Under maintenance
הויפט זייט » פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
450 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
מיטוואך מערץ 25, 2015 2:24 pm#261694
פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
עס דערנענטערן זיך שוין די טעג פון די וואלן , די 58'סטע אמעריקאנע פרעזידענטליכע אלעקשענס וועט פארקומן November 8 2016 ,
די פריימעריס איז נאך נישט באשטעטיגט און אלע שטאטן. אבער די ערשטע פאר איז שוין באשטעטיגט , די אייאווע קאוקעסעס on Monday January 18 , New Hampshire on Tuesday January 26, and Colorado on March 1

די קאנדידאטען וואס לויפן זענען :

דעמאקראטן :

לויפן זיכער : נול ,
לויפן לכאורה : הילערי קלינטון ,
מארטין אמעלי ,
דזשים וועב ,
לויפן לכאורה נישט : דזשאו ביידען (vice president of the United states)
לויפן נישט : עליזיבעט ווארען ,

רעפאבליקאנער :

לויפן זיכער : טעד קרוז (US senator Texas)
לויפן לכאורה : באבי דזשינדאל (governor of Louisiana)
דזשעב בוש (former governor of Florida)
ריק פערי (former governor of Texas)
קריס קריסטי (New Jersey governor)
מארקא רוביא (US senator)
ראנד פאול (US senator)
מייק האקעבי (former governor of Arkansas)
ריק סענטורעם (former US senator)
דזשאן באלטען (former UN ambassador)
לויפן נישט : מיט ראמני ,
מיטוואך מערץ 25, 2015 2:56 pm#261705
וואס הערט זיך מיט פאטאקי פארמער גאווערנער נוי יארק ?
מיטוואך מערץ 25, 2015 3:27 pm#261712
פברואר 2 האט ער זיך געלאזט הערן אז ער וועט מעגליך לויפן , דערנאך וואס מיט ראמני האט ארויס געבעקט ,אבער עס איז נישט דער ערשטע און נישט די צווייטע מאל וואס ער "קלערט" פון לויפן און עס בלייבט ביים "קלערן" ,

טאמער ער לויפט און טאמער ער מאכט עס (לדעתי גייט עס נישט געשען) גיי מיר אפשר האבן יענקל פאטאקי אלטס יודישע ראט געבער .... :D
מיטוואך מערץ 25, 2015 6:59 pm#261769
זאל לויפן ווער ס'וויל אבער דער שחור זאל שוין גיין ווי ער איז געבוירן..
מיטוואך מערץ 25, 2015 9:36 pm#261841
מנשה לוסטיג האט געשריבן:זאל לויפן ווער ס'וויל אבער דער שחור זאל שוין גיין ווי ער איז געבוירן..

ער האט זיך שוין במילא פראטעקטעט דורך זיין אימעגרעישן רעפארם ...
מיטוואך מערץ 25, 2015 10:14 pm#261856
מנשה לוסטיג האט געשריבן:זאל לויפן ווער ס'וויל אבער דער שחור זאל שוין גיין ווי ער איז געבוירן..

וועסט נאך אמאל וואוינען אויף 'אבאמא לעין' אין הייליגן שטעטל! :twisted:
מיטוואך מערץ 25, 2015 11:06 pm#261869
הערת ר' בערל: אין "העיליגן"..

אקעי, וואס נאך איז נייעס אין פאליטיקס?
מיטוואך מערץ 25, 2015 11:42 pm#261879
Re: פרעזידענטליכע אלעקשענס 2016
אינטערעסאנט דזעב בוש האט נישט מורא פאר די 'בוש' נאמען,
מיטוואך מערץ 25, 2015 11:48 pm#261885
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אינטערעסאנט דזעב בוש האט נישט מורא פאר די 'בוש' נאמען,

איך ווייס נישט אויב ער האט מורא (וואס קען ער דען טון, טוישן זיין נאמען?) איך האב זיכער מורא פון נאך א בוש כאטש ער איז דריי מאל קלוגער פון זיין עלטערן ברודער.

