Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » בינגא

בינגא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11411
זונטאג אפריל 02, 2017 3:57 pm#367913
בינגא
היינט האט מיין משפחה דיסיידעט צו אפשטאטען מיין באזיך ביי די גרויסארטיגע געשעפט בינגא.

מיר האבן זיך געשטיפט צווישען די איילים ואיילות, געכאפט פון רעכטס און פון לינקס, עד מקום שידו מגעת, מכל טוב וטוב, הן דברים הנוגעים אל הגוף, הן דברים הנוגעים אל הנשמה, הן דברים שאינם צריכין לא לגוף ולא לנשמה, נאר ס'זאל שוין זיין, מיגוי שהותר לצורך, הותר נמי שלא לצורך, אידען גויים מענער פרויען, אלעס האט געשטיפט פוו אלע זייטען, קולות אויף הויכע טעינער ווי א קאנטינענטעל חתונה, די ערלים האלטען און איין איבערפילען די שעלפס, און שטיפן זיך דורך מיט א בהלה ווי ביי כפרה שלאגן.

אלע מענטשען מיט כאטש צוויי איבערגעפילטע וואגאנגען מיט אויסוואלען פון ציצית ביז אייער, פון טעפ ביז קעיז, פון בעיזעמעס ביז נאש, אלעס מיט א מייסטערהאפטע ארדענונג, צד השווה שבהם אלעס פאר שטוינענד ביליג.

עפעס א געפיעל האט מיך כסדר געשטיפט, כאפ נאך עפעס, פארברענג נישט קיין צייט, מיט יעדע זאך וואך איך זעקעל דא, כאפן אלע אנדערע גראסערי'ס א ריק, זיי וועלן זיך אראפ זעצען מיט זייערע סאפלייער'ס און אראפ ברענגען די פרייזען, און אזוי וועט זיין גוט פאר די אידען.

מיין קומען אהער קומט נאך א רייע וויכוחים, יעדע שלעשידעס, יעדע מקוה שמיעס, אלעס דרייט זיך איבער בינגא, מעג מען יא, אדער מעג מען נישט, איז מען כפוי טובה פאר די לאקאלע גראסערי'ס אדער איז מען מקפח זייער פרנסה.

דאס איז אמאל זיכער אמת אז יעדער וואס טרעיט אריבער די שוועל פון בינגא טוט וויי פאר זיי, און איז איין ארדער ווייניגער פאר די לאקאלע. דאס איז אויך אמאל זיכער אז די פאקט אז ער נעמט איבער די מארקעט ווייל ער איז ביליג איז פונקט אזא עוולה ווי דער וואס נעמט איבער די מארקעט ווייל ער איז פענסי טייער, צו ווייל ער לאזט אויפשרייבן, צו ווייל ער איז סיי א הערליכע סטאר און אויך ביליג.

אבער פאר עפעס א סיבה שלאגט בינגא ווארצלען מיט מער ווייי טון די גראסערי'ס ווי די 24 שעה גראסערי'ס אדער די טייערע געשעפטען וואס האבן קנאקעדיגע קאמפיינען און מאכן שפירען קיל אהין צי גיין קויפן, און לכאורה איז די סיבה ווייל ער שלאגט כפרות אויך מיט די סאפלייער'ס, און גפן און מהדרין מיזן קניען און געבען ביליגערע פרייזן ווי און די לאקאלע, און דעריבער איז די ערד מער נישט פלאך, בינגא מאכט א בעסערן קאמפיין, ער האט א ניטש וואס קיינער האט נאך נישט דערליווערט עד הנה.

ווען בינגא וואלט געווען נאר א פסח סטאר החרשתי, ווייל איך האלט טאקע אויך אז עס איז נישט פער אז מען זאל שלאגען כפרות מיט דיין לאקאלע סטאר נאר פסח, ווייל דאס איז שוין יא עפעס א שטיקל משיג גבול, מען קען נישט געבען א בייס אריין פסח - כאפן און לויפן, אפילו מען ריפט דאס צדקה, עס איז פשוט נישט פער, אבער בינגא איז נישט און די כלל, בינגא איז הער טו סטעי. מטעם זה בין איך קיין מאל נישט געגאנגען צו די סעד ועזר'ס, כאטשיג איך בלעים נישט די וואס גייען יא. עס איז בערך אזא עוולה ווי די וואס פארקויפן קערידזשעס וכדומה פון בעסמענט'ס און קרויזען אויס די וואס ברויכען צאלן גרויסע רענט'ס און טעקס און זיין אפיציעל ביי די קאמפעני פארלאנגטע פרייזען, און דא קומט א משיג גבול וואס ברויך קיין שום דין וחשבון נישט געבען און גיבט פרייזען וואס די אפיציעלע געשעפטן קענען נישט געבען.

