Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באזוך)

וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באזוך)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11478
מאנטאג מאי 08, 2017 4:33 pm#370287
וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באזוך)
עס טוט זיך א טומל אין אנבליק פון דעם באזוך פון א דעלעגאציע פון היימישע עסקנים ביים פויבסט פראנציס יר"ה אינעם וואטיקאן. ביי דעם באזוך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ אויף דעם פסוק "אורך ימים אשביעהו ואראהו בישועתי." טייל זענען אויפגעברויזט אז מ'גיט כבוד פאר דעם "אבי אבות הטומאה", און קענען נישט צו זיך קומען אז מ'האט גענוצט א פסוק תהלים אים צו באזינגען.

עס איז ידוע די מעשה פון דעם ערליכן און אויפריכטיגן מלך כוזר, וואס א מלאך האט זיך באוויזן צו אים אין חלום, און האט אים געזאגט, "כוונתך רצויה אך מעשיך אינם רצויים." דער קעניג האט פארשטאנען פשט אז דאס זאגט אים אז אין הימל איז באוויליגט זיינע געהויבענע און ערליכע כוונות, אבער למעשה, היות ער פאלגט נישט דעם ריכטיגן דת, יהדות, זענען זיי מעשים נישט באוויליגט. דאס האט געברענגט דעם קעניג צו שטודירן פארשידענע רעליגיעס, און צום סוף האט זיך זיין קעניגרייך מגייר געווען.

די מעשה לערנט אונז צוויי אספעקטן פון דעם מענטש אויף וואס מ'קוקט אין הימל, די כוונה און די מעשים. אין פאל פון דעם מלך כוזר האט נאר די כוונה געטויגט אבער די מעשים נישט, און איך מיין אז א איד א מאמין דארף דאס אויך זען אינעם היינטיגן פויבסט. דער היינטיגער פויבסט פראנציז איז א גאר געהויבענער און ערליכער מענטש, א פירער וואס זוכט צו העלפן ארימע און קראנקע, און זוכט צו הייבן צעבראכענע, אומגליקליכע און באקריוודעטע. ווען עס קומט צו זיין רעליגיע נעמט ער עס אויך מיט הארץ און געפיל, און נישט ווי אן עקסטרעמיסטישער ביוראקראט. ער פרובירט צו פארשטיין דעם רצון ה', און פרובירט צו ברענגען ווי מער גוטס אויף דער וועלט.

גוט, פון אונזער פערספעקטיוו איז ער טאקע נישט אנגעקומען צו דער ריכטיגער רעליגיע, מעשיו אינם רצויים, אבער דאס איז זיכער אז כוונתו רצויה. איז א מענטש וועלכער שטייט אויף א גאר הויכער מדריגה פון רצויה'דיגער כוונה אזא שלעכטער מענטש בלויז ווייל זיינע מעשים זענען נישט די ריכטיגע?

וואס וואלט איר געזאגט אויף איינעם וועלכער שטייט פונקט פארקערט: זיינע מעשים זענען רצויה, ער איז א שומר תורה ומצוות כהלכה, אבער כוונתו אינה רצויה – אלעס וואס ער טוט איז מצוות אנשים מלומדה, אן קיין אמונה, אן קיין נשמה, אלעס נאר נאכצוטאנצן די געזעלשאפט? א מענטש וואס האט נישט קיין ערליכע און אויפריכטיגע כוונות צו זיין א גוטער מענטש און צו ברענגען גוטס אויף דער וועלט, אבער זיינע מעשים זענען יא רצויים – מה דינו?

צום באדויערן קענען מיר א סך אזעלכע מענטש, און אפילו טייל רבנים פאר וועמען מ'קען זינגען מיט א פייער "אורך ימים אשבעהו" פאלן פערפעקט אריין אין דער קאטעגאריע פון כוונתו אינה רצויה אך מעשיו רצויים.

ווער האט מחליט געווען וואס איז וויכטיגער, כוונה רצויה אדער מעשים רצויים?
מאנטאג מאי 08, 2017 4:48 pm#370291
Re: וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באז
ווער האט מחליט געווען? דער תורה הקדושה! א שלעכטע כוונה איז א פראבלעם, א שלעכטע מעשה איז אן עבירה.
איך האב קיינמאל נישט נאכגעפארשט די מעשים פונ׳ם היינטיגען פויבסט, אבער פארטרעטען פארטרעט ער טומאת עבו"ז, דער סרחון פון דער מלחמה מיט׳ן אויבישטער וואס הייסט עבו"ז.

נאר ווייל מאנכע האבען געגנב׳ט דער אידישע הרגש און דאס באנוצט אויף א כלומרש׳ט ׳מלחמה אויף ציונות׳, האט מען פארגעסען וואס די הרגש דארף זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 08, 2017 4:52 pm#370292
בארואיגט אייך, קריסטען האבען נישט א דין עובד עבודה זרה כידוע פין תוספות.
מאנטאג מאי 08, 2017 4:54 pm#370293
Re: וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באז
יעדער טיפש קומט אויף מיט די זעלבע נערשיקייט. דער קריסטליכע רעליגיע איז עבו"ז, קיינער זאגט נישט אנדערש. תוספות האט נישט אהער. ער רעדט פון גוים צו זיי זענען חייב מיתה פאר׳ן דינען זייער געטשקע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 08, 2017 5:45 pm#370296
דא איז נישט קיין שאלה פון כוונה רצויה אדער מעשים רצויים

