Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל

שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 45 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11384
זונטאג מערץ 19, 2017 9:03 pm#366064
שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
ארום דעם פורים איז ארומגעפארן א קליפ וואס האט אויפגעברויזט יעדן רעכט דענקענדער מענטש ווי אויך נישט רעכט דענקער זענען טיילווייז אויפגעברויזט געווארן...
דער אינהאלט פונם קורצן קליפ: צוויי בחורים - ווייט פון עד דלא ידע, אבער גענוג געטרינקן אויף צוטאנצן מיט עקסטאז - איינער וואס איז געקומען נאך געלט צו דעם טיפיק"ל בארא פארקער הויז, און דער צווייטער א איינוואוינער דארט אין הויז - טאנצן פורים'דיג צום ליהודים היתה אורה... ווען אין די הונטערוויילעכטץ הערט מען לאכן, און מען הערט שרייען: ליפא גענוג!,
דער בחור וואס איז א תושב אין הויז געבט א שטארקן טאנץ אזש די הוט פאלט איהם אראפ און עס ווערט נתגלה... שיינע לאנגע מיידעלישע האר, דאס איז נישט קיין בחור, דאס איז א מיידל וואס האט זיך אינטערגעהאלטן אויף די חשבון פון דעם בחור וואס איז געקומען צו זייער הויז נאך געלט, די קליפ ענדיגט זיך ווייטאגליך! דער בחור ה"געלט גייער" כאפט הענט און פיס און מיט מיט א געשריי לויפט ער ארויס פון דעם הויז, דאס קעמרע ווערט נאכדעם ארומגעדרייט צום דיינונג רום און מען זעהט שייטלן פון פרויען, ווי אויך די לעצטע סקונדע א ערשיטערטע טאטע וואס זעהט אויס האט נישט געכאפט וואס אזוינס איז דא פארגעקומען, עד כאן תוכן דברי הקליפ.

די באשולדיגטע איז אומשולדיג, אזוי ווי דאס קליפ האט אנגעהויבן ארויסצופארן, איז עס גלייך צוזאמגעפארט געווארן מיט א פראפיי"ל בילד פון א מיידל אויף פעיסבו"ק, ווי אויך שאט'ס פון דאס מיידל פארשטעלט ווי א בחור, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דא מיידל גענצליך אומשילדיג, זי האט זיך אויך פערצאפאל פארשטעלט ווי א חסידישע בחור, און אזוי טאקע שרייבט זי אויף איר בלאט אין פעיסבוק אז מען האט סתם מוציא ש"ר געווען אויף איר, און דאס איז נישט זי.

דא שטעלט זיך די קשיא ווי אזוי פאסירט אזא זאך ביי א היימישע שטוב?
מאנכע ווילן זאגן אז דאס איז א אינטערגעשטעלטע זאך געווען, און דאס אטיז גאר א ברודער און שוועסטער, אבער עס זעהט נישט אויס פון דעם שאק ווי אזוי דער בחור איז ארויסגעלאפן, אבער עס איז נישט אוסגעשלאסן.

ווי עס זאל נישט זיין, קען מען זאגן אז דאס מיידל איז אומשילדיג, און עס איז זיכער אז זי האט נישט געוויסט די הארבקייט פון אנרירן און טאנצן מיט א פרעמדן מאנס פערזאן, אבער די קשיא איז אויף די פאטאגרעפירער און די שטוב מענטשן ווי אזוי האט מען דאס צוגעלאזט, עס קען זיין אז יעדער איז געווען אין שאק, אבער עס זעהן נישט אויס אזוי ווייל די עולם ארום שפילט מיט און לאכט פונ'ם (אומ?)געלונגענן דזשוי"ק.
אז עמיצער זאל מיר קענען פושט זיין די איבעיה וואלט איז איהם זייער דאנקבאר געווען.

