פארומס › פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

2,017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:42 pm#280650
דזשעב בוש וועט מעלדען June 16 זיינע פלענער
דאנערשטאג יוני 4, 2015 4:51 pm#280674
דאכצעך אז דאנעלד טראמפ האט אויך פלענער צו מעלדען ערגעץ יענע צייט
פרייטאג יוני 5, 2015 10:15 am#280824
זאגען זאגט ער אז דעמאלטס גייט ער מעלדען זיין ענדגילטיגע באשלוס. אין האפענטליך גייט עס זיין אז ער האט באשלאסען זיך צו לייגען שלאפען אין זיין שטיל פאר די רעסט פון זיין לעבן
פרייטאג יוני 5, 2015 11:48 am#280845
יענער פויגעל
זאגען זאגט ער אז דעמאלטס גייט ער מעלדען זיין ענדגילטיגע באשלוס. אין האפענטליך גייט עס זיין אז ער האט באשלאסען זיך צו לייגען שלאפען אין זיין שטיל פאר די רעסט פון זיין לעבן


טאמער איז ער א שטארקער אוםבויגזדמער פירער ווי דער ברודער זאל ער נאר ווערן פרעזידענט און טון צו דער זאך טאמער איז ער א פחדן און ער גייט שטענדיג זיין פארנומען זיך צו דערשרעקן פון די פחדני מלחמה זאל ער טאקע באשליסן זיך צו צולייגן
דינסטאג יוני 16, 2015 12:28 pm#283002
קיינער רעדט נישט דא פון די גרויסע נייעס פון דאנעלד טראמפ?

אין א באמבאסטישע אנאנסירונג,
האט היינט דאנעלד טראמפ אנאנסירט אז ער איז א זייער טרויעריגער מאן,
וואס האט גארנישט אויף וואס צו לעבן,
אויסער צו ציען אויפמערקזאמקייט צו זיך,
"איך בין א טרויעריגע אנגעזעצטע מענטש, און א טאטאלער לעבן אנברענגניש"
האט טראמפ געזאגט,
צולייגענדיג אז ער לעבט א ליידיגע לעבן
ער איז א דורפאל פאר א מאן, א טאטע, און א מענטש,
"איך בין דער שטיקל אפפאל דו האסט אריינגעטרויטן אויף דיין וועג צו די ארבעט.
איך בין די ברעכאכץ דו ברעכסט אויס פון דיין מויל ווען דו ביסט קראנק,
איך וויל זייער שטארק זיך הארגענען. א דאנק."
טראמפ האט דאן געשניטן זיין האלדז פון אויער צו אויער

מקור: <a class="postlink" href="http://www.theonion.com/article/trump-announces-hes-a-very-sad-man-30077">http://www.theonion.com/article/trump-a ... -man-30077</a>
דינסטאג יוני 16, 2015 8:22 pm#283124
א וואנזיניגער בריאה וואס לעכצט פאר אביסל אויפמערקזאמקייט. זיינע שאנסן זענען זעלבסטפארשטענדליך טריפעל זירא.
דינסטאג יוני 16, 2015 8:56 pm#283140
אויב ווילט איר א גוטע אינטערטעמונג דאן הערט זיין דרשה היינט. זיינע מיאוסע גרימאסען מיט זיינע ארויסגעזעצטע ציין מאכן זיינע צוהאקטע פראזען ווילד און לאכעדיג.
דינסטאג יוני 16, 2015 8:58 pm#283141
פריעד באטשי האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:א וואנזיניגער בריאה וואס לעכצט פאר אביסל אויפמערקזאמקייט. זיינע שאנסן זענען זעלבסטפארשטענדליך טריפעל זירא.

גייסט עס נישט גלייבן, אבער עס איז א פאקט, אין די פאולס שטייט ער גאנץ הויך (אין געוויסע ממש די העכסטע)

עס מיז זיין אז מאני טאקס איז אמת.