סך הכל מעשה צומי, לאמיר טוען מאדנע זאכען א יעדער זאל רעדען פון אונז, דאס איז די גאנצע
מאנטאג מאי 08, 2017 5:49 pm#370297
אפשר איז שוין געקומען נאנטער די צייט פון וידע כל פעול? שוין די העכסטע צייט אלע רעליגיעס זאלן לייגן די דיפרענצן אין א זייט און איינזען אז מיר רעדן אלע פון די זעלבע באשעפער און צוזאמען אפשלאגן די נישט גלויביגע.
מאנטאג מאי 08, 2017 6:29 pm#370301
אוהב ספרים האט געשריבן:דא איז נישט קיין שאלה פון כוונה רצויה אדער מעשים רצויים

סך הכל מעשה צומי, לאמיר טוען מאדנע זאכען א יעדער זאל רעדען פון אונז, דאס איז די גאנצע

מאדנע? וואס דעפינירט מאדנע? אז איינער טוט עפעס ווייל ער ענדזשויט עס אדער עס אינספירירט אים האט ער אלע רעכטן. זייט ווען איז "מאדנעקייט" א מעסטער פון אפשאצן זאכן?
מאנטאג מאי 08, 2017 7:01 pm#370305
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מאנכע האבען געגנב׳ט דער אידישע הרגש און דאס באנוצט אויף א כלומרש׳ט ׳מלחמה אויף ציונות׳, האט מען פארגעסען וואס די הרגש דארף זיין.
מאנכע האבען געגנב׳ט דער אידישע הרגש און דאס באנוצט אויף מלחמה מיט ערביים און זיך פארליבט אין יעדן פורק עול שגרוע מכל טומאות שבעולם, האט מען פארגעסען וואס די הרגש דארף זיין.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 08, 2017 7:29 pm#370306
Re: וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באז
העניך האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:דא איז נישט קיין שאלה פון כוונה רצויה אדער מעשים רצויים

סך הכל מעשה צומי, לאמיר טוען מאדנע זאכען א יעדער זאל רעדען פון אונז, דאס איז די גאנצע

מאדנע? וואס דעפינירט מאדנע? אז איינער טוט עפעס ווייל ער ענדזשויט עס אדער עס אינספירירט אים האט ער אלע רעכטן. זייט ווען איז "מאדנעקייט" א מעסטער פון אפשאצן זאכן?

קודם כל, אז יענער איז משוגע איז ער משוגע. ס׳וועט איהם נישט העלפען אז מ׳זאגט ס׳אינספירירט איהם.

ועוד והוא העיקר, זיי זענען נישט געגאנגען אלס פריוואטע מענטשען צו ווערען אינספירירט. זיי זענען געגאנגען כלומרש׳ט צווישען אידען און קריסטען. ס׳האט איינער זיי מכבד געווען? ס׳האט איינער זיי געבעטען? זיי גייען ווי משה אריה פריעדמאן צו אכמאדינעדזשאד.

טאמבל סאס - ס׳איז נישט קיין מצוה צו פראווען נעריש. אינ׳ם עולם התיקון גייט בלייבען אידישקייט און בטל ווערען דער קריסט. נישט אז ביידע וועלען צושמאלצט ווערען אין איין קומבאיא באוועגונג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 08, 2017 8:28 pm#370314
איך קען נישט משיג זיין וויאזוי איז מעגליך פאר א בן ישראל צו שרייבן אויפן פאן טרעגער פון נצרות ״ א ערליכער און געהויבענער מענטש״

מיין פראבלעם?
מאנטאג מאי 08, 2017 9:27 pm#370317
Re: וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באז
מיר דארפן אנערקענען אז א גרויסע טייל פון אונזער שנאה צו נצרות קומט פון די טראגישע באציאונגען וואס זיי האבן געהאט מיט אונז אבער ווי לאנג דארפן מיר שפילן ברוגז?
פארוואס שפירן מיר מער שנאה צו נצרות ווי צו בודהיזם אדער די מוסלמענישע רעליגיע?

Sent from my SM-G930T using Tapatalk
מאנטאג מאי 08, 2017 9:47 pm#370319
Re: וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באז
מוזלעמענער זענען נישט עובדי ע"ז. בודהיזם קענען מיר נישט, ס׳איז ווייט פון אונזער באגריף. נצרות איז אחנזער שכן געווען און פון איהם האבען מיר געהאט אן אפשיי, אי צוליעב די רדיפות אי צוליעב דער תורה וואס הייסט אונז שפעטען אויף זיי און זייער גלויבונג

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 08, 2017 10:00 pm#370323
געוואלדיג האט געשריבן:איך קען נישט משיג זיין וויאזוי איז מעגליך פאר א בן ישראל צו שרייבן אויפן פאן טרעגער פון נצרות ״ א ערליכער און געהויבענער מענטש״

מיין פראבלעם?