מיין מיינונג ווי שוין אויסגעשמיעסט, אז מען ברויך שטיצען ביליג, די צד ביליג וועגט איבער אלעס, זאלן זיך די גראסערי'ס ציזאמען נעמען און פארלאנגען אויך ביליגע פרייזען, זאלן זיי אויך טראכטען אמאל פון דעם קאנסומער, ווען יאר איין יאר אויס קאסט א פישקע מאקעראני'ס אכט טולער און קיינער קימערט זיך נישט, אדער א פעקל אמעריקען טשיז זיבעצן טולר, ואין פוצא פה, ער שבא בינגא און דעליווערט טשיז פאר אינטער 11 טולער, אדער פסח קעיק פאר 4 טולער, גייט מיר נישט גארנישט אן, איצט וויינט איר, ווי זענט איר געווען די אלע יארן וואס מיר האבן געוויינט.

אלעס לוינט זיך, איך וועלן שלעפן ווי א מויל אייזעל, איך וועל דילדען אלע שטיפערייען, אלעס כדי די אידיש בליט זאל אויפהערן פליסן, די אלע גרויסע קאמפעני'ס וואס האבן געלייגט א מאנאפאל אויף כשרע עסן מיזן ווערן אינטערגעבראכן.

אבער עפעס אינערלעך ציטערט מיר אז די בינגא וויץ וועט נישט אנהאלטן צו לאנג, עס וועט נישט לאנג נעמען און זיי וועלן אנטייל נעמען אינעם אינערליכען ראנג מיט גאלדען פלוי מהדרין און גפן, און אוחף א וועג ציריק ארויפשרויפן די פרייזן, על כן ברויך מען האלטן א וואכזאם אויג, און האלטן זייער פיס צום פייער, און קויפן נאר ווי לאנג זיי זענען ביליג, און גוט, און ווי נאר עס וועט זיך דערקענען אז זיי גייען ארויף זאל מען דאס פאבליצירן.

אבער ווילאנג זיי זענען בשיטה ביליג, און דעליווערן פאר ביליג וועלן מיר זיי שטיצען בכל תוקף, און איך זעי נישט פאר וואס זיי זאלן זיך ברויכן שלאגן מיט כולל גראסערי, עס איז דא געניג פלאץ פאר ביידע, און פאר נאך בדומה להם, עס דארף נאר זיין מענטשליכע פרייזן.

זאל מיר איינער מסביר זיין פארוואס א עפל ברויך קאסטן און א לאקאלע גראסער א דולר, אדער גאלד נאט פישקע פון אלמענדס זיבן א האלב דולר, אדער פארוואס גויאישע מילך 1:99 א גאלען, און גאלדען פלוי האלבע גאלאן צוויי מאל אזויפיל, איין טזשיז סנעק העז נא ביזנעס קאסען באלד פיר דולר וכו', טו העל וויט די פרייזן.בילד
זונטאג אפריל 02, 2017 4:09 pm#367914
:lol:
זונטאג אפריל 02, 2017 4:32 pm#367915
Re: בינגא
וויפיל מען האט שוין דעבאטירט דא אין שטיבל "בינגאו", האט נאך קיינער נישט אראפגעלייגט אזא זאפטיגס און דברים של טעם ווי @פליקער. דער פליקט ווי עס ברויך צי זיין
זונטאג אפריל 02, 2017 4:41 pm#367917
שוין דא א אשכול וועגן בינגא. געניג אז זיי האבן איבערגענומען די מארקעט. זיי ברויכן נישט איבערנעמען די שטיבל דא.
זונטאג אפריל 02, 2017 4:55 pm#367919
אין א געוויסע זין גייט זייער מארקעט אזוי גיט וועגן סאשעל מידיא יעדער רעדט נאר וועגן איין זאך בינגא בינגא בינגא לויפט יעדער אהין זיי קענען אפילו באשטיין דו זאלסט האקן אויף זיי די עיקר איז אז דו זאלסט נאר רעדן פון איין זאך : בינגא!
זונטאג אפריל 02, 2017 5:13 pm#367923
לויטן נאמען פונעם אשכול האב איך נישט געהאט בדעה עס צו עפענען , אבער אז סשטייט אינטער דעם 'פליקער' האט עס אן אנדערע דין, אין ב"ה עס האט זיך געלוינט..
זונטאג אפריל 02, 2017 5:15 pm#367924
Re: בינגא
בנוגע פרייזן וואס יעדער פרעגט, צו זיי גייען בלייבן ביליג אדער גייען זיי ארויפגיין, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט די מציאת אין ארץ ישראל, אז דארט האבן זיי געסטיקט צו זייער ביזנעס מאדעל און געבליבן גאר ביליג, ווארשיינליך וועלן זיי עס טון דא אויך, הגם אמעריקא איז נישט ארץ ישראל

