סמבטיוןעס גייט קיינעם נישט אן און אונז האב מיר ענק אלע פארפאקט, עס איז נאר א בושה און א חרפה וויאזוי די סאטמערע זלונים שקצים פירן זיך אויף צו א גדול בישראל.
לאמיר נישט פארצימעסן דעם אשכול, אבער לויט ווי היסטאריע לערנט אונז, גלייב איך אז זיין אייגענע זיידע רבי ישכר דוב ז"ל וואלט געווען קעגן אים. ווי קיצוניותדיג סאטמער איז נאר, איז די "ריכטיגע" בעלז געווען בכפלים.
איך קען נישט דעם היינטיגן רבין פערזענליך, במילא איז מיר נישט מעגליך צו מעריך זיין זיין 'גדלות', און ס'קען זיין ער איז א אמתדיגער גדול (meaning אז אן ירשנ'ן דעם בענקל וואלט ער נאך אלץ געווען א איש מורם מעם) און ס'קען זיין אז ער איז גארנישט אנדערש ווי רוב אנדערע געבלומטע בעקיטשעס, דהיינו, א פיינער בעל הבית וואס שפילט רבי. אבער מ'דארף זיין בלינד צו האלטן אז ב'שיטה' שטעלט ער פאר בעלז.
איך האב באקומען אויף אימעיל א דרשה פון רבי לייבוש זז"ג ווי ער לייגט פאר וואס בעלז מיינט, ווי אויך א טוץ מימרות לגבי ציונות און די אגודה פון אדמורי בית בעלז, אויב איינער קען מסביר זיין -אפי' בדרך דרוש- וויאזוי די היינטיגע בעלזא שטעלונג זאל האט דאס מינדעסטע שייכות מיט דאס וואס זיינע פארגייער האבן געהאלטן, איי וואלד ווערי מאטש עפרישיעטעד.
איך קום נישט דא לקנתר, איך וויל באמת וויסן וויאזוי א בעלזער מאכט סענס פון די זאכן.