נ"ב איך האב די אלע בילדער און קליפ ביי מיר אבער איך ווייס נישט ווי אזוי מען לייגט צו א קליפ צו א ארטיקל, און בילדער ווייטער ווייס איך נישט די רעגולאציעס פון ק"ש צו מען מעג פאויסטן בילדער פון פרויען (אפשר וועט עס נאך אריינגיין אינם פארום, בילדער פון פרויען אין ספרים)
זונטאג מערץ 19, 2017 9:33 pm#366067
מאך נישט א אישו פון א טישו
עס איז פשוט אז עס איז א אונטערגעשטעלטע זאך די קענסט דאס זעהן קלאר די וועג וויאזוי ער לויפט ארויס
זונטאג מערץ 19, 2017 9:37 pm#366068
די קליפ ווי די בחור טאנצט מיט די מיידל איז נישט די זעלבע ווי די פעיסבוק בילד, די פעיסבוק בילד איז א אט״ד אין אירע צוואנציגער יאהרן, די אנדערע קליפ איז א היימישע משפחה, און זיי זענען קרובים (ברודער און שוועסטער אדער פעטער און נעפיו) וואס האבן זיך נעריש געמאכט און געמאכט א סקיד לכבוד פורים, יענע איז א יונגע מיידל אינטער אכצען, סאיז נאר א שפיל.
זונטאג מערץ 19, 2017 10:05 pm#366073
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
קוק איבער די קליפ עס קוקט אויס ווי אונטערגעשטעלט ספעציעל ווען ער לויפט ארויס און דער וואס שרייט ליפא גענוג שרייט ער לכאורה צום בחור און נישט צום מיידל.
זונטאג מערץ 19, 2017 11:45 pm#366089
גר ותושב האט געשריבן:קוק איבער די קליפ עס קוקט אויס ווי אונטערגעשטעלט ספעציעל ווען ער לויפט ארויס און דער וואס שרייט ליפא גענוג שרייט ער לכאורה צום בחור און נישט צום מיידל.


געהערט אז סאיז נאר א עקט און נישט אמתדיג. אבער דעס איז זיכער סאיז צוויי באזונדערע זאכן וואס איז בטעות אויסגעמושט געווארן, די פעיסבוק בילד מיט די טאנצן קליפ איז נישט היינו הך.
זונטאג מערץ 19, 2017 11:47 pm#366090
א גאנצע געשעפט פון גארנישט... נעקסט קעיס...
מאנטאג מערץ 20, 2017 12:18 am#366106
שבת אחים האט געשריבן:א גאנצע געשעפט פון גארנישט... נעקסט קעיס...


סה"כ געמאכט א פורים פון א פורים
מאנטאג מערץ 20, 2017 1:19 am#366119
און לאמיר זאגען עס איז א פרעמדע מיידל וואס טאנצט מיט א בחור, איז וואס? וואס איז שוין געשעהן דא?

ער האט נישט געוויסט אז עס איז א מיידל, האט ער נישט געטוהן א איסור, און זי האט נישט געוויסט אז ער איז בחור, נאר געמיינט אז עס איז א מיידל פארשטעלט ווי א בחור.

אין הכי נמי, דער קליפ איז א עוולה פין די טרינקען יענעמס בלוט קליפס, ווען דער טוויטטער פאוסטער, האסידיק, שטעלט אסאך מאל קליפס וואס זענען סתם פין נישט פאבליק מענטשען, הייב איך נישט אהן צו פארשטיין ווי זיינע מענטשליכע געפילען זענען, ווי אזוי קען א בשר ודם טוהן צו אנדערע מענטשן וואס ער טוט.

איך רעד סיי פין דער בילד ווי צוויי חסידים רייסען זיך ביי די קעפ אין וויליאמסבורג, צו דער בילד ווי יענער זיצט מיט א סעודת שלמה בשעתו אין סווימונג פול. ועוד.

דער בחור, ווי ער זאל נאר לערנען כאפט מן הסתם בושות און חרפות פין אנדערע טשעפעניאקס, און ווערט מן הסתם געבאליט פין אנדערע גאטס פאליציי פרומע בחורים, אלץ אויף דעם חשבון פין די וואס פילען פאר א מצוה מפרסם צו זיין דער קליפ.

