שבת אחיםאלס ווייסערביידען איז א שטאטסמאן און רעספעקטירטער מענטש איבער די לעצטע פאר יאר אפילו ביי די רעפובליקאנער (קען זיין בערני וועט אויך עווענטועל געינען די רעספעקט), ספעציעל זייט די מעשה פון זיין זון וואס האט ארויסגעברענגט זיי געפילישע און פעמילי מיינדעד זייט, צו עס איז גערעכט? איך וויס נישט אבער דאס איז די פאקט
איך ווייס נישט אין וועמענס אויגן ער האט מעהר רעספעקט ווי בערני, און פון ווי די נעמסט דיינע סטאטיסטיקס, זיכער נישט אין מיינע אויגן. איך זעה נישט ביידען׳ס גרויסקייט בכלל, כ׳האב מיטלייד מיט אים אז זיין זוהן איז נעבעך געשטארבן אבער פארדעם קומט אים נאך גארנישט, ער באקומט נישט מיין וואוט!
אוי וועסטו לויפן וועלן פאר אים אויב געווינט ער די נאמינאציע. קלינטאן נישט, אים יא.
ער איז נישט קיין סענדערס אבער אויך נישט קיין קלינטאן.
ער איז סאך מער א genuine מענטש, א אויטענטישע סימפאטישע מענטש און א ליבעראל.
ריכטיג אז ער האט א פראבלעם אז ער קען זיך צומאל פאררעדן, אבער עס איז נישט עק וועלט, אסאך פרעזידענטן מאכן מיסטעיקס.
איבער זיין שטארקייט אין די אלגעמיינע וואלן, עטליכע אנקעטעס שטעלן אים שטערקער ווי קלינטאן און סענדערס קעגן סיי וועלכע רעפובליקאנער קאנדידאט (כאטש מען קען זאגן אז סענדערס שוואכקייט איז ווייל ער איז נאכאלץ נישט גענוג באקאנט ביי די וויילער).