בעצם האלט אך אז ער האט נישט קיין שאנס פאר די נאמינאציע, און זיכער נישט פאר די פרעזידענטשאפט. קרוז האט אויך נישט קיין שאנס פאר די נאמינאציע, וואקער, קריסטי, אפילו ריק פערי האבן בעסערע שאנסן.
מיטוואך מערץ 25, 2015 11:52 pm#261888
Re: פרעזידענטליכע אלעקשענס 2016
האסט מורא צוליב דיינע פאליטישע מיינונגען? דוכט זיך אז פלארידע האט ער גוט געפירט ,
פערי זעט מיר אויס צו זיין א היץ קאפ,
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:11 am#261895
פערי איז גארנישט קיין היץ קאפ, א געפרוירן מח, האט נישט קיין פעני שכל. עמען ברויך מען גיבן אביסל קיען, רענדשערס, יאשקע מיט א גאן און ער וועט זיין צופרידן.

די קשיא כלפי דשעב פארשטיי איך נישט. לכאורה שמעקט אים טאקע נישט דעם בוש נאמען, און קיין סך גוטס וועט ער פון דעם מסתם נישט געניסן. אלזא איז וואס? זאל ער נאר לויפן אויב געלונגט פאר עמען צו טוישן נאמען?

דער איינציגסטער מענטש אויף דער רעפאבליקאנער זייט פאר וועמען איך פערסאנאל וואלט געשטימט איז רענד פאול. סקאט וואקער און רוביא זענען גראדע גאנץ סטאביל און נארמאל, איך וואלט אבער נישט געשטימט פאר זיי צוליב זייערע שטעלונגען אויף סאציאלע און אויסערן אנגעלעגנהייטן.

הילערי איז סתם אן אויסגעוועפטע באבע מיט א טוץ סקאנדאלן. אומאלי קוקט אויס צו דער זאך.( פון א ליבעראלער פערספעקטיוו)
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:15 am#261898
הער איך זאגען אז דאנעלד טראמפ טראכט פון לויפן
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:16 am#261900
גראדעמעכעלע האט געשריבן:האסט מורא צוליב דיינע פאליטישע מיינונגען? דוכט זיך אז פלארידע האט ער גוט געפירט ,
פערי זעט מיר אויס צו זיין א היץ קאפ,


האט פערי דען געפירט טעקסאס איין טראפ שוואכער ווי בוש פלארידע? פערי, כאטש איך בין ווייט פון א חסיד זיינער איז א טעקסען און ער רעדט ווי איינס, לאו דווקא אז ער איז אזא ווילדער אין רעאליטעט. די בוש קלען איז טיף אין די נעאקאנסערוואטיווער לאגער.
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:19 am#261901
וכדומה.. האט געשריבן:הער איך זאגען אז דאנעלד טראמפ טראכט פון לויפן

ווער איז דער טראמפ? זאל ער זיך גייט אן דער אדמה. ווייל ער זוכט אביסל אויפמערקזאמקייט דארף איך הערן פון אים יעדן מאנטאג און דאנערשטאג? (ספעציעל ווען ער גייט נישט לויפן). דאס זעלבע מיט מיט ראמני, ביזט געלאפן האסט פארלוירן, זיי שטיל, דריי נישט קיין קאפ דו פלאנסט נישט אין חלום צו לויפן נאכאמאל.
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:24 am#261903
איך פלאן אי"ה צו לויפן נאך פסח.
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:26 am#261905
וואו אהין?
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:29 am#261907
קיין דינערסוויל.
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:39 am#261910
יואב האט געשריבן:פערי איז גארנישט קיין היץ קאפ, א געפרוירן מח, האט נישט קיין פעני שכל. עמען ברויך מען גיבן אביסל קיען, רענדשערס, יאשקע מיט א גאן און ער וועט זיין צופרידן.

די קשיא כלפי דשעב פארשטיי איך נישט. לכאורה שמעקט אים טאקע נישט דעם בוש נאמען, און קיין סך גוטס וועט ער פון דעם מסתם נישט געניסן. אלזא איז וואס? זאל ער נאר לויפן אויב געלונגט פאר עמען צו טוישן נאמען?

דער איינציגסטער מענטש אויף דער רעפאבליקאנער זייט פאר וועמען איך פערסאנאל וואלט געשטימט איז רענד פאול. סקאט וואקער און רוביא זענען גראדע גאנץ סטאביל און נארמאל, איך וואלט אבער נישט געשטימט פאר זיי צוליב זייערע שטעלונגען אויף סאציאלע און אויסערן אנגעלעגנהייטן.

