Under maintenance
הויפט זייט » פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
450 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
זונטאג אפריל 10, 2016 5:55 pm#328578
"Sanders' boyhood street, now ultra-Orthodox, feels the Bern" m https://t.co/JXTN10EsMW m
זונטאג אפריל 10, 2016 6:07 pm#328579
זונטאג אפריל 10, 2016 6:47 pm#328584
הילערי׳ס פראפעגאנדע ליגענט אז זי האט באקומען צוויי מיליאן מעהר שטימען.
Hillary's Disingenuous Claim That She's Won 2.5 Million More Votes is Bogus. Here's why

m http://www.opednews.com/populum/pagem.p ... 1-967.html m
זונטאג אפריל 10, 2016 6:57 pm#328586
זונטאג אפריל 10, 2016 8:05 pm#328596
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
וואס די מעשה מיט קאלעראדא?
איך זעה טראמפ שעלט.
זונטאג אפריל 10, 2016 8:30 pm#328605
m https://www.youtube.com/watch?v=e0rtxRF4KnY m

פרישע מענטשן גייען הייס פאר טראמפ
זונטאג אפריל 10, 2016 11:31 pm#328631
ישראל גלויבער האט געשריבן:http://www.vox.com/2016/3/1/11127424/trump-authoritarianism

צי האסטו אויפגעגעבן אויף טראמפ, אדער ווייסטו נישט וואס authoritarianism מיינט?
מאנטאג אפריל 11, 2016 3:50 pm#328729
ישראל קאפקע האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:http://www.vox.com/2016/3/1/11127424/trump-authoritarianism

צי האסטו אויפגעגעבן אויף טראמפ, אדער ווייסטו נישט וואס authoritarianism מיינט?

כ'מיין אז כ'פארשטיי יא וואס ס'מיינט, און דאס האלט איך טאקע
מאנטאג אפריל 11, 2016 3:50 pm#328732
ישראל קאפקע האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:http://www.vox.com/2016/3/1/11127424/trump-authoritarianism

צי האסטו אויפגעגעבן אויף טראמפ, אדער ווייסטו נישט וואס authoritarianism מיינט?

כ'מיין אז כ'פארשטיי יא וואס ס'מיינט, און דאס האלט איך טאקע
אדרבה בעסער מיר אויס טאמער איך ווייס נישט גוט
מאנטאג אפריל 11, 2016 4:27 pm#328746
בילד.
מאנטאג אפריל 11, 2016 4:31 pm#328747
בילד
מאנטאג אפריל 11, 2016 5:17 pm#328757
הרב (בנימין) בן (אליהו) סאנדערס איז נאך אוועליבעל פאר סידור קידושין די וואך נאך שבועות?
מאנטאג אפריל 11, 2016 10:52 pm#328801
Sandars supporters blind to reality of socialism
מאנטאג אפריל 11, 2016 11:44 pm#328808
m https://www.youtube.com/watch?v=wn77LJu ... e=youtu.be m

ס'יום טוב אין אלבאני!!!!!!!!
דינסטאג אפריל 12, 2016 5:00 am#328815
באוויסטע נאובעל פרייז געווינער ,וועלטליכע עקאנאמיסט, געוועזענע וויצע פרעזידענט פון
World Bank Chief Economist
פראפעסאר אין יעיל, סטענפארד,אקספארד, פרינסטאן, קאלאמביע,
אדווייזערס פאר פרעזידענט ביל קלינטאן און באראק אבאמא.
Joseph Stiglitz
זאגט אז בערני סענדארס איז גערעכט און ער ענדאורסט אים פאר פרעזידענט
Stiglitz: sanders is right everybody has the right to healthcare, sick days,family
leave
m http://youtu.be/gIm7yFYEnFI m

דזאשסעף שטיגליץ וויקעפידיע בלאט
m https://en.m.wikipedia.org/wiki/Joseph_Stiglitz m
דינסטאג אפריל 12, 2016 5:20 am#328816
פראנצויזישער וועלטליכע פראפעסאר עקאנאמיסט
Thomas Piketty
בעסט סעילינג אוטהער (שרייבער)
זאגט:

Bernie Sanders is the great hope for America’s economic future

In his latest weekly column,
Piketty wrote that the Vermont senator’s campaign represents a turning point in the country. “[W]e are witnessing the end of the politico-ideological cycle opened by the victory of Ronald Reagan at the 1980 elections,

m http://m.huffpost.com/us/entry/thomas-p ... c55052cbc9 m
דינסטאג אפריל 12, 2016 5:44 am#328817
וועלטליכע עקענאומיסט ראבערט רייך, פראפעסאר אין בערקעלי און געוועזענע פראפעסאר פון הארווארד און נאך אסאך יונעווערסטי׳ס, שרייבער פון עטליכע בעסט-סעללער ביכער, האט געדינט אלץ סעקעראטערי אף לעיבאר אינטער פרעיזידענט קלינטאן, און האט געדינט אין די אדמינסטראציע׳ס פון פרעזידענט, פארד, קארטער, אבאמא, איז גאר א שטארקע שטיצער פון בערני סענדארס און זאגט אז בערני איז די מערסטע קוואליפיצירט צו זיין פרעזידענט און ער שטיצט שטארק זיינע עקענאמישע פאליסיס, ער האט פול מיט ווידעאס און באשרייבונגען פארוואס ער האלט אז בערני איז גערעכט, לעצטענס איז ער ארויסגעקומען און געזאגט אז ער קען שוין די קלינטאונס פאר פופציג יאהר, ער איז געוועהן א קלעיסמעיד מיט הילערי און ביל און ער האט געארבעט פאר זיי פאר פיר יאהר און דאך האלט ער אז בערני איז אסאך א בעסערע קאנדידאט פאר אמעריקע און איר עקענאמיע.

