מיטוואך פעברואר 03, 2016 12:40 am#320062
הויפט זייט » פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
450 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
מיטוואך פעברואר 03, 2016 12:55 am#320065
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
ער איז בערך אזא קאמידיען ווי א זינגער ![שמייכלט :)]()
מיטוואך פעברואר 03, 2016 1:03 am#320067
פשי איז דער אלט. אין 1991 איז ער שוין געווען שניי ווייס!
פיינע באריכט דיינע, מיר ווארטן אויף נאך.
דער טערקלטויב/טורקס איז פיינע נייעס, א לעבעדיג בחורל.
פארוואס ביזטו אזוי זיכער אז ער גייט געווינען אין נעוואדע? ער איז נאך איבער צוואנציג פונקטן אונטערשטעליג פון איר.
איך בין שוין גרייט זיי צו פארגעבן די וואונדערליכע ערשיינונג פון קלינטאן געווינען 6/6 coin tosses
(וואס האט בלויז א 1/64 מעגליכקייט אז אזאנס זאל פאסירן) אבער וואס פארא חוצפה איז דאס נישט ארויסצוגעבן די פאפולער וואוט? וואו איז דאס געהערט געווארן, מיר וואוינען אין א דעמאקראטיע, זיי מוחל גיב ארויס די וואל רעזולטאטן!

מיטוואך פעברואר 03, 2016 3:54 am#320070
דעת תורה האט געשריבן:ער איז בערך אזא קאמידיען ווי א זינגער
אמת, איך האב אויך געטראכט די זעלבע, הער אויס מ׳דארף נישט קיין קאמידיען און זינגערס פאר פרעזידענט, מיר דארפן א ערנסטע קאנדידאט וואס מיינט עס אמת׳דיג און איינער וואס פארטרעט די מענטשען און די בירגערס אין וואשינגטאן און נישט איינער וואס האט אנדרע אינטערעסן פון קארפערעשאונס און ביליאנערן און דאס איז בערני סענדארס געוועהן די לעצטע 30 יאהר! א אמתע שטאטסמאן וואס מ׳קען נישט פאר קיין געלט אינטערקויפן און איינער וואס האלט זיך צו זיינע פרינציפטן און איז קאנסיסטענט מיט זיינע פאליסיס. וועסט נישט טרעפן מעהר א אמתע מענטש ווי אים אין פאליטיק און אין וואשינגטאן (אויסער עליזעבעט ווארען) לדעתי.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 4:19 am#320071
ישראל קאפקע האט געשריבן:פשי איז דער אלט. אין 1991 איז ער שוין געווען שניי ווייס!
פיינע באריכט דיינע, מיר ווארטן אויף נאך.
דער טערקלטויב/טורקס איז פיינע נייעס, א לעבעדיג בחורל.
פארוואס ביזטו אזוי זיכער אז ער גייט געווינען אין נעוואדע? ער איז נאך איבער צוואנציג פונקטן אונטערשטעליג פון איר.
איך בין שוין גרייט זיי צו פארגעבן די וואונדערליכע ערשיינונג פון קלינטאן געווינען 6/6 coin tosses
(וואס האט בלויז א 1/64 מעגליכקייט אז אזאנס זאל פאסירן) אבער וואס פארא חוצפה איז דאס נישט ארויסצוגעבן די פאפולער וואוט? וואו איז דאס געהערט געווארן, מיר וואוינען אין א דעמאקראטיע, זיי מוחל גיב ארויס די וואל רעזולטאטן!
יא טורקס איז א לעבעדיג שטיקל! אינמיטן וועג האט ער זיך צופייערט און זיך גענומען זינגען וויזשניצער ניגונים צוזאמען מיט מיר אויפן וועג צו די ראליס, זיין משפחה זענען מאנסי וויזניץ און זיינע ברודער האבן געלערנט אין גיבערס, אוי ווען ר׳ מאטעלע זאל וויסן אז ער האט דא צוויי חסידים אין אייאווע וואס זינגען וויזניצע ניגונים וואלט ער אפשר געפענט דא א שטיבל און געשיקט איינע פון זיינע דריי טויזענט אייניקלעך עפענען א וועזשניצער בעיסמעדריש
וועגן נעוועדא ביסטו למעשה גערעכט, ער איז אינטערשטעליג אבער ער ארבעט שווער דארט און ס׳איז גאנץ א ליבעראלע סטעיט נישט אזויווי אייאווע דעריבער האב איך שטארקע האפונונג אז ער וועט עס מאכן, ער איז געוועהן זייער אינטערשטעליג אין אייאווע אויך פאר ער האט אנגעפאנגן קאמפיינען דארט און למעשה האט ער זיך גאר שטארק ארויפגעארבעט דארט.