הילערי איז סתם אן אויסגעוועפטע באבע מיט א טוץ סקאנדאלן. אומאלי קוקט אויס צו דער זאך.( פון א ליבעראלער פערספעקטיוו)

העלאו פעלאו ליבערטעריען. (זיין ליבערטעריעניזם איז נוגע מער ווי בלויז זיין אויסערנפאליטיק, עס איז אויך נוגע די לינקע (פאטענציאלע) ארויפצווינגען אויף רעליגיעזע מינאריטעטן צו באדינען אלע סארטן תועבה/סאציאלע אישוס.

אויך די פאליס סטעיט, און שפיאנאזש אויף אמעריקאנע בירגער.

איך וואלט געשטימט אויף די רעפובליקאנער זייט, אדער פאר פאול, אדער פאר דזשאן האנטסמאן (אבאמא'ס אמבאסאדאר צו כינע) אויב באשלוסט ער צו לויפן נאכאמאל. אויף די דעמאקראטישע זייט וואלט איך געוואוט נאר פאר עליזאבעט ווארען, (קיין אנדערע קאנדידאטן זענען נישט דא דערווייל).

איבער קלינטאן קען איך נישט זיין מער איינשטימיג. חוץ וואס זי איז א היפשע שפארבער אויף אויסערנפאליטיק איז אבער מיין עיקר פראבלעם מיט איר אז זי איז אן אלטע אויסגעוועטשטע כאריזמע-לאזע באבושקע וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס/וואו זי האלט.

איך האט אז זיי גייט אזוי שנעל אויסברענען אז עס גייט נישט זיין פאני. זי גייט איינפאלן ווי א קרעיפ-פעיפער דאלי אין א גאס רעגן.

בכלל וואס איז דא געשען מיט אמעריקע, האבן מיר צוויי קעניגליכע דינאסטיעס וואס זענען אין א משפחה געשלעג? בוש קלינטאן בוש בוש/קלינטאן? וואס איז דאס האבן מיר זיך אנגעגליסט אין א מאנארכיע וואו מען ירשנט די טראהן? האבן מיר טאקע נישט קיין אנדערע טאלאנטפולע מענטשן אין אמעריקע? עס איז א בושה!
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:41 am#261911
Re: פרעזידענטליכע אלעקשענס 2016
טאלאנטפולע מענטשן נוצן זייערע טאלאנטן אויף וויכטיגירע זאכן ווי לויפן און זיך אויסגליטשען,
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:19 am#261921
ווער ס'קוקט טיף אינעם אמת, נישט אין פאליטישע חשבונות, איז דער צווייטער בוש נישט געווען אזוי שלעכט, פשוט די מזל האט עהם שווער געשפילט, פון אנהייב ביזן סוף.
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:28 am#261925
צו זיין שלעכט מזל האט ער זיך אויפגעוועקט פון א שבת נאכמיטאג דרימל און זיך געטראפן צו זיין שלעכט מזל אין איראק.
אויך איז עפעס נאך זעקס יאר זיין אין אמט די עקאנאמיע מיסטעריש אריינגעפאלן אין די טיפסטע רעסעסיע זינט די גרויסע דעפרעסיע.

m http://reverbpress.com/features/surpris ... ar-doesnt/ m
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:51 am#261927
איך וואלט נישט געשטימט פאר קייו שום ריפאבליקאנער, קאפקע - דו יא? אדער דו מיינסט צו זאגן דוקא ווען סאיז נישט דא קיין דעמעקראט? איז דא א ריפאבליקאנער וועם דו וואלסט ענדערש געוועלט קעגן די באבע קלינטאן?
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 2:20 am#261930
chusid האט געשריבן:איך וואלט נישט געשטימט פאר קייו שום ריפאבליקאנער, קאפקע - דו יא? אדער דו מיינסט צו זאגן דוקא ווען סאיז נישט דא קיין דעמעקראט? איז דא א ריפאבליקאנער וועם דו וואלסט ענדערש געוועלט קעגן די באבע קלינטאן?

אויף די דעמאקראטישע זייט איז ממש נישטא קיין קאנדידאטן יעצט. איך קען דיר נישט זאגן פאר וועם איך וואלט געשטימט אויף די דעמאקראטישע זייט.

