציפעדיג, און דאך וועלן זיי זיך נישט ארונטערייסן איינער דעם צווייטן.

די אינטערן חבריא מיט זייער בעל הבית זענען געווען ביים מיסטעריע שפיל.

בכלל איז עס נישט קיין פארגלייך אהער.