איך האב פארשטאנען אז ער האט גערעדט בתורת אלגעמיינע מאראל. און נישט פון א אידישע שטאנדפונקט. טאקע א סתירה צו אייער ארטיקל אינעם וועקער.
מאנטאג מאי 08, 2017 10:24 pm#370324
Re: וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באז
אברהם אבינו איז לכאורה געווען א געהויבענע און ערליכע מענטש נאך בעפאר ער האט אנטדעקט יהדות (יתרו מסתמא אויך, ווען נישט וואלט מסתמא משה זיך נישט משדך געווען מיטעם).
זיין א געהויבענע מענטש מיינט, ליגן אין העכערס.
זיין אן ערליכע מענטש מיינט, נישט פאפן אנדערע, נישט ליגנט זאגן און נישט גנב'ענען וכדו'. (אין חז"ל טרעפט מען די לשון 'כשר היה' אויף גוים אויך).

הערט אויף צו טראכטן ווי חדר אינגלעך.
מאנטאג מאי 08, 2017 11:52 pm#370328
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעדער טיפש קומט אויף מיט די זעלבע נערשיקייט. דער קריסטליכע רעליגיע איז עבו"ז, קיינער זאגט נישט אנדערש. תוספות האט נישט אהער. ער רעדט פון גוים צו זיי זענען חייב מיתה פאר׳ן דינען זייער געטשקע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די מאכסט דיך אדער די ווייסט טאקע נישט ? קיינער זאגט נישט אנדערש? פארפעלינו דער מאירי דינגט זיך אויפן רמב"ם.
דינסטאג מאי 09, 2017 2:31 am#370334
טאמבל סאס האט געשריבן:אפשר איז שוין געקומען נאנטער די צייט פון וידע כל פעול? שוין די העכסטע צייט אלע רעליגיעס זאלן לייגן די דיפרענצן אין א זייט און איינזען אז מיר רעדן אלע פון די זעלבע באשעפער און צוזאמען אפשלאגן די נישט גלויביגע.

טאמבל סאוס: איז לאמיר פארשטיין. אויב דו גלייבסט אין די קריסטליכע טריניטי קענסטו דאווענען צוזאמען מיט די קריסטליכע גלויביגע. ס'וואלט נישט געשאט צו האבן עטליכע נייע איטאליענער אדער איירישע בעלי בתים אין ביהמ"ד. ס'איז נאר דא איין פראבלעם. ווען מ'לערנט גמרא קען א פארטא-ריקאנער אדער מעקסיקאנער אפשטאמיגער ארויסנעמען א מעסער אדער א גאן בשעת א היציגן וויכוח. אט פון דעם האביך מורא...!
דינסטאג מאי 09, 2017 3:28 am#370336
ער האט אויך מורא אז דו וועסט אים צוגנבן דאס בערזל ביי ויברך דוד. סייווי זאגט מען אז אסאך אידן זענען משורשם איטאליענע וואס האבן זיך מגייר געווען צו אידישקייט אנהויב קריסטנטום. דאס האב איך אויסגעפונען ווען כ'האב געפרעגט מיין חבר פארוואס פילע שטעלן מיך אפ פרעגן צו איך בין אן איטאליענער...
דינסטאג מאי 09, 2017 6:21 am#370338
Re: וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באז
דער רמב"ם זאגט אז זיי זענען נישט קיין עובדי ע"ז? אזוי גאר? קענסט אנצייכענען זיין לשון ביטע? ווייל אין מיין רמב"ם שטייט אין גאנצען אנדערש, א זייטיגע פונקט וועגען משיח און ווי דער וועלט פיהרט זיך. גארנישט מיט איסור אדער טומאת עבו"ז.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מאי 09, 2017 10:02 am#370346
העניך האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:דא איז נישט קיין שאלה פון כוונה רצויה אדער מעשים רצויים

סך הכל מעשה צומי, לאמיר טוען מאדנע זאכען א יעדער זאל רעדען פון אונז, דאס איז די גאנצע

מאדנע? וואס דעפינירט מאדנע? אז איינער טוט עפעס ווייל ער ענדזשויט עס אדער עס אינספירירט אים האט ער אלע רעכטן. זייט ווען איז "מאדנעקייט" א מעסטער פון אפשאצן זאכן?

ביסט גערעכט זינגען כי אורך ימים פארן פויפסט איז העכסט נארמאל
דינסטאג מאי 09, 2017 10:34 am#370348
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער רמב"ם זאגט אז זיי זענען נישט קיין עובדי ע"ז? אזוי גאר? קענסט אנצייכענען זיין לשון ביטע? ווייל אין מיין רמב"ם שטייט אין גאנצען אנדערש, א זייטיגע פונקט וועגען משיח און ווי דער וועלט פיהרט זיך. גארנישט מיט איסור אדער טומאת עבו"ז.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליין איבער מיין תגובה איך האב געזאגט אז דער מאירי דינגט זיך אויפן רמב"ם.
א שנעלע זוך צייגט מיר אן אז הרב קוק האט געהאלטן אז מען נעמט אן דעם מאירי להלכה.
דינסטאג מאי 09, 2017 10:45 am#370350
איך ווארט נאך אויף א מראה מקום. א וועבסייט איז נישט קיין מראה מקום און לויט וואס איך האב פון הרב קוק איז עס נישט אמת. האפעדיג אין די נעקסטע וועקער וועט מען רעדען דערפון.