מעגליך די פאולס וואס טראמפ האט באשטעלט, אבער נישט די אלגעמיינע פאולס.
דינסטאג יוני 16, 2015 9:08 pm#283145
.
דינסטאג יוני 16, 2015 9:11 pm#283146
פרייוויליג האט געשריבן:.

איך רעד פון סטעיט פאולס.
נאך א זאך וואס איך פארשטיי נישט אז אין אנדערע פאולס איז בען קארסען זייער שטארק.
דינסטאג יוני 16, 2015 9:41 pm#283152
בילד

אויב טראמפ געווינט
דינסטאג יוני 16, 2015 10:31 pm#283160
uploadfromtaptalk1434508307361.jpg
uploadfromtaptalk1434508307361.jpg (323.1 KiB) געזען געווארן 1949 מאל
מיטוואך יוני 17, 2015 10:58 am#283245
אראפגעקומען צו זיין ספיטש מיט אן עסקעלעיטאר. נאך קיינמאל פריער נישט געזעהן אזוינס ביי א פרעזידענטליכע קאנדידאט
מיטוואך יוני 17, 2015 1:01 pm#283275
יענער פויגעל האט געשריבן:אראפגעקומען צו זיין ספיטש מיט אן עסקעלעיטאר. נאך קיינמאל פריער נישט געזעהן אזוינס ביי א פרעזידענטליכע קאנדידאט

נא, איך בין בכלל נישט באזארגט דערוועגן, איך בין זיכער אז ער גייט נאך טון נאך אסאך זאכן, וואס אנדערע קאנדידאטן וואלטן זיך קיינמאל געוואגט צו טון... :lol: :P :lol:
מיטוואך יוני 17, 2015 1:54 pm#283290
איך האף אז ער גייט כאטש זיין פון די העכסטע צעהן אז אונז זאלן זוכה זיין צו א פעסטע דעבאטע :lol:
מיטוואך יוני 17, 2015 2:01 pm#283294
דער קען נאך אנמאכען אסאך פראבלעמען פאר די רעפובליקאנער
איך האב א שטארקע feeling אז ווען ער גייט פארלירען די רעפובליקאנע נאמינאציע גייט ער לויפען אלץ אינדעפענדענט
מיטוואך יוני 17, 2015 2:05 pm#283297
קרעפל פשעטיל האט געשריבן:איך האף אז ער גייט כאטש זיין פון די העכסטע צעהן אז אונז זאלן זוכה זיין צו א פעסטע דעבאטע :lol:

ער גייט אונז לכאורה פירן אויף א גוטע רייד די גאנצע צייט, 24/7, לאו דווקא ביי די דעבעיטס, אבער דאס איז קלאר אז אויב ער גייט זיין דארטן גייט זיין אסאך פאן..... (לויט ווי עס זעט אויס איז עס זייער מעגליך, ער האט געניג געלט און פאבליסיטי דערפאר...)
מיטוואך יוני 17, 2015 2:07 pm#283298
יענער פויגעל האט געשריבן:דער קען נאך אנמאכען אסאך פראבלעמען פאר די רעפובליקאנער
איך האב א שטארקע feeling אז ווען ער גייט פארלירען די רעפובליקאנע נאמינאציע גייט ער לויפען אלץ אינדעפענדענט

לכאורה זענען דיינע פילינגס גערעכט, אבער די זעלבע זאך קען זיין ביי די דעמ׳ס מיט בערני סאנדערס (אויב גייט ער דעמאלטס האבן געניג געלט)
מיטוואך יוני 17, 2015 2:25 pm#283304
סאיז מער מסתבר אז דאנעלד טראמפ וועט לויפען אלץ אינדעפענדענט ווי בערני סענדערס. אין די סיבה דערצו איז טראמפ איז פשוט א מענטש וואס קען נישט פארלירען ער איז נישט איינער וואס וועט אזוי שנעל אויפגעבן א פייט
דאנערשטאג יוני 18, 2015 4:31 pm#283656
יענער פויגעל האט געשריבן:סאיז מער מסתבר אז דאנעלד טראמפ וועט לויפען אלץ אינדעפענדענט ווי בערני סענדערס. אין די סיבה דערצו איז טראמפ איז פשוט א מענטש וואס קען נישט פארלירען ער איז נישט איינער וואס וועט אזוי שנעל אויפגעבן א פייט