אויף די רעפובליקאנער זייט וואלט איך גערן געשטימט פאר פאול אדער דזשאן האנסטמאן, זיכער קעגן קלינטאן. האנטסמאן איז געווען די קלוגסטער קאנדידאט אויפן רעפובליקאנער זייט אין לאנגע יארן. נאר איך גלייב נישט אז זיי האבן א גרויסע שאנס צו באקומען די נאמינאציע, אדער אפילו א שוואכע שאנס.

עס איז נאך בערך צען חדשים פרי צו רעדן ערנסט וועגן די 2016 עלעקשנס.
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 8:37 am#261943
אלץ א ליבעראלער וואלסטו נישט געגאנגען פאר נישט אזא קלוגע דעמעקראט ווס א קלוגער ריפאבליקאנע?
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:46 pm#262036
ישראל קאפקע האט געשריבן:וואס איז דא געשען מיט אמעריקע, האבן מיר צוויי קעניגליכע דינאסטיעס וואס זענען אין א משפחה געשלעג? בוש קלינטאן בוש בוש/קלינטאן? וואס איז דאס האבן מיר זיך אנגעגליסט אין א מאנארכיע וואו מען ירשנט די טראהן? האבן מיר טאקע נישט קיין אנדערע טאלאנטפולע מענטשן אין אמעריקע? עס איז א בושה!


היינט איז געלט וויכטיגער ווי טאלאנט וכדומה. קענסט זיין די מערסט טאלאנטפולע קאנדידאט, אויב אבער האט דיין אפאנאנט אסאך מער געלט וועט יענער געווענטליך געוואונען. צוליב דעם וועלן די פאליטישע פארטייען ענדערש זיין נוטה צו די בעסערע פאנדרעיזינג קאנדידאט, דער מיט די קאנעקשאנס.

אגב, איר קוקט אן קאנדידאטן פון זייערע פערזענליכע שטארקייטן און שוואכקייטן, און איר לאזט אויס די וויכטיגערע פאקטאר וואס איז די סביבה ארום אן אנגעבליכע קאנדידאט. זייער spouse, עלטערן, אדווייזערס, מעגליכע ראנינג מעיט און קאבינעט מיניסטארן. איך וואלט ענדערש געוואוט פאר א שוואכע קאנדידאט מיט א שטארקע סופארט טיעם.


.
דינסטאג יוני 16, 2015 8:58 pm#283141
פריעד באטשי האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:א וואנזיניגער בריאה וואס לעכצט פאר אביסל אויפמערקזאמקייט. זיינע שאנסן זענען זעלבסטפארשטענדליך טריפעל זירא.

גייסט עס נישט גלייבן, אבער עס איז א פאקט, אין די פאולס שטייט ער גאנץ הויך (אין געוויסע ממש די העכסטע)

עס מיז זיין אז מאני טאקס איז אמת.

מעגליך די פאולס וואס טראמפ האט באשטעלט, אבער נישט די אלגעמיינע פאולס.
דינסטאג יוני 16, 2015 9:08 pm#283145
.
דינסטאג יוני 16, 2015 9:11 pm#283146
פרייוויליג האט געשריבן:.

איך רעד פון סטעיט פאולס.
נאך א זאך וואס איך פארשטיי נישט אז אין אנדערע פאולס איז בען קארסען זייער שטארק.
דינסטאג יוני 16, 2015 9:41 pm#283152
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
בילד

אויב טראמפ געווינט
דינסטאג יוני 16, 2015 10:31 pm#283160
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
uploadfromtaptalk1434508307361.jpg
uploadfromtaptalk1434508307361.jpg (323.1 KiB) געזען געווארן 1949 מאל
מיטוואך יוני 17, 2015 10:58 am#283245
אראפגעקומען צו זיין ספיטש מיט אן עסקעלעיטאר. נאך קיינמאל פריער נישט געזעהן אזוינס ביי א פרעזידענטליכע קאנדידאט
מיטוואך יוני 17, 2015 1:01 pm#283275
יענער פויגעל האט געשריבן:אראפגעקומען צו זיין ספיטש מיט אן עסקעלעיטאר. נאך קיינמאל פריער נישט געזעהן אזוינס ביי א פרעזידענטליכע קאנדידאט