די גאנצע וועג וויאזוי די קאקוסעס אין אייאווע ארבעט איז אלטמאדיש און איין שטיק ליצנות, וואס קענען מיר טוהן? מיר וואוינען דאך אין א לאנד מיט א אלטמאדישע סיסטעם. אין די לענד אף די פרי קען דאך איינער האבן די פאפיולער וואוטס און דער וואס האט ווייניגער ווערט ערוויילט פרעזידענט עיין ערך בוש דזשוניאר ספעציעל אויב דיין ברודער איז דער גאווענער פון פלארדיא און דיין טאטעס בוזעם פריינד זענען די סופרים קאורט ריכטער... דאס איז אמעריקע אלטמאדישע סיסטעם מיט אלטמאדישע געזעצן וואס זענען קיינמאל נישט אפדעיטעט געווארן צוליב דעם וואס די פאליטשאונס אין וואשינגטאן זענען ביזי 365 טעג א יאהר שנארן געלט פאר זייער קאמפיין.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 10:56 am#320083
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
רענד פאול סוספענד זיין קאמפיין פאר פרעזידענט, גייט ווייטער לויפן פאר סענעט.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 11:54 am#320087
l viewtopic.php?p=276576#p276576 l
שמועסט מיט קרוז.
רויטע וואנצעס האט געשריבן:Turx איז א בערך דרייסיג יעריגע אינגערמאן פון לעיקוואד. זיין אידיש נאמען איז אברהם יעקב טערקלטויב. ער קומט פון א וואוילע לאס אנזשעלעס משפחה, און איז א איידעם אין בארא פארק ביי הרה"ח ר' יצחק אוירבאך. אברהם יעקב שרייבט א וועכנטליכע קאלום אין עמי. די ארטיקל איז געווענדליך א נושא אויפן סדר היום געמישט מיט הומאר. א אייזערנע קאפ און א אייזערנע פעדער. כאפ אמאל א שמועס מיט אים, ער פארשטייט די וועלט און קען אויך זיין גאר ערענסט. זיין קאמעדיא קאריער האט זיך אנגעהויבן מיט אפאר יאר צוריק אויף יוטוב מיט א רייע שפאסיגע קליפס, פון דארט קיין טוויטער און פעיסבוק אין אריין אין די מעינסטרעים. זיין הומאר איז אנדערש מיט דעם אז עס איז א געמיש פון זיין בעקגראנד, חסידיש היימיש מיט אן האליוואד טעם פון זיין היים שטאט.
נאך פרטים אויף זיין linkedin אקואנט: https://www.linkedin.com/pub/jake-turx/24/339/215
שמועסט מיט קרוז.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 12:05 pm#320089
שוין, ס'הייבט זיך אן...
Donald J. Trump @realDonaldTrump 2h2 hours ago
Based on the fraud committed by Senator Ted Cruz during the Iowa Caucus, either a new election should take place or Cruz results nullified.
