מאנטאג מערץ 27, 2017 3:16 pm#367024
סאטמאר רב - נגד הפרעות בירושלים
אין א ווערד-באגריסענדע שריט האט היינט סאטמאר רב שליט"א אין א דרשה אין ישיבה אין קר"י זיך אפען ארויסגעשטעלט קעגן די געוואלד טאטן פון די סיקריקים אין ירושלים צווישן אנדערע באטאנט
אונז אין נוי יארק האבן מיר אויך א פראבלעים מיט מציצה בפה קיינער האט נאך נישט געבלאקט לי עוו. אדער די בי קיו אי
דעס זיך שטעלן צום לשכס הגיוס דאס איז געווען אין די צייטן פון פעטער ז"ל און אין די צייטן ווען די טאטע האט געלעבט
אלע אידן וואס קומען פון א"י וואס מ'זעהט היינט אין ביהמ"ד אויף הופער סט אדער אין ראדני סט זענען דורך דעם לשכת
די ערליכע און די אמתדיגע אין עדה זענען אנגעווייטיגט אויף די פרעות זיי טרויען זיך נאר נישט צו זאגן
ווער עס קען מהנה זיין כלל ישראל און אהער ברענגען די דרשה זאל ביטע ברענגען
צו אלע דעמקרא-ליס ענקערע אויסגעדראשענע קאמענטס וואס עטץ ווילטס מעלה גרה זיין ווייסט יעדער בעל פה עס פעילט נישט אויס איבער צו חזר'ן
נ.ב. דעס איז באמת גרויסע נייעס און עס וואלט געדארפט צו באשריבן ווערן אין די געהעריגע נייעס אשכול נאר על שם סופו האב איך עס אריינגעלייגט אהער אבער דעס איז גאר פריידיגע נייעס צו הערן דעם אמת'ן דעת תורה