ער לויפט נישט און ער דארף נישט אויפגעבן. ער וועט קיינמאל נישט אראפטרעטן, אזוי ווי ראן פאול וואס לויפט נאך אלס, און ער האט נאכקיינמאל נישט אפיציעל ארויסגעטרעטן פון די 2012 פארמעסט. טראמפ וועט אויך לויפן א גאנצע לעבן!!
מיטוואך יוני 24, 2015 10:57 am#284861
היינט קומט די נייעס אז גאווערנאר קריס קריסטי גייט מעלדן זיין קאנדידאטור פאר׳ן פרעזידענטשאפט, אזוי פרי ווי דער קומענדיגער וואך. גארטלטס אייך אונטער. ס׳גייט זיין הויעך יו״ט!
מיטוואך יוני 24, 2015 2:26 pm#284885
און… באבי זשינדאל, גאווערנאר פון לואיזיאנא, מעלדט יעצט אז ער לויפט. א מין צודרייטע וועלט.
מיטוואך יוני 24, 2015 2:50 pm#284888
פרייוויליג האט געשריבן:
יענער פויגעל האט געשריבן:סאיז מער מסתבר אז דאנעלד טראמפ וועט לויפען אלץ אינדעפענדענט ווי בערני סענדערס. אין די סיבה דערצו איז טראמפ איז פשוט א מענטש וואס קען נישט פארלירען ער איז נישט איינער וואס וועט אזוי שנעל אויפגעבן א פייט

ער לויפט נישט און ער דארף נישט אויפגעבן. ער וועט קיינמאל נישט אראפטרעטן, אזוי ווי ראן פאול וואס לויפט נאך אלס, און ער האט נאכקיינמאל נישט אפיציעל ארויסגעטרעטן פון די 2012 פארמעסט. טראמפ וועט אויך לויפן א גאנצע לעבן!!

איך וואלט געוואלט זעהן א דעבאטע צווישן ראן פאול און דאנאלד טראמפ, אוי וועט מען זיך שטיקן פאר געלעכטער.
מיטוואך יוני 24, 2015 3:36 pm#284897
ראן פאול איז יענץ געלעכטער, דאס איז גאר ערנסט. איך מיין אז צווישן קריס קריסטי׳ס 'shut up & sit down' און דאנעלד טראמפ׳ס 'you're fired' וועט זיין מער פאן.
מיטוואך יוני 24, 2015 6:25 pm#284931
איך האב מיר אנגעטראפן מיט דעם וועב-זייטל, לייג איך עס ארויף דא לתועלת הציבור השותים קפה.
m http://2016.presidential-candidates.org m
עס איז זייער אינטרעסאנט, זיי האבן אין זייער ליסטע באלד דאפעלט קאנדידאטן, ווי די אפיציעלע קאנדידאטן וואס ווערן געדעקט דורך די מעין סטרים מידיע, און זענען שוין געווארן געדעקט אין קאווע שטיבל.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:08 pm#285182
פיש כאפער האט געשריבן:היינט קומט די נייעס אז גאווערנאר קריס קריסטי גייט מעלדן זיין קאנדידאטור פאר׳ן פרעזידענטשאפט, אזוי פרי ווי דער קומענדיגער וואך. גארטלטס אייך אונטער. ס׳גייט זיין הויעך יו״ט!

צו זיין מער פונקטליך, ער איז ערווארטעט צו מעלדן זיין קאנדידאטור דעם קומענדיגע דינסטאג הבעל״ט, און מיט דעם וועט ער ווערן דער 14׳טער אפיציעלער קאנדידאט אין די עלעקשענס.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:17 pm#285186
פריעד באטשי האט געשריבן:צו זיין מער פונקטליך, ער איז ערווארטעט צו מעלדן זיין קאנדידאטור דעם קומענדיגע דינסטאג הבעל״ט, און מיט דעם וועט ער ווערן דער 14׳טער אפיציעלער קאנדידאט אין די עלעקשענס.

צו זיין נאכמער פונקטליך, דער 14'טער קאנדידאט אויפן 'רעפאבליקאנעם' טיקעט.
דינסטאג יוני 30, 2015 12:46 pm#286203
ענדליך האבן מיר זוכה געווען אין דער גרויסער גאווערנער פון ניו דזשערסי, קריסס קריסטי, וואס איז זייער באקאנט צוליב די ברידזש-וואטער סקאנדאל אין אויך צוליב זיין קי-נאוט רעדע ביי די רעפאבליקאנע קאנווענטשען, האט היינט בערך 11:30 געמאלדן זיין קאנדידאטאר פאר די פרעזידענטשאפט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא, ווערענדיג דערמיט די 14׳טע קאנדידאט אויף די רעפאבליקאנע טיקעט.
(ער האט פאר די אפיציעלע רעדע, געהאט א טעלעפאון קאנפרענס מיט זיינע גרויסע געלט שטיצער זיי צו מעלדן אז ער גייט מעלדן אז ער גייט לויפן)


נא ATUB @lazar ATUB בינעך גענוג פונקטליך?
דינסטאג יוני 30, 2015 2:43 pm#286232
צו ס'איז "גענוג" פונקטליך?
גענוג איז עס נישט, אבער ס'איז פונקטליך. :lol:
דינסטאג יוני 30, 2015 3:10 pm#286237
ביים מעלדען
דינסטאג יוני 30, 2015 5:09 pm#286258
כבין זייער העפי אים צו זעהן לויפן , ממש א נחמה פאר א אמעריקא אז מיר האבן אזעלכע העלדן ווי קריסטי און טראמפ. וויאזוי וואלט אמעריקא געוועהן אן זיי ? :?
מיטוואך יולי 01, 2015 2:16 pm#286499
גראדע האלט איך פון אים, כאטש איך בין א קנאפער פאליטיקאנט.
מיטוואך יולי 1, 2015 3:14 pm#286508
נו, הייב אן. וואס באדערט דיר פון אים און וואס האלסטו אז אנדערע זענען בעסער?
מיטוואך יולי 1, 2015 3:46 pm#286516
די גאווערנאר פון מעין Paul LePage האט היינט אין ניו העמפשיר אינדארסט קריסטי פאר פרעזידענט (דאכט זיך מיר סאיז די ערשטע פרעזידענטליכע אינדארסמענט דעם וואל סעזאן)
מיטוואך יולי 1, 2015 3:48 pm#286517
שמעקעדיג
נו, הייב אן. וואס באדערט דיר פון אים און וואס האלסטו אז אנדערע זענען בעסער?

די פראבלעם מיט קריסטי איז אז בשעת ער האט א גרויס מויל אין רעדט אסאך האט ער ממש גארנישט אנצוצייגען אין ניו דזשערזי וואס ער האט אויפגעטון
מיטוואך יולי 1, 2015 5:08 pm#286538
קען זיין כ'בין נאך סטאק אינעם מיטל אלטער...
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2312">viewtopic.php?f=4&t=2312</a><!-- l -->
מיטוואך יולי 1, 2015 8:29 pm#286589
בוש קלינטאן = בושה וכלימה
מיטוואך יולי 1, 2015 8:55 pm#286601
שמעקעדיג
גראדע האלט איך פון אים, כאטש איך בין א קנאפער פאליטיקאנט.


וואס האלטסו פון אים? האסט שוין אמאל געזעהן די באוואוסטע קליפ פון אים ווי א טיטשער אין ניו דזשערסי פרעגט אים ביי א קאנפרענץ פארוואס ער האט געשניטן די געהאלט פון די טיטשערס?

כ׳וועל עס אויפזוכן און ארויפלייגן דא אויב כ׳וועל נישט פארגעסן

דו וועג וויאזוי ער ענטפערט איר איז א גרויל און א עקל, ער פארט איר פערזענליך אריין אין באבעס באבען אריין בשעת ווען זי האט אלע רעכטע צו פרעגן פארוואס מ׳האט איר געשניטן די וועידזשעס , ער רעדט צו איר ווי א נידערטרעכטיגע מאפיא געגנגעסטער מיט די גרעסטע מאס ביטול , און וואס איז פשט פון פארמאכן לעינס אויף דזשארדזש וואשינגטאן ברידזש און אנמאכן טרעפיק ווייל ער האט געוואלט זיך פערזענליך אפרעכענן מיט איינעם? ווילסט אזא איינער זאל פירן דיין לאנד ??? איך נישט! איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן אזא שטאלצע ארגאנט פאליטישאן אן קיין טראפ געפיל פאר די מענטשהייט! שומו שמים אז ער זאל געווינען!
מיטוואך יולי 1, 2015 9:03 pm#286602
הרב שבת אחים
דא האסטי. <a class="postlink" href="https://youtu.be/PkuTm-ON904">https://youtu.be/PkuTm-ON904</a>
מיטוואך יולי 1, 2015 11:49 pm#286643
איר הערט וואס ער שלאגט פאר ? אז אלע טיטשערס אין ניו דזשערסי זאלן נעמען א פעי פריז פאר א יאהר צייט, נישט קיין חילוק פאר וועלכע סיבה ער שלאגט פאר אזא זאך און וואס דער מאטיוו איז , א מענטש וואס קען אפילו פארשלאגן אזא זאך אז טויזענטער משפחות אין ניו דזשערסי וואס דיפענדען אויף זייער וויקלי פעי טשעיק און רוב פון זיי לעבן פון פעי טשעיק צו פעי טשעיק זאלן נעמען א פעי פריז???

חוץ פון דעם די וועג וויאזוי ער רעדט איז ממש א גרויל! א דיקטאטער!
ער גייט לכאורה נישט געווינען די פריימעריס עכ״פ אזוי האף איך.
הרב @שמעקדיג ? וואס זענען זיינע מעלות ? לאמיר הערן.
מיטוואך יולי 1, 2015 11:55 pm#286646
שבת אחים
איר הערט וואס ער שלאגט פאר ? אז אלע טיטשערס אין ניו דזשערסי זאלן נעמען א פעי פריז פאר א יאהר צייט, נישט קיין חילוק פאר וועלכע סיבה ער שלאגט פאר אזא זאך און וואס דער מאטיוו איז , א מענטש וואס קען אפילו פארשלאגן אזא זאך אז טויזענטער משפחות אין ניו דזשערסי וואס דיפענדען אויף זייער וויקלי פעי טשעיק און רוב פון זיי לעבן פון פעי טשעיק צו פעי טשעיק זאלן יעצט אויף א גאנץ יאהר נישט באקומען באצאלט!!!!

חוץ פון דעם די וועג וויאזוי ער רעדט איז ממש א גרויל! א דיקטאטער!
ער גייט לכאורה נישט געווינען די פריימעריס עכ״פ אזוי האף איך.
הרב @שמעקדיג ? וואס זענען זיינע מעלות ? לאמיר הערן.