נא, איך בין בכלל נישט באזארגט דערוועגן, איך בין זיכער אז ער גייט נאך טון נאך אסאך זאכן, וואס אנדערע קאנדידאטן וואלטן זיך קיינמאל געוואגט צו טון... :lol: :P :lol:
מיטוואך יוני 17, 2015 1:54 pm#283290
איך האף אז ער גייט כאטש זיין פון די העכסטע צעהן אז אונז זאלן זוכה זיין צו א פעסטע דעבאטע :lol:
מיטוואך יוני 17, 2015 2:01 pm#283294
דער קען נאך אנמאכען אסאך פראבלעמען פאר די רעפובליקאנער
איך האב א שטארקע feeling אז ווען ער גייט פארלירען די רעפובליקאנע נאמינאציע גייט ער לויפען אלץ אינדעפענדענט
מיטוואך יוני 17, 2015 2:05 pm#283297
קרעפל פשעטיל האט געשריבן:איך האף אז ער גייט כאטש זיין פון די העכסטע צעהן אז אונז זאלן זוכה זיין צו א פעסטע דעבאטע :lol:

ער גייט אונז לכאורה פירן אויף א גוטע רייד די גאנצע צייט, 24/7, לאו דווקא ביי די דעבעיטס, אבער דאס איז קלאר אז אויב ער גייט זיין דארטן גייט זיין אסאך פאן..... (לויט ווי עס זעט אויס איז עס זייער מעגליך, ער האט געניג געלט און פאבליסיטי דערפאר...)
מיטוואך יוני 17, 2015 2:07 pm#283298
יענער פויגעל האט געשריבן:דער קען נאך אנמאכען אסאך פראבלעמען פאר די רעפובליקאנער
איך האב א שטארקע feeling אז ווען ער גייט פארלירען די רעפובליקאנע נאמינאציע גייט ער לויפען אלץ אינדעפענדענט

לכאורה זענען דיינע פילינגס גערעכט, אבער די זעלבע זאך קען זיין ביי די דעמ׳ס מיט בערני סאנדערס (אויב גייט ער דעמאלטס האבן געניג געלט)
מיטוואך יוני 17, 2015 2:25 pm#283304
סאיז מער מסתבר אז דאנעלד טראמפ וועט לויפען אלץ אינדעפענדענט ווי בערני סענדערס. אין די סיבה דערצו איז טראמפ איז פשוט א מענטש וואס קען נישט פארלירען ער איז נישט איינער וואס וועט אזוי שנעל אויפגעבן א פייט
דאנערשטאג יוני 18, 2015 4:31 pm#283656
יענער פויגעל האט געשריבן:סאיז מער מסתבר אז דאנעלד טראמפ וועט לויפען אלץ אינדעפענדענט ווי בערני סענדערס. אין די סיבה דערצו איז טראמפ איז פשוט א מענטש וואס קען נישט פארלירען ער איז נישט איינער וואס וועט אזוי שנעל אויפגעבן א פייט

ער לויפט נישט און ער דארף נישט אויפגעבן. ער וועט קיינמאל נישט אראפטרעטן, אזוי ווי ראן פאול וואס לויפט נאך אלס, און ער האט נאכקיינמאל נישט אפיציעל ארויסגעטרעטן פון די 2012 פארמעסט. טראמפ וועט אויך לויפן א גאנצע לעבן!!
מיטוואך יוני 24, 2015 10:57 am#284861
היינט קומט די נייעס אז גאווערנאר קריס קריסטי גייט מעלדן זיין קאנדידאטור פאר׳ן פרעזידענטשאפט, אזוי פרי ווי דער קומענדיגער וואך. גארטלטס אייך אונטער. ס׳גייט זיין הויעך יו״ט!
מיטוואך יוני 24, 2015 2:26 pm#284885
און… באבי זשינדאל, גאווערנאר פון לואיזיאנא, מעלדט יעצט אז ער לויפט. א מין צודרייטע וועלט.
מיטוואך יוני 24, 2015 2:50 pm#284888
פרייוויליג האט געשריבן:
יענער פויגעל האט געשריבן:סאיז מער מסתבר אז דאנעלד טראמפ וועט לויפען אלץ אינדעפענדענט ווי בערני סענדערס. אין די סיבה דערצו איז טראמפ איז פשוט א מענטש וואס קען נישט פארלירען ער איז נישט איינער וואס וועט אזוי שנעל אויפגעבן א פייט

ער לויפט נישט און ער דארף נישט אויפגעבן. ער וועט קיינמאל נישט אראפטרעטן, אזוי ווי ראן פאול וואס לויפט נאך אלס, און ער האט נאכקיינמאל נישט אפיציעל ארויסגעטרעטן פון די 2012 פארמעסט. טראמפ וועט אויך לויפן א גאנצע לעבן!!