דער מאירי איז דאס וואס ווערט אראפ געברענגט אין די גליון פון די גמרא ב"ק. .איך גלויב נישט אז איינער גלויבט אז ס'איז נישט מאימת הצענזור
דינסטאג מאי 09, 2017 10:47 am#370351
גראדעמעכעלע האט געשריבן:מיר דארפן אנערקענען אז א גרויסע טייל פון אונזער שנאה צו נצרות קומט פון די טראגישע באציאונגען וואס זיי האבן געהאט מיט אונז אבער ווי לאנג דארפן מיר שפילן ברוגז?
פארוואס שפירן מיר מער שנאה צו נצרות ווי צו בודהיזם אדער די מוסלמענישע רעליגיע?

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

די בלוט פון דיינע זיידעס און באבעס שרייען נקמה. און די בוסט א שיינער איד...פוי
דינסטאג מאי 09, 2017 10:52 am#370353
וואס ווארטסטו פאר א מראה מקום אז די ווייסט וואו דער מאירי איז?
איך האב נאך נישט געזעהן אדער געהערט אז איינער זאל האלטן אז דער מאירי האט עס געשריבן מאימת הצענזור.
עכ"פ הרב קוק האט זיכער נישט געהאלטן אזוי, דער מקור פון הרב קוק איז אין אגרות פט
דינסטאג מאי 09, 2017 10:53 am#370354
תורה ומדע האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:מיר דארפן אנערקענען אז א גרויסע טייל פון אונזער שנאה צו נצרות קומט פון די טראגישע באציאונגען וואס זיי האבן געהאט מיט אונז אבער ווי לאנג דארפן מיר שפילן ברוגז?
פארוואס שפירן מיר מער שנאה צו נצרות ווי צו בודהיזם אדער די מוסלמענישע רעליגיע?

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

שוטה רשע וגס רוח. די בלוט פון דיינע זיידעס און באבעס שרייען נקמה. און די בוסט א שיינער איד...פוי

no name calling please , keep the discussion civilized
דינסטאג מאי 09, 2017 11:17 am#370359

פונקט אין אים ווילסטו נקמה נעמען? ער האט דאך צוריקגעדרייט די זייגער? ווילאנג גייסטו זיין ברוגז אויף איינעם וואס האט נישט געטוהן קיין שום שלעכטס פאר קיין איד אין זיין לעבן נישט! פארקערט ער איז א אמתע ״אוהב ישראל״ זיין בעסטע פריינד איז א אידישע רב פאר יאהרן לאנג. וואס האלטסו א נערישע גראוטטש אויף א מענטש וועגן א זאך וואס ער איז שטארק אנטעקן און וואלט זיך קיינמאל אין לעבן נישט אויפגעפירט ווי די אמאליגע רשעותדיגע פויפסטן???

דאס איז נאר געזאגט געווארן אויב דיין פאריגע תגובה גייט ארויף אויפן פויפסט זעלבסט, אבער איך מיין אז דו באציסט זיך צו גראדמעכעלס תגובה פארוואס פונקט דארפן אידן שפירן מעהר שנאה צו נצרות, דאן קען איך כאטש פארשטיין וואס דו זאגסט, הגם מ׳קען נישט היינט זיין ברוגז אויף אמאל נאכדערצו ווען זיי האבן זיך כמעט אינגאנצן געטוישט זייט אמאל. מיין קשיא צו די נוצרים איז ווי זענען זיי געוועהן ביי די האליקאוסט ווען מ׳האט געהארגט און פארברענט מיליאנען אידישע קליינע קינדער??? ווי איז דאן געוועהן די רחמנותדיגע ׳קאטולישע קירכע׳ זיי האבן עס ניטאמאל געהריג פארדאמט.
דינסטאג מאי 09, 2017 11:26 am#370361
ווייל ער רעפרעזטירט די קאטוילשע קירכע וואס איז שולדיג אין דאס מערהייט פון שנאת ישראל און אידיש בלוט איבער מילעניע. ער קען פערזענליך זיין דער גרעסטער אוהב ישראל, ער איז אבער היינט א פאבליק פיגור וואס רעפרעזנטירט א ביליאן גוים וועלכער גלייבען אין דאקטארין פון ע"ז און שפכ"ד ווייל אידען האבען געהרג,ט דעם יוזל שר"י.
דינסטאג מאי 09, 2017 11:29 am#370362
תורה ומדע האט געשריבן:ווייל ער רעפרעזטירט די קאטוילשע קירכע וואס איז שולדיג אין דאס מערהייט פון שנאת ישראל און אידיש בלוט איבער מילעניע. ער קען פערזענליך זיין דער גרעסטער אוהב ישראל, ער איז אבער היינט א פאבליק פיגור וואס רעפרעזנטירט א ביליאן גוים וועלכער גלייבען אין דאקטארין פון ע"ז און שפכ"ד ווייל אידען האבען געהרג,ט דעם יוזל שר"י.

נעה... סאיז אנדערע צייטן היינט. די היינטיגע קריסטן האבן זייער ליב די אידן, ספעציעל די פרומע אידן, זיי נישט קיין נער, פארגעס פון יענע צייטן.

זיי האבן שוין לאנג געטוישט זייער עדיוטוט...
דינסטאג מאי 09, 2017 11:37 am#370363
ווער האט גפסק'נט די שאלה?
דינסטאג מאי 09, 2017 11:39 am#370364
תורה ומדע האט געשריבן:ווער האט גפסק'נט די שאלה?