Donald J. Trump @realDonaldTrump 2h2 hours ago
Based on the fraud committed by Senator Ted Cruz during the Iowa Caucus, either a new election should take place or Cruz results nullified.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 2:28 pm#320101
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
מיטוואך פעברואר 03, 2016 7:24 pm#320152
זייער גיט גענטפערט! ממש בריליאנט! אבער אינטערעסאנט קרוז זאגט פאר טראמפ ער זאל זיך גיין היילן פון טוויטער אדיקשאן! גאנץ גוט! אבער קרוז טייערער, וואס איז מיט דיין אדיקשאן צו גאנס? הא? איך בין געוועהן ביי א ראללי זיינע און האלב פון דער צייט האט ער גערעדט פון זיינע "טעקסעס וועליוס" פון גאנס און נאכאמאל גאנס און נאכאמאל גאנס, "אונז דארפן פראטעקטען די סעקאונד אמענדמענט פון די ליבעראלס" האט ער געשריגן, ווי כאילו אמעריקע'ס גרעסטע פראבלעם איז גאנס! ווען ס'וואלט נאר געוועהן נאך הונדערט מיליאן גאנס אין אמעריקא וואלט אלעס געוועהן גוט! קרוז טייערער! טוויטער האט נישט געהרג'עט צענדליגער טויזענטער אמעריקאנער, גאנס האט יא! דיין שרייען אויף טראמפ ער זאל זיך היילן פון זיין טוויטער אדיקשאן איז פונקט ווי א הערעווין אדיקט שרייט אויף א כולל אינגערמאן אז ער זאל זיך היילן פון זיין אדיקשאן צו קאווע! ![מגלגל עיניים :roll:]()
מיטוואך פעברואר 03, 2016 10:49 pm#320170
ק'פ
גייענדיג קיין ניו העמפשיר. טראמפ טראסקעט טראץ זיין אבסעלוטן 'געווינס' אין אייווע, בעת וואס די צוויי 'פארלירעס' טייען ביידע הויך און שלעפן אים אראפ ביים גענאק.
ווי ריכטיג. נאציאנאל רעכנט מען זיך גאנץ ווייניג מיט ווער עס 'געווינט' אין אייווע.

מיטוואך פעברואר 03, 2016 10:54 pm#320171
בוש בעהט די פארשלאפענע עולם צו קלאפן אויף זיינע פארשלאפענע ווערטער.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 11:13 pm#320172
How can you not like this guy!
.@BernieSanders mocks @realDonaldTrump's position on climate change
#DemTownHall https://t.co/ASbmv8rYFf
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 12:46 am#320176
Goldman Sachs chief: Sanders's criticism is 'dangerous'
m http://www.vox.com/2016/2/3/10903404/go ... st-sanders m
ס׳וועט זיי גארנישט העלפן!, זיי פראבירן צי דערשרעקן די מענטשען מיט א וואל סטריט קראך אויב סענדארס גייט געוואונען. די אמעריקאנער וועקן זיך אויף און הייבן אן צו פארשטיין די חרבן פון אמעריקאנער קאפיטליזים און די ביליאנערן הייבן אן צו ווערן נערוועז, זיי ווייסן נישט וויאזוי זיך עצה צוגעבן מיט בערני און זיין מאוומענט! ביז יעצט האט מען געשמירט די רעדער און אלעס איז געוועהן שא און שטיל, נישט מיט בערני! מיר וועלן אויפדעקן זייערע קאראפציעס און אויפקלערן די עוורידזש אמעריקאנער ווער סנעמט צו זייערע ביסן און שרויפט ארויף די קאסט פון מעדצינען און אנדערע לעבענסוויכטיגע באדערפענישן! בלויז צוואנציג מענטשען אין אמעריקא האבן מעהר רייכטום ווי גאנץ אמעריקא צוזאמען! לוד בלאנקעפיין האסטוך דערשראקען ? דעס איז נאך גארנישט! ווארט נאר ווארט! גרייט זיך צו גיטע לאויערס פאר די אלע גניבות וואס ענק טוען אפ! ס׳איז צייט צוריק צונעמען אונזער עקאנאמיע! קענסט אונז נישט אינטערקויפן! סארבעט שוין נישט די וועג!!! טוה דיך אן בלעכענע הויזן! אוי וועט מען פיקסן זיין וואגן!

דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 1:54 am#320180
Bernie Sanders: on Hillary Clinton speeches, I've got a real problem with people making $275,000 an hour while our college kids are struggling to pay back student loans
m https://www.facebook.com/MorningJoe/vid ... 002318762/ m
m https://www.facebook.com/MorningJoe/vid ... 002318762/ m
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 12:19 pm#320210
איינער איז צאמגעפאלן ביי בערני'ס ראלי און מיט זיין נאטורליכקייט לויפט ער העלפן
m m
m m
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 1:08 pm#320220
טראסט מיר, גארנישט איז נאטורליך ווען אלע קעמערע'ס שיינען אויף דיר
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 9:14 pm#320314
גאר מעגליך אז דער קאמפיין מענעזשער האט ער אנגעדרייט. ביי יעדע עלעקשאן איז דא א ענדליכע מעשה, און וואונדעליך איז דער וואס חלש'ט פיל מאל ממש נעבן די קאנדיטאט.
