שמעקעדיג האט געשריבן:קאוריג האט געשריבן:ארויסגיין עסן מיט די ווייב איז נאך אזוי וויכטיג ווי געבן פאר א ירושלימע משפחה שבת צו מאכן, און אסאך פעלער אויב נישט פאר די סאפער וואלט די געגאנגען פאר א טערעפיסט, נישט ממש באט יו געט די פוינט, ארויסגיין עסן און פארברענגן רואיגערהייט בויעט, פארשטערקערט און פארריכט רילעישאנשיפס, ווען א קאפל גייט ארויס מ'זעצט זיך אוועק עסן אין א רואיגע אטמאספערע אהן קיין קינדער, וועש, דישעס, טויס, וכו' נאר ער מיט זי, און דעטס איט, מ'קען זיך אויסשמועסן, לאכן, פארברענגען, רילעקסן אינאיינעם, דאס איז א וויכטיגע באשטאנדטייל אין א געזונטע רילעישאנשיפ
הונדערט פראצענט ס'איז וויכטיג ארויסצוגיין. אבער אי משום הא, קען מען פונקט אזוי יוצא זיין מיט א נאכטמאל וואס קאסט א צענטל די פרייז - א קנאפע 50 טאלער.
שוין, גיי לערן גוי מיט א ברטנורא.
ביי אן אתרוג זאגסטו אויך אז כל זמן ער איז א רחב בבסיסו און איז נישט איבריג קרעציג, קען מען יוצא זיין מיט'ן אומבא'חנ'ט ירוק'ל וואס מ'האט געקויפט פאר עטליכע גראשן פון א מלך-המשיח יארמולקע אויף דער גאס? יוצא זיין זאגסטו? סארא גערעדאכץ איז דאס. לעסט טיים איי טשעקט, איז דער שולחן ערוך געמאכט פאר גרים און בעלי תשובה.
בכל אופן, דעם ארימען בית-שמש איד אין א זייט, דער לאָפֿט איז געוואלדיג גוט. ס'איז אבער טייער, און מחמת דער לאקאציע וואקסן די שתילי בארא-פּארק סביב לשולחנך.
מאבּאַט וואלט גוט געווען פאר שמעקעדיג אויב זאל ער ווען גלייכן איזרעלי פוד, א טובל און ארויס. א פרעס, א פופציגער, די אכילה איז כמעשה און איז אפען דוכט זיך ביז שפעט.
דער שור-הבר און לוויתן האַלטן זיך אבער נישט אויף דארט, און פאר ראמאנס צוועקן איז שוין סטארבאקס בעסער.
רעזערוו-קאָט איז ווי מ'זאגט פיינע נייעס, פארט אבער האלט איך אז ס'איז היפש אוועררעטעט. ס'גוט אריינצופאלן דארט אמאל אמאל, שלא יאמרו אז דער עולם הזה איז געגעבן געווארן בלויז פאר די גבירים וועלכע צאלן אן איבריג צוואנציגער צו פלאשן די טוילעט מיט באטטלד-ספרינג וואסער. לפענ"ד קען מען אבער האבן אלץ פון ראמאנס ביז דער סאמע בעסטער אכילה ערגעץ אנדערש און פאר ביליגער, רואיגער און אן דעם וואס די עסן זאל זיך אזוי לאנג מתמהמה זיין. איך פערזענליך גלייך זייער בּארדאוי אין פלעטבוש, הגם כ'בין שוין נישט דארט געווען פאר א לאנגער צייט.
לע-מארעי איז עפעס ערגעץ אינדערמיט. היפּש עפפארדעבל, אפען ביז חצות, די אכילה איז וואויל כאטש נישט איבערגעטריבן, און די סערוויס קען ווען זיין אביסל בעסער. אוועראלל א געשמאק פלאץ פאר דעם עמך פרעסער, און עני טיים בעסער פון די היימישע יאפּטשיק צענטערן.