פאר מען שיקט ווייטער אזעלכע קליפס, ברויך מען זיך מתבונן זיין, צו איז מען טאקע א אכזר וואס איז גרייט מצער צו זיין אן אנדערע מענטש נאר פאר דער הכרת הטוב אז יענער זאל דיר צוריק שיקען אנדערע קליפס וואס זענען פריש מצער נאך מענטשען.
מאנטאג מערץ 20, 2017 4:31 am#366123
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
ראש וראשון דא האט איר די קליפ פאר ווער עס האט עס נישט געזען,

m https://drive.google.com/file/d/0B7KMsI ... p=drivesdk m

והשנית עס זעט אויס אפגעכאפט און אינטערגעשטעלט. צווייטן'ס מען מאכט א מעשה פון א גארנישט, איך בין מסכים אז אויב דאס איז אנטקעגן די ווילן פון די בחור און די בחור שטערט עס איז כל הכבוד לו און ס'נישט א שיינע זאך, אבער פון די אנדערע זייט לאמיר עס צילייגן, א מיידל פארשטעלט זיך און פאפּט אויס א בחור, עס איז גארנישט אנדערש ווי איעדע פּרענק/שפיצל, איי דאס איז געווען אאאאא ממממייידדדללללל!!!! איז וואס? עס איז נגיעה שלא להנאה ולא לשם אישות, און בשעת ווען ער האט איר אנגעכאפּט האט ער זיכער נישט געהאט קיין הרהורים, ווייל ער האט דאך נישט געוואוסט אז ס'איז א מיידל... איי אפשר האט ער הרהורים למפרע? זאל ער סתם אזוי גיין צום דאקטאר, אבער די חלק פון ארימשיקן די קליפס איז טאקע ארויס פון נארמאלע שכל ואין כן מקום להאריך. (איך מיין נישט צי מינימיזירן די רעכט פונעם בחור על צד ס'איז א שפיצל...נאר סתם אויסגעשמועסט)
מאנטאג מערץ 20, 2017 10:33 am#366137
דא האט איר די מעסעזש וואס איז ארום געפארן גלייך נאכדעם
מאנטאג מערץ 20, 2017 11:42 am#366144
געפעלט מיר ווי דו שרייבסט א גאנצע ארטיקל אויפן דמיון אז אזוי איז טאקע געווען. ס'פאלט דיר גארנישט ביי אז ס'איז א שפיל
מאנטאג מערץ 20, 2017 12:21 pm#366151
זיכער א שפיל.

גראדע זייער זיס.
מאנטאג מערץ 20, 2017 12:56 pm#366152
יעקב מענטש האט געשריבן:זיכער א שפיל.

גראדע זייער זיס.
מאנטאג מערץ 20, 2017 3:27 pm#366169
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
דער פותח האשכול מאכט פשוט ליצנות פונעם ציבור. עס איז 101% א שפיל און מען דארף נישט זיין קיין גרויסע חכם דאס צודערקענען.

ערשטענס, זיין ערשטע רעאקציע איז היבש פאסיוו און פאלש, הערשט נאך אפאר סעקונדעס כאפט ער "א שאק" און הייבט הענט און פיס און לויפט.

והשנית, זיי טאנצן הארט נעבן די טיר פונעם הויז, און ער לויפט אריין טיפער אינעם הויז אריין אין א שטוב, נישט ארויס פונעם הויז.
מאנטאג מערץ 20, 2017 3:34 pm#366170
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
איך האב גראדע הנאה אז ס'איז געשען ווייל ס'איז דא א געוויסע אספעקט וואס איז גוט אז ס'ווערט ווען אויסגעשמועסט, און יעצט פון די פאלטשע קען מען דיסקוסירן וואס וואלט געווען אויב ס'וואלט באמת געווען א מיידל... איך האלט אז ס'איז גארנישט, לאמיר הערן די צווייטע צד
מאנטאג מערץ 20, 2017 4:12 pm#366177
טרויבן88 האט געשריבן:איך האב גראדע הנאה אז ס'איז געשען ווייל ס'איז דא א געוויסע אספעקט וואס איז גוט אז ס'ווערט ווען אויסגעשמועסט, און יעצט פון די פאלטשע קען מען דיסקוסירן וואס וואלט געווען אויב ס'וואלט באמת געווען א מיידל... איך האלט אז ס'איז גארנישט, לאמיר הערן די צווייטע צד

א האסטו די צווייטע צד.

