מורי ורבותי! פאר אזא היימישע געשמאקע קרעמעל דא, וואלט געווען זייער פאסיג מ'זאל דא ארויסברענגען לשבח די שווערע ארבעט פון חברינו "איש את רעהו" פאר אזוי שיין ראפארטען און באגלייטן טריט נאך שריט א יעדע פרט פון קומענדיגען כינוס שלא על מנת לקבל פרס ווער ווייסט אין וועלעכע פרעמדע פעלדער מ'וואלט געדארפט פאשענען צו דערגיין תפיסת מחשבה פון צדיקים און דעת תורה פון ראשי ישיבות, ישלם ה' משכורתו בכפליים ויזכה עוד רבות בשנים להגדיל תורה ולהאדירה מתוך הרחבת הדעת, אכי"ר.
נ"ב
און יעצט א פארזענליכע בקשה, טוה מיר א טובה און נעם אין באטראכט אז היות תלי"ת מצוקים ינצחו אראלים און פון דא און ווייטער האפענטליך וועט מען שוין קענען שפאנען כאיש אחד בלב אחד צום כינוס אי"ה, אז די פאוסטערס וואס די פאוסט דא, איך מיין די רעש'דיגע בליצידיגע קאלירטע, וואס מ'קלעבט אן אויף אלע ווענט און לייטפאולס פונ'ם ציווילען שטאט אונזערע זאל בלייבען אויף די גאס און נישט אנקומען אין שטיבל.
שטעל דיך פאר די טראומע וואס א יונגערמאן א נהנה מיגיע כפו ווי איך דארף ליידער דורך גיין. מיין הויז פון דערויסען איז פארפלייצט מיט פאוסטערס, איך באקריג וויעלעישאנ'ס פונ'ם סעניטעשען דעפארטמענט ערליך פארדינטע כופר נפש פאר א יעדען קאמפיין פונ'ם בד"ץ און התאחה"ר דארה"ב וקאנאדא, אין ביהמד"ר קענען איך נישט טרעפען די צעטלעך פון די זמני התפילה ושיעורים אדער אנדערע וויכטיגע מודעות, איך וואק אין שוהל שבת מאכען מיך מיינע קינדער משוגע וואס איז פשט פון די מבהילדיגע פאוסטערס, נישט מער געדאכט, איך שטיי אויף אין מיטען נאכט פארציטערט פון נייטמערס ווי ציווילדעוועטע זעלנער ציען מיינע פאות אונטער א רויט-געיל-שווארצע בעקגראונד.
איז אזוי, עכ"פ איך קום אהיים סוף טאג אויסגעמאטערט, איך וויל רילעקסען און זיך לאזען וואול גיין סאו מאך איך אויף מיין גרויסע טריפענע דעסקטאפ קאמפיוטער אונ'ם דיינונג רום וואס פארמאגט לייטנונג ספיד שמוציגע אינטערנעט סערוויס פאר אביסעל קאמערשעל פרי ענטערטעינמענט אויב ס'שוין שטיל, אז נישט זעץ איך מיר אריין אונ'ם היכל אין צו ארויס מיין קליין עבודה זרה'לע, איך טשעק אריין אין שטיבל, והנה! די טראמעטייזונג פאוסטערס זענען שוין ווייטער דא, פארשטייסטו? ס'בליצט מיר און שווינדעלט מיר אין קאפ!
זיי זוי גוט מיין פריינט, לאז נאך אביסעל, די קאמערשעל אטמעספעריע לאז איבער פאר אייוולט.
בכבוד רב, וו, ניו יארק.