They get paid just not raised

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
דאנערשטאג יולי 2, 2015 12:16 am#286654
You might be right, I will listen to it again, still he's a arrogant prick
דאנערשטאג יולי 2, 2015 12:22 am#286655
קריסטי איז א שלעכטע אויסוואהל ווייל ער ניצט דעם לב מער ווי די מח. א היציגער קען נישט זיין די פירער פון די פרייע וועלט. ער איז פון די נוקם סארט חברה וואס שלעפן אראפ מיט זיך יעדעם אויפן שיף. איך זעה אויך נישט ווי אזוי ער קען צוקומען צו געווינען די פריימערי. פאר די לינקע איז ער צו רעכט, פאר די רעכטע איז ער צו לינק, און די חברה אינדערמיט זענען לכאורה נישט נתפעל פון בריזשגעיט.
דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:02 am#286659
חלק ב איז אויפן וועג.[emoji1]
דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:04 am#286660
וועם ניצן די חברה פאר גרעפיק דיזיין? רוב זענען א פחד אנצוקוקן.
דאנערשטאג יולי 2, 2015 12:33 pm#286718
שבת אחים
הרב @שמעקדיג ? וואס זענען זיינע מעלות ? לאמיר הערן.

ווי געזאגט, בין איך גאר א קנאפער מבין אויף פאליטיק. און כ'האב געלינקט צו א אשכול ווי מען רעדט ארויס פון געוויסע מעלות.
דאס אז אנדערע וואס לויפן האבן געברענגט מער צום טיש איז ביי מיר נישט קיין וועליו, ווייל ס'רוב פרעזידענטן פירן זיך אויף אנדערש אין וואשינגטאן ווי בעפאר, זיי גייען אריין אין א נייע באבל, און זיי דעליווערן ווייניג פארן עוורידזש בירגער,
וואס איך גלייך פון קריסטי אז ער קוקט מיר אויס צו זיין א סטרעיט פארווערד גיי, אן קיין ביוראקראטיע און פוילע תירוצים, א זאך וואס פלאגט די רעגירונג אויף טריט און שריט. קריסטי טוט צום זאך און פארטיג. לכה"פ אזוי קוקט עס מיר אויס.
איך האב נישט געהאט געזען אדער געהערט די אלע קליפס וואס ענק ווייזן דא, איך האב נישט קיין פראבלעם מודה צו זיין טעיתי און טוישן מיינונג.
אני לכשעצמי וואלט געשטימט פאר מייק האקעבי נאר צוליב די יוסטיץ רעפארם וואס ער פראקלאמירט...
איך בין א מענטש וואס זוכט נישט די ביג פיקטשער, איך האב מיר מיינע שיטות און איך גלייך פאליטיקאנטן וואס זענען מיט מיר אויפן זעלבן פעידזש, אפגעזען צו ער איז א רעפובליקאנער אדער פאטריקאנער...
דאנערשטאג יולי 2, 2015 2:38 pm#286754
איך האב יעצט באקומען א ניופיקעטן אז ג'ום וועב גייט לויפן צים וויט האס.
ווייסט איינער ווער ער איז?
דאנערשטאג יולי 2, 2015 3:19 pm#286762
וואס האלט דער עולם ווער איז דער גרעסטער פערד צווישן די קאנדידאטן? ביי מיר זענען טעד קרוז און האקעבי א טיי אינעם העכסטען ארט אין פערדישקייט..
דאנערשטאג יולי 2, 2015 3:46 pm#286766
[ציטאט אראפגענומען]

איך וואלט ענדערש געגאנגען מיט סקאט וואלקער
דאנערשטאג יולי 2, 2015 3:49 pm#286767
chusid
וואס האלט דער עולם ווער איז דער גרעסטער פערד צווישן די קאנדידאטן? ביי מיר זענען טעד קרוז און האקעבי א טיי אינעם העכסטען ארט אין פערדישקייט..

וואס באליידיגסטו דאנעלד טראמפ. קומט אים נישט די אויבען אן?