אויב דו ביזט א איד האלטסטו אז ס'איז פריצות און קעגן דעם שו"ע, אויב דו האסט שוין רינאונסט דיין אידישקייט נאר דו רעדסט אידיש און פארמאגסט א ניק אויף א אידישע שמועס פארום איז עס לכאורה גארנישט
מאנטאג מערץ 20, 2017 4:15 pm#366178
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
איסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
מאנטאג מערץ 20, 2017 4:17 pm#366180
טרויבן: כ'האלט ס'איז נישט אזוי געפערליך
יעקב מענטש: ס'איז יא געפערליך
טרויבן: מיט וואס?
יעקב מענטש: וואס הייסט ס'איז פריצות!!
טרויבן: אבער ער האט דאך נישט געוויסט!!
יעקב מענטש: ביסט נישט א איד!!! כ'קען נישט רעדען מיט דיר!!!!

טרויבן: העי, וואס מיינסטו
יעקב מענטש: נישטא, אוועקגעלאפען.
מאנטאג מערץ 20, 2017 4:18 pm#366181
קל וחומר האט געשריבן:איסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.


כ'בין נישט זיכער אויב די מיינסט עס ערענסט אדער נישט, בכל אופן, ווייסט נישט וואס די רעדסט.
מאנטאג מערץ 20, 2017 4:42 pm#366187
קל וחומר האט געשריבן:איסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.

א אפענע רמ''א אז עס איז יא מותר!
מאנטאג מערץ 20, 2017 4:45 pm#366188
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
זעה מ"ב
מאנטאג מערץ 20, 2017 5:41 pm#366192
פעינטער האט געשריבן:דא האט איר די מעסעזש וואס איז ארום געפארן גלייך נאכדעם


יישר כח #פעינטער פאר'ן מבהיר זיין דעם ענין
הגם וואס פאר א געניט אויג ווי #שבת אחים איז דאס ממש א ענין וואס איז נישט ווערט... אז עס זאל דיסקוסירט ווערן אין ק"ש
אבער עס זענען דאך דא מענטשן ווי איך... וואס כאפן נישט ממש אויפ'ן ערשטן (און אפילו אויפן צווייטן ) בליק, אז דאס איז ממש א אונטערגעשטעלטע שפיצל, און עס האט זיי יא געשטערט, אלזא די פאויסט פון די שוועסטער'ס שוועסטער וואס פעינטער האט געברענגט האט געשאפן א קלארקייט אינ'ם ענין.
מאנטאג מערץ 20, 2017 7:27 pm#366197
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
יעקב מענטש האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:איך האב גראדע הנאה אז ס'איז געשען ווייל ס'איז דא א געוויסע אספעקט וואס איז גוט אז ס'ווערט ווען אויסגעשמועסט, און יעצט פון די פאלטשע קען מען דיסקוסירן וואס וואלט געווען אויב ס'וואלט באמת געווען א מיידל... איך האלט אז ס'איז גארנישט, לאמיר הערן די צווייטע צד

א האסטו די צווייטע צד.

אויב דו ביזט א איד האלטסטו אז ס'איז פריצות און קעגן דעם שו"ע, אויב דו האסט שוין רינאונסט דיין אידישקייט נאר דו רעדסט אידיש און פארמאגסט א ניק אויף א אידישע שמועס פארום איז עס לכאורה גארנישט

הייסט יעדער וואס האלט נישט דיר איז א שגץ, גוט,
נאכדעם פארשטיי איך נישט וואס איך האב נישט אויסגעשמועסט, נגיעה אין דעם פאל נישט שייך, פריצות??? זיי מסביר וואס עס מיינט
מאנטאג מערץ 20, 2017 10:58 pm#366206
קל וחומר האט געשריבן:איסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.

נישטא אזא הלכה ווי לא ״תלבש״.
מאנטאג מערץ 20, 2017 10:59 pm#366207
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
אלטע זאך.
דיבר קל כלשון בנ"א.