אויב סאיז א שאלה להלכה רעדט איך טאקע נישט אריין, איך זאג נאר מיין אפאניען לויט ווי עס מאכט סענס פאר מיין קליינע מוח, דאס אלעס.
דינסטאג מאי 09, 2017 11:45 am#370366
זאג נאר, ווי זענען דיינע עלטערען אדער זיידעס געווען אין 1940-1945?
דינסטאג מאי 09, 2017 11:48 am#370367
יתרו האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:מיר דארפן אנערקענען אז א גרויסע טייל פון אונזער שנאה צו נצרות קומט פון די טראגישע באציאונגען וואס זיי האבן געהאט מיט אונז אבער ווי לאנג דארפן מיר שפילן ברוגז?
פארוואס שפירן מיר מער שנאה צו נצרות ווי צו בודהיזם אדער די מוסלמענישע רעליגיע?

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

שוטה רשע וגס רוח. די בלוט פון דיינע זיידעס און באבעס שרייען נקמה. און די בוסט א שיינער איד...פוי

no name calling please , keep the discussion civilized

פרגי אבות איז name calling?
דינסטאג מאי 09, 2017 12:32 pm#370372
תורה ומדע האט געשריבן:זאג נאר, ווי זענען דיינע עלטערען אדער זיידעס געווען אין 1940-1945?

רעדסט צו מיר?

ווי קומט אריין די האליקאוסט דא? וואס איז די היינטיגע פויפסט שולדיג אין די האליקאוסט? אפשר איז דזשאן גאטי שולדיג אין די האליקאוסט???

מיין טאטע און מאמע האבן ביידע פארלוירן ברודער און שוועסטער אין די האליקאוסט, מיין עלטער זיידע א אייניקל פון ר׳ שמעלקע סעלישער איז אריין אין אויווען ביי די 91 יאהר אלט (כמעט נישט געוועהן אזא זאך אין יענע צייטן) ער געגעאנגען אן קיין שטעקן, ער מיט זיינע קינדער און אייניקלעך זענען אלע געהארגעט געווארן, וואס איז יעצט??? זאל איך גיין ווארפן אייער זיבעציג יאר שפעטער אויף איינעם וואס האט גארנישט געהאט מיט דעם און זיין אידאלגיע איז פייער קעגן דעם??? פאר ווי לאנג נאך? נאך הונדרעט יאהר? טויזנט יאהר? ווילאנג???
דינסטאג מאי 09, 2017 12:46 pm#370374
גראדעמעכעלע האט געשריבן:מיר דארפן אנערקענען אז א גרויסע טייל פון אונזער שנאה צו נצרות קומט פון די טראגישע באציאונגען וואס זיי האבן געהאט מיט אונז אבער ווי לאנג דארפן מיר שפילן ברוגז?
פארוואס שפירן מיר מער שנאה צו נצרות ווי צו בודהיזם אדער די מוסלמענישע רעליגיע?

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

דאס איז נאר איין חלק פון די זייט מטבע, די אנדערע זייט איז פשוט זיך עקלען פון אן עבודה זרה/טומאה ווי פון צואה רותחת, דאס האט גארנישט מיט די טרויעריגע היסטאריע פון זייערע עלטערן.

ס'מיינט נישט אז מ'דארף זיין 'ברוגז' אויף זיי, אויך איז דאס נישט קיין סתירה צו גיין שתדל'ן ביי זיי פאר אידענס וועגן, מ'רעדט דא פון 'אפגעבן כבוד' מ'גייט אן עקסטערן מייל ארויסצוווייזן חביבות.

אגב, איז דאס הלכהדיג אויסגעהאלטן? (איך בין נישט קיין פוסק, איך פרעג נאר)

נאכן אפשרייבן, זעה איך ווי ליטוואק האט עס דא בעסער ארויסגעברענגט. ע"ש ותמצא נחת
דינסטאג מאי 09, 2017 12:54 pm#370375
סתם פאר די רעקארד
שבת אחים האט געשריבן: מיין עלטער זיידע א אייניקל פון ר׳ שמעלקע סעלישער איז אריין אין אויווען ביי די 91 יאהר אלט (כמעט נישט געוועהן אזא זאך אין יענע צייטן) ער געגעאנגען אן קיין שטעקן, ער מיט זיינע קינדער און אייניקלעך זענען אלע געהארגעט געווארן, וואס איז יעצט??? זאל איך גיין ווארפן אייער זיבעציג יאר שפעטער אויף איינעם וואס האט גארנישט געהאט מיט דעם און זיין אידאלגיע איז פייער קעגן דעם??? פאר ווי לאנג נאך? נאך הונדרעט יאהר? טויזנט יאהר? ווילאנג???

זאלסט נישט האבן קיין טענות ווען איינער שרייט אז ביזט נישט קיין מענטש..
דינסטאג מאי 09, 2017 1:11 pm#370377
בן אדם האט געשריבן:סתם פאר די רעקארד
שבת אחים האט געשריבן: מיין עלטער זיידע א אייניקל פון ר׳ שמעלקע סעלישער איז אריין אין אויווען ביי די 91 יאהר אלט (כמעט נישט געוועהן אזא זאך אין יענע צייטן) ער געגעאנגען אן קיין שטעקן, ער מיט זיינע קינדער און אייניקלעך זענען אלע געהארגעט געווארן, וואס איז יעצט??? זאל איך גיין ווארפן אייער זיבעציג יאר שפעטער אויף איינעם וואס האט גארנישט געהאט מיט דעם און זיין אידאלגיע איז פייער קעגן דעם??? פאר ווי לאנג נאך? נאך הונדרעט יאהר? טויזנט יאהר? ווילאנג???

