Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל • רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן

קאווע שטיבל • רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11448
זונטאג אפריל 23, 2017 10:27 pm#368864
רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן
פארוואס פעלט אויס א ר' ישעיה'לעס כולל פרעגסטו?

ס'איז נישט מער ווי יושר אז ווען כולל חצות, תהלים כולל, עיני ישועה, רחם פקודה, פארמאגן שוין עטליכע ברענטשעס איבער די גארער וועלט, איז נאך ר' ישעיה'לע - וואס פאקט זיי אלע איין מיט ישועות - בכלל נאך נישט אויפן מאפע.

גראדע דער אונגארישער פרעימיער מיניסטער האט יעצט געזאגט פאר טראמפ אז א גרויס חלק פון די פרישע דזשאבס קומט זיך אונגארן קרעדיט, אונגארן האט צוגעשטעלט קערעסטיר..

געטון ווי געזאגט געזאגט ווי געטון. נאכן דורכרעדן מיט פראמינענטע רבנים ווי אזוי ס'איז די ריכטיגסטע מהלך צו פאראייביגן די נאמען פון באדראג קערעסטיר האמיר באשלאסן צו גרינדן א כולל על שמו. כ'האב עס א נאמען געגעבן: רבי ישעיה'לעס כולל. כשמו כן הוא א כולל ווי מ'איז זיך מתעמק בדרכי רבי ישעיה'לע.

ווי יעדער פארשטייט אליינס איז נישט יעדער קוואליפיצירט צו זיין בין הני חבורתא. יעדער פון די שלוחא דרחמנא האט מען עקסטער געקליבן באזונדער; יעדער איינער איז אינטערנעט פריי, סקיסע גייער'ס מיט די קאפ וואסער ווען די ציצית הענגט איבערן דלת ווי צו זאגן דא וואוינט אן הכנות עדיקט, גרויסע און פולע אידן, דארפן קענען טינקען בראוני טאפס אין מאטיאש אראפ ווישענדיג מיט א זכיעסע יאגיין אליינו, זייענדיג מקיים אלע מצות התליות בעבודת האכילה בכל פרטיה.

די פרייזן פאר די זכותים זענען עס פאלאוס:

פאר $18 טרינקן מיר ח"י ראטל ר' ישעיה'לע זופ, אדער ח"י ראטל מטרנה.

פאר $36 עסן מיר פאר אייך שתי פעמים ח"י דעלקעלעך, צו יוצא זיין שיעור שביעה שיטת קערעסטיר.

פאר $72 עסן מיר פאר אייך ח"י דעלקעלעך פלאס א פושקע מאטיאש.

פאר $180 עסן מיר כל הנ"ל פלאס א טאץ בראוני טאפס געטונקען אין ר'ישעיה'לע הערינג.

פאר $360 כמנין ולא לרזון עסן מיר אלע אויבנדערמאנטע פלאס פארציילן לזכותך די מופת פון דער גוי וואס האט זיך דערטראנקן אינעם סינק.

פאר $720 כמנין ר' ישעיה'לע שר העכברים וואשן מיר זיך צו א סעודת ר' ישעיה'לע בשעתו, פרישע ראפאגאש בארכעס נוסח ר'ישעיה'לע, א טאץ געפילטע מיט קאטשעניו אויסווישענדיג דערנאך די קאטשעניו אזוי אראפווישענדיג נאך א רעפטל ברויט, פרישע זופ פון א קליינע טאפ זכר לנס, געשחט'ענע קעלבער, הנתחים והפדר, קוגלען און צימעס. לקיים מה שנאמר: זכר לאכילה כשעיהו

דאס יאר וואס עס געפאלט שבת וועלן מיר עסן צוויי סעודות ביז סוף זמן אכילת ר' ישעיה'לע ווי ר'ישעיה'לע האט געטייטשט ואל קין - אויף צו קייען לא שעה - איז נישט דא קיין באשטומטער זמן נאר שטענדיג ווען מ'קען צו'עסן א ר' ישעיה'לע קוגעל הרי זה מעוגל

פאר עקסטערע 68 ראניש כמנין באדראג קערעסטיר, זאגן מיר די הייליגע יהי רצון וואס איז פול מיט מילו"י יודין און אנדערע שמות וואס איז פארפאסט געווארן במיוחד דורך אחד מזקני נכדי ר'ישעיה'לע:

הרֵינִי אוֹכַל אֲכִילָה זוֹ, אֲכִילָה מְרוּבָּה, בַּרְבּוּרִים אבוסים, שְׁמֵנִים וּמְתוּקִים וְדָגִים מְלוּחִים לָעִילּוּי נָשַׁמְתָּ רבינו ישעיה בֵּן מֹשֶׁה בְּשֵׁם כָּל יִשְׂרָאֵל. 
וַיְהִי רָצוֹן שֶׁכְּשֵׁם שֶׁאָכַלְתִּי אֲכִילָה גַּסָּה בְּשָׁנָה זוֹ בָּעוֹלָם הַזֶּה כָּךְ אֲזַכֶּה לֶאֱכוֹל וְלִשְׁתּוֹת לְשָׁנָה הַבָּאָה וּשְׁאָר שַׁבָּתוֹת הַשָּׁנָה. (שכח ונבנתה)


הבהרה: די אלע פרעסטראונטן און אנדערע פראסטע אידן וואס ווילן זיך פילן גוט, טיילן זיי פרעסעריי בחינם מאכענדיג פון ר' ישעיה'לע א חוכא וטלילא א שטיק פרעס! דאס האט מיט אונז קיין שייכות.

אזוי אויך די אלע וואס פרובירן אראפצורייסן די מנהג אבותינו מדור דור פון ממשיך זיין ישועות דורך די עבודה פון אכילה, די זענען שוין אלטע משכילים, מינות דמשכי, וואס זענען שוין אלץ בחור געגאנגען מיט די אונטער-העמעדער אן די ערמל..

---------

די ישועות למעלה מן הטבע זאגן עדות די פולע אידן וואס האבן דאס שוין פרובירט. אונזערע קליענטן באהאלטן זיך נישט מען קען זיי אליינס איבער פרעגן די ישועות. כ'וועל נאר דערציילן בקיצור נמרץ די לעצטיגע יישועות פון די וואך אליינס

זלמן בערגער פון בארא פארק איז ליידער געווען א חשוך בנים יארן לאנג. כולל חצות אפפער אויף זכרים איז שוין נישט יעצט געווען עוועליבעל און לייבעל איז עפעס פונקט נישט נעתר געווארן לבקשת תושבי ברוקלין יענע וואך... האט ער האט באשלאסן צו רופן ר'ישעיה'לעס כולל, ער האט גענומען די זכות פון שתי פעמים חי דעלקעלעך. הערשט נאך די אינגעלייט האבן אים פארזיכערט אז זיי וועלן ענדיגן דאס מערסטע וואס זיי קענען, האט ער זיך בארואיגט. אבער ווי וואונדערליך, נאך בשעת'ן אראפלייגן רופט אים זיין ווייב מיט איבערראשונג אז פלוצלינג אינמיטן וואשן דישעס האט זי געהאט א בן זכר... פאר אונז אבער איז אזא מעשה בכלל נישט קיין איבערראשונג.

חיים שלום וואלדמאן פון קרית יואל האט לעצטענס זיך געפלאגט מיט א גוי'אישע שכן וואס האט אים אויסגעטיילט שווערע צרות. חיים שלום האט זיך איינגעהאנדעלט די 360 פעקידזש פון מאטיאש מיט די מעשה פונעם סינק. עטליכע טעג זענען פארביי ווען איין טאג קומט ער צו לויפן צו חיים שלום'ן פרעגענדיג ווער איז דיין ראביי? פארציילנדיג מיט קענטיגע שרעק: נעכטן נאכט אבער'נדיג אויף פירסט עוו' פיל איך א שלעפ ביים קארג, און דער ראביי זאגט מיר איבער און איבער 'לייגן אדער בייגן' כ'האב נישט געוויסט פונקטלעך וואס ס'מיינט האביך געטשוזט די ערשטע אפשען... מיין אבער דרייווער זאגט מיר דו האסט מזל ווי א גוי.. ווען דו טשוזט ווען 'לייגן' ביסטו יעצט אויפן וועג צום פיונערעל...

און מיין דרייווער פארציילט מיר ווייטער, אז הערשט א טאג פארדעם איז געווען די זעלבע מעשה אין באסטאן, ווען א יוגענטליכער האט אהיים שפאצירט פון סקול האט אים דער אידל אפגעשטעלט אבער דער גוי האט געטשוזט די לייגן אפציע, און יענער נאכט האט ער זיך איבערגעבויגן איבערן סינק און ער האט זיך דערטראנקן.. די פאליציי האט געעפענט די דרעין אבער והנער איננו, אזויפיל יא זאגן זיי, אז לעצטענס שפייט דער טייס און דונא טייכן אין אונגארן ארויס צענדליגער קערפער ס'איז דערווייל נישט באשטעטיגט צו ס'האט א פארבינדונג מיט די מעשית דא.

די פאליס דעפארטמענט האט יעצט ארויסגעלייגט א באלוינינג ווער עס ברענגט זיי אינפארמאציע איבער א סיריעל קיל..ר (רח"ל) זיי האבן פארשפרייט א סקיצע פון א עלטערער האנגעריען ראביי מיט א פלאכן היט אויפן קאפ און איז לעצט געזען געווארן אין וויליאמסבורג ביי די קליימער פראדזשעקטס כמעט הרג'נענדיג א טענענט.

דורך די סובוועי און ביי בערי קליין איז ער דערווייל נאכנישט דורך, דארט האט מען יעצט געזען מייזן לויפן.


חלילה צו לצ'ווען פון א קדוש בישראל, ס'איז נאר צו חוזק מאכן פון די איבערגעטריבענע עסעריי און מעשיות באקעריי. נישט נעמען פערזענליך, ס'איז דאך אין שמייכל
זונטאג אפריל 23, 2017 10:49 pm#368865
נאך א מזל כ'בין אליין אין צימער יעצט...
מאנטאג אפריל 24, 2017 12:25 am#368873
אייזן גוט באשריבן.
נאר איין הערה. די שרייבסט נעמען פון די באטראפענע - זלמן בערגער פון בארא פארק און חיים שלום וואלדמאן פון קרית יואל. איך האלט אז אזא מוסד ווי מענטשן געטרויען מיט פערסאנעל פראבלעמען וואלט געדארפט זיין קאנפידענשאל און שרייבן בלויז די ראשי תיבות פון די נעמען
מאנטאג אפריל 24, 2017 12:47 am#368875
לעשות רצון ש.וו. וועלעך מגלה סוד זיין אן קיין נעמען.

אני הקטן וו. פון ק"ש. פיר שוין יארן לאנג אזא כולל ביי מיר אין שטוב כנהוג מקדמת דנא אז די שיינע יודען אין די מעשה ביכלעך פלעגען מחזיק זיין א כולל בביתם, איך ריק בארכעס און פיש יאך, קיכען געזאלצען און געציקערט, זויערע און זיסע פיש, קארן ביף און לשונות בחרדל, פארעווע טשאלענט און פליישיגע, ספייסי און וועגיטעריען, צווישען א יעדער טעימה פיש און פלייש שווענק איך מיט יי"ש וחוזר חלילה בין בשר ודגים. אזוי אויך פיר איך א קרטעשניפער-נדבורנא כולל ווי איך בין תוחב בבית הבליעה נאר מאכלי שב"ק משבת לשבת שוין יארן לאנג וואס כ'נעם נישט אריין אין מויל נאר מאכלים וואס זענען אנגעגרייט דורך די רעביצין מחד לשבתא לשבתא. אבער היות אין הקומץ משביע את הארי ודא עקא קושית כסף מנלן נאכ'ן דורך רעדען מיט געטרייע עסקנים פונם כולל בשעת זיצען מיט פראפסיענעלע אקאונטענטס און לויערס האט מען מחליט געווען צו קאנסאלידעיטען די צוויי כוללים און מערדזשען כולל קערעסטיר מיט כולל קרעטשניף נדבורנא ויצא מה שיצא א כולל קערעסטיר-קרעטשניף-נדבורנא, און פון דעמאלטס און ווייטער עסען מיר כפליים כיוצא מצרים אלס נאר לכבוד שבת קודש. ב"ה מיר האבן קינדער ק"ע ,פרנסה, הרחבת הדעת, עס איז נישט שולט קיין עין הרע, שידוכים, אריכות ימים, נישטא קיין חולאים און מקשה לילד'ס. באשעפער זאל העלפען אז די קערעסטירער-נדבורנער-קרעטשניפער כולל זאל קענען אנהאלטען עוד רבות בשנים כולן שוין לטובה.

די עסקנים קלערען יעצט צו מערדזשען מיט פשעווארסק, און צייליגען א פשעווארסקער קיגל, וועט מען זוכה צו כולל קערעסטיר-נדבורנא-קרעטשניף-פשעווארסק....
מאנטאג אפריל 24, 2017 1:59 am#368876
Re: רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן
איך האב אין פלאן צו עפענען א 'כולל עלית למרום' וואו צעהן אינגעלייט וועלן אייננעמען די אלע סממנים המנויים בתורה במקטרת העשן לריח ניחוח אשה לה', אזוי וועלן די אינגעלייט ארויפטראפעווען צו גאר הויכע עולמות און קענען זעהן און הערן פונקטליך וואסארא דינים עס איז דא אויפן מענטש און לויט דעם וועלן זיי קענען איינטיילן צו וועלכע כולל ער זאל זיך ווענדן פאר א ישועה!

אמאל קען עס זיין איינעמס אפגעריסענער שלעכט עין וואס ער האט ארויפגעשמירט אויף יענעם על לא דבר.

אמאל איז דא א קטרוג חלילה וויבאלד ער טוט מצוות נאר כמעשה קוף בעלמא ברויך מען לעומת זה זאגן תהלים בי עשרה צו מבטל זיין די מעשי קוף זיינע.

אמאל קען זיין וויבאלד ער איז נישט זהיר געווען אין די מצוות התלויות בחצות (כאכילת אפיקומן ועוד שאיני יכול לפרט מטעם הכמוס) ברויך ער דרינגנד א חצות טיעם וואס זאל אינאיינעם פאריכטן זיין אפגעפליקטן חצות ווירטשאפט.

וכן לעניין אכילה, אמאל קען מען חלילה עסן שלא לשם ר' שייעלע קערעסטירער בזמן וואס עס איז דייקא פארהאן א שטארקע תביעה ממרום אז מ'זאל אן עס טאן לשמו כמנחת שייע כידוע ליודעי חריין, ברויך מען א גרויסע תיקון אין דעם פעלד פון מיכלא יתירה לפטם בני ייחוס לזכות עבות אז עס זאל געגעסן ווערן פון אלע מיני תבשילין בכדי אכילת פרס ומדי אויף אן אופן וואס וועט צושפאט לייגן סעודת אחשורוש בשעתו. וכו' וכו'.
וועט דער כולל דינען ווי א וועגווייזער פאר דעם קווה ישועה צו קענען גיך אנטרעפן זיין ריכטיג מקור הישועה און שפארן געלט און צייט און עגמ"נ פון ברויכן ארומקלעטערן אלע כוללים ביז'ן אנקום צום ריכטיגן מקום ישועה!
מאנטאג אפריל 24, 2017 9:00 am#368881
גאנץ פיין געלאכט, אבער וואס אל איך טוהן אז איך האב פערזעכנליך און ערשט האנטיג מיטגעהאלטן פלא'דיגע ישועות געשעהן צו אידן פון אלע שיכטן און סארטן ביי דעם צדיק נשגב. הה''ד אז עס איז דא גענוג אמתע מעשיות דארף מען נישט באקן.
מאנטאג אפריל 24, 2017 9:38 am#368883
איך ווארט אויף איינער וואס זאל אויפמאכן א דאווענען כולל. וואו מען ערענסטע אינגעלייט וועלן דאווענען פאר מיר שחרית, מנחה און מעריב בכוונה. פארוואס נאר מיט תהלים אדער אויף זיין אויף וואכנאכט קען מען איבערגעבן פאר יענעם. ווי אויך אסאך מאל איז מען בכלל נישט ראוי צו דאווענען.
מאנטאג אפריל 24, 2017 12:08 pm#368890
.
מאנטאג אפריל 24, 2017 12:41 pm#368897
דער געוואגטער יונגל: איך וועל זאגן אזוי ווי אונזער זיידע אברהם אבינו ע"ה האט געזאגט צו שרה אמנו..."עתה ידעתי כי אישה יפה מראה את"...אונז קעמיר זיך שוין כמעט 3 יאר. אמת, איך האב אייביג געוואוסט אז דו האסט א ספעציעלן טאלאנט צו הומאר. אבער אזוי ווייט צו קענען צונעמען אן עניין לפרטי פרטיו מיט אלע פיטשעווקעס און ארויפגעבן עס כשולחן הערוך אז דער עולם קוילערט פאר געלעכטער. פארשטייצעך נאכ'ן כאפן דעם ריכטיגן פשט פון דיינע ווערטער...!

איך פארשטיי אז דו מאכסט ח"ו נישט ליצנות פון א צדיק אמת און איש מופת. נאר פון די נארישע קולטור וואס האט זיך דעוועלאפט דורך מענטשן וועלכע האבן פארשידענע אגענדאס צו שטופן נישט געשטויגענע אזוי-גערופענע מופתים עד כדי חוכא וטלולא. איז זייער גוט אז ס'איז דא איינער וועלכער קען ארויפהאלטן א שפיגל און ווייזן פאר א יעדן ווי אבסורד די גאנצע מאכערייקע פון די פאלשע אמונת צדיקים איז...נאכאמאל. א יישר כח...!
מאנטאג אפריל 24, 2017 12:46 pm#368898
שמעון וואלף האט געשריבן:אייזן גוט באשריבן.
נאר איין הערה. די שרייבסט נעמען פון די באטראפענע - זלמן בערגער פון בארא פארק און חיים שלום וואלדמאן פון קרית יואל. איך האלט אז אזא מוסד ווי מענטשן געטרויען מיט פערסאנעל פראבלעמען וואלט געדארפט זיין קאנפידענשאל און שרייבן בלויז די ראשי תיבות פון די נעמען

שמעון וואלף: דו האסט א הווה אמינא פאר איין מינוט אז דאס זענען אמת'ע נעמען פון מענטשן וועלכע זענען געווען אין קערעסטיר. ס'קען זיין ס'איז דא מענטשן מיט אזעלכע נעמען. אבער ביי די מעשה איז עס נישט אמת. וואס דארפסטו א בעסערע ראיה...?! וויפיל גויים קענסטו וואס וואוינען אין די היימישע געגנט אין קרית יואל...?!
מאנטאג אפריל 24, 2017 10:34 pm#368947
קל וחומר האט געשריבן: אמאל קען זיין וויבאלד ער איז נישט זהיר געווען אין די מצוות התלויות בחצות (כאכילת אפיקומן ועוד שאיני יכול לפרט מטעם הכמוס)

:) :lol:
מאנטאג אפריל 24, 2017 11:19 pm#368950
איינער פרעגט מיר יעצט צו כ'פאר אויף קערעסטיר, זאג איך אים כ'בין יעצט אויף א שטרענגע דייעט אפשר קומענדיגע יאר...
דינסטאג אפריל 25, 2017 12:49 am#368959
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אייזן גוט באשריבן.
נאר איין הערה. די שרייבסט נעמען פון די באטראפענע - זלמן בערגער פון בארא פארק און חיים שלום וואלדמאן פון קרית יואל. איך האלט אז אזא מוסד ווי מענטשן געטרויען מיט פערסאנעל פראבלעמען וואלט געדארפט זיין קאנפידענשאל און שרייבן בלויז די ראשי תיבות פון די נעמען

שמעון וואלף: דו האסט א הווה אמינא פאר איין מינוט אז דאס זענען אמת'ע נעמען פון מענטשן וועלכע זענען געווען אין קערעסטיר. ס'קען זיין ס'איז דא מענטשן מיט אזעלכע נעמען. אבער ביי די מעשה איז עס נישט אמת. וואס דארפסטו א בעסערע ראיה...?! וויפיל גויים קענסטו וואס וואוינען אין די היימישע געגנט אין קרית יואל...?!


בערעלע, מיר זענען אין שמייכל. ביטע לעזן דיזע פארום מיט א סארקאסטיש בליק
דינסטאג אפריל 25, 2017 1:02 am#368960
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:איינער פרעגט מיר יעצט צו כ'פאר אויף קערעסטיר, זאג איך אים כ'בין יעצט אויף א שטרענגע דייעט אפשר קומענדיגע יאר...

אדרבה ביי רעב שייעלע'ס יארצייט געט מען בייגלס מיט לאקס וואס איז אסאך געזונטער פון די ספאנזש קעיק וואס מ'געט ביי אנדערע יארצייטן מ'דארף עס טאקע איינפירן א ביי יעדע יארצייט
מוצ"ש אפריל 29, 2017 10:30 pm#369397
הזהרו! סוף זמן אכילת ר'ישעיה'לע..
מוצ"ש אפריל 29, 2017 10:42 pm#369400
Re: רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:הזהרו! סוף זמן אכילת ר'ישעיה'לע..

די קלוגע יודן ווייסן צי מיטנעמען די השפעות פון'עם הייליגן טאג אויף א גאנץ יאר
זונטאג אפריל 30, 2017 1:10 am#369409
ביי אונז אין ביהמ"ד האט מען דעי שבת ארויסגענומען צוויי ספרי תורה מ'האט געליינט פרשת המן...
זונטאג אפריל 30, 2017 1:42 am#369415
העי! רימאנוב נעמט שוין ארויס אן עיקול
זונטאג אפריל 30, 2017 1:45 am#369416
טמיר האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:הזהרו! סוף זמן אכילת ר'ישעיה'לע..

די קלוגע יודן ווייסן צי מיטנעמען די השפעות פון'עם הייליגן טאג אויף א גאנץ יאר


נאו קידדינג. אז מ'נוצט אויס דעם יום קדוש בכל פרטיה נעמט מען טאקע מיט די השפעות ווי מען גייט א גאנצע יאר. ווער ס'גלייבט נישט זאל פרובירן ארויף צו וואקען 5 שטאק טרעפ און איין צו וועט ער זען אז ער האט מיטגענומען השפעות
זונטאג אפריל 30, 2017 2:13 am#369418
מיטוואך אפריל 11, 2018 10:50 pm#399504
רבותי נאך געציילטע פלעצער עוועליבעל. נאר ערענסט פאראינטערעסירטע...
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:09 am#399524
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:רבותי נאך געציילטע פלעצער עוועליבעל. נאר ערענסט פאראינטערעסירטע...


מ'דארף זיך מכין זיין פאר א פארהער?
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 9:23 am#399536
Re: רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן
נאכ׳ן סעודה וועסטו זיך מכינ׳ן און נאך ווי.

מיין גרויסע געפאר פון מיין דייעט איז נישט פסח׳דיגע קניידלעך און לאטקעס, נישט מארשמעלאוס ל"ג בעומר (אין די פייער), נישט קעז קוכען און קרעפלעך אום שבועות. ניין, איך האב מורא פאר די ג׳ אייר חגיגות. מיין נישט, ביזדערווייל רוקט זיך עס אריין אין לעיקוואד פאמעלאך, און איך האב שוין אפאר דאללאר דערפון פארדינט. אבער ווי וועט מען קענען זיך באהערשען ווען די טעץ בייגעלס מיט לאקס, אלערליי קעזען און זאפטען, מזונות פון אלע סארטען און וואלאזינע, קאצקע און בוכארישע העררינג (פלאומ׳ס נייע ביזנעס קאמפעין)? אפשר דארף מען גאר מוותר זיין און צולייגען נאך א צען פונט לכבוד יו"ט. אמער, נאר געלט מעג איך צולייגען אדאנק ר׳ ישעיע׳לע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 9:55 am#399541
Re: רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן
געהערט פון א שמש אז עס איז שוין אריינגעקומען דריי טויזנט דאלער פאר די ג אייר פרעסערייען און ער האפט אויף נאך אפאר טויזנט ביז דעמאלטס.
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 10:56 am#399560
Re: רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן
דאס מיינט נישט אז דער עסען קאסט מער ווי 500. דער שמש דארף דאך אויך לעבען. ווען איינער קען אויסטרעפען נאך א פאר אזעלככ חגאות, וועט דער שמש פארבאנד זיין שטארק דאנקבאר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג אפריל 17, 2018 7:54 pm#400059
מצאתי נוסח ישן נושן בפנקסי קהילת באדראג קערעסטיר:
מלאו את בטניכם בשני לחודש בערב, וכי בשני באייר מתמלאים? והלא בשלשה באייר מתמלאים? אלא לומר לך: כל האוכל ושותה כבר בשני בערב - מעלה עליו הכתוב כאילו אכל בר' ישעיה'לעס יארצייט אליינס

והוא סתימין דכל סתימין
מיטוואך אפריל 18, 2018 8:14 am#400097
באקומען אויף וואטסעפפ
אט דערנענטערט זיך דעם יום הגדול והנורא פון וואס די טונא אין לאקס פישן אין וואסער ציטערן, דער טאג וואס האלט אינמיטן טרענספארמירט ווערן אלץ איינע פון די גרעסטע און הייליגסטע טעג ביי כלל ישראל, די קינדער וואס זענען יעצט אכט יאר אלט גייען שוין געדענקן אז פון אייביג אן מאז היתה ישראל לגוי איז געוועהן א ענין אין דער טאג צו עסן און געבן עסן, ס'גייט זיין עפעס אזא ערב יום כיפור סיטואציע ס'גייט ווערן אנגענימען אז סאיז א מצוה צו עסן וכל המרבה הרי זה משובח. 

איך זעה פאר אז אין געציילטע יאר גייט שוין יעדער גרעסערע גראסערי וואס האט א פסח סעקשאן אויך האבן א באזונדערע 'קערעסטיר סעקשאן' ווי מ'גייט קענען קויפן גרויסע בייגלעך מיט קערעסטירע קוגלעך און רבי ישעי'לעס קוקאש קעיק וכד'. האלב 13TH ave גייט זיין באלקירט מיט קאנטעינערס צו ערפולען דעם געברויך מיט כל מיני מאכלים, פון ארץ ישראל גייט מען קומען שנארן פאר ג' אייר חלוקות דורך עונג שבת ויו"ט, אסאך ארגענעזאציעס גייען זיך נאך עפענען לכבוד האי יומא דקא גרים און אסאך טאשן שניידער'ס גייען נאך נתעשר ווערן בזכות דעם צדיק, וועט נאך ארויסקומען ספעציעלע ספרים מיט מנהגים בחצרות הק׳, א קיצור ס'גייט ווערן לעבעדיג אין שטאט אויפן חשבון פון האי צדיק וקדוש. 

אלעס האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס אפאר הונגעריגע אידן האבן געהערט עפעס א מעשה פון עפעס א מלוה מלכה אין קערעסטיר און זייענדיג הוגעריג האבן זיי זיך צוגעכאפט דערצו ווי צו ווארעם'ס און זיך גענומען חלומ'ן פון דעם צדיק ווי דער הונגעריגער חלומ'ט תשעה באב נאכמיטאג פונעם אויספאסטן צוביסלעך איז ארויסגעקומען א ספר החלומות געהערט פון ערשט האנטיגע בעלי חזיונות באזירט אויף דמיונות, זיי האבן איבערגעלאזט הונגער פלעקן אויף רוב פון די סיפרים דארט, על פי חשבונם איז די גאנצע תבואה פון רומעניא פוילן רוסלאנד געקומען מיט שיפן קיין קערעסטיר צו די דריי אידן מיט צוויי גוים וואס האבן געוואינט דארט. צו קאכן די זופ האט מען אויסגעטרוקענט דעם דונא טייך אזש אז ס'איז אנטפלעקט געווארן די אידן וואס זענען געהרגעט געווארן דארטן על קידוש ה'.

שוין געווארן אזוי אז אונזער בליק אויף רבי ישעי'לע איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי א אלטער ברייטער איד מיט א מעסער אין די האנט שטייט און שנייט גרויסע ראפאגאש בארכעס מיט קוקאש קעיק, דערנאך גייט ער מיט אימפעט צום גרויסן טעפל טשולנט און מישט בשעת וואס זיינע ליפן מורמלען 'לשובע ולא לרזון', מוצש"ק שטייט דער צדיק מיטן קאפטן און קנעט איין ריזיגע שטיקער טייג און שיילט צוויקעל מיט פאטעיטאס און דער עולם זיצט ארום דער טיש און קנאקט. און עפעס אזוי האט זיך געדרייט כל ימיו פון דער צדיק.

די לעצטע פאר יאר פארן פולע ערעפלאנען אנגעפאשעטע אמעריקאנע אידן וואס לעבן דא מיט כל טוב וטוב ווייסן נישט קיין דאגות האבן נישט קיין השגה דאס איידלקייט און באשיידנקייט פונעם קערעסטירער צדיק די חברה פארן אהין האקן קוגל מיט טשולענט וואס ווערט אהערגעשטעלט דורך ריזיגע ד׳ אמות קעכער׳ס, און קומען צוריק פארציילן אז דאס איז ממש ווי ווען דער צדיק האט געלעבט, כאילו פון דעם באשטייט דער גאנצער קערעסטיר. 

כ'האב געזען ערגעץ איינער פון די שרייבער שרייבט דאס פאלגנדע: 

_עס איז איבעריג צו זאגן וואס עס טוט זיך אין קיטשען אין קערעסטיר ערב שבת יארצייט, ריזיגע טעפ אנגעפולט מיטן גאנצן מה ידידות, פרויען פון איין זייט, בחורים פון צווייטן זייט, שטייען און קאכן באקן שיילן מישן, און יעדעס מינוט וואשט מען פריש אויס די כלים און מען הייבט אן נייע רעצעפטן, טעצער קעיקס און קוקיס פארן ארויס יעדע עטליכע מינוט, וואס זאל איך אייך זאגן.. נוסח קערעסטיר!_

סארא גערעדאכץ דאס, מ'עסט פרעסט און ענדיגט צו נוסח קערעסטיר...

נקודת הענין; היות איך זעה אז ס׳ווערט נשתכח אז דער טאג איז א פלענער נארמאלער טאג, במילא וויל איך אצינד ג' אייר תשע"ח אויסרופן און אראפלייגן א יסוד פאר יעדער חוקר מנהגים פון דער קומענדער דור, הערט גוט וואס איך זאג אייך:
ס'איז נישטא קיין שום ענין צו עסן טונא פיש מיט בייגעל'ס אדער קנאקן גע׳חריינ׳טע געפילטע פיש מיט צימעס אין דעם טאג פון רבי ישעי'לעס יארצייט, ווי אויך אויב איר זענט די אייגענטומער פון א רעסטוראנט אדער סיי וועלעכער עסן קרעמל איז נישט חל אויף אייך קיין שום חיוב צו פארטיילן עסן בחינם' שרייבט נישט אויף רבי ישעי׳לעס קאנטע ווייל ער גייט דאס נישט צאלן.

אצינד ווען די שורות ווערן געשריבן ווערט ערווארטעט א גרויסע ליפערונג פון בייגעל'ס מיט פוטער אין אלע היימישע בתי מדרשים, ווי אויך עטליכע גרויסע גראבע טאטעס מיט שיסלען אין די האנט צו פרעגל'ן אייער, ביים טיש זיצענדיג וועט איר טרעפן דאס געשמאקן איד'ל וואס האט זיך שוין א וואך צייט אנגעגרייט מעשיות און דמיונות פונעם בעל הילולא, ער האט דורך געטוהן עטליכע ביכער וואס בעלי חלומות האבן געשריבן זייענדיג הונגעריג, אצינד גיסט ער עובדות ווי א כל בו און אזוי ווי נישט ווי כאפט ער אריין א גאנץ לעפל שפאזע און ס'שפייעט אויס ווי פון זיך אליין א: זכותו יגן עלינו. 
מיטוואך אפריל 18, 2018 8:22 am#400099
דער וואס האט דאס געשריבן, מוז זיין גאר אן איידעלער, דארער איד, מיט די עכטע אמאליגע קערעסטירע נוסח. ער עסט ווארשיינליך נישט מער ווי איין קרעפל יעדן שבועות. ער קוקט אויך אויס צו זיין נעבעך אין א טיפע מרה שחורה, ה"י.
מיטוואך אפריל 18, 2018 10:32 am#400108
שמעקעדיג: ייש"כ. אויך איז ער א קנאפער מאמין בכח הצדיקים לפעול ישועות לכלל ישראל...!

איך האב איין ווארט צו דעם טייערן איד...דו ווילסט נישט עסן, עס נישט. קיינער צווינגט דיך נישט. אבער פארגין פאר א צווייטן. לכאורה כאפסטו נישט די גאנצע נקודה. דער צדיק ר' ישעי'לה מ'קערעסטיר האט מהדר געווען אין די מידה פון אברהם אבינו. הכנסת אורחים. דארט האט מען נישט געפרעגט וואספארא הויעכן שטריימל מ'גייט. אדער וואס פארא דיקע גארטל מ'בינדט זיך ארום ביים דאווענען. ס'איז געווען א בחינה פן כל דכפין ייתי ויכול. מ'האט נישט ח"ו געפרעסן און געזויפט. נאר דער צדיק האט איינגעפיהרט אז א יעדער איינער האט געקענט קומען און מ'האט געמאכט סעודות ברבים. ממילא אויב א איד איז באמת געווען הונגעריג, האט ער זיך נישט געשעהמט אז נאר ער עסט נעבעך אין די פרעמד...!

דער טאשער רבי זצוק"ל האט געהאט דעם זעלבן דרך. נאך אין מאנטריאל, פאר'ן שטעטל טאש, איז געווען ביי איהם אן אפענע טיר. די רעבעצין האט געקאכט גרויסע טעפ מיט עסן. און א יעדער איינער, אורחי פורחי אדער עושר האט געקענט קומען און עסן דארט רואיג...!

אויך הצדיק הק' ר' איציקל מ'פשעווארסק האטציך געפיהרט אויף דעם זעלבן דרך...ביי איהם איז געווען אן אפענע טיר 24 שעה אין מעת לעת. און זיינע קינדער האבן ממשיך געווען אין דעם זעלבן דרך...!
מיטוואך אפריל 18, 2018 10:39 am#400116
אינטרעסאנט אז קיינער (דא אויף קאווע שטיבל) רעדט נישט פון די שיינע מידה פון די רעסטוראנט זום ביים עקסאן געז סטעישן טיילט היינט אום ג' אייר, די יומא דהילולא פון הרה"ק ר' ישעי' בן משה מ'קערעסטיר זצוק"ל אן אומזינסטן פרישטאג פאר א יעדן איינעם וואס קומט דארט אריין. כל דכפין ייתי ויכול...!

לויט ווי איך בין אינפארמירט (איך בין נישט געווען דארט) איז געווען א גרויסער עולם. זיי האבן עס שוין געטון איינמאל דאס יאר. פאר פורים. האבן די רעסטאראנט געגעבן אומזיסט טונא סענדוויטשעס פאר א יעדן הונגעריגן איד...!

זכות הצדיק בעל ההילולא יעמוד להם. ויתברכו מן השמים בכל טוב...!
מיטוואך אפריל 18, 2018 11:40 am#400123
Re: רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן
קוק עס פון די אנדערע זייט.
יענקל גביר איז, אחוץ א גרויסען עושר, א פייערדיגע חסידישע איד. יעדער ענין וואס חסידישע אידען פייערען, איז זיינס. ער האט א גראבען סידור געוויקעלט מיט ברוינע פאפיער, און ער טרינקט זיין קאווע צוזאמען מיט פתח אליהו פאר׳ן דאווענען, וואס ער וועט בשום פנים ואופן נישט אנהייבען צוזאמען מיט דער בעל תפלה, כמנהג חסידישע אידען. נאכ׳ן דאווענען, און אויסזאגען דער יום אין חק און י"ג זכירות\אני מאמין׳ס, טוט ער זיך אויס די רבינו תם תפילין, און ער לייגט צוזאם די טלית, ווען ער גיבט זיך א דערמאן ׳ג׳ אייר איז דאך היינט׳. ער גייט אין פאליש און טרעפט זיך א פלאץ אויפ׳ן באנק צו עסען בייגעלס, קיכעל, קריעם טשיז, לאקס, העררינג פון קאצק ראפשיץ און וואלאזין (נאך איינער האט באמערקט די נייע רעקלאמעס פון פלאומ׳ס העררינג?), קאקאש קעיק מיט ראגעלעך, קעיז דעלקעלעך, סתם קעיז, עשרת........ פארשטייט זיך מיט מאראנצען זאפט און בראנפען (סקאטש, נישט אלד וויליאמסבורג). אלס באפעפערט מיט א זאג ׳אדער לייגט ער אדער בייגט ער׳ און א זכיתאוי יוגייען עולייעני צום סוף. ווייל דאס טוהן חסידישע אידען אין מזרח אמעריקא אין די לעצטע צען יאר.

פארוואס האט ער זיך איינגערעדט אז דאס זיך צוזעצען צו א מאלצייט אום א גרינע מיטוואך איז א חסידישע זאך צו טוהן? וויאזוי האט מען דאס אריינגעשטופט אין די געוויסען אין אזא שפעטען דאטום ווי 2010? די קשיא איז נישט אויף דער וואס גיבט, ער איז גרייט צו געבען פאר יעדעם, אבי אן עכטע ארימאן זאל קענען געניסען. אבער דער עיקר איז דאך דער עכטע ארימאן. און ווען אזוי, פארוואס נישט געבען פאר תומכי שבת צו עפעס וואס איז כל כולו געווידמעט צו ארימעלייט? פארוואס מוז ער זיך פאטשקען אויפ׳ן וועג מיט׳ן צולייגען וואג פאר דער וואס דארף עס ווי א לאך אין קאפ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 18, 2018 9:13 pm#400175
"ר' ישעיה'לע איז געווארן פון א עקסטערמענעיטער א קעכער" כככככ.... דערלאנגטס א הויפן גרינע

"ס'איז סוף זמן אכילת ר' ישעיה'לע" חאחאחא האבן זיך די רויבער צולאכט, ברענגטס א פרישע שיסל גרינע

א פרישע מעסידזש אויפן טעלעפאון בליצט אריין, וואס א גוטס קומט יעצט? "כאפטס אריין צו עסן ס'איז סוף זמן" ככככככ.... העי קיינער לאכט שוין נישט. די גרינע סמייליס זענען דא איי געסס די רויבער צו לאכן זענען שוין נישט צום געפונען....

גענוג איז גענוג! פון דער נעקסטער חבר איך באקום דעי דזשאוקס וואס וועפט ווי בינגאו סעלטצער שיק איך אפ קיין סיביר און זיין קאפ צום מערת המכפלה...

היינט ביי שחרית האב איך געזען אין שול א אידל -האלט זיך פון די גרייז גרויע חיים מענדיל פארערער- וויצלט זיך דעי בליציגע וויצן. זיין גרויסע הענגעדיגע באקן האט שיעור אונטערגעבראכן פון זיין שמייכל וואס האט זיך געהויבן אלץ העכער און העכער.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:28 am#400192
Re: רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן
איך האב אינגאנצן נישט קיין רחמנות אויף דיר, קיינער האט דיר נישט געהייסן שרייבן דעם ארטיקל דא פאראיאר.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 11:08 am#400211
איינער זאגט מיר אז אויב ביי ר' ישעילע'ס יארצייט עסט מען ווייל ער האט געטיילט אסאך עסן, קען ער קוים ווארטן פאר בערלאנד'ס יארצייט......
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:52 pm#400226
20180419_125105.jpg

יעה ר' ישעיהלע ראללט זיך אין קבר...
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 2:32 pm#400240
.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 5:04 pm#400257
Re: רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן
נמחק
פרייטאג אפריל 20, 2018 2:28 pm#400366
זאגט די הייליגע גמרא אין מסכת סוטה דף ט:
ת"ר שמשון בעיניו מרד שנאמר ויאמר שמשון אל אביו אותה קח לי כי היא ישרה בעיני. לפיכך נקרו פלשתים את עיניו שנאמר ויאחזוהו פלשתים וינקרו את עיניו. איני והכתיב ואביו ואמו לא ידעו כי מה' הוא, כי אזל מיהא בתר ישרותיה אזל.
תניא רבי אומר תחילת קלקולו בעזה לפיכך לקה בעזה. תחילת קלקולו בעזה דכתיב וילך שמשון עזתה וירא שם אשה זונה וגו'. לפיכך לקה בעזה דכתיב ויורידו אותו עזתה . והכתיב וירד שמשון תמנתה, תחלת קלקולו מיהא בעזה היה.
ויהי אחרי כן ויאהב אשה בנחל שורק ושמה דלילה. תניא רבי אומר אילמלא נקרא שמה דלילה ראויה היתה שתקרא דלילה דילדלה את כחו דילדלה את לבו דילדלה את מעשיו. דילדלה את כחו דכתיב ויסר כחו מעליו, דילדלה את לבו דכתיב ותרא דלילה כי הגיד לה את כל לבו, דילדלה את מעשיו דאיסתלק שכינה מיניה דכתיב והוא לא ידע כי ה' סר מעליו.
ויגדל הנער ויברכהו ה', במה ברכו, אמר רב יהודה אמר רב שברכו באמתו אמתו כבני אדם וזרעו כנחל שוטף. למה שנתאווה נתברך.

אתמר אמר ר' געוואלדיג, ועכשיו דאכשר דרא לא גרסינן ליה. מתקיף לה רבינו הקדוש, והקמאי קראי קדרשי. אמר ליה והכתיב ויהיו מלעיבים במלאכי האלהים. אמר ליה משום דקשו קראי אהדדי אנן ניזל ונסמי מדעתן? שבוק לקראי דאיהו דחיק ומוקמי אנפשייהו.
פרייטאג אפריל 20, 2018 2:38 pm#400367
רביה"ק זי"ע: ס'איז ידוע אז ס'פעלן גמרות פון מסכתות אין ש"ס. אפשר ביסטו משלים די גמרות. דו וואלסט געווען א וואונדערליכער פלאגיאריזירער. כמעט אזוי גוט ווי ר' משה די ליאון...!(לויט ר' יעקב מ'עמדין)...!
דאנערשטאג יולי 05, 2018 3:19 pm#408152
Re: רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן
האסטו געמיינט אז די כולל איז בבחינת בר בי רב דחד יומא?

דאס קען דאך נישט זיין. אז עס מאכט געלט, מוז זיין אנדערע טיג. און אז נישט, פארמאכט זיך עס גלייך.

קלינגט דער טלפון היינט נאכמיטאג, טאקע אין די צייט פון בין הסדרים אין דער עולם הכוללים, און א וויכטיגע מעסעדזש הערט זיך הויך און קלאא. דאס איז א מעסעדזש פאר אלע נשים צדקניות, די וואס מאסען פון זיי זענען ערווארטעט פאר עפעס אין דער איד, אז זיי זאלען וויסען אז היינט איז די יארצייט פון מחברתו הטהורה פון ר׳ ישעיה׳לע, דער וואס האט אמת׳דיג געקאכט פאר די געסט.

הערסט א מעשה? נישט גענוג ר׳ ישעיה׳לע אליינס קומט ציר צוריק נעמען וואס ער האט מיר געגעבען, נאר יעצט קומט איינער א ראטטענבערג פון א"י בשם זיין ווייב אז מיר דארפען אלע צושטעלען. א ברודער איז זיי נישט גענוג געווען, יעצט איז מען אריבער צו די ווייב.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 05, 2018 7:51 pm#408168
ליטוואק פון בודאפעסט: געדענק אז די אלע פריער'דיגע צדיקים זכותם יגן עלינו האבן געהאט רעבעצינס. און ווען נישט, האבן זיי געהאט טעכטער גרויסע און וועלט בארימטע רעבעצינס. און מ'דארף האלטן זייערע יארצייטן אויך...!

לאמיר אנהייבן מיט א גרויסע רעבעצין שתליט"א וועלכע לעבט און זאלל לעבן לאורך ימים ונשים. די בעלזא/וויזשניצער רעבעצין. זי לאזט איבער איהר מאן דעם רב מיט זיינע בעיבי סיטערס. זי גרייט אן געניג עסן אין פריזער/מייקרא וועיוו. און זי פארט זיך ארום איבער די וועלט פראווען רבי'סטווא ביי איהרע חסידים וחסידיות...!
דאנערשטאג יולי 05, 2018 8:28 pm#408180
Re: רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן
זייער שיין פון דער בעלז\וויזניצער רביצין. אבי זי קלינגט מיר נישט דערוועגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מאי 07, 2019 4:38 am#429823
מיין ברודער איז א מלמד אין א חדר. זענען געווען אסאך מייזן אין זיין כיתה. האט ער אויפגעהאנגען א ר' שייעלע בילד. די נעקסטע צופרי זענען די קינדער געקומען אין חדר האבן זיי געזעהן די מייזעלעך האבן אינגאנצן צעפרעסן דעם בילד. כמיין ס'איז געווען אויף זיין יארצייט..
דינסטאג מאי 07, 2019 9:47 am#429831
ג' אייר צייכנט זיך אפ, אלס דער אונטערנאציאנאלער אידישער פרעס טאג.

מ'בייסט אריין אינעם הייסן זענפט רינעדיגער פאסטאראמע זעמל, אונטערגעשלאגן מיטן קראך פונעם פיקל. און הארט איידערן מעלה גרה זיין, שרייט מען אויס מיט פארגלייזטע אויגן שייע בן רעב משה.... סארא שאנדע.
ווי פאסיג זענען די ווערטער פון רבי בחיי דיין אין חובת הלבבות שער הפרישות: עושים בטנם אלוהיהם ותורתם מלבושיהם. מ'לייגט אריין ג-ט אינעם פרעסעריי, מ'נעמט אן אלטן אונגארישער צדיק און מ'פרעסט אויף זיין רעכענונג.
דינסטאג מאי 07, 2019 12:25 pm#429848
ווען די שעמסט דיך ווען נישט וואלסטו געשריבן אויף אברהם אבינו אויכעט מיט זיין צינג פלייש און דווקא מיט חרדל פרעסעריי....
מיטוואך מאי 08, 2019 11:00 am#429941
די גמרא זאגט אין מסכת יומא: כל האוכל ושותה בתשיעי – מעלה עליו הכתוב כאילו התענה תשיעי ועשירי...
פראגע: פארוואס זעט מען נישט די די מאסיווע פרעסעריי ערב יום הקדוש, ווען די תורה הק באפעלט צו עסן?
פארוואס האט מען פונקט אויסגעקליבן ג' אייר אלס דער אונטערנאציאנאלע פרעס טאג, און עס אין פרעצעדענטלאזע שריט אנגעשמירט אויפן הייליגן צדיק רבי ישעי'לע זי''ע?
מיטוואך מאי 08, 2019 12:09 pm#429945
ווייל א טאג נאכן פרעסן פילט מען נישט גוט, און יום כיפור איז מען אין בית המדרש אגאנצען טאג.
מיטוואך מאי 08, 2019 8:55 pm#429975
קאך_לעפל האט געשריבן:ג' אייר צייכנט זיך אפ, אלס דער אונטערנאציאנאלער אידישער פרעס טאג.

מ'בייסט אריין אינעם הייסן זענפט רינעדיגער פאסטאראמע זעמל, אונטערגעשלאגן מיטן קראך פונעם פיקל. און הארט איידערן מעלה גרה זיין, שרייט מען אויס מיט פארגלייזטע אויגן שייע בן רעב משה.... סארא שאנדע.


ווי פאסיג זענען די ווערטער פינעם הייליגען רמב״ם און סוף הלכות טומעת צרעת פרק ט״ז הלכה י׳

וזה לשונו הטהור.. דרך ישיבת הלצים הרשעים בתחילה מרבין בדברי הבאי כענין שנאמר וקול כסיל ברוב דברים ומתוך כך באין לספר בגנות הצדיקים כענין שנאמר תאלמנה שפתי שקר הדוברות על צדיק עתק ומתוך כך יהיה להן הרגל לדבר בנביאים ולתת דופי בדבריהם כענין שנאמר ויהיו מלעיבים במלאכי האלהים ובוזים דברים ומתעתעים בנביאיו ומתוך כך באין לדבר באלהים וכופרין בעיקר... כענין שנאמר ויחפאו בני ישראל דברים אשר לא כן על י"י אלהיהם והרי הוא אומר שתו בשמים פיהם ולשונם תהלך בארץ מי גרם להם לשית בשמים פיהם לשונם שהלכה תחילה בארץ...
מיטוואך מאי 08, 2019 9:02 pm#429977
קאך_לעפל האט געשריבן:די גמרא זאגט אין מסכת יומא: כל האוכל ושותה בתשיעי – מעלה עליו הכתוב כאילו התענה תשיעי ועשירי...
פראגע: פארוואס זעט מען נישט די די מאסיווע פרעסעריי ערב יום הקדוש, ווען די תורה הק באפעלט צו עסן?
פארוואס האט מען פונקט אויסגעקליבן ג' אייר אלס דער אונטערנאציאנאלע פרעס טאג, און עס אין פרעצעדענטלאזע שריט אנגעשמירט אויפן הייליגן צדיק רבי ישעי'לע זי''ע?

מען זעט יא! אין אלע אידישע צענטערן שעכט מען טוינטער לעבעדיגע הינדלעך, יעדער איד באקומעט א גאנצע, נאכן עס באקוקן און באטראכטן דורכן ארומדרייען פון אויבן אוו שטויסן צו זען ווי שטארק עס איז, שעכט מען עס אויפן פלאץ. אפי' די קינדער באקומען א הינדעלע.

אלע שמשים טיילן קלעבעדיגע האניג קוכן מיט קאקאש קעיק אין שול. דער עולם טוט זיך אן שטריימלעך און מען עסט סעודות בשר ודגים וכל מטעמים.

קוק וויפיל מענטשן לויפן בשעת'ן כל נדרי דרשה אין בית הכסא וועסטו וויסן וויפיל מען עסט...
מוצ"ש אפריל 25, 2020 9:52 pm#446690
כאטש די קאראנא אנשיקעניש, וועט מען געהעריג קענען פארן קיין קערעסטיר היי יאר, וויבאלד דאס ווערט פאררעכנט אלס נויטליך, פונקט ווי אלע עסן געשעפטן און רעסטוראנטן...

מ'זאל נאר אכטונג געבן נישט צו זעצן עסן דארט, בלויז 'טעיק אוט' איז ערלויבט.

קרעדיט: חאצאצק.