אויב איז עס אזוי, גלייב איך אז בערני האט גארנישט געוואוסט. די פחד אין זיינע אויגן איז צו שטארק. (די אויגן זאגן: די וואל סטריט מאפיע האט אויסגעשאסן א קויל אין מיין ריכטונג)
אויב איז עס אזוי, גלייב איך אז בערני האט גארנישט געוואוסט. די פחד אין זיינע אויגן איז צו שטארק. (די אויגן זאגן: די וואל סטריט מאפיע האט אויסגעשאסן א קויל אין מיין ריכטונג)
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 10:27 pm#320315
אזא געשמאקע דעבאטע נישט געזעהן אין א לאנגע צייט. בערני מיט הילערי רייסן תוכן'דיגע שטיקער איינער פון צווייטן. ביידע האבן געוואלדיגע דעבאטע טאלאנטן.
m http://www.msnbc.com/msnbc2/watch/live- ... -landscape m
m http://www.msnbc.com/msnbc2/watch/live- ... -landscape m
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 11:29 pm#320321
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 11:39 pm#320322
זי זאגט דאך אזוי גוט, א שאד נאר אז דרייפערטל דערפון מיינט זי נישט ערנסט און עס זעט זיך טאקע אן...
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 11:41 pm#320323
סהייבט אן ארויף צו שווימען אלע שוחד געלט וואס הילערי האט גענומען במשך פון די יאהרן
!State Department reveals Hillary Clinton has
received $500K worth of jewelry from saudi king
m http://m.nydailynews.com/news/politics/ ... -1.1441301 m
!State Department reveals Hillary Clinton has
received $500K worth of jewelry from saudi king
m http://m.nydailynews.com/news/politics/ ... -1.1441301 m
פרייטאג פעברואר 05, 2016 2:15 am#320338
די טיימס מאגאזין זאגט אז בערני האט געוואונען די דעבאטע 86% און נאר 14% זאגט אז הילערי האט געוואונען! אלע אנדרע נייעס קוועלער זאגן אויך אז בערני האט געוואונען! ![אגודל-אויף-ארויף :like]()
דאנערשטאג מערץ 31, 2016 5:06 pm#327166
Sanders Holds Rally Today in the Bronx
m http://www.ny1.com/nyc/all-boroughs/new ... bronx.html m
m http://www.ny1.com/nyc/all-boroughs/new ... bronx.html m
דאנערשטאג מערץ 31, 2016 5:10 pm#327167
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ווען קומט ער קיין בארא פארק? אן בארא פארק'ס בלאק וואוט וועט ער קיינמאל נישט מצליח זיין.
קענסט קיינמאל נישט וויסן אפשר וועט ער מצליח זיין איבערצורעדן די רבנים אז ער גייט געבן פאר אלע רבנים נייע קעדילעקס, אפישעאל פלייטס,טשערי לייטס און זילבערנע שטעקענס, ער האט דאך ליעב אוועק צוגעגעבן זאכן בחינם! אזוי זאגן אלע זיינע קריטיקס!
דאנערשטאג מערץ 31, 2016 5:49 pm#327172
דאס גלייב איך נישט אויפן רבי'ן, ער וועט זיך ענדערש אננעמען פאר די 99% פארפלאגטע חסידים ווי איידער די 1% רייכע רבי'ס... ניין?
דאנערשטאג מערץ 31, 2016 5:51 pm#327174
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
איינער ארבעט ביים היימישע'ן עולם פאר איהם? ס'איז דא אסאך יונגער מענטשען וואס ווילען אויסדרוקען זעלבסטשטענדיגקייט מיט'ן אויסוויילען א קאנדידאט כפי רוחם
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 31, 2016 6:21 pm#327177
I'm sick of Sanders campaign's lies
https://youtu.be/dC4Pvm6Oj4A
https://youtu.be/dC4Pvm6Oj4A
זונטאג אפריל 03, 2016 4:46 am#327368
זעהט זיך אויס אז מיין תהילים העלפט יא!
מיין שוועסטער זאגט מיר פאריגע וואך אז זי זאגט יעדען טאג תהילים און האט מיך אינזין זאג איך איר האב שוין אין איינוועגס אינזינען אז ביל געיטס זאל מיך אדאפטן און מיר איבערשרייבן זיין ירושה און אז בערני זאל געווינען די עלעקשאונס, איינהאלב פון די מעשה ווערט שוין מקוים (האפענטליך)אפשר די אנדערע האלב איז אויך נענטער ווי ווייטער... שבת אחים בן ביל געיטס, העי יו נעווער קנאו!
