Under maintenance
הויפט זייט » פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
450 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
דינסטאג יוני 07, 2016 9:09 pm#337087
דאנערשטאג יוני 09, 2016 3:53 pm#337452
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
@שבת אחים אפשר קענסטו מסביר זיין פארוואס בערני בלייבט נאך אינעם פארמעסט?
דאנערשטאג יוני 09, 2016 3:57 pm#337454
ס'קען נאך געשען א נס
דאנערשטאג יוני 09, 2016 4:46 pm#337460
איך מיין ער האט שוין אויפגעגעבן, נאך אבאמא'ס אינדארסירונג פאר רעבעצין קלינטאן, ניין?
דאנערשטאג יוני 09, 2016 5:26 pm#337467
mevakesh האט געשריבן:@שבת אחים אפשר קענסטו מסביר זיין פארוואס בערני בלייבט נאך אינעם פארמעסט?

איינער געדענקט נאך ראן פאול? ער איז געלאפן פאר 4 יאר צוריק פאר פרעזידענט און ער האט קיינמאל נישט פארלאזט דעם פארמעסט, ער לויפט נאכאלץ! איינעם שטערט עס? איינעם שטערט אז בערני לויפט נאך? ער וועט בלייבן לויפן ביז זיין פטירה, און ער וועט אפשר לאזן צוואה אז ער זאל בלייבן אויף די בעלואט עד שהקיצו ורננו שוכני עפר.. - אבער ערנסט גערעדט, פארוואס זאל ער ארויסגיין, ער האט יעצט די איינציגסטע געלעגענהייט אין זיין לעבן פון זיין א שופר, די רגע ער איז אינדרויסן, לייגט מען אים נעבן ראן פאול. און בכלל האט בערני קיינמאל נישט געהאט קיין ערנסטע שאנסן, זיין גאנצע פארמעסט איז געווען א "הייליגע מיסיע", צו ראטעווען אמעריקע פון די ביליאנערן און פון די איין פראצענט פון די טאפ!


איינעם שטערט אז ער בלייבט לויפן? די פריימעריס איז שוין פאריבער. אה טאקע אויסער איינס.

בילד
דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:44 am#338786
איך האב יעצט אויסגעהערט טראמפס נייע דרשה, מיט די טעלעפראמטער, און ער מאכט א גוטע רושם, פארפאלן.

ער איז געקומען צום שכל, א טעלעפראמטער איז א טעכנאלאגיע וואס מען מעג נוצן.
דאנערשטאג יוני 23, 2016 3:26 pm#338827
בלויע רעקל האט געשריבן: א טעלעפראמטער איז א טעכנאלאגיע וואס מען מעג נוצן.

ביסט זיכער? TAG האט עס עפראווד?
פרייטאג יוני 24, 2016 12:39 pm#338968
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
בילד
מוצ"ש יולי 02, 2016 11:34 pm#339887
702415397_108715.jpg
מוצ"ש יולי 02, 2016 11:58 pm#339893
שוין איך האב מנשה אויך אויף מיין זייט.
m https://www.youtube.com/watch?v=nP4SmCUY3IM m

[גראדע א חידוש, ווייל ער וואלט געדארפט פארטייאיש שטיצן הילעריען]
זונטאג יולי 03, 2016 1:24 am#339911
נו פארוואס טאקע?
מאנטאג יולי 04, 2016 11:53 pm#340282
כנראה האט ר' דאונאלד אנגענומען א פרישע טאקטיק דריידל וויאזוי צו איבערפרישען דאס אויפמערקזאמקייט פונעם באפעלקערונג צו זיין ראולער קאוסטער קאמפיין- נעמליך דאס קלויבן פון זיין וויצע פרעזידענט- א זאך וואס די אנגענימענע מהלך ביז היינט איז געווען צו האלטן די מעגליכע קאנידאטן נעמען אין טיעפע געהיימניס גייט אבער טראמפ כדרכו פארקערט מיטן טרייבן די שפעקעלאציעס הויעך און בפומבי וועלכע ברענגט אים פאזיטיווע און אינטרעסאנטע דעקונג און נעמט ווידער דעם אויבענאן פון די מידיע אויף עטליכע טעג חינם אין כסף!
דינסטאג יולי 05, 2016 2:40 pm#340380
נאך א לענגערע אויספארשונג, האט די FBI ריינגעוואשן רעבעצין קלינטאן פון די אימעיל סומאטוכע, און כאטש זי איז געווען זייער נישט פארזיכטיג, זאגט דער FBI דירעקטאר, האט מען למעשה נישט געטראפן אז זי האט געהאט שלעכטע אינטעשאנ'ס.
מיט דעם קומט צו אן ענדע די חדשים-לאנג קלאגע וואס האט געפלאגט מרת קלינטאן ביז איצט.
דינסטאג יולי 05, 2016 9:06 pm#340473
און זי קען ווייטער לויפן... אבער נישט געוואונען.
דינסטאג יולי 05, 2016 9:26 pm#340477
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
ישראל גלויבער האט געשריבן:און זי קען ווייטער לויפן... אבער נישט געוואונען.

די זאגסט א פאקט? אדער א האפענונג? אדער אפשר איז עס גאר א פאטאזיע?
שעיפעלע קוק אויף די פאול נומערס און אויף די געלט און שטאב נומערס און וועק דיך אויף פון דיין חלום.
מיטוואך יולי 06, 2016 9:26 pm#340703
גר ותושב האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:און זי קען ווייטער לויפן... אבער נישט געוואונען.

די זאגסט א פאקט? אדער א האפענונג? אדער אפשר איז עס גאר א פאטאזיע?
שעיפעלע קוק אויף די פאול נומערס און אויף די געלט און שטאב נומערס און וועק דיך אויף פון דיין חלום.

ונראה מה יהיה חלומותיי
דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:23 pm#342075
טראמפ נעמט אינדיאנא גאווערנער מייק פענס פאר וויצע
זונטאג יולי 17, 2016 8:53 pm#342591
טוט זיך אויף טישן און בענק איבער א בילד פון מייק פענס וואו ער זיצט אין א רעסטעראנט מיט זיין משפחה, און זיין טאכטער איז מיסטעריש פארשווינדן אין די שפיגל...
זונטאג יולי 17, 2016 9:26 pm#342597
איךבין נייגעריג וואס די קאנספיראציע קען שוין זיין? עלייענס? יו.עף.או.'ס? אה! די קלינטאנס!!
זונטאג יולי 17, 2016 10:48 pm#342607
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
עס איז א דבר פשוט, פאר די זעלבע סיבה פארוואס רעבעצן פעס'ס פנים ווערט נישט געזען אין שפיגל, אויך מר. פענס גאנצע פנים זעיט מען נישט, די אויער וואס איר זעט איז זיין רעכטע אויער נישט זיין לינקע, אויפן עכטען בילד זעט מען נאר זיין לינקע אויער, זיין רעכטע איז נאר זעיבאר אינעם שפיגל, און עס איז איבערגעדרייט קוקט עס אויס אז די שפיגל צייגט אויך א לינקע אויער, אבער דערווייל איז עס די רעכטע אויער, השתא דאתית להכי די טאכטער ווערט דעריבער פארשווינדען פונעם שפיגל, ווייל ער פארשטעלט איר, ודוק כי פעש היא

Sent from my VS987 using Tapatalk
זונטאג יולי 17, 2016 11:05 pm#342610
עס איז די זעלבע חידה פון: אויב פארסטו אויף אכציג מייל א שעה, דאן ווילאנג גייט דיך נעמען צו פארן אכציג מייל?..
מאנטאג יולי 18, 2016 7:51 am#342650
זיין ווייב איז א חסידישע לעידי?
מאנטאג יולי 18, 2016 12:43 pm#342662
קול העולם-אידיש, [18.07.16 09:29]
#פרעזידענט_קאמפיין_2016:
היינט נאכט הייבט זיך אפיציעל אן די רעפובליקאנער קאנווענשאן. די רעדעס היינט וועלן זיך באציען אויף די טעמע פון ״מאכן אמעריקע פארזיכערט נאכאמאל״. די הויפט רעדנער היינט זענען ווי פאלגענד: טראמפ׳ס פרוי מילאניא טראמפ; ליוטענאנט גענעראל מייקל פלין (וועמען טראמפ האט געטראכט צו נעמען פאר וויצע פרעזידענט); אייאווע סענאטארשע דזשאוני ערנעסט (אויך געווען אויף טראמפ׳ס וויצע פרעזידענטן ליסטע; דזשעיסאן ברעדלי (א ראטגעבער פאר ״באזארגטע וועטעראנען פון אמעריקע״ גרופע) און קאנגרעסמאן רייען זינק פון מאנטענא.

ספאנגט מיר אן אויס צוקוקען אז די וואס טענה'ען- אז טראמפ האט געהייזשעקט די די רעפובליקען פארטי- האבען עפעס א נקודה יעדע רעדנער מוז האבען עפעס א שייכות מיטען טראמפ..
מאנטאג יולי 18, 2016 12:52 pm#342666
ווייל איינער וואס האט נישט שייכות מיט טראמפ וויל נישט רעדן דארט
מאנטאג יולי 18, 2016 12:59 pm#342669
גאנצל האט געשריבן:ווייל איינער וואס האט נישט שייכות מיט טראמפ וויל נישט רעדן דארט

סאיז טאקע אין די נייעס אז עטליכע רעפובליקענס וואס שטייען אויס שווערע ווידעוויילונג פארמעסטען וועלן זיך נישט באטייליגען אינעם קאנווענשאן...
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 7:35 pm#354789
מפוזרי האט געשריבן:גראדע מעכעלע, דבר גדול אמרת, אמונה בה' נדחה בפני הומאניזם?
ח''ו,
פאר איינער וואס 'אמונה בהשם' ברענגט אים צו טון אומ-הומעניסטישע אקטן וואלט איך אפשר געזאגט מי נדחה מפני מי, אבער איך מיין אז דאס איז נישט די פראבלעם, עס איז נאר א געוויסע הבנה אין די תורה וואס ברענגט דערצו, אויף דעם זאג איך אז הומעניזים איז דוחה.
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 7:37 pm#354790
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
וואלווי האט געשריבן:
לאמיר לייגען אין א זייט אפיקורסים וואס קלעבען אין הומעניזם אלס א שיטה צום עקסטרעם אז זיי אנטלויפן פון spirituality , גייט די תורה נאך גאנץ גוט צוזאמען מיט הומעניזם, אפילו מיט די ראדיקאלע מצוות וואס מען פארשטייט נישט, ווייל דאס איז לכאורה אונזער חסרון ידועה און ס'פרעגט נישט אפ הומעניזם אלס אן אמת לאמיתו וואס גיייט קען גיין האנט ביי האנט מיט די תורה. הומעניזם שטימט מיט די תורה נישט אלס גזירת הכתוב אדער חוקה (יא, איך ווייס וואס שטייט געשריבען איבעראל אז מ'דארף טוהן מצוות שכליות ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייססען, אבער זיי מוחל לייג כוונת המצוות אין א זייט און לאז פלאץ פאר די מהות פון די מצות..) נאר ווייל מאראל אלס מאראל איז א חלק פון די תורה.


פיין. אבער לו יצוייר אז נישט, מי נדחה מפני מי?

דער פראבלעם מיט הומאניזם איז, ווען מען זעט עס אלס אן אמת העכער, צי עכ"פ אומאפהענגיק, פון גאט.
הומאניזם טאמער שטאמט עס נישט פון גאט, איז א פאלשע אפגאט ווי אלע אפגעטער.
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 7:39 pm#354791
מפוזרי האט געשריבן:ווער זאגט אז ס'ריכטיג דיר נישט צו טשעפען?

ווען איינער טשעפעט מיר שפיר איך אז עס איז שלעכט און איך וויל אנטלויפן פון דעם און איך ווייס אז אנדערע מענטשן שפירן אויך אזוי ממילא איז דאס שלעכט
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 7:42 pm#354793
מפוזרי האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
לאמיר לייגען אין א זייט אפיקורסים וואס קלעבען אין הומעניזם אלס א שיטה צום עקסטרעם אז זיי אנטלויפן פון spirituality , גייט די תורה נאך גאנץ גוט צוזאמען מיט הומעניזם, אפילו מיט די ראדיקאלע מצוות וואס מען פארשטייט נישט, ווייל דאס איז לכאורה אונזער חסרון ידועה און ס'פרעגט נישט אפ הומעניזם אלס אן אמת לאמיתו וואס גיייט קען גיין האנט ביי האנט מיט די תורה. הומעניזם שטימט מיט די תורה נישט אלס גזירת הכתוב אדער חוקה (יא, איך ווייס וואס שטייט געשריבען איבעראל אז מ'דארף טוהן מצוות שכליות ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייססען, אבער זיי מוחל לייג כוונת המצוות אין א זייט און לאז פלאץ פאר די מהות פון די מצות..) נאר ווייל מאראל אלס מאראל איז א חלק פון די תורה.


פיין. אבער לו יצוייר אז נישט, מי נדחה מפני מי?

דער פראבלעם מיט הומאניזם איז, ווען מען זעט עס אלס אן אמת העכער, צי עכ"פ אומאפהענגיק, פון גאט.
הומאניזם טאמער שטאמט עס נישט פון גאט, איז א פאלשע אפגאט ווי אלע אפגעטער.

די רמב''ם זאגט אז ווען עס איז דא א סתירה צווישן תורה און שכל דארף מען בייגן די תורה צום שכל איז דאס א עבודה זרה? ניין ווייל שכל איז אמת און עס איז נישט מעגליך אז די תורה זאך גיין קעגן די אמת, די זעלבע זאך מיט מאראל.
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 7:43 pm#354794
שמעקעדיג האט געשריבן:זייער א שיינע שמועס זיך אנטוויקלט דא.
אפשר איז כדאי אפצוטיילן דעם שמועס פון דעם פרעזידענט.

נו ר' ATUB @שמעקעדיג ATUB אפשר טאקע?
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 7:49 pm#354796
מפוזרי האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
לאמיר לייגען אין א זייט אפיקורסים וואס קלעבען אין הומעניזם אלס א שיטה צום עקסטרעם אז זיי אנטלויפן פון spirituality , גייט די תורה נאך גאנץ גוט צוזאמען מיט הומעניזם, אפילו מיט די ראדיקאלע מצוות וואס מען פארשטייט נישט, ווייל דאס איז לכאורה אונזער חסרון ידועה און ס'פרעגט נישט אפ הומעניזם אלס אן אמת לאמיתו וואס גיייט קען גיין האנט ביי האנט מיט די תורה. הומעניזם שטימט מיט די תורה נישט אלס גזירת הכתוב אדער חוקה (יא, איך ווייס וואס שטייט געשריבען איבעראל אז מ'דארף טוהן מצוות שכליות ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייססען, אבער זיי מוחל לייג כוונת המצוות אין א זייט און לאז פלאץ פאר די מהות פון די מצות..) נאר ווייל מאראל אלס מאראל איז א חלק פון די תורה.


פיין. אבער לו יצוייר אז נישט, מי נדחה מפני מי?


דער פראבלעם מיט הומאניזם איז, ווען מען זעט עס אלס אן אמת העכער, צי עכ"פ אומאפהענגיק, פון גאט.
הומאניזם טאמער שטאמט עס נישט פון גאט, איז א פאלשע אפגאט ווי אלע אפגעטער.


פרעגסט לו יצוייר? לכאורה איז דיין קשיא געבליבען בלויז פיליסאפיש. ווייל ביי אן אמת'ע זאך איז נישטא קיין מי נדחה מפני מי און אזוי ווי גראדעמעכעלע שרייבט טאקע:

גראדעמעכעלע האט געשריבן:די רמב''ם זאגט אז ווען עס איז דא א סתירה צווישן תורה און שכל דארף מען בייגן די תורה צום שכל איז דאס א עבודה זרה? ניין ווייל שכל איז אמת און עס איז נישט מעגליך אז די תורה זאך גיין קעגן די אמת, די זעלבע זאך מיט מאראל.
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 7:57 pm#354797
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
גראדעמעכעלע,

דער פראבלעם איז נישט שכל ווס, תורה, נאר מהיכי תיתי אז דאס איז שכל, ווען נישט די תורה.

דו זאגסט אז יושר איז א שטערקערע סברה, און הערט זיך מער אמת'דיג, ווי געטליכקייט זעלבסט.

פרעג איך דיר, ווען נישט געטליכקייט, וואס איז די באדייט פון יושר? ווען נישט גאט ב"ה, וואס ער איז יושר און ער פארלאנגט יושר, ווער דארף דאס?
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 8:39 pm#354802
מפוזרי האט געשריבן:גראדעמעכעלע,

דער פראבלעם איז נישט שכל ווס, תורה, נאר מהיכי תיתי אז דאס איז שכל, ווען נישט די תורה.

דו זאגסט אז יושר איז א שטערקערע סברה, און הערט זיך מער אמת'דיג, ווי געטליכקייט זעלבסט.


ווי געשריבן פריער איז עס נישט יושר קעגן גאט נאר יושר קעגן א געוויסע הבנה אין די תורה,

מפוזרי האט געשריבן:פרעג איך דיר, ווען נישט געטליכקייט, וואס איז די באדייט פון יושר? ווען נישט גאט ב"ה, וואס ער איז יושר און ער פארלאנגט יושר, ווער דארף דאס?

און מיט גאט פארשטייסטע יא די באדייט פון יושר?
איך האב געשריבן פריער אז מיר אלע האבן איך טיף און אונזער נשמה די געפיל פאר יושר מיר ווייסן אז וואס איז שלעכט פאר אונז איז שלעכט פאר א צווייטן און די געפיל אעז מער אמת ווי אמת קיין זיין, ממילא איז מוכרח אז די תורה שטימט מיט דעם.
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 11:26 am#354846
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
מיט גאט, פארשטיי איך זייער גוט יושר'ס באדייט; ס'איז א געטליכע פונק, שפורן פון זיין אנוועזנהייט.

א אמת וואס שפירט זיך אין די ביינער, איז סברה'דיג גאנץ א שוואכע ראיה אויפן אמת'דיגקייט שבו. יעדנס הארץ שפירט אנדערש, דער באקריוודטער פארשטייט אז אויב ס'טוט מיר וויי מעג איך דיר אויך וויי טון. די שטארקייט פון אן אינערליכער אמת איז די הבנה אז ס'קומט פון די נשמה און דעריבער א צייכן פון גאט.

דאס אז מענטשן אוניווערסאל קענען האבן א דערהער פאר יושר, איז נישט קיין ראיה צו יושר, נאר צו גאט, וואס האט עס איינגעפלאנצט אין מענטשן, קעגן דער טבע'דיגער ראציאנאל.

אויב פארשטייט מען אז די גערעכטיגקייט פון יושר איז צוליב איר געטליכן אינהאלט, איז גרינג צו פארשטיין אז ישרות ווי אונז שפירן עס איז נישט אבסעלוט. גאטס ישרות'דיגער הנהגה איז נישט אזוי יושר'דיג למראה עינינו, ע"כ שגבהו דרכיו מדרכינו. ועכ"ז זענען מיר משוכנע אז ס'באמת יושר'דיג, און אז יושר דארף זיין די סטאנדארט.

איז אזוי, ווען מיר האבן א ספק וואס איז גאטס רצון, איז קלאר אז אונזער געפיל אין יושר קען זיין דער וועגווייזער לפשוט ספיקותינו.

עד כאן גלייב איך זענען מיר נישט מחולק.
אבער פון דיין צושטעל צום רמב"ם איז ניכר אז דו מיינסט נאכמער; אז אפילו במקום שעל פניו אין מקום להסתפק מה רצונו יתברך, איז דער אייגענער הבנה אין וואס איז יעצט יושר, גענוג א שטארקע מאן דאמר לעורר ספק און אפילו צו מכריע זיין, מכח זה לבד, אנדערש.

זאג איך אזוי: לעורר ספק און מאכן איבערקלערן צו מ'האט ריכטיג פארשטאנען, דאס יא.
אבער אזא מאראל וואס ציט איר סמכות פון געטליכקייט, מוז בסופו של דבר קענען בייגן די קאפ פאר גב"ה.
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 3:48 pm#354862
דאס אז דיין אמונה אין הומעניזם נעמט זיך פון דיין אינערליכע געפיהל איז דווקא א דיסקרעדיט, דאס רופט זיך נגיעה (בייעס). און יא, איך ווייס אז ליבעראליזם אפיעלט שטארק צום געפיהל פון א מענטש, אבער אמת האט מער אן אביעקטיווע קנה המדה, במח"כ. און טאקע דער איינציגסטער אויסוואל פאר א ליבעראל איז צו לייקענען אינעם עצם עקזיסטענץ פונעם מושג "אמת", וכן עשו הרבה ונושעו (לייען: והתפקרו).

אבער דו שרייבסט דאך בזה"ל "אפשר איז גאר הומעניזים 'די' אמת?", און דאס איז דאך שלא ממין הטענה נאכדעם וואס דו האסט געשריבן אז קיין שום אמת וועט נישט בארעכטיגן מיתה (פארוואס, ווייל דו האסט נאכנישט געטראפען די טענה. אפשר האסטו נאכנישט געהערט אלעס?), איך פרעג אויב אין פרינציפ איז מעגליך דיר צו איבערצייגן (ע"י טענה חזקה יותר מטענת ההומניזם) אז מ'מוז הרג'נען א געוויסע מענטש על אף דיין הומעניסטישע געפיהל.
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 3:49 pm#354863
.
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:49 pm#354905
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
ביליג האט געשריבן:טראמפ איז נישט אסאד און אויך נישט היטלער.
סך הכל האט ער געזאגט וואס ער קען כדי צו געוואונען וויילער ער איז נישט קיין דיקטאטור און ער קען נישט זיין אין אמעריקא. און לגבי די סטאקס איז זיכער אז עס האט צוטוהן מיט טראמפ אלע נייעס אנגענטורן זאגן אזוי ובפרט די בלומבערג ביזנעסס נייעס


בילד
מאנטאג יאנואר 02, 2017 10:15 pm#358630
Can't wait
IMG-20170102-WA0139.jpg
מאנטאג יאנואר 02, 2017 11:09 pm#358635
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
בילד
מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:48 am#359503
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 9:53 pm#359653
...
מיטוואך יאנואר 18, 2017 5:38 pm#360099
קול העולם-אידיש, [18.01.17 16:32]
ברעיקינג! די מעקלאטשי נייעס אגענטור באריכטעט אז די עף-בי-איי און 5 אנדערע פעדעראלע אגענטורן פארשן שוין פאר עטליכע מאנאטן די מעגליכקייט אז דער קרעמלין האט געשיקט גרויסע געלטער צו העלפן דאנעלד טראמפ׳ס פרעזידענט קאמפיין.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 1:03 am#360216
IMG-20170119-WA0171.jpg

IMG-20170119-WA0170.jpg
פרייטאג יאנואר 20, 2017 11:51 am#360250
מיטצוהאלטן לייוו

m https://www.youtube.com/shared?ci=xwZpQ3ZT4_s m

אזהרה נישט אויף מיין אחריות. ס'נישט ראטזאם פאר הויך עדוקאטירטע צו מיטהאלטן מ'קען אלעס פארלירן.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 2:27 pm#360254
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
וואס קען מען פארלירן?
זונטאג יאנואר 22, 2017 5:53 pm#360337
AUD-20170122-WA0004.mp3
זונטאג יאנואר 22, 2017 10:28 pm#360372
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
איך פלאג מיר צו פארשטיין שאן ספייסער אין זיין פרעסע סטעיטמענט, ער באשילדיגט די מידיא אין באוואוסטזיניג מאכן די בילדער אויסזען ליידיג, או תוך כדי דיבור איז ער מסביר אז עס האט צו טון מיט די ווייסע גראז צודעק וואס איז נאך "קיינמאל" גענוצט געווארן, ער שפינט ווייטער אז הונדערטער טויזענטער פון טראמפ'ס איינשווערונג באטייליגע ,האבן צוליב די מעגנאטאמיטערס נישט געקענט אנקומען אינעווייניג, אבער ער ענדיגט אז די מערסטע מענטשן האבן מיטגעהאלטען, מער ווי סיי ווען.
זונטאג יאנואר 22, 2017 11:06 pm#360374
א. כ'האב עס קיינמאל נישט געבארגט פון דיר. ב. כ'האב דיר עס צירוק געגעבן גאנצערהייט. ג. האסט מיר עס געבארגט צובראכענערהייט.
דינסטאג יאנואר 24, 2017 1:48 pm#360521
The Netherlands welcomes Trump in his own words
m https://www.youtube.com/watch?v=j-xxis7hDOE m
:lol: :) :D :lol: :) :D :קלאטש
דינסטאג אקטאבער 24, 2017 8:44 pm#387484
ווערט איצט קאנפירימירט אין נישט שאקירנדע נייעס, אז הילערי קלינטאן אינאיינעם מיט די די.ען.סי. באנעזאם מיט רוסלאנד האבן באצאלט און אויסגעארבייט די שמוציגע באקאנטע טראמפ דאזזיער. א אמת'ע קאלוזשן צווישן די דעמאקראטישע קאנדידאטן און פארטיי מיט רוסלאנד.

יחי טראמפ!