Sent from my SM-N920P using Tapatalk
זונטאג אפריל 02, 2017 5:54 pm#367926
יעצט דא א קעסטל סעלטצער פאר $1.99
זונטאג אפריל 02, 2017 6:10 pm#367931
פין דער בילד זעהט אויס ווי די שורות זענען אויסטערליש לאנג היינט.

קליינע גראסעריס האבען פארדינט דורך בינגא, ווייל די מענטשען וואס פלעגען גיין אלץ קיין כולל אדער גארמעט צו גאלדבערגס, און גייען קיין בינגא, און דארט קען מען דאך נישט קויפען אלעס, זענען משלים די קליינע זאכען ביי דער לאקאלע גראסערי, וואס ביז היינט האט ער דארט נישט אריין געטרויטען.

בדרך אגב, ווייסט איינער פארוואס בינגא האט נאר אלטע מילך?
זונטאג אפריל 02, 2017 6:30 pm#367934
אלטע מילך? איך האב דאס קיינמאל נישט געזעהן דארט
זונטאג אפריל 02, 2017 6:38 pm#367936
Re: בינגא
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:אלטע מילך? איך האב דאס קיינמאל נישט געזעהן דארט

ווייל די וואונסט אין לעיקוואד
זונטאג אפריל 02, 2017 6:45 pm#367938
גר ותושב האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:אלטע מילך? איך האב דאס קיינמאל נישט געזעהן דארט

ווייל די וואונסט אין לעיקוואד

נו מ׳לאזט דאך נאך אריין אין בארא פארק חוץ לעיר׳ניקע. שטייט זיך מ׳ברויך עיזי פעס.
זונטאג אפריל 02, 2017 6:49 pm#367939
קעניג פון אמעריקא איז וועלקאם אין גאנץ אמעריקא.

אפשר זאל מען בעטן בינגו זאל פארקויפן די וועקער, אזוי ווען די קעניג קומט צו בינגו פאר די אלטע מילך זאל ער אויך קענען אויפפיקען די וועקער. :lol:
מאנטאג אפריל 03, 2017 12:35 am#367986
פון די אלע שמועסן וועגען בינגו און גפן קדם וכו' אויף קאווע שטיבל זענען רוב פוינטס גע'ארגיוט געווארן פון א אידילאגישע פאונט מ'מעג יא מ'מעג נישט גערעכט צו נישט גערעכט. עד שבא פליקער והכריע ביניהם אז דע באטאם ליין איז וויר דע באק סטאפס, אין ביי אונז אינדיווידיועלס דע באק סטאפס אין אונזער ליידיגער טייסטער ס'נישט דא קיין לחם לאכול רוב אידען ארבעטען מן הבוקר עד צאת הנשמה און מ'קען נאך אלס נישט דעקן דאס לעבן. אונז זעמער מחויב זיך אליינס אויס צו האלטן אן דארפן גנב'נען און שולדיג בלייבן די גאנצע וועלט און זאלן די בעלי בתים און זייערע אויפרייסערישע ניו עידזש מארקעטינג שלוחים זיך רייסן צווישען זיך, צו יא אויס געהאלטן צו נישט אויסגעהאלטן ווי אזוי זיי טוען עס, הו גיווס עי ****.....
מאנטאג אפריל 03, 2017 12:47 am#367991
פליקער האט געשריבן:אבער עפעס אינערלעך ציטערט מיר אז די בינגא וויץ וועט נישט אנהאלטן צו לאנג, עס וועט נישט לאנג נעמען און זיי וועלן אנטייל נעמען אינעם אינערליכען ראנג מיט גאלדען פלוי מהדרין און גפן, און אוחף א וועג ציריק ארויפשרויפן די פרייזן, על כן ברויך מען האלטן א וואכזאם אויג, און האלטן זייער פיס צום פייער, און קויפן נאר ווי לאנג זיי זענען ביליג, און גוט, און ווי נאר עס וועט זיך דערקענען אז זיי גייען ארויף זאל מען דאס פאבליצירן.