I’ve known Hillary Clinton since she was 19 years old, and have nothing but respect for her. In my view, she’s the most qualified candidate for president of the political system we now have,” Reich said. “But Bernie Sanders is the most qualified candidate to create the political system we should have, because he’s leading a political movement for change.”
Reich: I’ve Known Hillary Since She Was 19. Bernie Sanders is the Most Qualified Candidate
m http://usuncut.com/politics/robert-reic ... candidate/ m

Robert Reich on Bernie sanders endorsement
m http://youtu.be/9RSpMz6Snwk m
דינסטאג אפריל 12, 2016 5:53 am#328818
ס׳איז דא פול מיט נאך גרויסע עקענאמיסטן וואס שטיצן שטארק סאנדערס פלענער חוץ די לעצטע דריי וואס איך האב אראפגעברענגט (די לעצטע דריי תגובות) און איך וועל נאך אי״ה ארויפלייגן נאך, אבער פאר איר קריטיקירט סענדארס אלץ א בעל החלמות און א פאנטאזירער און אז מ׳קען נישט אויספירן זיינע פלענער ״ווייל ס׳איז אוממעגליך״ זאלט איר וויסן אז די גרעסטע עקענאמיסטן אויף די וועלט זענען מחולק מיט אייך...
דינסטאג אפריל 12, 2016 10:20 am#328823
בערני סאַנדערס – אַ ייִד מיט שׂכלדיקע מיינונגען
Bernie Sanders – a Jew With Common Sense
פֿון בן זומא

כ׳האב דורכאויס דער לעצטער וואך זיך אביסל „באקענט‟ מיט דעם דעמאקראטישן פרעזידענט קאנדידאט, בערני סאנדערס, און – ער געפעלט מיר. די קלארקייט פון זיין אידאלאגיע, דער זיכערער טאן מיט וועלכן ער רעדט וועגן זיינע פלענער, און דער פאקט וואס ער רעדט קלארע דיבורים איבער זיינע מיינונגען און וואס ער האט בדעה צו טאן אויב וועט ער געווינען די וואלן האבן ביי מיר זייער אויסגענומען.

ס׳האט גענומען צייט ביז איך האב ביי זיך גע׳פועל׳ט בכלל זיך צו באקענען מיט סאנדערס. ער קומט פאר ווי א סאציאליסט פונעם לינק־ליבעראלן חדר, מיט וועלכן כ׳בין בכלל היפש אומבאקוועם. כ׳האב נישט ליב די ליבעראלן; כ׳זע אין זיי נאאיווע אידעאליסטן וואס טראכטן אין אבסטראקט און האנדלען מיט דער וועלט „ווי זי וואלט געדארפט זיין‟ אנשטאט „ווי זי איז טאקע‟. און דאס איז שוין אין בעסטן פאל. אין ערגסטן, באשטייט דער ליבעראלער פליגל פונעם פאליטישן ספעקטרום פון א שיינעם סכום היפאקריטסווע — מענטשן וואס טראגן זיך ארום כלפי אנדערע מיט מער פאראורטיילן און אפילו שנאה ווי די וועמענס „ראסיזם‟ זיי זענען דעם גאנצן ליבן טאג פארנומען מיט פארשרייען.

כ׳האב אבער באשלאסן פארט אויסצוהערן וואס דער איד בערני האט צו פארקויפן. כ׳האב געלייענט וואס ער שרייבט, געהערט וואס ער זאגט, און געקומען צו דער החלטה אז סאנדערס רעדט פארט זייער צו דער זאך. ער אדרעסירט אמת׳ע פראבלעמען וואס פלאגן דאס לאנד און געזעלשאפט און ברענגט צום טיש אמת׳ע לעזונגען. מען מוז נישט מסכים זיין מיט סאנדערס׳ מסקנות; איז אבער שווער צו איגנארירן זיין עצם אדרעסירן די ענינים און די שטאנדהאפטיגקייט און קלארקייט פון זיינע ענטפערס צו די פראבלעמען ארום סאציאלער גלייכבארעכטיגקייט, דעם קרומען קאפיטאליזם פון דער עקאנאמיע, דעם נוסח־סדום יוסטיץ סיסטעם וואס האט מיט יוסטיץ צו טאן בערך אזוי פיל ווי וואשינגטאן מיט אומפארטייאישקייט.