Hillary is loosing her grip on New York
m http://nypost.com/2016/03/31/hillary-is ... -new-york/ m

מאנטאג אפריל 04, 2016 2:15 am#327494
מאנטאג אפריל 04, 2016 8:11 am#327503
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
טאמער ביל געיטס אדאפט דיר, וועסטו אויך וועלען בערני פאר פרעזידענט?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דינסטאג אפריל 05, 2016 8:21 pm#327788
דינסטאג אפריל 05, 2016 9:47 pm#327802
דינסטאג אפריל 05, 2016 9:48 pm#327803
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער ביל געיטס אדאפט דיר, וועסטו אויך וועלען בערני פאר פרעזידענט?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
וואס א שאלה? איך וויל נאר ביל געיטס זאל מיך אדאפטירן אז איך זאל קענען נעמען זיינע ביליאנען און צוטיילן פאר אלע אנדערע וואס האבן גארנישט! נאכן אראפ נעמען פאר מיר מיין חלק שטייצעך
דינסטאג אפריל 05, 2016 9:54 pm#327804
ברעיקינג: בערני סענדארס האט געוואונען וויסקאנסין!
די דעילי ניוס האט נישט ליב סאנדערס אבער זעהט זיך אויס אז די מענטשען אין וויסקאנסין האבן אים יא ליב![קיל 8-)]()
די דעילי ניוס האט נישט ליב סאנדערס אבער זעהט זיך אויס אז די מענטשען אין וויסקאנסין האבן אים יא ליב
דינסטאג אפריל 05, 2016 9:54 pm#327805
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
עכ"פ מזל טוב אויפ'ן היינטיגע געווינס
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דינסטאג אפריל 05, 2016 9:55 pm#327806
הילערי האט שוין נישט געוואונען קיין סטעיט אין די לעצטע חודש!
דינסטאג אפריל 05, 2016 10:14 pm#327808
Bernie wins big in Wisconsin: Sanders has now won seven of the last eight Democratic contests against Clinton
m http://www.salon.com/2016/04/06/bernie_ ... t_clinton/ m
m http://www.salon.com/2016/04/06/bernie_ ... t_clinton/ m
דינסטאג אפריל 05, 2016 10:19 pm#327809
שבת אחים האט געשריבן:הילערי האט שוין נישט געוואונען קיין סטעיט אין די לעצטע חודש!
דעלעגעטס איז דאס וואס מאכט אויס בעבי.
דינסטאג אפריל 05, 2016 10:25 pm#327810
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
ער געווינט נישט מורא'דיג שטארק אין וויסקאנסין. אפשר וועגן די קאלעזש סטודענטן האבן דארטן א הארד טיים צו וואוטן. אפשר צוליב די דיזעסטער דעילי ניוס אינטערוויו.
גראדע האט מיר יא אויסגעזען ביז היינט אז די דעילי ניוס איז מער פרא בערני. אינטערעסאנט טאקע אז זיי אליין האבן כמעט נישט געמאכט קיין עסק פון דעם אינטערוויו, און זיי פאקוסן בעיקר אויף די איינע פוינט וואס ער איז נישט אין איינקלאנג מיט ליבעראלן: גאן קאנטראל.

דינסטאג אפריל 05, 2016 10:33 pm#327813
כפארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו רעדסט און ווי דו צילסט! ער האט געוואונען שטערקער וויסקאנסין מעהר ווי עני באדי האט זיך געראכטן. ער האט געוואונען די לעצטע זיבן פון די אכט פארמעסטן! נייע פאולס ווייזן אז ער איז מוראדיג שטארק געוואקסן אין קאליפארניע און אין ניו יארק. הילערי האט א נייע סקאנדאל אויף איר קאפ באקומען די לעצטע פאר טאג the Panama Papers. וואס פונקטליך רעדסטו? אז ער גייט געוואונען ווייטער אזוי האט ער עס!
חוץ מזה פון ווייסטו ווי שטארק ער האט געוואונען אין וויסקאנסין? מ׳האט ניטאמאל אפגעציילט האלב פון די שטימען? דו ווייסט פון פארויס? כ׳קען גיט ווערן מיט דיר?