וואס דען מיינסטו? קודם גייען זיי פארשפארן די קאמפעטישאן דערנאך וועלן זיי קענען בעטן וויפל זיי ווילן.

מ׳קען היינט זייער גרינג פארפירן די מענטשהייט מיט ארומשיקן אביסל בילדער אויף וואטס עפפ, דער עולם זעהט א ביליגע ציצית און מ׳לויפט. ע״פ רוב איז עס אבער לעכערליך ביז גאר. למשל היינט האבן זיי ארומגעשקיט סעלטצער פאר 1.99, דער אמת איז אז די סעלטצער איז ווערט נאך פיל ווייניגער 1.99, ס׳איז געמאכט געווארן ביי די זעלבע קאמפעני ווי רוקח און מים טובים און נאך אנדערע קאמפעניס וואס האבן זיך געשפארט א וואך נאכן עפענען האבן געמאכט זייערע סאדעס, זיי מאכן שלעכטע סחורה און דערפאר איז עס ביליג. די זעלבע מיט די מצות, ס׳איז ניטאמאל ווערט קיין אכט דוללער א פונט, ס׳איז ווערט בערך וויפל א פונט פאפיר קאסט, ס׳האט א ענדליכער טעם, ס׳איז די שוואכסטע קוואלעטי מצות וואס מ׳קען באקומען. די אנדערע פראדוקטן וואס זיי קויפן פונקט ווי יעדעם ביי א דיסטריביוטער גייט שיין ארויפגיין די פרייז, דערווייל זענען זיי גרייט צו דערלייגן אויפן קאמפעטישאנס אקסעל, מיט א חשבון לאמיר ביידע דערלייגן די הויזן.

אז מ׳רעדט שוין, די זעלבע שפיעלט זיך אפ מיט די גרעיפ דזשוס, מ׳האט אנגעמאכט א שטינק כאילו קדם טרייבט איבער מיט די פרייז, און מ׳טאנצט פאר שמחה מיט משפחת וועלטש/מאנישעוויץ וואס גייט איינמאל פאר אלעמאל דערלאנגן א קלאפ פאר די גנבים בשם כל הקהל הק׳, אבער אז מ׳גייט אריין אין סיי וועלעכער נישט אידישער גראסערי געשעפט זעהט מען אז דער פרייז פאר נישט כשר׳ע גרעיפ דזשוס, טאקע פון דער זעלבער וועלטש פירמע וואס נעמט זיך אזוי אן פאר די באקריוועדע איז מער ווייניגער די זעלבע פרייז ווי קדם, נארוואס, יעצט וויל ער זיך אריינרייסן אין די כשרע מארקעט מיט זיינע שוואכע קוואלעטי גרעיפ דזשוס וואס ווערט פאברעצירט אין א נישט כשר׳ע פלענט (וואס מ׳כשר׳ט) לוינט זיך אים אויף די מינוט צו זיין ביליגער, אבער אנהאלטן גייט עס נישט.