זאלסט נישט האבן קיין טענות ווען איינער שרייט אז ביזט נישט קיין מענטש..

מרעדט פון א פארצוווייגטע משפחה פון הונדרעטער מענטשען דריי דורות
גרויסע רבנישע משפחות.
און גערעכט ״כמעט״ אלע האבן עס נישט דורכגעמאכט אויסער דריי בתוכם מיין באבע מיט איר שוועסטער.
דינסטאג מאי 09, 2017 1:14 pm#370378
דארפט דיך נישט פארענטפערן. כ'האב נאר סתם געוואלט אנמערקען א טעות סופר
דינסטאג מאי 09, 2017 1:29 pm#370380
שבת אחים האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:זאג נאר, ווי זענען דיינע עלטערען אדער זיידעס געווען אין 1940-1945?

רעדסט צו מיר?

ווי קומט אריין די האליקאוסט דא? וואס איז די היינטיגע פויפסט שולדיג אין די האליקאוסט? אפשר איז דזשאן גאטי שולדיג אין די האליקאוסט???

מיין טאטע און מאמע האבן ביידע פארלוירן ברודער און שוועסטער אין די האליקאוסט, מיין עלטער זיידע א אייניקל פון ר׳ שמעלקע סעלישער איז אריין אין אויווען ביי די 91 יאהר אלט (כמעט נישט געוועהן אזא זאך אין יענע צייטן) ער געגעאנגען אן קיין שטעקן, ער מיט זיינע קינדער און אייניקלעך זענען אלע געהארגעט געווארן, וואס איז יעצט??? זאל איך גיין ווארפן אייער זיבעציג יאר שפעטער אויף איינעם וואס האט גארנישט געהאט מיט דעם און זיין אידאלגיע איז פייער קעגן דעם??? פאר ווי לאנג נאך? נאך הונדרעט יאהר? טויזנט יאהר? ווילאנג???

האסט פארלוירען דיין אידיש הארץ אויך? אן אפיקורס האב איך געוואוסט אז דו ביזט
דינסטאג מאי 09, 2017 1:36 pm#370381
דער עיקר איז אז חסידישע אידן זענען געטאנצן! וואס איז א חילוק ווי? שמחה איז אייביג גוט אפילו אין שאול תחתית.
(ליטוואק, איך רעד נישט צו דיר)
דינסטאג מאי 09, 2017 2:23 pm#370384
תורה ומדע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:זאג נאר, ווי זענען דיינע עלטערען אדער זיידעס געווען אין 1940-1945?

רעדסט צו מיר?

ווי קומט אריין די האליקאוסט דא? וואס איז די היינטיגע פויפסט שולדיג אין די האליקאוסט? אפשר איז דזשאן גאטי שולדיג אין די האליקאוסט???

מיין טאטע און מאמע האבן ביידע פארלוירן ברודער און שוועסטער אין די האליקאוסט, מיין עלטער זיידע א אייניקל פון ר׳ שמעלקע סעלישער איז אריין אין אויווען ביי די 91 יאהר אלט (כמעט נישט געוועהן אזא זאך אין יענע צייטן) ער געגעאנגען אן קיין שטעקן, ער מיט זיינע קינדער און אייניקלעך זענען אלע געהארגעט געווארן, וואס איז יעצט??? זאל איך גיין ווארפן אייער זיבעציג יאר שפעטער אויף איינעם וואס האט גארנישט געהאט מיט דעם און זיין אידאלגיע איז פייער קעגן דעם??? פאר ווי לאנג נאך? נאך הונדרעט יאהר? טויזנט יאהר? ווילאנג???

האסט פארלוירען דיין אידיש הארץ אויך? אן אפיקורס האב איך געוואוסט אז דו ביזט

די איינציגסטע וועג איך קען פארלירן מיין ״אידיש הארץ״ איז אויב איך האב א טראנספלאנט און מלייגט מיר אריין א הארץ פון א כינעזער! פונקט ווי א מעקסיקען קען נישט טוישן זיין הארץ צו אינדיאנע הארץ, קען איך אויך נישט טוישן מיין אידישע הארץ וואס כ׳האב באקומען ווען איך בין געבוירן געווארן צו אידישע עלטערן און איך האב פון זיי געירשנט מיין סעט פון אשכנזי אידישע DNA. זיין א איד מיינט נישט זיין רעליגעז סמיינט אז מבלאנגט צו א געוויסע עטנישע גרופע וואס האבן זיך געהאלטן צוזאמען אין אייראפע פאר טויזענטער יאהרן און געוונטליך זיך נאר משדך געוועהן איינער מיטן צווייטען, איך האב פונקט אזוי ליב אידן ווי דיר און גאר מעגליך אז אסאך מעהר ווי דיר און ווי רוב ק״ש ליינער...

איך זעה באמת נאכנישט פארוואס מ׳דארף זיין ברוגז אויף די היינטיגע קריסטן וועגן אמאליגע עבירות, זיי האבן זיך געטוישט! דו שרייסט סתם אין די וועלט אריין לדעתי, איך זעה נאכנישט וואס איז ראונג מיטן היינטיגען פויפסט ער איז א וויואלער מענטש, הלוואי זאלן אלע דיינע רביס זיין אזוי ריין און אמת ווי אים. ער איז די אמתדיגע באדייט פון ״מחסידי האומות העולם״...!