חוץ מזה פון ווייסטו ווי שטארק ער האט געוואונען אין וויסקאנסין? מ׳האט ניטאמאל אפגעציילט האלב פון די שטימען? דו ווייסט פון פארויס? כ׳קען גיט ווערן מיט דיר?
דינסטאג אפריל 05, 2016 10:45 pm#327818
:The New York Times
Bernie Sanders Wins Wisconsin Democratic Primary, Adding to Momentum
m http://mobile.nytimes.com/2016/04/06/us ... oogle.com/ m
Bernie Sanders Wins Wisconsin Democratic Primary, Adding to Momentum
m http://mobile.nytimes.com/2016/04/06/us ... oogle.com/ m
דינסטאג אפריל 05, 2016 10:49 pm#327820
שבת אחים האט געשריבן:ער האט געוואונען די לעצטע זיבן פון די אכט פארמעסטן!
א שיינע ליין וואס מיינט גארנישט. ס'הערט זיך גוט אבער ס'העלפט גארנישט. יעדע שטאט טיילט אנדערש אויס די דעלעגאטן, ער געווינט סטעיטס וואס האבן קלענערע פרייזן ווי די סטעיטס אין וואס זי געווינט. און קלינטאן מיט אירע שטאטן האלט ביי דאפעלט דעלעגאטס. בערני וועט איר קיינמאל נאכיאגן
דינסטאג אפריל 05, 2016 10:57 pm#327821
ליפא האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:ער האט געוואונען די לעצטע זיבן פון די אכט פארמעסטן!
א שיינע ליין וואס מיינט גארנישט. ס'הערט זיך גוט אבער ס'העלפט גארנישט. יעדע שטאט טיילט אנדערש אויס די דעלעגאטן, ער געווינט סטעיטס וואס האבן קלענערע פרייזן ווי די סטעיטס אין וואס זי געווינט. און קלינטאן מיט אירע שטאטן האלט ביי דאפעלט דעלעגאטס. בערני וועט איר קיינמאל נאכיאגן
קלינטאן האט דאפאלט דעלעגטאן ? אזוי ? איך האב נישט קיין כח צו טעהנן אויף זאכן וואס איך און דו ווייסן נישט וואס גייט זיין במילא, וועלן מיר מוזן אויסווארטן
בד״וו וואשינגטאן סטעיט איז א קליינע סטעיט? וויסקאנסין איז א קליינע סטעיט? אבי גערעדט!
דינסטאג אפריל 05, 2016 11:01 pm#327822
יא זי האט באלד דאפעלט מער, ווען מ'רעכנט אריין די סופער סנעקס
דינסטאג אפריל 05, 2016 11:02 pm#327823
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
קלינטאן האלט ווייט פון דאפעלט, און נאך היינט וועט איר אויבערהאנט אין פלעזשד דעלעגעיטס נאך מער שרינקען צו עטוואס מער ווי 200. אוודאי איז עס א שווערע קאמף.
שבת, די נומערן ווערן צוביסלעך בעסער. איבערשטייגן די פאולס איז א זאך וואס ער טוט כסדר, אבער עס איז געשמאקער ווען ער שטייגט זיי איבער שטערקער ווי היינט נאכט. לויט די מאסיווע טוירנאוט בכלל, און ביי יונגע בפרט, פלאס די מעיק אפ פון וויסקאנסין, וואלט ער געמעגט / געדארפט געווינען גאר שטארק. און ווי דו זאגסט, מ'האט נאך נישט געענדיגט ציילן, און לויט ווי איך ליין האט מען קודם געציילט קלינטאן באזעס, סאו ער קען נאך פארשטערקערן זיין אויבערהאנט.

דינסטאג אפריל 05, 2016 11:03 pm#327824
דעת תורה האט געשריבן:קלינטאן האלט ווייט פון דאפעלט, און נאך היינט וועט איר אויבערהאנט אין פלעזשד דעלעגעיטס נאך מער שרינקען צו עטוואס מער ווי 200.
זי האלט ביי 1700 ער ביי 1000
דינסטאג אפריל 05, 2016 11:05 pm#327825
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
דאס איז סופער דעלעגעיטס. איך רעד פון פלעזשד דעלעגעיטס.