ערגער פון אלעם איז אבער די גרויליגע מארקעטינג וואס קומט לכאורה דירעקט פון די קאמפעניס, מ׳האט געטראפן א וועג זיך צו מארקעטן דורך באשמוצן יענעם כאילו יענער שטייט און טרינקט אונזער בלוט און ענדליך קומט מען אונז ראטעווען פון די רויבער, דאס איז געווארן די לעצטיגע סטייל וויאזוי מ׳ברענגט אריין נייע איידיעס אין די אידישע מארקעט, די אויפטוה דערפון איז אז ס׳קאסט נישט קיין געלט, אויב האט מען די גוטע ספין צעשפרייט זיך עס ווי פייער. לאמיר נישט פאלן צו די סקעם ארטיסט, זאלן די באטרעפענדע קאמפעניס ספענדן אפאר דוללער און מארקעטן געהעריג כדרך העולם, לאמיר אונז נישט זיין זייערע בהמות וואס גייען איבערחזרן זייערע חאזעריי און זיי שפארן אפאר דוללער אויף מארקעטינג.
מאנטאג אפריל 03, 2017 12:57 am#367993
שלום אזוי גיט ארויסגעברענגט די זאך!
מאנטאג אפריל 03, 2017 1:59 am#367996
שלום שטיסל האט געשריבן:אז מ׳רעדט שוין, די זעלבע שפיעלט זיך אפ מיט די גרעיפ דזשוס, מ׳האט אנגעמאכט א שטינק כאילו קדם טרייבט איבער מיט די פרייז, און מ׳טאנצט פאר שמחה מיט משפחת וועלטש/מאנישעוויץ וואס גייט איינמאל פאר אלעמאל דערלאנגן א קלאפ פאר די גנבים בשם כל הקהל הק׳, אבער אז מ׳גייט אריין אין סיי וועלעכער נישט אידישער גראסערי געשעפט זעהט מען אז דער פרייז פאר נישט כשר׳ע גרעיפ דזשוס, טאקע פון דער זעלבער וועלטש פירמע וואס נעמט זיך אזוי אן פאר די באקריוועדע איז מער ווייניגער די זעלבע פרייז ווי קדם, נארוואס, יעצט וויל ער זיך אריינרייסן אין די כשרע מארקעט מיט זיינע שוואכע קוואלעטי גרעיפ דזשוס וואס ווערט פאברעצירט אין א נישט כשר׳ע פלענט (וואס מ׳כשר׳ט) לוינט זיך אים אויף די מינוט צו זיין ביליגער, אבער אנהאלטן גייט עס נישט.


אינטערעסאנט איז אז ווען איך האב געזעהן וועלטש'ס גויאישע גרעיפ דזשוס איז עס די זעלבע פרייז ווי קדם. און ווען מ'קוקט אויף די אינגרידיענטס זעהט מען אז ס'איז רוב וואסער מיט אביסל קאנסענטרעיט. אויב אזוי לייגט זיך עס טאקע נישט אויפן שכל אז 100% טרויבן זאפט זאל גיין פאר העלפט פרייז.
מאנטאג אפריל 03, 2017 3:59 am#367998
קדם איז אויך קאנסטירעטעד
מאנטאג אפריל 03, 2017 8:45 am#368000
Re: בינגא
איך ווייס נישט וואס מ׳וויל מיט קדם. אין גויישע געשעפטען איז קדם אייביג פיהל ביליגער ווי ביי אידישער. ווען קדם פלעגט האבען אסאך קאמפעטישען, אפילו פון שוואכערע סחורה, זענען זיי געווען ביליגער. ביז זיי האבען געטראפען א בעסערע עצה וויאזוי צו האלטען זייער מאנאפאל.
די וועלטש׳ס גרעיפ דזשוס האט דער טעם פון די פראנצויזישע אויף וואס איך בין אויפגעוואקסען. ממילא פאר מיר איז דאס פונקט גוט. אמעריקאנער זענען טאקע צוגעוואוינט צו קדם וואס איז גאר אן אנדערע בחינה אין עבודת ה׳.

