Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » Boro Park foodmart

Boro Park foodmart

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
41 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 91 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11372
מאנטאג מערץ 13, 2017 4:46 pm#365344
Boro Park foodmart
געהערט אז היינט אינדערפרי איז געוועהן דארט מארשעלס אפצושפארן דעם גראסערי.

ווייסט איינער מער פרטים און פארוואס?

ער איז (ביז נישט צו לאנג צוריק) געוועהן די איינציגסטע גראסערי אין בארא פארק צו זיין אפן 24 שעה, רוב בארא פארק האט שוין מן הסתם אמאל געמוזט צוקומען צו די גראסערי טאקע פארדעם.
מאנטאג מערץ 13, 2017 5:10 pm#365347
ווער נאך איז אפן 24 שעה?
מאנטאג מערץ 13, 2017 5:17 pm#365349
Re: Boro Park foodmart
קאצקע ציקער האט געשריבן:ווער נאך איז אפן 24 שעה?

Goldberg's
מאנטאג מערץ 13, 2017 6:26 pm#365360
מן הסתם באצאלט נישט די ראטע פאר'ן פריץ.
מאנטאג מערץ 13, 2017 6:28 pm#365362
Re: Boro Park foodmart
אישתישבי האט געשריבן:מן הסתם באצאלט נישט די ראטע פאר'ן פריץ.

קומט שוין מארשעלס?
מאנטאג מערץ 13, 2017 10:52 pm#365395
מפי השמועה: אז איינער (א איד) האט אפגעקויפט דעם בילדינג און וויל עס איבערמאכן פאר אפיסעס. און ער האט איהם געהייסן ארויסגיין. און ער וויל נישט אפפוצן. איז געקומען דער מהרש"ל און איהם געצווינגען ארויסצוגיין...נאר ס'איז מסתמא דא נאך א פאר (אומבאוויסטע) קאפיטלעך צו די מעשה...!
מאנטאג מערץ 13, 2017 11:40 pm#365402
berlbalaguleh האט געשריבן: איז געקומען דער מהרש"ל

בערל, איך זעה אז דו האסט נאך גלוי צדיקים.. וויייסט דעך אפשר וואס ווערט געברענגט (בשם ר' יענקעלע דוכט זיך) אז גילע צדיקעם אז גרעסער ווי גילא איילעיאהע :roll: :קראנק
דינסטאג מערץ 14, 2017 9:29 am#365422
קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?
דינסטאג מערץ 14, 2017 1:14 pm#365434
אויך בינגאו'ס שולד?
דינסטאג מערץ 14, 2017 1:33 pm#365437
Re: Boro Park foodmart
איך אויך האט געשריבן:קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?

וואסארא מעשה?
דינסטאג מערץ 14, 2017 2:07 pm#365446
קלוגע יודל האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?

וואסארא מעשה?

ווי די גוים דארט באפריינדין זיך מיט אידישע מיידלעך? אלטע מעשה
דינסטאג מערץ 14, 2017 2:16 pm#365450
Re: Boro Park foodmart
קאווע טרינקער האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?

וואסארא מעשה?

ווי די גוים דארט באפריינדין זיך מיט אידישע מיידלעך? אלטע מעשה

קיינמאל געהערט דערפון.
איז עס געוועהן עפעס מער ווי מיט מעקסיקאנער פון אנדערע גראסעריס?
דינסטאג מערץ 14, 2017 2:26 pm#365453
פארוואס הער איך אייביג נאר ווען ס'שוין דערנאך :cry:
דינסטאג מערץ 14, 2017 2:59 pm#365459
אויך געהערט אז מען האט פארקויפט די הויז און די נייער לענדלארד האט איהם געהעכערט די רענט נאך $11,000.00 א חודש און אזוי ווי אסאך אידעלעך היינט האלטען ליידער אז מסירה מיינט מען נישט מיר האט ער גערופען די מארשעלס.

מסתמא גייט מען דארט כמנהג בורו פרק מאכען נאך א באנק, ווייל בורו פרק האט נאך נישט גענוג (איבער 20) אבער זיי צאהלען רענט...
דינסטאג מערץ 14, 2017 3:02 pm#365461
רופן מארשעלס ארויסצואווארפן פון מיין בנין הייסט שוין אויך מסירה??
מסירה מיינט מוסר זיין ממון חבירו ביד העכו"ם. ער האט דא גארנישט איבערגעגעבן פאר קיין גוי.
עוויקטען איז נישט קיין מסירה.

פון א דירה איז אפשר דא אידישקייט אדער רחמנות. אבער פון א געשעפט? ער זאל טרעפן א נייע לאקאציע און פארטיג.
טאמער טרעפט ער נישט זאל ער טרעפן א נייע ביזנעס. א רחמנות אויף אים אבער נישט קיין עבירה אים צו שיקן פון דארט.

ווער עס האלט אנדערש זאל געבן א לייק.
דינסטאג מערץ 14, 2017 3:51 pm#365471
איסר האיטלקי: איך געב דיר טאקע נישט קיין לייק ווייל איך בין מסכים מיט דיר. היינטיגע צייטן אין אונזער דור יתום (יתמי דיתמי. ווי אונזער באליבטער ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו פלעגט ליעב האבן צו קרעכצן אויף פעיפער.) וואס דער מצב איז אז ס'איז ליידער נישטא צו וועם צו גיין. ווייל די געציילטע רבנים וועלכע זענען יא קוואליפיצירט צו פיהרן אן אמת'ע דין תורה זענען דאך ביזי אונטערשרייבן קול קןרא'ס אקעיגן בנימן נתן יהוא און דעם בעלזער רב. (מ'דארף זיי אפשר מודיע זיין אז די חשוב'ע רבנים האבן אונטערגעשריבן א קאלקוירע אקעיגן זיי....) און דער בהמה מיט די קעלבערנע צורה וועלכער האט געשריגן ווי א קעלבל ווען ביבי איז געווען אין די יו.ען. בילדינג. ער איז דאך א געשוואלענער עם הארץ, וועלכער איז אנגעפרעסן מיט חלב ונבילה וטריפה סטעיק. מ'קען דאך עס אפליינען פון זיין אויסגעפאשעטע, מגושם'דיגע צורה. ער איז דאך זיכער נישט קיין אמת'דיגער רב. אפשר ביי די ניו יארק פאוסט הייסט ער א ראביי...!
דינסטאג מערץ 14, 2017 4:07 pm#365476
הרב החסיד רבי סענדר דייטש ע"ה איז געווען גאר א גוטער שרייבער מיט זייער אינטערסאנטע ארטיקלן, א גאלדענע פעדער מיט א רייכע שפראך, ס'איז כמעט נישט דא היינט אזאנע שרייבער, זיינע ארטיקלן זענען געווען זייער אינטערסאנט צו ליינען, און ווערט נאך איבערגעשריבן ביזן היינטיגן טאג.

רבי סנדר איז געווען פון די ראשי קהילה אין סאטמאר מיט א שיטה קעגן ציונות און זיינע ליינער זענען אויך געווען סאטמערע אידן מיט דעם זעלבן מיינונג און ווי פארשטענדליך האט ער געדינט זיין און זיין ליינערס אינטערעסע. גארנישט ראנג דערמיט.

רבי סנדר פארזענדליך האט געהאט א הארץ פון גאלד, ער האט געהאלפן גאר אסאך מענטשן, און געטוהן עסקנות ווי ס'האט נאר אויסגעפעלט, ער איז געווען זייער א רעספעקטירטער מענטש ביי אלע זיינע באקאנטע, ער האט נישט אנגעצויגן קיין גרויסע מערכות מיט קיינעם, אפילו פון די סאטמערע מחלוקת בשעתו קומט נישט ארויף זיין נאמען נעמענדיג א ערענסטע טייל דערין, ער איז געבליבן רעספעקטירט ביי אלע סאטמערע פראקציעס.

בערל האט עפעס א בלינדע מערכה קעגן אים, און שרייבט אזויפל מאל זיינע עקספייערטע שטותים צו וואס קיינער האט דערווייל נישט געפונען פאר וויכטיג צו ענטפערן, אז ס'הייבט שוין אן אויסצוקוקן אמת'דיג, דערפאר וויל איך קלארשטעלן אז כאטש יעדער אשכול פארמאגט א דאזע פון די חאזעריי און כאטש ס'ווערט יעדן טאג ארויף געפירקלט די גראפיטי זיינע אפאר מאל, (למשל די דאזיגע אשכול רעדט פון א גראסערי, ווי קומט אריין דא רבי סענדר?) דאך זייט זיכער אז לא דובים ולא יער, ער דערציילט עפעס א בייזער חלום וואס קיינער פון יענער תקופה קען נישט פותר חולם זיין. אדרבה נעמט אפיר א ארטיקל פון רבי סנדר און איר וועט זיך באלעקן די פינגער, שטייצעך אויב טיילט איר נישט די זעלבע בליק מיט אים אויף ציונות וועלט נישט אויס א ארטיקל פון די נושא.

און צו רבי בערל וויל מיר וואונטשן אריכות ימים ושנים נחת פון אייניקלעך, זאלסט אונז ווייטער קענען מהנה זיין דא אין שטיבל, אבער דיינע פריוואטע אנגעלעגנהייטן לאז ארויס, אויב האט ער דיר נישט געוואלט געבן א דזשאב אדער איז דא עפעס א משפחה מחלוקה מיינט נאך נישט אז ער איז געווען דער אומגערעכטער.
דינסטאג מערץ 14, 2017 4:20 pm#365481
שלום שטיסל: א יישר כח פאר דיינע גוטע ווינטשן. איך וויס נישט ווי אלט דו ביסט לאורך ימים ונשים. ביז 120 געזונטע יארן. אבער איך בין געווען איינער פון ר' סענדער'ס פלייסיגסטע ליינערס. איך האב געווארט בכליון עיניים ווען דער איד קומט ארויס. און איך זאלל קענען ליינען זיינע ארטיקלען. איך האב טאקע שטארק הנאה געהאט פון זיין אופן און סטייל פון שרייבן. כולי עלמא מודי אז ס'איז היינט (כמעט) נישטא נאך א שרייבער וועלכער שרייבט אזוי גוט און פליסיג אידיש. און עפ"י דיקדוק. איך האב טאקע עררייכט א סאך ידיעות פון איהם. סך הכול, מיין קריטיק אויף איהם איז אז ער האט צומאל פארדרייט פאקטן און מצבים אז ס'זאלל שטימען מיט זיין אידעאלאגיע. אבער דו און די אנדערע אידעלעך (למשל, ש---) מאכן א גרויסן און פונדאמענטאלן טעות. ווען איך שרייב עפעס וועגן איהם שרייב איך נישט מכח שנאה. פארקערט, איך האב זייער שטארק רעספעקט פאר איהם. און איך האב איהם געקענט פערזענליך אויך. אלץ וואס איך שרייב איז מיט מיינע (אפשר נארישע) מליצות. סאו דער עולם דארף נישט שפירן אז זייער בלוט פרעשור גייט ארויף. ווייל ס'איז בכלל נישטא איבער וואס. העכסטנס קענמען געבן א שמייכל. ווייל דאס איז מיין מטרה... :lol:
דינסטאג מערץ 14, 2017 4:27 pm#365482
וויפל מאל זאל מען שמייכלן פון די זעלבע אומ׳דזשואק?
דינסטאג מערץ 14, 2017 4:32 pm#365484
וויפיהל מ' וויל. חוץ אויב כ'האב אנגערירט עפעס א נערוו. אזוי ווי איך טענה שוין פון לאנג. אדער אפשר ביסטו א קרוב. אזוי ווי איך האב א שכן. אויב דאס איז דער פאל, בעט איך דיר איבער מלכתחילה/למפרע...!
דינסטאג מערץ 14, 2017 6:52 pm#365507
דער געשעפט האט א גוישע חמולה געעפנט און ווער עס געדענקט איז עס טאקע קודם נאר געווען א פרוכט און וועגטעיבל געשעפט און צוביסלעך צוגעלייגט כשרע פראדוקטן.

(אגב, יארן לאנג האט מען געוויסט אז א 24'דיגע געשעפט איז נישט פאר אידישע כוחות, ועד היום ווער עס האט שכל פארשטייט אז דאס איז א ביטערע שווערע אינטערנעמונג צו פירן, נאר אז דער קאמפעטישן טוהט עס מוז א צווייטער אויך).

שפעטער ווען זיי האבען מחליט געווען צו פארקויפן האבען זיי בדרכי מרמה אויפגעבלאזן די וועכענטליכע סעילס צו אסטראנאמישע ציפערן. למשל זיי האבען געגעבן זייער אייגן געלט פאר זייער גאנצע מעקסיקאנע כולל זאלן דארט איינקויפן, און פארשידענע אנדערע נוכלות.

דער נייער אידישער בעה''ב האט געצאלט טבין וטקילין און בליץ שנעל געזעהן און וואספארא בראך ער איז אריינגעפאלן אבער צוריק גייט כידוע נאר א קאזע (מען זאגט אז די זעלבע פארברעכער האבען געטוהן דעם שפיל עטליכע מאל אינעם טריי-סטעיט געגנט).

כ'בין נישט זיכער צו עס געהערט נאך פאר יענעם קונה אדער ער האט עס געשיפטעד צו א צווייטן. אבער עכ''פ דער געשעפט האט פארלוירן געלט פונעם ערשטן טאג.
דינסטאג מערץ 14, 2017 7:00 pm#365508
Re: Boro Park foodmart
ווער געדענקט נאך ווען ער האט געהאט צוטון מיט "כשר גארדען/חזיר"
דינסטאג מערץ 14, 2017 7:04 pm#365509
Re: Boro Park foodmart
איך אויך האט געשריבן:דער געשעפט האט א גוישע חמולה געעפנט און ווער עס געדענקט איז עס טאקע קודם נאר געווען א פרוכט און וועגטעיבל געשעפט און צוביסלעך צוגעלייגט כשרע פראדוקטן.

(אגב, יארן לאנג האט מען געוויסט אז א 24'דיגע געשעפט איז נישט פאר אידישע כוחות, ועד היום ווער עס האט שכל פארשטייט אז דאס איז א ביטערע שווערע אינטערנעמונג צו פירן, נאר אז דער קאמפעטישן טוהט עס מוז א צווייטער אויך).

שפעטער ווען זיי האבען מחליט געווען צו פארקויפן האבען זיי בדרכי מרמה אויפגעבלאזן די וועכענטליכע סעילס צו אסטראנאמישע ציפערן. למשל זיי האבען געגעבן זייער אייגן געלט פאר זייער גאנצע מעקסיקאנע כולל זאלן דארט איינקויפן, און פארשידענע אנדערע נוכלות.

דער נייער אידישער בעה''ב האט געצאלט טבין וטקילין און בליץ שנעל געזעהן און וואספארא בראך ער איז אריינגעפאלן אבער צוריק גייט כידוע נאר א קאזע (מען זאגט אז די זעלבע פארברעכער האבען געטוהן דעם שפיל עטליכע מאל אינעם טריי-סטעיט געגנט).

כ'בין נישט זיכער צו עס געהערט נאך פאר יענעם קונה אדער ער האט עס געשיפטעד צו א צווייטן. אבער עכ''פ דער געשעפט האט פארלוירן געלט פונעם ערשטן טאג.

למעשה האבן אונז אלע בארא פארקער הנאה געהאט פון די סערוויס פון א 24 שעה געשעפט.
דינסטאג מערץ 14, 2017 7:05 pm#365510
איסר האטלקי האט געשריבן:רופן מארשעלס ארויסצואווארפן פון מיין בנין הייסט שוין אויך מסירה??
מסירה מיינט מוסר זיין ממון חבירו ביד העכו"ם. ער האט דא גארנישט איבערגעגעבן פאר קיין גוי.
עוויקטען איז נישט קיין מסירה.

פון א דירה איז אפשר דא אידישקייט אדער רחמנות. אבער פון א געשעפט? ער זאל טרעפן א נייע לאקאציע און פארטיג.
טאמער טרעפט ער נישט זאל ער טרעפן א נייע ביזנעס. א רחמנות אויף אים אבער נישט קיין עבירה אים צו שיקן פון דארט.

ווער עס האלט אנדערש זאל געבן א לייק.


יא רופען מארשעלס איז מסירה, דו ווילסט איהם ארויס גיין צום רב, איך מיין אז מיר האבען נאך א תורה.

דער פראבלעם איז נאר אז עס איז טאקע נישט דא מיט וועמטען צו רעדן... אן ארענטליכער רב אדער דיין איז כמעט נישט בנמצא. אבער דאס איז נישט קיין היתר ווייל מען קאן נעמען דריי אינגעלייט דריי אידישע ביזנעס חברה און זיי באשטומען פאר א בי"ד
דינסטאג מערץ 14, 2017 7:45 pm#365513
איך ווייס נישט די מעשה דא

אבער א מארשאל רופט מען נישט אליינס פון איין מינוט צום צווייטען

מען דארף גיין אין קאורט וכו' וכו' ביז דער קאורט געט ארויס א פסק און מען קען דאס ענפארסען דורך דעם מארשאל


אפשר איז ער געווען קודם ביי דין תורה און דער טענענט איז געווען לא ציית דינא און ער האט באקומען רשות צו גיין אין קאורט וכו' וחוזר חלילה

קודם געשאסען מסירה
זונטאג יולי 09, 2017 6:58 pm#378405
אין צוריק צום קעפל די פלאץ איז נאכאלץ ליידיג.
געהערט האב איך אז ער האט אויך געהעכערט די רענט פאר toys 4 u אין פארדעם איז ער ארויס אין געבויט א נייע בנין א גאס ווייטער אין יעצט איז דאס אלטע פלאץ פון toys 4u אויך ליידיג.
זונטאג יולי 09, 2017 8:04 pm#378414
Toys 4 u and BP foodmart is not the same owner.
זונטאג יולי 09, 2017 8:50 pm#378420
Who said it is?
זונטאג יולי 09, 2017 8:52 pm#378421
בן ישי האט געשריבן:און צוריק צום קעפל די פלאץ איז נאכאלץ ליידיג.

געהערט האב איך אז "ער האט אויך" געהעכערט די רענט פאר toys 4 u
זונטאג יולי 09, 2017 9:04 pm#378425
Oh I didn't understand you right, k I didn't know that its not his, I know he owns most of the place there
זונטאג יולי 09, 2017 11:46 pm#378455
בן ישי האט געשריבן:ליסטע וואס איך ווייס, רוב האלט אינמיטן אדער האבן נאנטע פלענער.

קלוזינבורג קויפט אפיציעל פאר יארן ארום ווען מ'וועט עס דארפן.


קאמענטארן זענען איבעריג...
מאנטאג יולי 10, 2017 12:38 am#378464
בן ישי האט געשריבן:סאטמאר האט א לאט פאר א נייע חדר אין אויף 14 53 א פארקינג לאט פאר די ביהמ"ד

איך האב געהערט אז עס האט באלאנגט פאר אייזנער פון 52 , און זיי האבן עס געקויפט מיטן תנאי נישט צו בויען דארט.
ער וויל האבן ליידיגע שטחים ארום זיין הויז.
דאנערשטאג יולי 20, 2017 5:23 pm#379710
בן ישי האט געשריבן:ליסטע וואס איך ווייס, רוב האלט אינמיטן אדער האבן נאנטע פלענער.
באבוב האט א לאט אויף 14 51 ווי זיי גייען בויען א בנין פאר זייער סקול, אין א לאט אויף 36 ווי זיי גייען בויען פאר די חדר, אין אויך האבן זיי א פארקינג לאט אויף 48 לעבן דאס ביהמ"ד.
באבוב 45 האט א בנין אויף 62 וואס זיי ניצן א חלק אין פארדינגען א חלק אין ווען זיי וועלן האבן געלט וועלן זיי עס ענדיגן, זיי האבן א לאט אויף 14 49 פאר א ביהמ"ד וואס ווארט אויך אויף געלט, זיי האבן א לאט וואס זיי האבן געקויפט פאר די חדר, די הויז אויף 15 49 באלאנגט פריוואט פאר זייער רב.
סאטמאר האט א לאט פאר א נייע חדר אין אויף 14 53 א פארקינג לאט פאר די ביהמ"ד, אויף 15 45 א פארקינג לאט וואס זיי פארדינגען דערווייל מיטן פלאן צו בויען דארט אמאל.
מונקאטש האט אנגעהויבן פארקויפן די ליידיגע לאטס אין הייזער.
קלוזינבורג קויפט אפיציעל פאר יארן ארים ווען מ'וועט עס דארפן.
בעלזא האט א לאט ווי זיו בויען א חדר.
קראסנא האט א בנין אויף 16 43 וואס לעצטענס זעהט אויס ווי מ'האט צוריק אנגעהויבן ארבעטן דארט.