איך וואלט געוואלט זעהן א דעבאטע צווישן ראן פאול און דאנאלד טראמפ, אוי וועט מען זיך שטיקן פאר געלעכטער.
מיטוואך יוני 24, 2015 3:36 pm#284897
ראן פאול איז יענץ געלעכטער, דאס איז גאר ערנסט. איך מיין אז צווישן קריס קריסטי׳ס 'shut up & sit down' און דאנעלד טראמפ׳ס 'you're fired' וועט זיין מער פאן.
מיטוואך יוני 24, 2015 6:25 pm#284931
איך האב מיר אנגעטראפן מיט דעם וועב-זייטל, לייג איך עס ארויף דא לתועלת הציבור השותים קפה.
m http://2016.presidential-candidates.org m
עס איז זייער אינטרעסאנט, זיי האבן אין זייער ליסטע באלד דאפעלט קאנדידאטן, ווי די אפיציעלע קאנדידאטן וואס ווערן געדעקט דורך די מעין סטרים מידיע, און זענען שוין געווארן געדעקט אין קאווע שטיבל.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:08 pm#285182
פיש כאפער האט געשריבן:היינט קומט די נייעס אז גאווערנאר קריס קריסטי גייט מעלדן זיין קאנדידאטור פאר׳ן פרעזידענטשאפט, אזוי פרי ווי דער קומענדיגער וואך. גארטלטס אייך אונטער. ס׳גייט זיין הויעך יו״ט!

צו זיין מער פונקטליך, ער איז ערווארטעט צו מעלדן זיין קאנדידאטור דעם קומענדיגע דינסטאג הבעל״ט, און מיט דעם וועט ער ווערן דער 14׳טער אפיציעלער קאנדידאט אין די עלעקשענס.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:17 pm#285186
פריעד באטשי האט געשריבן:צו זיין מער פונקטליך, ער איז ערווארטעט צו מעלדן זיין קאנדידאטור דעם קומענדיגע דינסטאג הבעל״ט, און מיט דעם וועט ער ווערן דער 14׳טער אפיציעלער קאנדידאט אין די עלעקשענס.

צו זיין נאכמער פונקטליך, דער 14'טער קאנדידאט אויפן 'רעפאבליקאנעם' טיקעט.
דינסטאג יוני 30, 2015 12:46 pm#286203
ענדליך האבן מיר זוכה געווען אין דער גרויסער גאווערנער פון ניו דזשערסי, קריסס קריסטי, וואס איז זייער באקאנט צוליב די ברידזש-וואטער סקאנדאל אין אויך צוליב זיין קי-נאוט רעדע ביי די רעפאבליקאנע קאנווענטשען, האט היינט בערך 11:30 געמאלדן זיין קאנדידאטאר פאר די פרעזידענטשאפט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא, ווערענדיג דערמיט די 14׳טע קאנדידאט אויף די רעפאבליקאנע טיקעט.
(ער האט פאר די אפיציעלע רעדע, געהאט א טעלעפאון קאנפרענס מיט זיינע גרויסע געלט שטיצער זיי צו מעלדן אז ער גייט מעלדן אז ער גייט לויפן)


נא ATUB @lazar ATUB בינעך גענוג פונקטליך?
דינסטאג יוני 30, 2015 2:43 pm#286232
צו ס'איז "גענוג" פונקטליך?
גענוג איז עס נישט, אבער ס'איז פונקטליך. :lol:
דינסטאג יוני 30, 2015 3:10 pm#286237
ביים מעלדען
דינסטאג יוני 30, 2015 5:09 pm#286258
כבין זייער העפי אים צו זעהן לויפן , ממש א נחמה פאר א אמעריקא אז מיר האבן אזעלכע העלדן ווי קריסטי און טראמפ. וויאזוי וואלט אמעריקא געוועהן אן זיי ? :?
מיטוואך יולי 01, 2015 2:16 pm#286499
גראדע האלט איך פון אים, כאטש איך בין א קנאפער פאליטיקאנט.