קיין עקספערט אויף קיינעם פון די ברענענדע ענינים בין איך נישט און איך ווייס זיכער נישט צי זיינע לעזונגען זענען רעאליסטיש. איך פארשטיי נישט די זאכן און ווייס אז יעדע „רעוואלוציע‟ ברענגט אומפאראויסגעזעענע תוצאות, נישט אלע פון וועלכע זענען דוקא פאזיטיוו. בערני סאנדערס׳ וויזיע פאר א סך יסודות׳דיגע זאכן אין דער לאנד׳ס ארדענונג שמעקן רעוואלוציאנעריש און וועלן בהחלט פאדערן אן ערנסטע אפשאקלונג אין דעם סטאטוס קווא. א געזונטער שאקל קען פירן צו כאאס, און כאאס איז קיינמאל נישט געזונט, בפרט אין דעם אומזיכערן מצב אין וועלכן די וועלט שטייט יעצט. מיט דעם אלעם פילט זיך עפעס אויטענטיש אין זיינע ווערטער. זיינע לעזונגען שמעקן גוט און הערן זיך שכל׳דיג. דאס איז שוין מחוץ דעם וואס ער, מער ווי אלע אנדערע קאנדידאטן, ווייסט גענוי וואס ער וויל, איז באקוועם ביז גאר מיט זיינע שיטות, און באהאלט זיי נישט אונטער לופטיגע, שיין־קלינגענדע פראזן.

ס׳איז יא פאראן איין אספעקט פון סאנדערס, מיט וועלכן איך בין נישט אזוי באקוועם: זיין צוגאנג צו אויסערן פאליטיק, דעם איסלאמישן טעראר, און זיין אויסקוק אויף די באציאונגען מיט ארץ ישראל. ער זעלבסט רעדט וועגן דעם טעראר אויף א ברייטן, אלגעמיינעם אופן און כ׳בין נישט זיכער צי ער האט שוין ווען ס׳איז ארויסגעלייגט א קלארן, ארומנעמיגן פלאן וויאזוי ער וועט מיט דער פלאג זיך אפגעבן. פון דער אנדערער זייט, איז מסתמא נישט פאראן קיין קלארער, זיכערער מהלך וויאזוי די דאזיגע אנשיקעניש אויסצוראטן. ער קומט אבער פאר ווי א פראגמאטישער מענטש און אויב וועט סאנדערס בלייבן געטריי צו זיין לאגיק, גלייב איך אז ער וועט אויך דעם ענין פון איסלאמישן טעראר באהאנדלען מיט יושר און שכל.

וואס שייך ארץ ישראל, איז זיין רעטאריק זייער נישט צום הארצן. זיין פארגלייכן די „צוויי צדדים‟ אינעם קאנפליקט האט יענעם נישט־אפעטיטליכן נאך׳טעם פון דעם פאלשן ליבעראלן פאציפיזם. די קריטיק מיט די ווילד־אויפגעבלאזענע ציפערן כלפי דער מיליטערישער אפעראציע אין עזה מיט עטליכע יאר צוריק, האט געשטינקען פון ליבעראלן צבוע׳איזם. פארט וויל זיך האפן, אז ווען ער וועט פאקטיש זיין אויפ׳ן בענקל און זיך נאענטער באקענען מיט די פאקטן, וועט ער עס אויפנעמען מיט אן אפענעם קאפ און צופאסן פאליסי צו מציאות, איידער מציאות צו פאנאטיזם און אידאלאגיע.

צווישן אונז גערעדט, לאזט זיך שפעקולירן צי אפשר איז טאקע בעסער אז ארץ ישראל זאל זיך יא אנהייבן צוגעוואוינען צו זיין עטוואס מער אומאפהענגיג פון די פאראייניגטע שטאטן און דערלויבן די פריינטשאפט אנצונעמען א פארמאט פון לענדער מיט קעגנזייטיגן ידידות און געמיינזאמע אינטערעסן איידער ווי בלינדע ליבשאפט וואס קומט מיט כל׳מיני צוגעהערן, טייל פון וועלכע דינען נישט דוקא די אינטערעסן פון ביידן.

ווי עס איז, וואקלט מיין שטימע זיך צווישן – לאכט נישט – טעד קרוז און בערני סאנדערס.

Read more: m http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... z45ccoeP5f m
דינסטאג אפריל 12, 2016 2:21 pm#328858
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
John kasich in boro park
uploadfromtaptalk1460485260918.jpg
uploadfromtaptalk1460485253480.jpg
דינסטאג אפריל 12, 2016 5:01 pm#328887
א אידישע פרוי פון די סענדארס קאמפיין האט מיך גערופן און געפרעגט צו איך קען זיי העלפן מיט די קאמפיין אינערהאלב די חרדישע געמיינדע אין ניו יארק, און זי האט געוואלט וויסן וועלכע צייטונגען און מאגאזינען איז די מערסטע פאפיולער, איך האב איר געגעבן א נומבער פון א באוויסטע היימישע עסקן און שרייבער און ער האט אנגענומען די זשאב, אבער לדעתי איז עס נישט צו שפעט יעצט הערשט זיך צונעמען ארבעטן אויף עדס און ארטיקלן אין די היימישע אויסגאבעס? , זי האט מיך געפרעגט אויב די צייטונג איז די מערסטע פאפיולערע אידישע צייטונג :roll:, איך האב איר געזאגט אז זיי זאלן אריינלייגן אין די עמי, משפחה, בינה , המודיע, יתד, איד, בלאט, קול מבשר. וואס האלט איר סלוינט זיך בכלל אויסצוגעבן געלט נאכדערצו אזוי נאנט צום דעדליין? און אין וועלכע פאפירן וואלט איר רעקאמענדירט אריינצולייגן עדס אויב עפעס.

