פרייוויליג האט געשריבן:יעדעס מאל איך הער בערני רעדן וועגן ארץ ישראל רעגט ער מיך מער אויף. אין צוגאב צו אראפנעמען זיינע אויערן און אים אפשערן, ברויך מען אים יעצט אנשמירן די פנים מיט שווארצע פעינט. וואספארא חוצפה איז דאס צו זאגן אס איז דא שלעכטע מענטשן אויף ביידע זייטן? בלויז ווייל ער וויל גוט געפעלן פאר די גאר לינקע! ער איז אן עקלדיגער זקן.
דו רעדסט דאך ווי אן אומציוויליזירטער פארשוין.
ער האלט זיך פאר א לעבנסלענגליכע ציוניסט, אבער האט זיך דערוואגט צו קריטיקירן וויאזוי מדנ"י פירט דורך אירע מיליטערישע קאנפליקטן. דערפאר קומט זיך אים ד' מיתות בית דין?
קאם אן, אסאך ווערן אנגעהיצט ווען איינער זאגט א ווארט, אבער דו דארפסט נאכנישט ארויספליען פון די כלים ווי א פרימיטיוו, א פאנאטיקער.