ווען מען רעדט פון בילדינגס איז נישט שייך צו זאגן פאר וועם עס באלאנגט עס שטייט שטחים ליידיג
באבוב 48 האט פלאץ פאר זייער חדר אין די עקזיסטירנדע בניינים
באבוב 45 איז נישט קיין תירוץ עס באלאנגט פאר פרייוועט און באבוב 45 האט אויף 62 א ליידיגע לאט דאס אויסער די ליידיגע בנין פארוואס ברויך מען די לאט אויך
קלויזנבורג האט אפגעקויפט א בנין פאר זייער מיידל סקול ווי זיי גייען עס ניצן גלייך, אויף די מינוט דינגען זיי פון אנדערע דאס איז נאכדעם ווי זיי האבן געבויט א בילדינג הארט נעבן די עקזיטירנדע בילדינג
אויף 39 ביי 10 עוו. האבן זיי געקויפט א לאט געבויעט א בילדינג, זיי בוין צו א שטאק שוין צום דריטן יאהר
זיי האבן געבויט א בילדינג אויף 65 ביי 20
יעדע לאט וואס זיי האבן היינט דאס מיינט סך הכל 2 גייען זיי בויען דערויף
די לאט אויף 39 ביי 16 גייט פאר מיידל סקול און די איצטיגע מיידל שולע ווערט א חדר די בנין דערנעבן וועט ווערן די מתיבתא זיי גייען עס ארא ווארפן שפעטער
אויך ווען עס וועט זיין געלט..
זיי האבן פארקויפט א לאט אויך 15 ביי 50 און געקויפט די בילדינג לעבן זייער סקול און ביי 14 און 51

מונקאטש האט נישט קיין תירוץ
באבוב 45 אויף 62 לאט נישט דער בנין האט נישט קיין תירוץ
די לאט אויף 15 49 באלאנגט פריוואט בקיצור די רבנים זענען דא פאר ביזנעס
על הדא קא בכינא
דאנערשטאג יולי 20, 2017 10:01 pm#379747
Re: Boro Park foodmart
און וואס וועט מען טוהן ווען אלע שטחים זענען פארבויעט?

Sent from my XT1096 using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 3:12 pm#381602
מוסדות פאפא אין בארא פארק האבן פארקויפט פאר גאר גוט געלט זייער בילדינג אויף צעהנ'טע עוועניו פאר די מיימאנידעס שפיטאל

זיי האבן געקויפט א פאר לאט'ס אויף 37-38 אויף צעהן'טע עוועניו
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 5:15 pm#381609
Ft. Hamilton
מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:50 am#381822
בערל_פרוכטבייסער האט געשריבן:מוסדות פאפא אין בארא פארק האבן פארקויפט פאר גאר גוט געלט זייער בילדינג אויף צעהנ'טע עוועניו פאר די מיימאנידעס שפיטאל

זיי האבן געקויפט א פאר לאט'ס אויף 37-38 אויף צעהן'טע עוועניו


אויב אמת, זענען זיי רשעים
מיטוואך אוגוסט 09, 2017 10:20 am#381826
פארוואס?
דאנערשטאג יוני 07, 2018 6:30 pm#405375
איבער א יאר שפעטער און די פלאץ איז נאכאלץ ליידיג...
מאנטאג יוני 11, 2018 3:51 am#405640
די לאטס ביי 37-38 סטריעט און 10'טע עווע. זענען לפענ"ד נישט געאייגנט פאר פאפא. ווייל דאס איז ממש א ..."דעד ענד". די צענטע עוועניו ענדיגט זיך דארט. און 38 סטריעט לויפט אין די פארקערטע ריכטונג. אלס א וואן וועי סטריעט...! אזוי אז די באסעס וועלכע קומען אן וועללן נישט קענען ווייטער פארן אדער זיך אויסדרייען. ספעציעל אויב דארט וועט שטיין א גרויסער בילדינג...נאר קיינער אין די הנהלה פון פאפא פרעגט דאך מיך נישט. ווייל ווער ס'האט די מאה האט די דעה...!

אויף דעם פלאץ וואו די פאפא תלמוד תורה איז יעצט, איז די שאלה. וואס וועט אנמאכן מער טרעפיק פראבלעימען. די באסעס פון די ת"ת אדער די קארס פון להבדיל, די טונקעלע נוירסעס און דאקטוירים...!
מאנטאג יוני 11, 2018 12:29 pm#405685
Re: Boro Park foodmart
איך האלט די קארס פון ווייסע נורסעס מאכען מער טרעפיק פון די טונקעלע נורסעס.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk