ריכטיג האט געשריבן:ראובן, דאס אז "אמת איז מחייב" העט איך אפשר מסכים געווען אז דאס גייט אפשר אריין בגדר אונעווערסיאלע מאראל (אויך נישט ברור, "אריינגיין אין וואנט אריין איז מחייב א קלאפ אין קאפ" איז נישט קיין מאראל, ווידער "פאלגן דאס וואס דער רבונו של עולם הייסט" שיינט יא צו זיין א מאראל, הגם אין דעם אליין בין איך אויך נישט זיכער, ווילאנג איך ווייס נישט גענוי וואס איז די דעפעניציע פון מאראל (הומאניזם? הסכמת בני אדם? מיין פערזענליכע הרגש?) בין איך נישט איבערצייגט אז דאס איז צופיהל אנדערש פון "גיין אין וואנט אריין", סוכ"ס איז עפעס יא אנגענומען מחלק צו זיין ציווישן "אמת ושקר" און "טוב ורע" מען ברויך דעפענירן די פונקטליכע גבולים וכבר נגעת ב- is-ought problem ).
אבער דאס אז אמת עקזיסטירט זעה איך בכלל נישט וואס דאס האט מיט מאראל אדער ווירדן, ס'איז פונקט אזויווי מען זאל טענה'ן אז "פאקטן" אדער "מאטעמאטיק" איז עפעס מאראלישע אדער הומאניסטישע מושגים. מען קען זיך אפשר טענה'ן וואס דעפינירט "אמת" וע"ז נלאו כל חכמי הלוגיקה והפילוסופים, פונקט ווי מען זיך טענה'ן וואס דעפענירט "פאקט".
איך האף איך בין גענוג קלאר, כ'קען עס נישט בעסער מסביר זיין.
זאגסט עפעס, אבער ס'איז מער פון דעם. די גאנצע תורה איז געבויט אויף דעם "פרעימווארק", ווי ATUB @דעת תורה ATUB האט עס גערופן, פון אוניווערסאלער מאראליטעט. ס'איז אנגענומען אז גאט וויל אונז גוטס טון. פארוואס? ווייל מיר זעען דעם אקט פון טון גוטס ווי א הויכן מאראלישן אקט. אבער מאן יימר אז טון גוטס איז מאראליש, אפשר איז טון שלעכטס מאראליש? און ווער זאגט אז ס'איז מאראליש צו זאגן אמת, אפשר איז ליגנט מער מאראליש, און דערפאר האט גאט מחליט געווען אונז צו זאגן ליגנט אין דער תורה? א משוגענער געדאנק, אמת? אבער אויב זאל איינער טענה'ן אז ס'איז נישט פאראן אזא זאך ווי אוניווערסאלער מאראליטעט, און אז מ'מוז צוקומען צו דער תורה וואס זאל אונז זאגן וואס איז ריכטיג און וואס נישט, דאן אויף וואס איז די תורה, און אונזער הבנה פון דער תורה, געבויט?
ATUB @געוואלדיג ATUB , דו שרייבסט אז דיין שכל זאגט דיר אז די תורה איז אמת. דאס מיינט לכאורה אז דיין מאראליטעט איז אין דעם זעלבן מצב פון דעם אוניווערסאלן מאראליסט, ווייל דו באשטימט אלעס לויט דיין פערזענליכן שכל. דיין שכל האט מחליט געווען אז די תורה איז אמת, און דערפאר זעסטו די גאנצע וועלט אין די תורה'דיגע קאלירן. און אפשר ווען דו וואלטסט געלעבן 800 יאר צוריק וואלט דיין שכל מחליט געווען אז די קריסטליכע תורה איז אמת? הייסט עס אז דיין מאראליטעט איז אויך אנגעוואנדן אין דער תקופה אין וואס דו לעבסט, און אין דעם פלאץ וואו דו ביסט געבוירן געווארן, און אין וואס עס איז משפיע אויף דיין שכל. אויב אזוי מיט וואס ביסטו אנדערש פון דעם וואס זיין שכל זעט אז רחמנות-מארד איז יא מאראליש, הגם אויב וואלט ער געלעבט 800 יאר צוריק וואלט ער אפשר געהאלטן אנדערש?