פליקער דיין סעלפי האסטו גענומען דארט פון אונטען מחשש גילוי? ווייל ווען יא, דריי נישט דיין פנים. יעצט זעט יעדער איינער ווי דו זעסט אויס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אפריל 03, 2017 10:03 am#368004
אין חדר האט מיין רבי געזאגט אז מען טאהר נישט שפילען בינגא, ווייל עס אאיז גוי'איש
מאנטאג אפריל 03, 2017 3:53 pm#368026
די גאנצע רעש איז אביסל איבערגעטריבן. אין גאנץ אמעריקע איז דא די פראבלעים אז די ריזן שלינגען איין די מאם ענד פאפ געשעפטן. אזוי טוט בינגא צו די מאם ענד פאפ גראסעריס. די זעלבע מיט וועלטש-מענישעוויטץ צו קדם וואס קדם איז קאנסידערט מאם ענד פאפ קעגן די ריזן.
ווער ווייסט צו ס׳וועט נישט קומען פעט מארק אדער שאפ רייט איין טאג און איינשלינגען בינגא. איי בינגא איז א ריז. ביז א יאר צוריק האט יעדער געמיינט אז ״קעי אר עם״ איז א ריז און מ׳קען זיך נישט שלאגן מיט זיי. יעדער איז א ריז נאר ביז ס׳קומט נאך א גרעסערע ריז!
מאנטאג אפריל 03, 2017 4:33 pm#368028
שאפ רייט איז שוין דא, אין שאפ רייט איז היימישע פראדוקטן גאנץ טייער.
מאנטאג אפריל 03, 2017 4:37 pm#368029
קאצקע ציקער האט געשריבן:קדם איז אויך קאנסטירעטעד

קדם האט אויך קאנסענטרעיט. ס'איז אבער נישט געמאכט דורך אריינלייגן אביסל קאנסענטרעיט אין וואסער. אז די ווילסט בעסער פארשטיין ליין די אינגרידיענטס אויף אלע דריי.
מאנטאג אפריל 03, 2017 4:42 pm#368030
יעדער האט גאנצע חשבונות וויפל געלט יענער מאכט... אלעס פיין און וויואל, יעדער מיט אנדערע וויכוחים, פשטים, פלפולים און טענות אויף די גאנצע וועלט, איך האב א צווייטע קשיא צופרעגן חוץ ציילן יענעמס געלט
ווער האט נערווען צושטיין אזוי לאנג אין די ליין??? קוקטס אויף די בילד וואס פארא צאמלויפעניש דארט טוט זיך... די יו״ט איז נישט גענוג סטרעספול עס איט איז??? די שאפינג עקספירענס מוז אויך זיין מיט סטרעס?

נישט פאר מיינע נערווען, נאך א מזל מיין טאטע קויפט מיר ״האנט מצה״ און אלע אנדערע ״פארשידנע-גרינצייגן״, איך האב גאר שוואכע נערווען צושטיין אין די ליין און זיך קריגן מיט אלטע באבעס ווער סאיז נעקסט.

און וועגן די גרעיפ זשוס, קדם איז טאקע א קאפטיליסטישע גנב און קרוק, אבער פארפאלן זיין גרעיפ זשוס איז זייער גוט, איך האב עס בעסער ליעב פון וועלדזש, וועלדזש טעסט מעהר ווייניגער ווי איזריעלי פטל. דער גנב קדם האט מיר פארכאפט אין זיין פאסטקע אריין... א קאלטע גלאז קדם גרעיפ זשוס? זיכער! יא!!!........עני טיים...
מאנטאג אפריל 03, 2017 5:25 pm#368032
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די גאנצע רעש איז אביסל איבערגעטריבן. אין גאנץ אמעריקע איז דא די פראבלעים אז די ריזן שלינגען איין די מאם ענד פאפ געשעפטן. אזוי טוט בינגא צו די מאם ענד פאפ גראסעריס. די זעלבע מיט וועלטש-מענישעוויטץ צו קדם וואס קדם איז קאנסידערט מאם ענד פאפ קעגן די ריזן.
ווער ווייסט צו ס׳וועט נישט קומען פעט מארק אדער שאפ רייט איין טאג און איינשלינגען בינגא. איי בינגא איז א ריז. ביז א יאר צוריק האט יעדער געמיינט אז ״קעי אר עם״ איז א ריז און מ׳קען זיך נישט שלאגן מיט זיי. יעדער איז א ריז נאר ביז ס׳קומט נאך א גרעסערע ריז!

די חילוק איז אז אונז זעמיר אידן, אנשים אחים אנחנו, אונז האמיר עפעס פליכטן איינער צום צווייטן
מאנטאג אפריל 03, 2017 11:59 pm#368066
בנוגע די ליין'ס אין בינגא,

גראדע איז כמעט קיינמאל נישטא מער ווי איין קאסטומער ביי א רעגיסטער, אן אויסנאם איז געוועהן דער זונטאג נאכמיטאג, וואס עס איז אנגעקומען א ריזיגע עולם.

קדם לייגט נישט אריין וואסער אין די זאפט, חוץ אין די נידעריגערע צוקער זאפט, וואס איז 45℅ וואסער.

די געווענליכע גרעיפזשוס איז צוגעלייגט פין קאנסטרעיט אז עס זאל זיין מער זיס.
מיטוואך אפריל 05, 2017 10:02 pm#368201
Re: בינגא
איסר האטלקי האט געשריבן:שאפ רייט איז שוין דא, אין שאפ רייט איז היימישע פראדוקטן גאנץ טייער.

פון ווי נעמסטו דאס? אפשר ברענגסט א ביישפיל?
מיטוואך אפריל 05, 2017 11:11 pm#368208
Re: בינגא
...בילד

Sent from my SM-J327P using Tapatalk
מיטוואך אפריל 05, 2017 11:49 pm#368211
החוקר האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:שאפ רייט איז שוין דא, אין שאפ רייט איז היימישע פראדוקטן גאנץ טייער.

פון ווי נעמסטו דאס? אפשר ברענגסט א ביישפיל?

איך קויף דארט פון צייט צו צייט, איין ביליגער פראדוקט איז פיש. פיר סלייסעס סעלמאן דיקע קומט מיר אויס פופצן-זעכצן טאלער. אויסער דעם אין די כשר'ע אייל איז אלעס זייער טייער בנוסף לזה וואס די פערטיגע עסן זענען נישט פריש וויבאלד זיי ליידיגן נישט אפ די שעלפס אפט.

איך ווייס גראדע נישט פאר וועמען זיי פארקויפן כשר'ס דארט, כמעט וואס קיין איד פאלט נישט אריין דארט.
מיטוואך אפריל 05, 2017 11:57 pm#368213
יעלה: צו וועם פארגלייכ'סטו?
פרייטאג אפריל 07, 2017 8:18 am#368333
Re: בינגא
צי קיינעם. קאפי פעיסט.

Sent from my SM-J327P using Tapatalk
פרייטאג אפריל 14, 2017 10:08 am#368533
Re: בינגא
למעשה וויפיל בעט בינגא פאר אמעריקאנער האנט מצות? טאקע ביליג, אדער נאר ישראלישע איז ביליג.
מוצ"ש אפריל 15, 2017 10:34 pm#368545
Re: בינגא
האב איך געכאפט א בילד פון מיין גראסערי, און איך פרעס זיך על שני דברים.
קודם כל ווי אזוי קען זיין אז אזא אייטעם ווי מאנדלען וואס איר גאנצע אינהאלט איז מאנדלען, און עס קאסט מער ווי צווי באטלעך גרעפ דזשוס.
אויך עסט מיר ווי אזוי קען זיין אז געזאלצענע און אימגעזאלצענע, האבן די זעלבע פרייז, וגם רויע אימגעזאלצענע פארשטינקענע פיפציג מאנדלעך קאסט אויך כמעט 7 טולר.

איין סך הכל מיר ווערן בארויבט.
נאר בינגא וועט ברענגען ארדענונג. בילד
מוצ"ש אפריל 15, 2017 10:40 pm#368546
Re: בינגא
דא קענסטו האבן א גאנצן פעקל פאר 40% ביליגער.
עס האט אויך אן השגחה.
m https://www.amazon.com/dp/B018FS12SW m

און ביי וואלמארט קענסטו האבן עטוואס א קלענערן פעקל פאר עטוואס ביליגער.
מוצ"ש אפריל 15, 2017 10:58 pm#368547
Re: בינגא
החוקר האט געשריבן:דא קענסטו האבן א גאנצן פעקל פאר 40% ביליגער.
עס האט אויך אן השגחה.
https://www.amazon.com/dp/B018FS12SW

און ביי וואלמארט קענסטו האבן עטוואס א קלענערן פעקל פאר עטוואס ביליגער.

איך זעי נישט קיין השגחה אויפן בילד
מוצ"ש אפריל 15, 2017 11:44 pm#368548
Re: בינגא
פליקער האט געשריבן:איך זעי נישט קיין השגחה אויפן בילד

איך האב נישט דעם פעקל מיט מיר, אבער אז די קוקסט גוט גאנץ אונטען לינקס וועסטו זען די השגחה. נאכמער א שנעלע זוך ביי די OK ווייזט אז עס איז כשר אונטער די שטרענגע השגחה פון די OK.
מיטוואך אפריל 26, 2017 6:44 pm#369192
Re: בינגא
אין אן אנדערע אשכול האט יעלה װײסט געברענגט א בילד אז הרב יצחק שטיין גייט רעדן וועגן בינגא.
יעלה ויבא האט געשריבן:נייע בית דין?בילד


וויל איך וויסן איז איינער געוועהן ביי די פרשה? איבער געהערט די דרשה? אדער נאך געהערט גריסן פון די דרשה?

וואס האט ר' יצחק געזאגט?
מיטוואך אפריל 26, 2017 6:47 pm#369193
ער מעג אנגיין מיט זיין געשפעט אזוי לאנג וואס ער פארמאכט נישט קיין אנדערע געשעפטן. אבער ער טאר נישט פארקויפן קיין פראדוקטן אויף וואס ער מאכט נישט קיין געלט.
נישטא קיין שום פראבלעם איינצוקויפן דארט אפילו אויב ער טוט נישט להלכה. אבער א מידת חסידות איז יא פארהאן אויב צוליב אים פארלירן אנדערע געלט.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:24 pm#385313
Re: בינגא
בילד

לעבן זאל די רעוואלוציע
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:30 pm#385314
איצט שניידט ער שוין אריין אין די טאשן פון די מוסדות. איך מיין אז ס'שוין צייט פאר די רבנים צו אסר'ן בינגאו באצייטענס, איידער בינגאו העט אויפמאכן מוסדות פאר א צענטל די פרייז......
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:50 pm#385327
די געדרעג וועט זיין עפעס וואס בארא פארק האט נאכנישע געזען. שומרים וועט האלטן ארדענונג אויף 60 און שמירה אויף 61. מתעסקים וועט אויך האבן א מאביל אויב חלילה ס'מאכט זיך א פריצייטיגע טראגישע מיתה ביי די עופות. חסד של אמת מיט די וויקלי לינק וועלן קעיר נעמען פון די פיקטשערס. חברים וועט זיין ביי די האנט אויב שפארט איר איין איייערע טשיקנס אינעם טראנק בטעות.

באסעס וועלן פארן פון מאנרא, מאנסי, בעיסוואטער, זשערסי סיטי, בלומינבערג און סטעטן איילענד. ביטע מאכט זעכער צו ברענגן עקסטערע דרייסיג צענט אויב אייערע טשיקענס דארפן א באקס.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:52 pm#385328
Re: בינגא
804726165_9899.jpg

מחיל אל חיל. אזוי וועט מען אביסל נידערן די גזלנישע פרייזן.
יעצט דארף נאר בינגא עפענען א מוסד...
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:23 pm#385345
Re: בינגא
What's next?בילד

lead, follow, or get out of the way!
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:27 pm#385355
.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:39 pm#385357
היי יאר עפען איך מיין אייגען בינגא האולסעיל ביזנעס. איך גיי שלאגען איין כפרה פאר מיין גאנץ הויזגעזונד כמבואר בהלכה
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:40 pm#385358
איך פארקויף 1.80 עכטע געלט פאר בלויז 2.50 צו כפרה שלאגן.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:50 pm#385359
געבעטשטע געלט לכבוד די הייליגע טעג פונ'ם רויטען אליינס!!

כ'האף דיין עמעזאן גויטע לייגט נישט ארויף איר הענט אויף דעם.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:42 am#385365
Re: בינגא
בד"ו בינגא איז געגאנגן שותפות מיט נייע ארוינישע מצה בעקעריי אין ניו זשערזי, צו קענען ברענגען פיינע פרישע מצות אויף פסח פאר א שפאט ביליגע פרייז

Sent from my 5056N using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:21 am#385369
גארנישט געהערט איבער די בעקערי. איז עס באשריבן ערגעץ אין שטיבל?
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:31 am#385370
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך פארקויף 1.80 עכטע געלט פאר בלויז 2.50 צו כפרה שלאגן.

כ׳בענק מיך נאך די רויטע גרייצערס...