#א שטאלצע פרייע איד
דינסטאג מאי 09, 2017 3:52 pm#370388
איך דיסעגרי מיט דיר. ענטשולדיגט מיר.
דינסטאג מאי 09, 2017 5:21 pm#370392
Re: וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באז
הרב קוק זאגט עס נישט, דער מאירי זאגט גארנישט. זיי רעדען גאר וועגען א צווייטע זאך.
הרב קוק זאגט אז אנשטעטיגע גוים מעג מען נישט באקריוועדען. ער האט אן אריכות וועגען באפרייען די קנעכט ועוד, און דארט זאגט ער אז מ׳דארף זיך באגייען מיט וואוילע גוים וואס האבען אויסגעהאלטענע געזעצען ווי מ׳פיהרט זיך מיט א גר תושב לגבי ממון.
ער\זיי זאגען נישט אז ס׳איז נישט עבו"ז, קיינער זאגט נישט אז ס׳איז נישט קיין יהרג ואל יעבור (דער עכטע, נישט די היינטמאדישע) וכו׳. ס׳האט קיין שייכות נישט אהער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מאי 09, 2017 8:47 pm#370402
מנחם המאירי מסווג את הנוצרים, וקל וחומר את המוסלמים, כ"אומות הגדורות בדרכי הדתות" שאינם נחשבים כלל לעובדי עבודה זרה, ולכן הדינים המתייחסים לעכו"ם כמו שאילת שלום, יין נסך, מכירת בתים, מסחר איתם סמוך לימי חגם והשבת אבידה, אינם חלים עליהם ובלשונו:

"ומכל מקום אומות הגדורות בדרכי הדתות, ומאמינים במציאותו יתברך, לאחדותו ויכלתו, אף על פי שמשתבשין בקצת דברים לפי אמונתנו, אין להם מקום בדברים אלו [ההרחקה מהם]".
"הא כל שהוא מעממין הגדורים בדרכי הדת ועובדי האלוהות על איזה צד שיהיה, אף על פי שאמונתם רחוקה מאמונתנו, אינו בכלל זה. אלא הרי הם כישראל גמור לדברים אלו, אף באבידה ואף בטעות ולכל שאר הדברים". (בית הבחירה, למסכת עבודה זרה)

היו שביקרו את המאירי על עמדותיו, אך הרב חיים דוד הלוי צידד בעת החדשה בעמדתו של המאירי כנגד מבקריו, והוסיף שגם רבינו עובדיה מברטנורא[ סבר כמאירי.

אף שהראי"ה קוק מתפלמס בכתביו עם הנצרות מבחינה תאולוגית, הלכה למעשה אף הוא סבר כמאירי, "העיקר הוא כדעת המאירי, שכל העמים שהם גדורים בנימוסים הגונים בין אדם לחברו, הם כבר נחשבים לגרים תושבים בכל חיובי האדם." (הראי"ה קוק - אגרות הראי"ה א' עמ' צ"ט, אגרת פ"ט)

ובעקבותיו הלך גם הרב יצחק הרצוג: "...הרי לנו שני עמודי התורה הללו: הראב"ד ומרן בעל השולחן ערוך ז"ל, מסכימים לדעה אחת שנוכרי שאינו עובד עבודה זרה, אעפ"י שלא קיבל בפני בי"ד של ישראל, אין למנוע ממנו הישיבה בארץ ישראל. חוץ מזה כבר הכריע קודמי ז"ל (הראי"ה קוק) שאומה שלמה שקיבלה עליה שבע מצוות, גם בזמן הזה, יש להם דין גרים-תושבים...והנה הנוצרים בעצמם מחזיקים את עצמם בתור מאמינים באחדות הבורא, אבל השכל שלנו אינו תופס איך הם ממזגים את האמונה באחדות הבורא עם אמונת השילוש, ואולם אין להכחיש שיש להם מושג של בורא עולם ומשגיח אלא שהמושג הזה אינו צרוף... ולפי זה יצאו מכלל עובדי עבודה זרה, וכל מה שנאמר על המוסלמים סובב גם עליהם...". ("זכויות המיעוטים לפי ההלכה", תחומין ב', תשמ"ב.)
דינסטאג מאי 09, 2017 8:52 pm#370403
תורה ומדע האט געשריבן:איך דיסעגרי מיט דיר. ענטשולדיגט מיר.

ער איז א שטאלצע, פרייע איד. ביז ער וועט פארן קיין הארלעם אום 2 אזייגער ביינאכט. אדער אויפ'ן איי.אר.טי. טרעין. און איינער א שחור, אדער עטליכע שחורים וועללן איהם מכבד זיין. וועט ער שוין ווערן אויס ליבעראל... :lol:
דינסטאג מאי 09, 2017 9:16 pm#370407
Re: וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באז
צוגעשטעלט בוידעם מיט קלאץ. נצרות איז עבו"ז ויעידו ע"ז אלפי תקדימים בהיסטוריה היהודית. מ׳האט מעולם נישט געהערט פון א פסק פון סיי וועמען אז מ׳מעג זיך שמד׳ן צו נצרות צו ראטעווען דאס לעבען.
דער ענין דארט איז בנוגע האנדלען מיט נוצרים אין ביזנעס וכדו׳, אז מ׳מעג צוריק געבען אן אבידה וכדו׳.