ס׳נישט קיין וויץ, דאס מאל מיין איך עס ערענסט, ביטע נישט ענטפערן אז מ׳זאל אריינלייגן אין די עלים לתרופה און דבר יום ביומו די וויץ וועפט שוין.
ערנסט גערעדט, א איר האט עפעס עצות אדער מיינונגען קענט איר מיר שיקן א אישי אדער ענטפערן דא בשער בת רבים.

יישר כח
דינסטאג אפריל 12, 2016 5:07 pm#328890
אויסלייגן ווארענונג צעטלעך אין ביהמ"ד

#בדוק_ומנוסה
דינסטאג אפריל 12, 2016 5:20 pm#328899
בן אדם האט געשריבן:אויסלייגן ווארענונג צעטלעך אין ביהמ"ד

#בדוק_ומנוסה

:lol:, אפשר זאל מען באצאלן פאר צימערמאן און שרגא פליישמאן (כמיין פרידמאן)זיי זאלן מאכן א פארטעסט בו ביום פון די וואלן :D

אדער זאל ליפא מאכן א שני ושביעי קליפ און אויספאקן זיינע קאלאמביע ידיעות פארוואס אונז דארפן סענדארס, דעס קען אפשר העלפן אל אלע cool יואלי׳ס מיט די סקווער-בעק׳ס און די שיינע געקראזעלטע טונא בייגל פיאות וועלן שטיצן דעם אותו זקן. :P
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:24 am#329133
ATUB @שבת אחים ATUB , פארוואס ביסטו אזוי אבסעסט מיט דזשארדזש קארלין? פיין ער איז געווען א געזונטע לץ, אבער... כ'בעט דיך, נעם אים נישט אלס דיין צווייטער רבי נאך בערני..
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:48 am#329140
[youtube]https://www.youtube.com/watch?v=247bGFFjOIM[/youtube]
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:01 pm#329162
גלען בעק פרעדיקט אז אויב טראמפ פארלירט גייט ער סערפאטן הילערי קלינטאן...
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:14 pm#329163
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
פרייוויליג האט געשריבן:@שבת אחים, פארוואס ביסטו אזוי אבסעסט מיט דזשארדזש קארלין? פיין ער איז געווען א געזונטע לץ, אבער... כ'בעט דיך, נעם אים נישט אלס דיין צווייטער רבי נאך בערני..

Carlin is far from a plain comedian he is sort of a philosopher
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:16 pm#329165
/
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:01 pm#329185
פרייוויליג האט געשריבן:@שבת אחים, פארוואס ביסטו אזוי אבסעסט מיט דזשארדזש קארלין? פיין ער איז געווען א געזונטע לץ, אבער... כ'בעט דיך, נעם אים נישט אלס דיין צווייטער רבי נאך בערני..

ער איז נישט מיין צווייטע רבי, ער איז מיין ערשטע רבי, ער איז געוועהן איינע פון די קלוגסטע מענטשען וואס כהאב אמאל באגעגענט, ער איז געוועהן דער ערשטער צו אויפמאכן די אמעריקענע בהמות זייערע אויגן, ער איז די רבי פון אלע רבי׳ס, ליין זיין בוך Brain Dropings, חבל כל דאבדיו !
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:23 pm#329191
שלום שטיסל האט געשריבן:/

כתלמיד לפני רבו
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:25 pm#329192
שלום שטיסל האט געשריבן: בילד/

כתלמיד לפני רבו[/quote]
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 8:01 pm#329213
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
גאסט עדיטאריעל
וואס איז דער פראבלעם צו שטימען פאר בערני סאנדערס?
פון: א. רעכטדענקיגער

ספעציעל צו אידישע ווינקל

בערני סאנדערס' קאמפיין איז געבעיסט אויף אראפרייסן די מיליאנערן און ביליאנערן. און כאטשיג ער רעדט אסאך פון מאכן א סוף צו די שווערע שטראפן פאר דראג דילערס און קאקעין סמאוקערס, זאגט ער אבער אז מען דארף זיין סאך שטרענגער מיט די ווייט קאלער קרימינאלן.

ס'איז זייער גרינג צו ווערן "קעריד עוועי" מיט א פאליטישאן וואס זאגט צו הרים וגבעות, איינער וואס איז נישט נאאיוו ווייסט אבער אז א פרעזידענט וואס איז קעגן מיליאנערן און ווייט קאלער קרימינאלן איז זייער שלעכט פאר חרדי'שע אידן.

חרדי'שע אידן האבן נישט קיין דראג דילערס, מיר האבן נישט קיין מערדערס. פון וואס מיר ליידן זיך יא בעיקר צוזאם איז די אטאקעס קעגן ווייט קאלער ביזנעסלייט. די לעצטע צען צוואנציג יאר איז דא א שטארקע ווינט אין אמעריקע זיך צו נעמען אויף קארפאראציע שווינדלערס און זיי אריינווארפן אין תפיסה פאר צענדליגער יארן. אסאך אומשולדיגע אדער כמעט אומשולדיגע היימישע אידן האבן באקומען וואנזיניגע הויכע טורמע אורטיילן צוליב דעם קרוסעיד קעגן די ווייט קאלער קרימינאלן, און די שאלה וואס שטעלט זיך: איז עס נישט גענוג שלעכט ווי ס'איז יעצט? דארפן מיר איינער וואס זאגט צו צו גיין מיט א שטרענגערע האנט קעגן די ווייט קאלער קרימינאלן?

כ'ווייס נישט אויב איר כאפט, אבער מיר זענען בדרך כלל נישט קיין בלו קאלער ארבעטערס. מיר דרייוון נישט קיין טראקס און ארבעטן נישט אין פעקטאריס. מיר זענען צווישן די ווייט קאלער מענטשן. אין די וועלט פון בערני סאנדערס איז א מענטש וואס מאכט א פערטל מיליאן דאלאר א יאר, שוין א רייכער מענטש פון וועמען מען מעג שינדן די הויט און העכערן די טעקסעס, און ווארפן די ביכער צו אים פאר די מינדעסטע פארלעצונגען. מיר ווייסן אבער זייער גוט אז א איד וואס מאכט 250,000 דאלאר א יאר אין די טייערע ברוקלין איז בכלל נישט רייך, ספעציעל נאך די ריזיגע טעקסעס וואס מען שינדט פון אים. ווער רעדט נאך פון איינער וואס מאכט נאר הונדערט אלפים א יאר. דער קען זיך קוים דורכשטופן דעם טאג מיט א גרויסע משפחה, און יא, מיר האבן ב"ה אויך עכטע מיליאנערן אויף וועמען מיר זענען אבסאלוט אנגעוויזן צו קענען פינאנצירן אונזערע ישיבות און ארגאניזאציעס וואס קענען אנדערש נישט סערווייוון

ס'איז עקסטרעם נאריש צו קאמפיינען ביים היימישן עולם אז דורך שטימען פאר סאנדערס העלפט מען רובאשקין. אזעלכע אידן ווי רובאשקין וועלן זיין די ערשטע צו ליידן אונטער אן אדמיניסטראציע וואס איז אזוי אויסגעשפראכן קעגן ווייט קאלער קרימינעלס. אז מען לייענט אביסל זעט מען ווי סאנדערס האט אראפגעריסן דעם דזשאסטיס דעפארטמענט פאר'ן נישט טאן גענוג קעגן ווייט קאלער קרימינעלס. ער טענה'ט אז מען דארף גאר טאן מער פון וואס מען טוט שוין. פופציג יאר פאר רובאשקין? הי' לא תהי'!

ק\פ אידישע ווינקל,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 8:25 pm#329219
שבת אחים האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:@שבת אחים, פארוואס ביסטו אזוי אבסעסט מיט דזשארדזש קארלין? פיין ער איז געווען א געזונטע לץ, אבער... כ'בעט דיך, נעם אים נישט אלס דיין צווייטער רבי נאך בערני..

ער איז נישט מיין צווייטע רבי, ער איז מיין ערשטע רבי, ער איז געוועהן איינע פון די קלוגסטע מענטשען וואס כהאב אמאל באגעגענט, ער איז געוועהן דער ערשטער צו אויפמאכן די אמעריקענע בהמות זייערע אויגן, ער איז די רבי פון אלע רבי׳ס, ליין זיין בוך Brain Dropings, חבל כל דאבדיו !

און וואס טוסטו מיט זיינע הויעכע דאזע ניבול פה? אין צוגאב וואס ער האט געלייקנט אין ג-ט?
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 8:38 pm#329220
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
גראדעמעכעלע האט געשריבן:גאסט עדיטאריעל

אבי געהאקט אין קאפ, ער רעדט פון מיליאנערן און ביליאנערן וואס טוען טויזנט מאל ערגער ווי רובאשקין און דרייען זיך ארויס פון אלעם, ער רעדט נישט פון א מידל קלעס מענטש וואס גיט איין אין זיין באנק אפליקאציע אביסל א העכערע אמאונט.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:27 pm#329233
האט היללערי יעצט געזאגט אז זי גיט ארויס די ספיטשעס אויב סענדערס גיט די טעקסעס? מיר האבן א דיעל?
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:21 pm#329245
IMG_20160414_222035.jpg
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:28 pm#329258
.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:30 pm#329259
בערני ברויך אויפהערן מיט זיינע אידישע תניעות מיטן מאכן מיט די הענט, עס זעט אויס ווי ער רעדט צו שדים.
פרייטאג אפריל 15, 2016 1:12 am#329279
ליפא אפשר ביסטו מסביר דיין meme וואס די האסט ארויפגעלייגט וועגן בערני איך פארשטיי נישט קיין פשט??? לאמיר הערן א הסברה?

איר כאפט וואס דא טוט זיך? דער מענטש וואס האט געבלוטיגט אין וואשינגטאן 30 יאהר און געפייט פאר די ארימע אז זיי זאלן קענען בלייבן אויף פוטסטעמפס אטאקירט מען גאר אז ער וויל אוועקנעמען פון מענטשען געלט ווייל ער דערוואגט זיך צו זאגן פאר די מיליאנערן וואס זענען רייך געווארן אויף די חשבון פון די ארימע אז זיי זאלן באצאלן זייערע טעקסעס און געבן פאר זייער ארבעטארער מענשטליכע געהאלט! וויאזוי קענסטו פארדרייען א מעשה??? Shame on you פארן רעדן אזוי אויף די איינציגסטע פאליטשאן אין וואשינגטאן וואס איז נישט רייך געווארן אויף די חשבון פון זייער פאזיציע, shame on you פארן זאגן א ליגענט אין פנים אריין אז בערני וויל אוועקנעמען עפעס פון מענשטען וואס ארבעטן פאר זייער געהאלט! דו הייבסט נישט אן צו וויסן ווער בערני איז און דו כאפסט נאכנישט וואס גייט פאר אין וואשינגטאן בכלל (לעניות דעתי).

זוך דיר א צווייטען מיט וועם צו טשעפענען נישט איינער וואס האט אוועקגעגעבן זיין לעבן צו פייטן קארפאציע און איקוואלטי פאר יעדעם איינעם! בערני סענדארס גייט אריינגיין אין די אמעריקאנע היסטאריע אלץ איינער וואס האט געטוישט אמעריקע׳ס פערספעקטיוו פון די אמעריקאנע המון עם וויאזוי עכטע פאליטיקס דארף אויסצוקוקן און ער גייט זיין די נעקסטע פרעזידענט פון אמעריקע און די בעסטע פרעזידענט וואס אמעריקע האט נאר אמאל פארמאגט :P

#פול די ברען
פרייטאג אפריל 15, 2016 1:17 am#329281
פרייוויליג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:@שבת אחים, פארוואס ביסטו אזוי אבסעסט מיט דזשארדזש קארלין? פיין ער איז געווען א געזונטע לץ, אבער... כ'בעט דיך, נעם אים נישט אלס דיין צווייטער רבי נאך בערני..

ער איז נישט מיין צווייטע רבי, ער איז מיין ערשטע רבי, ער איז געוועהן איינע פון די קלוגסטע מענטשען וואס כהאב אמאל באגעגענט, ער איז געוועהן דער ערשטער צו אויפמאכן די אמעריקענע בהמות זייערע אויגן, ער איז די רבי פון אלע רבי׳ס, ליין זיין בוך Brain Dropings, חבל כל דאבדיו !

און וואס טוסטו מיט זיינע הויעכע דאזע ניבול פה? אין צוגאב וואס ער האט געלייקנט אין ג-ט?

נו מילא די ניבול פה אויף דעם באצאל איך דאך חודש׳ילכע מקוה געלט און איינמאל א יאהר גיי איך דאך צום בעלט פארקוועי מיט אפאר ברעקלעך, און דעס אז ער האט געלייקנט אין גאט איז דאך נישט מיין פראבלעם, (I got my own troubles) איך רעד פון זיין פערספעקטיוו אויף די גאווערמענט. חוץ מזה א גוי דארף אויך גלייבן אין גאט? כמיין עס ערנסט ? מצד אונזער תורה איז א גוי מחויב צו גלייבן אין גאט ?

חוץ מזה ווען מ׳גייט צו א ברית אדער א חופה איז דאך דער אייבישטער מוחל אלע עבירות, נו פארן שטארבן וועל איך כאפן א uber צו ברכה סומא וזהו? אויף דעם ענטפערט די גמרא אחטא ואשוב אין מספיקין בידו לעשות תשובה. פארשטייסטע???
פרייטאג אפריל 15, 2016 2:42 am#329288
בערני סענדערס היינט באנאכט ביים סי ען ען דעבאטע אין די ברוקלין נעווי יארד, קארגע גאסן אוועק פון סאטמאר ביהמ"ד, האט געטוהן עפעס וואס א פרעזידענטליכע פרעזידענט קאנדידאט אין אמעריקע, און נאך דערצו א איד, האט נאך קיינאמל געטוהן: ער האט געהאט די חוצפה צו פארלאנגן אמעריקע זאל מער נישט נאכשפרינגן נתניהו הונדערט פראצענט און זאל אנהייבן קוקן אויף און זיך רעכענען מיט די ביטערע מצב פון די פאליסטינע באפעלקערונג. פארשטייט זיך אז יעדע פאליטישאן האט זיך זיין חשבון, און מ'ברויך נישט זיין קיין גרויסע חכם צו פארשטיין אז "פרי פאלעסטינע" איז א פאפולערע אישו אין קאלעזש קעמפעסוס (מיט א שטארקע אנטי איזרעאל בייעס) און קאלעזש סטעדענטן זענען סענדערס שטארקע שטיצער. פארט האט דעם איד'ס שטעלונג אפגעקלינגן מער פון אלע מחאות פון נטורא קרתא, נטרונא און התאחדות באנאזאם.

(דרך אגב, אין מישיגען האט סענדערס געווינען די אראבישע און מוסלים קאונטיס.)

פרייטאג אפריל 15, 2016 3:18 am#329292
אבער וואס קען מדינת ישראל טוהן צומאכן די פאליסטינער לעבן בעסער אויב זייער אייגענע פירער- די פאליסטינער פירער האלטן אליינס נישט ביים מאכן די פאליסטינער לעבן בעסער?

דו פראבלעם איז אסאך טיעפער
אפילו לאמיר שוין זאגן אז מדינת ישראל זאלן זיי נישט בלאוקירן בלייבן אבער זיי נאכאלץ איבער מיט א עקסטרעם פאשיסטישע גאווערמענט רעזשים.

גראדע בין איך נישט הונדרעט פראצענט איינשטימונג מיט בערני איבער דעם, איך ווייס נישט צו ער איז גערעכט מיט דעם, קען זיין יא קען זיין נישט.
וצריך עיון.
#למד לשונך לומר איני יודע
פרייטאג אפריל 15, 2016 3:25 am#329293
א קליפ פון א רעדע פון בערני אין וואשינגטאן מיט אפאר יאהר צוריק ווי ער דעקט אויף וואספארא קאראפציע עס טוט זיך אין וואשינגטאן, און וויאזוי די רייכע בארויבן בארבאריש די ארימע... אדער ווי ליפא רופט עס בערני וויל צונעמען זייער געהאלט...
m http://youtu.be/nsDYAtKlsT4 m
פרייטאג אפריל 15, 2016 4:36 am#329296
דרך אגב, איך אלץ איד בין proud פון די פאקט אז בערני געווינט די מוסלים וואוטס, דעס געט מיר האפענונג אין הומאנעטי די פאקט אז די אמעריקאנע מוסלימענער שטיצן א איד וואס איז א זעלבסט-דערקלערטער פרא-ישראל און א שטאלצע איד געט מיר האפונונג אז אפשר וועט נאך קומען אמאל א שלום אויף דער וועלט צווישן אונז אלע, און אלע מענשטען נישט קיין חילוק אין זייער רעליגיע אדער אפשטאם וועלן לעבן צוזאמען אין הארמאניע.

וויאזוי זאגט נאר דער פאפענער אויף דעם צודרייטען סעוועדש שוי אז מ׳פארט ארום און מווייזט אנדערע אז די רעספקסט זיי און די רעספעקסט זייער קולטור און זייער רעליגיע אן קיין דיפירענצן וועט זיך עס אין די ענד אויסצואלן און יענער וועט פאר דיר אויך באקומען א מיוטשעל רעספעקט. איך האב דעס אליינס איינגעזעהן אויף מיין אייגענע הויט, איך בין אסאך ארומגעפארן באזוכן אנדערע קולטורס. בדוק ומנוסה, האב רעספעקט פאר יעדעם איינעם ס׳וועט זיך אין די ענדע לוינען פאר דיר!

מלחמה ברענגט גארנישט, (חוץ פרנסה פאר אפאר פאליטשאונס) ס׳צאלט זיך נישט אויס אין די ענדע ווי פרעזידענט רוזעוולט האט אמאל געזאגט, ביי מלחמה איז נישטא קיין געווינערס! ס׳איז דא צוויי פאלירערס, פארלירער נומבער 1 און פארלירער נומבער 2, און דעס איז געזאגט געווארן ביי א יעדע קליינע געפעכט אין לעבן, אסאך מאהל אפילו מ׳איז גערעכט דארף מען פארקוקן For the greater good, און נאכגעבן פאר יענעם אפילו נאר אביסל אין די ענד וועט עס צוריקומען מיט פראצענטן.
און ווי דער אהבת ישראל זצוק״ל האט געזאגט ״זיי גיט צו יעדעם איינעם אבער נישט מיט יעדעם איינעם״!
אין עברית זאגט מען ״אל תהיה צודק תהיה חכם!
פרייטאג אפריל 15, 2016 4:51 am#329297
דער בערני רעדט דאך אזעלעכע שטותים, די 2 מיליאן פעלעסטינער וואס לעבן אין ארעמקייט און עס איז דא דארט א לפי דבריו 40% ליידיגגייער זענען זיך אליין שולדיג זיי האבן געהאט וואלן ווי זיי האבן אויסגעוועלט דעמאקראטיש צו לעבן אונטער די טעראריסטישע הנהגה פון חאמאס, זיי לאזן די טעראריסטן זיך בונוצן מיט זייערע הייזער פאר טונעלן קעגן ציווילע, זיי לאזן די טעראריסטן זיך באנוצן מיט זייערע סקולס און הייזער צו שיסן מיסילס אויף ציווילע,

וואס שרייט ער אז מדנ"י רעאקציע איז געווען איבערגעטריבן וואו איז ער געווען צו רעדן אזוי אויף די אמעריקאנער אטאקע אויף א שפיטאל אין אפגאניסטאן? וואו איז ער געווען צו רעדן אזוי אויף פרעזידענט אבאמא'ס אינקריס אין דראון אטאקעס וואס הרג'עט יעדע מאל אויך אומשולדיגע ציווילע אראבער? דארט איז ער שטיל ווי א פיש, נאר ווען עס קומט צו זיינע אייגענע ברודער דארט איז ער א גרויסער מויל מאכער, א פאליטישן ווי אלע פאליטישנס און צו דערצו א סעלף העיטינג דזשו, אוודאי דערקלערט ער זיך אלס פרא איזראעל ווייל דאס איז אין סטייל אבער אין מציאות איז ער אנטי מדינת ישראל.
פרייטאג אפריל 15, 2016 5:07 am#329300
געוואלדיג האט געשריבן:דער בערני רעדט דאך אזעלעכע שטותים, די 2 מיליאן פעלעסטינער וואס לעבן אין ארעמקייט און עס איז דא דארט א לפי דבריו 40% ליידיגגייער זענען זיך אליין שולדיג זיי האבן געהאט וואלן ווי זיי האבן אויסגעוועלט דעמאקראטיש צו לעבן אונטער די טעראריסטישע הנהגה פון חאמאס, זיי לאזן די טעראריסטן זיך בונוצן מיט זייערע הייזער פאר טונעלן קעגן ציווילע, זיי לאזן די טעראריסטן זיך באנוצן מיט זייערע סקולס און הייזער צו שיסן מיסילס אויף ציווילע,

וואס שרייט ער אז מדנ"י רעאקציע איז געווען איבערגעטריבן וואו איז ער געווען צו רעדן אזוי אויף די אמעריקאנער אטאקע אויף א שפיטאל אין אפגאניסטאן? וואו איז ער געווען צו רעדן אזוי אויף פרעזידענט אבאמא'ס אינקריס אין דראון אטאקעס וואס הרג'עט יעדע מאל אויך אומשולדיגע ציווילע אראבער? דארט איז ער שטיל ווי א פיש, נאר ווען עס קומט צו זיינע אייגענע ברודער דארט איז ער א גרויסער מויל מאכער, א פאליטישן ווי אלע פאליטישנס און צו דערצו א סעלף העיטינג דזשו, אוודאי דערקלערט ער זיך אלס פרא איזראעל ווייל דאס איז אין סטייל אבער אין מציאות איז ער אנטי מדינת ישראל.

ער האט אייביג אטאקירט אמעריקע פארן גיין מלחמה, ער האט יא ארויסגערעדט שארף קעגן די דראון אטאקעס. ער איז דער איינציגסטער כמעט וואס איז ארויס קעגן די אמעריקאנע אטאקעס אויף ציווילע אראבערס.

בד״וו ווי ליגט די פיבער מעסטער פון א סעלף העטינג דזשאו? יעדע מאל ער זאגט עפעס וואס דיר געפעלט נישט ווערט ער א סעלף העיטינג דזשאו? כבין זיכער אז יעדע מאל דו האסט באקומען א טיקעט אין דיין לעבן איז דער פאליסמאן געוועהן א א אנטיסמיט!

בד״וו איך האלט אז דו ביסט א סעלף העיטינג דזשאו ווייל דו האסט פיינט בערני! גיי פרעג מיך אפ! אזוי האלט איך.

פאר די טיילסט צו אזעליכע שיינע טיטלן פאר מענטשען נוץ דיין מוח, ווייל טיטלען קען יעדער טיילן, איך אויך, ס׳דארף זיין גע׳בעיקט ביי פאקטן...
פרייטאג אפריל 15, 2016 5:50 am#329301
אויף מיין גאנצע חלק א' מאכסטו זיך נישט וואוסנדיג און פרעגסט נאך פארוואס זאג איך סאלף העיטינג דזשו, זיי מיר מסביר
געוואלדיג האט געשריבן:די 2 מיליאן פעלעסטינער וואס לעבן אין ארעמקייט און עס איז דא דארט א לפי דבריו 40% ליידיגגייער זענען זיך אליין שולדיג זיי האבן געהאט וואלן ווי זיי האבן אויסגעוועלט דעמאקראטיש צו לעבן אונטער די טעראריסטישע הנהגה פון חאמאס, זיי לאזן די טעראריסטן זיך בונוצן מיט זייערע הייזער פאר טונעלן קעגן ציווילע, זיי לאזן די טעראריסטן זיך באנוצן מיט זייערע סקולס און הייזער צו שיסן מיסילס אויף ציווילע,

און נאכדעם פרעג מיר אפ, די אומשולדיגע פאלאסטינער האבן זיך געברענגט זייער גורל בידים, זיי זענען אלע שותפים אין די חאמאס טעראריסטישע אקטן דורך זיי וועלן פאר רעגירונג, חוץ פון זייערע כסדר'דיגע שטיצע מיט אקטיווע מיטלע,ן ווי גרובן טונעלן, באהאלטן טעראריסטן, לאזן נוצן די הייזער, שפיטעלער ,סקולס, אמבולאנסן, צבוע'דיגע un געביידעס, אויף צו שיסן מיסלס וכדו', און די נארישע צה"ל מיינט נאך אז מיט מודיע זיין יעדע מאל פאר ווען מען צושטערט א בנין, און מיט זיך אפהאלטן פון שיסן אויף טעראריסטן וואס דרייען זיך צווישן קינדער וועלן זיי געווינען די וועלטס שטיצע, א פייג! ווי וואויל זיי זאלן נאר זיין זענען זיי נישט גענוג גוט און נוצן איבערגעטריבענע מאכט, ווילסט זאגן אז ער איז א טיפש? פיין.