די הויפט סיבה איך שטיץ דאס אידיש לאנד איז נישט ווייל ס׳איז א אידיש לאנד אפילו ס׳וואלט דארט געוועהן א אראבישע לאנד און ס׳וואלט געוועהן א דעמאקרעסי וואלט איך עס אויך געשטיצט, דו פרויען דארפן נישט אין מדינת ישראל ארויסקוקן פון צוויי קליינע שווארצע לעכער, זיי מעגן טוהן וואס זיי ווילן, אין פאלעסטינע אויב רייכערסטו מאריוואנא באקומסטו איין יאהר תפיסה און דערנאך הענגט מען דיך צום טויט! א פרוי וואס ווערט גערעיפט און ווערט טראגעדיג גייט אין תפיסה צוזאמען מיט איר פיצל קינד פאר זיבן יאהר! ווי קען איך שטיצן אזא צוריקגעשטאנענע לאנד מיט שאירא געזעצן? ווידער מדינת ישראל איז די איינציגסטע דעמקראטישע לאנד אין יענע ראיאן וואס אפילו מיט זייערע אלע פראבלעמען מיט זייערע שכינים בליען זיי זייער שטארק אין סייענס און מעדיציען און אין טעכנעלאגיע.
אוואדי וואלט געוועהן טוב שלא נברא, עס איז געוועהן א גרויסע טעות פארן בעצם מאכן א לאנד אין די מיטעל איסט ארומגענומען מיט חיות רעות אבער עכשיו שנברא און עס איז שוין דא אזויפיל יאהרן מיט א נייע דור וואס איז דארט געבוירן דארף מען עס סופארטן אלץ א דעמקראטישע לאנד וואס געט איקוואל רייטס פאר יעדעם איינעם.
איך האב אסאך משפחה דארט, איך האב דארט געוואוינט א שטיקל צייט און איך האב אלץ בחור געלערנט דארט, מיין טאטע איז דארט געבוירן,מיין באבע וואוינט דארט עד היום הזה, מיין מאמע׳ס צוויי ברודערס זענען געוועהן אין די צבא, און זייערע זוהן און טעכטער האבן אלע געדינט אין מיליטער, איך האב יעצט אפאר פירסט קאזינס וואס דינען אין צבא, אבער ווילסט וויסן דעם אמת איך גרויל מיך פון ישראל, פון זייער שפראך זייער אקסענט, זייערע ביהעווער, זייער האט טעמפער, זייער attitude, זייערע עסען, זייערע קולטור, איך פערזענליך גלייך זיי נישט, די סעקונדע איך קום אן קיין לוד און די ווילסט כאפן א מונית הייבט זיך אן קולות וברקים, יעדער שרייט אויפן צווייטן מה איתך? השתגע אתה?, איך פאר נאר קיין ישראל אז איך מוז, כבין שוין געוועהן אין די גאנצע לאנד אין אלע ווינקלען, און ס׳איז געוועהן זייער אינטערסאנט יעצט וויל איך גיין באזוכן אנדערע לענדער ווי איך בין נאכנישט געוועהן, אפשר טאיוואן ,יאפאן, אינדיע, קאנגאו, אוסטרליע, קאלאמביע, בראזיל, אבער מדינת ישראל איז נישט אינטערסאנט איך שטיץ זיי פונדערווייטענס און כהאף אז איין טאג וועט דארט זיין שלום, די טשענסעס אז ס׳גייט אמאל הערשן א שלום דארט איז בערך אזויווי די טשענסעס אז ביל געיטס גייט מיך אדאפטן.
דעס איז וואס איך פערזענליך פיל, אבער איך פארשטיי פארוואס אנדערע אידן גלייכן ארץ ישראל מעהר ווי מיר, מיין טאטע ווערט אביסל באליידיגט און ער גלייכט נישט ווען איך זאג אים אז איך האב נישט אזוי שטארק ליב די איזריעאליס, ער זאגט איך בין דאך א איזריעאלי? איך גלייך אמעריקע און וועסטערן אייראפע.
חוץ מזה נישט אלע ליבעראלס זענען קעגן ארץ ישראל ס׳איז דא גענוג און נאך פרא-ישראל ליבעראלס, נאר וואס דען כאמאסקי און פינקלשטיין זענען ליבעראלס וואס זענען אויך אנטי ישראל ביגאטוס, מיינט נישט אז אלע ליבעראלן זענען נישט פרא ישראל, דאכצעך די ליבעראלע ביל מאהר ווערט באטילט אלץ א ציוניסט און מסמא סעם העריס און ריטשאורד דאוקינס שטיצן אויך ישראל, און פארגעס נישט די לינקע אטיעסט (א אטד רחל) עלען דערשראוויץ איז דאך א spokesman פאר ישראל און פון זייערע גרעסטע שטיצערס, איז פון ווי נעמט זיך טאקע די סטיגמא אז אלע ליבעראלס האבן נישט ליב די מדינה? ס׳איז יש ויש.