איך ווייס נישט וואס די ארטיקל דו ברענגסט. איך האב נאכגעקוקט אין דער אגרות ראיה אליינס און די קליינע לשון וואס דו ברענגסט איז דארט.

דאס איז אלס נישט נוגע דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מאי 09, 2017 10:08 pm#370411
די ווערטער "דאס האט נישט אהער" האט נישט אהער! פארשטאנען? דאס האט נישט אהער וועסטו ניצן פאר דיין חברות אין במג.
דרייסט און דרייסט און יעדע מאל קומסטו אויף מיט אן אנדערע שפין. יעצט איז די שפין שעת השמד האט מען נישט מתיר געווען.

ועכשיו לענין, אז דער מאירי זאגט אז נצרות זענען בגדר אומות הגדורות בעניני הדתות אין זיי זזענען נישט בכלל עובדי עבו"ז איז עס נישט קיין עבו"ז, פיריעד! נישט לענין אבידה און נישט לענין וויזיטען דעם פויבסט און האבן אן אבשיי ווייל ער פארטרעט עבו"ז.
איי ועסטו פרעגן פארוואס מען האט נישט מתיר געווען בשעת הסכנה, ווייס איך נישט, קען זיין לענין זה האט מען מחמיר געווען. ווער וויסט, קען זיין אז דאס איז געווען די היתר פון די אנוסים אין שפאניע.
דינסטאג מאי 09, 2017 10:20 pm#370413
יתרו האט געשריבן:די ווערטער "דאס האט נישט אהער" האט נישט אהער! פארשטאנען? דאס האט נישט אהער וועסטו ניצן פאר דיין חברות אין במג.
דרייסט און דרייסט און יעדע מאל קומסטו אויף מיט אן אנדערע שפין. יעצט איז די שפין שעת השמד האט מען נישט מתיר געווען.

ועכשיו לענין, אז דער מאירי זאגט אז נצרות זענען בגדר אומות הגדורות בעניני הדתות אין זיי זזענען נישט בכלל עובדי עבו"ז איז עס נישט קיין עבו"ז, פיריעד! נישט לענין אבידה און נישט לענין וויזיטען דעם פויבסט און האבן אן אבשיי ווייל ער פארטרעט עבו"ז.
איי ועסטו פרעגן פארוואס מען האט נישט מתיר געווען בשעת הסכנה, ווייס איך נישט, קען זיין לענין זה האט מען מחמיר געווען. ווער וויסט, קען זיין אז דאס איז געווען די היתר פון די אנוסים אין שפאניע.

פון די ווערטער וואס די ציטירסט ווייזט אויס אז ר׳ ליטוואק שליטא איז גערעכט, און עס זענען פארהאנען צוויי נדונים. איינס, איסורים הנוגעים לעובדי ע״ז כסחורה, טעות עכו״ם, וכדו׳. צווייטענס, לגופו של ענין וואס פאר א דין האט דער תיפלה און דער אמונה זייערע. לגבי דעם ערשטן עניין רעדט דער מאירי. לגבי דעם צווייטען ענין איז קיין פראגע ניט אז דאס איז ביהרג ואל יעבור. ולכן איז א צלם מטמא במגע ובמשא און דוכטזאך לכמה שיטות אפילו באהל. נצרות גלייבט אין א בו״ד אלץ א דיעטי וואס איז פאגאניזם און ע״ז עט איטס בעסט.
דינסטאג מאי 09, 2017 10:43 pm#370415
עגעין קום אריין קלארער וואס איז די חילוק, אויב איז עס נצרות עבו"ז זענען די וואס דינען זיי עובדי עבו"ז, אויב די וואס דינען זיי זענן נישט קיין עובדי עוב"ז איז דאס וואס זיי דינען נישט קיין עבו"ז, סימפל מעטה.
דינסטאג מאי 09, 2017 10:45 pm#370416
יתרו האט געשריבן:עגעין קום אריין קלארער וואס איז די חילוק, אויב איז עס נצרות עבו"ז זענען די וואס דינען זיי עובדי עבו"ז, אויב די וואס דינען זיי זענן נישט קיין עובדי עוב"ז איז דאס וואס זיי דינען נישט קיין עבו"ז, סימפל מעטה.

א שווערע מאירי טאקע. אבער אזוי ארבעט הלכה, אויב די האסט אמאל'ה געלערנט.
דינסטאג מאי 09, 2017 11:41 pm#370421
געהאקט אין קאפ, וויי איז פאר הלכה אויב עס ארבעט אזוי.
מיטוואך מאי 10, 2017 9:13 pm#370548
Re: וואס איז מער: כוונה רצויה אדער מעשים רצויים? (פויבסט באז
דער מאירי רעדט נישט פון זיך בוקען צום קריסט.
סתם אזוי, דו האסט אזא הו"א אז עבו"ז איז נישט אסור ווען זיי זענען ׳גדורים בנימוסים׳? דאס האט דען א פשט?
ער רעדט אין ב"ק, אז דער היתר זיי צו גנבנ׳ן איז נאר ביי די וואס זענען גדורים בנימוסים. ער רעדט נישט פון איסורי עבו"ז, זיין ווערטער זענען נישט אין סנהדרין און קיין מיינונג איבער דעם האט ער נישט געזאגט. און הרב קוק וואס ברענגט איהם האט זיכער דאס נישט געברענגט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk