Under maintenance
הויפט זייט » פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
450 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
פרייטאג אפריל 15, 2016 5:57 am#329302
ATUB @שבת אחים ATUB , ספעציעל פאר דיר,

א ישראלי מיט אן אמעריקאנער און א ענגלישער זענען געווארן פארכאפט ביי אייסיס, בעפאר זיי הרג'ענען פרעגט מען זיי וואס זייער לעצטע באגער איז, דער אמעריקאנער זאגט א המבורגער מיט פרענטש פרייס און באקומט דאס, דער ענגלישער בעהט טיי מיט מילעך און באקומט, די ישראלי בעהט א שטויס פון ארונטער, ווי נאר ער באקומט דאס נעמט ער ארויס א באהאלטענע וואפן און הרג'עט אויס אלע טעראריסטן און באפרייט די געפאנגענע,

דער אמעריקאנער און ענגלישער רייבן זיך די אויגן מיט וואונדער און פרעגן דעם ישראלי, פארוואס האסטו געבעטן א שטויס פון ארונטער? כדי ענק זאלן נישט זאגן אז איך האב אנגעהויבן.....
פרייטאג אפריל 15, 2016 6:10 am#329303
געוואלדיג האט געשריבן:אויף מיין גאנצע חלק א' מאכסטו זיך נישט וואוסנדיג און פרעגסט נאך פארוואס זאג איך סאלף העיטינג דזשו, זיי מיר מסביר
געוואלדיג האט געשריבן:די 2 מיליאן פעלעסטינער וואס לעבן אין ארעמקייט און עס איז דא דארט א לפי דבריו 40% ליידיגגייער זענען זיך אליין שולדיג זיי האבן געהאט וואלן ווי זיי האבן אויסגעוועלט דעמאקראטיש צו לעבן אונטער די טעראריסטישע הנהגה פון חאמאס, זיי לאזן די טעראריסטן זיך בונוצן מיט זייערע הייזער פאר טונעלן קעגן ציווילע, זיי לאזן די טעראריסטן זיך באנוצן מיט זייערע סקולס און הייזער צו שיסן מיסילס אויף ציווילע,


און נאכדעם פרעג מיר אפ, די אומשולדיגע פאלאסטינער האבן זיך געברענגט זייער גורל בידים, זיי זענען אלע שותפים אין די חאמאס טעראריסטישע אקטן דורך זיי וועלן פאר רעגירונג, חוץ פון זייערע כסדר'דיגע שטיצע מיט אקטיווע מיטלע,ן ווי גרובן טונעלן, באהאלטן טעראריסטן, לאזן נוצן די הייזער, שפיטעלער ,סקולס, אמבולאנסן, צבוע'דיגע un געביידעס, אויף צו שיסן מיסלס וכדו', און די נארישע צה"ל מיינט נאך אז מיט מודיע זיין יעדע מאל פאר ווען מען צושטערט א בנין, און מיט זיך אפהאלטן פון שיסן אויף טעראריסטן וואס דרייען זיך צווישן קינדער וועלן זיי געווינען די וועלטס שטיצע, א פייג! ווי וואויל זיי זאלן נאר זיין זענען זיי נישט גענוג גוט און נוצן איבערגעטריבענע מאכט, ווילסט זאגן אז ער איז א טיפש? פיין.


איך האב מיך טאקע באצויגן צו די סעלף העיטינג דזשאו חלק, וועגן מיין פערזענליכע מיינונג צווישן די געפעכט פון מדני״י מיט די פאלעסטינע האב איך שוין געשריבן אויבן מיין מיינונג, איך קען נישט הונדרעט פראצענט אלע פאקטן קען איך דיר נישט זאגן צו דו ביסט גערעכט צו בערני איז גערעכט אבער פליז קיין סעילף העיטינג דזשאו ווערט ער נאכנישט וועגן דעם.
פרייטאג אפריל 15, 2016 6:16 am#329304
הוא אשר אמרתי, ביסט מסכים אז ער רעדט שטותים והבלים ווען עס קומט צו ישראל אבער א סעלף העיטינג דזשו איז ער נישט, זעהט אויס ביסט מער צופרידן מיט א שוטה.
פרייטאג אפריל 15, 2016 10:53 am#329322
פרייטאג אפריל 15, 2016 12:06 pm#329337
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
ער רעדט זייער פאלקיש, סגעווען פארואונדעטע און געהארגעטע פאליסטינע, ווער זאגט סיגעווען ישראל׳ס שולד? האסט אנאנדערע עצה? וואס ישראל האט געזאגט טוען? די פאליסטינע האבן נישט קיין דזשאבס אויך ישראל׳ס שולד, האסט א עצה לאמיר הערן!
פרייטאג אפריל 15, 2016 1:50 pm#329350
ירא שמים האט געשריבן:ער רעדט זייער פאלקיש, סגעווען פארואונדעטע און געהארגעטע פאליסטינע, ווער זאגט סיגעווען ישראל׳ס שולד? האסט אנאנדערע עצה? וואס ישראל האט געזאגט טוען? די פאליסטינע האבן נישט קיין דזשאבס אויך ישראל׳ס שולד, האסט א עצה לאמיר הערן!

און אז ער האלט אנדערש ווי דיר (איך מיין גראדע נישט דיר) ווערט ער נאכנישט קיין זעלבסט האסער. ער ווערט ניטאמאל א שונא מדנ"י ווילאנג זיין מיינונג איז קאנסיסטענט מיט וואס ער האלט איבער מלחמה בכלל. ער האלט זיין לאנד, אמעריקע, צו פיל א העכערע סטאנדארט ווי ער האלט מדנ"י.

אויך איז אינטערעסאנט ווי פון איין זייט 'באשולדיגן' אים זיינע קעגנער אויף זיין א סאציאליסט, כאטש וואס זיינע פאליסי פארשלאגן (מינימום וועידזש, פעמילי ליעוו, יוניואן רייטס, יוניווערסל העלט קעיר, רעפארמירן די יוסטיץ סיסטעם אא"וו) האבן נישט מיט סאציאליזם איינגעלייגט, און זענען א פשטות אין 95% פון די אנטוויקלטע קאפיטאליסטישע לענדער, און ער איז קעגן די הויפט tenant פון סאציאליזם, נעמליך רעגירונג אייגנטום פון די נאציאנאלע ריסאורסעס און אינדוסטרי. "ווייל ער איז א זעלבסט דערקלערטער סאציאליסט".

מצד שני, כאטש וואס ער איז א לעבנסלענגליכע שטיצער פון די ציוניסטישן געדאנק, און אן אויסגעשפראכענע שטיצער פון די רעכט פון מדנ"י צו עקזיסטירן און זיך פארטיידיגן אין אירע אנגענומענע גרעניצן. דאך ווערט ער באצייכנט, נישט נאר ווי אן אנטי ציוניסט, נאר זאגאר ווי א זעלבסט האסנדע איד פארן קריטיקירן די איבערגעטריבענע מאכט וואס מדנ"י נוצט אין אירע קאנפליקטן מיט די פאלעסטינער (כאטש וואס ער מאכט זיך נישט וויסנדיג פון די אונטערליגנדע אורזאך פון אלע פאלעסטינער טעראר, די פופציג יעריגער אקופאציע פון מיליאנען פאלעסטינער אן די מינדעסטע מענטשן און ציווילע רעכט).

ווען מען האלט נישט יעצט אינמיטן פון א היציגע פאליטישע פארמעסט וואלט איך געזאגט אז נישט בערני איז א סעלף העיטינג דזשו, נאר זיינע קריטיקירער זענען עקסטרעמיסטישע ציוניסטן און/אדער רייט-ווינג-נאט-דזשאבס.
האלט מען דאך אבער יא אינמיטן א היציגן פארמעסט, וועל איך אננעמען אז זיינע קריטיקירער זענען פשוטע ציוניסטן און/אדער רעכטע. נאר די היציגקייט פונעם פארמעסט מאכט זיי ארויסשטעלן אזעלכע לעכערליכע, אומלאגישע נארישקייטן.

בערני איז קאנסיסטענט, זיינע קריטיקירער זענען נישט.
פרייטאג אפריל 15, 2016 2:01 pm#329352
ישראל, דו האלטסט אז מדנ''י ''קערט נישט'' צו הארגענען אומשולדיגע פאלעסטינע? האלטסט אז מדנ''י טוט נישט אלעס וואס מעגליך נישט אומצוברענגען אומשולדיגע ווען זיי שלאגן זיך מיט חאמאס?
פרייטאג אפריל 15, 2016 2:18 pm#329354
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
ישראל, כהאב גערעדט וועגן די שפראך וואס ער נוצט און ווי אזוי ער לייגט אראפ זיינע טענות.
און וועגן א״י האלט איך אז די אידן האבן רעכט צו דעם מער ווי די אמעריקאנע צו אמעריקע.
פרייטאג אפריל 15, 2016 3:12 pm#329361
עיני עיני ירדה מים, goosebumps

Bernie Sanders- Brilliant
Closing Speech at 2016 Brooklyn Democratic Debate
וויאזוי קען מען נישט וואוטן פאר אזא מענטש, זייטס מיר מסביר?
m http://youtu.be/LrMXyovf9e8 m
פרייטאג אפריל 15, 2016 3:14 pm#329362
ישראל קאפקע האט געשריבן:די פופציג יעריגער אקופאציע פון מיליאנען פאלעסטינער אן די מינדעסטע מענטשן און ציווילע רעכט


א לאנד וואס די יו ען האט געשטעלט קען נישט ווערן אנגערופן דורך זיי אקופאציע, און זיי האבן אלע רעכטן מענטשליכע און ציווילע וואס מען גיבט פאר ציווילע, אבער די פיינטילכע סאלדאטן (וואס רעכנט אריין אלע זייערע מיטהעלפער) באקומען נישט, און עס קומט זיי טאקע נישט קיין שום רעכט חוץ פון די רעכט צו פייגערן.
פרייטאג אפריל 15, 2016 3:30 pm#329364
שבת אחים האט געשריבן:עיני עיני ירדה מים, goosebumps

Bernie Sanders- Brilliant
Closing Speech at 2016 Brooklyn Democratic Debate
וויאזוי קען מען נישט וואוטן פאר אזא מענטש, זייטס מיר מסביר?
http://youtu.be/LrMXyovf9e8

ווייל טראץ זיין אזוי גערופענע אויטענטישקייט און זיין פרינצעפלקייט, איז ער נאכאלס א פאליטישן. גראדע האב איך ליב זייער אסאך זאכן פון בערניס פאליסיס, ער איז די זיסטע זיידע וואס איך האב נאר אמאל באגעגענד, זיינע גרימאסען ביים פארעכטן זיין הויזן האט א ספעציעלע חן, אבער זיין גרויליגע רעטאריק קעגן מדינת ישראל איז עפעס וואס איך האס געפערליך. זיין לעבנסלענגליכע מד״י שטיצע איז פריצייטיג הינגעריכטעט געווארן דורכאויס זיין קאמפיין. ניין! מדינת ישראל האט נישט געהרגט אומשולדיגע מענטשן ביי די עזה קריג, זיי זענען די זעלבע אומשולדיג ווי די הייראשימע מאסן פארניכטונג פון די אמעריקאנע מיליטער צו דערשטיקן די רציחה אויף אמעריקאנע מענטשן.
פרייטאג אפריל 15, 2016 4:12 pm#329368
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
געוואלדיג האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:די פופציג יעריגער אקופאציע פון מיליאנען פאלעסטינער אן די מינדעסטע מענטשן און ציווילע רעכט


א לאנד וואס די יו ען האט געשטעלט קען נישט ווערן אנגערופן דורך זיי אקופאציע, און זיי האבן אלע רעכטן מענטשליכע און ציווילע וואס מען גיבט פאר ציווילע, אבער די פיינטילכע סאלדאטן (וואס רעכנט אריין אלע זייערע מיטהעלפער) באקומען נישט, און עס קומט זיי טאקע נישט קיין שום רעכט חוץ פון די רעכט צו פייגערן.

די יו ען האט זיי געגעבן די מערב ברעג און עזה? ירושלים בכלל? וואס איך הער אלס נישט דא.
פרייטאג אפריל 15, 2016 4:36 pm#329371
Palestine mandate of the league of Nations 1922
פרייטאג אפריל 15, 2016 5:08 pm#329373
פרייוויליג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:עיני עיני ירדה מים, goosebumps

Bernie Sanders- Brilliant
Closing Speech at 2016 Brooklyn Democratic Debate
וויאזוי קען מען נישט וואוטן פאר אזא מענטש, זייטס מיר מסביר?
http://youtu.be/LrMXyovf9e8

ווייל טראץ זיין אזוי גערופענע אויטענטישקייט און זיין פרינצעפלקייט, איז ער נאכאלס א פאליטישן. גראדע האב איך ליב זייער אסאך זאכן פון בערניס פאליסיס, ער איז די זיסטע זיידע וואס איך האב נאר אמאל באגעגענד, זיינע גרימאסען ביים פארעכטן זיין הויזן האט א ספעציעלע חן, אבער זיין גרויליגע רעטאריק קעגן מדינת ישראל איז עפעס וואס איך האס געפערליך. זיין לעבנסלענגליכע מד״י שטיצע איז פריצייטיג הינגעריכטעט געווארן דורכאויס זיין קאמפיין. ניין! מדינת ישראל האט נישט געהרגט אומשולדיגע מענטשן ביי די עזה קריג, זיי זענען די זעלבע אומשולדיג ווי די הייראשימע מאסן פארניכטונג פון די אמעריקאנע מיליטער צו דערשטיקן די רציחה אויף אמעריקאנע מענטשן.



איך הער וואס דו זאגסט. איך מיש מיך נישט אריין אין ישראלישע פאליטיקס ווייל איך בין נישט אזוי גיט באהאווענט אין די נושא, אבער לויט ווי איך פארשטיי און לויט ווי איך קען בערני איז ער נישטא צומאכן קיין דעימעיטש אדער קאפווויי פאר די מדינה, ער זוכט ארויף צו ארבעטן אמעריקע און זיך וואס ווייניגער מישן אין יענעמס טאפ, אונז זענען נישט מעהר בכח זיך צו קריגן מיט די גאנצע וועלט, אזוי מיין איך.
פרייטאג אפריל 15, 2016 6:04 pm#329378
פרייטאג אפריל 15, 2016 6:45 pm#329383
Bernie Sanders The People's Champion
m http://youtu.be/2osysBvodIA m
פרייטאג אפריל 15, 2016 6:57 pm#329390
לאנג לעבו זאל די רעוועלאציע!
New Reuters Poll Shows Bernie Sanders Taking National Lead

m http://usuncut.com/politics/bernie-sand ... onal-poll/ m
רבותי! נאך אביסל קען מען טרינקען לחיים און שיקן די קאוק ברודער דיק טשעני און ראוש לימבא קיין גיוואנטאנאמא בעי... :lol:
פרייטאג אפריל 15, 2016 7:02 pm#329393
שרייבט אינטער די פעטיציע פאר אפענע פריימעריס אין ניו יארק
m http://petitions.moveon.org/sign/make-n ... y=15580509 m
פרייטאג אפריל 15, 2016 7:09 pm#329396
שבת אחים האט געשריבן:לאנג לעבו זאל די רעוועלאציע!
New Reuters Poll Shows Bernie Sanders Taking National Lead

http://usuncut.com/politics/bernie-sand ... onal-poll/
רבותי! נאך אביסל קען מען טרינקען לחיים און שיקן די קאוק ברודער דיק טשעני און ראוש לימבא קיין גיוואנטאנאמא בעי... :lol:

ווען אבאמא זאל וויסן דיינע פלענער וואלטר נישט פארמאכט גוואנטאנאמא...
מוצ"ש אפריל 16, 2016 9:09 pm#329399
דעס איז די לעצטע מאל וואס Fox Network לויט איר ארויף אויף זייער נעטווארק גאראנטירט!

m https://www.facebook.com/RealBlackHair/ ... 666174651/ m
מוצ"ש אפריל 16, 2016 9:22 pm#329401
סאנדערס האט פארדינט 206,000$ אינעם יאר 2014
מוצ"ש אפריל 16, 2016 9:38 pm#329404
ליפא האט געשריבן:סאנדערס האט פארדינט 206,000$ אינעם יאר 2014


איינע פון די ווייניגסטע פון אלע פאליטשאונס אין וואשינגטאן, פון דעם איז נאך אראפ 30,000 דאללער אין טעקס, בכלל נישט קיין סאך פאר מענטש מיט קינדער און אייניקלעך ספעציעל אין זיין פאזיציע, קוק וואס די פאורבס מאגאזין האט צו זאגן אויף דעם
מוצ"ש אפריל 16, 2016 9:49 pm#329408
BERNIE SANDERS AND HIS WIFE MADE $205K IN 2014, THEIR TAX RETURNS SHOW, WHILE THE CLINTONS MADE $27 MILLION DURING THE SAME PERIOD
m http://www.inquisitr.com/3002002/bernie ... y-clinton/ m
מוצ"ש אפריל 16, 2016 9:59 pm#329411
בערני סענדארס היסטארישע באזוך ביים פויפסט אין רום האט דאמינעיטעט די אייראפישע און אלע-וועלטליכע מידיעא און אפגעקלינגען מסוף העולם עד סופו! די גאנצע וועלט דינערט אז די פויפסט וואס איז לכל הדיעות איינער פון די מערסטע פאפיולער מענטשען אויף דער וועלט מיט מיליאנען נאכפאלגער האט דוקא איינגעלאדענט דעם אידישען קאנדידאט קיין רום ווי איידער די אלע אנדערע קאנדידאטן וואס פארופן זיך און שטעלן זיך פאר אלץ ״קריסטן״! ווי נאר בערני איז אנגעקומען קיין איטאליע האבן אים אפגעווארט א פלאק פון מידיע ריפארטערס ווי אויך הונדרעטער שטיצער וואס האבן געהאלטן שילדן און אויסגעשריגן בערני! בערני!... אלע סענדארס קריטקירער קענען זאגן וואס זיי ווילן אבער ״קיינער״ האט זיך נישט געחלמט און געראכטן אפאר חדשים צוריק אז דער 74 יעריגער זעלבסט-דערקלערט דעמאקראטיק-סאושליסט איד וועט אנקומען אזוי ווייט!

בערני סענדארס ווערט היינט פארעכענט ווי א Idol
פאר מיליאנען מענטשען פון אמעריקא און פון ארום די גאנצע וועלט אלץ א העלד! ספעציעל ביי די יונגעטליכע! בערני סענדארס איז פון דריי פראצענט אין די פאולס געשטיגן צו א אנערקענטע וועלטיכע פיגור!

:New York Times

Bernie Sanders Meets With Pope Francis
m http://mobile.nytimes.com/2016/04/17/us ... oogle.com/ m
:CBS
Rome is "berning" for Sanders during Vatican visit
m http://www.cbsnews.com/news/bishop-who- ... important/ m
מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:14 pm#329418
ווידעא קליפ פון בערני סענדארס וואטיקאן נייעס-קאנפרענץ
m http://youtu.be/1dj5Jd2qXmA m
מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:22 pm#329419
קליפ פון בערני סענדארס פולע רעדע אין וואטיקאן
m http://youtu.be/qJcQWzD-q1E m
מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:27 pm#329420
Bernie Arrives at the Vatican and Meets The Pope
m http://youtu.be/5vF0Kg2Sjco m
מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:45 pm#329424
באוויסטע Actress און אקטיוויסט Susan Sarandon אויף די לעצטיגע ביל מאהר שוי: בערני גייט געווינען די דעמקראטישע נאמענאציע!
m http://youtu.be/L3U08lCy2uA m
מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:55 pm#329428
די באוויסטע האליוואוד אייקאון George Clooney וואס האט געהאלטן א פאונדרעיזינג דינער ביי זיך אינדערהיים פאר מרת קלינטאן אין האליוואוד די וויקענד איז מודה ומתודה אז בערני סענדארס איז גערעכט!

קוק ווי מיר האלטן אז אפילו איר נאנטע שטיצטערס און בעל אכסניות זענען שוין מודה אז די פרוי איז א מכשיפה...
וואס דארפן מיר מעהר?

Clinton Fundraiser George Clooney Agrees With Bernie Sanders About ‘Obscene’ Money in Politics (Video)
m http://www.thewrap.com/george-clooney-o ... o.facebook m
מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:56 pm#329429
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
Wow! סוזען סערענדאן האט אליין געזאגט!

אגב, אין רוים האט בערני געהאט עטליכע צענדליגער שטיצער, נישט טויזנטער.
מוצ"ש אפריל 16, 2016 11:01 pm#329430
די ״יונג טורקס״ צולייגן היילייטס פון די פאריגע וואכעדיגע CNN דעמקראטישע דיבעיט אין ברוקלין און די אמתע חילוק צווישן בערני אין הילערי
יונג טורקס: ״בערני איז די אמתדיגע דעמקראטישע קאנדידאט! הילערי איז א רעכטער לויט אירע פאליסיס!

געוואלדיג!

m http://youtu.be/9DlQriV9PgM m
מוצ"ש אפריל 16, 2016 11:03 pm#329431
דעת תורה האט געשריבן:Wow! סוזען סערענדאן האט אליין געזאגט!

אגב, אין רוים האט בערני געהאט עטליכע צענדליגער שטיצער, נישט טויזנטער.


גיטע וואך
ס׳קוקט אויס ווי איינער האט אריינגעקטנט אין דיין טעללער העירינג ביי שלש סעודות? אלעס בסדר? דו בויך דריקט נאך פונעם טשולענט? רעד דיך אויס מיין פריינד! וואס דרוקט דיך?
מוצ"ש אפריל 16, 2016 11:05 pm#329432
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נאך ערגער! נישט געווען קיין הערינג בכלל..

אבער דו האסט פארגעסן דיין החלטה זיך ארויסצולאזן פון פאליטיק פאר א וויילע, דאקטוירים זוכן שוין די פאסיגע טערמינאלאגיע פאר א 'בערני-עדיקט'.
מוצ"ש אפריל 16, 2016 11:14 pm#329436
דעת תורה האט געשריבן:נאך ערגער! נישט געווען קיין הערינג בכלל..

אבער דו האסט פארגעסן דיין החלטה זיך ארויסצולאזן פון פאליטיק פאר א וויילע, דאקטוירים זוכן שוין די פאסיגע טערמינאלאגיע פאר א 'בערני-עדיקט'.


אוי וויי איז מיר נישט קיין העירינג אינגאנצן! איין זאך קען איך דיר זאגן קיין רוימענער ביסטו נישט!

אין מיין דיפענס צי דיין אנדערע טענה וואס דו רופסט מיך אין קאורט פארן ווייעלעיטן מיין אייגענע החלטה איז אזוי, וואס קען איך טוהן אז מיין טורים ווערט פארוויקליכט פארענט פון מיינע אויגן! בערני ווערט מעהר און מעהר פאפיולער יעדען טאג! כ׳קען נישט איינהאלטן מיין עקסייטמענט.
מוצ"ש אפריל 16, 2016 11:16 pm#329437
NYC now: 20 block rally for Bernie. Updated w lots more photos

אדער אזויווי דעת תורה זאגט נאר צעהן מענטשען
m http://m.dailykos.com/stories/2016/4/16 ... for-Bernie m
מוצ"ש אפריל 16, 2016 11:19 pm#329439
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
איך רעד פון רוים. אין ניו יארק סיטי איז שוין געווען אפילו 27 / 15 טויזנט מענטשן. וואס' פשט פון די ראלי היינט?
מוצ"ש אפריל 16, 2016 11:24 pm#329441
איך ווייס, איך מאך א וויץ 8-), כהאב פארגעסן אז דו ביסט געוועהן אין רום היינט און געציילט די מענטשען נאכדערצו אן קיין העירינג. :lol: רוף מיך נישט אין קאורט פאר יעדע ווארט וואס איך שרייב דא, כהאב געמיינט צוזאגן אז ס׳איז געוועהן דארט אסאך בערני סופארטערס און א אסאך מידיעלייט, אקעי ס׳איז נישט קיין טויזענטער מענטשען נאר 994! צופרידן ?
מוצ"ש אפריל 16, 2016 11:56 pm#329451
Move Over, Trump: Polls Show Bernie Sanders Is 2016's Most Popular Candidate

m http://m.huffpost.com/us/entry/bernie-s ... 35cb6fad0a m
זונטאג אפריל 17, 2016 12:19 am#329454
m https://www.facebook.com/DonaldTrump/vi ... 869865725/ m

דא רעדט א מענטש וואס ווייסט וואס מיינט ''ביזנעס''. נישט א אלטע באנק קוועטשער בערני סענדעראוויטש
זונטאג אפריל 17, 2016 1:38 am#329464
ישראל גלויבער האט געשריבן:https://www.facebook.com/DonaldTrump/videos/10156936869865725/

דא רעדט א מענטש וואס ווייסט וואס מיינט ''ביזנעס''. נישט א אלטע באנק קוועטשער בערני סענדעראוויטש


איין קשיא צדיק׳ל אין די ישיבה ווי דו לערנסט מעג מען האבן אינטערנעט? אה, כהאב פארגעסן ס׳איז בין הזמנים יעצט, סאו ווען די משגיח זעהט נישט גייסטו צו די פובליק לייבערי און כאפסט ווייפיי דו זאלסט קענען שרייבן אז סענדעראוויטש איז א באנק קוועטשער,אוי ביסטו א חברה-מאן! סענדעראוויטש :lol: אזא גיטס האב איך שוין לאנג נישט געהערט! כמיין טאקע זייט איך בין געוועהן אין כתה ט׳ האב איך נישט געהערט אזא גיטס, כא-כא-כא!!!! :roll:
זונטאג אפריל 17, 2016 1:40 am#329465
Bernie Sanders' Chassidic Adviser

m http://www.collive.com/show_news.rtx?id=39219 m
זונטאג אפריל 17, 2016 2:23 am#329472
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
שבת אחים האט געשריבן:Bernie Sanders' Chassidic Adviser

http://www.collive.com/show_news.rtx?id=39219

די קאמענטס זענען שטארק אקעגן איהם פין אידן וועגן די איזרעלי אישאו.
זונטאג אפריל 17, 2016 12:41 pm#329520
פארוואס, אין 2016, האט קיינער נאך נישט ארויסגעליעקט עפעס א רמז פון וואס היללערי האט גערעדט ביי יענער באקאנטע דרשות צו די וואל סטריט גראבע קעטץ? ווי שווער קען עס זיין?
זונטאג אפריל 17, 2016 1:03 pm#329528
m http://mobile.nytimes.com/2016/04/17/us ... trump.html m
גאר אינטערעסאנטע ארטיקל איבער איוואנקא טראמפ
זונטאג אפריל 17, 2016 3:23 pm#329554
שבת אחים האט געשריבן:בערני סענדארס היסטארישע באזוך ביים פויפסט אין רום האט דאמינעיטעט די אייראפישע און אלע-וועלטליכע מידיעא און אפגעקלינגען מסוף העולם עד סופו! די גאנצע וועלט דינערט אז די פויפסט וואס איז לכל הדיעות איינער פון די מערסטע פאפיולער מענטשען אויף דער וועלט מיט מיליאנען נאכפאלגער האט דוקא איינגעלאדענט דעם אידישען קאנדידאט קיין רום ווי איידער די אלע אנדערע קאנדידאטן וואס פארופן זיך און שטעלן זיך פאר אלץ ״קריסטן״! ווי נאר בערני איז אנגעקומען קיין איטאליע האבן אים אפגעווארט א פלאק פון מידיע ריפארטערס ווי אויך הונדרעטער שטיצער וואס האבן געהאלטן שילדן און אויסגעשריגן בערני! בערני!... אלע סענדארס קריטקירער קענען זאגן וואס זיי ווילן אבער ״קיינער״ האט זיך נישט געחלמט און געראכטן אפאר חדשים צוריק אז דער 74 יעריגער זעלבסט-דערקלערט דעמאקראטיק-סאושליסט איד וועט אנקומען אזוי ווייט!

בערני סענדארס ווערט היינט פארעכענט ווי א Idol
פאר מיליאנען מענטשען פון אמעריקא און פון ארום די גאנצע וועלט אלץ א העלד! ספעציעל ביי די יונגעטליכע! בערני סענדארס איז פון דריי פראצענט אין די פאולס געשטיגן צו א אנערקענטע וועלטיכע פיגור!

:New York Times

Bernie Sanders Meets With Pope Francis
http://mobile.nytimes.com/2016/04/17/us ... oogle.com/
:CBS
Rome is "berning" for Sanders during Vatican visit
http://www.cbsnews.com/news/bishop-who- ... important/


יא איך געדענק נאך ווען אבאמא איז געווען די טרוים פון די וועלט, ביז...
זונטאג אפריל 17, 2016 4:36 pm#329568
בערני איז קיין שום פארגלייך נישט צו אבאמא! טוה מיר א טובה! גלייך נישט צו עפעל צו פאטעיטע לאטקעס.
קודם כל לדעתי האט אבאמא געטוישט אמעריקע און געמאכט זיכער אז מ׳גייט נישט אין מלחמה אין די לעצטע אכט יאהר, ער האט געראטעוועט אמעריקע׳ס עקאנאמיע, און אסאך געטוישט אמעריקע׳ס אימעדש אין די וועלט און נאך אסאך גיטע זאכן וואס איך האב זייער הנאה פון אים. דאך די גרויסע חילוק צווישן בערני און אבאמא איז זייער פשוט, אבאמא איז א סענטריסט וואס איז מיטגעגאנגען מיט די דעמקראטישע עסטטבלישמענט, אבאמא האט גענומען געלט פון סופערפעקס ווידער בערני איז א נייע ווינט וואס מ׳האט נאכקיינמאל נישט געזעהן אין מאדערן היסטאריע, ער איז אקעגן די עסטעבלישמענט אין די סטאטוס קווא, און ער האט די רעקארד פון דרייסיג יאהר צו פייטן פאר איקוואלטי און יעצט האט ער א גרויס חלק פון די אמעריקענע המון עם וואס בעיקן אים!
זונטאג אפריל 17, 2016 4:55 pm#329573
שבת אחים האט געשריבן:בערני איז קיין שום פארגלייך נישט צו אבאמא! טוה מיר א טובה! גלייך נישט צו עפעל צו פאטעיטע לאטקעס.
קודם כל לדעתי האט אבאמא געטוישט אמעריקע און געמאכט זיכער אז מ׳גייט נישט אין מלחמה אין די לעצטע אכט יאהר, ער האט געראטעוועט אמעריקע׳ס עקאנאמיע, און אסאך געטוישט אמעריקע׳ס אימעדש אין די וועלט און נאך אסאך גיטע זאכן וואס איך האב זייער הנאה פון אים. דאך די גרויסע חילוק צווישן בערני און אבאמא איז זייער פשוט, אבאמא איז א סענטריסט וואס איז מיטגעגאנגען מיט די דעמקראטישע עסטטבלישמענט, אבאמא האט גענומען געלט פון סופערפעקס ווידער בערני איז א נייע ווינט וואס מ׳האט נאכקיינמאל נישט געזעהן אין מאדערן היסטאריע, ער איז אקעגן די עסטעבלישמענט אין די סטאטוס קווא, און ער האט די רעקארד פון דרייסיג יאהר צו פייטן פאר איקוואלטי און יעצט האט ער א גרויס חלק פון די אמעריקענע המון עם וואס בעיקן אים!

ביי א ראלי נעכטן איז א רעפארטער ארומגעגאנגען פרעגן פארוואס זיי וואטען פאר בערני, צענליגע חברה האבן געענטפערט: אממ איך ווייס נישט, אדער הוידל בוידל..

שבת אחים, די ווייטאג פון א טאג נאכוואס קלינטאן גייט קלינטשען די נאמענאציע, און מען וועט זאגן: איינער געדענקט נאך בערני - גייט זיין אומדערטרעגליך!!! נעם דיך דאס אריין אין קאפ, בערני איז נישטא צו געווינען, ער איז דא צו פראטעסירן, אפשר ביסטו אויך זיין שטיצער אלס פראטעסט אויס, ווער ווייסט..
זונטאג אפריל 17, 2016 5:03 pm#329575
יעצט אין פראספעקט פארק. זיי זאגן דרייסיג טויזנט.
#שפיר_די_ברען
זונטאג אפריל 17, 2016 5:12 pm#329577
שבת אחים האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:https://www.facebook.com/DonaldTrump/videos/10156936869865725/

דא רעדט א מענטש וואס ווייסט וואס מיינט ''ביזנעס''. נישט א אלטע באנק קוועטשער בערני סענדעראוויטש


איין קשיא צדיק׳ל אין די ישיבה ווי דו לערנסט מעג מען האבן אינטערנעט? אה, כהאב פארגעסן ס׳איז בין הזמנים יעצט, סאו ווען די משגיח זעהט נישט גייסטו צו די פובליק לייבערי און כאפסט ווייפיי דו זאלסט קענען שרייבן אז סענדעראוויטש איז א באנק קוועטשער,אוי ביסטו א חברה-מאן! סענדעראוויטש :lol: אזא גיטס האב איך שוין לאנג נישט געהערט! כמיין טאקע זייט איך בין געוועהן אין כתה ט׳ האב איך נישט געהערט אזא גיטס, כא-כא-כא!!!! :roll:

הלו, אפילו איך נעם נישט פערזענליך קיין אטאקעס קעגן טראמפ, וואס פארלאזטו זיך אזוי שטארק אויף בערני, ווען ער איז א פאלנער עם הארץ און שמעקט שוין פון ד' אמות.